B"H
🏡

Ikar

פקודי ב

א.

אויף „אלה פקודי המשכן משכן העדות וגו'" זאָגן חז"ל 1 ,

אַז דאָס וואָס עס שטייט „משכן משכן שני פעמים" איז מרמז אויפן „מקדש שנתמשכן בשני חורבנין" 2

- פון בית ראשון און פון בית שני.

איז אין דעם ניט מובן

(ווי עס פרעגן מפרשים 3 )

: נאָר איינער פון די צוויי מאָל „משכן משכן" איז מיותר

(וואָרום איין מאָל „משכן" דאַרף דאָך שטיין „לגופי'")

- היינט ווי קען מען דרש'נען,

אַז „משכן משכן שני פעמים" זיינען מרמז אויף צוויי

(„חורבנין" פון ביידע)

מקדשות?

איז דערפון גופא געדרונגען,

אַז דער לימוד הנ"ל פון „משכן משכן" איז

(ניט אַ דרש מיתורא דקרא,

נאָר)

אַ רמז

(בל' רש"י)

אין דעם כפל פון „משכן" - „שנתמשכן" ; ד.

ה.

אַז מתאים לפירוש הפשוט פון „המשכן משכן" רעדט דער פסוק וועגן דעם משכן,

נאָר דערביי איז דער לשון „משכן" מרמז אויף דעם ענין פון „משכון" - „משכן משכן שני פעמים" ווייזט אויף דעם „משכון" פון צוויי מקדשות 4 .

ב.

דער ספורנו 5

איז מסביר,

אַז דער פסוק „אלה פקודי המשכן וגו'" ברענגט אַרויס דעם גודל המעלה פון די חלקי וכלי המשכן,

וואָס צוליב דעם איז „לא נפסדו"

(ווי חז"ל 6

זאָגן „שמא תאמר אבד כו' ת"ל 7

עצי שטים עומדים שעומדים לעד ולעולמי עולמים"),

און נאָכמער - „לא נפל דבר להם ביד האויבים".

און דער פסוק איז מפרט די פרטי המעלות „שבשבילם הי' ראוי להיות נצחי ושלא ליפול ביד אויבים" -„משכן העדות אשר פוקד על פי משה עבודת הלוים ביד איתמר גו' ובצלאל גו'",

וואָס צוליב די אַלע מעלות „שרתה שכינה במעשה ידיהם ולא נפל ביד אויבים".

משא"כ ביים מקדש ראשון,

וואו ס'זיינען ניט געווען אַלע די מעלות,

איז „אע"פ ששרתה בו שכינה נפסדו חלקיו וכו' ונפל בסוף הכל ביד אויבים"; און אַזוי אויך

(און נאָכמער)

ביים מקדש שני - „לא הי' בו גם א' מכל אלה התנאים לא שרתה בו שכינה ונפל ביד אויבים".

[וי"ל,

אַז דער מקור אויף דעם

(עכ"פ - צו כללות הפירוש)

איז פון דעם מאמר חז"ל אין גמרא 8

אַז „לא שלטו שונאיהם" במעשי ידי משה 9 ,

און דערפאַר איז „משנבנה מקדש ראשון נגנז אהל מועד קרשיו קרסיו בריחיו ועמודיו ואדניו"

(און זיינען ניט אַריינגעפאַלן ביד האויבים)

; און אויף דעם איז מיוסד דער פירוש אַז „אשר פוקד על פי משה " איז אַ טעם אויף דער נצחיות כו' פון די חלקי וכלי המשכן].

ג.

אָט די מעלה אין משכן לגבי די מקדשות איז מצד דעם פשט המקרא -ד.

ה.

ווי דער ענין איז בפשטות ובגלוי ,

איז דוקא דער משכן

(זייענדיק מעשי ידי משה,

„אשר פוקד על פי משה")

אַ נצחי,

משא"כ די מקדשות וואָס נפלו „ביד אויבים" און זיינען חרוב געוואָרן.

אָבער מצד דעם רמז וואָס איז אין פסוק - ד.

ה.

ווי דער ענין איז בפנימיות - זיינען אויך די מקדשות נצחיים.

און דערמיט ווערט פאַרענטפערט התמי' הגדולה וואָס דער פסוק איז מרמז אויפן חורבן ביהמ"ק מיט'ן וואָרט „משכן" - „שנתמשכן": דער ענין פון אַ משכון איז ניט אַז דער

(פאַרמשכון'טער)

חפץ ווערט פאַרלאָרן פון זיין בעה"ב,

אַז ער גייט אַריבער אינגאַנצן אין רשות פון מלוה,

נאָר ער געפינט זיך ביים מלוה צייטווייליק און סוף־סוף ווערט דער זעלבער חפץ

( משכון )

אומגעקערט צום לווה.

און אַזוי אויך איז בנוגע די מקדשות: דאָס וואָס זיי זיינען חרוב געוואָרן מיינט ניט אַז זייער מציאות איז אינגאַנצן בטל געוואָרן ח"ו,

נאָר דאָס איז בלויז אין אַז אופן פון אַ „משכון",

אַז סוף־סוף וועט דער מקדש עצמו

(הא' וכן הב')

אומגעקערט ווערן צו אידן 10 .

ד.

די מעלת הנצחיות הנ"ל וואָס איז דאָ אין משכן לגבי די מקדשות איז נאָר בנוגע די חלקי וכלי המשכן.

אָבער בנוגע דער קדושת המקום,

די השראת השכינה במקום המשכן ומקדש,

געפינט מען די מעלת הנצחיות דוקא אין מקדש,

ווי דער רמב"ם זאָגט אין הל' בית הבחירה 11

: „וכבר נתפרש בתורה משכן שעשה משה רבינו והי' לפי שעה כו' כיון שנבנה המקדש בירושלים נאסרו כל המקומות כולן לבנות בהן בית לה' ולהקריב בהן קרבן 12 .

ואין שם בית לדורי הדורות 13

אלא בירושלים בלבד ובהר המורי' 14

וכו'

(און ברענגט דערויף אויך דעם פסוק 15 )

זאת מנוחתי עדי עד " - אַז די קדושה אין מקום המשכן איז נאָר געווען „לפי שעה",

ובלשון הכתוב 16

„ואהי' מתהלך באהל גו'",

און אַ „ בית

(להשראת השכינה בקביעות )

לדורי הדורות" איז נאָר

(אַ מקדש)

אין ירושלים - ועד"ז אויך אין קו השלילה: נאסרו כל המקומות כולן לבנות כו'.

און נאָכמער: ביים בנין מקדש ראשון האָט זיך אויפגעטאָן ניט בלויז אַ מקום קבוע להשראת השכינה,

נאָר די השראת השכינה איז דאַן בפועל געוואָרן אין אַן אופן נצחי,

ווי דער רמב"ם 17

פסק'נט אַז די קדושת המקדש וירושלים „קדושה ראשונה קדשה לעת"ל ..

לפי שקדושת המקדש וירושלים מפני השכינה ושכינה אינה בטלה".

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דאָס וואָס ס'האָט זיך גערעדט פריער,

אַז בפנימיות

(מצד דעם „רמז" שבמקרא)

זיינען אויך די מקדשות נצחיים ווי דער משכן - איז עס ניט נאָר מצד דעם וואָס די קדושת מקום המקדש „אינה בטלה"

- ווייל,

אדרבה,

אין דעם איז דאָך

(מקדש עיקר ,)

פאַראַן אַ יתרון אין מקדש לגבי משכן,

כנ"ל -

נאָר,

אַז אויך אין די מקדשות איז דאָ עכ"פ אַ „מעין" פון דעם ענין הנצחיות וואָס אין חלקי וכלי המשכן 18 .

ה.

קלערער דאָס צו פאַרשטיין,

דאַרף מען מקדים זיין דאָס וואָס חז"ל 19

זאָגן אויפן פסוק 20

„כי לא באתם עד עתה אל המנוחה ואל הנחלה": „מנוחה זו שילה נחלה זו ירושלים" 21 .

אין פשטות,

איז דער טעם פאַרוואָס דוקא ירושלים ווערט אָנגערופן „נחלה" און שילה בלויז „מנוחה" - ווייל „נחלה" ווייזט אויף קביעות מער ווי „מנוחה"

(וואָס איז שייך אויך באופן ארעי).

און דערפאַר ווערט ירושלים,

וואָס „אין שם בית לדורי הדורות אלא בירושלים",

אָנגערופן „נחלה" 22 .

אָבער דאָס איז ניט מספיק - וואָרום לויט איין דיעה 23

איז „מנוחה זו ירושלים נחלה זו שילה",

אע"פ וואָס לכו"ע האָט ירושלים אין זיך אַ העכערע מעלה ווי שילה.

מוז מען זאָגן,

אַז אויך אין „מנוחה" איז דאָ אַ מעלה אויף „נחלה"; ד.

ה.

אַז „מנוחה" און „נחלה" זיינען צוויי באַזונדערע סוגי מעלות,

ויש בזו מה שאין בזו 24 .

איז דער ביאור אין דעם: ווי געזאָגט,

איז די מעלה פון משכן אין דעם,

וואָס די חלקי וכלי המשכן זיינען נצחיים,

אָבער דער משכן אַלס מקום השראת השכינה איז געווען נאָר „לפי שעה",

„אוהל".

דאַקעגן ביים מקדש,

איז להיפך: אין מקום המקדש איז דאָ אַ קדושה נצחית - „אינה בטלה",

אָבער דער עצם הבנין וחלקיו „נפסדו" און זיינען אַריינגעפאַלן בידי האויבים.

און די צוויי פאַרשידענע מעלות זיינען מרומז אין די צוויי תוארים „מנוחה" און „נחלה",

וואָס דער חילוק בפשטות צווישן זיי איז:

„מנוחה" איז מתאר דעם מצב פון נפש האדם

(גברא)

- ער איז ניט אין אַ מצב פון טלטול ממקום למקום.

און אין דעם גייט אויך אַריין דער „מצב" פון די כלי האדם וואָס ווערן מיטלטל צוזאַמען מיט אים,

ווי מיר זען בחוש,

אַז די כלי האדם ווירקן אויף דעם דעת האדם 25

און זיינען נענטער צו אים,

מער ווי זיין דירה* 25

; דאַקעגן „נחלה" איז מתאר די תכונה פון דער עצם זאַך

(חפצא)

- די קרקע וכיו"ב.

און דערמיט איז מובן וואָס משכן שילה - וועלכער איז בחלקו באַשטאַנען פונעם „משכן שעשה משה",

ווי דער רמב"ם 26

זאָגט „ובנו שם בית כו' ופרשו יריעות המשכן עליו" - איז מעלתו „מנוחה": די נצחיות אין אים איז געווען אין די חלקי וכלי המשכן - זאַכן וואָס ווערן מיטלטל מיטן מענטשן; און דעריבער,

ווען עס איז געקומען לידי „קביעות" אין שילה 27

ווערט עס אָנגערופן „מנוחה",

וואָס איז מתאר,

כנ"ל,

דעם מצב פון נפש האדם .

משא"כ דער מקדש,

וואָס מעלתו איז

(ניט אין די חלקי וכלי המקדש,

נאָר)

אין מקום המקדש,

ווערט אָנגערופן בהתאם לזה - „נחלה",

וואָס באַצייכנט די תכונת המקום,

כנ"ל.

ו.

די הסברה אין די חילוקים הנ"ל צווישן משכן און מקדש:

דער ענין פון נצחיות קען זיך ניט אויפטאָן דורך מעשה בני אדם -נבראים,

מוגבלים; דאָס איז שייך נאָר ביי מעשה ידיו של הקב"ה.

און דעריבער זיינען די חלקי המקדש עצמם ניט קיין נצחיים,

וואָרום זיי זיינען

(בלשון הזהר 28 )

„בניינא דבר נש ".

משא"כ דאָס וואָס דער מקום המקדש האָט אַ קדושה נצחית,

איז דאָס ניט אַן ענין וואָס בני אדם טוען אויף,

נאָר דאָס איז דער „מקום אשר יבחר ה"א בו לשכן שמו שם" 29

; ובלשון הרמב"ם 30

: „קדושת המקדש כו' מפני השכינה ושכינה אינה בטלה".

ד.

ה.

ניט דער בנין המקדש האָט אויפגעטאָן די נצחיות השראת השכינה אין מקדש - דאָס איז בלויז געווען אַ הכנה אַז דער מקום זאָל זיין מוכשר צו אַזאַ השראה

(און אַז זי זאָל זיין באופן גלוי),

אָבער די השראה גופא איז געקומען מצד בחירת הקב"ה אין דעם מקום,

וואָס דעריבער איז עס אַן ענין נצחי.

ביים משכן,

אָבער,

איז פאַרקערט: די השראת השכינה איז ניט געקומען מצד בחירת הקב"ה אין מקום המשכן „לשכן שמו שם",

נאָר די עשיית המשכן איז געווען די סיבה אויף דעם - „ועשו לי מקדש

(און דורכדעם)

ושכנתי בתוכם" 31

(און ווען עס ווערט בטל במקום זה די סיבה,

דער אויפגעשטעלטער משכן -דער „ועשו לי מקדש",

ווערט בטל דער מסובב - דער „ושכנתי" אין דעם אָרט).

משא"כ די חלקי וכלי המשכן,

זייענדיק מעשי ידי משה - וואָס משה איז עבד ה',

עבד נאמן 32 ,

וואָס די גאַנצע מציאות פון אַן עבד איז די מציאות האדון 33

; ובפרט לויטן פירוש 34

אין „מה שקנה עבד קנה רבו" 35 ,

אַז עס מיינט

(ניט אַז דער עבד איז קונה פאַר זיך און דורך אים ווערט עס נקנה לרבו,

נאָר)

אַז מלכתחילה איז „קונה רבו" -

איז אַזוי ווי מעשי ידיו של הקב"ה זיינען נצחיים,

אַזוי זיינען אויך די מעשי ידי משה,

עבד ה'.

ז.

וי"ל,

אַז דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס די השראת השכינה אין מקדש איז געקומען בזכות פון דוד המלך,

ווי חז"ל 36

זאָגן,

אַז דוקא נאָכדעם ווי שלמה האָט מתפלל געווען צום אויבערשטן „ה' אלקים אל תשב פני משיחך זכרה לחסדי דויד עבדך" 37

האָט ער געקענט אַריינברענגען דעם ארון אין בית קדשי הקדשים „ושרתה השכינה בבית" 38

-

וואָרום וויבאַלד אַז עס האָט זיך געדאַרפט דאַן אויפטאָן די השראת השכינה אין אַן אופן נצחי,

האָט אויך די הכנה מצד „בני אדם" געדאַרפט זיין פאַרבונדן מיט אַזאַ וואָס איז דוגמת משה רבינו וואָס מעשי ידיו זיינען קיימים לעולם.

און דערפאַר איז דאָס געקומען בזכות דוד,

וואָס ענינו איז - עבד ה' 39

(וואָס דערפאַר האָט שלמה מדגיש געווען אין דער תפלה הנ"ל „דויד עבדך ")

;

און מצד דעם זיינען מעשי ידיו נצחיים און לא שלטו בהם אויבים

(ווי ביי משה),

כמבואר אין גמרא 40 .

ח.

עפ"י דעם ביאור הנ"ל במעלת התואר „מנוחה",

קען מען אויך מבאר זיין וואָס מיר געפינען דעם לשון „מנוחה" אויך בנוגע צו ירושלים,

ווי עס שטייט 41

„בחר ה' בציון גו' זאת מנוחתי עדי עד" - דלכאורה: וויבאַלד אַז „ונחלה זו ירושלים"

(און „מנוחה זו שילה")

האָט געדאַרפט שטיין „זאת נחלתי עדי עד"?

-

ווייל אין דעם מקדש השלישי וועלן זיין ביידע מעלות - סיי „נחלה" סיי „מנוחה": זיין נצחיות איז ניט נאָר אין מקום המקדש

(ווי אין מקדש ראשון ושני),

נאָר אויך דער בנין עצמו

(ענין ה„מנוחה" כנ"ל)

וועט האָבן אַ קיום נצחי,

וויבאַלד דער אויבערשטער אַליין וועט עס בויען,

וכמש"נ 42

„מקדש אדנ־י כוננו ידיך"; ווי עס שטייט אין זהר 43

אַז דער מקדש שלישי וועט געבויט ווערן „על ידא דקב"ה

(און דעריבער)

יהא קיימא לדרי דרין".

ט.

לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן: דער פירוש הפשוט פון פסוק „זאת מנוחתי עדי עד" רעדט ניט

(נאָר)

וועגן דעם זמן פון מקדש שלישי,

נאָר וועגן דעם מקדש ראשון 44

; און נאָכמער: דער רמב"ם ברענגט דעם פסוק אַלס טעם אויפן דין „כיון שנבנה המקדש בירושלים נאסרו כל המקומות וכו'" - היינט ווי רופט מען עס דעמאָלט „זאת מנוחתי גו'"?

איז דער ביאור אין דעם: די גמרא זאָגט אין עירובין 45

- לגבי די חניות פון בנ"י אין מדבר: „כיון דכתיב 46

בהו על פי ה' יחנו ועל פי ה' יסעו כמאן דקביע להו דמי".

ד.

ה.

הגם אַז „ישראל במדבר יושבי אוהלים היו שאינן קבועין" 47 ,

וויבאַלד אָבער אַז זייער חני'

(באוהל)

איז געווען „על פי ה'",

איז „כמאן דקביע להו דמי": די חני' אַליין

(דער אהל )

ווערט

(בזמן החני')

אַן ענין פון „קבע".

און עד"ז איז אויך בעניננו: וויבאַלד אַז „על פי ה' " ווערט דער מקדש אָנגערופן „ בית " 48

(וואָרום ביז דעם מקדש -„ואהי' מתהלך באוהל גו'" 49 )

- איז „כמאן דקביע להו דמי",

אַז אויך דער מקדש בעצמו איז ניט „לפי שעה",

נאָר האָט אין זיך

(כעין)

ענין המנוחה -נצחיות - „נידונת קבע " 50 .

און דערפאַר פּאַסט דער תואר „מנוחה" אויך בשייכות צום מקדש ראשון

(ושני)

- וואָרום הגם אַז די שלימות ענין המנוחה

(אַזוי ווי אין די חלקי וכלי המשכן)

וועט ערשט זיין במקדש שלישי,

איז אָבער אַ מעין דערפון אויך דאָ אין מקדש ראשון ושני,

וויבאַלד אַז „על פי ה'" ווערן זיי אָנגערופן

(ניט „אהל",

נאָר)

- „ בית ".

[וי"ל,

אַז דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס די הכנות צום בנין בית המקדש זיינען געטאָן געוואָרן דורך דוד'ן,

ווי דערציילט אין נ"ך 51

- ווייל מעשי ידיו זיינען נצחיים

(כנ"ל ס"ז)

און מצד דעם איז אויך אין גוף בית המקדש געווען אַ מעין פון ענין הנצחיות כנ"ל.

נאָר פונדעסטוועגן איז „נפל בסוף הכל ביד אויבים",

וויבאַלד אַז דער בנין בפועל איז געווען דורך שלמה און נאָר די הכנה איז געווען ע"י דוד 52 ].

יו"ד.

ס'איז פריער

(ס"ב)

געבראַכט געוואָרן דאָס וואָס שטייט אין ספורנו,

אַז איינע פון די מעלות אין משכן „שבשבילם הי' ראוי להיות נצחי וכו'" איז דאָס וואָס ער איז „משכן העדות -שהיו בו לוחות העדות";

איז כשם ווי ס'איז דאָ אַ צד השווה צווישן משכן און מקדש שלישי אין מעלת הנצחיות

(באופן גלוי)

פון זייערע חלקים און כלים - אַזוי איז פאַראַן אַ צד השוה צווישן זיי אויך אין דער סיבה פון זייער נצחיות

(„שבשבילם הי' ראוי להיות נצחי וכו'"),

אַז סיי אין משכן

(אין מדבר)

און סיי אין מקדש שלישי איז דער ארון במקומו דעם גאַנצן משך הזמן פון זייער קיום.

משא"כ ביים מקדש שני איז דער ארון מלכתחילה ניט געווען 53 ,

און אויך ביים

(סוף זמן פון)

מקדש ראשון איז „ גנזו יאשיהו" 54 .

יא.

ווי גערעדט פריער בארוכה,

איז אויך אין מקדש ראשון ושני פאַראַן די מעלת הנצחיות,

נאָר ביי זיי איז עס בעיקר ובגלוי

(ניט בשייכות צו די חלקי המקדש,

נאָר)

בנוגע דער השראת השכינה אין מקום המקדש.

ד.

ה.

ס'איז ניט ווי די נצחיות וואָס איז אין משכן,

וואָס די גשמיות'דיקע חלקי וכלי המשכן זיינען נצחיים,

נאָר ס'איז די נצחיות פון השראת השכינה,

ברוחניות - „שכינה אינה בטלה".

עפ"ז דאַרף מען זאָגן,

אַז דאָס וואָס דער ארון איז מוסיף,

טוט אויף די מעלת הנצחיות - איז עס

(ניט די נצחיות רוחנית פון השראת השכינה,

נאָר)

דווקא די גשמיות'דיקע נצחיות פון די חלקי וכלי המשכן.

יב.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם ענין הארון אין עבודת ה':

יעדער איד איז אַ „משכן" ומקדש לו ית',

כדברי רז"ל 55

הידועים אויפן פסוק 31

„ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם ".

איז כשם ווי אין מקדש זיינען דאָ „שלשה דיורין" - „עזרה" „קודש" און „קודש הקדשים" 56

(וואָס אין אים איז דער ארון)

- אַזוי זיינען אויך פאַראַן די דריי „דיורין" אין דעם מקדש הפרטי ביי יעדן אידן:

די „עזרה",

וואָס אין איר איז געשטאַנען דער מזבח החיצון,

איז אין עבודה די בחי' פון חיצוניות הלב 57

; „קודש",

וואָס אין אים איז דער מזבח הפנימי - פנימיות הלב 57

; און „קודש הקדשים",

וואָס אין אים איז דער ארון 58

- פנימית דפנימית הלב 59

- יחידה 60 ,

וואָס אויף דער בחינה זאָגט מען „בבואה דבבואה לית להו"* 60 ,

און אפילו אויף דרגות שלמטה מזה הרבה זאָגט מען „וגם בשעת החטא היתה באמנה אתו ית'" 61 ,

אַז זי איז אַלעמאָל גאַנץ

(-נצחי)

און ס'איז ניט שייך אַז עפּעס

(„אויבים")

זאָל אויף איר שולט זיין און אָנרירן 62 .

וי"ל אַז אָט די בחינה איז דער „משה" שבכל אחד ואחד 63 ,

בדוגמא ווי דער ארון

(תורה 64 )

איז ענינו של משה,

„זכרו תורת משה עבדי" 65 .

דערמיט איז מובן וואָס אין די צוויי זמנים - זמן המשכן און זמן דלע"ל -שטייט דער ארון

(פנימיות דפנימיות הלב,

בחי' משה)

במקומו ובגלוי: דער דור המדבר איז געווען אַ „דור דעה" 66

- דער גאַנצער דור איז געווען אין דער דרגא פון משה רבינו וואָס ענינו איז דעת עליון

(כמבואר אין כתבי האריז"ל 67 )

; און אויך בביאת המשיח

(אינעם זמן ווען ס'וועט מקויים ווערן דער „ומל ה"א את לבבך" 68

- אויך די „קליפה הדקה" 69 )

וועט נתגלה ווערן די „ נקודת פנימיות הלב" 69 ,

בחי' משה.

משא"כ אינעם

(סוף)

זמן פון מקדש ראשון און

(דער גאַנצער זמן פון)

מקדש שני,

וואָס הגם אַז אויך דעמאָלט איז דער ארון גאַנץ און איז ניט אַריינגעפאַלן בידי אויבים ח"ו - איז עס אָבער בהעלם,

„ גנזו יאשיהו".

יג.

עפ"י הנ"ל קען מען אויך מסביר זיין,

בפנימיות הענינים,

וואָס דער רמב"ם 70

איז מדייק אָנצורופן דעם משכן - „מקדש המדבר "

(וואָרום,

כידוע,

איז דער רמב"ם מרמז בספרו כמה ענינים פון קבלה 71

- און עד"ז בעניננו)

:

אין דעם לשון „מקדש המדבר " איז מרומז די מעלה הנ"ל פון משכן

(אַז אין אים איז דער ארון במקומו ובגלוי)

-וואָרום פנימית דפנימית הלב איז די בחי' פון „מדבר" שבנשמה,

וואָס איז העכער פון בחי' „אדם" שבנשמה -„לא ישב אדם שם" 72

למעליותא,

מסנ"פ שלמעלה מטעם ודעת 73 .

און דערפאַר געפינט מען אויך ביי משיח'ן די בחי' „מאד",

העכער פון „אדם": „הנה ישכיל עבדי ירום ונשא וגבה מאד " 74

- וואָס „מאד"

(הגם אַז „מאד הוא אותיות אדם" 75 ,

איז עס אָבער אין אַ צירוף וואָס)

ווייזט אויף „בחי' בלי גבול כלל" 76

- העכער פון צירוף אדם - נאָר מדבר דקדושה,

וואָרום דאָס איז דרגת הארון,

וואָס דורך משיח'ן וועט עס צוריק געבראַכט ווערן למקומו ובגלוי.

יד.

ס'איז ידוע 77 ,

אַז „אדם" ווייזט אויף די דריי בחינות פון מחשבה דיבור ומעשה

(א' - מחשבה,

ד' - דיבור,

מ' - מעשה).

און עפ"ז קומט אויס,

אַז אין דעם צירוף „מאד",

העכער פון ציור אדם,

איז די התחלה אות מ' - מעשה .

דער ביאור אין דעם: דער ענין המסנ"פ דריקט זיך אויס דוקא אין ענין המעשה,

דנעוץ תחילתן בסופן דוקא; וע"ד ווי ס'איז מבואר 78

אין דעם ענין פון „אין ערוך לך בעוה"ז",

אַז דוקא אין עוה"ז הגשמי דריקט זיך אויס דער „אין ערוך" שלמעלה - אַזוי איז אויך בנוגע דעם „אין ערוך" פון אַ אידן,

אַז דער כח המסנ"פ פון פנימית דפנימית הלב,

דער „אין ערוך" שבנשמה,

דריקט זיך אויס דוקא אין דעם כח העשי' שלו 79 .

און דאָס איז דער קשר צווישן די צוויי ענינים אין משכן און אין מקדש השלישי -

(א)

דער ארון איז במקומו ובגלוי,

(ב)

די גשמיות'דיקע חלקי וכלי המשכן ומקדש זיינען נצחיים -

ווייל דער ענין הארון - פנימית דפנימית הלב - דריקט זיך אויס דוקא אין דעם ענין העשי': די גשמיות'דיקע נצחיות פון חלקי וכלי המשכן והמקדש.

(משיחות ער"ח מנ"א,

וט"ו מנ"א,

תשל"ו)

Reader controls and commentary are loading.