B"H
🏡

Ikar

משפטים ד

א.

פון פסוק 1

„מי בעל דברים יגש אליהם" לערנט אָפּ די גמרא 2 ,

אַז „אין נזקקים אלא לתובע תחלה" - דער „בעל דברים"

(תובע)

„יגיש דבריו אליהם".

איז מפרש דער ש"ך 3 ,

אַז דאָס מיינט - ווי פשטות הלשון 4

- אַז ב"ד הערט אויס פריער די טענות פון תובע און נאָכדעם די רייד פון נתבע; און אַ נפק"מ לפועל

(וועמענס טענות מ'הערט אויס פריער)

איז אין פאַל פון אַ מודה במקצת:

דער דין 5

איז,

אַז ווען הייסט דער נתבע אַ מודה במקצת און איז מחוייב אַ שבועה דאורייתא - נאָר דעמאָלט ווען זיין הודאה

(במקצת)

קומט נאָכדעם ווי דער תובע האָט ביי אים געמאָנט

(דעם גאַנצן סכום)

; אויב אָבער דער נתבע „הודה בנ' ואח"כ תבעו התובע בק'" 6 ,

איז ער ניט קיין מודה במקצת און איז פטור פון אַ שבועה

(דאורייתא)

;

דער טעם פון דער הלכה איז: דער נתבע האָט געדאַרפט אָפּצאָלן דעם „מקצת"

(וואָס ער איז מודה)

נאָך איידער מ'האָט אים תובע געווען בב"ד; און וויבאַלד ער האָט ניט געטאָן וואָס ער האָט געדאַרפט טאָן און איז געבליבן אַ נתבע

(בב"ד),

איז דערפאַר נזקקין לתובע תחלה

(בכדי ער זאָל זיין מחוייב אַ שבועה דאורייתא).

ווייטער זאָגט די גמרא 2

„פעמים שנזקקין לנתבע תחלה והיכי דמי דקא זילי נכסי'".

איז דער ש"ך 3

מבאר

(בהמשך צו זיין פירוש אין נזקקין לתובע תחלה)

: אויב די סיבה פאַרוואָס דער נתבע האָט ניט באַצאָלט דעם „מקצת",

איז

(ניט ווייל ער האָט עס געוואָלט פאַרהאַלטן,

נאָר)

ווייל אין יענעם זמן זיינען די נכסים געווען „זילי"

(ביליג)

- אָדער דאָס גופא וואָס ער וויל זיי פאַרקויפן במהירות

(כדי צו קענען אָפּצאָלן)

וואָלט זיי געמאַכט ביליג - דאַן איז נזקקין לנתבע תחלה.

ב.

ווי גערעדט שוין פיל מאָל,

זיינען אַלע ענינים אין נגלה דתורה פאַראַן אויך אין עבודה רוחנית,

ואדרבה -וויבאַלד אַז תורה איז בתחילה געווען חמדה גנוזה 7

למעלה ומשם נסעה וירדה כו' עד שנתלבשה כו' בעניני עוה"ז 8

- די ענינים ווי זיי זיינען ברוחניות ובפנימיות זיינען דער מקור פון וואַנען זיי ווערן נשתלשל אין „נגלה".

און נאָכמער: כמה ענינים פון „נגלה" קען מען פאַרשטיין לתכליתם נאָר דורך זייער ביאור אין רוחניות הענינים 9 .

ועד"ז איז בעניננו: בפשטות איז דער פירוש פון ש"ך ניט אינגאַנצן גלאַטיק: פון לשון רז"ל „נזקקין ..

לתובע תחלה"

(תובע סתם )

איז משמע,

אַז דאָס איז אַן ענין כללי וואָס איז אַ נפק"מ לפועל אין כו"כ אופנים פון תביעה 10 ,

און לויט פירוש הש"ך קומט אויס,

אַז די נפק"מ לפועל איז נאָר אין דעם סוג תביעה וואָס דער נתבע איז אַ מודה במקצת?

לויטן ביאור פנימי אין דעם מאמר איז עס אָבער פאַרשטאַנדיק.

וואָרום בעבודה רוחנית איז רובם ככולם פון תובע ונתבע פאַרבונדן מיט „מודה במקצת".

ג.

דער „תובע" פון אַ אידן איז דער יצר הרע,

וואָס פריער ברענגט ער אים ער זאָל דורכפאַלן אין אַ חטא ר"ל 11

-אָדער עכ"פ צו אַ מצב פון „חטא" מלשון חסרון 12

- און דערנאָך איז ער „תובע" 11 ,

אַז וויבאַלד ער האָט דעם אידן מכשיל געווען,

דאַרף מען דעם אידן „איבערגעבן" לרשותו.

אויף דער תביעה פון יצר הרע,

איז אַ איד,

דער „נתבע",

נאָר „מודה במקצת": אמת טאַקע אַז ער איז נכשל געוואָרן ר"ל אין אַ חטא,

„הכל" - כולו איז ער אָבער ניט אַריינגעטאָן אין דעם חטא,

ניט מיט זיין גאַנצן מהות ח"ו - זיין עצם הנשמה איז בכלל העכער פון חטא,

ווייל גם בשעת החטא היתה באמנה אתו 13

; נאָכמער: אפילו מצד זיינע כוחות - ניט נאָר מצד עצם הנשמה -האָט יעדער איד טוב אין זיך,

און נאָך מער - אפילו פושעי ישראל מלאין מצות כרמון 14 ,

וואָס דער אמת'ער מושג פון „מלאין" איז דאָך כפשוטו: זיי זיינען אינגאַנצן פול

(מיט מצוות).

דאָס הייסט,

אַז וועגן וואָס פאַר אַ איד עס זאָל זיך נאָר ריידן,

איז ביי אים ניט שייך די מציאות פון אינגאַנצן 15

רע ח"ו.

און דער ענין,

אַז אַלע דרגות פון אידן,

סיי אַ צדיק,

וואָס „אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא" 16

(עכ"פ חטא מלשון חסרון 17 ),

סיי אַ רשע,

וואָס

(אויך)

פושעי ישראל מלאין מצות כרמון,

זיינען אין דער בחי' פון „מודה במקצת" - איז מרומז אין פסוק פון וואַנעט מ'לערנט אָפּ דעם דין פון מודה במקצת,

(על כל דבר פשע גו')

אשר יאמר כי הוא זה" 18

:

לויטן אויסטייטש פון פסוק אין עבודה רוחנית 19

איז די תביעה,

סיי „על כל דבר פשע " - ווען איינער איז פושע ומועל ר"ל אין זיין שליחות אין עוה"ז,

און סיי „על כל אבדה" - ווען ס'איז נאָר אין אַן אופן פון „אבדה" וחסרון,

ער דערטוט ניט וויפל ער וואָלט געקענט אויפטאָן אין זיין שליחות,

ובמילא ווערט פאַרלאָרן ר"ל אַ טייל פון די כוחות פון נפש האלקית

[און די פיר פרטים - „על שור על חמור על שה על שלמה" -זיינען די פיר סוגים אין נפש הבהמית וואָס דערפירן צו „כל דבר פשע ..

אבדה"]

-

איז אויף די תביעות

(„על כל דבר פשע ..

על כל אבדה")

ענטפערט אַ איד

(„אשר יאמר")

„ כי הוא זה " - אַז וואָס מ'זאָל ביי אים מאָנען איז עס נאָר „זה" - דער מקצת ,

ער איז

(נאָר)

אַ מודה במקצת כנ"ל.

ד.

דער פסק דין פון תורה איז,

אַז אַ מודה במקצת איז חייב שבועה,

דוקא דורך דער שבועה גלויבט מען אים אויף דעם חלק וואָס ער איז ניט מודה - אין עבודה רוחנית מיינט עס:

וויבאַלד ער איז שוין דורכגעפאַלן און אַ „מקצת" אַריין אין רשות היצר,

דאַרף ער האָבן אַ תוספת כח צו אָפּהיטן זיך אַז ער זאָל מער ניט אַריינפאַלן לרשותו

(אויך ניט - דורך ניט וועלן זיין ומודה

(ועוזב)

ירוחם 20 )

; און צוליב דעם איז מען אים משביע - שבועה פון לשון שובע 21

- מ'זעטיקט אים אָן מיט נאָך און העכערע 22

כוחות,

אַז זיין צווייטער טייל זאָל בלייבן אין רשות הקדושה.

ס'איז אָבער ידוע* 22

חומר הענין פון אַ שבועה - ביים נעמען אויף זיך אַ שבועה שטעלט מען זיך איין: אויב מ'נוצט ניט אויס כדבעי די כוחות נוספים,

איז ניט בלויז וואָס ביי אים פעלט דאָס וואָס עס דאַרף צוקומען,

נאָר עס קומט אים נאָך אַן עונש,

וואָס

(אויך)

העכערע כוחות גייען ביי אים לאיבוד ר"ל; וואָס דאָס איז דער טעם פאַרוואָס חז"ל 23

זיינען שטאַרק מזהיר קעגן געבן אַ שבועה דאָרט וואו מען קען אויסקומען אָן דעם,

אפילו ווען מ'איז „נשבע באמת ".

דערפאַר איז די גמרא ממשיך,

אַז עס איז פאַראַן די עצה

(און פאַל וסדר)

פון „נזקקין לנתבע תחלה",

וואָס דורכדעם ווערט מען פטור פון

(דעם אופן העבודה וואָס פאָדערט)

אַ שבועה -און דאָס איז ווען מ'טענה'ט „קא זילי נכסי'".

ה.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור אין דעם סיפור הגמרא 24

וועגן ר' יוחנן בן זכאי,

וואָס האָט געוויינט פאַר זיין פטירה און האָט געזאָגט,

אַז די סיבה פון זיין בכי' איז דאָס וואָס - „יש לפני שני דרכים אחת של גן עדן ואחת של גיהנם,

ואיני יודע באיזו מוליכים אותי,

ולא אבכה

(בתמי')

".

איז ידוע די קשיא 25

: ווי קומט עס אַז ריב"ז,

וואָס ער איז געווען פון די גדולי התנאים - און ווי חז"ל זיינען בכמה מקומות 26

מפליג אין דער גדלות פון ריב"ז,

און ער איז דאָך געוויס געווען נזהר בתכלית אין סור מרע ועשה טוב - זאָל ביי אים זיין אַ ספק צי ער גייט אין גן עדן אָדער אין גיהנם?

!

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס האָט דאָס אים אַזוי דערנומען דוקא סמוך לפטירתו?

הן אמת,

די „שני דרכים אחת של גן עדן ואחת של גיהנם" זיינען פאַרבונדן מיטן שכר ועונש פון דער נשמה נאָך איר פטירה מן העולם - עס איז אָבער שווער צו פאַרשטיין:

ס'איז פשוט,

אַז דאָס וואָס עס האָט אים בעיקר געאַרט אין דעם „איני יודע וכו'" איז

( ניט בנוגע דעם ענין פון שכר ועונש פאַר זיך,

נאָר)

בשייכות צו מצבו ומדרגתו - צי ער געפינט זיך אין אַ מצב פון

(ראוי לג"ע)

קדושה אָדער ח"ו להיפך - איז עס דאָך אַ זאַך וואָס מ'דאַרף זיך דערויף מצטער זיין כל זמן ווען ס'איז אַ ספק בזה - ניט נאָר בשעת הפטירה,

נאָר במשך פון גאַנצן לעבן.

ו.

איז איינער פון די ביאורים אין דעם 27

:

יעדן אידן איז געגעבן געוואָרן אַ שליחות ותפקיד וואָס ער דאַרף ממלא זיין במשך חיים חיותו בעלמא דין; און כדי צו קענען אויספירן די שליחות האָט מען אים געגעבן די נייטיקע צאָל טעג און באַשטימטע כוחות,

וועלכע זיינען נויטיק אויף צו קענען אויספירן די שליחות כדבעי,

ניט מער און ניט ווייניגער.

בשעת אַ איד נוצט ניט אויס אַ טאָג,

א ַשעה,

אָדער אפילו אַ רגע אויף צו ממלא זיין די שליחות זיינע - איז דאָס ניט נאָר אַ חסרון,

וואָס ער איז ניט נתעלה געוואָרן אויף וויפל ער האָט געקענט און געדאַרפט,

נאָר יעדער רגע ורגע וואָס ער טוט ניט אין זיין שליחות -אפילו ווען ער טוט אַן ענין טוב כו',

ס'איז אָבער ניט אַ זאַך וואָס איז שייך צו זיין שליחות - פעלט באַ אים די רגע במילוי שליחותו,

אויך איז ער משנה,

מועל ח"ו בשליחותו של מלך מלכי המלכים הקב"ה 28 .

ר' יוחנן בן זכאי איז יעדע רגע געווען אינגאַנצן פאַרנומען און אַריינגעטאָן אין זיין עבודה ושליחות - לימוד התורה,

קיום המצוות; ער איז געווען אַריינגעטאָן מיט אַזאַ התעסקות אין אויספירן זיין שליחות כדבעי בעלמא דין 29 ,

אַז ער האָט ניט געהאַט קיין צייט אויף צו אָפּשטעלן זיך און זיך אַריינטראַכטן וואָס טוט זיך מיט אים ,

וואָס איז זיין מצב בכלל.

וואָרום,

ווי אַזוי זאָל ער זיך אָפּשטעלן און טראַכטן וועגן זיך,

וועגן זיינע מדריגות - בשעת ער מוז אָט דעם זמן אויסנוצן אויף מילוי שליחותו!

דוקא סמוך לפטירתו,

ווען ער האָט געהאַלטן ביים פאַרענדיקן זיין שליחות בעלמא דין 30 ,

האָט ער מפסיק געווען 31

כדי צו מאַכן דעם חשבון צדק

(וואָרום אם לא עכשיו אימתי)

- און דאָס האָט ביי אים אַרויסגערופן די בכי'.

ז.

אָט דעם אופן אין ממלא זיין די שליחות - אַז מען טראַכט ניט וועגן זיך,

נאָר בלויז וועגן דער שליחות -איז אַן ענין עיקרי וכללי אין עבודת ה’,

וואָס ווערט געמאָנט פון יעדער איד.

וי”ל אַז דאָס איז אויך מרומז ומודגש אין פנימיות’דיקן תוכן הפסוקים דלהלן אין דער היינטיקער פרשה: נאָך די ווערטער „ועבדתם את ה’ אלקיכם גו’” 32 ,

וואָס דערמיט ווערט געמיינט כללות ענין העבודה

[סיי די עבודה פון אהבה 33

(דלית פולחנא כפולחנא דרחימותא 34 )

סיי די עבודה פון יראה 33

(עבודת עבד 35 )],

איז דער פסוק 36

ממשיך „לא תהי’ משכלה ועקרה בארצך את מספר ימיך אמלא”:

„משכלה ועקרה” אין עבודה רוחנית מיינט,

אַז די עבודה

(פון אהבה ויראה כו’)

האָט ניט קיין קיום ותולדות,

און די סיבה אויף דעם איז - „בארצך” 37

(פון לשון רצון 38 )

: בשעת אַ איד האָט אַן אייגענעם רצון 39 ,

אַ שביעת רצון פון זיין עבודה,

וואָס דאָס ווייזט אַז ער איז מרגיש זיין מציאות - ער איז עובד ה’,

ער האָט אהבה ויראה כו’ 40

- דאָס קען גורם זיין ער זאָל דערנאָך אַראָפּפאַלן ח”ו.

ד.

ה.

- פריער איז זיין עבודה מיט אַ מדידה והגבלה -

(נאָר)

אויף וויפל ער האָט פון זיין עבודה אַ שביעת רצון; און נאָכדעם ברענגט עס דערצו אַז ער מאַכט אַ חילוק צווישן איין עבודה און אַ צווייטער: די עבודה אין וועלכער ער האָט אַ חוש איז ער גרייט צו טאָן,

אָבער ניט אַן אַנדער סוג עבודה 41 ,

ביז ער איז נופל ממדריגתו כו’.

איז די עצה אַז לא תהי’ גו’ - „את מספר ימיך אמלא”: בשעת ער איז זיך מתבונן אַז „ימים יוצרו” 42 ,

אַז ס’איז אים באַשטימט געוואָרן אַ מספר מסוים פון טעג אין וועלכע ער דאַרף אויספירן זיין שליחות בעלמא דין,

און יעדער רגע וואָס ער פאַרנוצט אויף עפּעס אַנדערש איז ער משנה און באַגייט אַ מעילה אין דער שליחות פון ממה”מ הקב”ה - גיט ער זיך אַ טרייסל,

און ער פאַרלירט דעם הרגש פון זיין מציאות 43

; ער ווערט אַזוי אַריינגעטאָן מיט זיין גאַנצער מציאות אין מילוי שליחותו,

אַז ער פילט ניט אפילו אַז ער איז דער ממלא פון דעם אויבערשטנ’ס שליחות - עס הערט זיך ביי אים נאָר די שליחות גופא.

ואדרבה: בשעת מען פּרואווט אים דערמאָנען וועגן „ארצך”

(וועגן זיין מצב רוחני),

ענטפערט ער מיט צעבראָכנקייט : וואָס מיר רצון אָדער תענוג 44

! ס’איז דאָך „ימים יוצרו”,

דאַרף מען שטיין על המשמר אַז קיין איין רגע זאָל ניט פאַרלאָרן ווערן,

און ניט טראַכטן וועגן „מדריגות”.

און בשעת אַ איד פּועלט ביי זיך די אַוועקגעגעבנקייט און ביטול בכל מהותו צו דעם אויבערשטן און זיין שליחות,

ווערט מקוים „את מספר ימיך אמלא”

(לשון הבטחה)

: אפילו אויב עס זיינען געווען טעג אין וועלכע ער האָט ניט געטאָן זיין שליחות,

אָדער אפילו געטאָן ענינים של היפך ר”ל,

איז - „את מספר ימיך אמלא”

(ולא נאמר מי)

- עצמותו ומהותו ית’

(וואָס איז העכער פון יעדן שם,

און פון דעם אַז עס זאָל אָנרירן אַ פגם)

איז מבטיח 45

אַז ער וועט ממלא זיין און משלים זיין די פאַרפעלטע טעג,

און אַלע זיינע טעג וועלן זיין גאַנץ,

בשלימות 46 .

ח.

דאָס איז אויך דער ביאור פנימי אין דער הלכה,

אַז אין פאַל פון „קא זילי נכסי'" איז מען פטור פון דער שבועה

(דמודה במקצת)

:

די יאָרן און כוחות וואָס דער אויבערשטער גיט אַ אידן דורכצופירן זיין שליחות בעלמא דין,

דאָס זיינען די נכסים פון אַ אידן.

איז בשעת אַ איד פּועל'ט ביי זיך דעם ביטול בתכלית,

אַז זיין גאַנצע מציאות איז נאָר וואָס ער איז אַ שליח פון אויבערשטן,

זיין גאַנצע צייט און אַלע כוחות זיינען פאַרנומען מיט טאָן דעם אויבערשטנ'ס שליחות -לעשות לו ית' דירה בתחתונים - האָט ער במילא קיין צייט ניט „צו גיין אויף אַ „דין־תורה" מיט'ן יצר הרע"

- וואָרום אויב ער וועט די צייט און כוחות אויסנוצן אויף אויס'טענה'ן זיך מיטן יצה"ר,

וועט דאָך זיין „זילי נכסי'" 47

- דער זמן וכחות וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן וועלן ווערן „ביליג",

ניט אויסגענוצט אויף דברים הכי יקרים

(קיום התומ"צ)

-

דערפאַר נעמט מען אָן זיין טענה און ער איז פטור פון אַ שבועה.

וואָרום ניט נאָר איז מען זיכער אַז ער וועט ניט אַריינפאַלן לרשותו של היצר ח"ו,

נאָר אדרבה - עס וועט זיין „את מספר ימיך אמלא ",

אַז אויך דאָס וואָס ער האָט פריער פאַרפעלט וועט נתמלא ווערן בשלימות.

(משיחת ש"פ משפטים תשט"ו,

ד"ה לא תהי' משכלה תשי"ב)

Reader controls and commentary are loading.