א.
אויפן פסוק 1
"זכור את יום השבת לקדשו״ שטייט אין מכילתא 2
זכור ושמור שניהם נאמרו בדיבור אחד,
מחללי׳ מות יומת 3
וביום השבת שני כבשים 4
שניהם נאמרו בדיבור אחד,
ערות אשת אחיך 5
יבמה יבוא עלי׳ 6
שניהם נאמרו בדיבור אחד 7 ,
לא תלבש שעטנז וגדילים תעשה לך 8
שניהם נאמרו בדיבור אחד,
מה שאי אפשר לאדם לומר כן שנאמר וכו׳.
ווייטער איז ער ממשיך אין מכילתא "זכור ושמור זכור מלפניו ושמור מלאחריו מכאן אמרו מוסיפין מחול על הקודש משל לזאב שהוא טורף * 8
מלפניו ומלאחריו".
דארף מען פארשטיין: ס׳איז ידוע אז אלע פירושים אויפן זעלבן ווארט אדער ענין האבן צווישן זיך א שייכות; ובפרט בנדו״ד,
וואס די צוויי דרשות קומען בהמשך אחד -
וואס איז די שייכות פון דעם ערשטן מאמר המכילתא
(וועגן די אלע ענינים וואס "נאמרו בדיבור אחד")
מיט דעם מאמר "זכור מלפניו ושמור מלאחריו מכאן אמרו מוסיפין מחול על הקודש כו׳"?
ב.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים הביאור אין דרשת המכילתא "זכור מלפניו ושמור מלאחריו כו׳": פון דעם וואס די מכילתא לערנט ארויס דעם דין "מוסיפין מחול על הקודש" פון פסוק "זכור את יום השבת גו׳" איז משמע,
אז דאס איז א דין
(בעיקר)
בא שבת - דארף מען פארשטיין: דער דין "מוסיפין מחול על הקודש" איז דאך גלייך אזוי אויך ביי יום הכפורים און יו״ט,
ובלשון הברייתא בגמרא 9
"כל מקום שנאמר שבות מוסיפין מחול על הקודש" 10 .
מ׳קען ניט זאגן אז דער לימוד איז נאר אן אסמכתא בעלמא פון פסוק 11 ,
ווארום די דרשא אין מכילתא ווערט געבראכט צווישן אנדערע דרשות וועלכע זיינען ניט קיין אסמכתא,
נאר פון וועלכע מ׳לערנט אפ דינים מן התורה -
[פון דעם וואס "זכור ושמור שניהם נאמרו בדיבור אחד ״
לערנט מען אפ * 11
אז נשים חייבות בקידוש היום דבר תורה
(ווייל כל שישנו בשמירה ישנו בזכירה)
; פון דעם וואס מחללי׳ מות יומת וביום השבת שני כבשים,
ערות אשת אחיך יבמה יבוא עלי׳,
לא תלבש שעטנז וגדילים תעשה לך - בדיבור אחד נאמרו,
לערנט מען אפ: הקרבת תמיד בשבת,
יבום,
און כלאים בציצית 12
; און די דרשה שלאח״ז
(אין מכילתא)
-"תהא זוכרו באחד בשבת שאם יתמנה לך מנה יפה תהא מתקנו לשם שבת״
(-כדעת שמאי 13 ),
און נאכדעם די דרשה פון ר׳ יצחק אז "לא תהא מונה כדרך שאחרים מונין אלא תהא מונה לשם שבת״ - וואס דער דין,
אז זכירת שבת דארף זיין
(ניט נאר ביום השבת,
נאר)
אויך א גאנצע וואך,
איז
(לדעת הרמב״ן)
א מ״ע מה״ת 14 ]
איז א דוחק גדול צו זאגן,
אז די דרשה "זכור מלפניו ושמור מלאחריו כו׳"
(וואס קומט אריין צווישן די דרשות הנ״ל)
זאל זיין אן אסמכתא בעלמא.
ג.
לכאורה וואלט מען געקענט זאגן,
אז אין דעם איז טאקע א מחלוקת צווישן דער מכילתא און דער ברייתא,
און די מכילתא האלט ניט 15
אז "כל מקום שנאמר שבות מוסיפין מחול על הקודש".
וויבאלד אבער אז ס׳איז א כלל אז לאפושי פלוגתא לא מפשינן 16
איז ניט מסתבר מחדש זיין אז די מכילתא איז מחולק מיט דער ברייתא בנוגע הדין -צי דער דין פון תוספת איז נאר ביי שבת אדער אויך ביי יו״ט ויוהכ״פ 17
- נאר דער חילוק צווישן זיי איז נאר משמעות דורשין: לויט דער ברייתא לערנט מען אפ דין תוספת ביי שבת פון זעלבן פסוק ווי יוהכ״פ ויו״ט; משא״כ לויט דער מכילתא איז אין תוספת שבת פאראן אן אויפטו וואס איז ניטא ביי יוהכ״פ ויו״ט 18 ,
און דעם חידוש לערנט מען אפ פון פסוק "זכור את יום השבת לקדשו".
נמשא״כ די ברייתא האלט אז ביי שבת איז דא א חידוש מיוחד 19 ,
און דאס איז פארבונדן דערמיט וואס מען לערנט אפ דעם דין ביי שבת פון יוהכ״פ].
ויש לומר,
אז אט דעם חידוש אין תוספת שבת איז די מכילתא מרמז מיטן "משל לזאב שהוא טורף מלפניו ומלאחריו״ - דלכאורה איז ניט מובן
(און ווי מפרשים פרעגן * 19 )
: וואס גיט צו דער משל אין דער הבנה פון דעם ענין אז "מוסיפין מחול על הקודש" 20 ?
- וכדלקמן.
ד.
די הסברה בזה: דער דין "מוסיפין מחול על הקודש" קען מען לערנען אויף דריי אופנים 21
:
א)
ס׳איז דא א מצוה אויף דעם אדם אז ער דארף אויף זיך מקבל זיין א תוספת לשבת,
ניט צו טאן דאן קיין מלאכה; אויב אבער ער האט עובר געווען אויף דעם ציווי און האט ניט מקבל געווען אויף זיך א תוספת,
מעג ער טאן מלאכה ביז צום אנהויב פון זמן השבת
(בין השמשות).
ב)
אפילו ווען דער מענטש איז ניט מקבל אויף זיך תוספת שבת,
איז אויף אים חל דער איסור פון מלאכת שבת
(אין זמן התוספת)
בעל כרחו ; ד.
ה.
תורה האט גע׳אסר׳ט צו טאן מלאכה א זמן
(מסויים 22 )
פאר שבת 23 .
- און דער צד השווה אין די צוויי אופנים איז וואס ביידע זיינען חיוב גברא ,
נאר אין דעם גופא קענען זיין צוויי אופנים: א)
דער איסור אויפן גברא איז מצד זיין קבלה,
ב)
ס׳איז חל אויף אים דער איסור אפילו ווען ער איז ניט מקבל.
א דריטער אופן:
ג)
די הוספה מחול על הקודש קומט פון שבת אליין ,
ובסגנון הידוע: די "חפצא" פון שבת איז מוסיף מלפניו ומלאחריו; די קדושת שבת ווערט נתפשט מלפניו ומלאחריו ובמילא איז דער אדם דעמאלט אסור בעשיית מלאכה 24 .
ה.
און דאס איז דער חידוש פון מכילתא:
דער דין פון "מוסיפין מחול על הקודש" לשיטת הברייתא
(הש״ס),
איז נאר א ציווי אויפן אדם - ״כ״מ שנאמר שבות מוסיפין מחול על הקודש",
ס׳איז א דין אין שביתת האדם : ער דארף שובת זיין פון מלאכה אויך אין דעם חול הסמוך לקודש;
לויט דער מכילתא,
איז ביי שבת דא א טיפערער ענין אין דעם תוספת,
אז שבת גופא איז מוסיף מלפניו ומלאחריו; און דאס איז מוסבר אין דעם משל וואס ווערט געבראכט אין מכילתא "משל לזאב שהוא טורף מלפניו ומלאחריו": פונקט ווי א זאב,
וואס ער איז טורף מלפניו ומלאחריו,
אזוי איז אויך די הוספה מחול על הקודש אין אן אופן אז דער שבת גופא איז "טורף" * 24
מלפניו ומלאחריו 25 .
[וי״ל אז אויך דאס איז מודגש אין דרשת המכילתא,
וואס לערנט ארויס דעם דין פון ״זכור״ ו״שמור״ - א מ״ע 26
ומל״ת מדאורייתא אין שבת גופא.
משא״כ לויט דער גמרא,
וואס מ׳לערנט זיי אלע אפ פון יוהכ״פ,
איז דער לימוד
(אז מתחיל ומתענה מבעוד יום כו׳)
פון "ועניתם את נפשותיכם בתשעה ",
וואו ס׳איז מודגש אז דאס איז ניט דער זמן פון עיצומו של יום 27 ].
דער טעם פארוואס דער דין איז
(לדעת המכילתא)
דוקא ביי שבת און ניט ביי
(יוהכ״פ ו)
יו״ט,
איז ווייל דאס איז בהתאם צום כללות׳דיקן חילוק צווישן קדושת שבת וקדושת
(יוהכ״פ ו)
יו״ט: שבת איז מיקדשא וקיימא 28
- ס׳איז א קדושה בעצם דורך דער "חפצא" פון שבת,
און דערפאר איז אויך תוספת שבת אן ענין וואס קומט פון דער חפצא
(איז ניט תלוי אין "גברא")
; משא״כ
(יוהכ״פ ו)
יו״ט איז " ישראל דקדשינהו לזמני" 29
,
ובמילא איז אויך תוספת
(יוהכ״פ ו)
יו״ט ניט קיין ענין וואס ווערט פון זיך אליין,
מצד "חפצא" פון
(יוהכ״פ ו)
יו״ט,
נאר דאס איז א דין וואס איז פארבונדן מיט "גברא".
ו.
דער חילוק אין דעם לימוד הנ״ל צווישן דער מכילתא און דער גמרא איז נוגע להלכה - און פון די נפק״מ צווישן זיי למעשה:
לויט דער גמרא איז דער חיוב צו מוסיף זיין מחול על הקודש דער זעלבער ב״כל מקום שנאמר שבות״ - ס׳איז איין ציווי על האדם,
אז "בכל מקום שנאמר שבות" זאל ער מוסיף זיין אין דער שביתה מחול על הקודש
[וואס דערפאר ווערט דער דין מוסיפין מחול על הקודש ביי יוהכ״פ און שבת און יו״ט אפגעלערנט פון איין פסוק,
היות אז דאס איז דער זעלבער ציווי]
30 .
משא״כ לויט דער מכילתא איז דער דין תוספת ביי שבת אן ענין אין שבת ,
משא״כ תוספות
(יוהכ״פ ו)
יו״ט איז באופן אחר.
דערפון קומט ארויס א נפקא מינה להלכה 31
: לויט שיטת הש״ס איז תוספת שבת נאר א מ״ע.
דאס הייסט,
אויב דער מענטש טוט א מלאכה אין זמן התוספת
(צי נאך זיין קבלת תוספת שבת,
אדער אויך אן דער קבלה - לויט די צוויי סברות הנ״ל)
איז ער נאר עובר אויף אן עשה 32
- די מצוה פון ״תשבתו״,
״שבתכם״ - ״כ״מ שנאמר שבות מוסיפין כו׳";
משא״כ לויט דער מכילתא,
אז שבת גופא ווערט נתפשט מלפניו ומלאחריו,
קומט אויס אז דער איסור מלאכה אין זמן התוספת איז פארבונדן אויך מיטן לאו "לא תעשה כל מלאכה" וואס איז דא * 32
מצד קדושת שבת 33 .
ז.
ע״פ הנ״ל,
אז לא מפשינן פלוגתא,
וואלט מען לכאורה געדארפט זאגן,
אז אויך די גמרא האלט ווי די מכילתא אז שבת עצמו איז טורף מלפניו ומלאחריו; די גמרא איז נאר מוסיף נאך א לימוד אז בשבת איז אויך דא א מצוה וחיוב אויפן מענטשן מקבל זיין די הוספה מחול על הקודש.
און כאטש אז דאס איז א דוחק,
ווארום וויבאלד דאס איז א דין אין שבת עצמה,
אז שבת גופא איז ״טורף״ - וואס איז דא מוסיף דער גברא * 33 ?
אעפ״כ וואלט מען געקענט מסביר זיין אז ס׳איז ע״ד ווי מען געפינט בשבת גופא,
וואס איז מיקדשא וקיימא,
און אעפ״כ איז דא א מצוה ״זכור את יום השבת לקדשו ״ -עד״ז איז בנדו״ד: הגם אז תוספת שבת איז א זמן קדוש מעצמו,
פונדעסטוועגן איז אויך דא א חיוב אויפן אדם צו מקדש זיין דעם זמן 34
-
מ׳קען אבער אזוי ניט איינלערנען,
ווארום די גמרא איז מדגיש כנ״ל ״כ״מ שנאמר שבות ",
וואס פון דעם איז משמע:
א)
אז די הוספה מחול על הקודש באשטייט אין שביתה ממלאכה און ניט אין דעם "לקדשו" פונעם תוספת;
ב)
אז דאס איז אן ענין וואס איז גלייך ב״כל מקום״,
בשבת ביוהכ״פ וביו״ט -און ניט ווי ע״פ הנ״ל,
אז דער דין תוספת מחול על הקודש איז בא שבת אנדערש ווי ביי יוהכ״פ ויו״ט
(שבת איז די מצוה נאר צו מקדש זיין די הוספה,
און בא יו״ט איז דער גאנצער ענין בלויז חובת גברא)
;
ג)
ועיקר: פון דעם וואס פוסקים
(כולל שו״ע) 35
פסק׳נען ווי די ברייתא הנ״ל "מ״ע מן התורה להוסיף מחול על הקודש״ - און עס שטייט ניט אז ס׳איז דא אן איסור ולאו אין טאן מלאכה אין זמן פון תוספת שבת מצד דעם וואס דאס איז קדוש מצ״ע - פון דעם איז מוכח אז די גמרא האלט ניט ווי די מכילתא און דער דין תוספת איז
(ווי די פשטות הלשון בגמרא ״שבתות מניין״)
נאר 36
א גדר ודין אין גברא 37 .
ח.
לויט דער הסברה הנ״ל אין מכילתא וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון דער דרשה אין מכילתא צו די דרשות שלפנ״ז - "מחללי׳ מות יומת וביום השבת שני כבשים שניהם בדיבור אחד נאמרו,
ערות אשת אחיך יבמה יבוא עלי׳ שניהם נאמרו בדיבור אחד,
לא תלבש שעטנז וגדילים תעשה לך שניהם נאמרו בדיבור אחד מה שאי אפשר לאדם לומר כן וכו׳":
אין פירוש המכילתא
(בנוגע די ענינים וואס "בדיבור אחד נאמרו")
זאגן מפרשים 38
,
אז דער אויפטו איז,
אז ווען ס׳איז דא די עשה איז איבערהויפט ניטא דער לאו.
לדוגמא: ווען מ׳איז מקריב די שני כבשים ביום השבת איז מלכתחילה ניטא קיין חילול שבת,
ס׳איז ווי א תנאי אין דעם לאו 39
,
אז ער איז ניט חל אין פאל ווען ס׳איז דא די עשה.
אין אנדערע ווערטער: דאס וואס מ׳איז מקריב די כבשים ביום השבת,
איז ניט נאר א קיום העשה דקרבנות מוספים
(ותמידים * 39 )
דשבת - די עשה איז דוחה דעם לאו ** 39
(אדער אין אן אופן פון ״הותרה״)
- נאר דאס איז
(אויך)
פארבונדן מיטן לאו 40
: בנוגע הקרבת הכבשים במקדש איז דער לאו מלכתחילה ניט געזאגט געווארן
[און דערפאר זיינען די צוויי פסוקים געזאגט געווארן בדיבור אחד - די עשה איז א תנאי אין דעם לאו ] 41 .
ובהמשך לזה ברענגט די מכילתא * 41
די דרשה "זכור מלפניו ושמור מלאחריו מכאן שמוסיפין כו׳ משל לזאב כו׳" - דער דין פון תוספת שבת איז ניט
(נאר)
א דין אין "גברא",
נאר אין שבת גופא,
אז איר קדושה איז זיך מתפשט "מלפניו ומלאחריו" 42 .
ט.
בעומק יותר: מיט ברענגען די דרשה פון "זכור מלפניו ושמור מלאחריו וכו׳" בהמשך צו דער דרשה הנ״ל
("שניהם בדיבור אחד נאמרו")
איז די מכילתא מלמד נאך אן ענין אין דעם וואס "הזאב טורף כו׳",
ובהקדים:
לכאורה איז דער פירוש הנ״ל,
בנוגע די ענינים וואס בדיבור אחד נאמרו,
נאך ניט קיין ביאור מספיק: כדי צו לאזן וויסן דעם לימוד הנ״ל,
אז די עשה איז ווי א תנאי אין דער ל״ת,
וואלט געווען גענוג ווען מען זאגט זיי בסמיכות איינער צום צווייטן 43
ווי ביי יעדער תנאי; פארוואס מוזן די צוויי ציווים געזאגט ווערן דווקא " בדיבור אחד " 44 ,
אין אן אופן " מה שאי אפשר לאדם לומר כן "?
פון דעם
(וואס זיי זיינען געזאגט געווארן " בדיבור אחד ")
איז מוכח,
אז ניט נאר איז די עשה א תנאי אין דעם לאו
(אז במקום העשה איז דער לאו לכתחילה ניט געזאגט געווארן),
נאר נאך מער: דער לאו און די עשה זיינען איין תוכן 45 .
אזוי ווי קדושת שבת איז איין ענין,
וואס דריקט זיך אויס אין כמה פרטים
(כולל אויך די שלילה פון "מחללי׳": ניט מחלל זיין שבת איז מקדש),
אזוי אויך איז דורך הקרבת הכבשים איז מען מקיים
(שלילת)
מחללי׳ כו׳ * 45
; ווען מ׳איז ניט מקריב די קרבנות בשבת,
פעלט ניט נאר דער קיום המ״ע דהקרבת מוספים
(ותמידים 46
)
בשבת,
נאר ס׳איז א גדר פון ״מחללי׳״ -חילול שבת
(און פון דעם איז מובן בא די אנדערע ענינים)
47 .
יו״ד.
ועפ״ז יש לומר,
אז מיט דער סמיכות הדרשות מיינט די מכילתא צו מלמד זיין אז עד״ז איז בנוגע דעם ענין וואס שבת איז "טורף מלפניו ומלאחריו״: ס׳איז ניט דער פשט אז אין שבת זיינען דא צוויי באזונדערע דינים - די קדושת שבת פון דעם טאג גופא,
און דער טורף,
התפשטות הקדושה מלפניו ומלאחריו - נאר זיי זיינען איין און די זעלבע קדושת שבת,
דער גדר פון קדושת שבת באשטייט פון די קדושה פון מעל״ע
(כ״ד שעות)
פון יום השבת צוזאמען מיט קדושה שלפניו ולאחריו.
[וי״ל די נפק״מ פון די צוויי אופנים: א)
צי קען מען יוצא זיין קיום מצות דשבת - בתוספתו
(קידוש היום וכו׳) 48 .
ב)
אויב מ׳זאל אננעמען אז שבת איז איין נקודה * 48
- מסתבר אז עס דארף לויטן ערשטן אופן אויסקומען,
אז דאס איז נאר בנוגע דעם עצם מעת־לעת פון שבת,
אבער ניט תוספת שבת
(וואס האט אויף זיך א באזונדער גדר)
; לויטן צווייטן אופן,
אז תוספת שבת איז א גדר און חלק פון קדושת שבת
(זי האט אין זיך די זעלבע קדושה פון שבת גופא)
- איז אויך תוספת שבת נכלל אין דער נקודה אחת פון דער מעת־לעת פון שבת 49 ].
און אויך דער ענין איז מרומז אין משל פון זאב שטורף מלפניו ומלאחריו: דער אויפטו אין דעם איז ניט נאר וואס דער זאב איז דער וואס איז טורף מלפניו ומלאחריו
(און ניט וואס אנדערע גיבן אים)
- ובעניננו
(ביי שבת)
: אז די הוספה ווערט אויפגעטאן דורך שבת גופא -נאר אז אכילת הזאב איז באופן פון " טורף ואוכל" 50 ,
ובמילא איז ער אויך " טורף ואוכל - מלפניו ומלאחריו"; ועד״ז ביי שבת: גדר הקדושה פון שבת איז אויך בהתוספת "מלפניו ומלאחריו",
וכנ״ל.
יא.
דער צ״צ 51
פארבינדט דעם ״משל לזאב שהוא טורף מלפניו ומלאחריו"
(פון דער מכילתא הנ״ל)
בנוגע תוספת שבת,
מיטן פסוק 52
"בנימין זאב יטרף",
וואס די גמרא 53
זאגט אז דאס איז מרמז אויפן מזבח
(וואס איז בחלקו של טורף),
און דער מזבח ווערט אנגערופן ״זאב״ 54
-ווי דער מדרש 55
זאגט "מה הזאב הזה חוטף כך הי׳ המזבח חוטף את הקרבנות".
אלע ענינים שפיגלען זיך אפ אויך אין נגלה.
וע״פ הנ״ל יש לומר אז דער אויפטו אין תוספת שבת,
וואס די מכילתא איז מרמז מיט דעם משל לזאב שטורף מלפניו ומלאחריו,
איז אויך דא עד״ז בא מזבח:
כשם ווי שבת איז טורף מלפניו ומלאחריו - פון זמן פון חול,
וואס מצ״ע איז ער ניט קדוש; עד״ז איז עס בנוגע צו דעם וואס דער מזבח איז "חוטף את הקרבנות״,
אז אויך א קרבן פסול - "אם עלה לא ירד" 56 .
ויש לומר,
אז ע״ד ווי בנוגע צו שבת,
איז מיט דעם צוגלייכן צו "זאב שהוא טורף מלפניו ומלאחריו" טוט אויף די מכילתא,
אז דאס איז א גדר ודין אין שבת גופא
(וכנ״ל בארוכה)
- אזוי אויך איז דער דמיון פון "מזבח חוטף" צו "זאב הזה חוטף" מדגיש,
אז "אם עלה לא ירד" איז א דין אין מזבח גופא; און ווי די גמרא 57
לערנט אפ פון פסוק 58
"
(היא העולה על מוקדה)
על המזבח״ - "מקדש המזבח ",
"ללמדך דטעמא שלא ירד משום קדושת מזבח הוא " 59 ,
און ווי דער לשון פון רש״י 60
" המזבח מקדש,
אפילו דבר פסול שעלה למזבח קדשו המזבח ליעשות לחמו 61
ואין מורידין אותו".
דאס הייסט: ״אם עלה לא ירד" איז ניט א דין וחיוב אין מעשה ההקטרה,
אז וויבאלד מ׳האט עם מעלה געווען
(אויפן מזבח),
ווערט א חיוב פון "לא ירד"; אדער נאכמער - מ׳מוז דאס מקטיר זיין אויפן מזבח,
און ניט נאר אז דער מזבח איז מקדש בלויז אין דעם פרט פון שלילה,
אז מ׳זאל עם ניט טארן אראפנעמען 62 ,
נאר נאכמער,
אז עם איז א דין אין מזבח: דער מזבח איז מקדש בקדושתו
("חוטף")
אויך דאס וואס
(מצ״ע)
האט ניט קיין שייכות צו מזבח,
און וויבאלד עם ווערט קדוש בקדושת מזבח,
איז ממילא "לא ירד" און מ׳איז עם מקריב אויפן מזבח.
יב.
דאס איז אבער ניט מספיק,
ווארום: א)
סו״ם איז דער דין הנ״ל דוקא ״ אם עלה
(לא ירד)
״,
ס׳איז אבער ניט בדומה ממש צו דעם וואס מ׳האט גערעדט פריער,
אז דאס ווערט מעצמו; ב)
מ׳זעט דא ניט דעם ענין פון טורף מלפניו ומלאחריו ; ג)
ועיקר: דער ענין אז אפילו א דבר פסול ווערט קדוש אם עלה למזבח איז ניט נאר ביי דעם מזבח החיצון וואס איז געגליכן צו ״זאב -טורף",
נאר אויך ביי דעם מזבח הפנימי
(און אלע כלי שרת)
63 ,
ואדרבה - דארטן איז נאכמער ״מזבח הפנימי מקדש פסולים בין ראויין לו בין שאינן ראויין לו,
אבל מזבח החיצון אינו מקדש אלא פסולין הראויין לו".
יג.
ויש לומר,
אז דאס איז פארבונדן מיט דעם וואס שטייט אין פסוק גופא בא בנימין - "בבקר יאכל עד ולערב יחלק שלל",
וואס אויף דעם זאגט דער מדרש
(בהמשך להנ״ל "מה הזאב הזה חוטף כך הי׳ המזבח חוטף את הקרבנות")
"בבקר יאכל עד את הכבש אחד תעשה בבקר ולערב יחלק שלל ואת הכבש השני תעשה בין הערביים" 64
:
דער זמן פון עבודת הקרבנות במקדש איז נאר ביום,
ווי מ׳לערנט דאס אפ 65
פון "ביום צוותו" 66 ,
זעט מען אבער אז הקטר חלבים ואברים איז מצותן כל הלילה 67
-לאחריו פון "עלי׳ השלם" 68 ,
פון עבודת המזבח,
נאך דעם תמיד של בין הערביים; און עד״ז איז די עבודה פון תרומת הדשן 69
וואס איז פארבונדן ניט מיט גמר עבודת היום,
נאר מיט התחלת עבודת היום 70
- לפניו .
ועפ״ז י״ל אז דער דמיון פון מזבח צו זאב הטורף איז מגלה אז דער הקטר חלבים ואברים לאחריו - כל הלילה,
און תרומת הדשן לפניו - איז דאס א גדר אין מזבח,
מזבח איז טורף מלפניו ומלאחריו: ד.
ה.
שלימות אין דעם ענין המזבח נדי הקרבת הקרבנות אויף אים במשך היום]
איז פארבונדן מיט דער עבודה וואס ס׳איז דא אויף אים אין דעם זמן שלפניו ולאחריו במשך הלילה; וע״ד ווי עס שטייט אין מפרשים 71
"חייבין להשאיר מן האברים והחלבים להקטיר בלילה לכבוד המקום כדי שלא יהא בטל המזבח לא ביום ולא בלילה" 72 .
(משיחות אחש״פ,
מוצאי ש״פ אחרי תשל״ח)