B"H
🏡

Ikar

בשלח ד

א.

ביי עירוב תבשילין איז דער דין 1 ,

אַז באַלד נאָכדעם ווי מ'ענדיקט צוגרייטן אַלע צרכי שבת מעג מען אויפעסן דעם עירוב

(נאָך אינעם טאָג פון יו"ט)

- שטייט אָבער אין מהרי"ל 2 ,

אַז ער האָט איינגעפירט „להניח ככר העירוב

(תבשילין)

ללחם משנה בליל שבת ובשחריתו ובסעודה שלישית הי' בוצע עליו".

און אַזוי ברעגנט אויך דער מהרש"ל 3

: „

(ומאחר שצ"ל העירוב קיים אין ראוי לאוכלה עד ליל שבת,

ומ"מ)

הי' מנהג מהר"ם להניחה הככר תחת הלחם משנה בליל שבת ולמחרתו ובסעודה ג' הי' בוצע עליו מאחר דאיתעביד בי' מצוה א' ראוי לעשות עליו מצות אחרות".

אויך דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ אָט דעם מנהג אין שו"ע 4 ,

וז"ל: „לכתחילה צריך שיהיו הפת והתבשיל שמורים אצלו עד לאחר שתיקן כל צרכי שבת ..

ומ"מ מצוה מן המובחר להמתין מלאכול הפת של ע"ת עד א' מג' סעודות השבת כדי לבצוע עליו ..

שכל דבר שנעשה בו מצוה אחת ראוי לעשות בו מצוה אחרת ויש נוהגין שלא לבצוע עליו עוד סעודה ג' של שבת כדי לעשות בו מצות הרבה שמניחין זה הככר ללחם משנה בסעודה הראשונה ובסעודה שני' של שבת ובסעודה שלישית בוצעין עליו".

ב.

דער מקור פון דער סברא - אַז וויבאַלד מיט דער זאַך איז געטאָן געוואָרן איין מצוה

(עירוב תבשילין),

איז ראוי צו טאָן דערמיט נאָך אַ מצוה

(לחם משנה וסעודת שבת)

- איז אין גמרא 5

ביי עירובי חצירות 6

: „רב אמי ורב אסי כי הוה מתרמי להו ריפתא דערובא

(„שערבו בו אתמול ערובי חצירות" 7 )

מברכין עלי' המוציא לחם מן הארץ אמרי הואיל ואתעביד בי' מצוה חדא נעביד בי' מצוה אחריתי".

און אויך ביי עירובי חצרות שטייט אין מהרי"ל 8

: „ובליל שבת ובשחריתו אני מניחו ללחם משנה ..

ואמר דגם בליל שבת יכולין לאוכלו ..

רק חביב עליו להרבות בו מצוה",

„בסעודה שלישית בשבת ..

הי' בוצע על ככר ..

אותו שעירב בו עירובי חצרות כו'" 9

; און אַזוי ברענגט דער מהרש"ל 10

: „וכן נהגו בעירובי חצרות"

(אַז מ'עסט עס ערשט ביי דער סעודה שלישית,

נאָכדעם ווי מ'לייגט עס צו לחם משנה ביי די צוויי ערשטע סעודות,

ווי ביי עירוב תבשילין).

אָבער ביי דעם דין ברענגט אַראָפּ דער אַלטער רבי 11

נאָר דעם פסק הלכה

(פון רמ"א 12 )

: „ויש לבצוע עליו בשבת שחרית 13 ..

דהואיל ונעשית בו מצוה אחת יש לעשות בו ג"כ מצוה אחרת" -און ער ברענגט ניט אַראָפּ דעם מנהג הנ"ל צו בוצע זיין אויפן עירוב ערשט ביי דער סעודה שלישית

(כדי „ להרבות בו מצוה").

דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דער מהרי"ל און דער מהרש"ל דערמאָנען דעם מנהג סיי ביי עירוב תבשילין און סיי ביי עירובי חצרות -היינט פאַרוואָס ברענגט דער אַלטער רבי דעם מנהג נאָר ביי עירוב תבשילין 14

(ובפרט,

אַז די סברא „הואיל ואתעביד בי' מצוה חדא נעביד בי' מצוה אחריתי" האָט איר מקור ביי עירובי חצרות 15 ,

כנ"ל)?

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין נאָכדעם ווי מ'וועט באַוואָרענען אַ שוועריקייט אין דעם עצם מנהג צו בוצע זיין אויפן עירוב

(תבשילין)

ביי „סעודה ג' של שבת כדי לעשות בו מצות הרבה כו'":

אין די ערשטע צוויי סעודות פון שבת איז דאָך דאָ אַ גרעסערע חשיבות ווי אין דער סעודה שלישית 16

: לויט כמה דיעות דאַרף מען ניט האָבן קיין לחם משנה ביי דער סעודה שלישית; נאָכמער: אַנדערע האַלטן אַז די סעודה שלישית דאַרף בכלל ניט האָבן קיין פת

(און ס'איז גענוג אַ מאכל מחמשת המינים כו'),

ביז אַז עס זיינען פאַראַן דיעות אַז מ'איז יוצא די סעודה מיט פירות וכו' -

איז ניט גלאַטיק: פאַרוואָס זאָל מען אָפּלייגן צו „בוצע" זיין אויפן ככר העירוב ביז דער סעודה שלישית ווען די אכילה

(פון פת דוקא)

איז ניט אַזוי חשוב אָדער אינגאַנצן רשות - ס'וואָלט דאָך לכאורה מער מתאים געווען צו „בוצע" זיין אויפן עירוב בסעודת שחרית,

וואָס דעמאָלט וואָלט מען מיטן עירוב געטאָן ניט בלויז

(צוויי מאָל)

די מצוה פון לחם משנה,

נאָר מ'וואָלט אויך פאַרבונדן אכילת העירוב גופא מיט דער מצוה וחיוב פון סעודת שבת

(אַ סעודה וואָס מ'איז לכו"ע מחויב צו עסן פת 17 )?

מ'קען ניט זאָגן,

אַז דאָס איז צוליב דעם וואָס דעמאָלט טוט מען ביים ככר אַ דריטע מצוה - ברכת המוציא ביי דער סעודה שלישית - וואָרום וויבאַלד אַז ביי דער סעודה שלישית איז

(לכמה דיעות)

ניטאָ דער חיוב פון פת,

איז אין דעם בלויז דאָ ברכת המוציא אַלס ברכת הנהנין - איז דאָך דאָס פאַראַן אויך ווען מ'איז בוצע ביי דער סעודת שחרית

( נוסף אויף דער מצוה פון לחם משנה).

ד.

דער ביאור אין דעם:

אין גמרא 18

ווערן געבראַכט צוויי טעמים 19

אויף דער תקנה פון עירוב תבשילין:

(א)

רבא זאָגט „כדי שיברור מנה יפה לשבת ומנה יפה ליו"ט",

ופרש"י: „מתוך שמערב זוכר את השבת ואינה מכלה את הכל ליו"ט וכו'" -וואָס לפי זה איז די תקנה פון עירוב תבשילין „כדי להרבות בכבוד שבת" 20 .

(ב)

„רב אשי אמר כדי שיאמרו אין אופין מיו"ט לשבת ק"ו מיו"ט לחול" - און לויט אים איז דער טעם „כדי להרבות בכבוד יו"ט" 20 .

פון די נפק"מ להלכה צווישן די צוויי טעמים זאָגט דער רא"ש 21

: לויטן טעם פון רבא „כדי שיברור מנה יפה לשבת" מוז מען מאַכן דעם עירוב דוקא ערב יו"ט,

אינעם טאָג ווען ער גרייט די מאכלים לכבוד יו"ט און דער עירוב וועט אים דערמאָנען אין די צרכי שבת

(ווייל אויב מ'וועט עס מאַכן אין אַ פריערדיקן טאָג,

וועט עס אים ניט גענוג העלפן צו געדענקן זיינע צרכי שבת אינעם טאָג פון ערב יו"ט 22 )

; משא"כ לויטן טעם פון רב אשי „כדי שיאמרו אין אופין מיו"ט לחול" איז גענוג בלויז דאָס וואָס דער עירוב איז „קיים" ערב יו"ט,

אָבער עשיית העירוב קען זיין אויך פאַר ערב יו"ט.

דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ ביידע טעמים אין שו"ע 23

(נאָר אין אַ פאַרקערטן סדר 24

- „ א' כדי להרבות בכבוד יו"ט כו' הב' כדי להרבות בכבוד שבת כו'"),

מיט דער אויבנדערמאָנטער נפק"מ צווישן זיי להלכה,

און פירט אויס: „לענין מעשה אין לערב לכתחלה אלא בעי"ט ממש לי"ט זה בלבד כמו שנתבאר לפי טעם הב' אבל בדיעבד שכבר עירב ימים רבים קודם יו"ט ובעיו"ט ממש שכח כו' ולא עירב מותר לסמוך על עירובו כו'" - ד.

ה.

אַז לכתחילה דאַרף מען זיך נוהג זיין צו באַוואָרענען

(אויך)

דעם טעם „כדי שיברור מנה יפה לשבת כו'" 25 .

ה.

דער חילוק צווישן די צוויי טעמים איז ניט נאָר צי די תקנה איז צוליב יו"ט אָדער צוליב שבת,

נאָר נאָכמער - אין תוכן התקנה:

לויטן טעם פון רב אשי,

איז דער תוכן התקנה שלילה - און אין צוויי פרטים:

(א)

צו באַוואָרענען אַן ענין

(אסור,)

שלילי - מ'זאָל ניט נכשל ווערן אינעם איסור פון בישול ביו"ט לצורך חול; און דערפאַר

(ב)

קומט די תקנה צו

(שולל זיין,

צו)

אסר'ן דעם בישול מיו"ט לשבת „אא"כ התחיל לבשל תבשיל אחד מעי"ט" 26

;

משא"כ לויטן טעם פון רבא,

איז תוכן התקנה חיוב - און אין די ביידע פרטים הנ"ל:

(א)

דורך דער תקנה ווערט באַוואָרנט אַז די הכנה צו שבת זאָל זיין כדבעי

(מען זאָל בורר זיין „מנה יפה לשבת")

; ובמילא

(ב)

אַז דער עיקר התקנה איז דאָס אַוועקלייגן דעם עירוב וואָס דערמאָנט דעם חיוב צו מכין זיין די צרכי שבת

(און אדרבה: דער איסור פון בישול מיו"ט לשבת סיידן מ'מאַכט פריער דעם עירוב,

איז נאָר צו פאַרשטאַרקן די תקנה פון הכנה לשבת כדבעי 27 ).

ו.

עפ"ז וועט זיין פאַרשטאַנדיק נאָך אַן ענין: די גמרא ברענגט צוויי אסמכתות פון פסוק אויפן דין פון עירוב תבשילין:

(א)

„אמר שמואל דאמר קרא 28

זכור את יום השבת לקדשו זכרהו מאחר שבא להשכיחו".

(ב)

„ותנא מייתי לה מהכא את אשר תאפו אפו ואת אשר תבשלו בשלו

(וואָס שטייט בפרשתנו 29 )

מכאן אר"א אין אופין אלא על האפוי וכו' מכאן סמכו חכמים לעירובי תבשילין מן התורה".

אויף „זכרהו מאחר שבא להשכיחו" איז רש"י מפרש: „כשבא יו"ט בערב שבת קרוב שבת להשתכח מחמת יו"ט שמרבה בסעודת היום ואינו מניח לשבת כדי כבודו והזהירך הכתוב לזכרו וכשמערב ערובי תבשילין נמצא שזוכרו וכו'" - וואָס פון פירוש רש"י איז מובן,

אַז די אסמכתא פון פסוק „זכור את יום השבת לקדשו" - „זכרהו מאחר שבא להשכיחו" - איז

(נאָר)

לויטן טעם פון רבא 30 .

ולכאורה איז ניט מובן: די גמרא ברענגט ביידע טעמים

(פון רבא און רב אשי)

בהמשך צו דער אסמכתא פון פסוק „זכור את יום השבת לקדשו"

(און די צווייטע אסמכתא ברענגט די גמרא ערשט נאָכן אַראָפּברענגן ביידע טעמים,

פון רבא און רב אשי)

- היינט פאַרוואָס נעמט אָן רש"י אַז די אסמכתא פון פסוק „זכור את יום השבת לקדשו" איז לויטן טעם פון רבא 31 ?

ועפ"י הנ"ל איז מובן: דער לימוד פון דער צווייטער אסמכתא דריקט אויס די תקנה אין אַן אופן שלילי - „ אין אופין אלא על האפוי כו'": מ'האָט גע'אסרט דעם בישול יו"ט סיידן עס איז דאָ „האפוי" „בחמישי בשבת" 32

; משא"כ דער לימוד פון פסוק „זכור את יום השבת לקדשו" דריקט עס אויס אין אַן אופן חיובי - עס מוז זיין דער „ זכרהו ".

און דעריבער נעמט אָן רש"י אַז די אסמכתא פון „זכור את יום השבת לקדשו" איז לויטן טעם פון רבא אַז די תקנה פון עירוב תבשילין איז אַן ענין חיובי - „כדי שיברור מנה יפה לשבת כו'".

ז.

עפ"י הנ"ל - אַז לויט רבא איז די תקנה פון עירוב תבשילין אַן ענין חיובי פון „ זכרהו מאחר שבא להשכיחו" -קען מען זאָגן,

אַז עס האָט אַן אָרט

(לויט דעם טעם)

צו האַלטן גאַנץ דעם עירוב תבשילין אויך אינעם טאָג פון שבת גופא:

וואָרום הגם אַז ווען מ'ענדיקט צוגרייטן אַלע צרכי שבת איז מען שוין באַוואָרנט פונעם חשש פון „קרוב שבת להשתכח ..

ואינו מניח לשבת כדי כבודו" „ואינו מכלה את הכל ליו"ט כו'"

(און מהאי טעמא מעג מען שוין דאַן עסן דעם עירוב 33 ),

פונדעסטוועגן,

וויבאַלד דער עירוב באַוואָרנט דעם

(ענין חיובי)

„זכרהו",

איז מסתבר אַז דער זכרון מצד העירוב זאָל דויערן אויך אין שבת גופא - ווי דער פשטות המכוון פון „זכור את יום השבת לקדשו",

אַז מ'דאַרף געדענקן שבת אינעם טאָג פון שבת גופא 34 .

בסגנון אחר: וויבאַלד דאָס איז אַ שבת „שבא להשכיחו ",

איז דער „ זכור את יום השבת לקדשו" פון דעם שבת מיט אַ תוספת הדגשה

(אַז דאָס זאָל אויך זיין - דורכן עירוב תבשילין - בשבת ).

וי"ל אַז דאָס איז דער טעם וואָס שטייט אין מהרי"ל

(ביי עירוב תבשילין)

„וטוב להותיר מי"ט לשבת"

(צו האַלטן דעם עירוב „לשבת")

- וואָס פון סתימת לשונו איז משמע אַז דאָס איז ניט

(נאָר)

מצד דעם טעם פון „הואיל ואתעביד בי' מצוה חדא כו'" 35

; און נאָך מער איז עס מובן ממש"כ במנהגים

(פון מהר"א טירנא 36 )

„וישמור העירוב עד שיכנס השבת" - ווייל לויט טעמו של רבא איז דאָס האַלטן דעם עירוב אויף שבת אַ הוספה אין דעם „זכרהו" פון עירוב תבשילין 37 .

ח.

דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק דער דיוק הלשון פון אַלטן רבי'ן אין שו"ע:

ביי עירובי חצרות שרייבט ער: „העירוב אצ"ל קיים אלא ביה"ש וכו' ויש לבצוע עליו בשבת שחרית ..

דהואיל ונעשית בו מצוה אחת יש לעשות בו ג"כ מצוה אחרת" - וואָס פון דעם המשך הלשון איז מובן,

אַז דער הידור פון „לבצוע עליו בשבת שחרית" האָט ניט קיין שייכות צום ענין וגדר פון עירובי חצרות,

נאָר ס'איז אַ זייטיקער ענין אין דער זאַך,

וואָס מ'האָט דערמיט געטאָן א ַמצוה

(„הואיל ונעשית בו מצוה כו'").

משא"כ דאָ ביי עירוב תבשילין איז ער מדייק: „לכתחלה צריך שיהיו הפת והתבשיל שמורים אצלו עד לאחר שתיקן כל צרכי שבת שאז רשאי לאכלם מעיקר הדין ומ"מ מצוה מן המובחר להמתין מלאכול הפת של ע"ת עד אחד מג' סעודות השבת כדי לבצוע עליו ..

שכל דבר שנעשה בו מצוה אחת ראוי לעשות בו מצוה אחרת כו'" - וואָס פון דעם דיוק וקישור הלשון איז מובן,

אַז די הנהגה פון „להמתין מלאכול הפת עד א' מג' סעודות השבת כו'" איז

(ניט נאָר אַ זייטיקער ענין,

כנ"ל,

נאָר אויך)

אַ „מובחר" אין דער „מצוה",

אין דעם ענין פון עירוב תבשילין .

ועפ"י הנ"ל איז עס מובן,

ווייל דורכדעם וואָס מ'נוצט דעם עירוב בפועל פאַר צרכי וסעודת שבת איז מען מקיים דעם „זכרהו" אין אַן אופן פון „מצוה מן המובחר"; און דערפאַר זאָגט דער אַלטער רבי „ומ"מ מצוה מן המובחר להמתין כו'",

ווייל ער פּסק'נט דאָך אַז לכתחילה דאַרף מען זיך נוהג זיין

(אויך)

ווי דער צווייטער טעם

(„להרבות בכבוד שבת") 38 ,

כנ"ל ס"ד.

ט.

לפי ביאור הנ"ל וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער אַלטער רבי ברענגט די הנהגה פון „בוצע" זיין אויפן עירוב ביי דער סעודה שלישית נאָר ביי עירוב תבשילין און ניט ביי עירובי חצרות:

ווי ס'איז מוסבר לעיל,

אַז לויט דעם טעם אַז עירוב תבשילין איז „כדי להרבות בכבוד שבת",

איז אויך דאָס נוצן דעם עירוב לצרכי שבת אַן ענין פון „זכרהו" - קומט אויס,

אַז וואָס מער און לענגער מ'נוצט דעם עירוב ביי די סעודות שבת

(ביי די ערשטע צוויי -ללחם משנה,

און ביי דער דריטער -„לבצוע עליו"),

איז אַלץ מער הדגשה ויתרון אין דעם „זכרהו": יעדער מאָל וואָס מ'עסט די מאכלי שבת וואָס מ'האָט צוגעגרייט יו"ט

(דורכן עירוב),

איז מען מוסיף אין דעם „זכרהו" דורך משתף זיין צו דער סעודה דעם עירוב תבשילין.

אין אַנדערע ווערטער: ווען מ'האַלט דעם עירוב ביי יעדער סעודה,

אויך ביי דער לעצטער סעודה - דער סעודה שלישית,

פאַרבינדט מען דעם „זכרהו" פן דעם עירוב תבשילין מיט „ כל צרכי שבת" ביז די סאַמע לעצטע צרכים,

אויך מיט דער לעצטער סעודה.

במה דברים אמורים - ביי עירוב תבשילין,

וואָס מצד דעם עצם גדר פון

(„זכרהו" ביי)

עירוב תבשילין אין דאָ אַ סברא צו האַלטן דעם עירוב ביז דער סעודה שלישית 39

;

משא"כ ביי עירובי חצרות וואו ס'איז ניטאָ אָט דער טעם וגדר - איז

(לדעת אדמו"ר הזקן 40

ניטאָ קיין סברא צו לאָזן דעם עירוב אויף סעודה שלישית,

ווייל אדרבה,

ס'איז בעסער „לבצוע עליו בשבת שחרית " ווען מ'האָט דערביי דעם קיום מצות אכילת סעודת שבת - אַ סעודה וואָס מוז האָבן פת לכו"ע,

כנ"ל ס"ג 41 .

יו"ד.

די הוראה פון דעם ענין הנ"ל אין עבודת ה':

דער חילוק צווישן שבת און יו"ט איז מבואר אין זוהר 42 ,

אַז שבת ווערט אָנגערופן „קדש" 43

און יו"ט „מקראי קדש" 44 ,

ווייל יו"ט איז מען בלויז „קורא",

„מזמין" 45

די בחי' פון „קודש"

(ד.

ה.

מען איז מזמין דעם „קודש" אין אַן „אָרט"

(זמן)

פון חול ),

משא"כ שבת איז די בחי' פון קדש אַליין 46 .

ד.

ה. 47

: זמן היו"ט מצ"ע - איז שייך עניני חול - און די עבודה פון

(מועדי ה' אשר תקראו אותם,

אתם 48

- אידן דוקא)

באַשטייט אין „מזמין" זיין אין דעם די בחי' פון קדש,

אַז די אכילה וכו' זאָל זיין אין אַן אופן פון „קדש" -„צדיק אוכל לשובע נפשו" 49

; ולכן שבת וואָס איז מיקדשא וקיימא 50

מצ"ע איז כולו קדש ,

„אין בו פסולת כלל" 51 .

משא"כ יו"ט - איז אויב עס פעלט בעבודתו פון דעם אידן

(אפילו באַם יחיד,

אע"פ וואָס דער „תקראו אתם"

(פון בי"ד)

איז געווען בשלמות)

איז דאָ „פרש חגיכם"

(„פרש חגיכם קאמר ולא פרש שבתכם" 52

- די עבודה איז אין אַ טאָג וואָס מצ"ע איז ניטאָ קיין „פרש" ובמילא נאָר „צדיק אוכל לשובע נפשו").

וע"ד דער חילוק צוויישן דעם אופן פון מתקן זיין דעם רע,

ע"ד מעדנים „מדברים חריפים או חמוצים רק שהם מתובלים ומתוקנים כו'" 53 ,

און דעם אופן - אַז ס'איז איבערהויפּט ניטאָ קיין רע,

ע"ד מעדנים „ממאכלים ערבים ומתוקים" 53 .

און דאָס איז דער חילוק

(בפנימיות הענינים)

צווישן די צוויי טעמים אויף עירוב תבשילין: לויטן טעם אַז עס איז „כדי להרבות בכבוד יו"ט" איז תוכן התקנה שלילה,

און לויטן טעם „להרבות בכבוד שבת" - חיוב

(כנ"ל ס"ה בארוכה)

:

וויבאַלד אַז אין דער עבודה פון יו"ט דאַרף מען מברר און מתקן זיין עניני

(וזמן)

חול,

איז אויך די תקנה „להרבות בכבוד יו"ט" בדוגמא לזה - צו באַוואָרענען אַן ענין פון

(חול -)

שלילה; משא"כ לויטן טעם „להרבות בכבוד שבת" - וואָס שבת איז מצ"ע מיקדשא וקיימא,

העכער פון עניני חול,

מצ"ע איז ניטאָ וואָס צו שולל זיין

(סיידן ער בריינגט עס אַריין,

ר"ל,

ע"י מעשה שלו - דחילול

(גם מל' חול 54 )

שבת)

- איז די זאַך פון דער תקנה: להוסיף אור,

אויפטאָן אַן ענין חיובי.

יא.

עפ"ז קען מען אויך מבאר זיין

(עפ"י פנימיות הענינים),

פאַרוואָס דער אַלטער רבי ברענגט די צוויי טעמים אין אַ פאַרקערטן סדר ווי זיי ווערן געבראַכט אין גמרא - פריער דעם טעם „להרבות בכבוד יו"ט",

און דערנאָך - „להרבות בכבוד שבת":

התחלת העבודה

(טעם הא' )

איז די עבודה פון סור מרע

(כולל - בזמן דיו"ט - מחול ),

„להרבות בכבוד יו"ט",

און ערשט דערנאָך קען מען צוקומען צו דעם העכערן אופן העבודה

(טעם הב' )

„ להרבות בכבוד שבת" - ועשה טוב,

כנ"ל.

און דאָס איז אויך די הסברה פאַרוואָס לכתחלה דאַרף מען זיך נוהג זיין „לפי טעם הב'",

אָבער עס איז ניט לעיכובא,

ווי דאָס איז לפי טעם הא'

(כנ"ל ס"ד)

:

דאָס וואָס עס מאָנט זיך פון יעדערן ולעיכובא בכל מקום ובכל זמן ובכל ענין איז סור מרע - די עבודה מוז זיין ביי יעדער איינעם; משא"כ די עבודה פון שלילת מציאות הרע

(ניט נאָר בנוגע זיין מחדו"מ בפועל),

איז ניט יעדער קען עס אויספירן,

און דעריבער איז אין איר ניטאָ דער ענין פון לעיכובא.

וע"ד החילוק בין צדיק ובינוני

(שכל אדם יכול להיות בינוני 55 )

וע"ד החילוק דאתכפיא ואתהפכא.

פונדעסטוועגן דאַרף מען „לכתחלה" זיך נוהג זיין „לפי טעם הב'" - וע"ד המבואר בכ"מ אַז כדי די עבודה פון אתכפיא זאָל זיין כדבעי ובאמיתית,

מוז מען האָבן אויך די עבודה פון אתהפכא 56

(עכ"פ מזמן לזמן)

;

וע"ד המבואר אין קונטרס עה"ח 57

לגבי דעם ענין פון יחו"ע און יחו"ת

[וואָס די עבודה שמצד יחו"ע איז אתהפכא 58 ,

און מצד יחו"ת - אתכפיא],

אַז כדי די עבודה פון יחו"ת זאָל זיין כדבעי ובאמיתית,

מוז מען האָבן דערצו די עבודה פון יחו"ע - אפילו די ביי וועלכע די עבודה פון יחו"ע קען ניט זיין באמיתית אין אַן אופן תמידי.

יב.

דערצו איז מען מוסיף נאָך אַן ענין,

אַז ניט נאָר דאַרף מען זיך נוהג זיין לכתחילה „לפי טעם הב'",

נאָר מ'דאַרף

(עכ"פ אַלס „ויש נוהגין",

וואָס ווערט אָבער געבראַכט אין שו"ע )

נוצן דעם עירוב תבשילין ביי דער סעודה שלישית - וואָס אין דעם זיינען דאָ צוויי קצוות:

דער עירוב גרייט מען צו ערב יו"ט,

גאָר אין תחילת העבודה ווען מ'האַלט נאָך אפילו פאַר דער עבודה פון יו"ט; אָבער לאידך,

האָט יעדער איד דעם כח,

שוין בתחילת

(וההכשר ל)

העבודה,

צו גרייטן זיך

(ניט נאָר צו דרגת שבת בכלל,

נאָר)

אפילו צו דער סעודה שלישית,

וואָס איז,

כידוע 59 ,

די דרגא הכי עליונה אין שבת -

וואָרום הגם אַז ער האַלט נאָך גאָר בתחילת העבודה,

איז אָבער דורך דעם וואָס ער טראַכט און טוט אַ מעשה וואָס איז פאַרבונדן מיט שבת,

ביז - דער סעודה שלישית,

וועט דאָס ביי אים פועל'ן אַז די עבודה,

באַ וועלכע ער האַלט,

זאָל געטאָן ווערן כדבעי ובאמיתית,

און דערנאָך בריינגען צו אַ נאָך העכערע עבודה.

(משיחת שבת בראשית

(התועדות ב' — המשך לשמח"ת*)

תשח"י)

Reader controls and commentary are loading.