B"H
🏡

Ikar

ויקרא ג

א.

אין פסוק 1

„והקריבו הכהן אל המזבח ומלק את ראשו והקטיר המזבחה ונמצה דמו על קיר המזבח” איז רש”י מעתיק פון פסוק די ווערטער „ונמצה דמו” 2

און איז מפרש „לשון מיץ אפים 3

כי 4

אפס המץ 5

כובש בית השחיטה על קיר המזבח והדם מתמצה ויורד”.

בפשטות קומט רש”י דאָ אָפּצוטייטשן דעם וואָרט „ונמצה” - אַ וואָרט וואָס שטייט ניט פריער אין חומש און איז בכלל נישט רגיל בתורה,

דעריבער איז ער מפרש,

אַז דאָס איז „לשון מיץ אפים כי אפס המץ כו’”.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:

א)

וואָס איז דער קישור פון דער הסברה גלייך נאָכדעם „כובש בית השחיטה על קיר המזבח והדם מתמצה ויורד” צום אָפּטייטש פון וואָרט „ונמצה”,

וואָס רש”י זאָגט זיי בהמשך אחד?

לכאורה,

אויב רש”י איז אויסן צו מפרש זיין דעם אופן המיצוי,

האָט ער דאָס געדאַרפט זאָגן אין אַ באַזונדערן דיבור המתחיל 6 .

ב)

פאַרוואָס דאַרף רש”י ברענגען צוויי ראיות אויפן פירוש „ונמצה” און באַנוגנט זיך ניט מיט איינע פון זיי?

ג)

פאַרוואָס האָט רש”י אויסגעקליבן צו ברענגען דוקא די פסוקים - מען געפינט דאָך דעם לשון אין מערערע ערטער אין נ”ך 7 ?

ד)

נאָכמער: אין משלי - פון וואַנעט ער בריינגט דעם „לשון מיץ אפים” -איז דאָרט רש”י מבאר אַז דער לשון „מיץ” איז „כמו וימץ טל וגו’”

(וואָס שטייט פריער אין שופטים 8 )

- האָט דאָך רש”י דאָ געדאַרפט בריינגען די ראי’ פון „וימץ טל וגו’” פון שופטים 9 ,

וויבאַלד:

(א)

ס’איז פאַר 10

משלי,

(ב)

דעם פירוש אין משלי ווייס מען

(לויט רש”י)

פון שופטים?

ה)

אין די געבראַכטע ראיות עצמן -בריינגט ער פריער די ראי’ פון „מיץ אפים”,

וואָס שטייט אין משלי,

און ניט דעם פסוק „כי אפס המץ” וואָס שטייט פריער 10

- אין ישעי’?

ו)

אין דעם

(ערשטן)

פסוק פון משלי שטייט פריער

(פאַר „מיץ אפים”)

צוויי מאָל דער לשון „מיץ” - „מיץ חלב יוציא חמאה ומיץ אף יוציא דם” 11

-און רש”י בריינגט דוקא דעם דריטן „מיץ”?

ב.

דער ביאור בכל זה: רש”י קומט ניט בלויז אָפּטייטשן דעם וואָרט „ונמצה”,

נאָר אויך פאַרענטפערן אַ שאלה וואָס ווערט דאָ אין פסוק: „ונמצה” איז אַ לשון נפעל,

וואָס מיינט,

אַז דאָס ווערט געטאָן ווי פון זיך אַליין 12 ,

דער דם ווערט פון זיך אַליין אויסגעקוועטשט על קיר המזבח 13

-דורך דעם „והקטיר המזבחה”

(אָדער דורך דער מליקה)

וכיו”ב - איז ניט מובן 14

:

מען ווייס פון פריער 15

אַז באַ קרבן עולה

(מן הבהמה)

זיינען פאַראַן די עבודות פון שחיטה,

זריקת הדם על המזבח און הקטרה,

איז די שאלה -עבודות השחיטה וההקטרה,

געפינט מען אויך באַ עולת עוף

(נאָר במקום שחיטה איז באַ עוף דאָ מליקה),

מען געפינט אָבער ניט ביי עולת עוף אַן עבודה דוגמת עבודת זריקת הדם על המזבח 16 ?

דעריבער,

נאָכדעם ווי רש”י בריינגט די ראיות אויפן לשון „ונמצה”,

באַוואָרנט ער און איז מסביר אַז דער

(„נפעל” פון)

„ונמצה” קומט דורך אַן עבודה ופעולת האדם און אַ פעולה מיוחדת - „כובש

(בית השחיטה על קיר המזבח והדם מתמצה ויורד)

” 17 ,

ע”ד ווי עבודת זריקת הדם 18

על המזבח 19 .

ג.

עפ”ז איז מובן וואָס רש”י קלייבט אויס די ראיות דוקא פון די צוויי פסוקים,

ווייל אין זיי איז מודגש אַז דער תוכן פון „ונמצה” - „מיץ” - איז פאַרבונדן מיט פעולת האדם - כבישה: פון דעם אָנפאַנג פון פסוק אין משלי „מיץ חלב יוציא חמאה ומיץ אף יוציא דם” איז נישט קיין ראי’ לנדו”ד אַז „ונמצה” איז אין אַן אופן פון „ כובש

(בית השחיטה)

” - וואָרום סיי „חמאה” פון „חלב” און סיי „דם” פון „אף” קומען ניט דורך אַ פעולה פון כבישה,

פון קוועטשן,

נאָר דורך „שלאָגן” און „קלאַפּן”

(וכיו”ב).

[ויתרה מזו - אַמאָל קומט עס פון זיך אַליין: חמאה שווימט אַרויף אין דעם חלב,

עס גייט בלוט פון נאָז - לפעמים פון זיך אַליין,

ווי מען זעט בפועל].

דעריבער ברענגט רש”י דעם סיום הכתוב דוקא - „מיץ אפים

(יוציא ריב)

”,

ווייל דאָרט איז דער „מיץ” אויפן זעלבן אופן ווי „ כובש בית השחיטה”: דורך אַרויסקוועטשן און אַרויסדריקן לחוץ דעם כעס - „יוציא ריב” -ווערט אַ קריגעריי.

די ראי’ אַליין איז אָבער ניט מספיק,

וואָרום דער „מיץ” באַ „אפים” איז אַ פעולה ניט במעשה

(ניט ווי כובש בית השחיטה,

וואָס איז אַן עשי’)

; דעריבער בריינגט רש”י אויך דעם פסוק „כי אפס המץ”,

וואָס דאָרט מיינט עס

(ווי רש”י זאָגט דאָרט)

דעם „חלב וחמאה” וועלכע ווערן אויסגעקוועטשט 20

פון צאן ובקר,

וואָס דאָס איז אַן עשי’,

און דער חלב קומט ניט דורך הכאה

(וכיו”ב),

נאָר דורך קוועטשן ממש.

אָבער די ראי’ פון „כי אפס המץ” אַליין איז אויך ניט גענוג,

וואָרום דאָרטן קען מען לערנען,

אַז דער וואָרט „מץ” איז ניט מדגיש די פעולת המיצוץ גופא,

נאָר ס’איז בלויז אַ תואר אויפן עושר וכבוד פון די צאן ובקר,

וואָס איז אַ פועל יוצא פון דעם וואָס מ’איז פון זיי מוצץ חלב וחמאה; ווי רש”י טייטשט דאָרטן „המיץ שלך עשרך וכבודך שהי’ לך על ידי צאנך ובקרך שאת מוצצת מהם חלב וחמאה” 21 .

און דעריבער דאַרף רש”י בריינגען אויך - און צום ערשטן - די ראי’ פון „מיץ אפים” וואו „מיץ” מיינט ממש די פעולה פון קוועטשן.

ד.

דאָס וואָס רש”י בריינגט ניט די ראי’ פון שופטים „ וימץ טל מן הגזה”

(וואָס איז אַן עשי’)

:

אין דעם זעלבן פסוק דאָרט

(אין שופטים),

פאַר די ווערטער „וימץ טל גו’”,

שטייט „ ויזר את הגזה”,

וואָס מיינט אַז ער האָט געקוועטשט די גזה

(ווי רש”י זאָגט דאָרטן „לשון מכבש”).

און וויבאַלד אַז עס איז שוין געווען כבישה,

איז מובן,

אַז „וימץ טל גו’” וואָס איז געווען נאָכדעם,

באַציט זיך ניט צו דער פעולת הכבישה פון

(און אין)

דער גזה עצמה נאָר צו דער יציאת ה„טל” פון דער „גזה” 22 ,

ווי דער פסוק איז מסיים „וימץ טל מן הגזה מלוא הספל מים”.

און דעריבער איז דאָס ניט קיין דוגמא מדויקת לנדו”ד וואו דער „ונמצה דמו” קומט מדגיש זיין די פעולה פון „ כובש בית השחיטה”.

משא”כ אין משלי וואו רש”י קומט מפרש זיין דעם צד השווה פון די אַלע דריי ענינים וואָס דער פסוק זאָגט -„מיץ חלב גו’ ומיץ אף גו’ ומיץ אפים גו’” - וואָס דאָס איז ניט אין דעם אופן הפעולה אין דעם חלב,

אף און אפים

[וואָרום אדרבה: ס’איז באַ יעדערן פון זיי - דורך אַן אַנדער סאָרט פעולה

(כנ”ל ס”ג)],

נאָר דאָס וואָס איז בשווה אין אַלע דריי,

איז די תוצאה פון דער פעולה

(די פעולה וואָס „ יוציא ”)

דער מיץ.

און אויף דעם פּאַסט די ראי’ פון שופטים וואו דער „וימץ גו’” רעדט זיך וועגן דער יציאת

(וסחיטת 23 )

הטל.

וע”פ כל הנ”ל איז אויך מובן וואָס רש”י איז מפרש „כובש בית השחיטה” אין דעם זעלבן דיבור המתחיל בהמשך צו דער ראי’ פון די לשונות וכו’ -וואָרום דאָס איז נוגע לגוף פירושו,

היות אַז ער איז אויסן

(אויך)

צו מסביר זיין אַז דער „ונמצה” איז ע”י כבישה.

ה.

עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס איז דאָ נוגע צו מדגיש זיין אַז דער מיצוי הדם איז דוקא דורך „ כובש בית השחיטה”

(וואָס דערפאַר דאַרף רש”י ברענגען דוקא די צוויי פסוקים כנ”ל)

און ניט דורך אַן אַנדער פעולה?

וי”ל ע”פ הנ”ל: וויבאַלד אַז רש”י לערנט אַז „ונמצה” איז במקום ודוגמת הזריקה

(הזאה)

על המזבח,

איז מסתבר אַז די פעולות האָבן אַ דמיון צווישן זיך 24

- און דאָס איז דוקא אויב עס ווערט געטאָן דורך כבישה,

„כובש בית השחיטה”:

דם וואָס גייט אַרויס דורך „קלאַפּן”

(וכיו”ב)

באַ „מיץ אף יוציא דם”,

איז עס ניט באופן אַז דער דם קומט כסדר דורך זיין כסדר’דיגער פעולה; זיין קלאַפּן כו’ איז גורם די התחלת היציאה פון דעם דם וועלכער גייט דערנאָך מעצמו אַ משך זמן.

משא”כ באַ משקים וואָס קומען אַרויס דורך כבישה

(החולב פון אַ בהמה 25

וכיו”ב)

- איז דער המשך היציאה פון דער משקה אַ תוצאה פון זיין נאָכאַנאַנדיקער פעולת הכבישה.

און וויבאַלד אַז די עבודה פון „ונמצה דמו” איז במקום זריקה

(והזאה)

וואָס קומט אינגאַנצן בפעולת הכהן,

דעריבער,

לערנט רש”י אַז דאָס איז אַזוי אויך באַ „ונמצה דמו”,

דורך „ כובש בית השחיטה”.

ו.

מיינה של תורה וואָס איז דאָ אין פירוש רש”י זה:

ס’איז ידוע וואָס דער רמב”ן 26

זאָגט בנוגע די עבודות וואָס מ’טוט מיט אַ קרבן

(וואָס איז מכפר אויפן אדם),

אַז דער מענטש דאַרף טראַכטן - „כי חטא לאלקיו בגופו ובנפשו וראוי לו שישפך דמו וישרף גופו לולא חסד הבורא שלקח ממנו תמורה כו’ דמו

(דהקרבן)

תחת דמו נפש תחת נפש כו’”.

און דאָס איז אויך דער תוכן הענין וואָס מ’איז מקריב דעם חלב הקרבן ודמו אויפן מזבח,

וואָס אין עבודת האדם איז דאָס דער תענוג

(חלב)

און קאָך

(דם)

וואָס ער דאַרף מקריב זיין,

(אַוועקגעבן)

צום אויבערשטן 27 .

און דעריבער,

ביים

(סיום פון)

ערשטן סוג קרבנות וואָס שטייט אין דער תורה - קרבן עולה 28

[וואָס אויך עולה איז מכפר

(על מ”ע ועל לאו שניתק לעשה 29 )],

איז רש”י מדייק ביי „ונמצה דמו”

[באַ זריקת הדם,

וואָס אין דעם איז דער עיקר הכפרה 30 ],

אַז דער ענין הכפרה פון קרבן באַשטייט אין דעם ענין ה„מיץ”,

כבישה - די אתכפיא און ביטול פון זיין מציאות 31

- און דעמאָלט „הדם מתמצה ויורד” עס ווערט אַרויסגעקוועטשט און גייט פון אים אַוועק דער „קאָך” אין תאוות העולם.

און דערפאַר 32

ברענגט רש”י „לשון מיץ אפים”,

ווייל אין דעם ענין פון „מיץ אפים יוציא ריב” דריקט זיך אויס

(ברמז)

דער תוכן כללי פון אַ חטא,

און דער אופן התשובה וכפרה אויף אַ חטא,

כדלקמן.

ז.

בנוגע צו כעס זאָגן רז”ל „כל הכועס כאילו עובד ע”ז” 33

[און ווי דער אַלטער רבי 34

איז מסביר,

אַז בשעת הכעס „נסתלקה ממנו האמונה”,

וואָרום אויב ער וואָלט געגלויבט אַז דאָס קומט מאת ה’ וואָלט ער דאָך ניט געוואָרן אין כעס],

ד.

ה.

אין דעם ענין הכעס דריקט זיך אויס די אָפּגעריסענקייט פון אויבערשטן - „כאילו עובד ע”ז”.

וואָס דאָס איז דאָך די נקודה פון אַלע עבירות,

ווי דער אַלטער רבי איז מסביר 35 ,

ווייל דורך יעדער עבירה וואָס מ’איז עובר אויפן רצון העליון ווערט מען בשעת מעשה אָפּגעריסן פון אלקות,

מעין ווי דורכן חטא פון ע”ז.

און דאָס איז דער פירוש פנימי פון סיום הכתוב „

(מיץ אפים)

יוציא ריב”: דורך אַן עבירה ווערט אַ „ריב” מיט’ן אויבערשטן; נאָר היות אַז באַ כעס איז דאָס בהדגשה ובאופן בולט ניט ווי ביי אַנדערע עבירות

(ווי מען זעט אַז נאָר באַ באַשטימטע עבירות שטייט „כאילו עובד ע”ז”),

דעריבער ווערט דאָס געזאָגט באַ „מיץ אפים”,

וואָס דאָרטן איז דאָס בגילוי,

כנ”ל.

און בשעת אַ איד בריינגט אַ קרבן און טוט תשובה אויף דער עבירה - אויך דעמאָלט איז „ מיץ אפים יוציא ריב”,

נאָר דאַן איז דאָס באופן פון „ כובש כעסו” הנ”ל און אויך - מרגיז יצ”ט על יצה”ר

(ובכללות איז עס באַ תשובה אויף יעדער עבירה,

וואָס ער איז כובש ומבטש דעם יצה”ר וועלכער האָט אים געבראַכט צו עובר זיין אויף רצון העליון און ווערן אָפּגעריסן פון אלקות)

און דורך דעם איז אויך „יוציא ריב” -מיט’ן יצה”ר.

און דערפאַר שטייט דאָ „אפים” -לשון רבים,

דער כעס וואָס בריינגט דעם ריב מיט’ן אויבערשטן ר”ל,

און דער

(כיבוש ה)

כעס לאפרושי

(זיך אַליין)

מאיסורא 36 ,

בשעת התשובה והבאת הקרבן,

וואָס ברענגט דעם ריב מיט’ן יצה”ר.

ח.

עס קען דאָך אָבער ווערן אַ שאלה: וויבאַלד אַז מצ”ע איז דאָך אַ איד ניט שייך צו אַן עבירה,

וכמאמר 37

אדמו”ר הזקן: אַ איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אָפּגעריסן פון אלקות; און דאָס וואָס אַ איד פאַלט דורך אין אַן עבירה איז דאָס אַן ענין פון „עלילה” מצד למעלה 38

כביכול,

און דעריבער זאָגט מען בל ידח ממנו נדח,

אַז סו”ס וועט יעדער איד תשובה טאָן 39

- איז צוליב וואָס האָט געדאַרפט זיין די ירידה והסתר שע”י החטא?

אויף דעם איז רש”י ממשיך „כי אפס המץ”,

וואָס גייט אויף דעם חלב וואָס מ’איז מוצץ פון די צאן ובקר.

ד.

ה.

דאָס וואָס קומט אַרויס פון דער סחיטה וכבישה,

נאָכדעם וואָס ער טוט תשובה,

איז כדוגמת ענין ה„חלב”:

„חלב” מצד עצמו איז די קס”ד פון תורת אמת,

אַז חלב האָט געדאַרפט זיין אסור

(מצד דעם וואָס „דם נעכר ונעשה חלב”,

אָדער מצד „אבר מן החי”),

נאָר תורה האָט מחדש געווען אַז דאָס איז מותר 40 ,

ביז אַז דאָס ווערט אַן ענין מיט וועלכען מ’איז משבח ארץ ישראל 40

-„ארץ זבת חלב ודבש” 41

; וואָס דאָס ווייזט אויף דעם ענין פון אתהפכא - אַ זאַך וואָס ע”פ תורה האָט דאָס געדאַרפט זיין אסור,

איז דאָס די תורה מתיר און אויך משבח.

ועד”ז ברוחניות הענינים: די כוונה פון דעם „מיץ אפים יוציא ריב”,

וואָס פריער האָט דער מענטש עובר געווען אַן עבירה און ס’איז געווען דערפון דער „ריב” לגבי דעם אויבערשטן,

און דערנאָך דער כובש כעסו,

און דער „ריב” מיטן יצה”ר -

איז צוליב דעם ענין האתכפיא והאתהפכא - איבערמאַכן דעם רע אויף טוב,

ווי ער זאָגט אין תניא 42

דעם טייטש אין פסוק 43

„כל פעל ה’ למענהו וגם רשע ליום רעה,

פי’ שישוב מרשעו ויעשה הרע שלו יום ואור למעלה”,

און דורכדעם ווערט „ריח ניחוח לה’” 44

- נחת רוח פאַרן אויבערשטן,

פון „דברים חריפים או מחומצים רק שהם מתובלים ומתוקנים היטב עד שנעשו מעדנים להשיב הנפש” 45 ,

און עס ווערט „אסתלק יקרא דקוב”ה בכולהו עלמין”.

(משיחת ש”פ ויקרא תשל”ו)

Reader controls and commentary are loading.