א.
אויף „וירד ה' על הר סיני" 1
איז רש"י מפרש: יכול ירד עליו ממש ת"ל 2
כי מן השמים דברתי עמכם מלמד כו'
(כדלקמן סעיף ג').
אין פשטות לערנט מען,
אַז רש"י קומט פאַרענטפערן די סתירה פון די פסוקים: דאָ שטייט „וירד ה' על הר סיני",
וואָס בפשטות מיינט עס „ירד עליו ממש",
און שפּעטער שטייט „כי מן השמים דברתי עמכם".
און אויף דעם ענטפערט רש"י „מלמד כו'".
מען קען אָבער ניט לערנען אַז דאָס איז כוונת רש"י דאָ – ווייל:
(א)
צוליב וואָס דאַרף רש"י מקדים זיין די ווערטער „יכול ירד עליו ממש" – ער האָט געדאַרפט גלייך אָנהויבן מיט דער קשיא 3
„וכתוב אחד אומר כי מן השמים גו'"
(וכיו"ב)?
(ב)
ועיקר : די סתירה צווישן די צוויי פסוקים ווערט ערשט ביים ווייטערדיקן פסוק „כי מן השמים גו'" – פאַרוואָס שטעלט זיך רש"י אויף דער סתירה שוין אין אונזער פסוק 4 ?
[ובפרט אַז אויפן פסוק „כי מן השמים גו'" שטעלט זיך טאַקע רש"י אויף דער סתירה – „וכתוב אחד אומר וירד ה' על ה"ס",
כדלקמן סעיף ד'].
מוז מען זאָגען,
אַז רש"י קומט דאָ ניט צו פאַרענטפערן די סתירה פון די צוויי פסוקים,
נאָר אַז אין דעם פסוק דאָ
(נאָך איידער מ'ווייס פון דעם ווייטערדיקן פסוק „כי מן השמים גו'")
איז פאַראַן אַ ספק
(„יכול")
צי „ירד עליו ממש" צי ניט; און וויבאַלד אַז פון דאַנעט קען מען ניט מכריע זיין אָט דעם ספק,
ברענגט דעריבער רש"י אַ ראי' פון אַ ווייטערדיקן פסוק – „ת"ל כי מן השמים דברתי עמכם".
דאַרף מען פאַרשטיין: פון וואַנען נעמט זיך דאָ דער מקום לספק צי „ירד עליו ממש".
ב.
דער ביאור אין דעם: אין אַ פריערדיקן פסוק 5
שטייט „והר סיני עשן כולו מפני אשר ירד עליו ה' באש " –אַז דער באַרג האָט
(נאָר)
גערויכערט,
אָבער ניט אַז דער באַרג
(און וואָס געפינט זיך אויף אים)
האָט געברענט – ולכאורה: אויב דער „אש" – „ירד עליו ממש",
האָט דאָך דער הר געדאַרפט ברענען 6
[ובפרט די געוויקסן כו' וואָס געפינען זיך אויף אים – ווי עס שטייט בפירוש אין פסוק 7
אַז אויפן הר סיני איז געווען אַ סנה,
ובפשטות איז דאָס ניט געווען דער איינציקער סנה 8
אָדער צמח אויפן הר סיני 9 ]?
מען קען זאָגן אַז דאָס וואָס דער באַרג האָט ניט געברענט נאָר גערויכערט איז געווען אַ נס,
אָבער צוליב וואָס מאַכען ספּעציעל דעם נס?
ובפרט אַז שוין פריער באַם סנה בהר סיני – שטייט אַז ער האָט געברענט.
דערפאַר איז גלאַטער צו לערנען אַז אַזוי איז עס געווען ע"פ טבע : וויבאַלד דער אש ה' איז ניט „ירד עליו ממש",
נאָר ער איז געבליבן העכער פונעם באַרג,
דעריבער האָט דער הר ניט געברענט און נאָר „עשן כולו" מצד דעם אש וואָס איז געווען
(בלויז)
נאָענט צו אים 10
[ווי דער טבע פון אש,
אַז ווען עס איז גענוג נאָענט צו אַ זאַך גייט אַרויס פון דער זאַך אַן „עשן"].
און דערפאַר זאָגט רש"י גלייך דאָ „ יכול ירד עליו ממש" – פון די פסוקים דאָ 11
ווערט אַ מקום לספק צי „ירד עליו ממש".
עפ"ז דאַרף מען אָבער פאַרשטיין לאידך גיסא: פאַרוואָס איז עס בלויז אַ ספק און רש"י דאַרף אָנקומען צו דער ראי' פון דעם ווייטערדיקן פסוק „כי מן השמים גו'" אַז לא „ירד עליו ממש" – בעת מען ווייס דאָס שוין פון דעם פריערדיקן פסוק „והר סיני עשן כולו",
כנ"ל?
ג.
ווייטער איז רש"י ממשיך: מלמד שהרכין שמים העליונים ותחתונים והציען על גבי ההר כמצע על המטה וירד כסא הכבוד עליהם.
דער מקור פון דעם פירוש איז אין מכילתא* 11 .
אָבער,
ווי גערעדט שוין פיל מאָל,
איז רש"י מעתיק אין זיין פירוש נאָר די מדרשי חז"ל וואָס זיינען ע"ד הפשט און נוגע צו פשוטו של מקרא; און בפרט אין אונזער פאַל,
וואָס רש"י צייכנט ניט אָן
(ווי ער טוט אין מערערע 12
ערטער)
אַ מקור צו זיין פירוש – איז מוכח,
אַז דעם פי' מיט אַלע זיינע פרטים,
נעמט ער אַרויס
( ניט פון מכילתא,
נאָר)
פון פשוטו ש"מ 13 .
דאַרף מען פאַרשטיין: צוליב מסביר זיין ווי אַזוי ביידע זאַכן
[(א)
וירד ה' על ה"ס,
(ב)
מן השמים דברתי עמכם]
קענען זיין צוזאַמען,
איז לכאורה גענוג צו זאָגן בקיצור „מלמד שהרכין שמים על גבי ההר וירד עליהם" 14 ,
וואו נעמט רש"י אין פשוטו של מקרא,
אַז
(א)
„הרכין שמים העליונים ותחתונים ",
(ב)
ניט נאָר „הרכין כו'" נאָר אויך „ והציען כו'".
(ג)
אין דעם גופא – „ כמצע על המטה ".
(ד)
„וירד
(ניט „ה'" – כלשון הפסוק – נאָר)
כסא הכבוד עליהם" 15 ?
ד.
נוסף צו די דיוקים אין דעם פירוש רש"י על אתר – דאַרף מען אויך פאַרשטיין ווי שטימט דער פירוש רש"י דאָ מיט זיין פירוש אויף דעם צווייטן פסוק „כי מן השמים דברתי עמכם",
וואו ער איז מפרש 16
: „וכתוב אחד אומר וירד ה' על הר סיני בא הכתוב 17
השלישי והכריע ביניהם מן השמים השמיעך את קולו ליסרך ועל הארץ הראך את אשו הגדולה כבודו בשמים ואשו וגבורתו על הארץ.
ד"א הרכין שמים ושמי השמים והציען על ההר וכן הוא אומר 18
ויט שמים וירד".
איז תמוה: אין אונזער פסוק ברענגט רש"י נאָר דעם פי' „הרכין שמים כו'",
און אויפן פסוק „כי מן השמים גו'" זאָגט רש"י
(א)
נאָך אַ פירוש,
און
(ב)
דער איינציגער פירוש דאָ „הרכין שמים כו'" קומט דאָרט אַלס צווייטער פירוש
(ד.
ה.
ער איז ניט דער פירוש העיקרי לויט פשוטו של מקרא)?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: בשלמא וואָס דאָרטן איז רש"י משמיט
(אין דעם צווייטן פי')
די פרטים „כמצע על המטה" און „וירד כסא הכבוד עליהם"
(וואָס ער זאָגט דאָ)
– קען מען זאָגן,
אַז ער פאַרלאָזט זיך אויף זיין פריערדיקן פירוש
(און ברענגט נאָר דעם כללות הפירוש)
;
מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין די שינויים דאָרט און די הוספות 19
:
(א)
דאָ זאָגט ער „שמים העליונים ותחתונים" און דאָרטן – „שמים ושמי השמים" 20 ?
(ב)
דאָרטן איז ער מוסיף אַ ראי' פון פסוק – „וכה"א ויט שמים וירד" – דלכאורה: אויב דער פירוש פאָדערט אַ ראי' פון אַ פסוק,
האָט דאָך רש"י געדאַרפט ברענגען די ראי' דעם ערשטן מאָל ווען ער ברענגט דעם פירוש?
(ג)
וויבאַלד אַז ער ברענגט אַראָפּ דאָרט נאָר דעם כללות הפירוש אָן אַלע פרטים,
כנ"ל,
צוליב וואָס ברענגט ער אַראָפּ דעם פרט „והציען על ההר" 21 ?
ובפרט אַז אין דעם פסוק וואָס ער ברענגט לראי' שטייט נאָר „ ויט שמים" – וואָס מיינט „הרכין" 22
– און ניט דעם פרט פון „והציען כו'".
ה.
דער ביאור בכל זה:
די חילוקים צווישן די צוויי פירושי רש"י זיינען מצד דעם חילוק כללי צווישן די פסוקים דאָ און אין דער פרשה „אתם ראיתם כי מן השמים דברתי עמכם":
דער המשך פון די פסוקים דאָ ברענגט אַרויס ווי דער אויבערשטער האָט אַראָפּגענידערט אויפן הר סיני אין אַן אופן גלוי לעין כל,
ביז אַז דער הר אַליין האָט באַקומען אַ קדושה און דערפאַר – „השמרו לכם עלות בהר גו' לא תגע בו יד גו' לא יוכל העם לעלות אל ה"ס גו' הגבל את ההר וקדשתו" 23 .
[און דערפאַר דאַרף רש"י אָנקומען צו אַ ראי' פון פסוק „כי מן השמים גו'" אַז לא „ירד עליו ממש" – כאָטש עס שטייט „והר סיני
(בלויז)
עשן כולו"
(כנ"ל סעיף ב')
– ווייל פון גאַנצן המשך הפרשה דאָ קומט אויס,
אַז „ירד עליו ממש"; און דעריבער איז דער פסוק „והר סיני עשן כולו" ניט מער ווי „מטיל ספק"
(„יכול")
צי „ירד עליו ממש"].
משא"כ די פרשה „אתם ראיתם כי מן השמים דברתי עמכם" קומט מדגיש זיין דעם היפך – ווי דער אויבערשטער איז הויך און ווייט פון ארץ,
און דעריבער „לא תעשון אתי,
לא תעשון דמות שמשי המשמשים לפני במרום " 24 .
און דערפאַר איז דער פירוש הראשון
(והעיקר)
דאָרטן ,
בפשש"מ,
אַז „כבודו בשמים ו
(רק)
אשו וגבורתו על הארץ" – ווייל לויט דעם פירוש איז מודגש די העכערקייט פון דעם אויבערשטן מן הארץ
(„כבודו" איז ניט אַראָפּ על הר סיני נאָר געבליבן „בשמים")
;
משא"כ לויטן פי' אַז „הרכין שמים כו'",
איז ניט גלאַטיק די הדגשה „אתם ראיתם כי מן השמים דברתי עמכם" 25
(אַז דער אויבערשטער האָט גערעדט פון אַ הויכן און ווייטן אָרט – „שמים")
בעת אַז די שמים זיינען גאָר געוואָרן אַראָפּגענידערט על הארץ,
אויפן הר סיני 26 .
ו.
דערמיט איז אויך מובן פאַרוואָס דאָ זאָגט רש"י „הרכין שמים העליונים ותחתונים ",
און דאָרטן – „הרכין שמים ושמי השמים ":
די כוונה פון פירוש רש"י דאָ איז צו מסביר זיין
(דעם תוכן פון דער פרשה)
די ירידה פון אויבערשטן אויפן הר ,
נאָר – אין אַן אופן וואָס איז ניט בסתירה צו „כי מן השמים גו'"
(און „והר סיני עשן גו'")
;
און וויבאַלד אַז פון די פסוקים דאָ קומט אויס,
אַז
(א)
דער אויבערשטער אַליין ,
(ב)
האָט אַראָפּגענידערט אויף הר סיני – קען מען דאָך ניט זאָגן אַז „הרכין
(בלויז איין)
שמים" סתם
[אַז צווישן ה' און הר סיני
(ארץ)
איז דאָ בלויז איין „שמים"]
; און דעריבער מוז רש"י צולייגן אַז „שמים" דאָ מיינט אַלע „שמים" – „העליונים ותחתונים".
און היות אַז דאָ רעדט זיך וועגן ירידה ,
נוצט רש"י
[ניט דעם לשון הכתוב 27
„שמים ושמי השמים",
נאָר]
אַ לשון וואָס איז מתאים צום ענין פון ירידה 28
– „ העליונים ותחתונים ".
משא"כ דאָרטן קומט רש"י צו מסביר זיין די הדגשה פון „כי מן השמים גו'"
(נאָר אין אַן אופן אַז עס זאָל ניט זיין בסתירה צו „וירד ה' על ה"ס")
; און דעריבער לייגט רש"י צו,
אַז
[ כאָטש „ הרכין שמים כו'" – וואָס דאָס איז ממעט אין דער הדגשה פון „מן השמים גו'"
(כנ"ל סעיף ה')
– אָבער]
דער „הרכין שמים" איז כולל אויך „
(שמים ו)
שמי השמים ",
וואָס דאָס איז מגדיל די העכערקייט פון דעם אָרט,
אַז דער אויבערשטער האָט גערעדט פון על גבי „ שמי השמים" 29
(נאָר – ווי זיי האָבן זיך געפונען על ההר).
ז.
וויבאַלד אַז פון דעם המשך הפרשה דאָ קומט אויס,
אַז „וירד ה' גו'" איז געווען אין אַן אופן וואָס די קדושת השכינה איז געווען אויפן הר ביז אַז דער הר – וקדשתו,
כנ"ל,
איז ניט מספיק וואָס „ הרכין שמים כו'" – ווייל דאָס דערציילט נאָר ווי ס'איז געווען דער „וירד גו'" בכלל ,
אָבער ניט דעם אופן הירידה,
אַז דער אויבערשטער איז אַראָפּ אויפן ה"ס ביז אַז דער הר האָט באַקומען אַ קדושה;
דעריבער מוז רש"י דאָ מוסיף זיין „ והציען על גבי ההר " – עס איז געווען אַוועק געלייגט אויפן הר ; און נאָכמער: „כמצע על המטה" – וואָס דער „מצע" איז ניט אַ באַזונדערע חשובע זאַך פאַר זיך נאָר ס'איז וויאַ טייל פון דער „מטה" – און אַזוי אויך בעניננו: די „שמים" זיינען ניט געבליבען אַ באַזונדער זאַך פון דעם הר,
נאָר זיי זיינען געוואָרן דער „מצע" פונעם הר,
און דערפאַר איז די קדושת השכינה געווען אויך אויפן הר גופא.
אָבער אין פסוק „כי מן השמים גו'",
וואו די הדגשה איז ווי דער אויבערשטער האָט גערעדט מן השמים
( ניט פון ארץ)
– קען רש"י ניט זאָגן אַז דער פסוק מיינט מדגיש זיין „
(והציען כו')
כמצע על המטה ",
ווייל דאָס איז אַ הדגשה אויף להיפך – אַז די שמים זיינען געווען „בטל" צום הר
(ארץ).
רש"י מוז אָבער אויך דאָרטן צולייגן „והציען",
ווייל מיט „הרכין שמים כו'" אַליין ווערט ניט פאַרענטפערט די סתירה פון „וירד ה' על ה"ס" וואָס איז כולל אַז עס איז געווען קדושה אויפן הר גופא; און דעריבער מוז רש"י זאָגן „והציען" – אַז די שמים זיינען ניט געבליבן העכער פון ה"ס,
נאָר „הציען על ההר".
דערמיט איז אויך מובן וואָס רש"י דאַרף דאָרטן צולייגן די ראי' פון פסוק „ויט שמים וירד": די ראי' פון פסוק איז אויף דעם,
אַז מער ווי „ ויט שמים" – וואָס מיינט „הרכין" 22
– איז דער פסוק ניט מדגיש – איז אַזוי אויך בפסוק כי מן השמים.
די פסוקים רעדן ניט וועגן „כמצע על המטה" 30
וואָס דאַן ווערט „אויס שמים" – די „שמים"
(מצע)
ווערט אַ „טייל" פון דעם הר
(„מטה"),
נאָר „הציען" איז בלויז אַ המשך פון „הרכין"
(עס ווערט נכלל אין דעם „ויט")
– ער האָט אַראָפּגעבויגן די שמים ביז צום הר,
אָבער ניט מער ווי דאָס,
אויך דאַן זיינען זיי געבליבן „ שמים " פאַר זיך
(וואָס דערפאַר פּאַסט די הדגשה „אתם ראיתם כי מן השמים דברתי עמכם").
ח.
ע"פ הנ"ל,
אַז דאָ איז רש"י אויסן צו מסביר זיין די פרטי ואופני הירידה פון דעם אויבערשטן אויף הר סיני,
איז אויך מובן פאַרוואָס רש"י זאָגט „
(וירד)
כסא הכבוד עליהם":
ביי יצי"מ שטייט 31
„ועברתי בארמ"צ גו'",
אַז דער אויבערשטער אַליין בכבודו ובעצמו 32
איז אַראָפּגעקומען 33
אין מצרים און „והכיתי כל בכור".
און פונדעסטוועגן געפינט מען ניט אַז ביי יצי"מ 34
זאָל זיין דער עשן וכו' ווי ביי „וירד ה' על הר סיני" 35
;
בכדי צו מסביר זיין דעם חילוק צווישן „וירד ה' על ה"ס" און „וארד להצילו מיד מצרים" 36 ,
איז רש"י מדייק „וירד כסא הכבוד עליהם" – וואָס „כסא" ווייזט אויף התיישבות
(קביעות)
און גדלות
(ובפרט – „הכבוד")
ומלוכה 37 ,
ד.
ה.
אַז ביי מ"ת איז דער אויבערשטער געווען בהתיישבות וקביעות אויף ה"ס,
און מיט'ן כבוד ומלוכה 38 .
און דערפאַר האָט „וירד ה' על ה"ס" מיטגעבראַכט די אַלע פרטים וואָס ווערן דערציילט אין פרשה.
ט.
פון די „ענינים מופלאים" 39
ע"ד הרמז והסוד אין פירוש רש"י:
דער חילוק הנ"ל צווישן די צוויי
(פסוקים – ובמילא)
פירושי רש"י הנ"ל
– אַז דאָ איז מודגש די ירידה ,
נאָר די ירידה איז באופן פון „הרכין שמים כו'"
(אַז אויך די שמים זיינען אַראָפּגענידערט),
און דאָרטן איז די הדגשה אַז „מן השמים דברתי עמכם",
העכער פון ארץ,
נאָר ווי שמים זיינען אין אַ מצב פון „ הרכין כו'" –
איז מרומז אין דעם,
וואָס דער פסוק „וירד ה' על ה"ס" איז אין קאַפּיטל יט פסוק כ,
און דער פסוק „כי מן השמים גו'" אין קאַפּיטל כ פסוק יט 40
:
יט
(שטייט אין ספרים)
איז די גימטריא פון דעם מילוי פון שם הוי'
(שם מ"ה) 41
– וואָס דער ענין המילוי איז,
ווי מען זאָגט אַרויס דעם אות בדיבור 42
(„גילוי ההעלם"),
און אין ספירות איז דאָס ספירת המלכות 43
; כ' איז
(ר"ת)
כתר 44 ,
וואָס כתר איז מקיף און העכער פון סדר השתלשלות.
וויבאַלד אַז אַלע ספירות זיינען כלולות זו מזו,
איז אין כתר פאַראַן מלכות שבכתר – ד.
ה.
ווי כתר,
וואָס איז העכער פון וועלט,
שטייט אין אַ תנועה פון גילוי למטה
(מלכות)
; און אַזוי אויך איז אין מלכות פאַראַן כתר שבמלכות – אַז אין מלכות,
עלמין דאתגליין 45 ,
ווערט נתגלה „כתר".
און דאָס איז דער חילוק צווישן די צוויי פסוקים:
קאַפּיטל יט פסוק כ – אַז דער „כ" איז אַ פרט אין דעם „יט" – ווייזט אויף כתר שבמלכות; און דערפאַר איז זיין
(דעם קאַפּיטלס)
כללות'דיקער תוכן – ירידה
(מלכות)
; נאָר רש"י,
יינה של תורה 46 ,
איז מגלה,
אַז וואָס שטייט אין אָט דער ירידה – „הרכין שמים כו'",
כתר שבמלכות.
אָבער קאַפּיטל כ פסוק יט – אַז „יט" איז אַ פרט אין „כ" – ווייזט אויף מלכות שבכתר; און דערפאַר איז זיין תוכן כללי – „מן השמים גו'",
ווי דער אויבערשטער איז אָפּגעטראָגן פון וועלט
( כתר )
; און אויך דאָ איז רש"י מגלה,
אַז דאָס איז ניט ווי כתר איז לעצמו ובהעלם,
נאָר „ הרכין שמים כו'" – מלכות שבכתר.
יוד.
דאָס איז אויך דער ביאור פנימי אין דעם,
וואָס אין זיין פירוש אויפן פסוק „וירד גו'" זאָגט רש"י „כמצע על המטה",
און אויפן פסוק „כי מן השמים גו'" איז ער דאָס משמיט:
וויבאַלד אַז כתר שבמלכות איזאַ פרט אין ספירת המלכות,
וואָס ענינה איז ירידה למטה,
איז אויך אין דעם „כתר" שבה שייך אַ ירידה און התלבשות למטה,
ביז „כמצע על המטה" 47
(כנ"ל סעיף ז')
;
משא"כ מלכות שבכתר – אָט דאָס וואָס כתר איז מאיר למטה – וויבאַלד אַז כתר איז בעצם אַן אור וואָס איז העכער פון עולמות,
איז אויך ווען עס איז מאיר למטה
( מלכות שבכתר),
איז עס ניט אין אַן אופן וואָס ער איז זיך מתלבש אין זיי,
נאָר ער בלייבט בבחי' מקיף 48
– „שמים".
(משיחת ש"פ יתרו וש"פ משפטים תשל"ו)