B"H
🏡

Ikar

ויקרא ב

א.

דער סדר פון די קרבנות וואָס זייערע דינים שטייען אין אונזער פרשה איז: פריער - קרבן עולה,

מנחה און שלמים,

וואָס זיינען קרבנות נדבה 1 ,

ווי רש”י טייטשט גלייך בתחילת הפרשה 2

אויף „אדם כי יקריב מכם” -„כשיקריב,

בקרבנות נדבה דיבר הענין”; און דערנאָך - חטאת און אשם,

וואָס זיינען קרבנות חובה .

איז ניט מובן: אמת טאַקע אַז רש”י האָט אַ הכרח פון פסוק אַז „בקרבנות נדבה דיבר הענין” 3 ,

אָבער די שאלה שטעלט זיך אויפן פסוק גופא: פאַרוואָס הויבט אָן די תורה מיט קרבנות נדבה?

לכל לראש איז לכאו’ נויטיק צו וויסן די דינים פון קרבנות חובה וואָס אַ איד מוז ברענגען,

און ערשט שפּעטער - פון קרבנות וואָס זיינען בלויז נדבה .

און וויבאַלד אַז דאָס איז אַ קשיא אין פשט הכתובים - האָט עס רש”י געדאַרפט באַוואָרענען.

מוז מען זאָגן אַז אין פשוטו של מקרא איז דאָס מלכתחילה קיין קשיא ניט

(אָדער אַז דאָס ווערט פאַרענטפערט דורך אַ פריערדיקן פירוש פון רש”י) 4 .

ב.

לכאורה קען מען ענטפערן

(בדוחק עכ”פ),

ע”פ פרש”י אויפן פסוק 5

„ונרצה לו לכפר עליו”: „ונרצה לו -על מה הוא מרצה כו’ על עשה ועל לאו שניתק לעשה”.

ד.

ה.

אַז קרבן עולה איז טאַקע אַ קרבן נדבה וואָס מ’איז ניט מחוייב צו ברענגען,

אָבער דער קרבן איז מרצה און נעמט אַראָפּ אַ חובה,

אַ חיוב עונש פון מענטשן,

קומט דאָך אויס אַז קרבן עולה איז אויך פאַרבונדן מיט חובה.

ועפ”ז איז מובן דער סדר - פריער קרבן עולה,

שפּעטער חטאת,

און דערנאָך אשם: ס’איז מער עלול 6

אַז אַ איד זאָל ח”ו עובר זיין,

ובמילא דאַרפן ברענגען אַ קרבן עולה 7 ,

וואָס איז מרצה אויף אַן עבירה קלה יותר - עשה ולאו הניתק לעשה - וויאַ קרבן חטאת,

וואָס קומט און איז מכפר אויף עבירות חמורות - „דבר שזדונו לאו וכרת” 8

; און חטאת,

ווידער,

קומט פאַר אשם -ווייל חטאת נעמט אַרום אַ גרעסערע צאָל עבירות ווי אשם וואָס מ’ברענגט נאָר אויף ענינים מסויימים .

דאָס איז אָבער ניט אויסגעהאַלטן,

וואָרום אויב די תורה איז מקדים עולה

( ניט ווייל ס’איז אַ קרבן נדבה,

נאָר)

צוליב דעם וואָס עס איז פאַרבונדן מיט חובה

(„מרצה כו’ על עשה כו’”)

- האָט דאָך ניט קיין אָרט צו מפסיק זיין

(צווישן עולה און חטאת)

מיט אַנדערע קרבנות נדבה - מנחה און שלמים?

מוז מען זאָגן,

אַז דער פסוק וויל טאַקע מקדים זיין קרבנות נדבה פאַר קרבנות חובה; און קרבן עולה שטייט פאַר קרבן חטאת - מצד דעם וואָס עולה איז אַ קרבן נדבה 9 .

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַ תמי’: פאַרוואָס הויבט אָן די תורה דאָ מיט קרבנות

(חובה של)

יחיד און ניט מיט קרבנות ציבור - לכאורה איפכא מסתברא: פריער דאַרף מען אָנזאָגן וואָס ס’איז נוגע דעם גאַנצן ציבור,

און ערשט שפּעטער - בנוגע יחידים?

לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן 10

: קרבנות ציבור זיינען

(בעיקר)

שייך צו זמנים מיוחדים אין יאָר

(שבת,

יו”ט וכו’)

; דאַקעגן קרבנות יחיד

(נדבה און חובה)

קענען דאָך זיין בכל עת -דערפאַר הויבט זיך אָן פרשת הקרבנות מיט קרבנות יחיד 11

[און די דינים פון קרבן תמיד - וואָס מ’ברענגט פעמיים בכל יום - שטייען טאַקע פריער אין פ’ תצוה 12 ].

דאָס איז אָבער בלויז אַ טעם אויף צו מקדים זיין קרבנות יחיד פאַר קרבנות ציבור - עס איז אָבער תמוה וטעמא בעי,

פאַרוואָס די דינים פון קרבנות ציבור ווערן בכלל ניט דערמאָנט אין פ’ ויקרא 13

(אָדער פ’ צו),

נאָר ערשט אין פ’ אחרי 14 ,

אמור 15

און

(דער עיקר אין)

פ’ פינחס 16 ?

ד.

דער ביאור בכל זה:

אין פשטות הכתובים קומט אויס,

אַז די פ’ הקרבנות פון אונזער פרשה און

(דער ערשטע חלק)

פון פ’ צו זיינען געזאָגט געוואָרן איידער

(וואָס ער דערציילט נאָכדעם )

„קרא משה לאהרן גו’ קח לך עגל וגו’” 17

- סדר החינוך פון אהרן ובניו בשמיני למילואים.

איז פאַרשטאַנדיק בפשטות,

פאַרוואָס מען מוז אָנזאָגן דיני עולה א.

א.

וו.

ווייל אהרן ובניו האָבן געדאַרפט וויסן די דינים פון די קרבנות בכדי קענען זיי מקריב זיין בשמיני למילואים 18 .

און ווי דאָס איז בנוגע די ציווים לאהרן ובניו,

אַז זיי האָבן געדאַרפט וויסן ווי צו מקריב זיין די קרבנות בשמיני למילואים - אַזוי איז עס בנוגע די ציווים

(שבפ’ ויקרא און צו)

צו אַלע אידן,

אַז זיי האָבן געדאַרפט וויסן וואָס פאַר אַ קרבן זיי קענען

(אָדער דאַרפן)

ברענגען גלייך ביים הקמת המשכן בשמיני למילואים.

בפרט אויב מ’זאָל זאָגן 19 ,

אַז

(אויך)

פ’ ויקרא און פ’ צו זיינען געזאָגט געוואָרן בתחילת שבעת ימי המילואים 20

- קענען דאָך די דינים פון פ’ ויקרא און צו זיין נוגע 21

(ניט נאָר ביום שמיני למילואים,

נאָר)

לכל שמונת ימי המילואים 22 .

און דעריבער האָט מען דאָ ניט געדאַרפט אָנזאָגן אויף די קרבנות ציבור

(פון יו”ט וכו’)

וואָס שטייען אין פ’ אחרי אמור און פינחס,

וואָרום דאָ זיינען געזאָגט געוואָרן נאָר אָט די קרבנות וואָס זיינען

(אָדער קענען זיין)

נוגע גלייך בשעת מעשה.

און אפילו די קרבנות ציבור וואָס מ’האָט מקריב געווען אין די ימי המילואים וואָס זיינען ניט פון „אותן שנצטוו בו ביום” 23

(ווי קרבן מוסף דשבת ור”ח 24 )

- וויבאַלד אָבער אַז דער מקריב פון די קרבנות הציבור בימי המילואים איז געווען משה

(ווי רש”י האָט שוין פריער 25

געזאָגט),

איז ניטאָ קיין הכרח אָנצוזאָגן דאָ אַלע אידן

(כהתחלת הפרשה - „דבר אל בנ”י”)

אויף די קרבנות 26 ,

וואָרום משה האָט דאָך געוואוסט וואָס פאַר אַ קרבן און ווי מ’האָט עם געדאַרפט ברענגען 27 ,

ווי ער האָט געוואוסט די פרטי דינים פון אַלע קרבנות וואָס ער האָט מקריב געווען בשבעת ימי המילואים

(כולל - דעם שבת’דיקען טאָג,

חטאת וכו’).

ה.

עפ”ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס די תורה הויבט אָן מיט קרבנות נדבה

(ניט קרבנות חובה)

: אין די ימי המילואים איז ניט מסתבר אַז אידן זאָלן עובר זיין אויף חטאים 28

און מחוייב ווערן בקרבן חובה; ובפרט בשמיני למילואים,

ווען ס’איז געווען השראת השכינה במשכן 29

וואָס איז „עדות לישראל שויתר להם הקב”ה על מעשה העגל” 30 .

דאַקעגן איז יע מסתבר,

אַז בנ”י,

וואָס האָבן געגעבן אויף מלאכת המשכן מיט אַ נדיבות גדולה ביותר 31 ,

האָבן נאָך הקמת המשכן גלייך ביי דער ערשטער געלעגנהייט* 31

געבראַכט קרבנות נדבה .

דערפאַר שטעלט די תורה פריער די קרבנות וואָס זיינען עלול וקרוב געבראַכט ווערן אין ימי המילואים -קרבנות נדבה,

און ערשט דערנאָך - די דינים פון קרבנות חובה.

ו.

דער ביאור פאַרוואָס די תורה הויבט אָן מיט קרבנות נדבה -בפנימיות הענינים,

וועט מען פאַרשטיין בהקדים:

ס’איז ידוע בענין הקרבנות,

אַז דער עיקר דערביי איז די כוונה ומחשבת האדם בשעת’ן ברענגען דעם קרבן,

וכמאמר רז”ל 32

„אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוון לבו לשמים”; אויך ביי קרבנות וואָס קומען לכפר על האדם,

איז די כפרה בעיקר מצד מחשבת האדם,

ווי דער רמב”ן 33

איז עס מבאר אַז ביים ברענגען אַ קרבן דאַרף דער אדם המקריב טראַכטן „כי חטא לאלקיו בגופו ונפשו וראוי לו שישפך דמו וישרף גופו לולא חסד הבורא שלקח ממנו תמורה כו’ דמו

(דהקרבן)

תחת דמו נפש תחת נפש כו’”,

און דאָס מאַכט אַז דער קרבן זאָל מכפר זיין.

מ’זעט דאָס אויך אין דעם נאָמען קרבן ,

וואָס איינער פון זיינע פירושים איז - מל’ קירוב,

וואָס מיינט אַז די עבודה פון קרבן איז צו מקרב זיין די כוחות וחושים צום אויבערשטן 34 .

ועפ”ז איז ניט מובן: וויבאַלד אַז דער עיקר פון קרבנות איז

(ניט די מעשה ההקרבה,

נאָר)

די מחשבת האדם לפני ובשעת ההקרבה,

ווי קומט עס אַז אין תורה שטייט אינגאַנצן ניט וועגן דער מחשבה וכוונה וכו’ 35 ?

דערפאַר איז די תורה מקדים די דינים פון קרבנות נדבה - וואָס זייער גאַנצע הקרבה איז נאָר מחמת נדיבת הלב

(לשמים).

דערמיט זאָגט תורה אַז כוונת הלב איז די הקדמה כללית צו דעם גאַנצן ענין הקרבנות: זי איז די נקודה העקרית פון אַלע קרבנות,

אויך פון קרבנות חובה.

און דאָס איז אויך וואָס רש”י איז מדייק בלשונו „בקרבנות נדבה דיבר הענין ” 36

: דער „ענין” פון קרבנות,

אַלע קרבנות - זיינען בעצם קרבנות נדבה,

ווייל ביי אַלע קרבנות איז דער עיקר די נדיבות הלב און כוונה פון מקריב הקרבן.

ז.

בעומק יותר: די כוונה ונדיבות הלב וואָס פאָדערט זיך ביי אַלע קרבנות,

איז בעצם ובפנימיות פאַראַן ביי כאו”א מישראל; ס’איז נאָר וואָס ביי קרבנות נדבה - וואָס דער מענטש ברענגט

(ניט ווייל ער איז מחוייב ומוכרח בזה,

נאָר)

אַלס נדבה פון זיין אייגענעם גוטן ווילן - זעט זיך אָן די פנימיות זיינע בגילוי .

און דערפאַר איז אויף דעם ניטאָ קיין ציווי אין תורה,

נאָר רש”י דערציילט די מציאות - „בקרבנות נדבה דיבר הענין ”: אַלע קרבנות זיינען אַ קרבן נדבה,

ווייל יעדער איד האָט די נדיבות הלב והכוונה מצד פנימיותו ונשמתו.

וואָס דאָס איז אויך וואָס מ’געפינט ביי קרבנות דעם פסק־דין 37

: „יקריב אותו מלמד שכופין אותו,

יכול בע”כ ת”ל לרצונו,

הא כיצד כופין אותו עד שיאמר רוצה אני”,

ווי דער רמב”ם 38

איז דאָס מבאר

(בנוגע לגט)

: „מאחר שהוא רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות,

ויצרו הוא שתקפו,

וכיון שהוכה עד שתשש יצרו ואמר רוצה אני,

כבר גרש לרצונו”.

און פּונקט ווי דאָס איז ביי „לרצונו” - אַזוי איז עס בנוגע אַלע כוונות וואָס פאָדערן זיך ביים מקריב הקרבן,

ביז -קרבן מלשון קירוב הכוחות והחושים להקב”ה כנ”ל,

אַז דאָס איז דאָ בפנימיות ביי יעדער אידן,

וכתורת אדמו”ר הזקן הידועה 39

:אַ איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אָפּגעריסן פון אלקות.

ח.

עפ”ז איז אויך מובן וואָס די תורה רופט דאָ אָן בנ”י מיטן נאָמען „ אדם

(כי יקריב מכם ”

(בנ”י 40

צו וועמען מען האָט עס געזאָגט))

: דער שם „אדם” איז ע”ש „אדמה* 40

לעליון” 41

- די נשמה וואָס איז אַ חלק אלקה ממעל ממש 42

; און וואָס זי איז דאָ באַ „כל איש ישראל 43

אחד צדיק ואחד רשע” 44 ,

וואָס מצד דעם איז דאָ ביי אַלע אידן די נדיבות הלב והרצון צו זיין קרוב לאלקות.

און דאָס איז אויך דער טעם

(ע”פ „יינה של תורה”)

וואָס רש”י איז מפרש „אדם” „למה נאמר,

מה אדם הראשון לא הקריב מן הגזל שהכל הי’ שלו אף אתם לא תקריבו מן הגזל” - דלכאורה איז ניט מובן: מ’געפינט אין גמרא 45

אַז מ’איז ממעט גזל פון וואָרט „מכם” -פאַרוואָס לערנט רש”י אַז מ’איז ממעט גזל מיטן וואָרט „אדם” וואָס איז בלויז אַ רמז - „מה אדם הראשון כו’”?

איז דער ביאור בזה:

דאָס וואָס אדם הראשון איז „הכל הי’ שלו” איז געווען נאָר בתחילת בריאתו,

זייענדיק אין ג”ע קודם חטא עה”ד 46

; און דאָס איז דער רמז אין פרש”י: דער „אדם” - „אדמה לעליון” - וואָס איז דאָ ביי יעדער איד,

איז בדוגמת אדם הראשון ווי ער איז געווען קודם החטא.

ער איז אין אַזאַ דרגא אַז ער איז העכער פון דעם ענין פון חטאים 47 ,

עכ”פ עס איז ניט שייך באַ עם אַ חיוב פון קרבן כפרת חטא.

און דאָס „זאָגט זיך אַרויס” ביי קרבנות נדבה,

וואָס קומט

(ניט אויף אַ חטא ,

נאָר)

מצד דער נדיבות הלב פון אַ אידן אויף צו זיין קרוב

(קרבן מלשון קירוב,

כנ”ל)

לאלקות.

אָבער לאידך,

איז דאָס פאַראַן אויך ביי אַלע קרבנות

(אפילו ביי קרבנות וואָס קומען אויף אַ חטא ),

כנ”ל,

וואָרום באלד ווי אַ איד איז מחליט צו ברענגען אַ קרבן לכפר אויף זיין חטא,

ווערט נתגלה דער „אדם” שבו,

וואָס איז העכער פון ענין החטאים

(כאדם הראשון קודם החטא,

כנ”ל)

* 47

- און בכח זה ווערט לכפר עליו - דער חטא ווערט אינגאַנצן אָפּגעווישט 48 .

ט.

עפ”י כהנ”ל איז אויך מובן וואָס די תורה איז דאָ מקדים „ויקרא אל משה”,

און ווי רש”י שרייבט באריכות אַז דאָס איז אַ „לשון חבה לשון שמלאכי השרת משתמשין בו וכו’” - וואָס לכאורה: א)

פאַרוואָס שרייבט עס די תורה דוקא ביי פרשת הקרבנות?

ב)

פאַרוואָס איז רש”י אַזוי מאריך אַז „ויקרא” איז אַ לשון חבה וכו’?

דער ביאור אין דעם: ווי געזאָגט פריער,

איז די ערשטע זאַך וואָס אידן האָבן געוואָלט טאָן נאָך דער הקמת המשכן,

איז געווען דאָס ברענגען קרבנות נדבה ,

וואָס דאָס באַווייזט אויף דער חביבות יתירה באַ אידן פון משכן וכו’;

און „כמים 49

הפנים לפנים כן לב האדם

[העליון 50 ]

לאדם” - האָט אויך דער אויבערשטער דאָ אַרויסגעוויזן די גודל החביבות פון השם צו אידן.

און דערפאַר איז אויך רש”י מאריך אין דעם.

י.

נאָך אַן ענין אין דעם: ס’איז ידוע 51

אַז „ויקרא אל משה” איז די נתינת כח אויף עבודת הקרבנות,

וואָס דער עיקר פון עבודת הקרבנות איז די נדיבות הלב,

כנ”ל בארוכה.

און דאָס איז וואָס די תורה איז מקדים „ויקרא אל משה” וואָס איזאַ לשון חבה : אָט די נדיבות הלב פון די אידן צום אויבערשטן,

נעמט זיך פון „ויקרא אל משה” - פון דער חביבות וואָס דער אויבערשטער ווייזט אַרויס צו אידן 52 .

עפ”ז איז אויך מובן וואָס רש”י איז מסיים „אבל לנביאי או”ה נגלה עליהן בלשון עראי וכו’” - דלכאורה: וואָס איז נוגע דאָ דער חילוק צווישן דעם „ויקרא” ביי משה און דער „ויקר” ביי בלעם

(„נביאי או”ה ”)?

- נאָר דער ענין בזה איז כנ”ל:

אין אָט דער נדיבות הלב ביי כאו”א מישראל,

ניט קוקנדיק אויף זיין מצב בחיצוניות,

דריקט זיך אויס דער חילוק צווישן אידן און או”ה: אידן זיינען בעצם טוב וקדושה,

און די ענינים בלתי רצויים שבהם קומען נאָר פון

(בל’ הרמב”ם 53

( „יצרו הוא שתקפו”; משא”כ ביי או”ה „אם יש בהם איזה דבר טוב ה”ז דבר נוסף” 54 .

און דער שורש החילוק נעמט זיך דערפון וואָס ביי אידן איז דאָ דער „ ויקרא אל משה” - די חיבת הקב”ה צו אידן,

און מצד דער חיבה און בחירה פון אויבערשטן אין אידן,

זיינען זיי אַלעמאָל פאַרבונדן בפנימיות מיט אלקות.

(משיחות ש”פ ויקרא תשל”ב,

תשל”ג)

Reader controls and commentary are loading.