א.
אויפן פּסוק 1
„והנשאם הביאו את אבני השהם גו’” שטעלט זיך רש”י אויף די ווערטער „והנשאם הביאו” און איז מפרש 2
: „א”ר נתן מה ראו נשיאים להתנדב בחנוכת המזבח 3
בתחלה 4
ובמלאכת המשכן לא התנדבו בתחלה אלא כך אמרו נשיאים יתנדבו צבור מה שמתנדבין ומה שמחסרין אנו משלימין אותו כיון שהשלימו צבור את הכל שנאמר והמלאכה היתה דים אמרו נשיאים מה עלינו לעשות הביאו את אבני השהם וגו’ לכך התנדבו בחנוכת המזבח תחלה 5
ולפי שנתעצלו מתחלה נחסרה אות משמם והנשאם כתיב”.
בפשטות לערנט מען
(ווי מפרשים זאָגן 6 )
אַז רש”י באָוואָרנט דאָ: וויבאַלד די תורה דערמאָנט די נדבת הנשיאים נאָך אַלע אַנדערע נדבות המשכן,
דאַרף מען אָננעמען
(בפשטות)
אַז די נשיאים האָבן זיך מתנדב געווען די לעצטע -
מ’קען ניט זאָגן,
אַז זייער נדבה ווערט גערעכנט לבסוף נאָר דערפאַר ווייל אַזוי איז געווען דער סדר אינעם ציווי פון הקב”ה למשה
(אין אָנהויב פ’ תרומה)
און פון משה לישראל
(אין אָנהויב פון אונזער סדרה)
- אַז דער ציווי אויף די נדבות פון אבני שהם אבני מילואים שמן למאור בשמים לשמן המשחה ולקטורת הסמים
(די פרטים פון די נדבות הנשיאים)
שטייט נאָכן ציווי אויף אַלע אַנדערע נדבות 7
(צום סוף פון די י”ג דברים) 8
-
וואָרום 9
אויב אַזוי: א)
האָט דער פסוק „והנשאם הביאו” געדאַרפט שטיין באַלד נאָכן פסוק 10
„כל מרים תרומת ..
הביאו” און ניט נאָך די פסוקים „וכל אשה חכמת לב בידי’ טוו גו’ וכל הנשים אשר נשא לבן גו’”
(וועלכע ריידן שוין ניט וועגן די פרטי הנדבות אויף וועלכע ס’איז געווען דער ציווי) 11
; ב)
פאַרוואָס טיילט דער פסוק בכלל אויס הבאת הנשיאים 12
פון „ויבואו 13
כל איש אשר נשאו לבו גו’” 14 ?
דערפון איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דער פסוק איז אויסן מדגיש צו זיין אַז די נשיאים האָבן זיך מתנדב געווען און געבראַכט זייער נדבה לבסוף .
איז דאָך ניט מובן
(אויך)
בפשוטו של מקרא,
ווי קומט עס אַז די נשיאי ישראל האָבן זיך אָפּגעהאַלטן מיט זייער נדבה ביז נאָך די נדבות פון גאַנצן צבור - אויף דעם ברענגט רש”י,
אַז זיי האָבן געזאָגט: „יתנדבו צבור מה שמתנדבין ומה שמחסרין כו’”,
ד.
ה.
ס’איז געווען „לפי שנתעצלו”.
ב.
מ’דאַרף אָבער פאַרשטיין די גרויסע אריכות אין פירוש רש”י:
א)
בהקושיא „מה ראו כו’” - וואָס איז דאָ נוגע אַז באַ חנוכת המזבח האָבן זיי זיך מתנדב געווען „בתחלה” - די קשיא דאָ איז פאַרוואָס זיי האָבן זיך ביי מלאכת המשכן
(אין דעם פסוק)
ניט מתנדב געווען בתחלה - האָט רש”י געדאַרפט בריינגען פון ר’ נתן’ס רייד נאָר נשיאים „למה לא התנדבו בתחלה כו’” 15 ?
ב)
בהתירוץ וביאור: וואָס איז נוגע דאָ די אריכות ההסברה פון די נשיאים „יתנדבו צבור וכו’”?
לכאורה האָט רש”י געדאַרפט באַוואָרענען און אויספירן בקיצור,
אַז דער טעם איז „לפי שנתעצלו”.
ג)
בעצם הענין: ווי איז שייך זאָגן אַז דער גאַנצער טעם וואָס דער פסוק טיילט אויס די נדבות הנשיאים,
רעכענענדיק זיי נאָך אַלע נדבות,
אויך נאָך טווית הנשים,
איז בכדי צו לאָזן וויסן אַז „נתעצלו”! ס’איז דאָך אפילו „בגנות בהמה טמאה לא דיבר הכתוב” 16 .
ג.
אויך זיינען דאָ כמה דיוקים אין פירוש רש”י ומהן:
א)
ס’איז אַ סתירה מיני’ ובי’: פון דעם וואָס רש”י זאָגט „כיון שהשלימו צבור את הכל שנאמר והמלאכה היתה דים” איז קלאָר,
אַז דער צבור האָט געבראַכט אַלץ וואָס איז געווען נויטיק פאַר מלאכת המשכן - היינט ווי שטימט עס מיט דעם וואָס לפועל האָבן נאָך געפעלט די אבני שהם ואבני מילואים לאפוד ולחושן,
הבושם,
שמן למאור ולשמן המשחה ולקטורת הסמים?
- ומזה
ב)
וויבאַלד אַז „השלימו צבור את הכל” און זיי האָבן עס געבראַכט מיט אַזאַ נדבות הלב,
ווי דער פסוק איז מעיד 17
„מרבים העם להביא גו’ דים גו’ והותר” - איז פאַרוואָס האָבן זיי ניט געבראַכט אויך די נדבות וואָס די נשיאים האָבן געדאַרפט משלים זיין 18 ?
ג)
ולאידך: פאַרוואָס האָבן זיך די נשיאים מצטער געווען „מה עלינו לעשות” און צוליב דעם האָבן זיי בחנוכת המזבח מתנדב געווען בתחלה - זיי האָבן דאָך לפועל געבראַכט כו”כ ענינים עיקריים פאַר דעם משכן און פאַר די בגדי כהונה 19 ?
ד)
וואָס גיט צו דער לשון אין רש”י „יתנדבו צבור מה שמתנדבין” - עס וואָלט געווען גענוג ווען רש”י זאָגט „אמרו נשיאים מה שמחסרין ישראל אנו משלימין אותו”?
ה)
וואָס איז די הדגשה „ומה שמחסרין כו’”
(וואָס מיינט,
אַז אידן וועלן מאַכן חסר,
אַ חסרון אין אַן ענין וואָס זיי דאַרפן טאָן)
- מען האָט געדאַרפט זאָגן „ומה שלא יביאו כו’” וכיו”ב
(ובפרט - אַז דאָס איז לשון הכתוב)?
ו)
פאַרוואָס זאָגן זיי „מה עלינו לעשות ”
(ווי פּאַסט דאָ דער לשון „לעשות”?)
און ניט „מה עלינו להביא ” 20
(וכיו”ב)?
ז)
פאַרוואָס ברענגט רש”י דעם נאָמען פון בעל המאמר - ר’ נתן?
וואָרום,
כמדובר כמה פעמים,
איז רש”י מעתיק דעם שם פון בעל המאמר נאָר דאַמאָלס ווען דורך דעם ווערט פאַרענטפערט אַ שוועריקייט וואָס קען נתעורר ווערן באַ אַ תלמיד ממולח אין פירוש הכתובים,
אָדער אין דעם פירוש פון רש”י 21 .
ד.
וועט עס זיין פאַרשטאַנדיק בהקדם הביאור אין דיוק הסדר והלשון פון שאלת ר’ נתן - „מה ראו נשיאים להתנדב בחנוכת המזבח בתחלה ובמלאכת המשכן לא התנדבו בתחלה”: די קשיא איז ניט פאַרוואָס זיי האָבן זיך ניט מתנדב געווען ביי מלאכת המשכן בתחלה,
נאָר פאַרקערט : פאַרוואָס זיי האָבן זיך יאָ מתנדב געווען בתחלה ביי חנוכת המזבח
[ווי ס’איז אויך מובן פון דעם לשון התירוץ פון ר’ נתן - „ לכך התנדבו בחנוכת המזבח תחלה” - דער חידוש איז אין זייער התנדבות בתחלה ביי חנוכת המזבח].
איז תמוה ביותר:
(א)
וואָס פאַר אַ קשיא איז דאָ אין דעם וואָס
(ביי חנוכת המזבח)
„התנדבו בתחלה” - זייענדיק די נשיאי
(ראשי)
ישראל האָט דאָך אַזוי געדאַרפט זיין!
(ב)
לאידך,
אויב די קשיא איז אויפן סדר פון נדבת חנוכת המזבח - אָבער דער סדר פון נדבת המשכן איז מובן -האָט דאָך רש”י ניט געדאַרפט ברענגען די קשיא
(אויך)
אין אונזער פרשה ביי מלאכת המשכן,
נאָר בלויז אין פ’ נשא?
איז דער ביאור בזה - אַז היא הנותנת: מיט זיין ברענגען
(אויך)
דאָ די קשיא „מה ראו נשיאים כו’” איז רש”י אויסן
(ניט צו פאַרענטפערן אַז דאָס וואָס די נשיאים האָבן געבראַכט זייער נדבה לבסוף איז געווען מחמת עצלות,
נאָר פאַרקערט -)
צו מסביר זיין אין דעם פסוק דאָ ,
אַז דאָס וואָס די נשיאים האָבן געבראַכט זייער נדבה לבסוף איז דער ריכטיקער סדר הנהגה; ואדרבה: די קשיא איז גאָר פאַרוואָס ביי חנוכת המזבח האָבן זיי יאָ געבראַכט בתחלה.
אין אַנדערע ווערטער: דאָס וואָס רש”י זאָגט דאָ „א”ר נתן מה ראו נשיאים כו’” ברענגט ער ניט אַלס קשיא
(אין פסוק פון פ’ נשא),
נאָר צו מסביר זיין דעם תירוץ וביאור אין דעם פסוק דאָ.
ה.
פאַרוואָס דאַרפן די נשיאים ברענגען זייער נדבה לבסוף - זאָגט רש”י: „אמרו נשיאים יתנדבו צבור מה שמתנדבין ומה שמחסרין אנו משלימין אותו”: דער תפקיד פון אַ נשיא איז,
אַז צום אַלעם ערשטן דאַרף ער זיך משתדל זיין אַז אידן זאָלן טאָן דאָס וואָס זיי דאַרפן טאָן,
און ערשט דערנאָך טראַכטן וועגן זיך און זיינע ענינים;
און ווי רש”י האָט שוין פריער מפרש געווען אויפן פסוק 22
„וירד משה מן ההר אל העם” - „מלמד שלא הי’ משה פונה לעסקיו אלא מן ההר אל העם” -וואָס לכאורה איז ניט מובן: מאי קמ”ל,
אַז משה האָט גלייך איבערגעגעבן די שליחות פון אויבערשטן צו אידן און ניט פונה געווען פריער צו זיינע אייגענע עסקים?
- נאָר דער ענין וחידוש איז,
„לא הי’ פונה לעסקיו”
[מיינט ניט
(נאָר)
צו זיינע צרכי הגוף וכו’,
נאָר אויך]
צו זיינע עסקים אין דעם ענין ושליחות גופא - זיינע הכנות צו מתן תורה,
כולל אויך
(ובפרט)
צו זיין ראוי צו „ משה קבל תורה מסיני”;
און פונדעסטוועגן איז זיין סדר
[זייענדיק נשיא ביי אידן,
אַז צום אַלעם ערשטן קומען די צרכים פון אידן ],
איבערגעבן אידן די שליחות פון אויבערשטן און זעען אַז זיי זאָלן דאָס אויספירן,
און ערשט דערנאָך טראַכטן וועגן זיינע רוחניות’דיקע „עסקים” בינו ובין הקב”ה,
כולל זיינע הכנות צו מ”ת.
ועד”ז בנדו”ד: דער ערשטער תפקיד פון די נשיאים איז געווען צו זאָרגן אַז „יתנדבו צבור וכו’” - אַז אידן זאָלן מנדב זיין וויפיל זיי קענען; און דעריבער האָבן זיי געזאָגט „ומה שמחסרין אנו משלימין אותו” - ניט „ומה שלא יביאו” וכיו”ב - ווייל מצד זייער תפקיד אַלס נשיאי ישראל האָבן זיי געמאָנט אַז אידן זאָלן ברענגען לנדבת המשכן אַלץ וואָס איז ביכולתם.
ובמילא איז אין דערויף ניט שייך אַן ענין פון „מה שלא יביאו”
(וואָס מיינט אַז זיי האָבן עס נאָר עס פעלט דער ברענגען,
ווייל אויב נאָר זיי וועלן האָבן ביכולת - וועלן די נשיאים זעען אַז זיי זאָלן עס ברענגען),
נאָר עס קען זיין אַ מציאות פון „ומה שמחסרין כו’” - דאָס וואָס זיי האָבן געמאַכט פעלן באַ זיך -
(חאָטש זיי האָבן אַלעס פריער זיכער געהאַט פון ביזת מצרים און ביזת הים,
ווי רש”י האָט שוין פריער 23
געבראַכט,
זיי האָבן דעם רצון און נדבת הלב צו ברענגען,
נאָר זיי קענען עס ניט ברענגען ווייל זיי האָבן עס אויסגענוצט פריער* 23
(לצרכי מצוה,
ובפרט - שהזמ”ג ועוברת),
געמאַכט פעלן באַ זיך)
- דאַן איז „אנו משלימין אותו”.
עפ”ז איז אויך מבואר לשון רש”י „
(כיון שהשלימו צבור את הכל כו’)
אמרו נשיאים מה עלינו לעשות ”
(און ניט „להביא”)
: דאָס באַציט זיך
[ניט נאָר צו נדבת המשכן,
נאָר בעיקר]
צו זייער תפקיד אַלס נשיאים : וויבאַלד אַז „השלימו צבור את הכל”,
אידן האָבן משלים געווען צו ברענגען אַלץ וואָס איז ביכולתם ,
האָבן זיי געזאָגט „מה עלינו לעשות ” - וואָס ליגט אויף אונז צו טאָן אַלס נשיאים,
וויבאַלד זיי האָבן שוין אויסגעפירט
(אין דעם ענין)
זייער תפקיד;
און דאַן ערשט האָבן זיי אָנגעהויבן טראַכטן וועגן זייער השתתפות בנדבת המשכן - „הביאו את אבני השהם כו’”.
ו.
טראָץ דעם וואָס דאָס איז לכאורה געווען דער ריכטיקער סדר ההנהגה פון נשיאים - איז אָבער לפועל בנוגע צו זיי אַליין אַרויסגעקומען אַ חסרון; און דערפון האָבן די נשיאים פאַרשטאַנען אַז דאָס וואָס זיי האָבן געוואַרט מיט זייער נדבת המשכן ביזן סוף איז געווען ניט אינגאַנצן כדבעי,
נאָר ס’איז אין דעם געווען אַריינגעמישט אַן ענין פון „שנתעצלו” - און „לכך
(כדי דאָס צו מתקן זיין)
התנדבו בחנוכת המזבח תחלה”.
אין וואָס איז באַשטאַנען דער חסרון - איז עס רש”י מדגיש ומסביר מיטן זאָגן „השלימו צבור את הכל שנאמר והמלאכה היתה דים”,
אַז דער צבור האָט משלים געווען אַלץ וואָס איז געווען נויטיק פאַר דער מלאכה
(פון משכן),
דים אויף אַ גענוגנדיקן אופן,
אַזוי,
אַז די נדבה פון די נשיאים איז ניט געווען מוכרח,
כדלקמן.
און וויבאַלד די נשיאים האָבן געזען אַז „השלימו צבור את הכל” און זייער נדבה איז שוין ניט קיין דבר המוכרח 24 ,
הייסט עס דאָך,
אַז זיי האָבן ניט קיין חלק שווה אין
(הכרחיות - עיקר)
נדבת המשכן מיט אַלע אידן - האָבן זיי דערפון פאַרשטאַנען אַז זייער הנהגה פון „לא התנדבו בתחלה” איז ניט געווען כדבעי,
נאָר ס’איז אין דעם געווען אַריינגעמישט אַן ענין פון עצלות כנ”ל 25 .
ז.
די הסברה אין דעם:
בעת די אידן האָבן מנדב געווען „זהב וכסף וגו’” - פון וועלכע מען האָט געדאַרפט מאַכן די כלי המשכן ובגדי כהונה - איז זעענדיק אַז זיי האָבן ניט די אַלע י”ג דברים
(זיי האָבן ניט פאַרמאָגט די אבני שהם,
אבני מילואים וכו’),
האָבן זיי מוסיף געווען
(כמובן פון דעם לשון „השלימו את הכל”,
„דים”)
אין די נדבות פון כסף וזהב וכו’ אַזוי פיל אַז מען זאָל מיט דעם יתרון קענען באַקומען
(קויפן)
דאָס וואָס פעלט,
הכל 26 .
און דאָס איז דער פירוש פון „ השלימו צבור את הכל שנאמר והמלאכה היתה דים ”: אויך די זאַכן פון די י”ג דברים וואָס ביי זיי איז ניט געווען,
האָבן די אידן משלים געווען דורך מנדב זיין אַ ריבוי כסף וכו’,
ביז צו געבן אויך דעם פולן פרייז פון די אבני שהם,
אבני מילואים וכו’ 27 .
און דערפאַר האָבן די נשיאים געפילט אַז זיי האָבן ניט קיין גלייכע השתתפות אין נדבת המשכן מיט אַלע אידן: אידן האָבן דאָך געגעבן דאָס וואָס איז געווען מוכרח פאַרן משכן,
משא”כ די נדבת הנשיאים איז שוין ניט געווען אין גדר פון הכרחיות,
היות אַז דער כסף כו’ אויף קויפען אבני שוהם כו’,
איז שוין געווען
(און זייער השתתפות איז געווען אין דעם וואָס זיי האָבן בפועל געבראַכט די אבני שהם וכו’,
פאַרשפּאָרט דעם קויפן).
ח.
עס פאָדערט זיך אָבער נאָך אַלץ ביאור: וויבאַלד אַז ביי אַ נשיא פאָדערט זיך דער סדר ההנהגה פון „ לא הי’ ..
פונה לעסקיו”,
נאָר ער דאַרף פריער טראַכטן וועגן משפיע זיין אויף אידן -פאַרוואָס האָבן די נשיאים זיך מנדב געווען לחנוכת המזבח תחלה - היפך דעם סדר פון אַ נשיא 28 ?
[אמת טאַקע,
אַז ביי מלאכת המשכן איז זייער הנהגה געווען ניט באופן היותר נעלה - איז דאָך אָבער ניט שייך צו זאָגן,
אַז דער תיקון דערויף איז דורך פירן זיך נאָכדעם ניט ווי אַ נשיא דאַרף זיך פירן].
מוז מען זאָגן,
אַז וויסנדיק אַז ביי נדבת המשכן האָט זיך ביי זיי אַריינגעמישט אַ תנועה פון עצלות,
האָבן זיי פאַרשטאַנען אַז זיי האָבן זיך געדאַרפט פירן אַנדערש אין דעם ענין פון נדבת המשכן; ד.
ה.
כאָטש אַז זייער הנהגה איז אין אַלגעמיין אַ ריכטיגע - איז זי אָבער אין דעם פאַל ניט געווען כדבעי.
די הסברה אין דעם: דורך נדבת המשכן האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין כללי,
פון אַלע אידן: „ושכנתי בתוכם”,
דער באַווייז אַז „נתכפר לנו עון העגל” 29
וכו’,
און דעריבער האָט זיך דאָ געמאָנט - נוסף אויף דעם אַז יעדער איד זאָל האָבן אַ חלק אין נדבת המשכן - אַז דער משכן זאָל אויפגעשטעלט ווערן וואָס פריער.
און דערפאַר,
הן אמת אַז דער תפקיד פון נשיא העדה או השבט איז צו באַוואָרענען אַז אידן זאָלן טאָן די ענינים המוטלים עליהם,
האָבן די נשיאים צוזאַמען דערמיט געדאַרפט באַוואָרענען אויך די זריזות אין בנין המשכן,
אַז עס זאָלן גרייט זיין אַלע זאַכן וואָס מ’דאַרף האָבן למלאכת המשכן בפועל ובהקדם .
און דערפאַר האָט דאָ ניט מתאים געווען דער סדר ההנהגה פון וואַרטן כו”כ זמן און זען וואָס „יתנדבו צבור מה שמתנדבים ומה שמחסרין אנו משלימין אותו ” -
מצד זייער תפקיד אַלס נשיאים גופא האָט זיך געפאָדערט,
אַז מאָנענדיק ביי אידן
(„יתנדבו צבור מה שמתנדבין”)
דאַרפן זיי גלייכצייטיק זיך מקדים זיין צו ברענגען זייער נדבה,
כדי אַז דער משכן זאָל אויפגעבויט ווערן בהקדם הכי אפשרי.
און דעריבער,
ווען עס איז געקומען צו חנוכת המזבח - וואָס אויך דאָס איז אַן ענין כללי און עס איז נוגע עס זאָל זיין בהקדם חנוכת המזבח פאַר אַלע אידן 30
- האָבן זיי מנדב געווען בתחלה.
ט.
אַ תלמיד ממולח קען אָבער פרעגן: ווי זאָגט מען אַז ביי די נשיאים האָט געפעלט אין דער השתתפות מיטן כלל ישראל בנדבת המשכן
(ווייל זייער נדבה איז ניט געווען אַ דבר המוכרח כנ”ל ס”ז)
- לכאורה,
וויבאַלד זיי האָבן דאָך מזרז געווען די מביאים למלאכת המשכן,
אַז די אידן זאָלן זיך מתנדב זיין
(„יתנדבו צבור מה שמתנדבין”)
קומט דאָך אויס,
אַז אַלץ וואָס אידן האָבן מנדב געווען האָבן די נשיאים אין דעם אַן אָנטייל,
וויבאַלד ס’איז געטאָן געוואָרן בכוחם וזירוזם 31
- היינט פאַרוואָס הייסט עס אַ חסרון אין זייער חלק בנדבת המשכן?
איז דעם ענטפער אויף דעם איז רש”י מרמז דערמיט וואָס ער איז מעתיק אַז דער מאמר האָט געזאָגט ר’ נתן.
דער ביאור אין דעם: פון די דינים הכי מפורסמים פון ר’ נתן
(ביז אַז עס ווערט אָנגערופן על שמו)
איז „שעבודא דר’ נתן” 32
: בשעת ראובן איז שולדיק אַ חוב צו שמעון’ען און שמעון איז מחוייב צו באַצאָלן לוי’ן - איז „מוציאין מזה
(ראובן)
ונותנין לזה
(לוי)
”,
ראובן צאָלט באופן ישר צו לוי.
דער אויפטו אין דעם דין איז 33
: כאָטש אַז די שייכות און התחייבות פון ראובן צו לוי קומט דורך שמעון’ען,
איז אָבער נאָכדעם ווי די שייכות ווערט אויפגעטאָן,
ווערט דער שעבוד אַריבערגעטראָגן גלייך פון ראובן צו לוי,
כאילו ווי שמעון איז מלכתחילה ניט געווען אין מיטן.
עד”ז איז בנדו”ד: כאָטש אַז די שייכות פון אידן מיט זייער התנדבות למלאכת המשכן,
ווערט אויפגעטאָן דורך
(דעם זרוז פון)
די נשיאים,
איז ווען די אידן פאָלגן און זיינען מנדב איז דאָס „מוציאין מזה - פון די מנדבים -ונותנין לזה” - צום אויבערשטן,
אַ שייכות והתקשרות באופן ישר צווישן זיי און דעם אויבערשטן,
כאילו ווי די נשיאים האָבן זיך אין דעם ניט באַטייליגט 34 .
יו”ד.
עפ”ז י”ל עוד - אַז אין דעם גופא איז באַשטאַנען דער קס”ד פון די נשיאים: זיי האָבן געהאַלטן אַז היות די התנדבות פון אידן צום משכן וועט קומען דורך זייער התעוררות,
ווערט דאָס אויך פאַררעכנט אַלס זייער השתתפות אין מלאכת המשכן.
און עפ”ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס זיי האָבן געזאָגט „יתנדבו צבור מה שמתנדבין ומה שמחסרין אנו משלימין אותו” - וואָס פון דעם לשון איז משמע אַז ביי זיי איז ניט געווען זיכער אַז זיי וועלן מוזן בריינגען
(און דערפאַר האָבן זיי געזאָגט „אנו משלימין אותו”,
ניט „אנו מביאין”)
- ווייל ביי זיי איז געווען אָפּגעלייגט אַז זיי דאַרפן אַליין ניט בריינגען,
בלויז „מה שמחסרין אנו משלימין אותו ” דעם חסר,
וואָרום עס פעלט אין דעם מלאכת המשכן .
בשעת אָבער זיי האָבן געזען אַ דבר פלא אַז „השלימו צבור את הכל”,
דער צבור האָט אַלץ אָפּגעטאָן בשלימות האָבן זיי מרגיש געווען אַז דאָס קען ניט פאַררעכנט ווערן ווי זייער השתתפות.
יאָ.
לויט דעם קען מען אויך מסביר זיין דעם סיום לשון רש”י „ולפי שנתעצלו מתחלה נחסרה אות משמם והנשאם כתיב”
(עס האָט געפעלט דער אות יוד פון זייער נאָמען)
- דלכאורה וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער ענין פון עצלות מיטן חסרון פון אות יוד בשמם?
נאָר
(בפנימיות הענינים איז,
אַז)
דער חסרון פון אות יו”ד וואָס ווייזט אויף ביטול 35
איז
(ניט אַ תוצאה,
נאָר)
די סיבה 36
פון זייער „שנתעצלו”; ווי אַזוי איז דאָס נתגלה געוואָרען און מען האָט זיי גערופען בשם „נשאם” - „לפי שנתעצלו”,
אַז מען האָט געזען „שנתעצלו”.
וויבאַלד אַז ביי זיי האָט געפעלט דער תכלית הביטול 37 ,
עס האָט זיך ביי זיי אָנגעהערט זייער זיין נשיאים 38 ,
דעריבער האָבן זיי געפילט אַז די נדבת המשכן פון די אידן איז געקומען דורך זיי און אַז צוליב דעם וועלן זיי משלים זיין דאָס וואָס וועט פעלן ביי אידן 39 .
און דער הרגש הנשיאות האָט גורם געווען זיי זאָלן זיין „שנתעצלו” באופן,
אַז זייער השתתפות אין בנין המשכן זאָל ניט זיין חלק כחלק מיט אַלע אַנדערע אידן,
ביז אַז דער משכן
(און דורכדעם די השראת השכינה באַ אידן)
האָט גאָר געקענט זיין אָן נדבת הנשיאים.
יב.
אַזוי ווי אַלע עניני התורה איז אויך דער ענין אַ הוראה צו יעדן אידן:
באַ יעדן אידן איז דאָ דער ענין ה„נשיאות” - די נשיאות אויף עיר קטנה שלו זה הגוף 40 ,
אויף זיינע רמ”ח אברים ושס”ה גידים,
בכללות יותר דאָס וואָס יעדער איינער דאַרף זיין אַ משפיע
(ונשיא)
בסביבתו 41
- איז דאָ אין דעם די הוראה,
אַז אויב ער וויל אַז באַ אים זאָל ניט פעלן אין עבודת ה’ לקונו און דער משכן שלו זאָל זיין כדבעי,
דאַרף אין דער נשיאות
(אין דער השפעה אויפן צווייטן)
זיך אָנהערן דער יו”ד - דער תכלית הביטול;
- בדוגמת המלך וואָס דורך דעם וואָס „כיון שכרע שוב אינו זוקף” 42
-מער ווי באַ אַלע אַנדערע - איז ער מולך אויף אַלע אַנדערע 43
;
עס טאָר ניט זיין דער הרגש אַז ער בכח עצמו איז דער משפיע און „נשיא”,
און אַז די גאַנצע שייכות פון דעם צווייטן צום אויבערשטן איז נאָר אַ דאַנק אים.
און בשעת די השפעה ו„נשיאות” איז מיט ביטול,
דעמאָלט איז ער זוכה און האָט ניט קיין טעות אַז ער איז יוצא מיט דעם וואָס ער פועל’ט אויף אַ צווייטן אידן,
נאָר ער איז אויך מוסיף בעבודתו - אין שקידה בלימוד התורה און קיום המצות בהידור - ביתר שאת ויתר עז,
און דורכדעם ברענגט מען אַראָפּ משיח צדקנו,
וואָס זיין אויפטו איז דער ענין ה„יו”ד” 44
- בחי’ יחידה 45 ,
יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו.
(משיחת ש”פ ויק”פ תשכ”ו)