B"H
🏡

Ikar

תצוה-ז' אדר

א.

ס’איז ידוע אַז ז’ אדר,

יום פטירת משה רבינו 1 ,

פאַלט אויס

(ברוב השנים)

בסמיכות צו פ’ תצוה; און ווי עס שטייט אין ספרים 2

דער רמז אויף דעם אין פ’ תצוה,

אַז משנולד משה איז דאָס די איינציקע סדרה אין דער תורה

(נאָך פ’ שמות 3 )

וואו עס ווערט ניט דערמאָנט משה’ס נאָמען 4 ,

און דערין איז מרומז די הסתלקות פון משה בז’ אדר.

און דאָס איז אויך מתאים מיט דעם וואָס עס שטייט אין מגן אברהם 5 ,

אַז בשנה מעוברת

(כבשנה זו)

איז דער תענית ז’ אדר באדר ראשון - וואָרום ז’ אדר ראשון דוקא איז בסביבות פון פרשת תצוה.

דאַרף מען פאַרשטיין: ז’ אדר איז אויך דער טאָג פון לידת משה 6 ,

ווי די גמרא 7

זאָגט: „הקב”ה יושב וממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום ומחודש לחודש” 8

- היינט פאַרוואָס איז ניט מרומז אין פרשת תצוה אויך לידתו של משה?

ב.

אין פשטות קען מען זאָגן,

אַז אויך לידת משה איז מרומז אין דער סדרה - אין דעם וואָס דער נאָמען פון דער סדרה איז „ ואתה תצוה” 9 ,

וואָס דאָס גייט 10

אויף משה רבינו 11 .

און וויבאַלד אַז דער שם הסדרה איז מרמז אויפן תוכן פון דער גאַנצער סדרה -קומט אויס,

אַז אין דער גאַנצער סדרה איז מרומז דער ענין פון

(לידת)

משה.

אפילו לויט די דעות און לויט מנהג ישראל

(און ווי געדרוקט בחומשים)

אַז זי ווערט אָנגערופן „תצוה” - איז דאָס דאָך לשון יחיד לנוכח - בהמשך צו „וידבר 12

ה’ אל משה לאמר” שבהתחלת הענין,

און - אויך גלייך נאָך „תצוה” - „אהרן אחיך”.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין,

ווי שטימען ביידע רמזים הנ”ל: פון איין זייט,

איז אין דער סדרה ווערט אינגאַנצן ניט דערמאָנט משה’ס נאָמען

(וואָס ווייזט,

אַז אין דער סדרה איז ניטאָ ענינו של משה)

; און פון דער צווייטער זייט,

איז יעדער וואָרט פון דער סדרה הייסט אַ וואָרט פון פרשת „ואתה תצוה” וואָס גייט אויף משה?

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם לבאר ענין התענית פון ז’ אדר -דלכאורה דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס האָט מען קובע געווען ז’ אדר

(בלויז)

אַלס יום התענית מצד מיתת משה 13 ,

מען געפינט דאָך אין גמרא 14

די שאלה וועגן איינעם וואָס זאָגט „כמשה בשבעה באדר” צי דאָס איז אַן ענין פון קבלת נזירות,

און תוספות 15

איז מסביר די שאלה,

אַז „ביום הוולדו דהיינו בז’ אדר שמחו שמחה גדולה וביום מותו כו’ רבים נדרו בנדר ורבו נזירים בישראל מחמת צער והוא אמר בסתם אהא היינו כמו שהי’ בדורו של משה בז’ באדר ביום מותו ונזירות קבל עלי’ או כיום הוולדו קאמר ושמחה קבל עלי’”.

זעט מען דאָך אַז ז’ אדר איז

(געווען)

אויך אַ יום שמחה 16 ,

היינט פאַרוואָס איז ער נקבע געוואָרן בלויז אַלס יום תענית?

[מ’קען ניט זאָגן אַז דער ספק אין גמרא איז צי ער האָט געמיינט ז’ אדר ווי דאָס איז לאחר מיתת משה און ער האָט מקבל געווען נזירות,

אָדער ער האָט געמיינט ז’ אדר בחיי משה בעלמא דין וואָס דעמאָלט איז דאָס געווען אַ יום שמחה 17

מצד לידתו - אָבער איצטער איז דער טאָג לכל הדיעות אַ יום תענית -

וואָרום בנדרים „הלך אחר לשון בני אדם” 18 ,

ובלשון בני אדם,

אויב אַ מענטש זאָגט „ז’ אדר”

(אַ זמן רב)

לאחרי מיתת משה,

מיינט ער געוויס ווי דאָס איז בזמן האמירה - לאחר מיתתו.

ואעפ”כ איז דאָ אַ סברא אַז ער מיינט אַ יום 19

שמחה 20 ].

נאָך שטאַרקער איז די שאלה: די גמרא זאָגט אין מגילה 21 ,

„כיון שנפל פור בחודש אדר שמח

(המן)

שמחה גדולה אמר נפל לי פור בירח שמת בו משה ולא הי’ יודע שבשבעה באדר מת ובשבעה באדר נולד”.

איז פון דער גמרא משמע אַז דער „בשבעה באדר נולד” האָט גובר געווען דעם „בשבעה באדר מת” און עס איז געווען „ונהפוך הוא” - דער נס פון פורים,

שמחה .

זעט מען דאָך אַז יום לידת משה איז אַ

(גורם צו אַ)

יום שמחה בכל הזמנים,

ובפרט ע”פ פירש”י שם 22

„כדאי הוא יום הלידה שיכפר 23

על המיתה” 24

- איז גאָר משמע אַז ס’איז נאָר אַ יום שמחה.

ד.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם דברי הגמרא 25 ,

„כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבין בשמחה”.

ויש לברר: דער ענין פון „מרבין בשמחה” 26

אין אַ שנה מעוברת - צי עס איז אויך באדר ראשון אָדער נאָר באדר שני 27 ?

לכאורה איז דאָס מבואר ע”פ פירש”י 28 ,

וואָס איז מפרש די גמרא משנכנס אדר „ימי ניסים היו לישראל פורים ופסח” - וואָס דאָס איז נאָר באדר שני 29 .

אָבער י”ל אַז פון דעם פירוש רש”י איז ניט קיין ראי’,

ואדרבה: מען קען גאָר מדייק זיין להיפך.

ובהקדם השאלה הידועה: וואָס איז רש”י דאָ מוסיף „פסח” - וואָס פאַר אַ שייכות האָט דאָ פסח?

פאַראַן מפרשים 30

וואָס זאָגן,

אַז רש”י איז אויסן דערמיט צו פאַרענטפערן פאַרוואָס „מרבין בשמחה” איז נאָר אין חודש אדר מצד דעם נס פורים,

און ניט אין חודש ניסן מצד די ניסים פון פסח?

איז דעריבער רש”י מוסיף „ופסח” -אַז אין הכי נמי,

אויך בניסן איז מען מרבה בשמחה מצד פסח שבו.

אָבער עס איז מובן,

אַז ס’איז שווער אַזוי איינצולערנען אין רש”י,

וואָרום אויב רש”י וויל זאָגן אַ דבר חדש ובפרט וואָס איז נוגע למעשה

(אַז אויך ניסן דאַרף זיין „מרבין בשמחה”),

האָט ער דאָס געדאַרפט זאָגן ברור,

און ניט פאַרלאָזן זיך אַז מען וועט עס פאַרשטיין פון אַ רמז פון אַ וואָרט 31 .

אויך: לפי”ז האָט מען דאָך געדאַרפט מרבה זיין בשמחה אויך אין חודש כסלו מצד דעם נס חנוכה 32

[ואדרבה: וויבאַלד אַז חנוכה איז בלויז מדרבנן,

וואָס דברי סופרים צריכין חיזוק 33

- האָט מען דאָך דאַן געדאַרפט מרבה זיין בשמחה נאָך מער ווי בניסן

(וואָס פסח איז מדברי תורה ואין צריכין חיזוק 33 ),

און אפילו מער פון אדר - וואָס קריאת המגילה פון פורים איז דאָך

(ניט אַ סתם דרבנן,

נאָר)

מדברי קבלה 34 ].

אַנדערע לערנען 35 ,

אַז מיטן זאָגן „פורים ופסח” מיינט רש”י,

אַז היות ווי בחודש אדר האָבן זיך אָנגעהויבן ימי ניסים רצופים ותכופים זל”ז דעריבער איז דוקא „משנכנס אדר מרבין בשמחה”

(משא”כ בכסלו ווען ס’זיינען ניט געווען ניסים „רצופים ותכופין זל”ז”).

אָבער אויך דאָס פאָדערט ביאור: וואָס איז די שייכות

(סמיכות בתוכן)

צווישן פסח און חודש אדר,

אַז צוליב דער סמיכות פון אדר צו פסח זאָל מען שוין אין התחלת אדר מרבה זיין בשמחה 36 .

ה.

איז דער ביאור אין דעם: די גמרא זאָגט „ משנכנס אדר מרבין בשמחה” - אַז גלייך פון התחלת החודש איז מען מרבה בשמחה

[און „הלכך בר ישראל דאית לי’ דינא בהדי נכרי לישתמיט מיני’ באב כו’ ולימצי נפשי’ באדר

(סתם - אויך אין אָנהויב חודש)

דבריא מזלי’”]

- ולכאורה: דער נס איז דאָך געווען בי”ג אדר,

היינט פאַרוואָס דאַרף זיין די שמחה שוין פון התחלת אדר?

און כאָטש אַז דער ביטול הגזירה פון אחשורוש איז געווען אַ סך פריער ווי י”ג אדר,

וכמש”נ 37

„בחודש השלישי הוא חודש סיון בשלושה ועשרים בו גו’ ויכתב בשם המלך אחשורוש ויחתם בטבעת המלך גו’ אשר נתן המלך ליהודים גו’ להקהל ולעמוד על נפשם” - איז אָבער ממנ”פ: די כתיבה וחתימה איז געווען נאָך בחודש השלישי גו’ און דער בפועל וואָס ביז דאַמאָלס איז דאָס געווען מחוסר מעשה ,

ומעשה רב -מען האָט געדאַרפט אָנקומען צו מלחמה „להקהל ולעמוד על נפשם”,

און „נקהלו היהודים בעריהם גו’ לשלוח יד במבקשי רעתם ” 38

- און ערשט בי”ג אדר איז געווען דער נס און בי”ד באדר נחו מאויביהם 39 ,

איז פאַרוואָס תיכף

משנכנס אדר,

נאָך איידער ס’איז געווען די הצלה,

איז מען שוין מרבה בשמחה?

[און אַזוי איז אויך שווער וואָס עס שטייט אין דער מגילה 40

„ והחודש אשר נהפך להם מיגון לשמחה”,

אַז דער גאַנצער חודש איז נהפך געוואָרן לשמחה,

ומצד דעם זאָגט דער ירושלמי 41

אַז

(אויב איינער קען ניט וואַרטן צו לייענען די מגילה בי”ד,

קען ער זי לייענען מתחילת החודש ווייל)

„כל החודש כשר לקריאת המגילה”

(און דער רמ”א 42

זאָגט אויף דעם „והכי נהוג”).

ולכאורה איז דאָך די הצלה געווען ערשט בי”ג?].

און אָט די שוועריקייט ווערט פאַרענטפערט מיט רש"י’ס לשון „ימי נסים היו לישראל פורים ופסח”,

כדלקמן.

ו.

די הסברה בזה 43

: פון דעם מאמר הגמרא „ כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה כך משנכנס אדר מרבין בשמחה” איז מובן,

אַז „מרבין בשמחה” אין חודש אדר איז דער זעלבער גדר ווי ממעטין בשמחה אין חודש אב.

אין דעם אונטערשייד צווישן חודש אב לגבי די אַנדערע חדשים ווען עס זיינען פאָרגעקומען מאורעות בלתי רצויים - וואָס דוקא ביי אב זאָגט מען „ממעטין בשמחה” - געפינט מען צוויי ענינים:

(א)

„הוכפלו בו צרות” 44 .

(ב)

ס’איז אַ „יום חייב”,

ווי די גמרא 45

זאָגט אויף דעם אַז אויך בשני חרב הבית בט’ באב ווייל „מגלגלין זכות ליום זכאי וחובה ליום חייב” - וואָס י”ל אַז דאָס איז ניט בלויז מצד דעם חורבן הבית בראשונה באותו יום,

נאָר אויך נאָך פון פריער,

כמאמר הגמרא 45

אויף „ויבכו העם בלילה ההוא” 46

- „תשעה באב הי’ אמר להם הקב”ה אתם בכיתם בכי’ של חנם ואני קובע לכם בכי’ לדורות”.

לויט דעם קומט אויס,

אַז דער „מרבין בשמחה” פון חודש אדר איז אויך עד”ז: ס’איז הוכפלו בו הניסים און ס’איז אַ יום זכאי.

וואו געפינט מען אָט די באַזונדערקייט פון חודש אדר?

איז דאָס אין דער גמרא הנ”ל אין מגילה: „כיון שנפל פור בחודש אדר שמח שמחה גדולה אמר נפל לי פור בירח שמת בו משה ולא הי’ יודע שבשבעה באדר מת ובשבעה באדר נולד”.

זעט מען פון דעם,

אַז די סיבה וואָס האָט געבראַכט דעם נס פורים בחודש אדר איז דער טאָג פון ז’ אדר,

ד.

ה.

דאָס וואָס דער גורל איז אויסגעפאַלן בחודש אדר,

דאָס גופא האָט מבטל געווען די גזירת המן אויף דעם חודש ,

ובמילא איז אין דעם חודש געווען דער נס פורים.

דער אויפטו פון ז’ אדר איז וואָס נולד „מושיען של ישראל” 47

וואָס האָט אַרויסגענומען אידן פון גלות מצרים.

קומט דאָך אויס,

אַז בחודש אדר זיינען דאָ ביידע ענינים הנ”ל: ס’איז אַ

(חודש וואָס האָט אַ)

יום זכאי - ז’ אדר; און ס’איז הוכפלו בו הניסים וגאולות -וואָרום דער טאָג ז’ אדר איז דער מקור וסיבה פון צוויי גאולות: די

(ישועה ו)

גאולה פון מצרים און די גאולה פון פורים 48 .

וי”ל אַז דאָס מיינט רש”י מיטן מוסיף זיין „

(פורים ו)

פסח ”: דער גדר פון „משנכנס אדר מרבין בשמחה” איז ניט

(נאָר)

מצד שמחת פורים

(יד אדר),

נאָר ווייל דער חודש איז אַ חודש זכאי 49

וואָס האָט געבראַכט צו „ימי ניסים היו לישראל” - אויך צו פסח

(וכנ”ל אַז ישועת ישראל בפסח איז לידתה התחלתה וסיבתה ב

(ז’)

אדר) 50 ,

און דערפאַר איז תיכף משנכנס אדר מרבין בשמחה 51 .

[און דערמיט איז מובן פאַרוואָס מען זאָגט „ החודש 52

אשר נהפך להם גו’”

(און „כל החודש כשר לקריאת המגילה”)

- וואָרום דער נס פורים האָט זיך אָנגעהויבן ניט פון יום יג אדר ,

נאָר גלייך בתחילת הגזירה איז שוין געווען צוגעגרייט דער נס מצד דעם גורל וואָס איז אויסגעפאַלן בחודש אדר וואָס אין אים איז ז’ אדר] 53 .

ז.

והנה דעם טעם אויף די ימי התענית וואָס ווערן אויסגערעכנט אין שו”ע 54

„אלו הימים שאירעו בהם צרות לאבותינו וראוי להתענות בהם”

(וז’ אדר בתוכם)

קען מען מסביר זיין אויף צוויי אופנים:

א)

וויבאַלד אַז „אלו הימים שאירעו בהם צרות לאבותינו” זיינען זיי היפך השמחה,

ימים חייבים,

ובמילא „ראוי להתענות בהם” אויף צו באַוואָרענען עס זאָלן ניט זיין קיין ענינים בלתי רצויים

[וואָרום כאָטש „אין מזל לישראל” 55

איז דאָך דער פירוש אַז „ע”י תפלה וזכות משתנה מזלו לטובה”,

ווי רש”י זאָגט 56 ,

ובמילא דאַרף אין די טעג זיין אַ תענית אויף אַראָפּנעמען דעם ענין פון „חייב”].

ב)

וויבאַלד אַז אין די טעג האָבן געטראָפן ענינים היפך השמחה,

ובפרט הסתלקות של צדיקים,

דאַרף זיין „והחי יתן אל לבו” 57 ,

און דעריבער איז מתענין,

„כדי לעורר הלבבות לפתוח דרכי התשובה” 58 .

די נפק”מ צווישן די ביידע הסברות איז: אין אַ טאָג ווען ס’זיינען דאָ ביידע ענינים,

סיי שמחה און סיי היפך השמחה: לויטן ערשטן טעם - אַז דער תענית איז ווייל ס’איז אַ יום חייב -דאַרף מען ניט פאַסטן,

וואָרום וויבאַלד אַז דאָס איז אויך אַ יום שמחה

(עס האָבן געטראָפן ענינים טובים),

ווייזט עס דאָך אַז ער איז ניט קיין יום חייב.

משא”כ לויטן צווייטן טעם - אַז דער תענית איז צוליב ענין התשובה - דאַרף מען פאַסטן,

ווייל עס מוז זיין דער „והחי יתן אל לבו” - „לפתוח דרכי התשובה”

[וואָרום דאָס וואָס ער איז אויך אַ יום שמחה איז ניט קיין סתירה צום ענין התשובה - ואדרבה,

מ’געפינט באַ שמחת בית השואבה,

וואָס „מי שלא ראה שמחת ביה”ש לא ראה שמחה מימיו” 59

האָט מען מעורר געווען אויף תשובה „מי שחטא ישוב וימחול לו” 60 ].

עפ”ז איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע לז’ אדר: וויבאַלד אַז מען געפינט אַז דאָס איז אַ יום שמחה,

ביז אַזאַ יום זכאי וואָס האָט גורם געווען דעם גאַנצן נס פורים,

און - ביז אַז דאָס פּועלט אַז דער גאַנצער חודש ווערט אַ זמן פון

(מרבין ב)

שמחה - איז מובן,

אַז דער תענית פון ז’ אדר ווייל בו מת משה רבינו איז ניט מצד דעם וואָס ער איז אַ יום חייב,

נאָר „לפתוח בדרכי התשובה”.

און דאָס וואָס ביום זה נולד איז אדרבה גאָר מסייע אַז די תשובה זאָל זיין אין אַ העכערן און בעסערן אופן,

מתוך שמחה 61 ,

פּונקט ווי אַלע מצות דאַרפן געטאָן ווערן מתוך שמחה 62 .

און ווי רש”י זאָגט בנוגע לנס פורים,

„כדאי הוא יום הלידה שיכפר על המיתה” ד.

ה.

אַז אויך דער יום המיתה ווערט באַווירקט פון יום הלידה.

ח.

עפ”ז איז מובן בנוגע לשנה מעוברת: היות אַז לויטן מג”א איז דער תענית ז’ אדר באדר ראשון,

וואָס דערפון איז מובן אַז אויך דער ענין השמחה,

וואָס ער איז אַ יום זכאי מצד לידת משה,

איז אויך בז’ אדר ראשון

(כנ”ל,

אַז הקב”ה יושב וממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום) 63 ,

קומט דאָך אויס,

אַז אויך משנכנס אדר ראשון דאַרף זיין אַן ענין פון מרבין בשמחה 64 ,

מצד דעם ביאור הנ”ל פון רש”י,

וויבאַלד אַז אין דעם חודש 65

איז דאָ דער יום זכאי פון ז’ אדר וואָס האָט געבראַכט די ימי ניסים לישראל פורים ופסח 66 ,

ובפרט אַז די „ימי ניסים לישראל” זיינען שוין פאַראַן אויך אין חודש אדר ראשון - אין פורים ושושן פורים קטן וואָס „יומי נס והצלה הם” 67

[כאָטש כמובן,

אַז דאָס קומט ניט צו דעם „מרבין בשמחה” פון דעם אדר ווען מ’פּראַוועט פורים ממש,

וואָס דאַן זיינען דאָ די „ימי ניסים לישראל” בפועל ממש].

ט.

ע”פ הנ”ל אין מעלת יום ז’ אדר אַלס לידת משה,

ווערט לכאורה ערשט ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס געפינט מען אין שו”ע נאָר דאָס וואָס מתענים בז’ אדר שבו מת משה,

און מען געפינט ניט קיין שום ענין פון שמחה אַלס זכר צו לידתו בז’ אדר?

וי”ל אַז היא הנותנת: וויבאַלד אַז דער ענין פון יום זכאי פון דעם טאָג איז אַן ענין נעלה ביותר,

קען דאָס ניט אַראָפּקומען בגילוי למטה אין אַ שמחה גלוי’,

נאָר דאָס בלייבט בהעלמו און עס פּועלט בדרך סיבה 68

באופן נבדל.

דוגמא לדבר בהלכה: יו”ט וואָס איז

(נאָר)

מקרא קודש און מען איז מבדיל בין קודש שלו לקודש דשבת איז מ”ע מה”ת ושמחת בחגך 69 ,

משא”כ בשבת וואָס קודש היא

(ביז בהבדלה פון קדושת יו”ט ועד כדי כך אַז דאָס קומט בהמשך צו די אַנדערע הבדלות 70 ).

יו”ד.

די הסברה אין דעם וועט מען פאַרשטיין בהקדים וואָס „הקב”ה יושב וממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום” - אַז מתים ביום שנולדו.

וואָס דער טעם פנימי בזה י”ל 71 ,

ווייל ביי צדיקים איז זייער שלימות ותכלית ענין הלידה

(זייער לידה והתגלות)

ביום הסתלקותם.

וואָרום דעמאָלט ווערט נתגלה

(צו די תלמידים)

פון „רוח רבם העצמיות” 72

מערער און העכער ווי בעת נשמתו איז געווען מלובש אין גוף,

און דעמאָלט איז מאיר נאָך אַ העכערע הארה,

וואָס איז מאיר מלמעלה „מעליית רוחו ונשמתו למקור חוצבו כו’” און די הארה איז „מאירה על כל תלמידיו שנעשו עובדי ה’” און „מכנסת בלבם הרהורי תשובה 73

ומעשים טובים”,

נאָר די הארה איז „בהעלם והסתר גדול כמו שמש המאיר לכוכבים מתחת לארץ כדאיתא בתיקונים על משה רבינו ע”ה שאחר פטירתו מתפשטת הארתו בכל דרא ודרא לששים רבוא נשמות כמו שמש המאיר מתחת לארץ לששים רבוא כוכבים” 74 .

משא”כ בעת הלידה איז דאָך ניטאָ דער גילוי פון דעם צדיק 75 ,

עס איז בלויז בכח,

און דעריבער איז די שלימות ענין הלידה וההתגלות פון צדיק ביום הסתלקותו 76 .

ועפ”ז איז מובן וואָס מען געפינט ניט אין שו”ע וועגן מאַכן אַ שמחה בז’ אדר יום הולדת משה רבינו 77 ,

וואָרום די שלימות הגילוי וההמשכה פון יום ההולדת ווערט ביום ההסתלקות און דעמאָלט איז דאָס אַ המשכה נעלית ביותר באופן של רוממות 78 ,

און בגילוי אין לבושי עוה”ז זעט זיך נאָר דער ענין המיתה,

און מצד דעם איז דאָס אַ יום תענית 79 ,

והחי יתן אל לבו.

יא.

לפי”ז איז מובן דער רמז ושייכות פון עניני ז’ אדר צו פ’ „ואתה תצוה”* 79

: בגלוי שטייט טאַקע ניט אין דער סדרה משה’ס נאָמען,

וואָרום דער ענין פון ז’ אדר ווי דאָס איז בגילוי איז אַן ענין פון יום התענית - הסתלקות.

לאידך,

איז בפנימיות דאָס וואָס עס שטייט ניט שמו של משה ווייל עס איז מאיר עצמיות פון משה וואָס איז העכער פון שם

(וגילוי),

און דאָס דריקט זיך אויס אין דעם נאָמען פון דער סדרה „ ואתה תצוה ”: דער לשון „ואתה” ווייזט אויף עצמיות וואָס איז העכער פון שם ותואר 80 ,

„תצוה” איז

(אויך)

פון לשון צוותא וחיבור 81 ,

ד.

ה.

די צוותא וחיבור פון אידן

(המצווים)

מיט די עצמיות פון משה,

וואָס פאַרבינדט אידן מיט עצמות א”ס

(המדבר אל ה„ואתה”) 82

-

און דאָס איז דער תוכן הפנימי פון ז’ אדר,

אַז דעמאָלט איז דער תכלית השלימות אין לידת והתגלות משה צו אַלע אידן,

העכער פון שם וגילוי,

באופן של „ואתה תצוה”.

(משיחות ש”פ תצוה

(ח’ אד”ר),

ש”פ תשא

(שושן פורים קטן)

- תשכ”ז)

Reader controls and commentary are loading.