א.
פונעם פסוק „כי תקנה וגו'" 1
איז רש"י מעתיק די ווערטער „כי תקנה עבד עברי" און איז מפרש: „עבד שהוא עברי או אינו אלא עבדו של עברי עבד כנעני 2
שלקחתו מישראל ועליו הוא אומר שש שנים יעבוד ומה אני מקיים והתנחלתם אותם 3
בלקוח מן הנכרי אבל בלקוח מישראל יצא בשש ת"ל וכו'".
דאַרף מען פאַרשטיין:
א
( דער פירוש איז דאָך נאָר אויף די ווערטער „עבד עברי" – פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אויך די ווערטער „כי תקנה"* 3 ?
– מ'קען ניט זאָגן,
אַז רש"י איז זיי מעתיק צוליב דעם וואָס פון זיי קען מען זיך מסתייע זיין אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַן „עבד שהוא עברי" 4
– ווי רש"י איז מפרש ווייטער 5
אַז „כי תקנה" מוז זיך ריידן אין אַן אופן פון „מכרוהו ב"ד",
וואָס דאָס איז שייך נאָר ביי אַן „עבד שהוא עברי"
(– ווייל: )
א
( אָט דער הכרח פון רש"י )
אַז דאָ רעדט זיך וועגן „מכרוהו ב"ד"
( איז ניט פון די ווערטער „כי תקנה",
נאָר מצד יתורא דקרא,
וויבאַלד ס'שטייט שוין „וכי ימוך אחיך עמך ונמכר לך" 6
; )
ב
( אדרבה: אויך אָט דער הכרח )
אַז „מכרוהו ב"ד" – מצד דעם פסוק „וכי ימוך אחיך"
( איז שייך דווקא לאחר מ'האָט שוין אַ הוכחה פון פריער אַז דאָ רעדט זיך וועגן „עבד שהוא עברי" און ניט „של עברי" – ווי ס'איז משמע אויך פון דעם סדר פון די פירושים אין רש"י )
וואָס ער איז מקדים דעם פירוש וואָס איז )
עכ"פ – בעיקר
( אויף „עבד עברי" פאַרן פירוש אויף „כי תקנה" 7 .
(ב
( ווי קומט גאָר אַ הוה אמינא אַז דער טייטש פון „עבד עברי" איז „עבדו של עברי"?
– לכאורה איז מער פשוט אַז „עבד עברי" מיינט „עבד שהוא עברי",
ווי מ'זעט עס בכ"מ בתורה )
ביי „נער עברי" 8
וועגן יוסף'ן; און אויך אין נ"ך – „ולששן עבד מצרי" 9 ,
וואָס דער פירוש איז אַז ער האָט געהאַט אַ מצרי אַלס אַן עבד 10 .
און אַזוי איז אויך,
לאידך גיסא,
מוכח פון לשון הכתוב 11
„עבד לאיש עמלק",
אַז בשעת דער פסוק מיינט עבדו של עמלקי זאָגט ער ניט „עבד עמלקי" נאָר „עבד לאיש עמלקי" 12 .
מפרשים 13
זאָגן אַז די הוה אמינא „עבדו של עברי" איז מצד דעם דיוק הלשון „כי תקנה עבד עברי",
פון וועלכן ס'איז משמע,
אַז ער קויפט אַזאַ וואָס איז שוין אַן עבד פון פריער,
ובמילא איז מסתבר צו טייטשן „עבד של עברי".
דאָס איז אָבער ניט מספיק 14 ,
וואָרום אויב פונעם לשון הכתוב,
פון פשוטו של מקרא – איז מער משמע אַז עס רעדט זיך וועגן „עבדו של עברי",
האָט רש"י דערמיט געדאַרפט אָנהויבן זיין פירוש )
ע"ד דוגמא
( „יכול עבדו של עברי" – און דערנאָך עס שולל זיין „ת"ל כו'" אַ הכרח אַז דאָס מיינט „עבד שהוא עברי" 15 .
פון דעם וואָס רש"י הויבט גלייך אָן „עבד שהוא עברי" איז מוכח,
אַז דאָס איז די ערשטע סברא ווי צו טייטשן דעם פסוק און ערשט דערנאָך ווערט אַ ספק „או אינו אלא עבדו של עברי".
ג
( פאַרוואָס דאַרף רש"י באַוואָרענען דאָ „ומה אני מקיים והתנחלתם אותם" – די קושיא וועט ערשט ווערן אַז מ'וועט קומען צו דעם פסוק – קרוב לסוף ספר ויקרא!
און כאָטש דער מקור פון דעם גאנצן פירוש רש"י איז פון מכילתא – איז דאָך ידוע )
כמדובר כמה פעמים
( אַז אַלץ וואָס רש"י שרייבט בפירושו עה"ת איז מוכרח פון פשטות הכתובים על אתר )
אָדער – צוזאַמען מיט דעם וואָס מ'האָט געלערנט פריער
(; ובפרט אַז בנדו"ד דערמאָנט ניט רש"י אַז דער מקור פון זיין פירוש איז פון מכילתא.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז דער גאַנצער פירוש איז מוכרח ע"פ פשש"מ דאָ.
ב.
דער ביאור בזה: עס שטייט פריער אין פסוק 16 ,
אַז באַ יצי"מ האָבן אידן מיטגענומען פון מצרים אַ סך כלי כסף וכלי זהב וכו'; דערנאָך איז ביי זיי צוגעקומען נאָכמער כסף וזהב וכו' פון ביזת הים,
ווי רש"י זאָגט אויף „ויסע משה" 17 )
נאָך קרי"ס
( – „הסיען בעל כרחם שעטרו מצרים סוסיהם בתכשיטי זהב וכסף ואבנים טובות והיו ישראל מוצאין אותם בים וגדולה היתה ביזת הים מביזת מצרים".
ד.
ה.
אַז באַ אַלע אידן,
איז מקויים געוואָרן די הבטחה אַז זיי וועלן האָבן אַ „רכוש גדול " 18 .
פון דעם איז מובן בפשטות,
אַז אין אַ מצב פון אַזאַ גרויסער עשירות באַ אידן איז דעמאָלט ניט געווען שייך די מציאות אַז אַ איד זאָל ווערן * 18 אַן עבד )
וואָס דאָס קומט מחמת עניות און חוסר ממון 19
( –
און היות אַז די פרשה „ואלה המשפטים" קומט גלייך נאָך מ"ת,
אַ זמן קצר נאָך יצי"מ וקרי"ס,
איז מסתבר אַז לכל לראש האָט דער אויבערשטער אָנגעזאָגט אידן די משפטים וציווים אויף זאַכן וואָס זיינען געווען נוגע און מצוי גלייך באַ יענעם זמן ומצב,
ווי „לא תעשון אתי אלקי כסף ואלקי זהב גו',
מזבח אדמה גו' מזבח אבנים תעשה לי" 20 און ניט )
אָדער – לאו דוקא
( מזבח כסף וזהב – כאָטש יעדערער פון זיי האָט געהאַט אַ ריבוי כסף וזהב *20
,
דעריבער,
נאָכדעם ווי רש"י איז מקדים „עבד שהוא עברי",
אַז דער לשון „עבד עברי" מיינט כפשטות „עבד שהוא עברי",
מוז מען אָבער באַוואָרענען „או אינו אלא עבדו של עברי" –
מצד דעם המשך וסדר הכתובים איז די סברא מחייב,
אַז דאָ רעדט זיך וועגן „עבדו של עברי,
עבד כנעני שלקחתו מישראל",
וויבאַלד אַז אידן,
יעדער עברי האָט דאַן 21 )
באַלד נאָך ביזת מצרים און ביזת הים כנ"ל
( געהאַט אַ „רכוש גדול",
געהאַט אויך עבדים 22 ושפחות – ווי ס'איז געזאָגט געוואָרן לפנ"ז באַ די עשרת הדברות 23 „עבדך ואמתך" 24 .
(ג.
באַ אַ בן חמש למקרא קען זיך אָבער שטעלן די שאלה: מ'האָט געלערנט פריער,
אַז אברהם אבינו האָט געהאַט אַן עבד,
אליעזר,
פון נאָך פאַר דעם ברית בין הבתרים 25
און איז געבליבן „עבד אברהם" אויך צענדליקער יאָרן שפּעטער,
ווי ס'ווערט דערציילט ביי זיין שליחות צו משדך זיין יצחק אבינו 26
– און וויבאַלד אברהם האָט מקיים געווען כל התורה כולה עד שלא ניתנה )
ווי רש"י האָט שוין פריער מפרש געווען 27 ,
( איז ווי קומט דאָס אַז אברהם האָט געהאַלטן אַן עבד 28
כנעני 29 )
אליעזר
( אַזוי פיל יאָרן און האָט ניט מקיים געווען דעם ציווי התורה דאָ אַז „שש שנים יעבוד ובשביעית יצא לחפשי חנם" )
אויב דאָס מיינט „עבדו של עברי" 30 ?
דעריבער מוז רש"י באַוואָרענען בפרשתנו אָט דעם ענין,
נאָר אַנשטאָט דער תמי' אויף הנהגת אברהם ברענגט ער די )
זעלבע
( סתירה נאָר ביתר תוקף – פון פסוק ומצוה מפורשת בתורה – „ומה אני מקיים והתנחלתם אותם
()
און פאַרענטפערט
( בלקוח מן הנכרי" )
וואָס אַזוי איז אויך געווען באַ אליעזר עבד אברהם.
ד.
ע"פ הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י ברענגט פון פסוק אויך די ווערטער „כי תקנה" ווייל דאָס איז מחזק דעם פירוש אַז עס מיינט „עבד שהוא עברי":
– וואָרום לכאורה איז די הקדמת הכתוב „כי תקנה" איבעריק – ער האָט געקענט אָנהויבן מיטן עצם דין: „עבד עברי שש שנים יעבוד גו" )
ווי מען געפינט בכמה מקומות בתורה,
ע"ד בפרשתנו „מכה איש ומת גו'" 31
( –
דער לשון „כי תקנה" מיינט אַ פעולה בעתיד – אָבער בהווה איז נאָך די פעולה ניטאָ,
און נאָכמער בעניננו: זי איז איבערהויפּט ניט שייך בהווה – וויבאַלד אַז זיי האָבן געהאַט ביזת מצרים והים,
כנ"ל.
במילא איז פון דעם מוכח,
אַז דאָ רעדט זיך וועגן דער קני' פון אַן עבד שהוא עברי,
וואָס בהווה דעמאָלט איז עס ניט שייך – און ניט וועגן אַן עבד כנעני )
„עבדו של עברי",
( היות אַז לגבי אים פּאַסט ניט )
און איז איבעריק
( דער „כי תקנה",
ווייל מצד רוב עשרם האָבן אידן דעמאָלט זיכער געהאַט עבדים )
כנענים,
( ופשיטא אַז מ'קען ניט זאָגן אַז ס'איז ניט קיין דבר ההווה והרגיל 32 .
ה.
עפ"ז איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס טאַקע הויבט אָן די תורה די דינים פון משפטים )
תיכף לאחר מ"ת
( מיט דעם דין עבד עברי,
וואָס איז דעמאָלט געווען אַ מילתא דלא שכיחא כלל,
און ניט מיט אַ דבר הרגיל וההווה; ובפרט נאָך אַז „כי תקנה עבד עברי" איז,
אַ תוצאה פון אַ פריערדיקער פעולה פון גניבה,
פאַר וועלכער ער איז מחוייב צו צאָלן חמשה אָדער ארבע אָדער שנים* 32
און „אם אין לו ונמכר בגניבתו" 33
– אָט דאָך די תורה לכאורה צום ערשטן געדאַרפט אָנזאָגן די פריערדיקע דינים פון חיוב תשלומי כמה פעמים ככה – ה' ד' ושנים?
(און וויבאַלד אַז דאָס איז אַ שוועריקייט אין פשש"מ איז ניט מובן,
פאַרוואָס רש"י )
וואָס איז מפרש אַלע קושיות בפשש"מ
( פאַרענטפערט דאָס ניט בפירושו )
און ווי מיר געפינען טאַקע אַז אַנדערע מפרשי התורה 34
באַוואָרענען דאָס,
הגם זייערע פירושים זיינען ניט אינגאַנצן ע"ד הפשט ווי פירוש רש"י.
מען קען ניט זאָגן אַז ע"פ פשש"מ איז דאָס קיין קשיא ניט,
ווייל לויט דרך הפשט איז ניט מוכרח אַ טעם והסברה אויף סמיכת ציווי המצות – וואָרום )
נוסף אויף דעם וואָס בריש פרשתנו גופא איז רש"י מדגיש „ואלה כו' מוסיף על הראשונים מה הראשונים מסיני אף אלו מסיני ולמה נסמכה כו'"
( ע"פ הנ"ל איז דאָך דאָס – שנסמכה למצב דביזת מצרים והים – די סברא פונעם קס"ד אין דעם פירש"י אַז דער פסוק רעדט ניט וועגן „עבד עברי" נאָר וועגן אַן עבד כנעני 35 .
ועוד ועיקר – דאָ קען דאָך ניט זיין כי תקנה ע"ע איידער מפסק'נט דעם דין „ונמכר בגניבתו".
ו.
וי"ל אַז רש"י האָט דאָס באַוואָרנט מיט זיין פירוש אין המשך פרשתנו 36
„ומה ראה אוזן להרצע מכל שאר אברים שבגוף אמר ריב"ז אוזן זאת ששמעה על הר סיני לא תגנוב והלך וגנב תרצע ואם מוכר עצמו אוזן ששמעה על הר סיני כי לי בני ישראל עבדים והלך וקנה אדון לעצמו תרצע".
די הסברה בזה: באַ אַנדערע מצות געפינט מען ניט אַז די תורה זאָל מדגיש זיין די שייכות פון דעם שכר מצוה צו דער מצוה.
ובדוגמא: די מצוה פון כיבוד אב ואם,
וואָס איר שכר איז „למען יאריכון ימיך גו'" – איז )
נוסף אויף דעם וואָס דער שכר איז ניט ניכר באַלד נאָך דער מצוה,
נאָר לאחר אריכות זמן רב – איז
( אין דעם מהות השכר ניט קענטיק די שייכות צו דער מצוה דווקא.
ועד"ז ביי עונשים אויף עבירות,
זעט מען ניט אין דעם עונש מלקות אָדער כרת וכיו"ב אַ באַזונדערע שייכות צו די עבירות,
וואָס זיינען מחייב די עונשין.
ביי עבד עברי אָבער פארבינדט די תורה דעם עונש מיט זיין סיבה: „ורצע וגו' את אזנו" קומט דערפאַר וואָס „אוזן ששמעה על הר סיני כו'".
און כאָטש אַז דער חיוב פון „ורצע אדוניו את אזנו גו'" קומט )
ניט באַלד ביי די פעולות וואָס האָבן גורם געווען צו זיין אַן „עבד עברי",
נאָר
( ערשט נאָכדעם ווי „אמר יאמר העבד אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חפשי" 37
– איז עס אָבער דאָך ניט קיין עונש דערפאַר וואָס ער האָט געזאָגט „אהבתי גו'",
נאָר דערפאַר וואָס „אוזן ששמעה על הר סיני לא תגנוב והלך וגנב",
אָדער „ששמעה על הר סיני כי לי בנ"י עבדים והלך וקנה אדון לעצמו" – גלייך ווען ער )
איז גורם און
( ווערט אַן „עבד )
עברי
(" 38 .
דערמיט איז מבואר וואָס „כי תקנה עבד עברי וגו'" איז דער ערשטער פון די משפטים וואָס די תורה זאָגט אָן תיכף לאחר מ"ת בהר סיני: באַ אַן עבד עברי זעט זיך אָן )
אין זיין עונש
( באופן גלוי וניכר )
אויך אין זיי גוף הגשמי
( דער פאַרבונד פון זיין משפט מיט „הר סיני".
וע"פ הנ"ל )
פרש"י אוזן ששמעה כו'
( איז אַ חידוש עקרי אין די דינים פון עבד עברי – דער ניט־פאָלגן דעם אָנזאָג בהר סיני,
און דער „אין לו ונמכר" )
מצד דעם גודל התשלומין
( איז אַ סיבה חיצונית – איז ער סומך דין ע"ע צו „אלו מסיני" ומרמז די שייכות לגניבה אין דעם פרט פון ורצע גו' אזנו.
ז.
ע"פ ביאור הנ"ל אין פרש"י אויף „כי תקנה" – קומט צו נאָך אַ תוספת הסברה בזה:
ווען די מציאות פון עבד עברי וואָלט דעמאָלט,
באַלד נאָך מ"ת,
געווען אַ דבר הרגיל והווה,
וואָלט מען געקענט זאָגן אַז דאָס גופא איז דער טעם וואָס דער דין איז אָנגעזאָגט געוואָרן לראשונה – ווייל ס'איז אַן ענין וואָס איז נוגע תיכף לאחר מ"ת;
וויבאַלד אָבער אַז עבד עברי איז דעמאָלט געווען,
כנ"ל גאָר אַן ענין פון עתיד און אַ זעלטענער פאַל – איז דאָס מכריח צו זאָגן,
אַז דער טעם וואָס דער דין איז אָנגעזאָגט געוואָרן בתחילה איז מצד דעם ענין מיוחד פון „עבד עברי" – זיין שייכות מיוחדת צום „הר סיני".
ח.
ויומתק ע"פ פנימיות הענינים: וויבאַלד דער גאַנצער מכוון ותכלית פון מ"ת איז אויפצוטאָן דורך תומ"צ דעם בירור וזיכוך אין די ענינים פון וועלט )
משא"כ די תומ"צ פון די אבות פאַר מ"ת,
וועלכע האָבן ניט פועל געווען אַ שינוי אין גשמיות פון וועלט 39 ,
( דעריבער איז דער ערשטער פון די משפטים לאחר מ"ת אַזאַ ציווי ודין וואָס אין אים זעט זיך בגילוי ווי מ"ת פועלט אויך אין גשמיות העולם 40 .
און אין דעם דריקט זיך אויס די דרגת העבודה פון אַן „עבד עברי" – ווי תורת החסידות 41
איז מבאר די דריי מדריגות עבד כנעני עבד עברי און אמה עברי' אין עבודת השם – בנפש האדם:
„עבד כנעני" איז דער וואָס דער נפש הבהמית איז ביי אים בתקפו עבדא בהפקירא ניחא לי' 42
און ציט זיך למטה צו תאוות עוה"ז,
נאָר ער איז כופה עצמו און איז עובד ה' במעשה בפו"מ בסו"מ וע"ט מצד קבלת עול און אימת האדון.
(די עבודה פון „עבד עברי" איז אין אַ העכערער דרגא: באַ אים זיינען מאיר די מדות פון נפש האלקית אין נפש הבהמית,
ביז אַז אויך באַ דעם נפש הבהמית איז דאָ אַ תשוקה לה'; ער איז אָבער נאָך ניט נתהפך געוואָרן לקדושה,
אַז ער זאָל ניט האָבן קיין חמדה צו תאות עוה"ז )
ע"ד ווי אַן עבד וואָס ברענגט אַריין אין הויז אַלע הצטרכיות פאַר די בני בית פון אכילה ושתי'; זיי זיינען אָבער נאָך ניט ראוי לאכילת אדם – זיי זיינען נאָך ניט געקאָכט וכו',
ניט געענדערט פון זייער פריערדיקן מהות.
די עבודה פון אַן אמה עברי' איז וואָס די תאוות ומדות פון נפש הבהמית ווערן נתהפך לקדושה ביז אַז זיין תשוקה איז נאָר צו אלקות.
(און דערמיט איז מובן,
וואָס די התחלה פון די משפטים לאחר מ"ת,
וואָס דאָס ברענגט ארויס די פעולה פון מ"ת אין וועלט,
איז מיט די דינים פון עבד עברי,
ווייל דאָס )
עבד עברי
( איז די התחלת העבודה פון אַ אידן לאחר מ"ת – פועל זיין אויפ'ן נפה"ב און עניני העולם בכלל אַז זיי זאָלן נשתנה ווערן און אַריינקומען אין רשות הקדושה )
משא"כ די עבודה פון עבד כנעני איז נאָך ניטאָ קיין שינוי אמתי אין זיינע מדות ועד"ז בחלקו בעולם,
און לאח"ז קומט דער המשך בפרשה – דער המשך העבודה – ער קומט צו דער עבודה פון אמה עברי',
אַז מען איז מהפך די מדות פון נפה"ב און עניני העולם בכלל,
אַז זיי זאָלן ווערן אַ דירה לו ית'.
()
משיחת ש"פ משפטים תשל"ו