B"H
🏡

Ikar

תרומה ה

א.

אינעם אופן עשיית „הנרות" פון דער מנורה,

איז דאָ אַ מחלוקת אין גמרא 1

: לויט איין דיעה זיינען די נרות געווען אַ טייל פון דער מנורה,

ווייל דאָס וואָס די מנורה דאַרף זיין „מקשה" 2

(און ניט „פרקים

(ממש)

" 3

( איז כולל אויך די נרות; אַ צווייטע דיעה איז,

אַז די „נרות" זיינען געווען אַ באַזונדער זאַך פון דער מנורה,

נאָר פאַר דער הדלקה האָט מען זיי אַרויפגעשטעלט אויף די קני המנורה

[און דער סדר פון הטבת

(ניקוי)

הנרות איז געווען,

אַז „ מסלקן

(פון דער מנורה)

ומניחן באוהל ומקנחן כו'" 4 ].

און די גמרא פאַרבינדט עס מיט דער פלוגתא,

צי דאָס וואָס עס שטייט ביי דער מנורה 5

„ ככר זהב טהור יעשה אותה את כל הכלים האלה" מיינט אויך די „נרות",

אַז אויך זיי „באות מן הככר"

(און לפי"ז זיינען זיי געווען „מקשה")

; אָדער נאָר די מנורה אַליין איז „באה מן הככר",

אָבער ניט די נרות

(און לפי"ז זיינען די נרות ניט געווען „מקשה").

דער רמב"ם 6

פסק'נט להלכה: „מנורה הבאה זהב תהי' כולה ככר עם נרותי' ותהי' כולה מקשה ..

שהנרות קבועין במנורה והם מכלל הככר".

ב.

שוין גערעדט פיל מאָל,

אַז רש"י בפירושו על התורה איז מפרש ע"ד הפשט ,

אפילו ווען עס איז ניט מתאים מיט חלק ההלכה שבתורה – און דאָס זעט מען באופן בולט אין שיטת פירושו בנדו"ד.

ווי געזאָגט,

פאַרבינדט די גמרא די פלוגתא צי „נרות" דאַרפן זיין „מקשה"

(מיט דער מנורה)

מיט דער פלוגתא צי זיי זיינען „באות מן הככר".

און ווי דער רמב"ן 7

זאָגט: „על דעת כולם לא יבוא במשקל הככר אלא גוף המנורה במה שהוא עמה מקשה" – און דערפאַר איז ער מסביר,

אַז לויט דער דיעה

(אין ברייתא דמלאכת המשכן 8 )

אַז די מלקחים און מחתות „באות מן הככר",

זיינען זיי ניט קיין „כלים נפרדים" פון דער מנורה,

נאָר אַ טייל פון דער מנורה

[מלקחים – „הם שעושין על פי הנרות טס של זהב כו'",

און מחתות – „הם ספלים שתחת כל נר ונר כו'"].

רש"י אָבער זאָגט – בפירושו אויף „ככר זהב טהור" 5

: „שלא יהי' משקלה עם כל כלי' אלא ככר כו'",

און פאַר דעם 9

טייטשט ער: „ומלקחי',

הם הצבתים כו'",

„ומחתותי',

הם כמין בזיכין קטנים שחותה בהן כו'" – קומט אויס

(לדעתו)

אַז אויך די כלים הנפרדים פון דער מנורה זיינען פון דעם ככר 10

וטעמו י"ל: דער פירוש הפשוט 11

פון: א)

מלקחיים און מחתה – בכ"מ אין תנ"ך – איז אַ כלי נפרד פון דער זאַך באַ וועלכע מען נוצט עס – לדוגמא באַ דעם מזבח 12 .

ב)

„ככר זהב טהור יעשה אותה את כל הכלים האלה " 5

איז,

אַז „אותה" – די מנורה – און „ כל הכלים האלה" 13

– אַלע כלים וואָס ווערן דערמאָנט אין פסוק 14

– דאַרפן געמאַכט ווערן פון דעם „ככר זהב טהור" 15 .

על פי זה,

וויבאַלד אַז לויט פרש"י איז דער תנאי פון „מקשה" ניט פאַרבונדן מיטן שיעור פון „ככר זהב טהור",

קומט אויס,

אַז פון דעם וואָס די „נרות" האָבן געדאַרפט זיין פון דעם „ככר" איז

(לשיטתו)

ניטאָ קיין הוכחה אַז זיי האָבן געמוזט זיין „מקשה"

(מיט דער מנורה).

ג.

בהשקפה ראשונה זעט אויס,

אַז רש"י האַלט אַז דער ציווי „מקשה" ביי מנורה איז כולל אויך די „נרות": אויף „מקשה תיעשה המנורה" 16

איז רש"י מפרש „שלא יעשנה חוליות ולא יעשה קני' ונרותי' איברים איברים ואח"כ ידביקם 17 ..

אלא כולה באה מחתיכה אחת כו' ומפריד הקנים אילך ואילך".

און וויבאַלד אַז מ'טאָר ניט מאַכן די נרות „איברים איברים ואח"כ ידביקם",

מיינט עס לכאורה,

אַז די נרות מוזן מלכתחילה געמאַכט ווערן „מקשה" מיט דער מנורה.

אָבער כד דייקת שפיר,

איז דאָס ניט מוכרח: רש"י זאָגט נאָר,

אַז „מקשה תיעשה המנורה" איז שולל אַז די מנורה זאָל ניט זיין אין אַן אופן פון „איברים איברים ואח"כ ידביקם "

(ד.

ה.

די מנורה דאַרף ניט זיין צונויפגעקלעפּט פון באַזונדערע טיילן)

– און אין דעם זאָגט רש"י,

אַז פּונקט ווי די קני המנורה האָבן ניט געטאָרט זיין „איברים איברים ואח"כ ידביקם",

אַזוי טאָר מען אויך ניט מדבק זיין די נרות צו דער מנורה

[ווייל דאַן וואָלט די מנורה ניט געווען „מחתיכה אחת"]

;

אָבער וועגן דעם,

צי די נרות קענען זיין און בלייבן באַזונדערע חלקים פון דער מנורה – נאָר מ'שטעלט זיי אַרויף אויף די ראשי הקנים – רעדט ניט רש"י; אין דעם אופן איז דאָך די מנורה „מקשה",

זי איז „מחתיכה אחת" 18 ,

ס'איז גאָרניט דבוק צו דער מנורה.

עפ"ז איז אויך פאַרענטפערט פאַרוואָס באַם סיום פירושו דערמאָנט רש"י נאָר די קנים און ניט די נרות .

ד.

וויבאַלד מען געפינט ניט קלאָר 19

אין פרש"י ווי זיין שיטה איז אין דעם,

און ער זאָגט אויך ניט אויף דעם „איני יודע"

(ווי ער זאָגט אין אַנדערע ערטער 20 ,

וואו דער פירוש אין פסוק איז ניט קלאָר),

דאַרף מען זאָגן,

אַז אין לימוד הפשט איז עס אַזוי פשוט,

אַז רש"י דאַרף עס ניט אויסטייטשן אין זיין פירוש – מען זעט עס אָפן און קלאָר אין די פסוקים אַליין.

איז דער ביאור אין דעם:

דער סדר אין דער פרשה פון מלאכת המנורה איז: פריער 21

קומט דער ציווי „ועשית מנורת זהב גו' מקשה גו' ירכה וקנה גביעי' כפתורי' ופרחי' ממנה יהיו"

(דערנאָך איז דער פסוק מפרט ווי מ'מאַכט די קני המנורה גביעי' וכו',

און איז מסיים: כפתוריהם וקנותם ממנה יהיו כולה מקשה אחת זהב טהור).

און ערשט דערנאָך שטייט: „ועשית את נרותי' שבעה גו' ומלקחי' ומחתותי' גו' ככר זהב טהור גו'"

[און אַזוי אויך אין פ' ויקהל 22 ,

וואו עס ווערט דערציילט ווי מ'האָט געמאַכט די מנורה בפועל,

שטייען די אַלע פרטים מיט'ן זעלבן סדר].

– פון דעם וואָס דער ציווי „ועשית את נרותי' גו'" שטייט נאָך די פרטים ופרטי פרטים פון דער עשי' פון גוף המנורה און נאָכן ציווי „כולה מקשה אחת גו'",

איז מובן,

אַז לויט פשוטו של מקרא

(דרך פירוש רש"י על התורה),

זיינען „נרותי'" באַזונדערע זאַכן וואָס געהערן ניט צום גוף המנורה 23

– זיי זיינען אין דעם סוג פון „מלקחי' ומתותי'" וועגן וועלכע מ'זאָגט אָן גלייך נאָך נרותי'.

ה.

נאָך אַ הוכחה אויף דעם: אין פ' פקודי,

וואו עס ווערט דערציילט 24

ווי מען האָט געבראַכט דעם משכן צו משה'ן,

שטייט 25

: „את המנורה הטהורה את נרותי' גו'" – איז בשלמא אויב מ'וועט לערנען אַז די נרות זיינען געווען נפרדים פון דער מנורה,

איז מובן וואָס דער פסוק טיילט זיי אויס באַזונדער אין דעם סדר ההבאה 26

;

אויב אָבער די נרות זיינען געווען „מקשה" מיט דער מנורה,

האָט דאָך קיין אָרט ניט צו זאָגן,

אַז מ'האָט געבראַכט 27

די מנורה און

(אויך)

נרותי' – בריינגענדיק די מנורה ווערן במילא געבראַכט אויך די נרות

[פּונקט ווי עס פּאַסט ניט צו זאָגן אַז מ'האָט געבראַכט די מנורה און די קנים,

גביעים וכו'].

ו.

עפ"י הנ"ל – אַז לויט שיטת רש"י בפירושו עה"ת זיינען די נרות ניט נכלל אינעם ציווי פון „מקשה" – וועט ווערן פאַרענטפערט כמה שינוים

(לגבי דאָ)

און תמיהות אין פירוש רש"י אין פ' ויקהל

(וואו די תורה רעדט נאָכאַמאָל וועגן מלאכת המשכן)

:

אין פסוק 28

„ואת מנורת המאור ואת כלי' ואת נרותי'" שטעלט זיך רש"י אויף „נרותי'" און איז מפרש: „לוציני"ש 29

בלעז בזיכים שהשמן והפתילות נתונין בהן".

איז ניט פאַרשטאַנדיק:

(א)

אויף די ווערטער „את נרותי'" אין אונזער פרשה 30

(וואו די נרות המנורה ווערן דערמאָנט צום ערשטן מאָל)

טייטשט רש"י: כמין בזיכין שנותנין בתוכן השמן והפתילות – היינט וויבאַלד רש"י האָט שוין אין אונזער פרשה אָפּגעטייטשט דעם פירוש פון נרות,

פאַרוואָס דאַרף עס רש"י נאָכאַמאָל איבערחזר'ן אין פ' ויקהל 31 ?

(ב)

די תמי' איז נאָך גרעסער: רש"י אַליין זאָגט

(אין פ' ויקהל 32 )

מיט עטלעכע פסוקים פריער: „כבר פירשתי נדבת המשכן ומלאכתו במקום צוואתם"

– און מהאי טעמא איז דאָרט רש"י ניט מפרש די

(רובא דרובא פון די)

ענינים דנדבת ומלאכת המשכן

(סיידן אין פאַל ווען דאָרט קומט צו אַ חידוש וואָס מ'קען ניט וויסן פון „מקום צוואתם" 33 ),

ווייל ער פאַרלאָזט זיך אויף דעם וואָס ער האָט שוין פריער מפרש געווען –

היינט וויבאַלד אַז רש"י האָט שוין דעם פירוש פון „נרות" געזאָגט „במקום צוואתם" – פאַרוואָס חזר'ט ער איבער דעם פירוש דוקא נאָכאַמאָל?

(ג)

פאַרוואָס איז רש"י מוסיף ומקדים „לוציני"ש בלע"ז" – דלכאורה,

ממנ"פ: אויב דער פירוש „בזיכין וכו'" איז ניט מספיק און עס פאָדערט מ'זאָל וויסן דעם „לעז",

האָט דאָך רש"י געדאַרפט עס בריינגען דאָרט וואו ער זאָגט דעם פירוש פון „נרות" צום ערשטן מאָל

(אין אונזער פרשה) 34

; און אויב מ'דאַרף דערצו ניט אָנקומען,

ווייל ס'איז גענוג דער אָפּטייטש „כמין בזיכין כו'",

פאַרוואָס דאַרף ער דעם „בלעז" מוסיף זיין אין פ' ויקהל?

ז.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַ דיוק אין דעם פרש"י – ובהקדם: מ'האָט שוין פיל מאָל גערעדט וועגן דעם וואָס יעדער וואָרט

(און אות)

אין פרש"י על התורה איז בתכלית הדיוק; און אַז דאָס איז ניט נאָר בנוגע די ווערטער פון גוף הפירוש; אויך די ווערטער וואָס ער איז מעתיק פון פסוק אינעם דבור המתחיל זיינען בדיוק.

איינער פון די ערטער,

וואו מען זעט עס אין אַ בולט'דיקן אופן

(ווי מדוייק ס'איז אַ דבור המתחיל פון רש"י),

איז אין דעם אויבנדערמאָנטן פירוש רש"י: אין פסוק הנ"ל – „ואת מנורת המאור ואת כלי' ואת נרותי' ואת שמן המאור" – שרייבט רש"י דריי באַזונדערע ד"ה:

(א)

„ ואת כלי' ,

מלקחים ומחתות".

(ב)

„ נרותי' ,

לוציני"ש וכו'

(כנ"ל)

".

(ג)

„ ואת שמן המאור ,

אף הוא צריך חכמי לב כו'".

זעט מען אַ שינוי בולט: אין דעם ערשטן און לעצטן דיבור המתחיל איז רש"י מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „ואת",

דאַקעגן אין דעם צווייטן ד"ה איז ער מעתיק נאָר דעם וואָרט „נרותי'" און ניט דעם וואָרט „ואת".

ח.

ע"פ הנ"ל – אַז לויט פרש"י זיינען די נרות ניט געווען אין כלל פון „מקשה" – איז עס מובן:

וויבאַלד אַז לשיטתו זיינען די „נרות" ניט פון דער מנורה גופא,

דאַרף מען זאָגן,

אַז ווען דער פסוק זאָגט „

(ככר ..

יעשה)

אותה את כל הכלים האלה" 35 ,

זיינען די נרות נכלל ניט אין „אותה"

(די מנורה)

נאָר אין „ כל הכלים האלה" – די נרות זיינען פון די כלי המנורה.

בשעת מען קומט אָבער צו פרשת ויקהל וואו דער פסוק זאָגט „ואת מנורת המאור ואת כלי' ואת נרותי'",

ווערט לפי"ז שווער: וויבאַלד עס שטייט שוין „ואת כלי'" וואָס איז כולל אויך די נרות – פאַרוואָס שטייט „ואת נרותי'" באַזונדער?

כדי דאָס צו פאַרענטפערן,

שטעלט זיך רש"י אויף „ואת כלי'" און איז מפרש – „מלקחים ומחתות",

און גלייך דערנאָך איז ער מעתיק פון פסוק „נרותי'" און איז דערביי משמיט דעם וואָרט „ואת

(נרותי')

" – מיט דער כוונה צו מדגיש זיין דערמיט,

אַז מ'דאַרף לערנען דעם פסוק כאילו ווי עס וואָלט פאַר „נרותי'" ניט געשטאַנען דער וואָרט „ואת" – ווייל „נרותי'" איז

(אויך)

אַ פרט פון „ואת כלי'" 36 ,

ד.

ה.

דער פירוש פון פסוק איז: „ואת כלי'

(וואָס זיי זיינען)

מלקחים מחתות נרותי'".

ט.

עס בלייבט דאָך אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס דאַרף דער פסוק טאַקע אויסטיילן „נרותי'" פון צווישן די כלי המנורה?

אויף דעם זאָגט רש"י – „לוציני"ש בלעז",

וואָס דער שרש פון דעם וואָרט „בלעז" – מיינט ליכטיקייט,

און דער טעם פאַרוואָס די נרות ווערן אָנגערופן ע"ש האור,

איז

(ווי רש"י איז ממשיך)

„בזיכים שהשמן והפתילות נתונין בהן",

ד.

ה.

ווייל אין זיי דריקט זיך אויס דער מכוון און תכלית פון דעם עצם המנורה – צו שאַפן ליכטיקייט 37

[וואָס ווערט געשאַפן פון

(דאָס וואָס איז אין)

די נרות

(„שהשמן והפתילות נתונין בהן" 38 )].

און וויבאַלד אַז די נרות זיינען דער עיקר פון דער גאַנצער מנורה – איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער פסוק טיילט זיי אויס באַזונדער פון די

(אַנדערע)

כלי המנורה 39 .

(משיחת ש"פ ויק"פ תשל"ז)

Reader controls and commentary are loading.