B"H
🏡

Ikar

תרומה א

א.

אין התחלת הסדרה איז רש“י מעתיק פון פסוק די ווערטער „ויקחו לי תרומה“ און איז מפרש „לי לשמי“.

וואָס איז דאָ שווער אין די ווערטער,

וואָס רש“י דאַרף בכלל מפרש זיין?

-זאָגן מפרשים 1

:

דער פשוט‘ער טייטש פון „ויקחו לי“ איז „צו מיר“ - ד.

ה.

צו געבן דאָס דעם אויבערשטן,

און דאָס קען מען דאָך ניט זאָגן כלפי דעם אויבערשטן,

וואָרום: א)

ווי איז שייך זאָגן אַז מ‘גיט אים עפּעס אָדער אַז ער דאַרף צו דעם אָנקומען 2

- ס‘איז דאָך „לה‘ הארץ ומלואה“ 3 ,

אַלץ באַלאַנגט דאָך צו אים און „אם ארעב לא אמר לך“ 4 .

ב)

דער וואָרט „לי“ ווייזט אַז די שייכות פון דער זאַך „צו מיר“ איז דורך

(קיחה)

לקרב - און דאָס פּאַסט בלויז בנוגע צו אַ דבר גשמי,

משא“כ באַ דעם אויבערשטן,

וואָס „אינו גוף כו‘ ואין לו שום דמות וצורה כו‘“ 5 .

און דעריבער דאַרף רש“י מפרש זיין אַז „לי“ מיינט „לשמי“.

עס איז אָבער שווער אַזוי צו איינלערנען,

וואָרום

[נוסף אויף דעם וואָס דעמאָלט איז ניט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש“י איז מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער 6

„ויקחו“ און „תרומה“ 7 ,

וויבאַלד די שווערקייט און דער ביאור פון רש“י איז נאָר אין וואָרט „לי“ 8 ]

מען געפינט אַזעלכע לשונות,

מיטן זעלבן מכוון

(בשייכות צו דעם אויבערשטן)

אין פריערדיקע פסוקים „עשר אעשרנו לך“ 9 ,

„קדש לי כל בכור“ 10

וכיו“ב,

און רש“י באַוואָרנט דאָרט ניט 11

אַז דאָס מיינט ניט,

כפשוטו,

„צו“ אָדער „צוליב“ דעם אויבערשטן.

פון דעם איז מוכח אַז ניט דאָס איז ביי רש“י שווער אין פשש“מ און ער דאַרף ניט שולל זיין דעם פירוש הנ“ל.

און דאָס איז פאַרשטאַנדיק בפשטות,

ווייל ווען מ‘איז

(מעשר)

מקדיש אַ זאַך פאַר דעם אויבערשטן מיינט עס ניט אַז דער אויבערשטער דאַרף צו דעם ח“ו אָנקומען וכיו“ב.

ב.

לכאורה קען מען זאָגן אַז „ויקחו לי“ איז ניט גלייך צום לשון „עשר אעשרנו לך“,

„קדש לי“ וכיו“ב,

וואָרום אין „ויקחו לי“ שטייט ניט אַז מ‘זאָל דאָס מקדיש זיין צום אויבערשטן וכיו“ב,

נאָר - „נעמען“; און דאָס פּאַסט ניט 12

מצד די טעמים הנ“ל 13 .

דעריבער מוז רש“י זאָגן „לי לשמי“.

און דערמיט ווערט אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש“י איז מעתיק אויך דעם וואָרט „ויקחו“ 14 .

אָבער לפ“ז וואָלט געווען גלאַטער ווען רש“י איז מפרש אַז „ויקחו לי“ מיינט: זיי זאָלן מקדיש זיין

(צו מיר 15 ).

ג.

אַנדערע מפרשים 16

לערנען אַז רש“י‘ן איז דאָ שווער דער לשון „ויקחו לי“: עס האָט געדאַרפט שטיין „ויתנו לי“ 17 ,

און אויף דעם זאָגט רש“י „לי לשמי“,

און ער מיינט דערמיט צו מרמז זיין אַז דורך תרומה נעמט מען דעם אויבערשטן,

ע“ד ווי מאמר המדרש 18 ,

אַז כאָטש לה‘ הארץ ומלואה,

וויל ער משכין זיין שכינתו צווישן אידן,

אותי אתם לוקחים 19 .

אָבער מ‘קען דאָך ניט זאָגן אַז מ‘נעמט דעם אויבערשטן אַליין,

וואָרום „השמים ושמי השמים לא יכלכלוך גו‘“ 20 ,

דעריבער זאָגט רש“י „לי לשמי“,

אַז שמו ית‘ איז חל עליהם דורך דער תרומה ובנין הבית

(ע“ד „ושמו את שמי על בני ישראל“ 21 ).

אָבער ווי גערעדט שוין פיל מאָל איז רש“י‘ס פירוש וביאור געשריבן אין אַ קלאָרן סגנון ביז אַז אויך אַ בן חמש

(למקרא)

זאָל עס קענען פאַרשטיין

(פון זיינע ווערטער גופא,

און ניט דאַרפן אַריינקוקן אין מפרשי רש“י).

אויב רש“י וואָלט געמיינט דעם תוכן הנ“ל,

וואָלט ער עס מפרש געווען ברור און ניט דורך אַ רמז מיט‘ן וואָרט „לשמי“ 22 .

ד.

ווי דערמאָנט פריער,

איז רש“י דאָ מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „תרומה“.

און דערפון איז מוכח אַז דער הכרח לפירושו „לי לשמי“ איז ניט פון די ווערטער „ויקחו לי“ אַליין נאָר אויך פון דעם וואָרט „תרומה“.

ובהקדים,

אַז בשעת רש“י‘ס הכרח אויף אַ פירוש איז פון זיין פירוש אויף אַ שפּעטערדיקן וואָרט אין פסוק,

איז ער דאַן פריער מפרש דעם שפּעטערדיקן וואָרט פאַר זיין פירוש אויפן פריערדיקן וואָרט

(וויבאַלד אַז זיין פירוש המאוחר איז דער יסוד צום פירוש המוקדם).

ולפ“ז: וויבאַלד אַז דער הכרח אויף „לי לשמי“ איז

(אויך)

פון דעם וואָרט „תרומה“,

און רש“י איז מפרש „תרומה“ נאָך זיין פירוש אויפן וואָרט „לי“ 23 ,

איז דערפון משמע אַז דער הכרח אויף „לי לשמי“ פון דעם וואָרט תרומה איז ניט פאַרבונדן מיט רש“י‘ס פירוש אויף אָט דעם וואָרט; ד.

ה.

ווי מ‘זאָל נאָר טייטשן דעם וואָרט תרומה

(אפילו ניט ווי פירוש רש“י - „הפרשה“)

וועט עס מכריח זיין אַז „לי“ מיינט „לשמי“.

ה.

דער ביאור אין דעם:

בפשטות לערנט מען „ויקחו לי“,

מ‘זאָל דאָס מקדיש זיין צום אויבערשטן,

ד.

ה.

אַז עס ווערט הקדש,

און דאָס איז רש“י שולל מיטן מעתיק זיין „ויקחו לי תרומה“.

„ויקחו“ כפשוטו מיינט,

אַז אַ זאַך ווערט גענומען פון איין אָרט אין אַ צווייטן אָרט אָדער פון איין רשות אין אַ צווייטן רשות 24 .

„תרומה“ קען מען טייטשן,

ע“פ פשוטו של מקרא,

אויף צוויי אופנים 25

:

א)

ווי רש“י טייטשט „הפרשה“.

עס ווערט אָפּגעשיידט פון דעם רשות התורם,

פון דעם אידן‘ס בעל הבתי‘שקייט,

און דורך דער הפרשה

(פאַר הקדש)

באַקומט עס אַ שייכות 26

צו הקדש.

ב)

הרמה והגבהה.

וואָס בעת אַזאַ לשון ווערט גענוצט ניט בשייכות צו אַ גשמיות‘דיקער הרמה,

נאָר אין מושג פון בעלות וכיו“ב,

הייסט עס אַז די זאַך איז געקומען אין אַ העכערן רשות ובעלות

(וע“ד פרש“י 27

אויף „ויקם שדה עפרון“ - „תקומה היתה לו שיצא מיד הדיוט ליד מלך“).

און בנדו“ד: די זאַך איז פריער געווען אין דער בעלות פון אַ אידן און איז איצט געקומען אין דער בעלות פון הקדש.

עפ“ז איז מובן,

אַז מ‘קען ניט לערנען אַז מיט דעם וואָרט

(ויקחו)

לי מיינט די תורה דאָס אַוועקגעבן צו הקדש,

וואָרום די שייכות צו הקדש שטייט שוין אין די ווערטער „ויקחו“ „תרומה“ וואָס מיינען אַז דאָס באַלאַנגט איצט צו הקדש

(- תרומה)

ס‘געפינט זיך אין רשות פון הקדש

(- ויקחו) 28 .

[דער חילוק אין דעם בהתאם צו די צוויי פירושים אין תרומה איז נאָר: אויב „תרומה“ איז מלשון הרמה והגבהה -דאַן שטייט דער ענין אַז דאָס ווערט אין דער בעלות פון הקדש נאָר אין דעם וואָרט „תרומה“ און „ויקחו“ וועט מיינען נאָר דעם ענין פון שינוי רשות,

אַז דאָס געפינט זיך אין רשות פון הקדש; און אויב דער פירוש „תרומה“ איז מלשון הפרשה,

דעמאָלט דאַרף מען זאָגן 29

אַז „ויקחו“ מיינט ניט נאָר דעם שינוי רשות,

נאָר - דורך דעם ווערט אויך די שלימות הבעלות פון הקדש].

און דעריבער זאָגט רש“י אַז „לי“ דאָ מיינט ניט אַז עס ווערט דעם אויבערשטנ‘ס,

הקדש

(ע“ד ווי „קדש לי“ וכיו“ב),

נאָר ס‘איז אַ נייער באַזונדער ענין 30

- אַז עס דאַרף זיין „לשמי“.

דאָס הייסט,

אַז נוסף אויף דער נתינה צו הקדש,

זאָל זיין נאָך אַן ענין: כוונה לשמה

(ע“ד די כוונה לשמה ביי גט,

ס“ת וכו‘)

- אַז ביים געבן צו הקדש זאָל מען מכוון זיין אַז מ‘גיט עס „לשמי“.

ו.

עפ“ז יש לומר - אין די „ענינים מופלאים“ ע“ד ההלכה שברש“י - אַז אין דעם ענין הנ“ל

(אַז ביי די תרומות הנ“ל איז דאָ אַ דין פון כוונה „לשמי“)

גייט רש“י לשיטתו בפירושו על הש“ס:

עס שטייט אין משנה 31

„אחד קדשי מזבח ואחד קדשי בדק הבית אין משנין אותן מקדושה לקדושה“.

איז דאָ אין דעם אַ פלוגתא פון רמב“ם מיטן ראב“ד 32

: דער רמב“ם לערנט אַז דער דין איז אויך בנוגע צו בדק הבית גופא - „אם הקדיש לבדק ההיכל לא ישנה לבדק המזבח 33 ,

וכן כל כיוצא בזה“; דער ראב“ד אָבער קריגט אויפן רמב“ם און האַלט - „אין שינוי בין קדשי היכל לשאר עזרות ולא למזבח“,

און ער איז מבאר אַז דער דין אין משנה איז נאָר ביי קדשי מזבח,

אַז „קדשי מזבח אפילו מקדשים קלים לחמורים אין משנים ואין ממעטים באכילת קדשים,

אבל בדק הבית מה יש בין זה לזה“.

רש“י בפירושו על הש“ס איז מפרש די משנה הנ“ל: „

(דקדשי בדק הבית שהקדישם למזבח לא עשה כלום)

ובקדשי מזבח אין משנין מקדושת עולה לשלמים ומשלמים לעולה“ - אָבער ניט אין קדושת בדק הבית גופא

(כשיטת הראב“ד).

ויש לומר אַז דאָס איז אויך פאַרבונדן מיטן דין הנ“ל 34

אַז די נתינה 35

דאַרף זיין „לשמי“ 36

: וויבאַלד ער איז מכוון אַז ער גיט עס „לשמי“ - פאַרן אויבערשטן - איז דאָ ניט

(אַזוי)

נוגע דער ענין פרטי אויף וועלכן ער האָט דאָס מקדיש געווען,

אַבי עס איז „לשמי“ עס „קומט אָן“ צום אויבערשטן.

און דערפאַר,

אויב ער איז דאָס מקדיש פאַר בדק ההיכל,

מעג מען דאָס משנה זיין צו בדק המזבח וכיו“ב,

ווייל די כוונה „לשמי“ 37

איז דאָס

(ניט קיין „לשמי“ פרטי פון היכל,

נאָר)

אַ כוונה כללית „לשמי“ פון בדק הבית.

ז.

אויף דעם דין הנ“ל - אַז מען דאַרף מכוון זיין ביי דער נתינה „לשמי“ - קען מען אָבער פרעגן:

צווישן די תרומות וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין דעם פסוק איז דאָך אויך תרומת המזבח לקנות מהן קרבנות צבור

(ווי רש“י זאָגט אויפן פסוק - „אמרו רבותינו ג‘ תרומות אמורות כאן“)

; ולכאורה: בנוגע צו תרומת המזבח איז דער דין 38

אַז מ‘נעמט עס בעל כרחו און ממשכנין על השקלים,

היינט ווי זאָגט מען אויף דעם אַז עס דאַרף זיין „לשמי“ - אַ נתינה בע“כ איז דאָך ניט מיט זיין כוונה בכלל,

ופשיטא - ניט מיט דער כוונה „לשמי“ 39 ?

אויך: עס בלייבט נאָך שווער די קושיית המפרשים הנ“ל - פאַרוואָס שטייט דאָ „ויקחו לי“ און ניט „ויתנו לי“?

ויש לומר,

אַז די קשיות ווערן פאַרענטפערט חדא בחבירתא: דער דין פון „לשמי“

(בנוגע צו תרומת המזבח עכ“פ)

איז ניט אין דער נתינה - אַז דער איד דאַרף עס געבן „לשמי“ - נאָר אין דעם „ויקחו“,

אין דער „לקיחה“ פון די גזברי ההקדש,

אַז זיי דאַרפן עס נעמען פון די אידן „לשמי“ 40 .

[וואָס דאָס זיינען די צוויי לשונות,

„דבר אל בני ישראל ויקחו לי תרומה מאת כל איש גו‘“: „דבר אל בני ישראל“ גייט אויף די וואָס האָבן גענומען די תרומות - די גזברין,

און „כל איש גו‘“ אויף אַלע אידן וואָס גיבן כו‘].

און דערפאַר איז ניט קיין סתירה ווען די נתינה פון דעם אידן איז בע“כ -ווייל דער „ויקחו“ די לקיחה פון די גזברין,

איז „לשמי“.

ח.

מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין בפנימיות הענינים:

וויבאַלד אַז די תרומה

(מחצית השקל)

קען זיין אויך בע“כ פון דעם נותן,

הייסט עס דאָך,

אַז ביי דער תרומה זיינען ניט נוגע קיין כוונות

(ניט ווי ביי דער תרומה למלאכת המשכן וואָס ווערט געגעבן בנדיבות הלב),

ס‘איז בלויז נוגע אַז ס‘זאָל אָנקומען צו הקדש,

היינט פאַרוואָס דאַרף מען דערביי דעם „לשמי“ פון די גזברים וואָס נעמען די תרומות?

בפשטות י“ל,

אַז דאָס איז ע“ד מאמר רז“ל 41

אַז „פרנס אל יטיל אימה על הצבור שלא לשם שמים“: וויבאַלד אַז זייער אַרבעט איז נעמען ביי די אידן די תרומות

(אפילו)

בע“כ,

איז דערביי במיוחד וויכטיק אַז עס זאָל זיך ביי זיי ניט אַריינמישן קיין שום פני‘,

דאַרף מען דעריבער באַוואָרענען זייער לקיחה אַז זי זאָל זיין „לשמי“,

פאַר דעם אויבערשטנ‘ס וועגן.

דאָס איז אָבער ניט גלאַטיק: לפ“ז איז דער ענין פון „לשמי“ ניט נוגע צו

(דער לקיחה פון)

דער תרומה,

נאָר צו די גזברין,

אַז ביי זיי דאַרף עס זיין לש“ש; פון פשטות הלשון והענין איז אָבער משמע אַז ס‘איז נוגע אין

(דער לקיחה פון)

דער תרומה אַז זי זאָל זיין „לי -לשמי“.

ט.

איז דער ביאור אין דעם:

די נתינת התרומה איז געווען פאַר דעם משכן און די קרבנות,

אויף מאַכן אין דעם משכן אַ דירה לו ית‘ ועל ידו - בכל העולם כולו.

אין דער עשי‘ פון אַ דירה,

זי זאָל זיין ראוי פאַר אַ דירת מלך,

דאַרפן זיין צוויי ענינים „צריכים לפנות ההיכל מכל לכלוך ..

ואח“כ לסדר שם כלים נאים“ 42 .

וואָס אין עבודת ה‘ זיינען דאָס די צוויי ענינים פון סור מרע ועשה טוב.

דער חילוק צווישן זיי איז: די עבודה פון סור מרע איז

(נאָר)

אַ הכנה והקדמה צו עשיית הדירה; די עשיית הדירה בפועל - די המשכת אלקות אין דברים גשמיים זיי זאָלן ווערן אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן - דאָס איז דורך „ועשה טוב" 42 .

און דעריבער איז דאָ אַ חילוק צווישן דעם אופן העבודה פון סור מרע ועשה טוב,

כמבואר אין חסידות 43

: אין דער עבודה פון סור מרע איז נוגע בעיקר דער בפועל,

ס‘איז ניט אַזוי נוגע אין וואָס פאַר אַן אופן ער פועל‘ט באַ זיך ניט צו עובר זיין אויפן רצון העליון,

אפילו אויב ער טוט עס לגרמי‘ ומיראת העונש וכיו“ב; משא“כ באַ ועשה טוב איז וויכטיק אַז דאָס זאָל זיין לשמה,

ער זאָל עס טאָן מיט דער שלימות‘דיקער כוונה פאַר דעם אויבערשטן,

ניט צוליב זיך,

וויבאַלד אַז דורך דעם איז ער ממשיך אלקות למטה,

ער מאַכט אַ דירה לו ית‘ בתחתונים,

דאַרף די מעשה זיין ווי עס דאַרף זיין עס זאָל אין דעם שורה זיין אלקות

(ובמילא טאָר זיך אין דעם ניט אַריינמישן קיין פני‘ ח“ו).

און דעריבער זאָגט מען 44

„לעולם יעסוק אדם בתומ“צ אע“פ שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה“,

אַז דער טעם וואָס עס דאַרף זיין דער עסק אפילו שלא לשמה,

איז ניט ווייל אויך די עבודה איז מספיק

(דהמעשה הוא העיקר 45 ),

נאָר ווייל ער וועט עי“ז סו“ס קומען צום מכוון ותכלית,

עבודה לשמה,

וואָס דעמאָלט ווערט די שלימות הדירה בתחתונים 46 .

יו“ד.

כשם ווי דאָס איז אין עבודת האדם,

עד“ז איז דאָס אויך אין עניני הבריאה וואָס פון זיי מאַכט מען דעם משכן לו ית‘,

אַז אין דערויף זיינען דאָ די ביידע ענינים:

א)

דער סור,

דאָס אַרויסגיין פון רשות פון „וועלט“ וואָס געפינט זיך תחת ממשלת קליפת נוגה 47

- בדוגמת ענין סור מרע,

ב)

דאָס אַריינגיין אין רשותו של הקב“ה,

עס ווערט הקדש,

ועי“ז אַ מקום משכן פאַר דעם אויבערשטן -דוגמת ענין ועשה טוב.

און עפ“ז איז מובן,

אַז כאָטש ממשכנין על השקלים,

די נתינה איז בע“כ של הנותן - ווייל אין דעם ענין פון סור מרע מוז ניט זיין קיין כוונה

(לשמי),

עס איז בעיקר נוגע דער בפועל,

צונעמען פון ממשלת קליפת נוגה - איז אָבער די לקיחה,

שע“י הגזבר,

וואָס דורכדעם גייט דאָס אַריין אין רשות ההקדש,

דאַרף זיין „לשמי“.

יא.

די צוויי ענינים זיינען מבואר אין די צוויי טייטשן אין וואָרט „תרומה“

(כנ“ל)

- הפרשה און הרמה והגבהה:

הפרשה,

וואָס מיינט כפשוטו אַז עס ווערט אָפּגעטיילט פון אַן אַנדער חלק מיט וואָס דאָס איז געווען מעורב 48 ,

ווייזט אויף דער פרישה פון עניני חול.

און אַזוי איז עס אויך בשייכות להאדם,

אַז דאָס ווערט מופרש פון זיין רשות; און דער פירוש פון הרמה והגבהה מיינט כנ“ל,

אַז דאָס ווערט אויפגעהויבן,

גייט אַריין אין רשות הקדש.

און דאָס איז רש“י מרמז מיטן שרייבן „לי לשמי“ נאָכן מעתיק זיין „ויקחו לי תרומה“,

פאַר זיין פירוש „תרומה הפרשה“

(ומובן,

אַז פאַר זיין פירוש „תרומה הפרשה“ טייטשט מען תרומה כפשוטה ממש - לשון הרמה)

- ווייל דער ענין פון „לשמי“ איז וויכטיק

(בעיקר 49 )

אין דעם ענין ההרמה,

אין דער כניסה לרשות הקדש,

און ניט אַזוי אין דעם ענין פון הפרשה פון רשות הדיוט.

יב.

די הוראה דערפון אין עבודת ה‘:

בשעת אַ איד גייט באַווירקן אַ צווייטן אידן,

אים מקרב צו זיין צו תורה ומצוות,

ער גייט מקיים זיין די מצוה פון הוכח תוכיח את עמיתך 50 ,

קען ער ביי זיך טראַכטן: בשלמא ווען עס רעדט זיך וועגן זיין אייגענעם קיום התומ“צ איז וויכטיק אַז זיין עבודת ה‘ זאָל זיין כדבעי „לשמה“; בשעת עס רעדט זיך אָבער וועגן פועל זיין אויף אַ צווייטן,

איז דאָך נוגע בעיקר דער בפועל - אַז יענער זאָל אָנהייבן לייגן תפלין,

זיך אָפּהאַלטן פון אַן עבירה,

וכיו“ב; אָבער דער אופן ווי ער פועל‘ט דאָס אויף יענעם איז לכאורה ניט

(אַזוי)

נוגע.

קען זיך אין זיין תוכחה אַריינמישן אַ הרגש היפך פון אהבת ישראל,

אָדער עכ“פ בדקות דער הרגש אַז ער איז דער מוכיח,

ער איז שענער פאַרן צווייטן א.

ז.

וו.

ער ווייסט טאַקע אַז דאָס איז אַ חסרון אין זיין עבודת ה‘,

ער איז נאָך ניט קיין מבורר און ביי אים איז נאָך דאָ אַ הרגש פון ישות - אָבער וואָס האָט עס צו טאָן מיטן צווייטן?

קבל האמת ממי שאמרו 51 ,

ובפרט בנוגע לסור מרע איז דאָך זיכער ניט נוגע די כוונה,

כנ“ל.

אויף דעם איז די הוראה,

אַז אָט דער חשבון איז נאָר פאַרן צווייטן - ער דאַרף וועלן אַנטלויפן פון רע אויף וועלכן וועג ס‘זאָל נאָר זיין; דער אָבער וואָס גייט פועל‘ן על זולתו איז אויך ווען עס האַנדלט זיך וועגן סור מרע,

דאַרף ער עס טאָן „לשמה“,

ווייל זיין פעולה אויף אַ צווייטן איז ביי אים אַלעמאָל אַן ענין פון „ועשה טוב“,

אַן ענין חיובי וואָס דאַרף זיין „לשמה“; ובפרט נאָך אַז מ‘זעט אַז ווען עס פעלט באַ אים דער ריינער „לשמה“,

עס מישט זיך אַריין אַן אייגענע פני‘ וכיו“ב,

דעמאָלט פעלט ניט נאָר אין זיין עבודה,

נאָר עס פעלט אויך אין דער פעולה

(כדבעי)

אויפן צווייטן.

און דעריבער איז אל יטיל אימה על הצבור שלא לשם שמים אויך בנוגע צו אַ זהירות אין סור מרע וכיו“ב,

ווייל וויבאַלד ס‘איז אין דעם אַריינגעמישט אַ הרגש הפכי,

וועט זיך דורכדעם ניט אויפטאָן דער מכוון כדבעי.

בשעת אָבער ער טוט זיין עבודה „לשמי“ - אפילו ווען דאָס איז בע“כ,

פאַרבונדן מיט אַ פעולה של כפי‘ -מעשין על הצדקה וכיו“ב - איז „שכרו גדול משכר הנותן שנאמר והי‘ מעשה הצדקה שלום ועל גבאי צדקה וכיוצא בהם אומר ומצדיקי הרבים ככוכבים“ 52 ,

און „גדולה צדקה

(כולל גם צדקה זו)

שמקרבת את הגאולה“ 53 .

(משיחת ש“פ תרומה תשכ“ה)

Reader controls and commentary are loading.