א.
אויפן פסוק 1
״זה יתנו ..
מחצית השקל״ זאגן רז״ל 2
(און רש״י ברענגט עם אראפ בפירושו על התורה 3 )
"אמר רבי מאיר כמין מטבע של אש הוציא הקב״ה מתחת כסא כבודו והראהו למשה ואמר לו זה יתנו כזה יתנו".
בדומה לזה - וואס דער אויבערשטער האט משה׳ן געוויזן א דוגמא פון דער זאך אויף וועלכער ער האט אים אנגעזאגט - געפינט מען בא כמה ענינים 4
: א)
"נתקשה משה במעשה המנורה עד שהראה לו הקב״ה מנורה של אש" 5 ,
ב)
"נתקשה משה על מולד הלבנה ..
והראה לו באצבע את הלבנה ברקיע ואמר לו כזה ראה וקדש" 6 ,
ג)
ביים איסור פון שרצים - "וזה לכם הטמא״ 7
(און נאך ענינים 8 ).
איז ניט מובן 9
: בשלמא בא אנדערע זאכן קען מען פארשטיין פארוואס דער אויבערשטער האט דאס אים געדארפט באווייזן 10 ,
ווייל זיי אנטהאלטן אין זיך פרטים און ציורים מסובכים: די מנורה,
לדוגמא,
האט געהאט אין זיך די גביעים כפתורים ופרחים און זיי אלע האבן געדארפט זיין "מקשה אחת" און צוזאמען דערמיט יעדערער אין א באשטימטן ארט אין דער מנורה,
אין זיין ספעציעלער פארם וכו׳; עד״ז האט מען ביי מולד הלבנה געמוזט וויסן גענוי "באיזו שיעור תראה ותהי׳ ראוי׳ לקדש" 11
(און מ׳זאל וויסן מיט א וודאות אז דאס איז די לבנה 12
און קענען מתאר זיין אופן עמידתה ברקיע - די אלע פרטים וואס די גמרא רעכנט אויס ביי בדיקת העדים 13 )
[און אזוי אויך די שרצים - וואס ניט אלע פון זיי האט מען געוואוסט ווי זיי זעען אויס 14 ].
משא״כ ביי מחצית השקל 15
וואס איז ניט פארבונדן מיט קיינע שוועריקייטן צו וויסן וואס דאס מיינט 16 ,
און מען געפינט עם שוין בא אליעזר עבד אברהם 17
,
וואלט דאך געווען גענוג ווען דער אויבערשטער זאגט אים אן אז מ׳זאל געבן א מחצית השקל - פארוואס האט דער אויבערשטער אויך דא געוויזן אים א "מטבע של אש"?
תוספות אין מנחות 18
איז מסביר,
פארוואס די גמרא דארט רעכנט ניט מחצית השקל צווישן די ענינים וואס נתקשה בהם משה
(מנורה,
קידוש החודש און שרצים)
: "דלא שייך התם נתקשה,
אלא משום דלא הוה ידע 19
בשום ענין אם לא הי׳ מראהו".
ולכאורה איז דאס אינגאנצן ניט פארשטאנדיק: פארוואס וואלט משה ניט געוואוסט וואס עם איז דער
(שיעור פון א)
מחצית השקל 20 ?
און - אפילו אויב ער האט עם ניט געוואוסט,
האט דער אויבערשטער אים געקענט מפרט זיין בדיבור וויפל ס׳דארף זיין 21
דער שיעור ומשקל 22 .
נאכמער: אפילו נניח אז דעם גענויעם שיעור פון מחצית השקל קען מען וויסן נאר דורך א דוגמא מוחשית - פארוואס האט דאס געדארפט זיין א "מטבע של אש ״?
אדרבא - עם וואלט געווען גענויער צו ווייזן אים א מחצית השקל 23
וואס מ׳דארף געבן בפועל - של כסף,
אזוי ווי דער אויבערשטער האט אים באוויזן לבנה ברקיע
(ועד״ז די שרצים 24 ).
[דאס וואס דער אויבערשטער האט אים באוויזן א "מנורה של אש" איז פארשטאנדיק,
היות די מציאות פון אזא מנורת זהב איז נאך דאן ניט געווען בעולם 25
; משא״כ מחצית השקל א מטבע מיט א שיעור ומשקל גשמי 26 ].
אויך דארף מען פארשטיין: תום׳ אין חולין 27
פארענטפערט די שאלה הנ ״
ל פון תום׳ אין מנחות
(פארוואס ווערט מחצית השקל ניט גערעכנט צוזאמען מיט די אנדערע ענינים וואס "נתקשה משה")
: "הגי אע״פ שהראהו לא נתקשה בהן אלא שתמה על הדבר מה יוכל אדם ליתן כופר נפשו 28
הראהו הקב״ה כו׳" - ולכאורה זיינען די צוויי תירוצי התום׳ סברות הפוכות: לויט תום׳ אין מנחות איז במחה״ש מער ווי "נתקשה משה",
ווייל "לא הוה ידע בשום ענין אם לא הי׳ מראהו״,
משא״כ לויט תום׳ אין חולין איז משה מלכתחילה "לא נתקשה בהן",
ער וואלט געוואוסט דעם שיעור בדיוק אויך ווען דער אויבערשטער וואלט אים ניט באוויזן; און דאס וואס "הראהו" איז צוליב אן אנדער טעם 29 .
ב.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם לבאר וואס דער רמב״ם זאגט 30
ביי דער מצוה פון נתינת מחצית השקל: הצווי שנצטוינו ליתן מחצית השקל בכל שנה והוא אמרו יתעלה ונתנו איש כופר נפשו ואמר זה יתנו 31
.
ולכאורה: צוליב וואס דארף ער ברענגען ביידע פסוקים און איז זיך ניט מסתפק מיט דעם פסוק "זה יתנו" 32
?
ובפרט אז דער ציווי אויף נתינת מחצית השקל שטייט דוקא אין דעם פסוק - "זה יתנו כל העובר על הפקודים מחצית השקל״ 33
(דאקעגן אין פסוק "ונתנו איש כופר נפשו" ווערט ניט דער-מאנט וועגן דעם עצם מצוה פון נתינת מחצית השקל,
נאר - אז אויב "תשא את ראש בנ״י" איז "ונתנו" א "כופר נפשו" כדי אז "לא יהי׳ בהם נגף בפקוד אותם").
ג.
איז דער ביאור בזה: אין דער מצוה פון נתינת מחצית השקל זיינען
פאראן צוויי דינים: א)
עם דארף זיין אן איינמאליקע נתינה,
ווי דער רמב״ם 34
פסק׳נט "ואינו נותנו בפעמים רבות היום מעט ולמחר מעט אלא נותנו כולו כאחת בפעם אחת".
ב)
מ׳דארף געבן א מטבע פון א ״מחצית השקל כסך״ 35
(ופשיטא ניט קיין ״שוה כסף״ אין באטרעך פון א מחצית השקל 36 ).
בנוגע דעם וואס דער רמב״ם פסק׳נט אז מ׳דארך דאס געבן בפעם אחת,
איז מסביר דער ראגאטשאווער 37
דעם טעם,
אז די נתינת מחצית השקל האט א דין פון א קרבן און עם איז א גדר פון כפרה - און ביי כפרה העלפט ניט קיין נתינה לחצאין
(ווי די גמרא 38
זאגט בנוגע גזל הגר "החזירהו
(צום כהן)
חצאין לא יצא מאי טעמא אשם קריי׳ רחמנא").
אין דעם
(אז דאס איז אן ענין פון קרבן וכפרה)
קען מען לערנען אויך צוויי אופנים: א)
דער גדר הכפרה פון מחצית השקל באשטייט אין דעם,
וואס דערמיט ווערן געקויפט די קרבנות צבור במשך השנה וועלכע זיינען לכפרה 39
; ב)
די עצם נתינה פון מחצית השקל איז אן ענין פון כפרה - א קרבן יחיד.
ויש לומר,
אז דאס איז א מחלוקת צווישן רש״י און רמב״ם: רש״י איז מפרש 40
"ועל אותה תרומה נאמר לכפר על נפשותיכם שהקרבנות לכפרה הם באים",
אז ביי דער תרומה פון מחצית השקל שטייט ״לכפר על נפשותיכם״ -לשון רבים,
ד.
ה.
א כפרה אויפן צבור,
היות אז דאס ווערט גענוצט פאר קרבנות צבור,
וואס זייער ענין איז כפרה 41 .
דער רמב״ם אבער לערנט דאס ארוים כנ״ל פון פסוק "ונתנו איש כופר נפשו ",
וואס שטייט בלשון יחיד,
עם מיינט ניט די כפרה פון קרבנות צבור,
נאר אז דאס האט דעם דין ״קרבן בפני עצמו״ 42
- די נתינה גופא איז א גדר כפרה 43 .
ויש לומר אז דאס איז דער טעם אויף נאך א חילוק צווישן רש״י און רמב״ם: לדעת רש״י 44
דארך מען מכוון זיין בשעת דער נתינה פון מחצית השקל אז מ׳גיט דאס צוליב די קרבנות צבור; פון רמב״ם אבער איז משמע אז דאס איז א באזונדער ענין,
ווי ס׳איז מוכח פון דעם וואס אין דעם ערשטן פרק אין הלכות שקלים רעדט ער בלויז וועגן דער מצוה און דעם אופן פון נתינת מחצית השקל
(און ער זאגט ניט אז וויבאלד מ׳דארף מקריב זיין קרבנות צבור מתרומה חדשה,
דעריבער 45
איז א "מ״ע מה ״
ת ליתן כל איש מישראל מחצית השקל בכל שנה ושנה״.
און נאכמער - ער דערמאנט אינגאנצן ניט אז מען קויפט מיט די מחצית השקל קרבנות צבור 46 ),
און אויך אין פרק ד׳ הייבט ער אן בסגנון פון אן ענין בפ״ע חדש לגמרי* 46
: תרומת הלשכה מה יעשה בה ,
לוקחין ממנה תמידין של כל יום והמוספין וכל קרבנות הצבור כו׳.
ד.
ה.
אז
(אין)
דעם עצם נתינה פון מחצית השקל איז ניט
(נוגע אז דאס איז)
צוליב קרבנות צבור
(נאר ס׳איז א דין קרבן וכפרה בפ״ע)
און דאס וואס לפועל קויפט מען די קרבנות צבור פון תרומת הלשכה
(מחצית השקל)
איז עם א באזונ-דער ענין פאר זיך 47 .
ד.
עפ״ז איז מובן דער טעם וואס דער רמב״ם ברענגט אין ספר המצות ביידע פסוקים הנ״ל,
ווייל פון יעדערן פון זיי לערנט מען אפ א באזונדער גדר המצוה פון נתינת מחצית השקל: פון "ונתנו איש כופר נפשו" לערנט ער אפ,
אז נתינת מחצית השקל איז אן ענין פון כפרה ע״ד ווי א קרבן; פון ״ זה יתנו״ - וואס דער לשון ״זה״ באווייזט אריף א נתינה פון איין זאך - מ׳גיט עם ניט אלס א סכום וצירוף פון צען
(באזונדערע)
גרה
(ובמילא האט אן ארט צו זאגן אז מען קען זיי אויך געבן ניט אלע מיט אמאל),
נאר אלס איין מחצית השקל -
(בלשון הרג-צובי 48 )
א "שיעור העצמיי" ניט קיין "שיעור מצטרף".
וואס פון דעם קומען ארוים די צוויי דינים: א דין אין דער נתינה בשייכות צום גברא און א דין אין דער ״ חפצא ״ פון מחצית השקל: פון " ונתנו איש כופר נפשו" וויים מען 49
דעם דין אין גברא,
אז ער דארף עם געבן בבת אחת,
ניט לחצאין 50
כנ״ל; און פון " זה יתנו"
(די "זאך" גופא זאל מען געבן)
ווערט אפגעלערנט דער דין בנוגע "חפצא",
אז דער חיוב איז ״ זה
(יתנו)
״ - די מציאות 51
פון א מחצית השקל - א מטבע פון א מחצית השקל 52 ,
און ניט כסף לויטן שיעור און משקל פון מחצית השקל.
[ויש לומר,
אז דאס איז מדוייק און מודגש אין די צוויי לשונות אין רמב״ם "נותנו: א)
כולו כאחת ב)
בפעם אחת" 53 ].
ה.
עפ״ז וועט מען פארשטיין וואס דער פירוש פון "זה יתנו" איז,
"כמין מטבע של אש הוציא הקב״ה מתחת כסא כבודו והראהו למשה ואמר לו זה יתנו כזה יתנו״ און ס׳איז מובן דער טעם וואס דער אויבערשטער האט אים באוויזן דווקא א מטבע של אש .
דער חילוק צווישן אש און אנדערע יסודות פון חומר הבריאה * 53
איז: אנדערע סוגי חומר
(רוח מים או עפר)
ווערן געמאסטן לויט זייער כמות ,
פארנעם אין מקום,
אדער אין ערך ושווי
(זייער מאם אין גשמיות׳דיקן שטח אדער אין כמות השוויות והערך).
"אש" ווערט ניט געמאסטן לויט איר תפיסת מקום און איז ניט מוגבל אין א באשטימטן שטח אין מקום,
די מציאות פון "אש" איז מער אן איכות׳דיקע 54 ,
און אויך א מעט אש איז מתפשט והולך 55 .
און דעריבער,
ווען דער אויבערשטער וואלט אים באוויזן א מחצית השקל כסף,
וואלט נאך אלץ ניט געווען קלאר,
וואס דער גדר המצוה איז און וואס אידן דארפן געבן: צי ס׳איז אנגעזאגט געווארן און ס׳איז גענוג די שוויות וכו׳ פון א מחצית השקל כסף.
ובמילא קען מען געבן וואס מ׳וויל,
אבי דאס איז ווערט א מחצית השקל,
אדער עם דארף זיין דוקא כסף לויטן משקל פון א מחצית השקל,
אדער דוקא א מטבע וואס משקלה איז מחצית השקל כסף.
און דעריבער האט ער אים באוויזן "כמין מטבע של אש "
(וואס "משקלה" איז "מחצית השקל"),
אז די מצוה איז ניט די כמות - די שוויות אדער אפילו כסף במשקל פון א מחצית השקל,
נאר "די זאך" גופא,
די מציאות פון דער מטבע מחצית השקל 56 .
- ד.
ה.
ניט דער גדר המצוה איז געבן א משקל כסף אין ערך פון מחצית השקל
(ולכל היותר - איז עם א תנאי
(צדדי)
אז דער כסף דארף זיין בצורת מטבע)
נאר דאס איז דער גדר המצוה: ״ זה יתנו״ געבן די מטבע - מחצית השקל.
און דאס זאגט זיך אויס אין "מטבע של אש" דוקא,
וואס אש איז ניט אן ענין וואס מעסט זיך מיט ערך ושוויות,
כנ״ל.
נאר זיין שיעור איז - די עצם מציאות פון אש,
און עם איז דאך פארשטאנדיק אז "מטבע של אש" ממש קען מען ניט געבן - מיינט ״זה״ - דער ענין מיוחד אין מטבע של אש ווי ער געפינט זיך אין מטבע של כסף.
ו.
עפ״ז וועט מען פארשטיין די צוויי תירוצים פון תום׳
(הנ״ל ם״א)
אז זיי זיינען ניט מחולק צווישן זיך,
נאר זיי זיינען בהתאם צו די צוויי גדרים הנ״ל אין נתינת מחצית השקל: אין מנחות זאגט תום׳ "משום דלא הוה ידע
(איזה מטבע יביאו 57 )
בשום ענין אם לא הי׳ מראהו״ -
ווען דער אויבערשטער ווייזט אים ניט א מטבע של אש,
וואלט משה ניט געוואוסט
(ניט נאר - נתקשה)
דעם דין אז עם דארף זיין " זה יתנו",
דער תנאי אין חפצא פון דער מטבע כנ״ל בארוכה.
אין חולין זאגט תום׳,
אז משה׳ם תמי׳ איז געווען אין דער נתינה פון גברא -״מה יוכל אדם ליתן כופר נפשו ״ - דאס איז דאך ניט קיין קרבן 58 .
ז.
לויט דעם - אז די תמי׳ פון משה׳ן
(כפי׳ התום׳ אין חולין)
איז געווען דערפאר וואס ער האט נאך ניט געוואוסט אז מחצית השקל איז א קרבן - קומט אויס אז דאס וואס "הראהו מטבע של אש" איז געווען 59
(ניט נאר צו מודיע זיין דעם גדר המצוה אין חפצא פון מחצית השקל נאר)
אויך א הסברה אין דער נתינה פון גברא
(אלס כפרה - קרבן).
דער ביאור בזה:
אין כפרה זיינען דא צוויי ענינים: א)
כפרה דורך קרבנות,
"לכפר על נפשותיכם",
ב)
" כופר נפשו".
" כפרה "
(ע״י הקרבנות)
מיינט
(ווי דער טייטש פון כפרה - פארגעבונג)
אז עם ווערט פארגעבן און אראפגענומען די טומאת החטא; " כופר נפשו" איז ניט קיין ענין פון אראפנעמען דעם חטא,
נאר כופר: ״אויסלייזונג פון נפש",
ד.
ה.
דערמיט ווערט אויפגעטאן אז דער נפש ווערט פארביטן 60
און במילא אויסגעלייזט,
ווי א נייע מציאות.
וואס די צוויי ענינים זיינען בכללות די צוויי סוגים וואס מ׳געפינט בא דער טהרה פון טומאה אין פשטות 61 .
טבילה במים נעמט אראפ די טומאה; טבילה באש,
און ווי די גמרא 62
זאגט איז " עיקר טבילותא בנורא",
איז תוכנה
[ניט אראפנעמען די טומאה 63
,
נאר]
בדוגמת פעולת האש כפשוטה,
וואס איר אופטו איז - "מחזירן לכבשן" ווערט א נייע כלי 64
ומציאות.
און דאס איז דער חילוק צווישן דער כפרה פון קרבנות און "כופר נפשו" וואס דורר מחצית השקל: די קרבנות זיינען
(בכלל)
מכפר אויף שגגות 65
(ועכ״פ)
ניט אויף כריתות ומיתות ב״ד 66
; די נתינה פון מחצית השקל איז ענינה,
ע״ד ווי עם איז געווען צום ערשטן מאל,
צו מכפר זיין אויף חטא העגל 67
וואס רירט אן אין עצם מציאות - ס׳איז א חיוב מיתה; און דעריבער דארף זיין " כופר נפשו",
אז עם זאל ווערן א נייע מציאות.
און
(אויך)
דאס האט דער אויבערשטער מגלה געווען דורך ווייזן אים א "מטבע של אש",
אז די כפרה פון מחצית השקל איז תוכנה אזוי ווי
(די טבילה ב)
אש - עם איז פועל אז עם ווערט א מציאות חדשה 68 .
ח.
אע״פ אז דאס וואס דער אויבערשטער האט באוויזן משה׳ן "מטבע של אש" איז געווען כדי צו מבאר זיין אז די נתינה פון מחצית השקל איז ניט אן ענין פון שווי ומשקל,
נאר - " זה יתנו״
(כנ״ל בארוכה)
- זאגט אבער רש״י אז די "מטבע של אש" האט געהאט א משקל 69
דמחצית השקל - "הראה לו כמין מטבע של אש ומשקלה מחצית השקל",
און פון דעם וואט דער אויבערשטער האט געמאכט א נט בתוך נט - ניט נאר "מטבע של אש",
נאר אז די מטבע של אש זאל האבן א משקל - איז מוכח,
אז אויך אין דעם פרט פון "משקל" האט דער אויבערשטער מחדש געווען אן ענין ביי משה׳ן,
וואט ווען ניט ״הראה לו..
מטבע של אש ומשקלה כו׳" וואלט ער מדעת עצמו עט ניט געוואוטט.
אין אנדערע ווערטער: אין דער נתינה פון מחצית השקל איז נוגע
(ניט נאר דער עצם "מטבע של אש",
נאר)
אויך אז דער מחצית השקל דארך זיין בדוגמא צו א "מטבע של אש " וואט האט א משקל .
ט.
וועט מען דאט פארשטיין בהקדם וואט תמיהת משה - "מה יוכל אדם ליתן כופר נפשו"
(ווי געבראכט פריער פון תוט׳)
און דערפאר האט דער אויבערשטער באוויזן משה׳ן מטבע של אש -איז מקורה אין מדרש 70 ,
און דארט איז מבואר אז דאט
(״ונתנו ..
כופר נפשו")
איז געווען איינע פון די דריי זאכן ש״שמע משה מפי הגבורה ונבהל ונרתע לאחוריו״ - ״בשעה 71
שאמר לו הקב״ה צו את בנ״י את קרבני לחמי לאשי אמר משה מי יוכל להטפיק לו קרבנות אם אנו מקריבין לפניו כל חיתו שדי כו׳ אינו מטפיק לו כו׳,
א״ל הקב״ה איני מבקש לפי כחי אלא לפי כוחן כו׳.
בשעה שאמר לו הקב״ה ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם אמר משה מי יוכל לעשות לו מקדש שישרה בתוכו הנה השמים ושמי השמים לא יכלכלוך כו׳,
אמר הקב״ה איני מבקש לפי כחי אלא לפי כחן כו׳".
איז ניט מובן: וויבאלד משה האט שוין געהערט פריער * 71 ,
בנוגע צום משכן,
אז "איני מבקש לפי כחי אלא לפי כחן",
פארוואט איז ער "נבהל" און ט׳איז ביי אים געווען א תמי׳ הערנדיק די ווערטער "ונתנו איש כופר נפשו"?
לכאורה מען קען ניט זאגן אז דער חידוש ותמי׳ פון משה׳ן איז געווען דערפאר ווייל דאט איז כופר נפשו אויפן חטא העגל,
וואט רירט אן דעם עצם מציאות כנ״ל 72
- ווארום אויך דאט געפינט מען,
דער אויבערשטער האט געהייטן נעמען א פר בימי המילואים ״לכפר 73
על מעשה העגל שהוא פר" * 73 .
איז דער ביאור אין דעם:
בא דעם משכן איז פארשטאנדיק אז דאט וואט אידן האבן געטאן איז געווען "לפי כחן",
ווייל זייער השתתפות אין דעם איז געווען מיט נדיבות לבם -"כל איש אשר ידבנו לבו" 74 ,
"כל נדיב לבו יביאה״ 75
; עד״ז ביי הקרבת הפר -ווייל ביי קרבן איז דער דין,
אז "יקריב אותו לרצונו" 76 ,
און דאט אז עט דארך זיין דער רצון המנדב ושל בעל הקרבן,
איז דאס מדגיש אז עם איז ״לפי כחן״ -אין דעם איז דא "כחן של ישראל";
אבער די מצוה פון מחצית השקל איז אין אן אופן אז יעדער האט געמוזט געבן,
צי ער וויל יע אדער ניט,
נאכמער דער דין איז אז " כופין את מי שלא נתן עד שיתן וכל מי שלא יתן ממשכנין אותו ולוקחין עבוטו בעל כרחו ואפילו כסותו" 77
-
[און אע״פ אז אויך בא קרבנות איז דא דער דין פון ״כופין אותו״ - איז עם אבער אין אן אופן פון "כופין אותו עד שיאמר רוצה אני " 78 ,
ד.
ה.
אז ביי דער הקרבת קרבן מוז דער מענטש זאגן בדיבור שלו אז "רוצה אני"; וואס הגם אז בחיצוניות איז עם א געצוואונגענע אמירה,
איז אבער די אמירה מתאים מיט׳ן אמת,
וויבאלד אז בפנימיות נפשו וויל יעדער איד מקיים זיין דעם רצון השם
(כמבואר ברמב״ם 79 )
; משא״כ ביי מחצית השקל געפינט מען ניט אז דער איד דארף זאגן "רוצה אני",
ד.
ה.
אין זיין נתינה מוז ניט זיין רצונו.
און וויבאלד אז די נתינה אליין איז נאר א חיצוניות׳דיקע פעולת היד און דער נפש פון אידן איז ניט קענטיק אין דער עשי׳,
איז]
- ווי קען אזא נתינה זיין "כופר נפשו " 80 ,
אין דעם איז דאך ניטא "כחו",
"כחן של ישראל"!
אויף דעם האט דער אויבערשטער באוויזן משה׳ן "מטבע של אש ומשקלה מחצית השקל",
וואס ער האט גענומען
(ווי עם שטייט אין מדרש)
"מתחת כסא כבודו",
כדלקמן.
יו״ד.
דער טעם
(פנימי)
אויף דעם,
וואס ביי מחצית השקל איז ניטא דער דין פון "כופין אותו עד שיאמר רוצה אני"
(ובפרט קשה לפי הנ״ל,
סעיף ג׳,
אז דאס האט א דין קרבן),
י״ל אז דאס איז,
ווייל מחצית השקל איז געקומען אלס כפרה אויפן חטא העגל,
וואס האט אנגערירט כנ״ל,
דעם עיקר מציאות פון אידן,
זיי אפגעריסן אויך מצד נפשם ופנימיותם ר״ל,
ובמילא קען דא ניט העלפן "כופין אותו עד שיאמר רוצה אני"
(אז דער רצון ופנימיות הנשמה זאל ארויסקומען בגלוי).
און דערפאר "הראה לו מטבע של אש",
וואס "הוציא הקב״ה מתחת כסא כבודו": מצד פנימיות הנשמה ווי זי איז שייך צום גוף האט די נתינה ניט גע-קענט זיין מצד כחן של ישראל,
כנ״ל.
דאס קען אבער יע זיין מצד עצם הנשמה
(וואס איז העכער לגמרי פון גילויים,
ווייל עצמיות הנשמה איז דער עצם פון אלע כחות 81 ,
אויך פון זיין עשי׳ חיצונית).
און דאס מיינט ״ הראה לו
(הקב״ה)
״ -דער אויבערשטער האט מגלה געווען,
בדרך מלמעלה למטה אויך ווי די "מטבע של אש" נעמט זיך "מתחת כסא כבודו" - די בחי׳ אש שבנשמה,
עצם הנשמה,
ווי זי איז מושרש למעלה "תחת כסא כבודו" ווי די חז״ל 82
זאגן "הנשמות גזורות מתחת כסא הכבוד" 83
;
און דאס האט ער מגלה וממשיך געווען אין ״משקלה״ - אז דער עצם הנשמה נעמט דורך די נשמה מיט אירע אלע כהות דא למטה ביז אין משקל וכו׳; ד.
ה.
אז די ״מטבע של אש״ - עצם הנשמה - איז ניט א באזונדער זאך פון די כהות וואס זיינען דא אין דער נתינה גשמיות,
נאר די מטבע של אש גופא איז " משקלה מהצית השקל"
(וכנ״ל,
אז דער עצם הנשמה איז דער עצם פון אלע כהות).
און דערפאר,
אפילו ווען די נתינה פון א אידן איז אן דער אמירה פון רוצה אני,
ס׳איז אין אן אופן פון ״משקל״ - א נתינה גשמית והומרית,
אן רצון והיות,
ס׳איז "משקל": עס וועגט און שלעפט למטה און מ׳דארף האבן טרהא און אפילו כפי׳ - איז אבער דער אמת לאמיתו
(און דאס איז דער אויפטו פון מהצית השקל),
אז ביי אידן איז אויך די נתינה געבונדן מיט׳ן "אש שבנשמה",
אז די אמיתיות ופנימיות פון זיין כה העשי׳ והנתינה איז די התגלות פון "תהת כסא כבודו" וואס איז "מטבע של אש",
עצם נשמתו.
יא.
ע״פ כהנ״ל איז פארשטאנדיק די שייכות צווישן די צוויי ענינים הנ״ל אין מהצית השקל - דער דין "ונתנו איש כופר נפשו"
(דער דין אין נתינה,
אז דאס איז "כופר נפשו",
א קרבן)
און " זה יתנו"
(דער דין אין הפצא,
אז דאס איז ניט א גדר שוויות וערך,
נאר א מציאות פון א מטבע מהצית השקל כסף)
- ווארום ביידע דריקן אויס די זעלבע נקודה,
אז די נתינה פון מהצית השקל איז פון "אש"
(מתהת כסא כבודו)
ועצם הנשמה:
וויבאלד עצם הנשמה איז העכער פון התפשטות גילויים והתהלקות,
איז מובן אז אויך די נתינה שמצד עצם הנשמה איז בדוגמא לזה: בבת אהת - אן התהלקות,
און דער שיעור פון דער מטבע איז ניט א כמות׳דיקער
(וואס מעסט זיך אין שוויות און משקל),
נאר אן איכות׳דיקע עצם׳דיקע נקודה;
און מהאי טעמא איז די כפרה פון מהצית השקל אין אן אופן פון "אש"
(העכער פון דער כפרה פון קרבנות,
כנ״ל סעיף ז),
וואס מאכט איבער דעם מענטשן אין א מציאות הדשה,
ווייל מצד התגלות פון עצם הנשמה ווערן נשתנה אלע זיינע כהות 84
ביז ער ווערט א מציאות הדשה.
יב.
אט דער ענין וואס "מטבע של אש הוציא הקב״ה ..
והראהו למשה",
איז אבער געקומען ערשט נאכדעם 85
ווי משה "נבהל ונרתע לאהוריו"; דוקא ווען בהי׳ משה - הכמה 86
דקדושה - ווערט נבהל כו׳,
ניט קענענדיק באנעמען ווי אזוי אן עשי׳ ופעולה היצונית קען זיין א כפרה,
איז דאס 85
מעורר אז דער אויבערשטער זאל באווייזן,
מגלה וממשיך זיין מלמעלה למטה,
די דרגא פון "אש" שבנשמה ביז אין בהי׳ "משקל",
ד.
ה.
ווי עצם הנשמה זאגט זיך ארויס בגלוי אין די כהות הנשמה ביז אין מעשה המצות פון א אידן.
און דאס איז אויך א הוראה אין עבודת כאו״א: עס טרעפט אמאל אז א איד פילט ניט קיין געשמאק און היות אין לימוד התורה וקיום המצות,
עס איז א מצות אנשים מלומדה,
כגוף בלי נשמה 87
; ביז נאכמער,
אז דאס איז ביי אים גאר א טירהא ועול,
ער דארף זיך כופה זיין צו מקיים זיין דעם אויבערשטנ׳ם רצון,
און אויך דער נויטן זיך איז ביי אים ניט בדרך עבודת עבד,
נאר ווייל ער האט ניט קיין ברירה -
דארף ער וויסן,
אז דאס וואס ער וועט זיך אריין טראכטן אין דעם,
מיט א התבוננות אליבא דנפשי׳,
און בחי׳ משה שבו - חכמה שבנפש 88
- "גיט זיך א טרייסל " דערפון וואס ער האט ניט קיין חיות און הרגש אין עבודת השם,
און אין מקיים זיין דעם אויבערשטנ׳ם רצון -דאם 89
גופא איז מעורר דעם ענין פון "הראהו מטבע של אש כו׳",
אז הקב״ה עוזרו,
דער אויבערשטער איז ממשיך און באווייזט בחי׳ "משה" שבנפשו דעם אש שבנפשו,
עצם הנשמה,
און דאס ווערט נמשך אין "משקלה",
אין אלע כחות הנפש ביז אין מעשה בפועל,
און אין אן אופן גלוי .
יג.
לאידך האט מען פון דעם די הוראה: בשעת ס׳איז דא א איד,
וואס לעת עתה פירט ער זיך ניט אזוי ווי עם דארף זיך פירן א בן אברהם יצחק ויעקב און עם ליגט א חיוב אויף יעדן אידן צו מקרב זיין אים צו תומ״צ - זיינען אבער דא אזעלכע וואס טענה׳ן: וואס פאר אן ארט האט צו זאגן דעם אידן אז איצט דארף ער לייגן תפילין.
אדער לייענען ק״ש וכיו״ב,
בעת ער האלט נאך ניט דערביי,
ער פארשטייט ניט וואס דאס מיינט און ער האט קיין שום רצון ניט דאס צו טאן.
און וואס פאר א תועלת איז צו מכריח זיין אים אנטאן תפילין,
בשעת ער וועט עם טאן נאר דערפאר וואס ער איז אן איידעלער מענטש און קען ניט אפזאגן - אבער די מעשה המצוה גופא מיינט ביי אים גארניט?
דער סדר דארף זיין - טענה׳ן זיי - אז די ערשטע זאך דארף מען אים אויפקלערן שריט נאך שריט,
א טאג נאך א טאג און געבן צו פארשטיין ביז אז ביי אים זאל זיך אפלייגן אין זיין שכל אז ער דארף מקיים זיין מצוות,
און דעמאלט וועט ער שוין אליין אנהייבן מקיים זיין מצוות,
ווארום ער וועט האבן אין דעם א רצון און געשמאק.
אויף דעם איז דא די הוראה פון מחצית השקל: בשעת א איד איז מקיים א מצוה אפילו נאר אין אן אופן פון "משקלה",
אן קיין שום תענוג און אן א רצון,
און אפילו בדרך כפי׳,
באווייזט דער אויבערשטער אז באמת׳ן איז דאס מטבע של אש,
דאס איז מצד דעם "אש" פון עצם הנשמה,
ובמילא איז דאס זיין אמת׳ער רצון ותענוג.
ואדרבה - דורך דעם וואס ער וועט פועל׳ן אויפן צווייטן מקיים זיין די מצוה אפילו נאר בדרך כפי׳,
וויבאלד באמיתית איז דאס פארבונדן מיט׳ן "אש" שבנשמה,
וועט דאס פועל׳ן אז סו״ם וועט די מטבע של אש אראפקומען בגלוי ביז אין "משקלה",
אין זיין מעשה בפועל,
ביז אז דאס וועט ווערן זיין רצון ותענוג בגלוי,
סוף־סוף וועט ער מקיים זיין די מצוה מיט׳ן גאנצן ברען און פייער פון דער נשמה.
און וועט אויך צואיילן די הקרבת הקרבנות
(וואס מ׳האט געבראכט 90
פון מחצית השקל)
אין דעם ביהמ״ק השלישי אין ירושלים עיר הקודש,
וואס " באש אתה עתיד לבנותה" 91
"ואני אהי׳ לה נאם ה׳ חומת אש סביב" 92 ,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות פ׳ שקלים,
פ׳ זכור,
פ׳ פרה תשל״ג)