א.
שוין גערעדט מערערע מאָל 1 ,
אַז דער נאָמען פון אַ סדרה,
וואָס דאָס איז אַ תורה’דיקער נאָמען
(עכ”פּ - מצד מנהג ישראל תורה הוא),
דריקט אויס דעם תוכן 2
פון דער סדרה.
און וויבאַלד אַז דאָס איז דער נאָמען פון דער גאַנצער סדרה,
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז אינעם נאָמען איז מרומז דער תוכן פּנימי פון אַלע ענינים וואָס שטייען אין דער סדרה,
ביז צום לעצטן פּסוק.
לפי”ז פאָדערט זיך ביאור בנוגע דעם נאָמען פון אונזער סדרה - משפּטים : אמת טאַקע,
אַז דער גרעסטער טייל פון דער סדרה רעדט וועגן משפּטי ודיני 3
התורה; אָבער בסיום הסדרה ווערט גאָר דערציילט וועגן די הכנות צו מ”ת 4 ,
און ווי משה האָט עולה געווען „אל ההר גו’” 5 ,
וואָס האָט לכאורה קיין שייכות ניט צום ענין פון „משפּטים”.
נאָכמער: מיטן נאָמען „משפּטים” ווערן אָנגערופן די מצוות וואָס זייער חיוב איז פאַרשטאַנדיק אין שכל פון מענטשן,
כידוע 6
- איז ניט מובן: צווישן די הכנות צו מ”ת,
וואָס ווערן דערציילט אינעם סיום פון אונזער סדרה,
איז געווען דאָס וואָס אידן האָבן געזאָגט „נעשה” 7 ,
„נעשה ונשמע” 8
-אַז אידן וועלן פאָלגן
(„נעשה”)
דעם אויבערשטן,
און נאָך איידער זיי פאַרשטייען
(„נשמע”) 9
- אַן אופן וואָס איז בהיפּך פון תוכן פון „משפּטים”
(מצוות שכליות ).
קומט דאָך אויס,
אַז דער סיום הסדרה איז ניט נאָר אַן ענין שונה,
נאָר אויך אַן ענין הפכי פון „משפּטים”.
און די שאלה איז ניט בלויז בנוגע דעם סיפּור בסיום הסדרה,
נאָר אויך בשייכות צו דינים פון דער סדרה -וואָרום צווישן די דינים איז אויך דער ציווי „לא תבשל גדי בחלב אמו” 10 ,
וואָס
(בשר בחלב)
איז ניט קיין מצוה שכלית 11 ,
נאָר אַ חוק 12 .
ב.
אויף „ואלה המשפּטים” ברענגט רש”י די דרשת רז”ל 13
„מה הראשונים מסיני אף אלו מסיני”.
איז ידוע 14
דער פּירוש הפּנימי אין דעם מאמר רז”ל,
אַז „אף אלו” - אויך די משפּטים - דאַרף מען מקיים זיין ניט
(נאָר)
ווייל אַזוי איז מחייב דער שכל,
נאָר ווייל זיי זיינען „ מסיני ” - ציווים פון אויבערשטן.
לפי”ז וואָלט מען לכאורה געקענט מסביר זיין פאַרוואָס אין אונזער סדרה - משפּטים - ווערט געבראַכט דער סיפּור אַז אידן האָבן געזאָגט „נעשה ונשמע”,
און אויך דער איסור פון בשר בחלב וואָס איז ניט פון די משפּטים: דערמיט איז די תורה מרמז,
אַז אויך „משפּטים” זיינען
(בפּנימיותם - ווי בשר בחלב)
העכער פון שכל - חוקים 15 ,
און דעריבער דאַרפן אויך זיי געטאָן ווערן מיט קבלת עול מלכות שמים
(„נעשה ונשמע”)
- ווייל „חקה חקקתי גזירה גזרתי” 16 .
ג.
אָבער אין אמת’ן קען מען אַזוי ניט זאָגן - ווייל:
א)
אין מכילתא 17
איז דאָ אַ צווייטע דיעה
(און נאָר די דיעה ווערט געבראַכט אין מדרש רבה 18
אין אונזער פּרשה)
אַז „ואלה המשפּטים במרה נאמרו” 19 ,
וואָס לויט דער דיעה קומט אויס,
אַז דאָ איז ניטאָ די הדגשה אַז „משפּטים” זיינען „מסיני” - והדרא קושיא לדוכתא.
ב)
ועיקר : אפילו לויטן פּירוש „אף אלו מסיני”,
וויבאַלד דער נאָמען פון דער סדרה איז דאָך „ משפּטים ”,
מוז מען זאָגן אַז די הדגשה דאַרף זיין אויף דעם וואָס זיי זיינען מצוות שכליות
(„משפּטים”)
און ניט דערויף וואָס זיי זיינען ציווים „מסיני”
(חוקים)
;
ד.
ה.
אַז פון דעם וואָס די גאַנצע סדרה ווערט אָנגערופן „משפּטים” דאַרף מען מדייק זיין ניט ווי די הסברה הנ”ל
(אַז „משפּטים” זיינען בפּנימיותם - חוקים),
נאָר פּונקט פאַרקערט: אויך דער איסור פון בשר בחלב,
און נאָכמער,
אויך דער כללות’דיגער ענין פון „נעשה”,
„נעשה ונשמע”,
איז זייער פּנימיות’דיגער תוכן - „משפּטים”* 19 .
ד.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין דאָס וואָס די סדרה משפּטים קומט גלייך נאָך פּ’ יתרו,
מתן תורה - דלכאורה:
דער עיקר חידוש פון מתן תורה באַשטייט ניט אין די מצוות פונעם סוג „משפּטים”,
נאָר פונעם סוג
(עדות ו)
חוקים - ווייל:
(א)
משפּטים וואָלט מען געדאַרפט אָפּהיטן מצד חיוב שכלי,
אויך אָן דעם ציווי ה’,
ווי די גמרא 20
זאָגט „שאלמלא
(לא)
נכתבו
(איז אויך)
דין הוא שיכתבו”;
(ב)
ובפרט לויט שיטת הרמב”ן 21 ,
אַז די „דינין” אויף וועלכע ב”נ זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן,
מיינט ניט בלויז „להושיב דיינין וכו’”,
נאָר אויך „דיני גניבה ואונאה ועושק ושכר שכיר ודיני השומרים ואונס ומפתה ואבות נזיקין וחובל בחבירו ודיני מלוה ולוה ודיני מקח וממכר וכיו”ב” - קומט דאָך אויס,
אַז אויף כללות ורוב עניני המשפּטים זיינען אידן שוין נצטווה געוואָרן 22
פריער,
אַלס ב”נ 23 .
[וואָס דערפאַר איז מ”ת געווען דורך „וירד ה’ על הר סיני גו’” 24
און „וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר” 25
אין אַן אופן פון „וכל העם רואים את הקולות גו’” 26
- „רואין את הנשמע” 27 ,
ד.
ה.
אַ התגלות אלקית וואָס איז לגמרי העכער פון שכל האדם].
און וויבאַלד אַזוי,
וואָלט באַלד נאָך מ”ת געדאַרפט קומען,
לכאורה,
דער ציווי אויף חוקים
(ועדות),
אין וועלכע עס דריקט זיך אויס דער חידוש פון מ”ת - איז פאַרוואָס שטעלט גאָר די תורה צום אַלעם ערשטן 28
די משפטים?
אמת טאַקע,
אַז לויט דיעה הא’ פון רז”ל דאַרף די תורה שטעלן די „משפּטים” בכדי צו באַוואָרענען „אף אלו מסיני” - אָבער דאָס איז דאָך נאָר אַז „ אף אלו מסיני”,
אָבער לכל לראש האָבן געדאַרפט שטיין די מצוות
(חוקים)
וואָס זייער ענין איז „סיני” מעיקרא דדינא.
די תמי’ ווערט נאָך גרעסער,
לפי הנ”ל - אַז אין פ’ משפּטים גופא,
ביים סיום הסדרה,
רעדט זיך ווידער וועגן דעם זמן בסמיכות פאַר און נאָך מ”ת -בעת אַז די דינים פון התחלת ורוב הסדרה זיינען געזאָגט געוואָרן צו משה
(לויט פּרש”י 29 )
ערשט שפּעטער,
אין די מ’ יום וואָס ער איז געווען אויף הר סיני,
קומט אויס - אַז די דינים פון „ואלה המשפּטים” דאָ
(גלייך נאָך סיפּור מ”ת)
שטייען אין דער תורה ניט לויטן סדר הזמנים 30
[ועאכו”כ לויטן פירוש המדרש אַז „ואלה המשפטים במרה נאמרו”].
פון דעם אַלעם איז מובן:
(א)
הגם אַז דער גילוי פון מ”ת גופא איז ניט אַן ענין פון „משפּטים” - וכנ”ל,
אַז ביי מ”ת איז געווען אַ התגלות אלקית שלמעלה מן השכל - פונדעסטוועגן דריקט זיך אויס דער ענין פון מ”ת דווקא אין משפּטים.
(ב)
לאידך,
נאָך דעם ענין פון משפּטים קומט מען ווידער צום ענין פון מ”ת,
(ג)
אָבער דאָס גופא איז אַ פּרט אין דעם ענין פון
(פּ’)
משפּטים.
ה.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור אין פירוש פון של”ה 31
אויפן פּסוק 32
„זה א־לי ואנוהו אלקי אבי וארוממנהו”
(וואָס כ”ק מו”ח אדמו”ר ברענגט אַראָפּ אין זיינע שיחות 33 ),
וז”ל: „כשזה א־לי שהוא א־לי מצד השגתי וידיעתי אז ואנוהו מלשון אני והו,
ר”ל אני והו דבוקים ביחד כביכול כי הידיעה נתפסת בלב.
אמנם כשאין לי הידיעה מצד ההשגה רק מצד הקבלה שהוא אלקי אבי אז וארוממנהו כי הוא רם ונשגב ממני ואני מרוחק מאתו במצפּון הלב”.
ד.
ה.
אַז אין צוגאָב צו אמונה
(וואָס קומט מצד „ אבי ” - „הקבלה איש מפי איש” 34 )
דאַרף אויך זיין „הידיעה”,
ווייל דורך אמונה איז דער הרגש פון מענטשן אין אַן אופן ווי דער אויבערשטער איז „רם ונשגב” פון מענטשן
(„וארוממנהו”)
און
(במילא)
איז דער מענטש „מרוחק מאתו במצפּון הלב”; דורך „ידיעה מצד ההשגה ”,
פאַרשטיין און משיג זיין אלקות
(„ זה 35
א־לי ”),
ווערט דעמאָלט „אני והו דבוקים ביחד”
(„ואנוהו”).
און דאָס איז אויך די כוונה פונעם פּסוק 36
„דע את אלקי אביך”: ס’איז ניט גענוג דאָס וואָס דער אויבערשטער איז „אלקי אביך ”,
נאָר עס מוז זיין „ דע ” -„אתה בעצמך מצד ההשגה” 37 .
איז אין דעם ניט מובן: לויט דעם פּירוש פון של”ה,
האָט דאָך דער פּסוק געדאַרפט שטיין אין אַ פאַרקערטן סדר - פריער „אלקי אבי וארוממנהו”,
און דערנאָך „זה א־לי ואנוהו”,
ווייל צום אַלעם ערשטן איז די אמונה „מצד אביך ..
הקבלה איש מפּי איש”,
און ערשט דערנאָך איז די „ידיעה מצד ההשגה” -אַז מ’זאָל אויך האָבן אַ פאַרשטאַנד אין אלקות
(ובלשון השל”ה: „ נוסף על מה שהוקבע אמונת האלקות בלבך מצד אביך ..
דע אתה בעצמך מצד ההשגה”)?
ו.
לכאורה וואָלט מען עס געקענט מסביר זיין עפּ”י הידוע 38 ,
אַז אפילו נאָכדעם ווי מ’טראָגט אַראָפּ די אמונה אין „ידיעה מצד ההשגה ”,
מוז און עס איז דאָ אַלעמאָל אָרט פאַר אמונה וואָס איז העכער פון השגה; וואָרום וויבאַלד דער אויבערשטער איז אין סוף,
איז ווי הויך מ’קען דערגרייכן מיט השגה,
זיינען אַלעמאָל פאַראַן מדריגות אין אלקות וואָס זיינען העכער פון השגה,
וועלכע מ’קען „נעמען” נאָר מיט אמונה;
און דאָס איז די כוונה אינעם סדר פון פּסוק „זה א־לי ואנוהו
(און דערנאָך)
אלקי אבי וארוממנהו” - דער חידוש אַז אויך נאָך דער עבודה פון „זה א־לי ואנוהו” - השגה,
מוז זיין דער ענין פון „אלקי אבי וארוממנהו” - אמונה 39 .
עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: אמת טאַקע,
אַז ס’איז דאָ די מדריגה פון אמונה וואָס קומט נאָך דער „ידיעה מצד ההשגה”,
פאַרוואָס אָבער ווערט ניט דערמאָנט די אמונה וואָס
(קומט פריער און)
איז דער יסוד פון דער השגה - די אמונה אין „אלקי אבי” וואָס אין אים איז דערנאָך דער „ דע ”
(„זה א־לי”)?
ז.
דער ביאור בכל זה:
דער תכלית פון מתן תורה איז דאָך דער ביטול הגזירה בנוגע „עליונים” ו„תחתונים”,
אַז עס זאָל ווערן „התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים” 40 ,
דער חיבור צווישן „עליון” און „תחתון”.
און דער דיוק אין דעם איז: ניט אַז דער „תחתון” זאָל נתבטל ווערן ממציאותו
(ווערן אַן „עליון”),
נאָר ווי ער איז אין זיין מציאות,
אַלס תחתון ,
זאָל ער עולה זיין,
נתחבר ווערן מיט די „עליונים” 41 .
דאָס איז אויך די הסברה פאַרוואָס עס איז ניט מספּיק דאָס וואָס „העליונים ירדו לתחתונים” - „וירד ה’ על הר סיני גו’” - נאָר עס האָט אויך געמוזט זיין „התחתונים יעלו לעליונים”; און נאָכמער: דער מדרש איז מדייק און מקדים דעם ענין פון „התחתונים יעלו כו’” פאַרן ענין פון „העליונים ירדו כו’”
(הגם אַז לפּועל איז עס געווען בסדר הפוך) 42
:
וויבאַלד דער ענין פון „העליונים ירדו לתחתונים” ווערט אויפגעטאָן
(ניט דורך די „תחתונים”,
נאָר)
דורך די „עליונים”
(און ווי ס’איז מודגש בפירוש אין ל’ המדרש אַז דער אויבערשטער זאָגט „ואני המתחיל”),
דעריבער פּועל’ט עס אין „תחתונים” ניט דעם חיבור מיט אלקות,
נאָר דעם ביטול המציאות,
פון אידן בפרט - „ ויחרד כל העם גו’” 43 ,
„וירא העם וינועו ויעמדו מרחוק” 44 ,
און פון וועלט בכלל - „ויחרד כל ההר גו’” 45 ,
ביז אַז
(אין דער גאַנצער וועלט)
„צפּור לא צווח כו’ אלא העולם שותק כו’” 46 .
כדי עס זאָל זיך אויספירן די כוונה פון מ”ת כנ”ל,
אַז וועלט אַלס מציאות פון אַ „תחתון” זאָל זיין מחובר ומיוחד מיט „עליונים” - אָט דער חיבור קען אויפגעטאָן ווערן נאָר דורך דער עבודת התחתון עצמו - „התחתונים יעלו לעליונים”.
לאידך גיסא האָט געמוזט זיין די הקדמה פון „העליונים ירדו לתחתונים”
(וכנ”ל אין ל’ המדרש - „ ואני המתחיל שנאמר וירד ה’ גו’”),
ווייל דער ביטול וואָס ווערט דורכדעם אויפגעטאָן אין די „תחתונים” איז אַ נתינת כח,
אַז זיי זאָלן דערנאָך קענען בכח עצמם עולה זיין „לעליונים”.
ח.
די צוויי ענינים הנ”ל
(„העליונים ירדו לתחתונים” און „התחתונים יעלו לעליונים”)
זיינען בעבודה פּרטית די צוויי ענינים פון אמונה און השגת השכל 47
:
אמונה קומט ניט דורך
(דער השתדלות און יגיעה פון)
דעם אדם גופא,
נאָר דאָס גיט מען אים מלמעלה
(אָדער בלשון וסגנון השל”ה: „קבלה איש מפי איש”)
; און דעריבער,
אפילו ווען די אמונה לייכט ביים מענטשן און מצד דער אמונה איז ער מקיים רצון ה’ וכו’,
ווערט ער דורכדעם ניט מיוחד מיט אלקות,
די מציאות האדם בלייבט „מרוחק מאתו”.
דווקא ווען דער מענטש האָרעוועט צו פאַרשטיין אלקות,
וואָס דאָס קומט פון אים גופא,
פון זיין מציאות,
דעמאָלט פּועלט עס אַז זיין מציאות זאָל ווערן מיוחד מיטן אויבערשטן - „אני והו דבוקים ביחד”.
אָבער לאידך,
איז אמונה דער יסוד והקדמה צו דער עבודה בשכל והשגה - וכנ”ל,
אַז „העליונים ירדו כו’” איז די הקדמה צו „התחתונים יעלו כו’” -ווייל שכל מצ”ע איז עלול צו מאַכן אַ טעות,
דער „שוחד” פון אהבת עצמו וכיו”ב קען גורם זיין אַז דער שכל זאָל ניט מכוין זיין אל האמת; און דעריבער מוז עס זיין געבויט אויפן יסוד פון אמונה וקב”ע,
וואָס פאַרהיט אַז עס זאָל זיין אַ שכל אמיתי.
ט.
דערמיט איז מובן דער סדר הפּרשיות: פּ’ יתרו און
(דערנאָך)
משפּטים:
יתרו איז די פרשה פון מתן תורה,
דאָס וואָס איז געגעבן געוואָרן מלמעלה - „העליונים ירדו לתחתונים”.
און אַזוי האָט זיך דאַן אויך אויפגעטאָן ביי אידן דער גילוי האמונה ,
וואָס דריקט זיך אויס אין ביטול - „ויחרד גו’”.
אָבער נאָכן גילוי מלמעלה פון
(פ’ יתרו און)
מ”ת,
הויבט זיך אָן
(בעיקר)
די עבודה פון „התחתונים יעלו לעליונים”,
אויפטאָן דעם יחוד צווישן מציאות הנבראים מיט אלקות -
און דאָס איז דער ענין פון משפּטים,
מצות שכליות ,
אַז חכמתו ית’ לייגט זיך אָפּ אין שכל הנברא,
ביז עס ווערט צווישן זיי אַ „יחוד נפלא” 48 ,
וואָס דורכדעם נעמט דורך חכמתו ית’ די גאַנצע מציאות האדם;
און דורכדעם פירט זיך אויס דער מכוון פון מתן תורה,
אַז עס ווערט דער חיבור פון „עליונים” מיט „תחתונים”.
יו”ד.
דאָס גיט אויך אַ הסברה אינעם חילוק
(עפּ”י פנימיות הענינים)
צווישן דער דרשה „אף אלו מסיני” - וואָס וויבאַלד עס ווערט געבראַכט אין פּרש”י עה”ת איז מוכח אַז דאָס איז אויסגעהאַלטן לויטן לימוד ע”ד הפּשט -און דער דיעה אין מדרש אַז „ואלה המשפטים במרה נאמרו”:
בשעת מען האַלט ערשט ביים לימוד ע”ד הפּשט - ד.
ה.
התחלת העבודה: ער האָט
(נאָך)
ניט קיין השגה באלקות,
אהוי”ר וכו’ 49
- דעמאָלט איז ניט מספּיק און סו”ס וועט אים ניט העלפן וואָס דער שכל זיינער איז מחייב צו מקיים זיין משפּטים,
וואָרום ביי אים איז נאָך מושל ושולט דער נפש הבהמית;
דעריבער מוז ער צום אַלעם ערשטן וויסן און פילן אַז „אף אלו מסיני ”,
אַז אויך משפּטים האָבן דעם תוקף ווי די עשה”ד וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן מסיני,
מיטן גאַנצן שטורעם ב„קולות וברקים” 50
וכו’; וואָס דער רעש פון מ”ת האָט גע’פּועלט דעם „ויחרד כל העם”,
מ’איז געוואָרן פאַרציטערט און אָנגעוואָרן די אייגענע ישות ומציאות.
ודוגמא לזה בעבודת האדם איז דער ענין פון „לעולם ירגיז אדם יצ”ט על יצה”ר” 51 ,
וואָס דער געשריי און „רוגזה” פון נה”א אויפן נה”ב נעמט אים דורך און ער ווערט נתבטל 52 .
בשעת מען האַלט שוין אָבער ביי דרוש שבתורה - ד.
ה.
אין די העכערע דרגות אין עבודה,
באהוי”ר והתבוננות וכו’ 53
- דעמאָלט,
איז אדרבה: מען דאַרף מקיים זיין די מצוות פון משפּטים אפילו ניט אָנקומענדיק צום „ירגיז”,
צו די קולות וברקים פון מ”ת,
נאָר ער דאַרף זיי קענען מקיים זיין מצד דעם וואָס „במרה נאמרו”; ד.
ה.
ווייל אַזוי איז מחייב זיין שכל .
און הגם אַז אויך לויטן מדרש איז דער סדר הפּרשיות - פריער פּ’ יתרו און דערנאָך פּ’ משפּטים,
ווייל אויך די השגה מוז זיין געבויט אויף אמונה וקב”ע,
כנ”ל ס”ח - איז דאָס נאָר וואָס דער יסוד פון דער השגה איז „סיני”,
אָבער די עבודה פון משפּטים גופא,
איז
(ניט קב”ע ו„סיני”,
נאָר)
מיטן כח השכל .
יא.
דאָס איז אויך אַ תוספת ביאור אין דברי הרמב”ם 54 ,
אַז דאָס וואָס חז”ל 55
זאָגן „לא יאמר אדם אי אפשי כו’ אלא אפשי ומה אעשה שאבי בשמים גזר עלי” איז עס נאָר אין ענינים פון חוקים,
אָבער אין ענינים פון משפּטים דאַרף ער זאָגן „אי אפשי”,
ווייל אויב ער זאָגט „אפשי” איז ער דאַן אַ מושחת במדותיו.
ולכאורה: עס רעדט זיך אין חסידות 56
אַז אויך דער קיום פון משפּטים דאַרף זיין מצד קב”ע פּונקט ווי דער קיום פון חוקים?
נאָר דער ביאור איז כנ”ל 57
: עס מוז טאַקע זיין דער יסוד פון קבלת עול,
ווייל מען קען זיך ניט פאַרלאָזן אויפן שכל ורגש האדם.
און נאָכמער: אויב די משפּטים זאָל מען מקיים זיין בלויז מצד שכל,
וועט אין דעם פעלן דער עיקר - עבודת ה’ ,
און באַ אַ אידן,
בכל עניניו,
דאַרף זיין דער יסוד „אנכי ה’ אלקיך”;
אָבער לאידך,
איז די כוונה פון „משפּטים” אַז אָט די מצוות זאָלן דורכנעמען זיינע כחות פּנימיים,
ובמילא דאַרף אויך ער
(ניט מצד ביטולו ,
נאָר ווי ער איז במציאותו )
זיין אַ מואס ברע און שרייען „אי אפשי”.
יב.
הגם אַז ס’איז דאָ אַ מעלה אין דער עבודה פון „ידיעה מצד השגה”,
וואָס דוקא דורכדעם ווערט דער יחוד מיט חכמתו ית’,
וויבאַלד אָבער אַז דער שכל האדם איז מוגבל,
איז מובן אַז דער יחוד איז שייך נאָר אין די מדריגות וועלכע זיינען בערך צו נתפס ווערן אין זיין שכל.
די כוונה פון מ”ת,
דער חיבור פון „עליון” און „תחתון”,
איז דאָך אָבער,
אַז אויך אָט די „עליונים” וועלכע זיינען העכער פון השגת האדם,
ביז אפילו די וואָס זיינען אינגאַנצן ניט בגדר השגה,
זאָלן אויך זיי קומען לידי חיבור מיט די „תחתונים” - און אין אַן אופן אַז זיי ווערן דורך דעם ניט נתבטל ,
נאָר אַז
(אויך)
די „עליונים” נעמען דורך זייער מציאות.
און דאָס איז דער חידוש אין דעם „אלקי אבי וארוממנהו” וואָס קומט נאָך „זה א־לי ואנוהו”:
די אמונה וואָס מ’האָט ב„קבלה איש מפי איש”
(וואָס איז אַ הקדמה צו „זה א־לי ואנוהו”)
איז ניט אַן עבודה מצד דעם אדם גופא,
ובמילא איז זי ניט פאַרבונדן מיט דער מציאות האדם,
כנ”ל בארוכה; און דעריבער ווערט זי ניט דערמאָנט אין שירת בנ”י ,
ווייל דאָס איז ניט דער אויפטו פון זייער עבודה
(שירה),
נאָר אַ כח וואָס קומט מלמעלה.
משא”כ נאָכדעם וואָס ביים אדם איז דאָ דער יחוד בתכלית מיט חכמתו ית’ - „אני והו דבוקים ביחד ”,
ביידע צוזאַמען,
ביז - אין איין וואָרט
(„ואנוהו”)
- דעמאָלט ווערט אויפגעטאָן,
אַז אויך די מדריגות וועלכע זיינען העכער פון זיין השגה,
ביז אַז מ’קען זיי „נעמען” נאָר אין אַן אופן פון „וארוממנהו” ואמונה,
זיינען זיי ניט מבטל זיין מציאות,
נאָר דער „וארוממנהו” גופא נעמט דורך זיין מציאות 58 .
וואָרום וויבאַלד אַז זיין מציאות איז געוואָרן פאַראיינציקט מיט אלקות,
ווערט זי ניט נתבטל אפילו פון מדריגות צו וועלכע זיין שכל איז ניט קיין כלי 59 .
און דאָס איז די הסברה אויף דעם וואָס דער סיום פון פּ’ משפּטים איז וועגן מ”ת
(נעשה ונשמע),
און נאָך פאַר דעם שטייט דער דין פון בשר בחלב
(חוקה)
וכו’ - ווייל ווען עס איז דאָ דער ענין פון „משפּטים”,
דער יחוד פון שכל האדם מיט חכמתו ית’,
ווערן אויך די „חוקים”
(ביז אויך - דער ענין פון נעשה ונשמע און מ”ת)
אין דער בחינה פון משפּטים - זיי נעמען דורך די מציאות האדם.
יג.
כשם ווי דאָס איז בנוגע צו מ”ת בכלל - אַז פריער קומט פּ’ יתרו,
דער גילוי מלמעלה וואָס איז העכער פון מציאות,
דערנאָך הויבט זיך אָן עבודת האדם - פּ’ משפּטים; און אין דעם גופא,
די צוויי מדריגות: פריער משפּטים כפּשוטו,
מצות שכליות
(אָבער - מיוסד אויף פּ’ יתרו,
אמונה וקב”ע),
און דערנאָך חוקים און מ”ת
(ניט אַלס אַן ענין וואָס איז מבטל זיין מציאות,
נאָר)
וואָס נעמען דורך זיין מציאות
(משפּטים)
-
ויש לומר אַז אַזוי איז עס אויך בנוגע צו דער התגלות פון פּנימיות התורה,
תורת החסידות 60
: פריער איז געווען דער גילוי פון תורת החסידות הכללית אין אַן אופן וואָס איז ניט מלובש אין שכל - ווי דאָס איז נתגלה געוואָרן דורכן בעש”ט; דער עיקר הדגשה איז געווען אויפן ענין פון אמונה,
„וצדיק באמונתו יחי’” 61 ,
כידוע.
דער מכוון אָבער איז,
אַז תורת החסידות זאָל דורכנעמען די מציאות האדם עצמה - זיין שכל און
(דורך אים)
די כחות פּנימיים של האדם - איז דערנאָך נתגלה געוואָרן דער ענין פון תורת חסידות חב”ד דורכן אַלטן רבי’ן,
וואָס ער האָט אַראָפּגעטראָגן חסידות אין חב”ד שבנפש,
אַז יעדערער זאָל עס קענען פאַרשטיין ,
ביז צו דורכנעמען זיין גאַנצע מציאות.
[און דאָס איז די הסברה אינעם וואָרט פון הרב מבאַרדיטשוב 62
: „מיר האָבן אַלע גיגעסן פון איין שיסל,
און דער ליטוואַק
(דער אַלטער רבי)
האָט צוגענומען די ווערכושקע
(סמעטענע)
” -ווייל אין דעם ענין פון תורת חסידות חב”ד,
פירט זיך אויס דער מכוון הנ”ל פון גילוי תורת החסידות
(ע”ד ווי גערעדט פריער אין דעם ענין פון משפּטים)].
און דורך דעם וואָס עס איז דאָ די השגה אין אלקות,
ביז אין דעם אופן פון „אני והו דבוקים ביחד ” - אָט דעמאָלט,
איז אפילו ווען ער קומט צו דערנאָך צו דער הכרה אַז „תכלית הידיעה שלא נדעך” 63 ,
אַז אויך די ענינים אין וועלכע ער האָט יע אַ השגה זיינען באמת העכער פון השגה,
און נאָכמער: אפילו די ענינים וועלכע זיינען לכתחילה ניט בגדר השגה - זיינען זיי ביי אים ניט אַן ענין פון מקיף בלבד,
נאָר זיי ווערן נרגש אין דעם אדם גופא 64
-„משפּטים”.
און דורך דעם וואָס מ’האָרעוועט אין השגת התורה בכלל,
און אין תורת חסידות חב”ד בפרט,
איז מען זוכה צו לערנען תורתו של משיח 65 ,
וואָס דער לימוד וועט זיין אין אַן אופן פון ראי’ 66 ,
ביז - „ונגלה כבוד ה’ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה’ דיבר” 67 .
(משיחות ש”פ משפּטים תשכ”ה,
תשל”ו)