א.
עס שטייט אין ירושלמי 1
: „בדין הוא שתקדים החודש לפרה,
שבאחד בניסן הוקם המשכן ובשני נשרפה הפרה,
ולמה פרה קודמת שהיא טהרתן של כל ישראל”.
דאָס הייסט,
אַז פריער לייענט מען פרשת פרה „להזהיר את ישראל לטהר,
שיעשו פסחיהן בטהרה” 2 ,
און דערנאָך – פרשת החודש,
„ששם פרשת הפסח” 2 .
פון לשון הירושלמי „שהיא טהרתן של כל 3
ישראל” איז מוכח,
אַז די טהרה פון פרה אדומה איז נוגע צו אַלע אידן.
אַזוי איז אויך מובן פון דעם תוכן הענין דאָרט,
אַז מ’האָט מתקן געווען אַז מ’זאָל לייענען פ’ פרה – וואָס די תקנת הקריאה איז פאַר אַלע אידן – פריער פון פ’ החודש
(כאָטש אַז „ בדין הוא שתקדים החודש לפרה”),
מצד דעם טעם „שהיא
(פרה)
טהרתן של כל ישראל”.
וצריך ביאור נוסף והמתקת הענין: אַז מען דאַרף זיך מטהר זיין פון טומאת מת איידער מ’ברענגט דעם קרבן פסח,
איז נוגע נאָר צו די וואָס זיינען טמאי מת,
אָבער ניט צו „ כל ישראל”; ואדרבה – ווען רוב אידן זיינען טמאי מתים,
דאַרף מען ניט אָנקומען צו פרה
(וטהרתן של ישראל)
אַז זיי זאָלן קענען ברענגען דעם קרבן פסח,
ווייל אַ ציבור 4
ברענגט דעם קרבן פסח
(אויך 5 )
בטומאה – היינט פאַרוואָס דאַרפן אַלע אידן
(וואָס נמשכין נאָכ’ן רוב,
ניט נאָכ’ן מיעוט)
מקדים זיין
(קריאת פ’)
„פרה” פאַר „החודש” מצד דעם וואָס „היא טהרתן של כל ישראל” 6 ,
און ניט החודש פריער פאַר פרה
(ווי עס דאַרף זיין „ בדין ”)?
מוז מען זאָגן
(בפנימיות הענינים),
אַז דאָס וואָס פרה איז „טהרתן של כל ישראל” מיינט ניט נאָר די טהרה כפשוטה
(פון טומאת מת בפשטות),
נאָר אַזאַ טהרה וואָס „כל ישראל” דאַרפן אָנקומען צו איר,
אין וואָס פאַר אַ מצב זיי זאָלן נאָר זיין,
און דאָס דוקא גרייט זיי צו צום ענין פון „החודש”
(ופסח).
ב.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים,
אַז מען געפינט אַ חידוש אין דער מצוה פון פרה אדומה:
דער רמב”ם זאָגט אין ספר המצות 7 ,
אַז די מצוה פון פרה אדומה איז – „לעשות פרה אדומה כדי שיהי’ אפרה מזומן למי 8
שיצטרך אליו לטהרת טומאת מת”,
אַז די תכלית המצוה באַשטייט ניט
(נאָר)
אין נוצן דעם אפר בשעת הצורך – ווען אַ איד ווערט טמא מת און דאַרף האָבן די טהרה באפרה – נאָר דער אפר הפרה דאַרף זיין מלכתחילה גרייט פאַר יעדן וואָס וועט עס דאַרפן,
אַז צו יעדער צייט וואָס אַ איד וועט זיך נויטיקן אין דער טהרה זאָל ער באַלד קענען זיך מטהר זיין מיטן אפר הפרה.
און דער רמב”ם ברענגט דערויף דעם פסוק 9
„והיתה לעדת בני ישראל למשמרת 10
”.
וואָס דער פירוש הפשוט איז,
אַז דער אפר הפרה דאַרף זיין גרייט,
משומר,
פאַר יעדן פון „עדת בני ישראל”,
כל ישראל – אפשר וועט ער דאַרפן אָנקומען צו דער טהרה באפר הפרה.
דער חידוש אין דעם איז נאָך מער: אויף אַ טמא מת איז ניטאָ קיין חיוב
(דאורייתא)
ער זאָל זיך מטהר זיין; אפילו קודם הרגל,
ווען ס’איז דאָ דער חיוב „לטהר את עצמו ברגל” 11 ,
איז
(נוסף לזה אַז אין דעם איז דאָ אַ שקו”ט 12
צי דאָס איז דאורייתא אָדער דרבנן,
איז)
דאָס חל נאָר אויף דעם וואָס איז מחוייב בעלי’ לרגל; לאפוקי אַנדערע – לדוגמא דעם וואָס האָט ניט קיין קרקע בא”י
(אָדער דער וואָס געפינט זיך אין חו”ל)
וואָס ער איז פטור פון עלי’ לרגל
(און פון קרבן פסח) 13 ,
איז ער אויך ניט מחוייב „לטהר את עצמו ברגל”.
קומט אויס,
אַז דאָס וואָס אפר הפרה דאַרף זיין „ מזומן למי שיצטרך אליו לטהרת טומאת מת” איז עס
(ניט דוקא פאַר איינעם וואָס די טהרה מטומאתו איז ביי אים אַ חיוב,
נאָר אויך)
פאַר אַזאַ וואָס זיין טהרה איז תלוי’ ברצונו,
און ווען ער ווערט נתעורר ברצון לטהר עצמו 14
– מוז
(אויך)
פאַר אים זיין מזומן דער אפר הפרה,
אַז ער זאָל זיך קענען מטהר זיין גלייך ווען ער וויל.
ג.
דער ענין איז אויך מודגש אין לשון הרס”ג
(אין זיין ספר המצות 15 ),
וואו ער שרייבט,
אַז די מצוה פון פרה אדומה איז – „ופרה למשמרת בתדר ”,
אַז דער אפר הפרה דאַרף זיין גרייט בתדר
(– שטענדיק).
עס זיינען דאָ אחרונים 16
וואָס ווילן מדייק זיין פון לשון הרס”ג „ופרה למשמרת בתדר”,
אַז ער מיינט דערמיט
(ניט דעם חלק האפר ש„היו ישראל מזין הימנו” 17 ,
נאָר)
דעם חלק האפר וואָס „נותן בחיל” 18 .
ווייל דוקא אויף דעם חלק האפר
(וואָס „נותן בחיל”)
שטייט דער לשון „והיתה לעדת בנ”י למשמרת ”
(ווי לשון הרס”ג „ופרה למשמרת”)
– ווי חז”ל 19
לערנען אָפּ פון דעם,
אַז מען דאַרף באַהאַלטן אַ טייל פון דעם אפר פון יעדער פרה „למשמרת” אין „חיל”.
– וואָס לפ”ז קומט אויס,
אַז מצות פרה אדומה בכללותה איז
(לפי דעת הרס”ג)
אין דעם חלק האפר – דלכאורה,
ווי קען מען זאָגן,
אַז דער עיקר ותכלית המצוה איז
(ניט אין דעם חלק האפר וואָס מ’נוצט לטהרת טמאי מתים,
נאָר)
אין דעם חלק האפר וואָס בלייבט באַהאַלטן „למשמרת” – זיינען זיי מסביר 20 ,
לויט,
ווי ס’איז משמע בכמה מקומות,
אַז מען פלעגט נעמען פון דעם אפר וואָס איז געלעגן בחיל אויף צו מזה זיין אויף דעם כהן גדול פאַר יום הכיפורים
[ועד”ז – ווען דער כהן גדול האָט שורף געווען אַ נייע פרה אדומה 21 ]
;
און דאָס איז עיקר מצותה
(פון פרה אדומה)
– ווייל ביי ישראלים און אפילו כהנים הדיוטים איז ניטאָ קיין חיוב אַז זיי
(אַלס אַ יחיד)
מוזן זיך מטהר זיין.
דוקא אַ כהן גדול,
וואָס נאָר ער קען טאָן די עבודה פון יום הכיפורים,
איז ער מחוייב בהזאת האפר
(פאַר יוהכ”פ)
כדי ער זאָל קענען טאָן די עבודה; קומט אויס,
אַז הכרח מצותה פון אפר הפרה איז בחלק האפר וואָס איז ניתן בחיל – „למשמרת”.
אָבער דער פירוש אין דברי הרס”ג איז – צע”ג.
וואָרום
נוסף אויף דעם,
אַז לפי’ הנ”ל זיינען די ווערטער „ופרה למשמרת בתדר” בלויז אַ סימן צו וויסן מיט וועלכן חלק האפר איז מצותו מוכרחת – אָבער זיי זאָגן ניט אַרויס דעם תוכן המצוה ,
וואָרום די מצוה
(אפילו אין דעם חלק)
איז
( ניט דאָס וואָס דער אפר איז „למשמרת בתדר ”,
נאָר)
אין דער הזי’ על הכה”ג
[און וואָס איז נאָר לעתים רחוקות: עטלעכע מאָל פאַר יום כיפור
(– אחת בשנה),
און ווען מ’מאַכט אַ נייע פרה אדומה,
וואָס מימות משה רבינו איז דאָס געווען בלויז אַכט מאָל 22 ],
עס איז דאָך אַ מ”ע אויף כלל הכהנים צו טאָן די עבודה בבית המקדש בכל יום ויום,
און ווען דער יחיד טוט עס איז ער מקיים די מ”ע,
וכהנים זריזין הן 23
און היו רצין 24
צו דער עבודה ביז צו מסנ”פ,
ובמילא איז די טהרה פון פרה אדומה אַן ענין הכרחי באַ זיי – היינט פאַרוואָס זאָל עיקר המצוה פון פרה אדומה זיין אין דעם חלק האפר הניתן בחיל פון וועלכן מ’איז מזה
(בלויז)
אויף דעם כהן גדול?
ד.
דערפאַר איז מסתבר לומר,
אַז אדרבה – כוונת הרס”ג מיט „ופרה למשמרת בתדר” איז כדברי הרמב”ם הנ”ל,
אַז עיקר מצות הפרה איז,
אַז דער אפר הפרה זאָל שטענדיק זיין גרייט „למי שיצטרך אליו לטהרת טומאת מת” – „למשמרת בתדר” 25 .
ס’איז קיין קשיא ניט פון דעם וואָס הרס”ג נוצט דעם לשון „למשמרת”
(וואָס לפי דרשת חז”ל ווערט דערמיט געמיינט דער חלק האפר הניתן בחיל,
כנ”ל)
– ווייל זיין כוונה אין דעם לשון איז
( ניט ע”פ דרשת חז”ל הנ”ל,
נאָר)
לפי פשוטו של מקרא ,
אַז „והיתה לעדת בנ”י למשמרת” מיינט
(אויך,
אָדער גאָר בעיקר)
דעם כללות האפר 26
וואָס מען דאַרף האַלטן גרייט „למי שיצטרך אליו”,
ובפרט אַז „שיצטרך” איז דאָך אויך כולל דעם כה”ג בזמנים הנ”ל;
און ווי ס’איז מוכח פון דעם,
וואָס אויך דער רמב”ם ברענגט אַ ראי’ אויף דעם ענין – אַז די מצוה פון פרה אדומה איז „שיהי’ אפרה מזומן” – פון דעם פסוק „והיתה לעדת בנ”י למשמרת ”,
ווייל אויך דער חלק האפר וואָס „ישראל מזין הימנו” איז נכלל אין „והיתה גו’ למשמרת” – „מזומן למי שיצטרך אליו”.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: פאַרוואָס איז טאַקע דער ענין פון אפר הפרה אַזוי נוגע,
ביז אַז מען איז מדגיש,
אַז עס איז ניט גענוג מען זאָל האָבן דעם אפר בשעת הצורך,
נאָר ער דאַרף זיין „ למשמרת בתדר” – שטענדיק גרייט – „למי שיצטרך אליו”?
ה.
יעדער זאַך אין גשמיות,
ווערט נמשך ונשתלשל פון ענינו ברוחניות 27 .
און אַזוי אויך
(וי”ל אַז,
אדרבא – על אחת כו”כ)
בנוגע תורה ומצות,
אַז די פרטים פון יעדער מצוה בגשמיות זיינען אויסגעשטעלט לויט דעם תוכן המצוה ווי די מצוה איז ברוחניות.
ועד”ז בעניננו: דאָס וואָס מצות פרה אדומה איז באופן זה,
אַז עס מוז זיין „אפרה מזומן למי שיצטרך אליו”,
נעמט זיך עס דערפון,
וואָס די מצוה פון פרה אדומה בעבודה רוחנית איז אַן ענין וואָס פאָדערט זיך שטענדיק – עס דאַרף זיין „מזומן” לכל אחד ואחד בעבודתו ית’.
דער ביאור אין דעם:
פרה אדומה איז ענינה – תשובה 28 .
טומאת מת ברוחניות מיינט 29 ,
דאָס וואָס דורך עוונות ווערט „עוונותיכם היו מבדילים גו’” 30 ,
און אַז ס’איז ניטאָ דער „ואתם הדבקים בה”א” 31
איז אויך ניטאָ,
ר”ל,
דער „ חיים גו’” 31
; און פרה אדומה,
דער ענין פון תשובה,
איז מטהר דעם אידן און בינדט אים צוריק צו לשרשו ומקורו באלקים חיים.
[וכמאמר חז”ל 32
„תבוא פרה ותכפר על מעשה העגל” – פרה איז מטהר טומאת מת
(תוצאת ענין העוונות)
– וואָס
(יעדערער פון זיי)
נעמט זיך פון חטא העגל,
וואָס איז דער ראש ושרש לכל החטאים 33
(נאָך מ”ת)].
וואָס דאָס איז דער ביאור אויף דעם וואָס אין פרה אדומה געפינט מען צוויי קצוות’דיקע ענינים: פון איין זייט איז כל עשייתה בחוץ דוקא,
חוץ לשלש מחנות 34 ,
ניט ווי קרבנות וואָס זייער מקום מוז זיין דוקא אין „פנים”; ולאידך,
דאַרף די הזאה זיין דוקא „נוכח פני אהל מועד” 35
„ מתכוין ורואה פתחו של היכל בשעת הזאת הדם” 35
– וואָרום אין תשובה זיינען צוויי קצוות עד”ז:
דער אויפטו פון תשובה איז צו מכפר און מברר זיין דעם „חוץ”
(דאָס וואָס איז חוץ לכל המחנות – לקדושה),
זי איז מכפר ומטהר
(אויך)
זדונות,
וואָס זיינען פון ג’ קליפות הטמאות לגמרי
(ניט ווי סתם קרבנות וואָס זיינען מכפר בלויז אויף שגגות) 36
; און דער כח צו קענען מכפר זיין אויף זדונות
(חוץ לכל המחנות)
נעמט זיך פון אַ מקום עליון
(„פנים”)
ביותר 37
–
דוקא הקב”ה
(שלמעלה מתורה)
זאָגט דעם ענטפער ועצה וציווי „יעשה תשובה ויתכפר לו” 38
(משא”כ תורה מצ”ע ומדרגתה איז די עצה „יביא אשם” וואָס איז מכפר אויף שגגות 39 ).
ו.
קען מען מיינען,
אַז דער ענין אין תשובה איז דוקא פאַר איינעם וואָס כבר חטא ופגם ועבר את הדרך; נאָר ער דאַרף אָנקומען צו פרה הנעשית בחוץ.
אָבער ווען אַ איד פירט זיך אין אַן אופן פון „עשה האלקים את האדם ישר ” 40
– בדרך הישר,
עבודת הצדיקים – וואָס פאַר אַ שייכות האָט ער צו פרה אדומה?
אמת טאַקע,
אַז אויך ער דאַרף אָנקומען צו תשובה,
ווי דער אַלטער רבי איז מבאר בכמה מקומות 41 ,
אַז תשובה איז ניט דוקא אויף עבירות און אַז אפילו אַ צדיק דאַרף טאָן תשובה – דאָס איז אָבער
(ניט קיין תשובה אויף חטאים כו’)
נאָר עבודת התשובה פון „והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה” 42
– זיך אומקערן לשרשו ומקורו ביז „אל האלקים אשר נתנה ”.
אָבער וואָס פאַר אַ שייכות האָט ער צו דער תשובה פון פרה אדומה ,
„מחוץ לשלש מחנות” – ער געפינט זיך דאָך אין „פנים”!
זאָגט מען דערויף,
אַז די מצוה פון פרה אדומה איז – „שיהי’ אפרה מזומן למי שיצטרך אליו”,
עס דאַרף ליגן „למשמרת בתדר”.
מען דאַרף אַלעמאָל האָבן ביי זיך אויך די תנועת התשובה פון פרה אדומה – „למשמרת בתדר” – ווייל
(בפשוטו של ענין)
„אל 43
תאמין בעצמך” מען קען קיינמאָל ניט זיין זיכער מיט זיך.
ובפרט לויט דעם כלל,
אַז „אין 44
צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא”,
עכ”פ „חטא” מלשון חסרון 45
– עס פעלט,
ער האָט ניט געטאָן זיין עבודה כדבעי למיעבד 46
אָדער עכ”פ ניט בשלימות – ובמילא דאַרף ער תשובה טאָן אויף דעם חסרון בעבודתו.
און אפילו ווען ביי אים איז אינגאַנצן ניטאָ קיין חטא,
און דאָס וואָס דער ענין המיתה קען אויף אים האָבן אַ שליטה,
איז עס נאָר „בעטיו של נחש” 47
– וכידוע פי’ האריז”ל 48
אויפן פסוק 49
„ותלית אותו על עץ”,
אַז ווען איינער
(אַ צדיק)
האָט ניט קיין חטא
(וואָס דאָס איז גורם מיתה)
איז „ותלית אותו על עץ ”: דאַרף מען ביי אים תולה זיין דעם ענין המיתה אויפן חטא עץ הדעת,
וואָס האָט געבראַכט מיתה בעולם –
איז דאָך דאָס גופא,
וואָס דער חטא עץ הדעת האָט אויף אים אַ ווירקונג,
אַ ראי’ אַז צו אים האָט אַ שייכות „עטיו של נחש” 50
–
דאַרף ביי אים זיין דער ענין התשובה אויף דעם.
וי”ל אַז ווען ער באַוואָרנט ניט דעם „עטיו של נחש” שבו,
איז רעכט אַז ער זאָל דערנאָך ווערן אַ יורד ממדריגתו ר”ל.
ועל אחת כו”כ ווען ער איז זיך מתבונן אין דעם מאמר חז”ל 51
„כל דור שאינו
(ביהמ”ק)
נבנה בימיו מעלין עליו כאילו הוא החריבו”,
און למעליותא – עס איז דאָך אַ פסק דין 52
אַז אַ יחיד וואָס „עשה מצוה אחת,
הרי הכריע את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות וגרם לו ולהם תשועה והצלה” –
און וויבאַלד אַז ער זעט אַז מען געפינט זיך נאָך אין גלות,
ובפרט אין דעם גלות חשך כפול ומכופל בעקבתא דמשיחא
(אַ „חוץ” שאין חוצה הימנו),
ועדיין לא נושענו – און עס קען דאָך זיין אַז דאָס איז תלוי אין זיין עבודה,
כנ”ל 53 ,
און כל זמן עס קומט ניט די גאולה איז ר”ל „כאילו הוא
(הדור שהוא יכול „להכריע” אותו)
החריבו” – רופט דאָס ביי אים אַרויס תשובה כפשוטה און אין דעם שטאַרקסטן אופן.
ז.
קען מען נאָך אַלץ מיינען: אמת טאַקע אַז די תנועה פון תשובה דאַרף ביי אים זיין גרייט – „למשמרת בתדר” – אָבער זייענדיק אַן איש ישר הולך,
איז גענוג אַז דאָס זאָל ביי אים זיין נאָר ווי אַן ענין נוסף בעבודתו.
וואָרום ער מצד עצמו האָט ניט קיין שייכות כלל צו ענינים פון „חוץ לשלש מחנות”.
און דאָס וואָס אויך ער דאַרף האָבן די תשובה פון פרה אדומה איז
(דאָך דאָס ניט אַ זאַך וואָס ער האָט גורם געווען,
נאָר)
מצד „עטיו של נחש”,
וואָס איז ניט תלוי ברצונו ובבחירתו.
וועט ער דאָס טאַקע באַוואָרענען דורך תשובה טאָן אויף דעם – אָבער ניט מאַכן דערפון אַ יסוד בעבודתו – ער מצד עצמו שטייט העכער פון דעם!
זאָגט מען אויף דעם,
אַז פרשת פרה איז – „טהרתן של כל ישראל”,
יעדער איד דאַרף אָנקומען צו דער טהרה פון פרה אדומה; און נאָכמער – דאָס איז דער יסוד פון כללות עבודתו,
וואָרום עס דאַרף זיין ביי אים „החודש”
(און פסח),
און ווי עס שטייט אין מדרש 54 ,
אַז
(די חוקה פון פרה אדומה איז גדולה פון חוקת הפסח,
ווייל)
„אוכלי הפסח צריכין לה” – וואָס אין עבודה רוחנית מיינט דאָס 55
: אוכלי הפסח איז עבודת הצדיקים,
און „אוכלי פסח צריכין לפרה כי גם הצדיקים צריכים לעשות תשובה”.
אפילו אַ צדיק 56 ,
איז דאָס וואָס ער איז אַ „יש מי שאוהב” 57 ,
און ער האָט בחירה חפשית ביז צו טאָן ח”ו נגד רצון העליון – ווייזט עס דאָך אַז ער איז אַ מציאות,
איז ניט אינגאַנצן מיוחד מיט אלקות; קומט אויס,
אַז אויך די עבודה פון אַ צדיק איז אין איר אַריינגעמישט אַ מציאות.
און דערפאַר דאַרף אויך אַ צדיק אָנקומען צו דער טהרה פון פרה אדומה,
צו „מטהר” זיין זיך פון הרגש מציאותו דורך דער תנועה פון תשובה – די פאַרביטערטקייט אויף דעם וואָס ער איז אַ מציאות און איז ניט אינגאַנצן בטל צו אלקות – און דוקא דורך דער עבודת התשובה ביז לאופן אַז זי איז מבטל זיין מציאות,
קען ביי אים דערנאָך זיין „אוכלי הפסח”,
די עבודה אין אַן אופן פון פסח ודילוג,
ביז אַז ער איז דאָס „ אוכל ” ונעשה „דם ובשר כבשרו” 58 .
ח.
דאָס איז גערעדט געוואָרן אפילו ביי אַ צדיק.
ועל אחת כמה וכמה אַז עס דאַרף זיין די עבודת התשובה פון פרה אדומה ביי בינונים,
וואָס ביי זיי זיינען דאָ הרהורי עבירה כו’ 59 .
ווייל כאָטש אַז „מיד בעלייתו לשם דוחהו בשתי ידים כו’” 59
– איז אָבער דאָס,
וואָס עס פאַלן אים אַריין אַזעלכע מחשבות,
איז אַ באַווייז אַז ער האָט נאָך ניט מקיים געווען די שבועה „תהי צדיק” 60 ,
ובמילא דאַרף ער אויף דעם תשובה טאָן.
ועל אחת כמה וכמה די וואָס זיינען למטה ממדריגת בינוני – דאע”פ אַז „מדת הבינוני היא מדת כל אדם ואחרי’ כל אדם ימשוך” 61 ,
איז דאָך אָבער ידוע 62
דער האַרציגער וואונש וכו’ „הלואי בינוני” – דאַרף זיין די תשובה וטהרה אויף חטאים כפשוטם,
כדי אַז ער זאָל דערנאָך קענען טאָן אין עבודת ה’ כדבעי 63 .
און דורך עבודת התשובה דפרשת פרה,
קומט מען גלייך צו פרשת החודש – ד„אין מפסיקין בין פרה להחודש” 64
– ווייל פרשת החודש איז ענינו „החודש הזה לכם”,
חודש הגאולה 65
; און דורך דער עבודת התשובה פון פרשת פרה ווערט „ ומיד
(אָן קיין הפסק)
הן נגאלין” 66 ,
„בניסן עתידין ליגאל” 67 ,
בקרוב ממש.
(משיחת ומאמר מוצש”ק פ’ פרה תשל”ח,
שיחת ש”פ החודש תשכ”ד)