B"H
🏡

Ikar

בשלח ג

א.

דעם ערשטן מאָל וואָס אין דער תורה ווערן אָנגעזאָגט די ציווים און דינים פון שבת 1 ,

איז אין אונזער פרשה בשייכות צום מן 2 .

און וויבאַלד אַז אַלע עניני התורה זיינען בתכלית הדיוק,

איז מובן,

אַז דער ענין פון מן און שבת האָבן אַ שייכות

(אין תוכן)

;

און ווי דאָס איז אויך משמע פון דעם וואָס ס’ווערט געבראַכט בשם הרס”ג 3 ,

אַז בשעת מען געפינט זיך בשבת

(אין אַ ווייטן וועג 4 )

און מען ווייס

(דאָרט)

ניט וועלכע פרשה מ’דאַרף לייענען דעם שבת,

זאָל מען לייענען פרשת המן.

נאָכמער: טראָץ דעם וואָס בשבת איז דער מן ניט געקומען,

שטייט אָבער אין זהר 5 ,

אַז אדרבא די ברכה למעלה אויף ירידת המן אין די ששת ימי השבוע איז געווען בשבת; און ווי עס שטייט אויך אין מכילתא 6

- „ברכו במן” 7 .

דאַרף מען פאַרשטיין: אין וואָס באַשטייט דער קשר* 7

צווישן מן און שבת 8 ?

לכאורה: ניט נאָר איז ניט ניכר קיין שייכות צווישן זיי,

נאָר זיי זיינען ענינים וואָס זיינען אינגאַנצן אַנדערש איינער פון צווייטן - די מצות און ענינים פון שבת זיינען פאַראַן אין אַלע זמנים ומקומות,

ירידת המן אָבער איז געווען נאָר אין אַ זמן מסוים און מקום מוגבל - אין די פערציג יאָר און נאָר במחנה ישראל במדבר?

ב.

לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן בפשטות,

אַז די נקודה משותפת פון מן און שבת איז אין דעם,

וואָס אין ביידע איז ניטאָ קיין טירחא און עבודה: דער מן איז געווען „לחם מן השמים”,

מען האָט ניט געדאַרפט אַקערן,

זייען וכו’ אויף צו באַקומען אים; און עד”ז איז ביי שבת,

אַז נוסף אויף דעם איסור צו טאָן מלאכה בשבת,

איז - „משום עונג שבת” - אַ „מצוה שלא להרהר כלל בעסקיו אלא יהא בעיניו כאילו כל מלאכתו עשוי’ ” 9 .

דאָס איז אָבער לכאורה ניט מספיק,

ווייל:

א)

ביי דעם מן געפינט מען דאָך געוויסע טירחות,

ווי די גמרא זאָגט 10

: „צדיקים לחם,

בינונים עוגות,

רשעים טחנו בריחים או דכו במדוכה”,

און אַזוי אויך: „צדיקים ירד על פתח בתיהם בינונים יצאו ללקוט רשעים שטו ולקטו” - ניט ווי דער ענין פון „כל מלאכתו עשוי’” ביי שבת,

אַז אַ איד דאַרף אפילו ניט מהרהר זיין אין זיינע עסקים 11 .

ב)

ולאידך גיסא: די שלילת העבודה בשבת נעמט אַרום אַלע סוגי מלאכה -„כאילו כל מלאכתו עשוי’”,

משא”כ ביי מן איז דאָך ענינו נאָר שלילת הטירחא בשייכות צו מזון האדם.

דערפאַר איז מסתבר,

אַז די שייכות צווישן מן און שבת איז אין דעם פרט פון צוגרייטן די עניני מזון ו אכילה פון שבת.

און ווי דאָס איז אויך מובן פון דעם וואָס דער חיוב פון ג’ סעודות פון שבת,

און אויך פון לחם משנה,

לערנט מען 12

אָפּ פון די פסוקים 13

בנוגע צום מן -„ויאמר משה אכלוהו היום כי שבת היום לה’ היום לא תמצאוהו בשדה”,

„לחם משנה” - ד.

ה.

אַז די עניני אכילה 14

פון שבת לערנט מען אַרויס 15

פון מן 16 .

ג.

אויפן פסוק 17

„הנני ממטיר לכם לחם מן השמים ויצא העם ולקטו דבר יום ביומו למען אנסנו הילך בתורתי אם לא” זאָגט רש”י

[אויף „למען אנסנו”]

: „אם ישמרו מצות התלויות בו שלא יותירו ממנו ולא יצאו בשבת ללקוט”,

אַז דער טעם און מכוון אין ירידת המן איז צו אויספּרואוון „אם ישמרו מצות התלויות בו”,

וואָס די מצות זיינען: שלא יותירו ממנו ולא יצאו בשבת ללקוט.

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות צווישן די צוויי מצות

(א)

„שלא יותירו ממנו

(ב)

ולא יצאו בשבת ללקוט”,

וואָס זיי ביידע זיינען דער „למען”,

דער טעם פון ירידת המן.

ד.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים לבאר דעם חידוש פון מן,

וואָס איז „לחם מן השמים”,

אויף „לחם מן הארץ”:

„לחם מן הארץ” איז פאַרבונדן מיט עבודת האדם: דורך דעם וואָס ער גרייט צו אַ כלי אין דרך הטבע

(חרישה,

זריעה כו’),

איז דער אויבערשטער משפיע „לחם”

(וואָס איז אויך מרמז וכולל -אַלע צרכי האדם)

דורך דעם כלי און לבוש.

משא”כ לחם מן השמים איז ניט תלוי אין אַ כלי פון דרכי הטבע - ס’איז אין דעם ניטאָ קיין עבודת האדם.

ומובן,

אַז בהתאם לזה איז אויך די פעולה אויפן רגש האדם:

„לחם מן הארץ”,

וואָס די ברכת ה’ איז אָנגעטאָן אין דער טבע’דיקער כלי וואָס דער מענטש גרייט צו,

איז

- כאָטש ער ווייס אַז זיין הכנהאַרבעט איז ניט מער ווי אַ כלי און אַ „לבוש” צו דער ברכת ה’ 18

; און נאָכמער - אויך דעם „לבוש” און די „כלי” אין טבע מאַכט ער ניט דערפאַר וואָס טבע פאַרנעמט ביי אים אַן אָרט,

נאָר בלויז ווייל אַזוי איז דער רצון וציווי ה’ 19 ,

אַז „וברכך ה”א” איז דווקא „בכל אשר תעשה” 20

(ניט דורך זיין אַ „יושב ובטל” 21 ),

פונדעסטוועגן -

וויבאַלד אַז לפועל קומט דער „לחם - מן הארץ”,

דורך דעם „לבוש” פון

(ארציות ו)

טבע,

וואָס דער מענטש טוט אויף דורך זיין עבודה און מלאכה -גיט עס אַ אָרט צו מחשיב זיין דעם מענטשנ’ס „אויפטו” פאַר זיין פרנסה.

משא”כ לחם מן השמים,

וואו ס’איז ניט פאַראַן קיין אַריינמישונג פון פעולת האדם 22 ,

דערוועקט עס ביי אים די תנועה פון פאַרלאָזן זיך אינגאַנצן אויפן אויבערשטן.

עפ”ז איז מובן,

אַז דער נסיון „אם ישמרו מצות התלויות בו שלא יותירו ממנו” איז דער טעם - דער מכוון פון ירידת המן,

„לחם מן השמים”: כדי אַרויסצובריינגען

(און דורך דעם „אויספּרואוון”)

ביי אידן דעם שלימות’דיקן בטחון אין דעם אויבערשטן,

אַז זיין גאַנצער לחם

(און אַלע הצטרכיות)

קומט בלויז פון דעם אויבערשטן אַליין,

אָן קיין שום „לבוש” און „פאַרמיטלונג” פון מלאכת האדם - טאָר ניט זיין קיין אָרט אַז דער מענטש זאָל זיך אַליין באַזאָרגן מיט לחם אויף מאָרגן

(„שלא יותירו ממנו”).

און ווי ער זאָגט אין תנחומא 23

„דבר יום ביומו,

מי שברא יום ברא פרנסתו מכאן הי’ ר”א המודעי אומר כל מי שיש לו מה יאכל היום ואומר מה אוכל למחר הרי זה מחוסר אמונה” 24 .

ה.

הגם אַז לחם מן השמים איז בעיקרו ובכללותו ניט אָפּהענגיק אין עבודת האדם - וואָס דערפאַר איז די ירידת המן געווען צוזאַמען מיט ירידת הטל 25 ,

וואָס „טל לא מיעצר” 26

(היות ס’איז ניט תלוי אין עבודת האדם,

כידוע 27 )

- געפינט מען אָבער,

אַז אויך דער מן איז געווען פאַרבונדן מיט טירחת האדם,

ווי געזאָגט פריער

(סעיף ב’)

; און דאָס איז ניט נאָר ביי רשעים און בינונים

(וואָס האָבן געדאַרפט אַרויסגיין אין דרויסן קלייבן),

נאָר אפילו ביי צדיקים,

וואָס דער מן איז „ירד על פתח בתיהם”,

האָבן זיי עכ”פ געמוזט האָבן די טרחא פון צונויפקלייבן דעם מן פון „פתח בתיהם”.

נאָכמער: דאָס גופא,

וואָס עס זיינען פאַראַן חילוקים אין דער טירחא צווישן די דריי דרגות פון אידן,

איז אַ באַווייז אַז די ברכה פון מן איז ניט געווען אינגאַנצן ניט פאַרבונדן מיט עבודת האדם המקבל

(ניט אַזוי ווי „טל”,

וואו ס’איז לחלוטין קיין חילוק ניט צו וועמען ער קומט אָן - עס איז ביי אַלעמען גלייך),

נאָר עס ווענדט זיך,

אין אַ געוויסער מאָס,

אויף וויפל דער „מקבל” האָט זיך צוגעגרייט און איז ראוי צו דעם

(ביי צדיקים - ווינציקער טירחא,

ביי בינונים - מערער,

און ביי רשעים -נאָך מער).

[דערמיט איז אויך מובן דער דיוק הלשון אין פסוק „הנני ממטיר לכם לחם מן השמים” ניט ווי ער זאָגט בפרשת המן

(אין במדבר *27 )

בנוגע צו טל „וברדת הטל” - און לכאורה איז דאָ גאָר אַ סתירה

(בפנימיות הענינים)

: מטר ווייזט אויף אַ השפעה מלמעלה וואָס קומט דורך עבודה דלמטה

(ע”ד ווי מטר כפשוטו,

וואָס ווערט פון „ואד יעלה מן הארץ ” 28 ),

היינט ווי אַזוי איז מתאים דער לשון „ממטיר” ביי „לחם מן השמים”,

וואָס איז ניט תלוי אין דער עבודה פון אתערותא דלתתא?

נאָר די הסברה איז,

כנ”ל: הגם אַז „לחם מן השמים” איז בעיקרו אַ השפעה וואָס איז העכער פון עבודת המקבל

(ע”ד הטל),

קומט עס אָבער אַראָפּ למטה אין אַן אופן

(פון „ממטיר”,

מטר)

וואָס האָט

(אויך)

אַ געוויסע פאַרבונדנקייט מיט עבודת המקבל 29 ].

ו.

דער ביאור אין דעם: דער ענין פון מן,

„לחם מן השמים”,

איז געווען אַ הכנה צו דער כניסה פון אידן אין ארץ ישראל,

וואָס דאָרט איז געווען דער סדר פון „לחם מן הארץ” - ווייל דורכדעם וואָס מען האָט באַוויזן אידן בגלוי ווי זייער פרנסה און הצטרכות ווערט זיי געגעבן נאָר פון דעם אויבערשטן אַליין,

האָט דאָס זיי צוגעגרייט און געגעבן דעם כח,

אַז אויך קומענדיק אין „ארץ נושבת” און אַריבערגייענדיק צום סדר פון „לחם מן הארץ”,

זאָל מען ניט פאַרגעסן ח”ו אַז „הוא הנותן לך כח לעשות חיל” 30 .

נאָך מער: דער „לחם מן השמים” איז ניט בלויז אַ הכנה און נתינת כח,

נאָר ער ווערט נמשך און נרגש אויך אין „ארץ נושבת” - וויבאַלד אַז אידן זיינען בעצם העכער פון וועלט און טבע,

איז דער אמת,

אַז אפילו ווען זיי „קומען אַראָפּ” אין וועלט,

אין אַ סדר העבודה פון „ארץ נושבת” - איז זייער השפעת הפרנסה באמיתית ובפנימיות ניט פאַרבונדן מיט די דרכי הטבע פון „לחם מן הארץ”

[אפי’ ניט אין אַן אופן וואָס טבע בפני עצמו האָט קיין באַטרעף ניט,

עס איז ניט מער ווי אַ „לבוש” צו „ברכת ה’”; און דער לבוש גופא מאַכט ער נאָר דערפאַר וואָס אַזוי איז דער ציווי ה’ כנ”ל - אָבער דאָך איז די השפעה פאַרבונדן מיט טבע,

די ברכת ה’ קומט אָן צום מענטש דורך דער כלי וואָס ער האָט צוגעגרייט],

נאָר אַז אויך דער „לחם”,

די פרנסה „מן הארץ”,

איז אין אַן אופן פון „לחם מן השמים”,

וואָס איז איבערהויפּט ניט געבונדן מיט דרכי הטבע.

און דאָס איז די אמת’ע שלימות הבטחון פון אַ אידן אין אויבערשטן:

ניט נאָר אין פאַל ווען ער זעט ניט קיין אויסזיכט אין דרכי הטבע 31

צו באַקומען פרנסה,

ובמילא איז כאילו קיין ברירה ניטאָ און ער פאַרלאָזט זיך אויפן אויבערשטן אַז ער וועט אים באַזאָרגן זיין פרנסה באופן נסי 32 ,

ווי ירידת המן אין מדבר -

נאָר אפילו ווען ער מאַכט יאָ אַ כלי אין טבע

(ווייל אַזוי האָט דער אויבערשטער געהייסן),

איז ביי אים אָפּגעלייגט אַז זיין פרנסה איז

(בעיקרה)

„לחם מן השמים ” 33

- ניט געבונדן מיט דרכי הטבע; און אַז די הבטחה פון „וברכך ה”א בכל אשר תעשה” מיינט ניט בלויז אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער בענטשט אים איז בערך צו

(די מדידות והגבלות פון)

דער „כלי”

(„תעשה”)

וואָס ער האָט צוגעגרייט

(אפילו ווען ס’איז אין אַן אופן פון „ וברכך ” - ברכה והצלחה)

- נאָר ס’איז באין ערוך 34 ,

אַזוי,

אַז די כלי איז ניט תופס מקום 35 .

ז.

און דאָס איז די הסברה פאַרוואָס דער מן האָט געדאַרפט זיין פאַרבונדן מיט

(עכ”פ קצת)

עבודת וטירחת האדם:

ווען דער „לחם מן השמים” וואָלט אינגאַנצן ניט געווען פאַרבונדן מיט עבודת האדם,

וואָלט עס ניט געהאַט קיין פאַרבונד און ענליכקייט מיט „לחם מן הארץ” ובמילא וואָלט געבליבן אַ מקום לטעות: ביי „לחם מן השמים” וואָס איז אינגאַנצן ניט תלוי אין דער הכנה ועבודה מצד דעם מקבל,

פאָדערט זיך דער פולער בטחון און פאַרלאָזן זיך אויף דעם אויבערשטן; משא”כ „לחם מן הארץ”,

וויבאַלד אַז תורה אַליין זאָגט 36

אַז שש שנים תזרע שדך גו’ - דאָ איז נויטיג די עבודה פונעם מענטשן,

איז דערפון גופא אַ הוכחה אַז צוגרייטן די כלי אין טבע האָט אַ „תפיסת מקום” אין דער השפעת הפרנסה.

און דערפאַר איז אויך דער „לחם מן השמים” געווען אין אַן אופן פון „ ממטיר ”,

אַז עס זאָל זיין דורך טירחה

(הנ”ל,

עכ”פ)

ועבודת האדם - וואָס דאָס באַווייזט,

אַז אויך דאָרט וואו עס איז פאַראַן עבודת האדם ,

זאָל דערהערט ווערן,

אַז די השפעה מלמעלה איז

(כלל ניט געבונדן מיט דער עבודה פון אדם,

נאָר ס’איז)

לחם מן השמים 37 .

און דאָס איז די נתינת כח אַז אויך אַריינקומענדיק אין ארץ נושבת,

זאָל זיך אָפּלייגן ביי אַ אידן 38 ,

אַז אויך דער דאָרטיקער סדר העבודה,

פון „לחם מן הארץ” איז בפנימיותו - לחם מן השמים 39 .

ח.

דערמיט וועט ווערן פאַרשטאַנדיק אַ דבר פלא וואָס מען געפינט ביי ברכת המזון:

די ערשטע ברכה,

ברכת „הזן” האָט משה רבינו מתקן געווען „בשעה שירד להם המן”; די צווייטע ברכה,

ברכת הארץ - „יהושע תיקן להם”,

ווען מ’איז אריין אין ארץ ישראל 40 .

ולכאורה שטעלט זיך די שאלה: „ברכת המזון” איז ענינה וואָס אַ איד דאַנקט און לויבט דעם אויבערשטן פאַר דעם מזון וואָס ער האָט אים איצט געגעבן - ווי קומט עס אַז ברכת הזן וואָס מיר מאַכן אויף דעם

(וואָס איז - לחם מן הארץ)

איז דער נוסח וואָס משה האָט מתקן געווען אויף ירידת המן - „לחם מן השמים” 41 .

נאָכמער: די ערשטע ברכה לערנט מען אָפּ 42

פון פסוק 43

„ואכלת ושבעת וברכת זו ברכת הזן שהיא על אכילה ושביעה ” 44 ,

און די צווייטע ברכה „על הארץ זו ברכת הארץ” 44

; וואָס דאָס מיינט בפשטות אַז די הודאה ביי דער צווייטער ברכה „על הארץ ועל המזון”,

איז ניט אויף אכילה ושביעה

(ווייל דאָס איז דאָך שייך צו ברכת הזן: „על אכילה ושביעה ”),

נאָר אויפן ארץ - מיר דאַנקען דעם אויבערשטן וואָס די ארץ איז אַזאַ וואָס איז „מפקא מזון” 45

[וע”ד ווי ביי דער ברכה שלישית,

בונה ירושלים].

איז דאָך תמוה ביותר: ווי קומט עס,

וואָס די הודאה אויף

(אונזער)

„אכילה ושביעה” ווערט נכלל דוקא אין דער

(ערשטער)

ברכה,

וואָס איר יסוד און תוכן איז לחם מן השמים

(מן)?

אָבער לויט ווי ס’האָט זיך פריער גערעדט,

איז עס מובן 46

: דער לחם מן הארץ - כולל דאָס וואָס דער אויבערשטער בענטשט דעם ארץ אַז עס זאָל זיין „ארץ דמפקא מזון” - איז אין דער אמת’ן בלויז אַ לבוש צו דעם שרש ומקור פון זייער מזון

(פרנסה),

וואָס דאָס איז „לחם מן השמים ”;

און וויבאַלד אַז אַ איד אַנערקענט דעם אמת אַז

(דער שרש פון)

זיין מזון איז ניט אָפּהענגיק פון זיין הכנה און מלאכה,

אפילו ניט פון די לבושי הטבע אַלס כלי צו ברכת ה’ - עס איז דורכאויס לחם מן השמים - איז מובן אַז דער נוסח פון ברכת הזן אויף זיין אכילה ושביעה איז דער נוסח פון דער ברכה אויף „לחם מן השמים”,

וואָרום דאָס איז דער אמת’ער מקור פון זיין אכילה ושביעה; און ערשט דערנאָך דאַנקט ער דעם אויבערשטן אויף דעם וואָס ער „בענטשט” די כלי און לבוש אין טבע

(„וברכך ה”א בכל אשר תעשה”)

- ברכת הארץ,

ארץ דמפקא מזון.

ט.

ע”פ כהנ”ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות צווישן מן און שבת:

די אַלע פרטים הנ”ל אין מן:

(א)

ער איז „לחם מן השמים” בגילוי - עס ווייזט אָפן־קלאָר אַז מען דאַרף זיך פאַרלאָזן אינגאַנצן אויף דעם אויבערשטן,

ווייל אַלץ ווערט געגעבן פון דעם אויבערשטן אַליין;

(ב)

עס איז אָבער פאַרבונדן אויך מיט טירחת האדם,

עבודת המקבל; און

(ג)

דאָס גיט אַ כח אַז אויך אינעם סדר פון לחם מן הארץ

(וואו בגילוי איז עס פאַרבונדן מיט „ארץ” און „טבע”)

זאָל מען וויסן אַז בשרשו ובפנימיותו איז עס לחם מן השמים -

זיינען זיי אויך פאַראַן אינעם תוכן הענין פון שבת:

(א)

וועגן די צרכים פון שבת 47

זאָגן חז”ל 48

„לוו עלי ..

והאמינו בי ואני פורע”,

ד.

ה.

אַז אויך ווען מ’האָט ניט,

ח”ו,

מיט וואָס צו קויפן די צרכי השבת,

און אפילו ניט קיין אויסזיכטן שפעטער צו פאַרדינען און באַצאָלן די הלואה 49

- דאַרף מען זיך אינגאַנצן פאַרלאָזן אויפן אויבערשטן,

„לוו עלי ..

ואני פורע” 50 .

ווייל די צרכי השבת קומען על דרך „לחם מן השמים” - בלי עבודת המקבל.

(ב)

לאידך,

איז עס דאָך בפשטות פאַרבונדן מיט דער טירחא פון „לוו”; און נאָכמער: דער דין איז געזאָגט געוואָרן דווקא ווען ער האָט חפצים,

וואָס דעמאָלט „ימשכנם וילוה עליהם”; אויב אָבער „אין לו משלו” איז „לא ילוה ושהקב”ה יפרע” 51 ,

ד.

ה.

כאָטש אַז אויך ווען ער האָט חפצים צו פאַר’משכון’נען,

איז ניט זיין כוונה צו באַצאָלן דעם חוב מיט’ן משכון ,

נאָר,

ווי דער לשון חז”ל „לוו עלי ואני פורע” 52

- אַז „ הקב”ה ימציא לו לפרוע” 53

-פונדעסטוועגן,

פאָדערט זיך פאָרט אַ באַשטימטע

(טירחא און)

„כלי” מצד דעם אדם,

ער מוז האָבן עכ”פ „חפצים” וואָס „ילוה עליהם” 54 .

(ג)

דער עילוי פון שבת טוט אויף און איז משפיע אין די ששת ימי החול: דורך דעם וואָס אַ איד האָט דעם פולן בטחון בה’,

אַז „הקב”ה ימציא לו לפרוע” און ער זעט ווי דער אויבערשטער בענטשט זיין „טירחא” פון „לוו עלי”

(דורך דער „כלי” - די „חפצים”)

ניט ע”פ דרכי הטבע - איז אויך זיין עסק בששת ימי החול אין אַן אופן וואָס ער אַנערקענט,

אַז די פרנסה וואָס ער באַקומט דורך זיין אויסהאָרעווען אַ כלי אין טבע,

איז עס אין דער אמת’ן אַן ענין פון „אני פורע” - דער אויבערשטער איז אים ממציא

(בדרך מציאה)

זיין פרנסה אין אַן אופן פון למעלה מדרך הטבע

(מער ניט וואָס די ברכה שלמעלה מהטבע איז אָנגעטאָן אין אַ לבוש פון טבע 55 ).

יו”ד.

לויט דעם קען מען מסביר זיין דאָס וואָס עס איז פאַרשטאַנדיק פון זהר 56

אויפן פסוק „אל יותר ממנו עד בקר”,

אַז אַלע ששת ימי השבוע ווערן געבענטשט מיט מן פון שבת „ בגין דלא יהיב ולא יוזיף יומא דא לחברי’”.

ולכאורה: וואָס איז די שייכות צווישן די ביידע ענינים,

אַז וויבאַלד די השפעת המן איז בשבת,

דעריבער טאָר מען ניט ניט איבערלאָזן פון איין טאָג אויפן צווייטן 57 ?

וע”פ הנ”ל איז דאָס מובן: דאָס וואָס די ברכה מלמעלה אויף השפעת המן ווערט אויפגעטאָן בשבת,

איז ווייל ענינו פון מן איז אַ השפעה פון אויבערשטן וואָס איז ניט מלובש אין די כלים ולבושים פון טבע,

פּונקט ווי דאָס איז ענינו פון שבת,

כנ”ל בארוכה

(ובמילא איז אויך זמנו למעלה כפשוטו אויך בשבת).

און דעריבער דאַרף דאָס זיין באופן כזה אויך ווען די השפעת המן קומט אַראָפּ למטה: אין דער השפעה דאַרף ניט זיין אַריינגעמישט די חשבונות פון דעם מענטשן ע”פ טבע,

וואָס דריקט זיך אויס אין דעם וואָס מ’לאָזט איבער פון איין טאָג אויפן צווייטן.

יא.

אעפ”כ איז בשבת געווען די ברכה והשפעת המן בלויז למעלה ,

משא”כ למטה איז לא ירד המן -וואָרום דאָס וואָס מען געפינט ביי מן דעם ענין פון „מטר”

(ניט ווי „טל”),

אַז עס איז פאַרבונדן מיטן מקבל

(כנ”ל דער חילוק פון צדיקים,

בינונים כו’),

איז דאָס ווי דער מן איז „יורד” ממדריגתו און ווערט נשפע למטה; אָבער ווי דער ענין פון מן איז „במקומו”

(בבחי’ שבת)

איז ער אינגאַנצן העכער פון שייכות מיט וועלכער עס איז פעולה פון מקבל.

ועד”ז בשבת כפשוטו: דאָס וואָס מ’דאַרף האָבן אַ משכון כדי עס זאָל זיין „ לוו עלי כו’ והאמינו בי ואני פורע” איז דאָס פאַר שבת

(אויף די צרכי השבת),

אָבער בשבת עצמו דאַרף זיין „כל מלאכתו עשוי’”,

און אפי’ „שלא להרהר כלל בעסקיו”.

און דעריבער איז דער ענין פון „ולא יצאו בשבת ללקוט” איינע פון די „מצות התלויות בו”,

וועלכן דריקט אויס דעם טעם ותוכן פון ירידת המן - וואָרום ביום השבת איז אויך דאָ למטה מאיר די בחי’ פון „מן” ווי דאָס איז „במקומו”,

און דעריבער דאַרף זיך אָנהערן באַ יעדן איינעם אַז אין דעם קען ניט זיין קיין שום אַריינמישונג פון דעם מענטשן,

אפילו ניט אַ תנועה פון „קבלה”

(ליקוט)

ווי בששת ימי החול - „ולא יצאו בשבת ללקוט”.

(משיחות

(ומאמר* )

ט”ו בשבט תשל”ז,

ש”פ בראשית תשל”ג)

Reader controls and commentary are loading.