א.
דער ציווי צו נעמען „תרומה“ פון אידן
(פאַר עבודת המשכן)
ווערט איבערגע‘חזר‘ט דריי מאָל אין אָנהויב פון אונזער סדרה 1
: „ויקחו לי תרומה“,
„תקחו את תרומתי“,
„וזאת התרומה אשר תקחו“.
זאָגן דערויף חז“ל 2
: ג‘ תרומות נאמרו בפרשה הזאת כו‘ ויקחו לי תרומה וגו‘ זו תרומת אדנים,
מאת כל איש אשר ידבנו לבו תקחו את תרומתי זו תרומת שקלים,
וזאת התרומה אשר תקחו מאתם זו תרומת המשכן.
עס איז אָבער דאָ אַ חילוק ווי די ג‘ תרומות שטייען דאָ: די ערשטע צוויי שטייען בלויז בכלל וברמז
(און די פרטים וועגן זיי - שטייען ערשט אין שפּעטערדיקע סדרות 3 )
; אָבער תרומת המשכן ווערט דאָ געזאָגט בפרטיות ובאריכות.
דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז אַלע ג‘ תרומות זיינען געווען צוליב עבודת המשכן
[און אפילו תרומת השקלים וואָס מ‘האָט גענוצט אויף קויפן דערמיט די קרבנות ציבור 4
- איז דאָך לויטן פסק הרמב“ם 5 ,
אַז די מצוה פון בנין המקדש איז,
אַז עס זאָל זיין
(ניט בלויז)
אַ „בית לה‘
(נאָר אַז עס זאָל זיין)
מוכן להיות מקריבין בו הקרבנות“,
קומט אויס,
אַז דער ציווי „ועשו לי מקדש“ 6
נעמט אַרום אויך די הכנות וואָס פאָדערן זיך צוליב עבודת הקרבנות,
כולל אויך דעם נוצן תרומת השקלים אויף צו קויפן די קרבנות ציבור]
-
האָבן דאָך אַלע דריי תרומות געדאַרפט שטיין דאָ בפרטיות ובפירוש?
אפילו מ‘זאָל וועלן פאַרענטפערן בנוגע תרומת השקלים,
אַז וויבאַלד זי איז פאָרט ניט פאַרבונדן מיט בנין המשכן
(בפועל),
נאָר ס‘איז בלויז אַ הכנה צו דער עבודה במשכן,
דערפאַר איז ניט דאָ
(אין פ‘ תרומה)
דער אָרט אויף צו זאָגן די פרטים וועגן דער תרומה 7
- בלייבט אָבער שווער בנוגע תרומת האדנים,
וואָס זיינען אַ טייל פון בנין המשכן: פאַרוואָס שטייט ניט במפורש ובפרטיות וועגן דער תרומה אין אונזער סדרה?
ב.
עס איז דאָ נאָך אַ חילוק אין לשון הכתוב דאָ 8
ביי די ג‘ תרומות:
ביי תרומת האדנים שטייט „ויקחו לי תרומה“; ביי תרומת השקלים - „תקחו את תרומתי“; און ביי תרומת המשכן -„וזאת התרומה אשר תקחו“.
דאָס הייסט: ביי דער ערשטער תרומה
(האדנים)
איז די שייכות פון דער תרומה צום אויבערשטן מודגש אין אַ באַזונדער וואָרט - „לי תרומה“; ביי דער צווייטער תרומה
(שקלים)
- ווערט די שייכות צום אויבערשטן איינגעשלאָסן אין דעם וואָרט „תרומה“ גופא -„תרומתי“ 9
; און ביי דער דריטער תרומה
(המשכן)
ווערט איבערהויפּט ניט דערמאָנט אַז זי איז תרומה לה‘,
עס שטייט סתם „וזאת התרומה“.
ג.
אויך אַ דבר פלא וואָס מען געפינט אין מדרש בפרשתנו:
אויפן פּסוק „וזאת התרומה אשר תקחו גו‘ זהב וכסף ונחושת“ זאָגן חז“ל 10
: זהב כנגד מלכות בבל כו‘ כסף כנגד מלכות מדי כו‘ נחושת כנגד מלכות יון כו‘ ועורות אלים מאדמים כנגד מלכות אדום כו‘“.
איז תמוה ביותר: וואָס פאַר אַ קשר ושייכות איז דאָ צווישן ד‘ מלכיות און תרומת המשכן?
אדרבא - די ד‘ מלכיות האָבן דאָך געבראַכט די ד‘ גליות און דעם חורבן בית המקדש,
וואָס דאָס איז דער היפך פון תרומת המשכן,
וואָס ענינה איז - ועשו לי מקדש
(בנין והקמת המשכן)?
ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים,
אַז די עבודה רוחנית פון ועשו לי מקדש
(דירה לו ית‘ בתחתונים)
- איז איינגעטיילט אין דריי סוגים - עמודים: תורה,
עבודה וגמילות חסדים* 10 .
און וויבאַלד אַזוי איז פאַרשטאַנדיק,
אַז די דריי סוגים כללים הנ“ל זיינען מרומז אינעם ענין המשכן.
ויש לומר,
אַז דאָס איז דער טעם פנימי 11
פאַרוואָס מ‘האָט גענומען דריי באַזונדערע תרומות - און ניט איין תרומה
(כוללת)
פאַר אַלע צרכי המשכן - ווייל די ג‘ תרומות זיינען כנגד די ג‘ עמודים 12
תורה עבודה וגמ“ח 13
:
דער יסוד ומקור פון אַלע עניני עבודת ה‘ איז
(דער עמוד פון)
„תורה“.
אַלע פרטי מדריגות און אופנים אין דינען דעם אויבערשטן דורך מצות ומעשים טובים זיינען מיוסד און געבויט אויף תורה,
יעדער ענין פון אידישקייט און קיום המצות האָט זיין מקור און אָנהויב אין תורה - און דאָס איז מרומז אין תרומת האדנים,
וואָס זיי זיינען דער יסוד פון משכן.
תרומת השקלים,
פון וועלכער מ‘האָט געקויפט קרבנות ציבור,
איז דער קו פון „עבודה“
(וואָס דאָס איז עבודת הקרבנות 14 ,
און תפלה שבמקום קרבנות תקנום 15 )
;
און תרומת המשכן,
וואָס נעמט אַרום די אַלע דברים גשמיים
(זהב וכסף ונחושת וגו‘)
פון וועלכע מ‘האָט געבויט דעם משכן,
איז כנגד דער עבודה פון מצות
(וועלכע מ‘איז מקיים דורך זהב וגו‘)
און וואָס כללותם איז גמילות חסדים
[כידוע 16 ,
אַז גמילות חסדים איז „כללות המצות“].
לויט דעם ביאור אין די חילוקים צווישן די דריי עניני עבודה הנ“ל,
וועט ווערן פאַרשטאַנדיק דער טעם השינויים הנ“ל
(סעיף ב‘)
ביי די ג‘ תרומות.
ה.
דער אונטערשייד צווישן די דריי קוין - תורה עבודה וגמ“ח - איז:
תורה איז ואהי‘ אצלו אמון גו‘ שעשועים גו‘ לפניו גו‘ 17 ,
חמדה גנוזה 18
פון דעם אויבערשטן וקדמה לעולם אלפיים שנה 19 ,
איידער דער איד לערנט איר
(ניט ווי מצות,
וואָס גדר המצוה איז שייך נאָר בצירוף מיט דעם מקיים המצוה; כל ענין המצות
(ציווים)
איז אַן אָנזאָג צו אַ מענטש).
און אויך ווען תורה קומט אַראָפּ למטה און ווערט געלערנט דורך דעם אדם,
בלייבט זי
(בלשון חז“ל* 19 )
„דברי כאש“
(פון אויבערשטן),
וואָס ווערט ניט נשתנה דורך דעם וואָס זי ווערט נתלבש אין שכל ודבור האדם; זי בלייבט חכמתו של הקב“ה,
וואָס איז באין ערוך העכער פון דעם אדם הלומד.
דער ענין פון „עבודה“
(קרבנות -תפלות)
איז - „אדם 20
כי יקריב מכם“ דער אדם איז זיך מקרב צום אויבערשטן; כידוע 21
אַז „קרבן“ איז פון לשון קירוב - „דאמאי אקרי קרבן ע“ש שמקרב“ - „קירוב הכחות והחושים“ צום אויבערשטן.
און עבודת התפלה
(וואָס במקום קרבנות תקנום)
- איז דאָך עבודה שבלב 22 ,
דאָס וואָס דער אדם הויבט זיך אויף
(מיט זיינע כחות)
צו אלקות,
ביז אַז „ראשו מגיע השמימה“ 23 .
און וויבאַלד אַז דאָס איז די עבודה פון דעם אדם,
איז אע“פ אַז ער קען זיך אויפהויבן נאָר וויפל דאָס איז בכחו פון אַ נברא,
ווערט ער אָבער מיוחד מיט דעם אור הקדושה צו וועלכער ער דערגרייכט 24 .
אין די צוויי עבודות - תורה ועבודה - איז דאָ אַ צד השווה,
אַז ביי זיי ביידע איז די התעסקות פון דעם אדם העובד אין און מיט זיך; און אַזוי איז אויך זייער אויפטו נאָר אין דעם אדם
(אַז זיין שכל ווערט מיוחד מיט שכל התורה,
חכמתו ית‘; און אַז ער ווערט דערהויבן ביז „שמימה“)
- אָבער ס‘איז ניטאָ אין דעם אַ התעסקות מיט די דברים גשמיים,
אַז אויך זיי זאָלן ווערן תשמישי קדושה,
דבר שבקדושה - אַ חפץ גשמי זאָל ווערן אַ חפץ מצוה,
דורכגעדרונגען מיטן אור הקדושה.
[אפילו ביי עבודת הקרבנות כפשוטה,
וואָס מ‘האָט מקריב געווען אַ בהמה גשמית אויפן מזבח,
איז דאָס אָבער ניט אין אַן אופן אַז מ‘האָט מקריב געווען דעם גשם ווי ער איז אין זיין מצב,
נאָר מ‘האָט עס פריער געדאַרפט מקדיש זיין,
דאָס הייסט
(קדושה פון לשון הבדלה 25
-)
אָפּשיידן און אויפהויבן פון זיין נידעריקייט,
און ערשט דאַן ווערט ער ראוי להקרבה אויפן מזבח ה‘ 26 ].
און דאָס איז דער יתרון אין דעם דריטן קו - גמילות חסדים,
וואָס איז כולל קיום כל המצות - צו אויפטאָן
(בעיקר)
אין דעם דבר גשמי
(מיט וועלכן מ‘איז מקיים די מצוה),
אַז אַזוי ווי ער איז
(בחיצוניות)
אין זיין ציור פון דברים תחתונים גשמיים,
אין זיין „גשמיות“,
זאָל ער ווערן אַ חפץ של מצוה.
און מהאי טעמא זיינען מצות במדידה והגבלה דוקא 27
- ניט ווי תורה אויף וועלכער עס שטייט 28
„ארוכה מארץ מדה גו‘“,
און תפלה וואָס איר תכלית השלימות איז ווען מ‘איז עולה דורך איר „השמימה“,
וואָס דאָס איז די עבודה פון „בכל מאדך“ פון מסנ“פ 29
: העכער פון מדידות והגבלות - וואָרום וויבאַלד אַז מצות זיינען אָנגעטאָן אין דברים תחתונים גשמיים
[ביז אַז אויך די מצות פון חובת הלבבות דאַרף מען מקיים זיין אין אַן אופן אַז דער לב הגשמי זאָל נתפּעל ווערן מיט אַ געפיל פון אהבה ויראה וכו‘,
ביז עס זאָל זיין ניכר אין דעם בשר הלב 30 ]
- האָבן זיי אַ הגבלה.
ו.
און דאָס איז אויך דער ביאור אין די אויבנדערמאָנטע שינויים אין לשון הכתוב:
„ויקחו לי תרומה“ איז מרמז אויף קו התורה 31
כנ“ל.
וואָס מהאי טעמא שטייט דאָ „ויקחו לי תרומה“ - ניט „ויתנו לי תרומה“ - אַז דער אדם מלמטה גיט להלמעלה,
צו לי,
כביכול,
נאָר ויקחו -דער אדם למטה נעמט דאָס וואָס מ‘גיט עם מלמעלה,
דעם לי,
כביכול,
ווייל די עבודה פון תורה איז
(ניט בדרך מלמטה למעלה,
נאָר)
בדרך מלמעלה למטה - דורך תורה נעמט מען און מען איז ממשיך אלקות
(חכמתו ית‘)
מלמעלה למטה;
די עבודה פון תורה איז אין אַן אופן פון „ויקחו“ - מען „נעמט“
(און מ‘איז ממשיך)
אלקות מלמעלה למטה;
און וויבאַלד אַז אורייתא וקוב“ה כולא חד 32 ,
דערפאַר איז דער פסוק מדייק „ויקחו לי“ - וואָס ווייזט אויף עצמותו ומהותו ית‘ 33
- ווייל דורך תורה „נעמט“ מען עצמות ומהות אַליין,
בלשון חז“ל 34
„אותי אתם לוקחים“.
אָבער לאידך גיסא,
וויבאַלד אַז דאָס וואָס אַ איד „נעמט“ עצמות דורך תורה איז
(בעיקר - ניט דער אויפטו פונעם אדם הלומד,
נאָר)
דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט זיך כביכול „אַריינגעשטעלט“ אין תורה
(אין אַן אופן אַז תורה איז „דברי כאש“),
בלייבט די המשכת העצמות כאילו ווי אָפּגעטראָגן פון דעם אדם הלומד -
[ביז עס קען זיין אַ מציאות אַז די תורה זאָל געלערנט ווערן דורך אַן איש בלתי טהור,
וואָס אויך דאַן איז דאָ דער „ויקחו לי“ - די המשכת העצמות שע“י תורה - אָבער דער אדם איז ניט בערך כלל אַז דער „לי“ זאָל ביי אים מאיר זיין בגילוי].
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס עס שטייט „לי תרומה“ - אין צוויי באַזונדערע ווערטער - לרמז אַז דער „לי“
(די המשכת העצמות שבתורה)
און די „תרומה“
(די עבודה פון לימוד התורה)
זיינען ניט איין וואָרט - זאַך 35 ,
וויבאַלד די המשכת העצמות בלייבט אָפּגעטראָגן פון דעם אדם הלומד.
משא“כ בתרומת השקלים,
ביים קו פון „עבודה“
(קרבנות ותפלה),
שטייט דער לשון „תרומתי“ - וואָרום דער קרבן גשמי גופא איז עולה און ווערט נכלל אין זיין מקור ושורש למעלה,
אין אלקות; און אַזוי אויך דורך עבודת התפלה ווערט דער אדם דערהויבן ביז „שמימה“ כנ“ל,
דערגרייכט ער צו אַזאַ דרגא וואו דער אור אלקי איז ביי אים מאיר בגילוי - און דערפאַר שטייט „תרומתי“,
וואָס ווייזט אַז דער פאַרבונד פון „תרומה“
(עבודה)
מיט „לי“
(המשכת אלקות דורך דער עבודה)
איז אין אַן אופן ניכר ונגלה ונרגש אין דער עבודה 36 .
משא“כ ביי דער דריטער תרומה -תרומת המשכן - וואָס איז די עבודה מיטן גשם אַליין ווי ער איז בגשמיותו,
איז די המשכת אלקות אין דער עבודה בהעלם; און דערפאַר שטייט „תרומה“ סתם,
אָן דערמאָנען בפירוש אַז דאָס איז תרומה לה‘,
ווייל אין דער עבודה איז ניט קענטיק די שייכות להקב“ה.
ז.
אע“פ אַז מצות זיינען אָנגעטאָן בדברים גשמיים,
ווערט אָבער דוקא דורך דער עבודה אויסגעפירט די כוונה פון בריאת העולם,
דער ענין פון „נתאוה הקב“ה להיות לו דירה בתחתונים“ 37 ,
ווי דער אַלטער רבי 38
איז מדגיש,
אַז דאָס מיינט אַ „דירה“ לו ית‘ אין דעם עולם הזה הגשמי התחתון „שאין תחתון למטה ממנו“;
אָבער בכדי אַז די עבודה זאָל זיין כדבעי ובשלימות,
מוז ביים אדם זיין אויך דער קו
(און יסוד)
פון תורה און דער קו פון „עבודה“.
און וויבאַלד אַז אַלע עניני עבודת ה‘ זיינען דאָ אין משכן כנ“ל,
איז אויך דער ענין מרומז אין מעשה המשכן - דערמיט,
וואָס די תורה רעדט בפירוש אין אונזער פרשה נאָר וועגן תרומת המשכן,
ווייל דאָס איז דער עיקר ותכלית הכוונה; און די אַנדערע צוויי תרומות ווערן דערמאָנט נאָר בכלל ובדרך רמז,
ווייל זיי זיינען
(בהכוונה העיקרית)
בלויז אַ הכנה והקדמה
(והשלמה)
צו דער עשיית הדירה.
ח.
און דאָס איז אויך דער ביאור אין דברי המדרש הנ“ל
(סעיף ג)
אַז „זהב וכסף וגו‘“ זיינען כנגד די ד‘ מלכיות 39
:
וויבאַלד אַז דער ענין פון תרומת המשכן איז צו מאַכן אַ דירה לו ית‘ בתחתונים
(פון די דברים גשמיים מאַכן אַ מקדש ומשכן לה‘)
- איז די שלימות פון דעם ענין
(ניט אַזוי אין בנין המשכן,
אין וועלכן מ‘האָט געזען בעיני בשר ווי אין זיי איז דאָ השראת השכינה,
נאָר)
אין דער עבודה בזמן הגלות 40 ,
ווען גשמיות העולם איז בתקפו,
און דורך דער עבודה צו איבערמאַכן אויך אָט דעם גשם,
איז מען מברר דעם תחתון „שאין תחתון למטה ממנו“;
און דער עילוי פון דער עבודה וועט שטיין בגלוי לעתיד לבא,
וואָס דאַן וועט נתגלה ווערן די מעלה פון „מעשה“ 41 ,
כידוע אַז דאַן וועט זיין „מעשה גדול“
[וואָס דערפאַר איז דער מקדש
(וואָס „הי‘ מעין עוה“ב“ 42 )
געווען בעיקר פון דומם],
און ווי ס‘איז מבואר אין דעם ענין פון יוסף ויהודה,
אַז יהודה ווייזט אויף דער עבודה פון מעשה
(יהודה - פון לשון הודאה וביטול,
ווי דומם וואָס „יש בו בחי‘ הביטול ביותר“ 43 ),
און לעתיד לבא וועט יהודה זיין העכער פון יוסף -„ודוד 44
עבדי נשיא להם לעולם“.
(ממאמר ד“ה ויקחו לי תרומה תשל“ה)