א.
בנוגע דעם מעיל,
זאָגט דער פסוק 1
„ועשית על שוליו רמוני תכלת גו' על שוליו סביב ופעמוני זהב בתוכם סביב".
איז רש"י מפרש,
אַז כאָטש די רמונים זיינען געווען „עגולים וחלולים " 2 ,
איז אָבער דער פשט פון „ופעמוני זהב בתוכם"
[ ניט אַז די פעמונים האָבן זיך געפונען אינעם חלל פון די רמונים,
נאָר]
„ ביניהם 3
סביב,
בין שני רמונים פעמון אחד דבוק ותלוי בשולי המעיל".
פרעגט דערויף דער רמב"ן 4
: לויט רש"י'ס פשט קומט אויס אַז „לא היו הרמונים משמשין כלום" 5
; און אויב זיי זיינען געווען בלויז „לנוי" - „למה היו עשויים כרמונים חלולים יעשם כמין תפוחי זהב"?
ענטפערט דער רא"ם 6
: לא ידעתי למה בחר התפוחים יותר מן הרמונים.
מפרשים 7
זיינען מבאר,
אַז די קשיא פון רמב"ן איז בנוגע דעם פרט פון „חלולים" 8
: וויבאַלד אַז די פעמונים זיינען ניט געהאנגען אינעם חלל פון די רמונים,
צוליב וואָס האָט מען געמאַכט רמונים חלולים?
עס בלייבט אָבער ניט מובן: אויב אַז דעם רמב"ן'ס קשיא איז נאָר וועגן דעם פרט פון „חלולים" - פאַרוואָס דערמאָנט ער דאָ בכלל און איז נאָך משנה
(אַנשטאָט „רמונים" -)
„תפוחים"
(„יעשם כמין תפוחי זהב") 9 ?
ב.
לכאורה קען מען דאָס מסביר זיין: מען געפינט אַז אין דער מנורה זיינען געווען - לנוי - גביעים כפתורים ופרחים 10
; און די כפתורים זיינען געווען „כמין תפוחים " 11
; און וויבאַלד אַז די רמוני המעיל האָבן גענוצט
(לדעת רש"י)
בלויז „לנוי" - האָבן זיי אויך געדאַרפט זיין
(ניט בדמות רמונים,
נאָר)
„כמין תפוחים"
(בדומה צום נוי
(שבדמות פרי)
פון דער מנורה).
עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
דאָס גופא דאַרף האָבן אַ ביאור - מיט וואָס איז „נוי" פאַרבונדן דווקא מיט „תפוחים"?
ב)
לדעת רש"י - וואָס איז דער טעם וואָס ביים מעיל זיינען געווען רמונים
(לנוי)
און ביי דער מנורה תפוחים?
ג.
וועגן צוועק פון די פעמוני המעיל זאָגט דער פסוק 12
: „ונשמע קולו בבואו אל הקודש"; און אויף אַזויפיל איז דאָס געווען נוגע אין דער עבודה פון כהן גדול,
אַז דורך דעם
(„ונשמע קולו" 13 )
ווערט ער אויסגעהיט פון „ולא ימות" וואָס „מכלל 14
לאו אתה שומע הן" 15 .
דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס איז „ונשמע",
דער קלינגען פון די פעמונים אַ הכרח „בבואו אל הקודש"?
לכאורה איז אדרבה - „לא ברעש ה'",
נאָר ב„קול דממה דקה" 16
; און ווי מ'זעט עס ביים כהן גדול גופא,
אַז זיין כניסה לפני ולפנים
(ביום הכפורים)
איז געווען דוקא אָן
(די בגדי זהב 17 ,
ובמילא אָן דעם מעיל מיט)
דעם קול הפעמונים 18 .
דער רמב"ן 19
איז מסביר,
אַז „הבא בהיכל מלך פתאום חייב מיתה",
און דער קול הפעמונים איז אַזוי ווי אַ „נטילת רשות" 20
אַריינצוגיין און טאָן די עבודה
[און דאָס וואָס דער כה"ג דאַרף ניט קיין „נטילת רשות" ביים אַריינגיין ביוהכ"פ לפני ולפנים - דלכאורה וואָלט זיך עס געפאָדערט במכל שכן וק"ו - איז דער טעם 21 ,
ווייל ביוהכ"פ ווייזט אַרויס דער אויבערשטער די מעלה פון אידן „שלא הצריכן הכתוב לשליח" 22
(זיי דאַרפן ניט אָנקומען צו די פעמונים „להשמיע קול כאדם ששולח שליח להודיע שהוא בא" 23 )].
לויט דעם פירוש 24
קומט אויס,
אַז דער „ונשמע קולו" פון די פעמונים איז ניט קיין חלק פון דער עבודה,
נאָר בלויז אַ הקדמה והכנה צו דער עבודה;
וויבאַלד אָבער אַז יעדער פרט בשייכות דער עבודה פון כהן גדול איז בתכלית הדיוק ובמכש"כ אַזאַ וואָס איז פאַרבונדן מיט עונש מיתה,
כנ"ל - און די פעמונים האָבן משמיע קול געווען אויך בשעת העבודה גופא 25
- איז מסתבר,
אַז „ונשמע קולו" איז אַן ענין וואָס איז נוגע דער עבודה גופא 26 .
ד.
איינער פון די ביאורים אין דעם:
דער כהן גדול האָט געטאָן זיין עבודה אַלס שליח פון כלל ישראל; און דאָס מיינט במילא,
אַז „בבואו",
אין זיין אַריינגיין „אל הקודש",
„נעמט" ער מיט זיך אַריין דעם גאַנצן כלל ישראל „אל הקודש".
עס איז פאַרשטאַנדיק און ערקלערט בכמה מקומות בארוכה 27 ,
אַז די עבודה פון בעלי תשובה - וואָס איז מצד ה„ריחוק",
ער אַנטלויפט פון רע - איז מיט אַ רעש,
אַזוי ווי איינער וואָס אַנטלויפט פון סכנת מות - מיט געשריי און שטורעם.
ועד"ז איז עס אין דעם סוג עבודה פון יעדן אידן,
אפילו פון דעם וואָס האָט ניט קיין עבירות ר"ל: בשעת ער טראַכט זיך אַריין ווי אַזוי ער איז „רחוק" פון אלקות - צי דערפאַר וואָס דער נפש הבהמית איז נאָך ביי אים בתקפו 28
ובמילא איז ער אַ יש ודבר נפרד פון אלקות; אָדער אפילו מצד דעם הרגש המציאות פון זיין טוב - נפש האלקית
(טאַקע אַ מציאות דקדושה - אָבער פאָרט אַ מציאות,
ניט ביטול* 28 )
-ווערט ער נתעורר מיט אַ קול רעש גדול 29
צו „אַנטלויפן" פון דעם מצב
[מ'האָט געפרעגט ביים בעש"ט וועגן דעם וואָס חסידים מאַכן תנועות וכו' ביים דאַוונען - האָט ער געענטפערט* 29 ,
אַז דאָס איז בדוגמא ווי איינער וואָס טרינקט זיך אין ים מאַכט ער אַלערליי תנועות אויף ראַטעווען זיך און שרייט בכל כחו אַז מען זאָל אים ראַטעווען,
און זיכער לאַכט קיינער ניט פון זיינע תנועות און געוואַלדן].
ס'איז קיין סתירה ניט פון פסוק „לא ברעש ה'" - ווייל דער דיוק אין דעם איז „לא ברעש הוי' " 30
: כדי צו זיין אַ כלי צום שם הוי'
(שלמעלה מן העולמות)
דאַרף די עבודה זיין אין דער בחי' פון „קול דממה דקה" בתכלית הביטול 31
; משא"כ ווען די עבודה איז
(נאָך)
פאַרבונדן מיט אַנטלויפען פון „ישות" ו„מציאות" - וואָס זי דערגרייכט צו דער בחי' פון שם אלקים 32 ,
וואָס גיט אַן אָרט אויף מציאות - די עבודה איז,
כנ"ל,
פאַרבונדן דוקא מיט רעש וכו' 33 .
און דאָס איז דער טעם וואָס די עבודה פון כהן גדול אַ גאַנץ יאָר איז געווען אין אַן אופן פון „ונשמע קולו גו'" 34
- ווייל ער דאַרף „אַרייננעמען" מיט זיך „אל הקודש" אויך די אידן וואָס זייער סדר העבודה,
כניסה לקודש,
איז בקול רעש כו'; ווי ס'איז אויך מרומז אין דעם וואָס די פעמונים זיינען געווען בשולי
(בתחתית)
המעיל - דער ענין פון „ונשמע קולו" איז פאַרבונדן מיט די נידעריקע 35
מדריגות פון אידן,
וואָס זייער עבודה איז מצד הריחוק,
כנ"ל.
און דערביי איז די אזהרה „ונשמע קולו גו' ולא ימות " - אַז אין דעם איז תלוי דער כללות החיות פון כהן גדול: אויב ביי אים איז ניטאָ דער „ונשמע קולו" - ער וויל ניט כולל זיין אין זיין עבודה אָט די אידן 36
וועלכע זיינען אין בחי' „שולי המעיל"
(אפילו ווען דאָס איז דערפאַר וואָס ער וויל האַלטן ביי דער העכערער עבודה פון „קול דממה דקה")
- ווערט בטל ר"ל זיין מציאות
(מיט זיין עבודה)
; ווייל די שלימות פון כלל ישראל איז תלוי אין דער עבודה וואָס נעמט אַרום אַלע ששים רבוא ישראל* 36 ,
פון ראשיכם שבטיכם גו' ביז חוטב עציך ושואב מימיך.
ה.
דאָס איז אָבער נאָר ביי דער עבודה פון כהן גדול במשך כל השנה,
ווען כניסתו און עבודתו איז נאָר אין „קודש" - דאָרט איז פאַראַן אַן אָרט פאַר די חילוקי דרגות אין אידן,
פון ראשיכם שבטיכם גו' ביז חוטב עציך ושואב מימיך,
און דערפאַר איז ונשמע - עס איז ברעש;
משא"כ די עבודה פון כהן גדול ביום הכפורים אין קדש הקדשים איז אָן אַ רעש 18 ,
ווייל דעמאָלט 37
זיינען די אידן כמלאכים 38 ,
די התגלות פון דער התקשרות עצמית פון אַלע אידן מיטן אויבערשטן* 38
; און וויבאַלד אַז יעדער איד ,
אפילו די וואָס זיינען שייך צו „ שולי המעיל",
שטייען דאַן בתכלית הקירוב וההתאחדות מיט אלקות - יחידה ליחדך - איז אויך זייער כניסה לקודש הקדשים
(דורך דעם כהן גדול)
ניט ווי אַ רחוק שנעשה קרוב
[וואָס דאַן איז עס מיט אַ רעש כו'],
נאָר בתכלית הביטול,
בקול דממה דקה.
ו.
ע"פ כהנ"ל וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק דער חילוק צווישן שיטת הרמב"ן
(אַז „אם לנוי ..
יעשם כמין תפוחי זהב")
און שיטת רש"י
(אַז אין דעם פאַל דאַרפן זיין „רמונים"
[לנוי])
:
אידן זיינען געגליכן סיי צו „תפוח" 39
און סיי צו „רמון".
דער חילוק צווישן זיי איז: דער דמיון צו תפוח איז מתאים צו אידן ווי זיי זיינען ברום המעלה 40
; און בחי' „רמון" איז בשייכות צו אידן וואָס געפינען זיך בשפל המצב „כפלח הרמון רקתך - ריקנין שבך" 41 ,
אָבער אויך זיי זיינען אָנגעפילט מיט טוב וקדושה - ווי דער המשך וסיום פון דעם מרז"ל „אפילו ריקנין שבך מלאים מצות כרמון".
אין פירוש רש"י,
פשוטו של מקרא -וואו די אידן ווערן געזען ווי זיי זיינען בפשטות
(בחיצוניות)
- זעט מען די אידן שב„ שולי המעיל" אין אַ דרגא פון „ריקנין"; און דעריבער האָבן געדאַרפט זיין דווקא „רמונים" 42
- צו באַווייזן,
אַז אויך די „ריקנין"
[און אפילו די וואָס זיינען נידעריקער דערפון - „אפילו פושעי ישראל" 43 ]
זיינען אַריין מיטן כהן גדול „אל הקודש",
זיי זיינען אַ טייל פון כלל ישראל,
און נאָכמער - מלאים מצות כרמון .
אין פירוש הרמב"ן,
וואו עס זיינען דאָ
(ניט נאָר „פשטים",
נאָר)
אויך „דברים נעימים ..
ליודעים חן" 44 ,
איז דאָרט מודגש די פנימיות פון אידן,
וואָס מצד דעם האָט אַ איד קיין שייכות ניט צו חטא,
ועמך כולם צדיקים 45
-
[ומהאי טעמא איז דער רמב"ן מפרש אַז דער „ונשמע קולו" איז נאָר אַ הכנה צו דער עבודה שלאחרי' 46
פון כהן גדול און ניט קיין ענין אין דער עבודה גופא - ווייל זיין כניסה לקודש,
אויך אַלס שליח פון כלל ישראל,
איז אין אַ דרגא פון עבודת הצדיקים,
בקול דממה דקה 47 ]
און דאָס איז די קושיא
(לויט זיין פירוש)
: „ואם לנוי ..
יעשם כמין תפוחי זהב " - אויב די „רמונים" זיינען
(ניט צוליב שמוש,
נאָר)
אויף אַרויסברענגען די שיינקייט,
די מעלה פון בני ישראל
(„לנוי")
- דאַרף מען מדגיש זיין ניט די מעלה וואָס איז מרומז אין „רמון"
[„ריקנין שבך מלאים מצות כרמון"] 48 ,
נאָר דעם עילוי פון אידן מצד פנימיותם ,
וואָס יעדער איד איז ווי אַ „תפוח זהב" 49
(און ניט קיין „ריקן" ח"ו),
ע"ד ווי אין דער מנורה - וואָס אירע ז' נרות זיינען מרמז אויף
(אידן ווי זיי זיינען)
די ז' מדרגות אין עובדי ה' 50
-זיינען געווען אין יעדער נר „כמין תפוחים"
(כנ"ל סעיף ב').
ז.
אע"פ אַז בפשטות ובחיצוניות איז די עבודה אינעם אופן פון „ונשמע קולו" נידעריקער פון דער עבודה ב„קול דממה דקה" - אעפ"כ איז דאָ אין איר,
אין דער עבודה ברעש,
אויך אַ מעלה לגבי דער עבודה בביטול:
די עבודה ב„קול דממה דקה" איז מיט אַ הגבלה.
אמת,
דער עובד שטייט טאַקע מיט אַ ביטול,
דאָס איז אָבער אין אַן אופן פון אור בכלי,
מיט אַ התיישבות.
משא"כ די עבודה פון „ונשמע קולו",
איז דער רעש גדול גופא אַ באַווייז,
אַז ער איז אַרויס פון די הגבלות פון „כלים",
ער קען ניט מגביל זיין די התפעלות און דעריבער קומט עס אַרויס אין אַ צעקה וקול 51 .
און דאָס איז איינער פון די טעמים אויף דעם וואָס „מקום שבע"ת עומדין אין צד"ג יכולין לעמוד בו" 52
- ווייל דוקא אין דעם „רעש" פון עבודת התשובה זאָגט זיך אַרויס דער בל"ג פון נשמה.
ח.
פון כל הנ"ל איז דאָ אַ הוראה מיוחדת פאַר דורנו זה - דרא דעקבתא דמשיחא:
עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס טענה'ן: הן אמת,
אַז מצד דעם שפל המצב פון אונזער דור מוז מען זיך פאַרנעמען מיט הרבצת התורה והחזקת היהדות וכו'; און אַז מ'קען זיך ניט מסתפק זיין מיט זיצן אין די אייגענע ד' אמות
(אפילו אין די ד' אמות של תורה)
און וואַרטן ביז מ'וועט זיך ווענדן צו אים און בעטן ער זאָל מפיץ זיין תורה וכו',
נאָר מ'דאַרף אַרויסגיין אין „דרויסן",
אין חוצה און געפינען אידן „נדחים" און פון זיי „מאַכן בעלי תשובה" -
וואָס איז אָבער דער הכרח צו טאָן אָט די אַרבעט מיט אַ קול רעש גדול?
פאַרוואָס איז אַזוי נויטיק צו אַרויסגיין אין גאַס און דאָרט אויסרופן בקול רם,
אַז אידן זאָלן לייגן תפילין,
אָנקלאַפּן מזוזות אויף די טירן,
געבן צדקה וכיו"ב - אַ הנהגה וואָס מ'געפינט ניט אַ שטורעם בזה אין די פריערדיקע דורות?
!
איז דער ענטפער אויף דעם: לויט אַלע סימנים פון סוף מס' סוטה זעט מען אַז מיר געפינען זיך איצט אין דרא דעקבתא דמשיחא - אין דער דרגא היותר תחתונה - „שולי המעיל"; דאַרף מען וויסן זיין,
אַז בשולי המעיל דאַרפן זיין די „פעמונים" 53
- אַז די כניסה פון דעם סוג אידן „אל הקודש",
תחת כנפי השכינה איז אויסגעשטעלט אין אַן אופן פון „ ונשמע קולו "; ואדרבה - דוקא אין דעם „רעש" פון עבודת התשובה איז דער תכלית העילוי,
כנ"ל.
ט.
נאָך אַן ענין אין דעם:
בשעת מ'זעט אַז ביי „עוברי רצונו" איז דאָ „קול המונה של רומי" 54
- אַלע ענינים פון לעו"ז ווערן געטאָן ניט בחדרי חדרים,
נאָר מיט דעם גרעסטן פרסום ורעש -
איז דער וועג צו מבטל זיין דעם שטורעם פון סטרא אחרא - „במינה ודוגמתה ..
מיני' ובי' אבא לשדי' בי' נרגא" 55 ,
ד.
ה.
דורכדעם וואָס אויך די עבודה פון „עושי רצונו" איז אין אַן אופן פון „ונשמע קולו" און דוקא אין דעם אָרט וואו עס געפינט זיך „קול המונה של רומי";
און דאָס וועט ברענגען צו „מה לעוברי רצונו כך לעושי רצונו עאכו"כ" 54
- אַז ביי אידן וועט זיין „יושבין בטח והשקט" 54
על אדמתם,
דורך „יתקע בשופר גדול" 56
דוקא,
דורך דעם „ קול מבשר מבשר ואומר" -מבשר הגאולה,
בקרוב ממש.
(משיחת ש"פ תצוה תשל"ה)