א.
אויפן פסוק 1
״קימו וקבלו היהודים" זאגן חז״ל 2
: "קיימו מה שקיבלו כבר",
אז די "מודעא רבה לאורייתא" מצד דעם וואס "כפה הקב״ה עליהם את ההר כגיגית וכו׳",
בשעת מ״ת,
איז בטל געווארן בימי הפורים ווייל "הדר קבלוה בימי אחשורוש".
עם איז מובן אז דאס וואס די אידן האבן
(דעמאלט)
מקבל געווען תורה מדעתם איז אן ענין עקרי.
איז ניט מובן לכאורה: פארוואס מ׳האט ניט מתקן געווען צו טאן בימי הפורים אן ענין לזכר פון דעם "הדר קבלוה בימי אחשורוש"?
און אע״פ אז דאס וואס זיי האבן דעמאלט מקבל געווען מדעתם איז געווען "מאהבת הנם שנעשה להם" 3 ,
איז אבער פארט שווער צו זאגן אז ם׳זאל ניט זיין אפילו א זכר צום ענין הכי עיקרי 4
,
וואס דער נם האט ארויסגערופן - דער גמר און שלימות פון מתן תורה,
קבלת התורה מדעתם.
ב.
ויש לומר,
אז אדרבא,
דאס ווערט ארויסגעבראכט אין אלע מצוות מיוחדות פון פורים: א)
מקרא מגילה,
ב)
משלוח מנות,
ג)
מתנות לאביונים,
די מצוות וואס אין זיי איז מודגש דער שינוי פון פורים לגבי אנדערע חגים ויו״ט
[משא״כ די אנדערע מצות און ענינים שבפורים - קריאת התורה,
אמירת ועל הנסים בתפלה ובברכת המזון,
איסור הספד ותענית,
סעודה -משתה ושמחה - וועלכע זיינען דא
(דוגמתם)
בשער החגים ויו״ט 5 ].
ובהקדים דעם חילוק צווישן א מעשה וואס א מענטש טוט דורך כפי׳ ואונם,
און א מעשה וואס ער טוט ברצון ודעת: ווען דאס איז בעל כרחו ובכפי׳ טוט ער דאס נאר אויף וויפל ער מוז און עם פאדערט זיך
(צו יוצא זיין ידי חובתו)
; משא״כ ווען ער טוט עם מיט אן אייגענעם חפץ ורצון,
באנוגנט ער זיך ניט מיט בלויז יוצא זיין ידי חובתו,
נאר ער איז זיך משתדל און זוכט צו מוסיך זיין ומהדר זיין אין דער פעולה,
מער ווי עם פאדערט זיך מצד דער פליכט וואס ליגט אויף אים.
און דאס דריקט זיך אויס אין דעם "קיימו וקבלו היהודים עליהם ועל זרעם" - דורך די מצוות
(כתיבת 6
ו)
קריאת המגילה,
משלוח מנות און מתנות לאביונים.
והביאור: פון איין זייט זיינען די דריי ענינים ניט קיין דברים חדשים ממש,
און לאידך,
האבן זיי אין זיך א הוספה לגבי דעם ווי זיי זיינען פאראן פון פריער:
דער ענין המגילה איז ניט קיין חידוש,
(עם זיינען דא פון פריער די ספרי קודש,
תורה נביאים וכתובים - אעפ״כ איז מיט דער מגילה נתוסף געווארן נאך א ספר צו די ספרי קודש - דורך א בקשה מיוחדת כתבוני לדורות 7 ,
אז דאס איז פון די נסים הכתובים 8
עכ״פ דער סיום וסוף זייערער 9
; און עד״ז)
קריאתה 10
- איז דאך סיי דער ענין פון קריאה בתורה שוין געווען,
ועד״ז דער ענין סיפור הנס דא
(בכלל)
אין יו״ט,
אעפ״כ קומט דא צו די קריאה בלילה 11
פון א מגילה 12
מתוך הקלף פרסומי ניסא וכו׳ 13 .
משלוח מנות: לויט ווי עס איז מבואר אין מנות הלוי 14 ,
איז ענינה צו מרבה זיין שלום וריעות צווישן איין אידן מיטן צווייטן,
וואס דאס איז דאך א מצוה וכללית בכל ימות השנה - אהבת ישראל,
וועלכע איז א כלל גדול בתורה 15
; אבער מצד מצות אהבת ישראל איז ניטא קיין חיוב אז מ׳דארף זוכן א אידן צו מקיים זיין די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך".
דער חידוש אין דער מצוה פון "משלוח מנות איש לרעהו": משתדל זיין זיך געפינען "רעהו" און דורך משלוח מנות צו ארויסברענגען בפועל און אין אן אופן אז מ׳זאל עס קענען גלייך נוצן
(ניט -געלט 16 )
דעם ואהבת לרעך כמוך.
מתנות לאביונים: דער ענין הצדקה 17
- איז א מצוה בכל השנה כולה; אין פורים קומט צו דער יתרון,
אז ס׳איז ניט גענוג דאס וואס בשעת ער טרעפט אן עני איז ער מקיים די מצוה פון "פתוח תפתח" און "נתון תתן" 18 ,
נאר ער דארף עס זוכן און געפינען און - צוויי עניים און זיי געבן
(באופן פון)
"מתנות".
און דאס איז מודגש אויך אין די ווערטער " קיימו מה שקבלו כבר ": דאס זיינען ענינים 19
וואס ״קבלו כבר״ -וואס מ׳איז אין זיי מחוייב און מ׳טוט זיי בלאה״כ; בפורים אבער קומט אין זיי צו דער ענין פון ״קיימו״ - דער אויפטו פון קיום וחיזוק - און אין ביידע קוין בין אדם לחבירו און בין אדם למקום: א קיום והוספה פון אן ענין אין תורה כפשוטה,
כתיבה וקריאת מגילה,
און דורכדעם אויך אין שבח 20
ושירה לה׳,
מער ווי אין אנדערע ימים טובים
(בין אדם למקום),
און א הוספה פון פעולה און השתדלות מיוחדת אין דעם ענין פון "ואהבת לרעך כמוך" און מצות הצדקה,
דורך משלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים
(בין אדם לחברו).
ג.
מ׳קען אבער פרעגן: אויך משלוח מנות און מתנות לאביונים געפינט מען אנדערע טעמים: בא משלוח מנות ״כדי 21
שיהא לכל אחד די וספק לקיים הסעודה כדינא כמשמע בגמ׳ בפ ״
ק 22
דאביי בר אבין ורב חנינא בר אבין מחלפי סעודתייהו להדדי ונפקו בהכי משלוח מנות אלמא דטעמא משום סעודה היא" 23 ,
ועד״ז בנוגע מתנות לאביונים איז משמע בכ״מ אז דאס איז כדי זיי זאלן האבן
(גענוג)
אויף סעודת פורים 24
-
ולפי דעות אלו,
אז תוכנן וענינן פון די מצות איז דער קיום פון סעודת פורים און צוליב דעם איז די השתדלות במצות אלו
(כאטש אז בדרך ממילא איז מען דערמיט מקיים אויך מצות ואהבת לרעך כמוך און מצות צדקה)
- איז אין זיי דאך ניט ניכר ומודגש דער "קיימו מה שקבלו כבר"?
ד.
וועט מען דאס פארשטיין ובהקדים אז אויך דעת הרמב״ם איז משמע כנ״ל - אז די מצוה פון מתנות לאביונים איז ניט
(נאר)
אלס מצות צדקה
(ועד״ז בנוגע משלוח מנות כדלקמן)
-וז״ל הרמב״ם 25
: "מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו שאין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים,
שהמשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה שנאמר 26
להחיות רוח שפלים ולהחיות לב נדכאים".
אויב דער רמב״ם האלט,
אז דער תוכן המצוה פון מתנות לאביונים בפורים איז דער ענין הצדקה במילא איז דער ענין
(״במתנות לאביונים ..
דומה לשכינה")
א מעלה וואס איז דא ביי דער מצוה פון צדקה פון כל ימות השנה - האט ער דעם ענין
(די מעלה ״לשמח לב עניים..
דומה לשכינה")
געדארפט אריינשטעלן בעיקר במקומו,
אין הל׳ מתנות עניים 27 ,
וואו ער רעדט וועגן דער מעלה פון נתינת הצדקה בכלל - וואס איז די שייכות דערפון דוקא
(צו פורים און)
הל׳ מגילה?
און אזוי אויך לאידך גיסא: די מעלות אין נתינת צדקה וואס ער ברענגט אין הל׳ מת״ע
(אין ישראל נגאלין אלא בצדקה 28
וכיו״ב),
דערמאנט ער ניט דא אין הל׳
(פורים -)
מגילה 29
מוז מען זאגן לדעת הרמב״ם,
אז כאטש מיט געבן "מתנות לאביונים" בפורים איז מען מקיים
(אויך)
די מצות הצדקה,
איז אבער תוכנה וענינה
(פון מצות מתנות לאביונים בפורים)
ניט
(נאר)
דער ענין פון צדקה,
צו ממלא זיין "די מחסורו" פון די צרכי העני כפשוטם,
נאר
(בעיקר)
דער קיום ענין השמחה 30
פון עני - "לשמח לב עניים".
[ומהאי טעמא איז מובן וואס דער רמב״ם איז דא כולל אין דער שמחה פון מתנות לאביונים אויך "יתומים ואלמנות וגרים״ - דלכאורה: אויב זיי זיינען נצרכים,
זיינען זיי דאך אין כלל פון אביונים ועניים,
פארוואס טיילט ער זיי אויס באזונדער.
און אויב זיי זיינען ניט נצרכים און דארפן ניט אנקומען צו צדקה -פארוואם רעכנט זיי דער רמב״ם בשייכות צו דער מצוה פון מתנות לאביונים ?
ע״פ הנ״ל אבער,
אז דער גדר ותוכן המצוה פון מתנות לאביונים איז בעיקר " לשמח לב וכו׳" האט עם במילא א שייכות צו אלע "אומללים האלו".
וע״ד הצחות - אין דעם פרט פון שמחה זיינען זיי אלע "עניים" ונצרכים].
נאכמער: פון לשון הרמב״ם איז מובן אז אלע דריי ענינים סיי ״סעודתו״,
סיי ״שלוח מנות לרעיו״ און סיי "מתנות לאביונים״ איז ענינם ותוכנם - שמחה
(ניט אן אנדער ענין),
נאר היות אז "אין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים",
דעריבער "מוטב לאדם להרבות במתנות לאביונים"
דארף מען פארשטיין: בנוגע צו דער סעודה איז מובן אז ענינה איז שמחה - פון וואנעט נעמט אבער דער רמב״ם אז דער תוכן וגדר פון משלוח מנות און מתנות לאביונים איז ענינם שמחה.
[אויך דארף מען פארשטיין: וואס איז טאקע די שייכות פון דעם "שהמשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה " דוקא צום תוכן המצוה פון מתנות לאביונים?
לכאורה איז דאס שייך בא יעדער נתינת צדקה,
ווי ס׳איז מובן אויך פון פסוק וואס דער רמב״ם בריינגט,
און פונדעסטוועגן דערמאנט ניט דער רמב״ם די מעלה "דומה לשכינה" בנוגע צו צדקה בכלל,
כנ״ל,
כאטש אז ער ברענגט דארטן 31
דעם פסוק "להחיות רוח שפלים גו׳"].
ה.
בנוגע צו משלוח מנות י״ל אז דער רמב״ם לערנט אז טעמו איז,
כנ״ל,
פארזארגן אז א צווייטער זאל האבן אויף סעודת פורים וואס דאס איז א טייל פון דעם חיוב פון זיין אייגענער סעודה,
ווי דער רמב״ם זאגט: "כיצד חובת סעודה זו,
שיאכל ..
(און איז ממשיך אין דער זעלבער 32
הלכה 33
)
וכן חייב אדם לשלוח שתי מנות כו׳,
ואם אין לו מחליף עם חבירו זה שולח לזה סעודתו וזה שולח לזה סעודתו",
וואס סעודת פורים איז דאך אן ענין פון שמחת מצוה - משתה ושמחה 34 ,
ועד״ז י״ל איז אויך במתנות לאביונים אז דאס איז פארבונדן מיט חיוב משתה ושמחה שעליו ,
זיין סעודת פורים 35 ,
ווי דער רמב״ם האט שוין געזאגט 36
בנוגע צו שמחה ביו״ט "וכשהוא אוכל ושותה חייב להאכיל לגר ליתום ולאלמנה עם שאר העניים האומללים,
אבל מי שנועל דלתות חצירו ואוכל ושותה הוא ובניו אתו ואינו מאכיל ומשקה לעניים ולמרי נפש אין זו שמחת מצוה אלא שמחת כריסו כו׳",
עיי״ש.
עס איז אבער שווער אזוי לערנען דא בנוגע צו מתנות לאביונים,
היות דער רמב״ם טיילט אפ דעם דין פון "מתנות לאביונים" אין א באזונדער הלכה: "וחייב לחלק לעניים ביום הפורים וכו׳" ניט ווי דער דין פון משלוח מנות וועלכן ער שרייבט בהמשך אין איין הלכה מיט מצות הסעודה 37 ,
ובפרט אז ער דערמאנט ניט אין דער הלכה און אין דער הלכה שלאח״ז בנוגע צו מתנות לאביונים "וכשהוא אוכל ושותה וכו׳" וכיו״ב,
ווי אין הל׳ יו״ט.
פון דעם איז מובן אז דאס איז א באזונדער ענין וואס האט ניט צו טאן מיט חיוב סעודתו,
משתה ושמחה שעליו .
נאכמער - לפי הנ״ל קומט אויס,
אז משלוח מנות און מתנות לאביונים,
זיינען ניט קיין באזונדערע ענינים בפורים,
נאר - א חלק און א פרט פון דעם חיוב סעודה שלו,
און בשעת ער איז ניט מקיים מצות משלוח מנות ומתנות לאביונים איז ער ניט יוצא כדבעי במצות סעודת פורים
(משתה ושמחה)
שעליו,
ע״ד ווי בנוגע יו״ט,
וואס דאס איז היפך פשטות הכתוב והמבואר בכ״מ,
אז זיי זיינען דריי באזונדערע מצות.
און ווי ס׳איז אויך מוכח פון לשון הרמב״ם בנוגע צו מתנות לאביונים אז מוטב להרבות בזה,
ווייל "אין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים כו׳",
ד.
ה.
אויך אן דעם איז ער מקיים די מצות פון פורים,
כולל אויך דעם ענין השמחה,
נאר עס איז ניט שמחה גדולה ומפוארה,
עס קומט ניט צו דער שמחה פון מתנות לאביונים.
ו.
ויש לומר הביאור בכל זה:
דער לשון אין מגילה 38
(פון וואנען מ׳לערנט ארויס די דריי מצות: משתה - סעודה,
משלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים),
איז: "לעשות אותם ימי משתה ושמחה ומשלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים".
פון דעם ווארט "ימי" איז משמע,
אז דער חיוב פון משתה ושמחה בפורים איז ניט א פעולה וואס מ׳דארך טאן און זמנה איז אין דעם טאג,
נאר דאס איז דער גדר
(- חובת)
היום 39 ,
א תוצאה פון דעם וואס דער יום
("ימי")
איז ענינו "
(משתה ו)
שמחה".
פון דעם איז מובן אז אויך די אנדערע ענינים וחיובים פון ימי הפורים,
עכ״פ די וואס שטייען בהמשך אין זעלבן פסוק "ומשלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים",
קומען אויך אלס תוצאה פון דעם וואס די טעג גופא זיינען 40
ימי משתה ושמחה 41 .
דעם ענין אז די ״ימי״ ווערן
(ימי)
משתה ושמחה,
געפינט מען ניט אין אנדערע יו״ט.
און דאס איז די שייכות צו "קיימו מה שקבלו כבר",
אין דעם ענין וואט דאס זיינען " ימי משתה ושמחה ",
דריקט זיך אויס דאס וואס "הדר קבלוה בימי אחשורוש" 42 ,
(דער היפוך פון אונס),
ווען זיי האבן מקבל געווען די תורה "מדעתם" ומרצונם 43 .
ז.
וי״ל אז דער ענין פון "קיימו מה שקבלו כבר",
דריקט זיך אויס בעיקר אין דעם אופן המיוחד פון דער שמחה בפורים וואס מען געפינט ניט ביי אנדערע יו״ט וחיובי שמחה:
וועגן מצות הסעודה זאגט דער רמב״ם 44
: "כיצד חובת סעודה זו שיאכל כו׳ ושותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו".
דער מקור פון דער הלכה איז
(ווי מפרשים זאגן 45 )
מאמר רבא 46
"חייב 47
איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי".
לכאורה איז שכרות ניט קיין הנהגה רצוי׳,
און ווי מפרשים 48
זיינען אין דעם מאריך בשייכות צו דעם דין,
און ווי דער רמב״ם אליין איז עס מסביר בשייכות צו
(שאר)
יו״ט 49
: "שהשכרות והשחוק כו׳ אינה שמחה אלא הוללות כו׳״ - איז ווי קומט עס אז דאס איז גאר " חובת סעודה זו ..
שותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו".
ח.
קען מען דאס מסביר זיין ע״פ הנ״ל: וויבאלד אז בימי הפורים האט זיך אויפגעטאן
(ווי די גמרא זאגט)
דער ענין פון "קיימו מה שקבלו כבר",
די שלימות וגמר פון קבלת התורה,
איז וויבאלד די תורה איז דאך גילוי רצונו וחכמתו של הקב״ה,
חמדה גנוזה 50
קען דאס א נברא
(א מוגבל אין זיין ידיעה והשגה און אין זיין מציאות)
ניט אויפנעמען,
און דעריבער איז ביי מ״ת על כל דבור ודבור פרחה נשמתן 51 ,
ועד״ז און ביתר שאת איז בנוגע "הדר קבלוה בימי אחשורוש",
בכדי מקבל זיין תורתו של הקב״ה,
האט געדארפט זיין דער ביטול השגה ודעת ביז צו הפשטת הגשמיות,
וע״ד ווי עס שטייט אין טור און שו״ע
(ודאדה״ז) 52
דער אופן התפלה פון חסידים ואנשי מעשה
(וואס ״המתפלל 53
צריך שיראה עצמו כאילו שכינה 54
כנגדו")
"היו מתבודדים ומכוונים בתפלתם עד שהיו מגיעים להתפשטות הגשמיות ולהתגברות רוח 55
השכליות עד שהיו מגיעים קרוב למעלת הנבואה״ -
און בימי הפורים זיינען אידן צו דעם צוגעקומען דורך זייער מסירת נפש במשך כל השנה כולה 56 .
ט.
ועפ״ז איז מובן אז דער ענין
(עקרי)
פון פורים,
דער "עיצומו של יום" זאגט זיך ארויס אין ״ימי משתה ושמחה״ - אין דער שמחת הסעודה באופן פון "שותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו״ -
ווייל דער הדר " קבלוה בימי אחש-ורוש" און "קיימו מה שקבלו כבר" במ״ת,
דריקט זיך אויס אין דעם וואס ער איז מבטל דעתו והשגתו,
ביז ער קומט צו "להתפשטות הגשמיות",
וע״ד ווי מ׳געפינט ביי נבואה - ווי דער רמב״ם זאגט 57
- "כולן אין רואין כו׳ אלא בחלום בחזיון לילה או ביום אחר שתפול עליהן תרדמה ..
וכולן כשמתנבאים אבריהן מזדזעין וכח הגוף כשל ועשתנו-תיהם מתטרפות כו׳".
און דעריבער איז אויך דער חיוב השמחה פון ימי משתה ושמחה אין אזא ניט מוגבל׳דיקן אופן "עד שישתכר וירדם 58
בשכרותו" ווען עס ווערט נתבטל 59
זיין ציור ועשתנותיהם.
יו״ד.
און מהאי טעמא זאגט דער רמב״ם "מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו": כאטש אלע דריי מצות איז ענינן שמחה,
איז אבער "אין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים ויתומים כו׳": ווען איז די שמחה אן אמת׳ע און שלימות׳דיקע ביז ער גייט ארויס פון זיין ציור ומציאות און קומט צו א מצב פון ״לא ידעי״ - וואס דריקט אויס
(קיום)
קבלת תורתו של הקב״ה -בשעת ער איז מרבה במתנות לאביונים,
וואס דערמיט באווייזט ער אז דער ענין פון משמח זיין "לב עניים כו׳" רופט בא אים ארויס מער שמחה ווי זיין אייגענע סעודה ושמחה,
אדער אפילו די סעודה מיט "רעיו"
(אנשים כערכו) 60 .
משא״כ בנוגע יו״ט,
וואס דער חיוב השמחה ביו״ט איז די מצות - "ושמחת בחגיך" 61
; ס׳איז אין דעם ניטא דער חיוב לבסומי עד דלא ידעי ,
"עד שישתכר" - ביז צו ארויסגיין פון זיין מציאות,
ואדרבה,
ווי מובן פון רמב״ם דארטן,
כנ״ל,
אויב עס זיינען ניטא קיין עניים ומרי נפש,
איז מספיק זיין שמחה פרטית און עס פעלט ניט אין זיין קיום מצות "ושמחת בחגיך",
וואס האט א הגבלה.
דוקא ווען ער איז "נועל דלתות חצירו",
ווען ער טוט א פעולה צו שולל זיין די שמחת יו״ט פון די עניים - דעמאלט איז דאס ניט קיין שמחת מצוה נאר שמחת כריסו.
יא.
און אין דעם איז דער יתרון פון דער שמחה בחג הפורים,
וואס די שמחה דארף זיין עד דלא ידעי,
העכער פון זיין ידיעה והגבלות - און אזא שמחה גדולה ומפוארה זאגט זיך ארוים ווען ער איז משמח לב העניים כו'׳.
און אויף דעם איז דער רמב״ם מוסיף אז ניט נאר דארף ער דעמאלט שטיין אין א שמחה בבחי׳ "לא ידע",
ביז "ישתכר וירדם בשכרותו",
וואס דערמיט ווערט נתקיים "הדר קבלוהו כו׳",
כנ״ל;
נאר נאכמער: "המשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה ",
ווייל אזא ענין אז די שמחה פון א צווייטן אידן וואס איז אומלל,
רופט ביי אים ארוים א שמחה גדולה ומפוארה,
איז ניט שייך בא א נברא - וואס איז א מציאות בפ״ע און קרוב אצל עצמו 62
און דערפאר מוז זיין מציאות און
(במילא)
זיין שמחה ביי אים זיין וויכטיקער ווי שמחתו פון א צווייטן ובפרט של
(עני כו׳)
הפחות ממנו -נאר בלויז בא שכינה; און דאס וואס א איד קען שטיין
(און שטייט)
אין אזא תנועה,
איז עם דערפאר וואס ער איז "דומה לשכינה".
און דורך אזא הנהגה איז ער מקיים דעם ענין פון "ימי משתה ושמחה" בשלימות,
ווארום דעמאלט ווערט אין זיין מעשה בפועל נתגלה במילואו דער גילוי פון "הדר קבלוה בימי אחשורוש" דער "קיימו מה שקבלו כבר".
(משיחת פורים תשל״ו)
(משיחת פורים תשל״ו)