א.
אויף דעם וואָס עס שטייט אין סיום וחותם פון דער מגילה - „כי מרדכי היהודי וגו’ ורצוי לרוב אחיו וגו’” - זאָגן רז”ל אין גמרא 1
: „ לרוב אחיו,
ולא לכל אחיו,
מלמד שפירשו ממנו מקצת סנהדרין”
[וואָרום „אחיו” זיינען „חביריו שהיו מכלל אנשי כנסת הגדולה” 2 ]
און רש”י איז מפרש דעם טעם פאַרוואָס „מקצת סנהדרין” האָבן זיך פורש געווען פון מרדכי - „לפי שבטל מדברי תורה ונכנס לשררה” 3 .
נאָכדעם איז די גמרא ממשיך: „גדול תלמוד תורה יותר מהצלת נפשות,
דמעיקרא חשיב לי’ למרדכי בתר ד’ ולבסוף בתר חמשה,
מעיקרא כתיב כו’ ולבסוף כתיב כו’”,
אַז אין אַ פריערדיקן פסוק
(אין עזרא 4 )
ווערט מרדכי גערעכנט אַלס דער פינפטער,
און אין אַ ווייטערדיקן פסוק
(נחמי’ 5 )
- אַלס דער זעקסטער; „לפי שנעשה מרדכי שר בינתים ירד מחשיבותו אצל חכמים” 6 .
איז ניט מובן: אָט דעם כלל,
אַז „גדול ת”ת יותר מהצלת נפשות”,
האָבן דאָך חז”ל געקענט אַרויסלערנען פון פשטות הכתוב און אין דער מגילה גופא: „ לרוב אחיו ..
מלמד שפירשו ממנו מקצת סנהדרין”,
וואָס דער „פירשו” איז דאָך געווען דערפאַר וואָס „בטל מדברי תורה” צוליב הצלת נפשות - טאָ פאַרוואָס לערנט דאָס די גמרא אַרויס פון אַ שינוי סדר און פון שלא במקומו און פון צוויי פסוקים אין באַזונדערע ספרי תנ”ך?
עס זיינען דאָ מפרשים 7
וואָס ענטפערן,
אַז פון לשון אין מגילה קען מען נאָר אַרויסלערנען אַז ביי סנהדרין איז ת”ת געווען מער חשוב ווי הצלת נפשות; ס’איז אָבער ניטאָ קיין באַווייז אַז משמים האָט מען דערצו מסכים געווען?
דערפאַר ברענגט די גמרא דעם לימוד הנ”ל,
וואו די תורה גופא האָט דאָס מרמז געווען אין דעם שינוי הסדר בהפסוקים.
אָבער דער תירוץ איז,
ע”ד הפשט,
ניט גלאַטיק: די וואָס „פירשו ממנו” זיינען ניט געווען סתם מענטשן,
נאָר אחיו - חברי סנהדרין ,
וואָס ענינם והנהגתם איז פסק הלכה על פי תורה - איז וואו פעלט דאָ די ראי’ אַז „משמים הסכימו”?
ב.
אויך איז שווער צו פאַרשטיין:
א)
וויבאַלד אַז „גדול ת”ת יותר מהצלת נפשות”,
היינט פאַרוואָס איז מרדכי’ס נאָמען דערפאַר
(וואָס „בטל מת”ת”)
איבערגעשטעלט געוואָרן נאָר מיט איין דרגא ווייטער אין סדר פון די נעמען
(פון „בתר ד’” צו „בתר ה’”)
-לכאורה האָט ער דערנאָך איבערהויפּט ניט געדאַרפט גערעכנט ווערן צווישן די
(חברי ה)
סנהדרין,
וואָס זייער ענין איז פס”ד תורה?
ב)
פון משמעות הפסוק איז פאַרשטאַנדיק,
אַז מרדכי’ס שררה אַלס „משנה למלך” האָט געדויערט אַ משך זמן,
וואָס דעמאָלט איז ער געווען „רצוי
(בלויז)
לרוב אחיו”
(- אַ מצב פון „פירשו ממנו”)
- איז ממה־נפשך: אָדער מרדכי האָט זיי באַלד געדאַרפט אויפווייזן אַז זיין הנהגה איז על פי תורה,
אָדער,
אויב ניט,
האָט ער געדאַרפט אַוועקגיין פון זיין „שררה”,
ובמילא - גלייך צוריק ווערן רצוי לכל אחיו.
ג.
דער ביאור אין דעם וועט זיין מובן פון דעם דיוק אין זעלבן לשון המגילה
(ודרשת רז”ל)
: „רצוי לרוב אחיו” - „פירשו ממנו
(נאָר)
מקצת סנהדרין”,
וואָס דאָס מיינט אַז רוב „אחיו” אין סנהדרין האָבן יע מסכים געווען צו דער הנהגה פון מרדכי.
ובמילא איז פאַרשטאַנדיק בפשטות אַז פון דעם וואָס „פירשו ממנו מקצת סנהדרין” איז כלל ניטאָ קיין ראי’ אַז ת”ת איז גרעסער פון הצלת נפשות; אדרבה,
פון דעם קען מען אַרויסלערנען פאַרקערט,
וויבאַלד אַז צו רוב סנהדרין איז ער געווען רצוי - ד.
ה.
זיי זיינען מיט אים בדעה אחת 8 .
און דערמיט איז אויך מוסבר,
וואָס מרדכי’ס נאָמען איז צוליב דעם איבערגעשטעלט געוואָרן נאָר מיט איין דרגא ווייטער - היות,
אַז,
אדרבה,
רוב חברי הסנהדרין האָבן איינגעשטימט מיט זיין הנהגה.
אָבער לפי זה ווערט שווער לאידך גיסא:
א)
וויבאַלד אַז מרדכי’ס הנהגה איז געווען בהסכם מיט דער דיעה פון רוב חברי הסנהדרין,
האָט זי דאָך געדאַרפט מכריע זיין די דיעה פון מיעוט
(„מקצת”)
- היינט פאַרוואָס „פירשו ממנו” און זיי האָבן ניט מבטל געמאַכט זייער דעת
(המיעוט)
קעגן דעם רוב?
ב)
לויט דעם קומט אויס,
אַז די צוויי מאמרי חז”ל הנ”ל וואָס די גמרא ברענגט אין איין המשך
(„פירשו ממנו
(נאָר)
מקצת סנהדרין” ו„גדול ת”ת יותר מהצלת נפשות”),
זיינען זיי גאָר סותר איינער דעם צווייטן 9 .
ד.
איז דער כללות’דיקער ביאור אין דעם בהקדם נאָך אַ דיוק במחז”ל זה: „ פירשו ממנו מקצת סנהדרין”,
און ניט „ חלקו עליו” אָדער עכ”פ „אין רוח מקצת חכמים נוחה הימנו” 10
וכדומה - וואָס „פירשו ממנו” מיינט
( ניט אַ מחלוקת ווייל לויט זייער דיעה איז מרדכי’ס הנהגה ניט עפ”י תורה,
נאָר)
אַז זיי האָבן זיך פון אים אָפּגעזונדערט ,
האָבנדיק אַ באַזונדערן און אַנדערן דרך ושיטה אין הנהגת פון חברי סנהדרין
(אָדער -ת”ח בכלל),
ולא דרכו דרכם - אָבער אויך זיי האָבן מסכים געווען אַז מרדכי’ס הנהגה
(בנוגע לעצמו)
איז אַ דרך עפ”י תורה.
די הסברה אין דעם וועט זיין פאַרשטאַנדיק אויך פון אַ סיפור וועגן דעם ראָגאַטשאָווער גאון והנהגתו -והביאור אין דעם:
נאָכדעם ווי כ”ק מו”ח אדמו”ר איז אַרויסגעפאָרן פון רוסלאַנד און אָנגעקומען אין ריגא,
האָט ער דאָרט פאַררופן אַן אסיפה פון רבנים,
מנהיגים און עסקנים וכו’ לטובת די רוסישע אידן,
צווישן די איינגעלאַדענע איז אויך געווען דער ראָגאַטשאָווער.
ביי דער אסיפה האָט מען געוואָלט באַשטימען אַ ועד וואָס זאָל זיך צוזאַמענקומען מזמן לזמן און זיך מיישב זיין ווי צו פירן די אַרבעט פאַר די רוסישע אידן - און מ’האָט געבעטן דעם ראָגאַטשאָווער אַז ער זאָל זיך משתתף זיין אין דעם ועד.
ער האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט און האָט מסביר געווען,
אַז זיין אַריינגיין אין ועד איז תלוי אין אַ פלוגתא צווישן תלמוד בבלי און ירושלמי:
די גמרא זאָגט אין ברכות 11 ,
אַז „חסידים הראשונים היו שוהים ..
תשע שעות ביום בתפלה”.
פרעגט די גמרא: אויב אַזוי,
„תורתן היאך משתמרת ומלאכתן היאך נעשית
(און די גמרא פאַרענטפערט)
אלא מתוך שחסידים הם תורתם משתמרת ומלאכתן מתברכת”.
אין ירושלמי 12
ברענגט זיך דער זעלבער ענין,
נאָר מיט אַ שינוי: אַנשטאָט „מתוך שחסידים הם תורתם משתמרת
(ומלאכתן מתברכת)
”,
שטייט: „על ידי שהיו חסידים היתה ברכה ניתנת בתורתן
(וברכה ניתנת במלאכתן)
”.
דער חילוק צווישן „תורתם משתמרת “ און „ ברכה ניתנת בתורתן” איז מובן: „משתמרת” מיינט נאָר „שאין תלמודם משתכח “ 13 ,
אָבער עס קומט ניט צו קיין נייע בתורתן
(נאָר וויפל זיי קענען לערנען אין דעם זמן מועט ווען זיי זיינען זיך ניט עוסק אין תפלה)
;
משא”כ „ ברכה ניתנת בתורתן” מיינט: „שהצליחו להבין ולהשכיל מיד ולא היו שוהין” 14 ,
ד.
ה.
אַז
(ניט נאָר פאַרגעסן זיי ניט דאָס וואָס זיי לערנען,
נאָר ס’קומט זיי צו אַ הוספה אין הבנת וידיעת התורה:)
אין דעם זמן מועט וואָס זיי לערנען זיינען זיי מצליח „להבין ולהשכיל מיד ” - דאָס וואָס כרגיל עפ”י זייער טבע וואָלט אויף דעם נויטיק געווען אַ־סך מער זמן בלימוד התורה.
און אַזוי אויך בנדו”ד
(האָט דער ראָגאַטשאָווער אויסגעפירט)
: דורך דעם וואָס ער וועט זיך באַטייליקן אין ועד וועט ער מוזן מבטל זיין מזמנו בלימוד התורה - איז לויטן ירושלמי,
וואָס „על ידי שהיו חסידים היתה ברכה ניתנת בתורתן”,
וועט אים ניט פעלן אין ידיעת התורה; וויבאַלד אָבער אַז הלכה כבבלי,
אַז ס’איז בלויז „תורתם משתמרת “ 15 ,
וועט ביי אים פעלן די הוספה אין לימוד וידיעת התורה וואָס ער וואָלט געקענט האָבן ווען ער לערנט תורה אויך אין די זמנים - און אויף דעם קען ער ניט מוותר זיין.
ה.
וי”ל,
אַז דער הסבר אין דער מחלוקת הנ”ל צווישן בבלי און ירושלמי,
איז פאַרבונדן מיט דעם חילוק אין דעם אופן הלימוד צווישן זיי:
דער אופן הלימוד אין תלמוד בבלי איז מיט אַ ריבוי שקו”ט וכו’,
און ווי די גמרא 16
זאָגט „ במחשכים הושיבני 17 ..
זה תלמודה של בבל”: דער לימוד איז ע”ד ווי איינער זוכט אין דער פינסטער -מ’דאַרף ריבוי חיפוש ויגיעה,
פרעגן קושיות און פאַנאַנדערקלייבן וכו’ ביז מ’קומט צו צום אמת’ן פשט ומסקנא; אָבער אין תלמוד ירושלמי איז דער לימוד אין אַן אופן ישר - מ’געפינט גלייך די ריכטיקע סברא און תירוץ וכו’,
ווי איינער וואָס זעט אַ זאַך אין דער ליכטיקייט 18 .
און דעריבער דאַרף אויסקומען,
אַז לויט דער שיטה
(און אופן הלימוד)
פון בבלי,
קען דורכן לימוד מועט
(פון חסידים הראשונים)
אויפגעטאָן ווערן נאָר דער ענין פון „תורתם משתמרת” -זיי זאָלן ניט פאַרגעסן די דברי תורה וואָס מ’לערנט,
אָבער ניט אַז עס זאָל נאָך זיין אין אַן אופן פון „ברכה ניתנת בתורתן”,
„להבין ולהשכיל מיד ”,
וואָס איז ניט מתאים צום סדר הלימוד פון בבלי;
אָבער לויט דער שיטה
(און אופן הלימוד)
פון ירושלמי,
טוט אויף זייער לימוד אויך דער ענין פון „ברכה ניתנת בתורתן” - „הצליחו להבין ולהשכיל מיד ולא היו שוהין” - בהתאם צום דרך הלימוד אין אַן אופן ישר,
אַז מ’קומט באַלד צו צום ענין ווי ער איז לאמיתתו.
ו.
עפ”ז י”ל,
אַז דער חילוק צווישן הנהגת מרדכי
(שרצוי’ ל
(שיטת)
רוב הסנהדרין)
און דער שיטה פון „מקצת סנהדרין” איז תלוי אין דער פלוגתא הנ”ל צווישן בבלי און ירושלמי:
די סנהדרין גדולה,
וואָס מ’האָט געקליבן פון די סנהדרין קטנה 19
וואָס מקומם בירושלים ועכ”פ בארץ הקודש 20
- איז מסתבר צו זאָגן,
אַז זייער לימוד
(עכ”פ פון רובם)
איז געווען ווי דער סדר לימוד הירושלמי - ובפרט אין זמן המשנה ואנשי כנסת הגדולה;
אָבער אויך דאַן זיינען געווען תנאים פון בבל - ע”ד ווי שפּעטער: הלל עלה מבבל 21 ,
ר’ נתן הבבלי 22 ,
ועוד - ובפרט אַז ס’איז שוין דורכגעגאַנגען מער ווי זיבעציק יאָר פונעם זמן ווען „החרש והמסגר” 23
זיינען אַוועק מירושלים עם הגולה אשר הגלתה עם יכני’ - לבבל 24 .
און אנשי כנה”ג זיינען געווען משבי הגולה אשר הגלה נ”נ מלך בבל לבבל וישובו לירושלים ויהודה - בשנת אחת לכורש,
פופציג צוויי יאָר זיינען זיי געווען בבבל,
אָבער אויך - פון „החרש והמסגר” וואָס נאָך בירושלים זיינען זיי שוין געווען במעלתם זו
(און אין דעם אופן הלימוד) 25 .
און דעריבער האָט מרדכי
(ורוב הסנהדרין)
געהאַלטן אַז ער מוז ווערן אַ משנה למלך צוליב הצלת נפשות; אַיי,
ווי קען ער דערנאָך בלייבן אין סנהדרין ואנשי כנה”ג וואָס זייער ענין איז לימוד התורה והוראה - איז „על ידי שהיו חסידים היתה ברכה ניתנת בתורתן”,
ובמילא וועט ער האָבן הצלחה
(ניט נאָר אין אַן אופן פון „תורתם משתמרת”,
נאָר אויך)
„להבין ולהשכיל מיד ” - צו מתברך ווערן און שטייגן אין לערנען מער ווי לויט דעם זמן וואָס עס בלייבט אים אויף לימוד התורה.
עס האָבן זיך אָבער געפונען צווישן די חברי הסנהדרין אויך
(אַ „מקצת”)
אַזעלכע וואָס זייער אופן הלימוד איז געווען בדומה צום דרך הלימוד פון תלמוד בבלי - כנ”ל.
און דעריבער איז ביי זיי געווען דער אופן פון
(בלויז)
„תורתם משתמרת “,
וואָס דורך אָפּגעבן זיך מיט עניני עסקנות ו„הצלת נפשות” וועט פעלן אין הוספה בידיעת התורה וואָס פאָדערט זיך פון חברי הסנהדרין .
און דערפאַר „ פירשו ממנו מקצת סנהדרין”: ביי זיי האָט ניט געקענט זיין דער אופן העבודה פון מרדכי
(ורוב הסנהדרין)
און זיי האָבן זיך פון אים אָפּגעזונדערט אין זייער אייגענעם דרך
(כנ”ל אין אָנהויב’ס סעיף ד’).
ז.
הגם אַז לויט דער שיטה פון ירושלמי איז „ ברכה ניתנת בתורתן” -און דעריבער האָט מרדכי געהאַט אויך די ברכה וענין פון הוספה אין ידיעת התורה - פונדעסטוועגן,
„ירד מחשיבותו אצל חכמים” צוליב דעם וואָס „בטל מד”ת ונכנס לשררה” -
וואָרום עס איז פאַראַן אַ מעלה מיוחדת אין דעם דרך פון „תורתם אומנתם” - ניט צו מבטל זיין פון לימוד צוליב קיין זאַך 26
(אפילו ווען עס וועט לפועל ניט פעלן אין דער הוספה בידיעת התורה ווייל „ ברכה ניתנת בתורתן”)
; און דאָס איז כוונת חז”ל „גדול ת”ת יותר מהצלת נפשות כו’”: עס איז דאָ אַ „גדלות” אינעם אָפּגעבן זיך אינגאַנצן אויף לימוד התורה.
און וויבאַלד אַז ביי מרדכי איז די „גדלות” נתמעט געוואָרן,
איז אויך געוואָרן אַ מיעוט
(ירידה)
אין זיין חשיבות „אצל חכמים”,
אַז אַנשטאָט צו דערמאָנט ווערן „בתר ד’” איז ער דערמאָנט געוואָרן „בתר חמשה”.
אָבער פונדעסטוועגן האָט מרדכי
(ורוב הסנהדרין)
געהאַלטן אַז ער האָט געדאַרפט ווערן אַ משנה למלך - ווייל אפילו אַז דורכדעם זאָל ביי אים פעלן די „גדלות” פון „גדול ת”ת”,
איז עס כדאי צוליב דעם ענין פון „הצלת נפשות”* 26 ,
צו זיין אַ „דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו” 27 .
ח.
לכאורה איז אָבער פאָרט ניט גלאַטיק: אמת טאַקע אַז מחמת דעם וואָס „ברכה ניתנת בתורתן” האָט ביי מרדכי ניט געפעלט אפילו אין דער הוספה בידיעת התורה; און אמת טאַקע אַז עס איז דאָ אַ מעלה אין „הצלת נפשות” וואָס צוליב דעם איז כדאי די ירידה
(אַז ער זאָל ניט זיין „תורתו אומנתו”)
- אָבער ווי אַזוי איז ער פאָרט אויך דערנאָך געבליבן איינער פון די סנהדרין ,
וואָס לכאורה כל ענינם איז נאָר לימוד התורה און הוראה ?
בסגנון אחר: ווי איז שייך אַז אויף סנהדרין גופא
(וואָס כל ענינם איז תורה כנ”ל)
זאָל זיין אַ חיוב צו מוותר זיין אויף „תורתם אומנתם” צוליב „הצלת נפשות”?
איז דער ביאור אין דעם: עס שטייט אין תנא דבי אליהו 28
: „הי’ להם
(לסנהדרי גדולה)
לילך ולקשור חבלים של ברזל במתניהם ולהגבי’ בגדיהם למעלה מארכובותיהן ויחזרו בכל עיירות ישראל כו’ וילמדו את ישראל כו’”.
דער דין איז,
אַז ווען סנהדרין האָט גולה געווען ממקומה בלשכת הגזית קען זי ניט דן זיין דיני נפשות 29
; ד.
ה.
אַז דורך דעם וואָס „ויחזרו בכל עיירות ישראל כו’” ווערט אַ ירידה אין דעם כח ותוקף פון סנהדרין 30
; און פונדעסטוועגן איז „הי’ להם” - אַ חיוב - „לילך כו’ בכל עיירות ישראל כו’” 31 .
פון דעם קען מען פאַרשטיין,
אַז דער עיקר תפקיד פון די סנהדרין איז -הוראה לרבים
(און דורכדעם הצלת רבים),
און צוליב דעם דאַרפן זיי יורד זיין פון זייער כח ותוקף אַלס סנהדרין ,
כדי צו זיין ממזכי הרבים .
און עד”ז איז דער ביאור בעניננו: הגם אַז דורכדעם וואָס מרדכי איז געוואָרן א ַמשנה למלך איז געוואָרן אַ ירידה אין זיין חשיבות
(אַלס חבר הסנהדרין)
פון „בתר ד’” צו „בתר חמשה”,
עס האָט ביי אים געפעלט דער ענין ומעלה פון „תורתם אומנתם” - איז אָבער די ירידה כדאי,
אפילו מצד ענינם פון סנהדרין גופא - וויבאַלד דאָס איז צוליב טובת הרבים
(ע”ד הנת”ל אין תנא דבי אליהו).
ט.
די הנהגה פון כ”ק מו”ח אדמו”ר איז געווען,
אַז ער פלעגט „גזל’נען” *31
פון זיין צייט וואָס ער וואָלט געקענט אָפּגעבן אויף לימוד התורה לעצמו ועבודת ה’ לעצמו,
און זיך פאַרנומען דאַן מיט עניני עסקנות והצלת נפשות .
און ער האָט עס אויך געמאָנט פון אַ חלק חשוב פון זיינע תלמידים און מקושרים,
אַז אויך זיי זאָלן זיך פירן אין דעם וועג; און ער האָט איינגעפירט,
אַז אפילו תלמידי הישיבה זאָלן - בין הסדרים - אַוועקגעבן אַ געוויסן טייל פון זייער זמן אויף הפצת התורה והיהדות חוצה; און די התעסקות איז צייטענוויז אין אַן אופן,
אַז אַ חלק גדול פון דעם זמן ההפצה גייט אַוועק
(ניט אויפן עצם לערנען מיטן צווייטן,
נאָר)
אויף „ צרכי ציבור”: השתדלות אַריינצוקריגן תלמידים,
מסדר זיין אַן אָרט אויף לערנען,
שאַפן די נויטיקע סכומים צו דעקן די הוצאות וכו’ וכו’.
ד.
ה.
אַז אפילו אַזעלכע מקושרים,
וואָס זייער מצב ודרגא איז נאָר
(כפסק הלכה פון בבלי)
אינעם אופן פון „ תורתם משתמרת ”,
דאַרפן זיי אָפּגעבן פון זייער זמן,
אפילו אין דעם אופן וואָס דורכדעם וועט פעלן אין זייער לימוד התורה ועבודת ה’,
צוליב טובת הרבים;
ווייל די הנהגה הנ”ל פון דעם ראָגאַטשאָווער איז נאָר פאַר יחידי סגולה אין יעדן דור וואָס זיינען בבחי’ „תורתם אומנתם”,
און זייער ענין איז ע”ד ווי דאָס איז געווען ביי מקצת סנהדרין - אַ הוספה בידיעת התורה באופן תמידי ;
אָבער דער סדר העבודה פאַר רובא דרובא
(אפילו פון בני תורה)
איז -כפסק הדין,
אַז בזמן הזה איז ניטאָ מענשען וואָס „תורתם אומנתם” 32 ,
און מה־דאָך אַז מ’איז מבטל פון לערנען צוליב אַנדערע ענינים,
דאַרף מען אַוודאי דאָס טאָן צוליב „ הצלת נפשות “ וטובת הרבים.
- ולהעיר אַז בנוגע צו כ”ק מו”ח אדמו”ר אַליין - איז מי יודע אופן עבודתו.
ובכלל איז דאָך ידוע די תורה פון בעש”ט 33
אויפן פסוק 34
„קומי אורי כי בא אורך וכבוד ה’ עליך זרח”: „אתם נשיאי ישראל וואָס איר לייגט אַוועק אייער תורה ועבודה בשביל טובת הרבים וואָס וועט זיין מיט אייך,
איז דאָס קומי אורי באור הפרטי להכללי וכו’” - ד.
ה.
אַז נשיאי ישראל האָבן אַ ברכה מיוחדת,
אַז עס זאָל ביי זיי ניט פעלן אין זייער „תורה ועבודה”,
ואדרבא „בא אורך וכבוד הוי’ עליך זרח” - וואָס דאָס איז שלא בערך פון „ ברכה ניתנת בתורתן ”.
יו”ד.
דאָס איז די הוראה פון הנהגת מרדכי פאַר אונז בנוגע לפועל - און ווי די תורה הידועה פון בעש”ט 35
אויפן מאמר המשנה 36
„הקורא את המגילה למפרע לא יצא”: דער וואָס לייענט די מגילה אָננעמענדיק אַז דאָס וואָס ס’ווערט דערציילט אין מגילה איז אַ זאַך וואָס האָט געטראָפן אינעם עבר
(„למפרע”)
און האָט ניט קיין שייכות צום הווה - איז „לא יצא”:
עס פאָדערט זיך פון אונז אַ הנהגה -מעין און עכ”פ שמץ מנהו פון הנהגת מרדכי,
צו ווערן אַ „משנה למלך”,
כדי צו זיין אַ „ דורש 37
טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו”
(אפילו ווען צוליב דעם איז ער „רצוי” בלויז צו „ רוב אחיו”)
;
און הגם אַז די הנהגה איז ביי כמה וכמה פאַרבונדן מיט אַ „ירידה” 38 ,
וואָרום מ’דאַרף צוליב דעם מוותר זיין אויף דער אייגענער שלימות - איז כדאי די ירידה צוליב דער תועלת וטובת הרבים .
[און אַזוי געפינט מען עס אויך ביי יעדערן בחייו אויך אַלס יחיד ופרט: זיין נשמה איז יורד „מאיגרא רמה לבירא עמיקתא” 39
כדי צו ווערן אַ מושל ושולט 40
אויפן גוף,
נפה”ב וחלקו בעולם,
זיי כובש זיין און פון זיי מאַכן אַ „דירה לו ית’”;
און דערנאָך אַז ער האָט חתונה -קומט בהוספה על הנ”ל
(ובלשון המגילה 41 )
: „להיות כל איש שורר בביתו ”
(וכמחז”ל 42
„איזהו אשה כשרה העושה רצון בעלה”)
- און אויך די „שררה” איז פאַרבונדן מיט אַ ירידה ,
וכמחז”ל 43
„ נחית דרגא נסיב איתתא”,
ווייל אַ מענטש מוז מוותר זיין אויף זיינע אייגענע ענינים צוליב טובת ביתו 44 ].
און דאָס איז אויך די הסברה אויף דעם וואָס מ’געפינט אַן עילוי אין עוסקים בצ”צ אפי’ אויף די וואָס „תורתם אומנתם” 45
: די וואָס „תורתם אומנתם” דאַרפן מפסיק זיין לק”ש 46 ,
אָבער די וואָס זיינען עוסק בצ”צ זיינען ניט מפסיק אפי’ לק”ש 47
-
וואָרום הגם אַז דורך התעסקות בצ”צ באמונה 48
פעלט אין לימוד התורה ושלימות עצמו,
ביז אַז חז”ל 49
זאָגן „הטל עליהן צ”צ והן כלין מאיליהן”,
פונדעסטוועגן,
איז דוקא אין דעם און דורכדעם דער עילוי נפלא פון טובת הרבים.
און אויב עס פאָדערט זיך די הנהגה פון מרדכי בנוגע צו דער הצלה פון אידישע גופים 50 ,
על אחת כמה וכמה אַז עס דאַרף אַזוי זיין ווען עס קומט צו דער הצלה פון אידישע נשמות - אַז מ’דאַרף אָפּלייגן די אייגענע שלימות צוליב „הצלת נפשות”,
צו זיין אַ „דובר שלום לכל זרעו”,
ביז עס וועט ווערן דער ישראל עושין תשובה „ ומיד הן נגאלין” 51 ,
בקרוב ממש.
(משיחות פורים תשל”ג,
פורים וש”פ תשא תשל”ה)