B"H
🏡

Ikar

ויקהל ב

א.

אויף דעם פסוק 1

„ויעש בצלאל את הארון”,

שטייט אין מדרש 2

: „בשעה שאמר הקב”ה למשה עשה המשכן בא ואמר לבצלאל אמר לו מהו המשכן הזה אמר לו שישרה הקב”ה שכינתו בתוכו *2

ומלמד לישראל תורה אמר לו בצלאל והיכן התורה נתונה אמר לו משאנו עושים את המשכן אנו עושין הארון א”ל רבינו משה אין כבודה של תורה בכך אלא אנו עושין הארון ואח”כ המשכן 3

לפיכך זכה שיקרא על שמו שנאמר ויעש בצלאל את הארון”.

פון דעם מדרש איז משמע אַז דער תוכן ענין הארון איז אַ באַזונדער זאַך פון השראת השכינה במשכן,

און אַזוי איז משמע לכאורה פון אַן אַנדער מדרש 4 ,

אַז נאָך דעם בויען דעם משכן האָט דער אויבערשטער געזאָגט „תקנתם אכסניא לעצמי ועכשיו תקנו אכסניא לתורה שתהא שרוי’ אצלי”.

איז ניט פאַרשטאַנדיק: הן אמת אַז דער מקום התורה איז דער ארון 5 ,

אָבער עיקר מנוחת והשראת השכינה איז דאָך אויך געווען אין און דורך דעם ארון 6 ,

און ווי דער רמב”ן 7

איז מבאר אַז „עיקר החפץ במשכן” איז „מקום מנוחת השכינה שהוא הארון”,

היינט ווי טיילט מען עס פאַנאַנדער,

אַז כללות המשכן והמקדש איז צוליב „השראת השכינה” און דער ארון איז „מקום התורה”.

ב.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים:

די השראת השכינה במשכן דאקרי מקדש 8

איז אָנגעזאָגט געוואָרן כמש”נ 9

ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם,

און פון דעם שינוי הלשון „בתוכו לא נאמר אלא בתוכם” לערנט מען אָפּ אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ צווייטען ענין -ושכנתי בתוך כאו”א 10 .

דער ביאור פון השראת השכינה אין דעם „בתוך” - אין דעם מקדש הפרטי - פון יעדן אידן:

בסיום פון מס’ חגיגה זאָגט די גמרא: א”ר אבהו אר”א ת”ח אין אור של גיהנם 11

שולטת בהן 12

ק”ו מסלמנדרא ומה סלמנדרא שתולדת אש היא הסך מדמה אין אור שולטת בו ת”ח שכל גופן אש דכתיב 13

הלא כה דברי כאש נאום ה’ על אחת כמה וכמה.

אמר ר”ל אין אור של גיהנם שולטת בפושעי ישראל ק”ו ממזבח הזהב מה מזבח הזהב שאין עליו אלא כעובי דינר זהב כמה שנים אין האור שולטת בו פושעי ישראל שמלאין מצות כרימון דכתיב 14

כפלח הרימון רקתך אל תקרי רקתך אלא ריקנין שבך על אחת כמה וכמה.

בפשטות לערנט מען אַז די שייכות פון די צוויי מימרות איז: בהמשך צו דער סוגיא פריער וואָס רעדט וועגן דעם ציפוי פון די מזבחות - מזבח הזהב והנחושת,

ווערט אַראָפּגעבראַכט די מימרא פון ר”ל אַז „אין אור של גיהנם שולטת בפושעי ישראל ק”ו ממזבח הזהב”,

וואָס די הדגשה איז אין דעם וואָס דער מזבח איז געווען מצופה זהב,

און מענין זה ווערט געבראַכט פריער די מימרא פון ר”א וואָס רעדט וועגן דעם אַז „אין אור של גיהנם שולטת” אין „ת”ח”.

לפי”ז איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק:

א)

אויב אַזוי האָט דאָך פריער געדאַרפט קומען די מימרא פון ר”ל „ק”ו ממזבח הזהב” - און ערשט דערנאָך די מימרא פון ר”א בנוגע ת”ח,

וואָס לויט איר תוכן האָט זי ניט קיין שייכות לעניננו.

ב)

עיקר הסוגיא וועגן פושעי ישראל אין שייכות צו שליטת גיהנם

(און וועגן גיהנם בכלל)

איז אין מס’ עירובין 15 ,

וואָס דאָרט ווערט

(אויך)

געבראַכט די מימרא פון ר”ל אַז פושעי ישראל אין אור של גהינם שולטת בהן כו’,

און וויבאַלד אַזוי האָט דאָך די גמרא געדאַרפט דאָרטן בריינגען אויך די מימרא פון ר”א „ת”ח אין אור של גיהנם שולטת בהן כו’”,

וואָרום

(א)

דאָרטן איז די עיקר הסוגיא בענין זה,

דאַקעגן אין חגיגה איז עס נאָר בדרך אגב;

(ב)

מס’ עירובין איז פאַר מס’ חגיגה.

ג)

דאָס וואָס ר”ל זאָגט „ק”ו ממזבח הזהב ..

שאין עליו אלא כעובי דינר זהב ..

אין האור שולטת בו”,

איז לכאורה אַ הדגשה הפכית פון דעם אויספיר פון דער גמרא פריער,

אַז לויט די רבנן איז „מיבטל בטל ציפוין גבייהו”,

דער ציפוי פון מזבח הנחושת והזהב איז בטל צו די מזבחות

(און דערפאַר איז דער מזבח ניט מקבל טומאה)

; במאמר ר”ל איז מודגש די שטאַרקייט

(העדר הביטול)

פון דעם ציפוי זהב של מזבח,

אַז דער ציפוי האָט זיך געהאַלטן און פאַרהיט דורך זיין שטאַרקייט די כלי,

דעם מזבח ביז אַז „אין האור שולטת בו” 16 .

ג.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין כמה דיוקים אין די מימרות פון דער גמרא.

ומהם:

א)

דער ק”ו פון מזבח הזהב וואָס די גמרא זאָגט בנוגע צו „פושעי ישראל” איז דאָך גילטיק במכש”כ וק”ו בנוגע צו ת”ח,

אַז כשם ווי דער זהב לאָזט ניט צו קיין פייער צום מזבח 17 ,

איז אויך די תורה פון ת”ח לאָזט ניט צו צו־זיי דעם אור של גיהנם,

אויב אפילו זיי האָבן געטאָן ענינים בלתי רצויים פאַר וועלכע עס קומט אור של גיהנם

(לולי זכות התורה).

איז דאָך ניט פאַרשטאַנדיק:

(א)

די גאַנצע מימרא וועגן ת”ח איז,

לכאורה,

איבעריק,

וואָרום מען קען עס אַרויסלערנען במכש”כ פון דעם ענין

(ומימרא)

בנוגע צו פושעי ישראל 18 ?

(ב)

ווען די גמרא ברענגט יע די מימרא מיוחדת וועגן ת”ח - פאַרוואָס דאַרף מען האָבן אַן אַנדער ק”ו,

עס קען דאָך נוצן דער זעלבער ק”ו פון מזבח?

די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער: סלמנדרא איז אַ שרץ טמא 19

(אָדער עכ”פ אַ חי’ 20 )

- טאָ פאַרוואָס זאָל מען אָפּלערנען אַן ענין בנוגע צו ת”ח פון אַ שרץ,

בשעת מען קען דאָס אָפּלערנען פון מזבח הזהב וואָס אין בית המקדש?

ב)

וויבאַלד אַז די „ת”ח” און „פושעי ישראל” געפינען זיך ביידע אין גיהנם פאַר זייערע עבירות 21 ,

נאָר דער אור של גיהנם איז אין זיי ניט שולט

(ביי דעם ערשטן פאַל - ווייל זיי זיינען „ת”ח”,

און ביי דעם צווייטן - ווייל זיי זיינען „מלאים מצות”),

איז פאַרוואָס רופט מען זיי: אין ערשטן פאַל נאָר „ת”ח” און אין דעם צווייטן - נאָר „פושעי ישראל”?

ד.

דער ביאור בכ”ז:

דער פאַרבונד און חיבור 22

פון אידן מיט’ן אויבערשטן איז דורך צוויי ענינים; דורך לימוד התורה און דורך קיום המצות.

ס’איז אָבער דאָ אַ חילוק צווישן זיי:

בשעת אַ איד לערנט תורה און פאַרשטייט חכמתו ית’ בשכלו,

ווערט ער מיוחד מיט תורה אַ „יחוד נפלא שאין יחוד כמוהו ..

להיות לאחדים ומיוחדים ממש מכל צד ופנה” 23 ,

דער מציאות האדם ווערט תורה;

משא”כ באַ מצות,

כאָטש דורך קיום המצות ווערט דער מקיים המצוה אַ „מרכבה” צום רצון העליון,

ער ווערט אָבער ניט מיוחד מיט דער מצוה

(ווי מיט תורה) 24 .

און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי מימרות פון ר”א און ר”ל: ר”א רעדט וועגן מעלת התורה ביי אידן -„ת”ח” - וואָס דורך תורה ווערן די ת”ח „ גופן אש ” וואָס אש דאָ מיינט

(דברי כאש,

ד.

ה.)

תורה: זיי ווערן אינגאַנצן מיוחד מיט תורה און אלקות,

ביז אַז תורה ווערט זייער מציאות,

כנ”ל; ר”ל רעדט וועגן דער מעלה פון מצות

(ביי פושעי ישראל)

- „מלאים מצות כרימון” - וואָס כאָטש דורך מצות ווערט ניט קיין יחוד פון דער מצוה מיט אידן,

פונדעסטוועגן זיינען זיי

(עכ”פ -כלים)

„ מלאים מצות” 25 ,

און דערפאַר איז „אין אור של גיהנם שולטת בהם” 26 .

און דאָס איז אויך דער דיוק „

(מלאים מצות)

כרימון ”: פּונקט ווי אַ רימון 27 ,

הגם ער איז מלא פון גרעינים,

זיינען אָבער די גרעינים אַ באַזונדער מציאות פאַר זיך,

עד”ז ביי פושעי ישראל הגם זיי זיינען מקיים מצות,

איז אָבער ניט „גופן מצות”,

נאָר „ מלאים מצות כרימון ”.

ואעפ”כ,

כאָטש תלמידי חכמים האָבן אַ מעלה וואָס „גופן אש”,

קען מען ניט אָפּלערנען אַז „אין אור של גיהנם שולטת” ב„ ת”ח ” פון „פושעי ישראל”,

וואָרום ווען אַ ת”ח פאַלט דורך אין אַ דבר עבירה איז עס מער חמור ווי דאָס ווערט געטאָן פון אַ פושעי ישראל

[ע”ד: ת”ח שגגות נעשו להם כזדונות 28 ],

דאַקעגן קען מען ניט אָפּלערנען פושעי ישראל פון ת”ח,

וואָרום ת”ח איז „ גופן אש ”,

אַ מעלה וואָס איז ניטאָ ביי פושעי ישראל 29 .

ה.

לויט דעם איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס „תלמידי חכמים” לערנט מען אָפּ פון „סלמנדרא” און „פושעי ישראל” פון „מזבח הזהב”:

„סלמנדרא” איז „תולדת האש”,

בדוגמת ת”ח וואָס „כל גופן אש”,

זייער מציאות איז תורה.

מיט דעם ק”ו קומט ר”א אויך מסביר זיין: דאָ רעדט מען וועגן ת”ח וואָס „גופן אש” - איז ווי קומט אַ חטא ביי ת”ח; ולאידך,

אויב ס’איז ביי זיי שייך חטאים,

וואָס דערפאַר געפינען זיי זיך אין גיהנם,

ווי איז מעגליך אַז אור של גיהנם אינו שולטת בהם

(און זיי פאַרבלייבן „גופן אש”)?

אויף דעם קומט דער ק”ו פון „סלמנדרא” וואָס „תולדת אש היא”.

די גמרא זאָגט 30

„עיקר טבילותא בנורא”,

אַז דער עיקר המטהר פון טומאה איז אש

(מער ווי מים).

ולכאורה,

וויבאַלד אַז אש איז מטהר פון טומאה,

ער נעמט אַראָפּ טומאה,

איז דאָך כש”כ אַז פון אש קען קיין טומאה ניט ווערן -זעט מען אָבער אַז פון אש ווערט אַ סלמנדרא - אַ שרץ טמא

(עכ”פ אַ חי’)

; און פון דער צווייטער זייט,

וביחד עם זה,

איז „הסך מדמה

(פון דער סלמנדרא)

אין אור שולטת בו”.

איז דערפון מובן עאכו”כ ת”ח וואָס „כל גופן אש”,

אַז כאָטש ס’קען זיין די מציאות זיי זאָלן דורכפאַלן אין חטאים מצד דעם וואָס זייער נשמה געפינט זיך בגוף בשר ודם און אין עוה”ז וואָס „הרשעים גוברים בו” 31

- פונדעסטוועגן בלייבן זיי נאָך אַלץ „כל גופן אש”,

און „אין אור של גיהנם שולטת בהן”.

משא”כ באַ „פושעי ישראל”,

וואָס „מלאים מצות”,

בריינגט מען דעם ק”ו פון מזבח הזהב וואָס איז מצופה זהב,

וואָרום דורך מצות ווערט אַ איד בלויז „ מצופה ”,

ער ווערט אַרומגענומען פון דער מצוה און די מצוה באַשיצט אים 32 ,

אָבער ער ווערט ניט מיוחד מיט דער מצוה,

ווי דאָס איז ביי תורה.

ו.

עפ”ז איז מובן דער טעם וואָס דעם ערשטן סוג רופט מען „ת”ח” און דעם צווייטן - „פושעי ישראל”:

וויבאַלד ביי ת”ח איז „ גופן אש ”,

קען מען זיי ניט אָנרופן פושעי ישראל וכיו”ב,

נאָכמער,

מען טאָר זיי ניט מבזה זיין.

דורך מבזה זיין אַ ת”ח איז מען מבזה תורה,

וואָרום מ’קען ניט אָפּטיילן דעם ת”ח פון תורה

(ווי די גמרא זאָגט 33

„ת”ח שסרח אין מבזין אותו בפרהסיא”)

; דערפאַר זאָגט די גמרא „ת”ח אין אור של גיהנם שולטת בהן” און דערפון איז ממילא פאַרשטאַנדיק אַז עס האָבן ביי זיי פּאַסירט ענינים בלתי רצויים.

דאַקעגן אנשים פשוטים,

כאָטש זיי זיינען מלאים מצות כרמון,

איז מעגלעך מ’זאָל זיי מבזה זיין און דערביי ניט אָנרירן די מצות וואָס זיי פאַרמאָגן,

וואָרום זייער מציאות איז ניט די מצות

(ס’איז נאָר „ מלאים מצות”,

כנ”ל).

[ואדרבה: די גמרא איז מדייק זיי אָנצורופן „פושעי ישראל” און זיי מבזה זיין 34 ,

ווייל דער בזיון איז אַ טייל פון זייער כפרה.

ע”ד ווי די גמרא זאָגט 35

חזקי’ „גירר עצמות אביו על מטה של חבלים”].

ז.

פון מרז”ל 36

הנ”ל „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם” - „בתוכו לא נאמר אלא בתוכם בתוך כאו”א מישראל”,

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז פּונקט ווי אין דעם משכן הפרטי זיינען דאָ צוויי ענינים פון תורה ומצות,

אַזוי זיינען זיי אויך פאַראַן אין דעם משכן ומקדש הכללי:

דער ביאור בזה: אין דעם תכלית פון דעם משכן

(ומקדש)

זיינען דאָ צוויי דיעות.

דעת הרמב”ן

(כנ”ל)

אַז עיקר החפץ במשכן הוא „מקום מנוחת השכינה שהוא הארון”.

און דעת הרמב”ם 37

אַז דאָס איז „להיות מקריבים בו קרבנות”.

וי”ל,

אַז בעצם הענין איז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי: אין דעם „ושכנתי בתוכם” אין משכן,

זיינען דאָ צוויי ענינים: א)

אין משכן זאָל זיין אלקות בגלוי ובאופן פנימי,

ד.

ה.

אין אַן אופן פון יחוד ,

ב)

די השראת השכינה זאָל זיין „בתחתונים”,

דורך דעם בירור פון ענינים תחתונים,

גשמיים כו’,

ווי דער ענין פון מצות,

וואָס זיינען מלובש אין דברים גשמיים דוקא.

און דאָס זיינען די צוויי ענינים פון „ארון”,

און „קרבנות” והמשכן בכלל:

א)

אין ארון

(ענין התורה)

איז געווען אלקות בגלוי,

„מקום הארון אינו מן המדה” 38

- מ’האָט געזען אַז די מציאות פון דעם מקום גשמי של הארון איז אלקות,

וואָס נאָר ער איז נמנע הנמנעות 39 ,

אמתים וחצי וגו’ ובדוקא ובדיוק און אינו מן המדה צוזאַמען -וואָס דאָס איז מעלת היחוד וואָס טוט זיך אויף ע”י התורה 40

כנ”ל;

ב)

דער ענין פון עבודת הקרבנות,

און אַזוי אויך דער משכן בכללותו,

וואָס מ’האָט גענומען י”ג 41

(ט”ו 42 )

דברים גשמיים און פון זיי געמאַכט אַ מקדש פאַר דעם אויבערשטן - איז המשכת השכינה בתחתונים 43 ,

ע”ד דער בירור פון דברים גשמיים ע”י קיום המצות.

וואָס הגם אויך אין דעם משכן בכלל און ביי קרבנות בפרט איז געווען גילוי אלקות,

עס זיינען געווען נסים וכו’,

איז עס אָבער דאָרט ניט געווען באופן אַז דער גוף המציאות פון די דברים גשמיים איז געוואָרן אלקות 44 .

ח.

עפ”ז איז מובן וואָס די מדרשים הנ”ל

(בתחילת השיחה)

זיינען מחלק צווישן דעם ארון און דעם

(כללות ה)

משכן,

כאָטש אין אַלגעמיין איז מנוחת והשראת השכינה במשכן געווען אין און דורך דעם ארון - ווייל בפרטיות זיינען פאַראַן דערביי צוויי ענינים:

א)

„אכסניא לעצמי” - וואָס דאָס איז די המשכת השכינה אין די דברים גשמיים פון משכן

(און עבודת הקרבנות וכו’),

וואָס די „אכסניא” איז ע”ד דער ענין המצות,

ס’איז דער פאַרבונד צווישן אלקות מיט וועלט - אַן „אכסניא”

(ודירה)

בעוה”ז הגשמי.

ב)

„אכסניא לתורה ” - די השראת השכינה ווי ס’איז אין ארון ,

וואָס אין דעם איז דאָ די מעלה פון יחוד ,

וואָס אלקותו ית’ איז מיוחד מיט’ן ארון,

ומקום ארון כו’,

כנ”ל.

וואָס דאָס איז בדוגמת המעלה פון ת”ח 45 ,

אַז דורך תורה ווערט „ גופן אש ” 46 .

ט.

דער אויבענדערמאָנטער חילוק צווישן תורה ומצות אין זייער פעולה אין דעם מקדש פרטי,

ד.

ה.

אין דעם אידן וואָס לערנט תורה און איז מקיים מצות,

און אַזוי אויך אין מקדש הכללי - קומט מצד דעם חילוק פון תורה ומצות ווי זיי זיינען פאַרבונדן און מיוחד מיט אלקות 47

:

אויף תורה שטייט 48

„אורייתא וקוב”ה כולא חד”,

ד.

ה.

תורה און אלקות איז איינס ,

ניט וויאַ זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט נאָך אַ זאַך,

נאָר ס’איז „חד”,

ס’איז איין מציאות.

דאַקעגן מצות,

וואָס זיינען רצון העליון,

ווערן אָנגערופן „אברין דמלכא” 49 ,

ובדוגמת אברים למטה,

כאָטש זיי זיינען בטל צום נפש,

זיינען זיי אָבער ניט מיוחד מיטן נפש.

ענין המצות איז אַן אָנזאָג צו אַ מענטשן - ניט ווי תורה וואָס זי איז פאַראַן אויך איידער דער מענטש לערנט זי 50 .

און דערפאַר,

בשעת אַ איד לערנט תורה,

חכמתו ית’ וואָס איז איינס מיט אלקות,

פּועל’ט עס אויך ביים אידן דביקות ויחוד מיט תורה און אלקות.

אָבער בשעת אַ איד איז מקיים אַ מצוה און טוט דעם רצון וציווי פון דעם אויבערשטן,

וואָס דאָס איז אַ ציווי און א ַבאַפעל צום אידן,

פּועל’ט דאָס אַ ביטול אויף דעם מענטשן,

(ער איז זיך מבטל און איז מקיים דעם רצון ה’),

ער ווערט אָבער ניט מיוחד מיט דער מצוה.

יו”ד.

לויט דעם וועט מען קלערער פאַרשטיין ווי אין דעם ענין פון „ושכנתי בתוכם”,

(אפילו נאָר אין דעם חלק דערפון פון)

צו מאַכן אַ דירה לו ית’ בתחתונים 51 ,

פאָדערט זיך סיי דער ענין פון תורה און סיי דער ענין פון מצות.

די כוונה וואָס נתאווה הקב”ה להיות לו ית’ דירה בתחתונים איז דאָך אַז עצמותו ית’ 52

זאָל שורה זיין דאָ למטה בעוה”ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו 53 .

און אויף דעם דאַרף מען האָבן צוויי זאַכן א)

אַן ענין וואָס זאָל ממשיך זיין עצמותו ית’,

ב)

אַן ענין וואָס פּועל’ט אַז די המשכה זאָל זיין בתחתונים .

און דאָס איז דער חילוק צווישן תורה און מצות: תורה,

וויבאַלד אַז אורייתא וקוב”ה כולא חד,

איז על ידה המשכת עצמותו 54 ,

עס פּועל’ט אָבער ניט אַז עצמותו ית’ זאָל נמשך ווערן בתחתונים ,

להיות אַז אפילו ווי תורה קומט אַראָפּ למטה איז זי העכער פאַר התלבשות 55

אין דברים תחתונים גשמיים 56 .

דאַקעגן מצות,

וואָס זיינען „אברין דמלכא”,

און אַראָפּקומענדיק למטה ווערן זיי נתלבש אין דברים גשמיים,

ואדרבה: דאָס איז כל ענין המצות נעמען דברים תחתונים גשמיים און פּועל’ן אין זיי אַ בירור וזיכוך דורך עשיית המצות בהם,

איז ע”י פּועל’ט מען אַז המשכת עצמותו ית’ זאָל אַראָפּ קומען און שורה זיין בתחתונים 57 .

יא.

עפ”ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער המשך און די שייכות פון די ביידע מימרות וואָס „אין אור של גיהנם שולטת” ב„ת”ח” און „בפושעי ישראל” צו דער סוגיא

[און דאָס וואָס ביידע מימרות בריינגען זיך דוקא אין מס’ חגיגה און ניט אין מס’ עירובין]

:

דער תוכן פון ביידע מימרות איז,

אַז מ’דאַרף זיך מתבונן זיין בפרטי הדברים און דעמאָלט זעט מען אַז ביי אידן -סיי ת”ח און סיי פושעי ישראל - זיינען די עבירות שבהם נאָר אַ ציפוי און אַ דבר טפל אליהם,

און דער עיקר שבהם איז טוב וקדושה.

און דאָס קומט בהמשך צו דער סוגיא פריער בנוגע די מזבחות אין דעם מקדש,

אַז זיי קענען ניט מקבל זיין קיין טומאה להיות אַז אַ התבוננות אין די פרטי הדברים באַווייזט אַז זייער ציפוי של מתכות איז בטל לגבי עיקר המזבח 58 .

און וויבאַלד אַז אין השראת השכינה שבמשכן זיינען דאָ די ביידע ענינים 59 ,

ענין התורה און ענין המצות,

דעריבער בריינגט די גמרא 60

בהמשך לזה 61 ,

באַ דעם מקדש הפרטי שבכאו”א מישראל,

אַז אויך במקדש זה זיינען דאָ די ביידע ענינים פון תורה און מצות,

וואָס דאָס איז דער עיקר פון יעדערן פון זיי,

ביי ת”ח און ביי פושעי ישראל 62 ,

און דאָס קען ניט בטל ווערן ע”י עבירות,

וואָס זיינען נאָר אַ ציפוי לגבי זייער עצם מציאות 63 .

און עפ”ז איז אויך מובן דער סדר ,

פריער בריינגט די גמרא די מימרא בנוגע „ת”ח” און ערשט דערנאָך וועגן „פושעי ישראל”

(הגם אַז אין דער גמרא ווערט דערמאָנט מזבח הזהב ערשט ביי דער צווייטער מימרא בנוגע פושעי ישראל)

- ווייל אַזוי איז דער סדר בכלל „לימוד מביא לידי מעשה” 64 ,

און אַזוי אויך - אין דער פעולה פון השראת השכינה אין מקדש

(הכללי והפרטי)

: פריער איז דאָ די המשכת העצמות ע”י התורה,

און דערנאָך ווערט עס נמשך „בתחתונים” - ע”י המצות.

(משיחת כ"ף מנ"א תשל"א ד"ה פדה בשלום תשל"ב)

Reader controls and commentary are loading.