א.
מ׳האט שוין פיל מאל גערעדט,
אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואם "ימי החודש" און "ימי השבוע" ווערן גע־ רעכנט לויט צוויי באזונדערע חשבונות,
וואם זיינען אומאפהענגיק איינער פון צווייטן
- און לפי זה: ווען א יו״ט וואם ווערט באשטימט לויטן חשבון פון די ימי החודש
(ווי פםח,
לדוגמא,
וואם איז אלע־ מאל בט״ו בניםן)
פאלט אוים ביום השבת,
דארף אויםקומען לכאורה,
אז די צוויי קדושות אין זעלבן טאג - די קדושת שבת
(מצד דעם םדר פון ימי השבוע )
און קדושת יו״ט
(מצד די ימי החודש )
- זיינען צוויי באזונדערע ענינים,
וואם האבן ניט קיין שייכות צווישן זיך -
וויבאלד אבער אז יעדע זאך
(אין וועלט,
ועאכו״כ)
אין תורה,
איז בהשגחה פרטית ובדיוק,
איז פארשטאנדיק אז דאם גופא וואם דער טאג אין חודש פאלט אוים אין דעם טאג פון וואך,
איז א באווייז אז עם איז דא
(אדער נאכמער,
אז דאם טוט אויף)
א שייכות צווישן זיי.
[וכידוע די ראי׳ אויף דעם פון ש״ם: די גמרא זאגט אין זבחים 1
"ראש חודש למוםפין דידי׳ אהני,
למוםפי שבת לא אהני
(בתמי׳)
״ - אז די
(קרבנות)
מוםפין פון שבת וואם מ׳ברענגט בר״ח שחל בשבת האבן אין זיך אויך די קדושה פון
(מוםפי)
ראש חודש
(וואם מוספי ר״ח "מקודשין משל שבת" 2 )
; קומט אוים,
אז די שייכות און אויפטו
("אהני")
פון ראש חודש איז ניט נאר אין דעם טאג ווי ער איז א פרט פון די ימי החודש ,
נאר אויך אינעם שבת
(ועניני׳),
אז עם ווערט א ראש־חודש׳דיקער שבת 3 ].
דערפון איז אויך פארשטאנדיק בעני־ ננו - פרשת החודש,
אז טראץ דעם וואם זי איז אלעמאל געבונדן
(ניט מיט א באשטימטן טאג אין חודש,
נאר)
מיט יום השבת,
איז אבער דא א לימוד מיוחד
(אין דעם ענין פון "החודש" )
פון דעם באשטימטן טאג אין ימי החודש,
ווען
(שבת)
פ׳ החודש פאלט אוים.
ולדוגמא,
ווען דאם פאלט אוים
(ווי די היי־יאריקע קביעות)
בכ״ה אדר,
וואם לדעת ר׳ יהושע 4
(״בניםן נברא העולם")
איז עם דער "יום הראשון" פון ששת ימי בראשית.
ב.
עם שטייט אין מדרש 5
"לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם״,
וי״ל ומםתבר לומר עפ״ז - וויבאלד אז דער םדר אין תורה איז בדיוק און אויך תורה,
אז "החודש הזה לכם גו׳" איז א יסוד ודוגמא פון כל התורה - די התחלה און יסוד פון אלע מצוות איז - "החודש גו׳".
דער ביאור אין דעם איז מובן פונעם מאמר חז״ל 6
אויך "החודש הזה לכם ראש חדשים״ 7
- וואס דערמיט ווערט געמיינט חודש ניסן,
וואס איז דער חודש הגאולה פון גלות מצרים 8
- אז "כשבחר ביעקב ובניו קבע בו
(ראש)
חודש של גאולה".
ד.
ה.
אז די עבודה פון "יעקב ובניו״ - קיום המצות - איז צו אויפטאן דעם ענין ה״גאולה" אין עולם
("בחר הקב״ה בעולמו")
:
וועלט מצ״ע איז אין א מצב פון גלות,
ווייל ״עולם״ איז פון לשון העלם 9
-אלקות איז בהעלם והסתר אין וועלט; און אפילו אז זייענדיק אין וועלט קומט מען צו דער הכרה אז יש בעה״ב לבירה זו,
איז דאס נאר אויך אזויפיל וויפל וועלט איז מכריח אז זי האט א בעה״ב,
בסגנון אחר: נאר א הכרה אין דעם אור אלקי וואס איז מלובש אין וועלט
(אן אור מדוד ומוגבל).
אבער דורך דער עבודה פון אידן בקיום התומ״צ ווערט אויפגע־ טאן דער ענין ה״גאולה״ - מ׳גייט ארויס פון די מצרים און העלמות און מ׳איז ממשיך דעם אור אלקי שלמעלה מן העולמות.
וויבאלד אז די עבודה פון א אידן איז פועל דעם ענין הגאולה,
איז מובן,
אז אויך די עבודה גופא דארך געטאן ווערן אין אן אופן פון "גאולה":
א איד דארך מקיים זיין תומ״צ אין אן אופן פון "חירות" און מיט א געפיל פון חירות,
אז ער איז "פריי",
ניט אונטערגע־ ווארפן דעם העלם פון וועלט,
און קיין זאך קען אים ניט שטערן אין דער עבודה פון תומ״צ.
אין א טיפערן אופן מיינט עס,
אז א איד גייט ארויס פון די הגבלות פון זיין אייגענער טבע 10
: זיין טאן אין עבודת ה׳ איז ניט באגרעניצט נאר צו די ענינים אין וועלכע ער האט א "געשמאק" מצד טבעו,
און אין זיי גופא איז זיין חיות נאר אויך וויפל עס מאנט זיך מצד זיין טבע - נאר ער טוט אלע מצוות מיט א חיות בלתי מוגבלת פון נשמה.
און דער אופן פון קיום התומ״צ איז מרומז אין דעם נאמען פון דער פרשה -״החודש״
(מלשון חידוש 11 )
: קיום התומ״צ דארך ניט געטאן ווערן אזוי ווי מ׳טוט אן "אלטע",
איינגעוואוינטע זאך,
נאר ווי א נייע זאך - "בכל יום יהיו בעיניך חדשים ״ 12
- וואס מען טוט עס מיט חיות און איבערגעבנקייט,
וואס דאס דריקט זיך אויס אין מקיים זיין תומ״צ מיטן גרעסטן הידור וואס איז מעגלעך.
ווי קען מען מאנען אז די תומ״צ זאל א איד מקיים זיין "כחדשים",
בשעת זיין גוך איז טאג־טעגלעך איינגעוואוינט אין לימוד התורה וקיום המצוות?
- איז כל זמן ער געפינט זיך אין די הגבלות פון דער אייגענער מציאות,
קען ער זיך טאקע ניט באפרייען פון דעם הרגש אז תומ״צ זיינען ביי אים אן ״אײנגעװאוינטער״ ענין; בשעת אבער ער ״שפרינגט ארוים״ 13
פון זיין מציאות,
ער פועל׳ט ביי זיך דעם ענין פון "יציאת מצרים״ אין פנימיות׳דיקן זין 14
- ארוים־ גיין פון די מצרים וגבולים פון זיין טבע - דעמאלט איז אויך דער קיום התומ״צ ביי אים אין אן אופן פון חידוש .
ג.
קען מען מיינען,
אז דאם אלץ איז גערעדט געווארן נאר בנוגע דעם םוג עבודה פון לימוד התורה וקיום המצוות,
וואם איז שייך צו דער נשמה.
ווארום כאטש תומ״צ זיינען אנגעטאן אין דברים גשמיים ועניני עולם הזה 15 ,
האבן זיי אבער מער שייכות צו דער נשמה ווי צום גוף - און אין דעם איז פארשטאנדיק ווי אזוי מ׳קען פועל זיין ביי זיך צו "ארוים־ גיין פון מצרים",
פון די מצרים וגבולים פון טבע הגוף און טאן די עבודה אין אן אופן פון "החודש גו׳".
בשעת אבער עם האנדלט זיך וועגן דער עבודה פון "כל מעשיך יהיו לשם שמים" 16
און "בכל דרכיך דעהו" 17 ,
וועגן דער התעםקות פון א אידן אין די ענינים פון וועלט - וואם הן אמת,
אז ער טוט זיי "לשם שמים" וכו׳,
אבער דאך הערט זיך אין זיי אן אז זיי זיינען "מעשי ך " און ״דרכי ך ״,
מעשים פון גוף - איז ווי קען מען ביי דער עבודה מאנען אז מען זאל זיך אויסטאן פון טבע הגוף,
בשעת אז בשעה זו עצמה איז ער אריינגעטאן אין עניני הגוף?
אויף דעם איז דא די הוראה פון דער קביעות פון שבת פרשת החודש וואם פאלט אוים בכ״ה אדר - דער יום ראשון פון מעשה בראשית - אז אויך אין די עניני הבריאה
(כ״ה אדר)
קען זיין און דארף זיין די עבודה אין אן אופן פון "החודש",
למעלה ממדידה והגבלה.
ד.
ווי איז אבער פארט מעגלעך אז די ביידע ענינים הפכים זאלן זיין בבת אחת - אז זייענדיק אריינגעטאן אין עניני הגוף זאל מען אין דער זעלבער צייט זיין אויםגעטאן פון טבע הגוף?
- איז עם דערפאר,
וואם א איד האט א שייכות צו דער בריאה ווי זי איז באשאפן געווארן
(ניט בכ״ה אלול,
כדעת ר׳ אליעזר 18
("בתשרי נברא העולם"),
נאר)
בכ״ה אדר
(כדעת ר׳ יהושע)
:
ם׳איז ידוע 19 ,
אז די צוויי דיעות -דעת ר״י און דעת ר״א - זיינען ביידע אמת: בניםן איז דאם געווען אינעם אופן פון עלה במחשבה לברוא,
און די בריאה בפועל איז געווען בתשרי 20
; און דאם איז מתאים מיט דעם וואם ם׳איז מבואר אין םפרי קבלה 21 ,
אז ״בניםן נברא העולם״ מיינט דעם ענין הבריאה בשייכות צו פנימיות העולמות און "בתשרי נברא העולם״ - חיצוניות העולמות.
חיצוניות העולמות איז ווי וועלט זעט זיך אן אין חיצוניות,
לעיני בשר,
אלם א דבר בפ״ע,
נפרד פון אלקות - און די התהוות איז פון דיבורו ית׳
(דדבורו של הקב״ה חשיב מעשה 22 ),
וואם דיבור ווערט נמשך באופן אז ם׳זעט אוים
(לגבי נבראים)
ווי ער וואלט געווען כביכול אן ענין נפרד פון אים ית׳ 23 .
פנימיות העולמות איז ווי וועלט איז בפנימיות - מיוחד מיט אלקות,
און דאם איז די התהוות פון בחי׳ מחשבתו ית׳ 24 ,
בדוגמא ווי,
להבדיל,
למטה בלייבט מחשבה אלע-מאל מיוחד מיטן אדם החושב 25 .
און דאם איז אויך די שייכות פון די צוויי עניני התהוות צו די חדשים תשרי וניםן:
די עבודה פון תשרי איז בדרך מלמטה למעלה,
עבודת התשובה; דערפון גופא וואם מ׳דארף זיך אומקערן צום אוי-בערשטן,
איז מוכח אז פריער איז מען געווען מרוחק 26
פון אלקות - און מצד דער דרגא אין עבודה זעט זיך אן מיט א פשיטות ווי וועלט איז א מציאות,
און מ׳דארף האבן ראיות והוכחות אז יש בעה״ב לבירה זו;
די עבודה פון ניםן - עבודת הצדיקים - איז מלמעלה למטה: ער איז מלכתחילה קרוב 26
ומיוחד מיט אלקות,
ובמילא איז ביי אים,
אדרבא: אלקות איז ער מרגיש בפשיטות,
און די מציאות הנבראים האט ביי אים אן ארט אין הרגש נאר דערפאר וואם ער האט דערויף א הוכחה פון תורה - "בראשית ברא אל-קים" 27 ,
ובמילא איז וועלט ביי אים התחדשות און זי איז תופם מקום נאר אויף וויפל תורה גיט פאר איר אן ארט.
און וויבאלד אז נשמות זיינען שייך צו פנימיות העולמות 28 ,
בחי׳ מחשבה 29
- איז פארשטאנדיק,
אז יעדער איד האט דעם כח צו פועל זיין אז ער זאל דערהערן "אלקות בפשיטות ומציאות בהתחדשות״ 30
- אז די הוכחה אויף דער פאראנענקייט פון וועלט איז ביי אים נאר ווייל תורה זאגט "בראשית ברא אלקים",
ובמילא איז זיין יעדע עשי׳ דורכאוים א תורה׳דיקע ־מציאות.
זיין התעסקות אין עניני הגוף והעולם איז ווייל תורה זאגט אים אן דאם צו טאן - און אין אן אופן פון "כל מעשיך יהיו לש״ש" און ״בכל דרכיך דעהו״ - ובמילא ווערט אויך די עבודה געטאן אין אן אופן פון "החודש" וחידוש,
העכער פון מדידות והגבלות פון זיין מציאות וטבע.
ה.
ויש לומר,
אז אט דעם ענין -דער חיבור פון ״החודש״ מיט ״כ״ה אדר״ - איז רש״י מרמז אין דעם מאמר "לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם",
וואם ער ברענגט בפירושו אויפן ערשטן פסוק פון תורה ״בראשית ברא אלקים גו׳״ - דלכאורה איז ניט גלאטיק:
א)
כידוע איז ניט דער דרך פון רש״י צו זאגן פריער די שוועריקייט אין פסוק און דערנאך פארענטפערן זי,
נאר ער הויבט גלייך אן מיטן פירוש והסברה
(ובדרך ממילא פאלט אפ די קשיא)
-פארוואס שטעלט ער דא פריער די קשיא "לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם",
און הויבט ניט אן גלייך מיטן פירוש "פתח בבראשית משום כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים 31
שאם יאמרו וכו׳" 32 ?
ב)
אפילו אויב מ׳זאל זאגן,
אז בנדון דידן וואלט מען ניט פארשטאנען די שוועריקייט אין דעם וואס "פתח בבראשית" סיידן מ׳איז פריער מסביר אז די תורה
(וואס געהערט צום אידישן פאלק)
האט זיך געדארפט אנהויבן 33
מיט "החודש הזה לכם שהיא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל״ 34
- איז אבער פארט ניט גלאטיק אין פירוש רש״י:
(א)
וואס איז דא נוגע צו אויסטייטשן אז "מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל" איז ״החודש הזה לכם״ 35
- לכאורה האט רש״י געדארפט מקצר זיין און זאגן "לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא ממ־ צוה
(ראשונה)
שנצטוו בה ישראל"?
(ב)
וויבאלד אז רש״י׳ס קשיא איז,
ווי מפרשים זאגן,
אז די אלע פרשיות ביז "החודש גו׳" האבן ניט געדארפט שטיין אין תורה שבכתב - פארוואס נוצט ער דעם לשון "לא הי׳ צריך להתחיל את התורה"
(וואס איז משמע,
אז בלויז די התחלה האט געדארפט זיין ניט מיט דעם) 36 ,
עס וואלט געווען מער מתאים צו זאגן
( כלשון המדרש 37 )
"לא הי׳ צריך לכתוב את התורה אלא מהחודש הזה לכם"?
איז דער ביאור אין דעם
(אין "יינה של תורה" וואס אין דעם פירוש רש״י)
:
"לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם" איז ניט נאר א קס״ד,
נאר דאס בלייבט אויך לפי המסקנא 38
: וויבאלד אז דאס איז "מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל" מוז מען זאגן אז דאס איז באמת דער יסוד והתחלה פון גאנץ תורה
(וכנ״ל סעיף ב׳).
און דאס מיינט רש״י מרמז צו זיין מיט זיין פירוש אויף ״בראשית״ - "לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם": וויבאלד אז
(אויך)
"בראשית ברא גו׳" איז א חלק פון תורה,
דארף מען זאגן,
אז "החודש הזה לכם גו׳" איז די "התחלה"
(ויסוד)
אויך פון "בראשית ברא גו׳".
דאס מיינט,
אז די עבודה פון אידן אין אן אופן פון "החודש גו׳" דארף זיך אנהויבן אלס עיקר ויסוד
(אויך)
אין עניני העולם,
אויפטאן דעם ענין הגאולה אין וועלט גופא.
און ווי רש״י איז מסביר אין המשך פירושו - "פתח בבראשית משום כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים": די עבודה פון אידן באשטייט אין דעם,
אז אויך ״נחלת גויס״ - וועלט -זאל ווערן אויסגעלייזט און איבערגיין אין רשות פון אידן,
וועלכע מאכן דאס
(איבער)
לשם שמים,
און א וועג צו דעהו.
ו.
נאך אן ענין אין דעם קשר פון "החודש" מיט כ״ה אדר:
מיט "החודש הזה לכם ראש חדשים גו׳״ מיינט דער פסוק ר״ח ניסן 39
- יום ו׳ למע״ב
(לדעת ר׳ יהושע),
דער טאג פון בריאת האדם.
און דאס איז אויך דער קשר מיטן מאמר חז״ל הנ״ל אויף ״החודש הזה גו׳״ - "כשבחר ביעקב ובניו קבע בו ראש חודש של גאולה",
ווייל אין דעם טאג איז באשאפן געווארן דער אדם און דערמיט האט זיך אויפגעטאן דער ענין פון עבודת האדס
(פון "בחר ביעקב ובניו" 40 )
אין אן אופן פון "חידוש" און ״גאולה״ כנ״ל; משא״כ די בריאה ווי זי איז בכ״ה אדר,
פאר בריאת האדם ועבודתו,
איז די התהוות וקיום העולם געווען באתערותא דלעילא,
מצד חפץ חסד הוא 41 .
אויף דעם קומט די הוראה פון פרשת החודש שחל בכ״ה אדר,
אז אויך תחילת הבריאה,
וואס איז לכאורה נאר מצד חפץ חסד הוא,
איז זי באמיתית ובפנימיות פארבונדן מיט "החודש גו׳",
מיט עבודת האדם 42
; וכידוע מאמר חז״ל 43
וועגן כללות בריאת העולמות: "במי נמלך בנשמותיהם של צדיקים",
אז דער גאנצער ענין הבריאה איז געווען דורך דעם וואס "עלה לפניו ית׳ התענוג שיתענג כביכול בעבודת הצדיקים" 44 .
דער ביאור אין דעם: דאס וואס די בריאה איז מצד חפץ חסד הוא איז ווייל קודם הבריאה - ד.
ה.
ווי דער אור אלקי איז נאך אינגאנצן העכער פון גדר עולמות ונבראים - איז ניט שייך אז עבודת הנבראים זאל תופס מקום זיין,
ובמילא קען די בריאה זיין נאר בדרך אתערותא דלעילא מצד עצמו,
ווייל חפץ חסד הוא 45
; אבער מאידך,
איז מצד דעם וואס חפץ חסד הוא איז דאס גופא בריינגט - אז עבודת הנבראים זאל יע האבן א תפיסת מקום 46 ,
ובמילא איז די סיבת הבריאה פארבונדן
(דורך "חפץ חסד")
מיט דעם וואס "עלה לפניו ית׳" די עבודה פון צדיקים.
[וואס דאס איז איינער פון די ביאורים אין דער תורה פון מגיד 47 ,
אז די בריאה איז געווען "בשביל שיהיו ישראל צדיקים בכל דור" און וויבאלד אז ביי הקב״ה זיינען "העבר והעתיד שוים",
דערפאר "הי׳ הוא ית׳ מתענג ממעשה הצדיקים וצמצם א״ע"; ועד״ז וועגן אידן,
דאס וואס ״ישראל עלו במחשבה״ 48
- איז ער מסביר 49
- אז ביי בשר ודם "מי שלא הי׳ לו בן מעולם לא יכול לומר שיהא נחקק במחשבתו צורת הבן שיהי׳ לו אחר כך..
אבל אצל השם יתברך..
אך קודם שנבראו ישראל הי׳ נחקק צורתם במחשבה..
כי אצלו יתברך העבר והעתיד א׳״ -
דלכאורה,
וואס איז דער אויפטו אין דעם?
עס איז פשוט אז דער אויבער-שטער איז למעלה מן הזמן און דער עבר און עתיד זיינען ביי אים "שווים"?
נאר דער ביאור אין דעם איז: וויבאלד דא רעדט זיך וועגן דעם אור אלקי ווי ער איז נאך העכער פון צמצום און פון שייכות - אפילו בכח 50
- צו דער בריאה,
איז דאך לכאורה ניט שייך צו זאגן אז "דארט" זאל נחקק ווערן די עבודה פון צדיקים
(אדער "צורת הבן" בכלל)
- היינט ווי קען מען זאגן אז דאס איז די סיבה פון דעם צמצום ובריאה?
און דאס טוט מען אויך: מצד דעם וואס "העבר והעתיד שווים",
איז דער ענין פון מעשה הצדיקים און "צורת הבן" שוין נחקק געווארן בפועל 51
אין דער בחי׳ פון "חפץ חסד הוא"
(וואס איז אינגאנצן העכער פון נבראים כו׳),
ביז,
אז דאס איז די סיבת 52
הצמצום והבריאה].
ז.
דאס איז אויך די הוראה אין עבודה בפועל,
אז אויך די ענינים וואס קומען בדרך אתערותא דלעילא וועלכע זיינען לכאורה העכער פון דעם אז דער מענטש זאל אין זיי עפעם אויפטאן דורך זיין עבודה - אויך די ענינים זיינען אין דער אמת׳ן פארבונדן מיט עבודת האדם 53 .
ויש לומר,
אז דאם איז אויך דער טעם פנימי וואם דער מאמר "לא הי׳ צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם״ ברענגט רש״י גלייך אויפן פםוק "בראשית ברא גו׳",
וואם דערמיט איז ער מרמז:
בשעת א איד לערנט דעם פםוק "בראשית ברא גו׳" אין תורה,
איז דאך דאם גופא אן ענין פון "עבודה"; ובמילא ווערט דורך דעם אויפגעטאן,
אז שוין אין דעם ענין פון ״בראשית ברא גו׳״ -וואם איז אן ענין פון אתערותא דלעילא כנ״ל - איז דא דער "החודש הזה לכם",
וואם ווייזט אויך דער עבודה פון "יעקב ובניו" 54 .
(משיחות ש״פ החודש תשל״ו ותשל״ז,
ש״פ נצבים תשל״ד)