א.
אין פירוש רש”י אין דער היינטיקער סדרה געפינט מען אַ דבר פלא: רש”י שטעלט זיך אָפּ אויפן זעלבן ענין צוויי מאָל,
חזר’ט איבער נאָכאַמאָל אַ טייל פון דעם פריערדיקן פירוש מיט אַלע פרטים - און אין צוגאָב צו דעם - אין צוויי פסוקים וועלכע שטייען גלייך איינער נאָכן צווייטן!
אין ענטפער אויף די תלונות פון אידן
(נאָכדעם ווי „כלה הלחם” 1 )
- „מי יתן מותנו גו’ בשבתנו על סיר הבשר באכלנו לחם לשובע גו’” 2
- זאָגט דער פסוק 3
: ויאמר משה ואהרן אל כל בנ”י ערב וידעתם כי ה’ הוציא אתכם מארץ מצרים.
ובקר וראיתם את כבוד ה’ בשמעו את תלונותיכם על ה’ גו’.
איז רש”י מסביר 4
: „..
כך אמר להם,
ערב וידעתם כי היכולת בידו ליתן תאותכם ובשר יתן אך לא בפנים מאירות יתננה לכם כי שלא כהוגן שאלתם אותו ומכרס מלאה,
והלחם ששאלתם לצורך בירידתו לבקר תראו את כבוד אור פניו שיורידהו לכם דרך חיבה בבקר שיש שהות 5
להכינו וטל מלמעלה וטל מלמטה כמונח בקופסא 6
”.
אין דעם פסוק גלייך נאָכדעם שטייט: ויאמר משה בתת ה’ לכם בערב בשר לאכול ולחם בבקר לשבוע בשמוע ה’ את תלונותיכם אשר אתם מלינים עליו גו’.
פרעגט רש”י
(נאָכן מפרש זיין „בשר לאכול,
ולא לשובע למדה תורה דרך ארץ שאין אוכלין בשר לשובע” 7 )
: „ומה ראה להוריד לחם בבקר ובשר בערב
(און פאַרענטפערט)
לפי שהלחם שאלו כהוגן ..
אבל בשר שאלו שלא כהוגן ..
לפיכך נתן להם בשעת טורח שלא כהוגן”.
איז תמוה: פאַרוואָס חזר’ט עס רש”י איבער אַ צווייטן מאָל 8 ?
ב.
לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן,
אַז די צוויי פירושי רש”י ריידן וועגן באַזונדערע ענינים 9
:
דעם ערשטן מאָל - קומט רש”י פאַרענטפערן פאַרוואָס ביי נתינת לחם
(בקר)
שטייט „וראיתם גו’” און ביי בשר
(ערב)
שטייט „וידעתם גו’” - און איז מסביר דעם חילוק אין דעם אופן הנתינה: דער בשר איז געגעבן געוואָרן „ לא בפנים מאירות”
(ס’איז דערביי ניטאָ ראיית „כבוד ה’”),
און דער לחם איז געגעבן געוואָרן אין אַן אופן אַז „בירידתו ..
תראו את כבוד אור פניו ..
דרך חיבה כו’”;
דעם צווייטן מאָל - קומט ער מסביר זיין דעם טעם החילוק אין זמן הנתינה 10
[„מה ראה להוריד לחם בבקר ובשר בערב”]
- אַז דער לחם
(וואָס „שאלו כהוגן”)
וועט זיין בבקר דערפאַר וואָס דאָס איז אַ זמן „הגון”,
און דער בשר
(וואָס „שאלו שלא כהוגן”)
וועט זיין בערב - „בשעת טורח שלא כהוגן”.
אָבער דאָס איז ניט מספיק.
ווייל
[נוסף אויפן עיקר ,
אַז דאָס פאַרענטפערט ניט פאַרוואָס רש”י דאַרף איבערחזר’ן די פרטים וואָס ער האָט שוין געזאָגט אין ערשטן פירוש
(אַז די שאלת לחם איז געווען כהוגן און די שאלת בשר שלא כהוגן וכו’)
- איז]
פון דעם וואָס רש”י זאָגט
(גלייך אין ערשטן פירוש)
אַז „והלחם ששאלתם לצורך ..
(ש)
יורידהו לכם דרך חיבה בבקר שיש שהות להכינו 11
כו’”,
איז מוכח,
אַז שוין אין ערשטן פירוש איז דאָ אַ טעם פאַרוואָס „הוריד לחם בבקר
(ובשר בערב)
”; און
[ניט נאָר ווייל „ערב” איז מרמז אויף „פנים חשיכות”
(„לא בפנים מאירות”)
און „בקר” -אויף „פנים מאירות” 12
- נאָר]
טאַקע צוליבן זעלבן ענין וואָס רש”י זאָגט אין צווייטן פירוש,
אַז „בקר” איז אַ זמן וואָס „יש שהות להכינו”
(און פון דעם איז שוין במילא פאַרשטאַנדיק,
אַז דער געבן בשר בערב איז ווייל
(אַלס תוצאה פון „לא בפנים מאירות יתננה לכם”,
איז דער זמן הנתינה אַזאַ וואָס)
דעמאָלט איז ניטאָ קיין „שהות להכינו”)
-
און וויבאַלד אַז אויך דער חילוק צווישן בשר ולחם
(צי ס’איז געגעבן געוואָרן בשעת טורח אָדער ניט)
איז שוין נכלל אין ערשטן פירוש רש”י,
איז הדרא קושיא לדוכתא: פאַרוואָס דאַרף רש”י דאָס איבער’חזר’ן?
און נאָך מער: ער הויבט אָן דעם צווייטן פירוש בלשון שאלה „ ומה ראה להוריד לחם בבקר ובשר בערב”: אפילו ווען ס’איז נויטיק צו איבער’חזר’ן דעם פירוש נאָכאַמאָל - איז אָבער ניט מתאים צו פרעגן „ומה ראה כו’”,
נאָכדעם ווי ער האָט דאָס ערשט מסביר געווען אין דעם פריערדיקן פסוק?
ג.
אין די צוויי פירושי רש”י,
זיינען אויך דאָ כו”כ שינויי ודיוקי לשונות,
איז די שאלה כללית: וואָס איז דער טעם פון די שינויים ודיוקים?
און נאָכמער: בהשקפה ראשונה איז די סברא מחייב,
אַז בכמה מהם האָט בדוקא געדאַרפט שטיין בהיפך:
א)
וויבאַלד רש”י טייטשט אויס אין ערשטן דיבור אַז די „פנים מאירות” ביים געבן דעם לחם איז אין דעם וואָס דאָס וועט געגעבן ווערן „בבקר שיש שהות להכינו” - האָט ער דאָרט געדאַרפט זאָגן בנוגע דעם בשר,
אַז דער „ לא בפנים מאירות” איז אין דעם וואָס עס וועט זיין נתינתו בערב „בשעת טורח” - פאַרוואָס זאָגט רש”י דעם ענין ערשט אין צווייטן דיבור?
ב)
בפשטות איז דער סדר,
אַז פריער דערציילט מען אַ זאַך מיט אַלע נייטיגע פרטים,
און ביים איבער’חזר’ן באַנוגנט מען זיך מיט אַ קיצור פון דעם; בנדו”ד אָבער,
בנוגע דער הסברה פון „לחם שאלו כהוגן” און „בשר שאלו שלא כהוגן”,
זעט מען אין די פירושי רש”י אַ פאַרקערטן סדר:
אין ערשטן דיבור זאָגט ער בקיצור,
אַז „הלחם ששאלתם לצורך ..
ובשר שלא כהוגן שאלתם אותו ומכרס מלאה”; און אין צווייטן דיבור איז רש”י מאריך ומסביר: שהלחם שאלו כהוגן שאי אפשר לו לאדם בלא לחם 13 ..
בשר שאלו שלא כהוגן שהרבה בהמות היו להם ועוד שהי’ אפשר להם בלא בשר .
ג)
אין ערשטן דיבור איז רש”י מסביר פריער וועגן בשר און דערנאָך וועגן לחם - מתאים צום סדר אין פסוק „ערב וידעתם גו’ ובקר וראיתם גו’” -משא”כ אין צווייטן דיבור איז רש”י מהפך דעם סדר „ומה ראה להוריד לחם בבקר
(און דערנאָך )
ובשר בערב”
[און אַזוי אויך אין אויספיר „לפי שהלחם שאלו כהוגן כו’
(און דערנאָך)
אבל בשר כו’”] 14
; וביותר קשה: דאָס איז היפך פון דעם סדר אין דעם פסוק גופא: בתת ה’ לכם בערב בשר לאכול
(און דערנאָך)
ולחם בבקר לשבוע גו’.
ד.
נוסף אויף דעם וואָס אין צווייטן דיבור איז רש”י מער מאריך ווי אין ערשטן,
זיינען אויך דאָ אין זיי
(בנוגע דער הסברה בענין הבשר)
שינויים אין לשון
(ומשמעות)
:
א)
פון לשון רש”י
(אין ערשטן דיבור)
„כי שלא כהוגן שאלתם אותו ו מכרס מלאה” - איז מוכח 15 ,
אַז „ומכרס מלאה” איז ניט קיין נתינת טעם פאַרוואָס זייער שאלה איז „שלא כהוגן”,
נאָר אַ טעם נוסף פאַרוואָס די שאלת בשר האָט ניט געטויגט; און ווי מפרשים 16
זיינען מסביר,
אַז מיט „שלא כהוגן” מיינט רש”י אַז די שאלה איז געווען „שלא לצורך”,
ווייל „הי’ אפשר להם בלא בשר”
(ווי רש”י זאָגט אין צווייטן דיבור),
„ומכרס מלאה” מיינט
(ווי רש”י זאָגט אין צווייטן דיבור)
„שהרבה בהמות היו להם” 17
-
דאַרף מען פאַרשטיין: אין ערשטן דיבור פון רש”י איז „שלא כהוגן”
(וואָס מיינט „הי’ אפשר להם בלא בשר” כנ”ל)
פריער פון „ומכרס מלאה”,
און אין צווייטן דיבור איז ער מהפך דעם סדר - פריער „שהרבה בהמות היו להם” און דערנאָך „שהי’ אפשר להם בלא בשר”?
ב)
אין ערשטן דיבור זאָגט רש”י „ ו מכרס מלאה” - מיט אַ וא”ו המוסיף
(אַז דאָס איז אויך אַן עיקר טעם),
און אין צווייטן דיבור זאָגט ער „שהרבה בהמות היו להם ועוד שהי’ אפשר להם כו’” -וואָס איז מדגיש אַז דאָס קומט ווי אַ טפל צום עיקר טעם
(„שהרבה בהמות היו להם”).
ג)
אין ערשטן דיבור איז דער לשון „ומכרס מלאה” סתם - ניט דערמאָנענדיק מיט וואָס ס’איז „מלאה” 18
- משא”כ אין צווייטן דיבור איז דאָס מפורט „שהרבה בהמות היו להם”.
ה.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ תמי’ כללית אין די עטלעכע פסוקים - פריער שטייט אין פסוק 3
„ויאמר משה ואהרן ..
ערב וידעתם גו’ ובקר וראיתם גו’” און גלייך נאָכדעם שטייט „ויאמר משה בתת ה’ לכם בערב בשר לאכול ולחם בבקר לשבוע גו’”:
פאַרוואָס איז דער ענין פאַנאַנדערגעטיילט אין צוויי באַזונדערע אמירות - פריער אַן אָנזאָג סתם „ערב וידעתם גו’ ובקר וראיתם גו’”
(ניט אויסטייטשנדיק דורך וואָס וועט זיין דער „וידעתם גו’ וראיתם גו’”),
און דערנאָך אין אַ באַזונדערער אמירה - באופן מפורט „בתת ה’ לכם בערב בשר לאכול ולחם בבקר לשבוע גו’” 19
-
און ניט ביידע צוזאַמען אין איין דיבור: „בתת ה’ לכם בערב בשר לאכול וידעתם גו’ ולחם בבקר לשבוע וראיתם גו’”?
אע”פ אַז מ’געפינט בכמה מקומות אַז פריער זאָגט מען אַן ענין בכללות און דערנאָך איז מען עם מפרט לפרטיו -איז אָבער דאָ שווער אַזוי צו לערנען,
ווייל
[נוסף אויף דעם,
וואָס בנדו”ד
(א)
וואָלט מען פאַרשפּאָרט די גאַנצע צווייטע אמירה דורך צוגעבן בלויז עטלעכע ווערטער אין ערשטער אמירה.
(ב)
דאָס פאַרענטפערט ניט פאַרוואָס עס ווערט איבער’גע’חזר’ט דער צווייטער טייל פסוק
(„בשמוע ה’ את תלונותיכם גו’ ונחנו מה גו’”)
וואָס שטייט שוין בפירוש אין פריערדיקן פסוק
(„בשמעו את תלונותיכם גו’ ונחנו מה גו’”)
-איז]
פון דעם וואָס אין ערשטער אמירה שטייט „ויאמר משה ואהרן ” און אין צווייטער אמירה „ויאמר משה”
( אַליין )
איז מוכח,
אַז דאָס זיינען צוויי באַזונדערע ענינים: די ערשטע אמירה איז אַן ענין וואָס האָט אַ שייכות צו משה און צו אהרן,
און די צווייטע - נאָר צו משה’ן 20 ,
כדלקמן.
ו.
איז דער ביאור בכל זה:
אין דער כללות’דיקער התלוננות פון די אידן
(צוליב דעם וואָס „כלה הלחם”)
זיינען דאָ צוויי ענינים אויף וועלכע דער אויבערשטער האָט געענטפערט:
א)
וועגן באַזאָרגן די צרכים
(גשמים)
פון אידן - דורך קובע זיין וואָס ס’איז נויטיק פאַר זיי און וואָס ס’איז ניט נויטיק
[וואָס דאָס איז דער חילוק צווישן לחם ובשר,
כדלקמן סעיף ט’]
;
ב)
וועגן באַוואָרענען און מתקן זיין די הנהגה פון אידן בנידון זה - היות אַז די תלונות פון אידן האָבן באַוויזן אַז זיי זיינען אין אַ מצב רוחני וואָס פאָדערט תיקון 21 .
און דאָס איז דער חילוק כללי צווישן די צוויי אמירות
(ופירושי רש”י)
:
אין ערשטער אמירה האָבן משה ואהרן איבערגעגעבן אידן ווי דער אויבערשטער וועט זיך פירן מיט זיי אויף צו פאַרבעסערן זייער הנהגה ,
וואָס דער ענין איז שייך צו משה און צו אהרן,
היות אַז צו זיי ביידע האָט דער אויבערשטער געזאָגט הוציאו את בנ”י מארץ מצרים על צבאותם 22
און זיי ביידע האָבן געהאַט דעם תפקיד צו מדריך זיין אידן בדרך הישר;
אין צווייטער אמירה אָבער רעדט זיך וועגן דעם ווי דער אויבערשטער וועט געבן אידן זייערע צרכים - „בערב בשר לאכול ולחם בבקר לשבוע”; און דער ענין איז שייך צו משה’ן,
ער איז דער רועה ישראל וואָס באַזאָרגט אידן מיט זייערע צרכים - „כאשר ישא האומן את היונק” 23 .
און דערפאַר האָט ניט קיין אָרט,
אַז דער ענין פון „בתת ה’ גו’ בשר גו’ ולחם גו’” זאָל שטיין אין ערשטער אמירה,
ווייל דאָרט ווערט ניט גערעדט וועגן די צרכים וואָס אידן וועלן באַקומען,
נאָר אַן ענין פון הוראה ומוסר וועגן דער הנהגה פון אידן.
ז.
די תלונות פון אידן האָבן באַוויזן אויף אַ דבר והיפוכו:
פון איין זייט,
איז זייער בעטן לחם ובשר געווען אין אַן אופן פון תלונה 24 ,
וואָס דאָס איז אַ באַווייז אויף אַ מצב שלא כדבעי.
לאידך אָבער,
איז מודגש אין תוכן התלונות - אין זייער מאָנען ביים אויבערשטן זייערע צרכים - אַז זיי גלויבן אַז דער אויבערשטער קען זיי דאָס געבן און אַז ער איז דער זן ומפרנס לכל,
ביי וועמען מ’דאַרף דאָס בעטן און מאָנען 25 .
און בהתאם צו די צוויי ענינים
(וואָס די תלונות ברענגען אַרויס)
זיינען געקומען די צוויי אמירות,
וואָס זאָגן אָן צוויי אופני הנהגה פון אויבערשטן מיט אידן:
אויף זייער תלונה וטענה „מי יתן מותנו גו’ בארץ מצרים גו’ כי הוצא תם אותנו אל המדבר גו’”,
איז געווען דער ענטפער אַז „ערב וידעתם כי ה’ הוציא אתכם מארץ מצרים”: דער אויבערשטער וועט
(שולל זיין די תלונה הנ”ל און וועט)
באַווייזן „כי ה’ הוציא אתכם מארמ”צ” 26
(און אַז ער פירט זיי אין מדבר)
;
און אַלס ענטפער אויף זייער תלונה ותביעה,
אַז דער אויבערשטער דאַרף זיי זן ומפרנס זיין,
וואָס דאָס דריקט אויס זייער אמונה אין אים - וועט זיין די הנהגה
(מדה כנגד מדה)
פון „וראיתם את כבוד ה’”: דער אויבערשטער וועט זיי באַווייזן „כבוד ה’”.
[דערמיט איז פאַרענטפערט וואָס די ווערטער „בשמעו את תלונותיכם על ה’ גו’” שטייען בהמשך צו „ובקר וראיתם את כבוד ה’” - דלכאורה איז דאָס
(„בשמעו את תלונותיכם גו’”)
אַ טעם אויף להיפך 27
;
נאָר ווייל מיט די ווערטער האָבן משה ואהרן
(בעיקר)
געמיינט צו מדגיש זיין די צופרידנקייט פון אויבערשטן ביים „הערן” אין זייערע תביעות
(„ בשמעו את תלונותיכם
(אשר 28 )
על ה’”)
זייער אמונה אַז ער איז דער זן ומפרנס לכל וואָס דאַרף זיי צושטעלן זייערע צרכים,
און דערפאַר - „וראיתם את כבוד ה’” 29 ].
ח.
ע”פ כהנ”ל וועט ווערן פאַרשטאַנדיק דער חילוק צווישן די צוויי פירושי רש”י הנ”ל - בהתאם צום חילוק הנ”ל צווישן די צוויי אמירות:
אין ערשטער אמירה איז רש”י אויסן צו מבאר זיין די שייכות פון „וידעתם גו’ וראיתם גו’”
[די צוויי אופני הנהגה פון אויבערשטן מיט אידן]
צו די צוויי נתינות פון בשר און לחם
[וואָס דערפאַר איז „ערב
(דוקא)
וידעתם גו’” -דורך נתינת הבשר,
„ובקר
(דוקא)
וראיתם גו’” - דורך נתינת הלחם]
:
די תלונות פון אידן
(„מי יתן מותנו גו’”)
- וואָס האָבן אַרויסגערופן דעם ענטפער וענין פון „וידעתם כי ה’ הוציא אתכם מארמ”צ” - האָבן זיך אויסגעדריקט אין זייער בעטן בשר ,
וואָס „ שלא כהוגן שאלתם אותו כו’”,
און דעריבער איז די נתינה געווען אין אַן אופן פון „לא בפנים מאירות”;
און זייער בקשת לחם וואָס איז געווען „ לצורך ”,
איז אַ תוצאה פון זייער אמונה
(אַז דער אויבערשטער איז מספיק זייערע צרכים) 30 ,
און דעריבער -„בירידתו לבקר תראו את כבוד אור פניו”.
[און היות אַז עס איז אַ חידוש צו זאָגן אַז דער מילוי פון בקשת לחם
(נתינת המן)
איז געווען „בפנים מאירות” -וואָרום כללות הבקשה פון די אידן
(אויך אויף לחם)
איז געווען אין אַן אופן פון „וילונו גו’” - דעריבער איז רש”י מפרש ומסביר אין וואָס עס האָט זיך אָנגעזען די חיבה פון אויבערשטן בירידת המן:
(א)
בבקר שיש שהות להכינו און
(ב)
טל מלמעלה וטל מלמטה כמונח בקופסא.
משא”כ בנוגע „בשר” זאָגט רש”י סתם „לא בפנים מאירות יתננה לכם” - ניט אויסטייטשנדיק דערביי ווי אַזוי דאָס האָט זיך אויסגעדריקט אין פועל ממש
(ביי נתינת הבשר)
- ווייל אין דעם פסוק איז ניט נוגע צו ריידן וועגן דעם אופן פון נתינת הבשר ,
נאָר בלויז אַרויסברענגען דעם פרט אַז די נתינה איז געווען פאַרבונדן מיט ניטצופרידנקייט 31
(„לא בפנים מאירות”)].
משא”כ אין פירוש רש”י אויפן פסוק „בתת ה’ לכם גו’” - וואו עס רעדט זיך ווי דער אויבערשטער וועט באַזאָרגן די צרכים פון אידן - איז כוונתו צו מבאר זיין ווי דער חילוק צווישן נתינת לחם בבקר און בשר בערב איז נוגע אויך אין דעם ענין,
אַז לויט דער נויטיקייט פון זייערע בקשות,
איז געווען דער חילוק אין דעם אופן ווי מ’האָט זיי ממלא געווען:
דער לחם וואָס „שאלו כהוגן” האָט דער אויבערשטער געגעבן בבקר
(אין אַ באַקוועמער צייט „שיש שהות להכינו” 32 ),
און דעם בשר וואָס „שאלו שלא כהוגן” - „נתן להם בשעת טורח”.
ט.
עפ”ז וועט ווערן פאַרשטאַנדיק בפשטות די חילוקי לשונות אין רש”י:
אין ערשטן דיבור איז רש”י סותם אַז בשר „שלא כהוגן שאלתם אותו ומכרס מלאה ..
והלחם
(ש)
שאלתם לצורך”,
ווייל ער מיינט ניט צו מבאר זיין די טעמים פאַרוואָס די בקשה איז געווען לצורך אָדער ניט - דאָ איז נאָר נוגע דער גדר הבקשה: די שאלת לחם איז געווען אַן ענין רצוי
(וויבאַלד עס איז „לצורך”),
און דערפאַר האָט עס געבראַכט „וראיתם את כבוד ה’”; און די שאלת בשר איז געווען
(א)
שלא כהוגן
(מיט תלונות כו’),
און
(ב)
„מכרס מלאה” - וואָס בעטן בשר בשעת מ’האָט אַ „ כרס מלאה ” ווייזט אויף אַ שפל המצב 33
- און דעריבער האָט דאָס געבראַכט צו „לא בפנים מאירות כו’”.
משא”כ אין צווייטן דיבור איז רש”י מבאר דעם חילוק צווישן בשר ולחם בשייכות צו זייער נויטיקייט פאַר אידן: די שאלת לחם איז געווען „כהוגן” ווייל „א”א לו לאדם בלא לחם”
(דאָס מוזן זיי האָבן)
; און די שאלת בשר איז געווען „שלא כהוגן”,
ווייל „הרבה בהמות היו להם”: ס’איז ניטאָ קיין סיבה צו געבן זיי בשר,
אַ זאַך וואָס זיי האָבן שוין ;
און דערנאָך איז רש”י מוסיף „ ועוד שהי’ אפשר להם בלא בשר”: אפילו ווען זיי וואָלטן ניט געהאַט קיין בהמות,
איז אויך זייער שאלת בשר ניט אַזוי „כהוגן” ווי שאלת לחם 34 ,
ווייל בשר איז ניט אַזאַ נויטיקייט וואָס אָן דעם קען מען ניט אויסקומען - „ אפשר להם בלא בשר”.
יו”ד.
דער טעם אויף די צוויי סוגי נתינה - „בערב בשר”
(אין אַ „שעת טורח”)
„ולחם בבקר” - איז מודגש אין המשך הפסוק „בשמוע ה’ את תלונותיכם אשר אתם מלינים עליו”:
„ בשמוע ה’ את תלונותיכם” - אַז די נקודת הבקשה פון אידן איז אַזאַ וואָס דער אויבערשטער הערט און נעמט אָן
(כנ”ל ס”ז)
- איז אַ נתינת טעם אויף „בתת ה’ גו’ ולחם בבקר ”; און „אשר אתם מלינים עליו - את האחרים ” 35 ,
וואָס ברענגט אַרויס דער הנהגה לא טובה פון אידן - איז דער טעם אויף „ בערב בשר”,
איז אַ שעת טורח 36 .
ועפ”ז קען מען זאָגן,
אַז דערפאַר איז רש”י מהפך דעם סדר אין צווייטן דיבור
(„מה ראה להוריד לחם בבקר
(און דערנאָך)
ובשר בערב”)
- ווייל דאָס איז בהתאם צום סדר בפסוק אין טעם החילוק: פריער „ בשמוע ה’ גו’” - דער טעם אויף „לחם בבקר”; און דערנאָך
„אשר אתם מלינים עליו” - דער טעם אויף „בשר בערב”.
און דערמיט
(מיטן היפך הסדר)
מיינט רש”י צו קלאָר מאַכן,
אַז „ומה ראה כו’” איז ניט אַ שאלה וואָס ווערט ביי רש”י’ן
[וואָרום רש”י האָט שוין פאַרענטפערט די שאלה אין פריערדיקן פסוק
(כנ”ל ס”ב)],
נאָר כאילו ווי די שאלה איז אַ טייל פון פסוק :
נאָכן זאָגן „בתת ה’ גו’ בערב בשר גו’ ולחם בבקר גו’”,
ווערט שווער „ומה ראה להוריד לחם בבקר ובשר בערב”?
און די קושיא
(בעיקרה)
איז: וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט נאָכגעגעבן די תלונות בנ”י ווען „כלה הלחם ”,
און דערפאַר געזאָגט הנני ממטיר לכם לחם גו’* 36
(ניט דערמאָנענדיק בכלל דאַמאָלס בשר)
האָט ער עס געדאַרפט גלייך טאָן,
ניט וואַרטנדיק ביז אינדערפרי „ומה ראה להוריד להם לחם בבוקר
(און וויבאַלד אַז עס איז געווען איין סיבה - די תלונות - פאַרוואָס איז דער צווייטער מסובב)
ובשר בערב”
(ניט צוזאַמען)?
איז דער פסוק מבאר: „בשמוע ה’ את תלונותיכם” - דאָס מיינט
(ווי רש”י איז מסביר)
אַז די שאלת לחם איז געווען כהוגן און איז דעריבער געגעבן געוואָרן בבקר; „אשר אתם מלינים עליו” - די שאלת בשר איז געווען שלא כהוגן,
און איז דעריבער געגעבן געוואָרן בערב „בשעת טורח”.
יא.
פון יינה של תורה וואָס איז מרומז אין דעם פירוש רש”י:
דער חילוק צווישן לחם און בשר
(שליו)
בפנימיות איז: לחם איז נגלה דתורה 37 ,
און שליו - וואָס איז „
(מין עוף)
ושמן מאד” 38 ,
בחי’ שמן 39
-„שמן” שבתורה,
פנימיות התורה,
און אין דעם גופא - רזי דרזין דאורייתא 40 .
און דער ענין פון „שמן” ווי ער איז אין בחי’ „בשר” מיינט,
אַז די רזי דרזין דאורייתא קומען אַראָפּ אין
(אַ אופן דאכילה -)
הבנה והשגה 41
(וואָס דאַן האָט עס אַ טעם און געשמאַק).
און אע”פ אַז אויך דער מן,
זייענדיק לחם מן השמים ,
איז מרמז אויף פנימיות התורה 42
- איז דאָ אַ חילוק צווישן דעם מן און שליו:
דער מן וואָס איז אַראָפּגעקומען אַלס לחם
(וואָס ווייזט,
כנ”ל,
אויף נגלה דתורה)
איז דאָס די דרגא אין פנימיות התורה וואָס איז מלובש אין נגלה דתורה 43
; משא”כ דער שליו,
וואָס
(אויך)
קומענדיק למטה איז ער געווען בגילוי אין אַ ציור פון „שמן”
(שמן מאד),
איז עס פנימיות התורה מצד עצמה .
דערמיט וועט מען פאַרשטיין די חילוקים צווישן מן און שליו:
א)
אע”פ אַז דער מן איז אויך בהמשכתו למטה פאַרבליבן אַ מהות,
וואָס איז ניט אַזוי געבונדן מיט גדר מקום וגבול
(און דערפאַר - „לא 44
העדיף המרבה והממעיט לא החסיר”) 45 ,
איז ער אָבער געגעבן געוואָרן מיט אַ מידה - „עומר לגולגולת גו’” 46 ,
דאַקעגן ביים שליו געפינט מען ניט אַז עס זאָל זיין אַ מידה וויפל יעדער האָט געקענט נעמען 47
-
וויבאַלד אַז נגלה דתורה „היא בבחי’ מדידה והגבלה” 48 ,
איז מובן,
אַז אויך די דרגא פון פנימיות התורה וואָס איז מלובש אין נגלה האָט אין זיך אַ מידה וגבול; משא”כ בפנימיות התורה בפ”ע איז דאָ דער „בלי גבול” שבתורה 48 .
ב)
אע”פ אַז אויך השפעת המן האָט זיך אויפגעטאָן ביום השבת 49
(דערפאַר וואָס שבת האָט אַ שייכות צו פנימיות התורה 50 )
- איז עס נאָר וואָס זיין המשכה למעלה איז געווען בשבת,
אָבער זיין ירידה למטה
(אַלס „לחם” כנ”ל)
איז געווען דוקא בימות החול 51 .
משא”כ שליו,
וואָס זיין השפעה והמשכה למטה האָט זיך אָנגעהויבן
(לדעת רש”י 52 )
ביום השבת 53
; און נאָכמער - שבת בין הערביים 54 ,
דער זמן פון רעווא דרעווין,
וואָס אין שבת גופא,
איז דער זמן פון שבת שייך באופן מיוחד צו פנימיות התורה.
יב.
אויף דעם זאָגט רש”י,
אַז די שאלת לחם איז געווען „לצורך” ו„כהוגן”,
ווייל „א”א לו לאדם בלא לחם” - אָן נגלה דתורה,
לידע את המעשה אשר יעשון ואלה אשר לא תיעשנה,
קען מען ניט אויסקומען; און וויבאַלד אַז כדי נגלה דתורה זאָל זיין כדבעי דאַרף מען אָנקומען צו פנימיות התורה - האָט מען זיי געגעבן מן,
לחם מן השמים .
אָבער די שאלת בשר איז געווען „שלא כהוגן”,
און מצד צוויי טעמים:
א)
„שהרבה בהמות היו להם”,
וואָס פון דעם איז מוכרח אַז לויט פרש”י האָבן אידן געבעטן בשר בהמה 55 ,
וואָס איז חומרי ביותר
(און ניט אַזוי קיין כלי צו בחי’ „שמן”,
וואָס ווייזט אויף ביטול)
- ובנוגע תורה מיינט עס,
אַז אידן האָבן געוואָלט „נעמען” פנימיות התורה ווי זי קומט אַראָפּ אין השגה פון נפש הבהמית ,
וואו עס הערט זיך ניט אָן אַזוי דער אור אלקי פון דער השגה,
[און דערפאַר האָט מען זיי געגעבן שליו - „מין עוף ”,
ווייל בשר עוף איז ניט אַזאַ חומרי ווי בשר בהמה און איז דעריבער אַ כלי צו בחי’ שמן; ובנפש האדם איז „עוף” און שליו בפרט ווי נפש האלקית טוט זיך אָן אין נפש השכלית 56 ,
דער שליו איז ווי פנימיות התורה קומט אַראָפּ אין השגה פון נפש האלקית און דורך איר אין נפש השכלית].
(ב)
„ועוד שהי’ אפשר להם 57
בלא בשר”: זיי ,
זייענדיק דאַן פאַר מ”ת,
איז ניט געווען קיין הכרח מגלה זיין די חמדה גנוזה 58
- הבנה והשגה אין פנימיות התורה.
נאָכמער: וויבאַלד עס איז געווען פאַר דעם ביטול הגזירה צווישן „עליונים” ו„תחתונים”,
האָט דאַן ניט געקענט זיין דער חיבור פון „עליון” ו„תחתון”,
אַז פנימיות התורה
(בחי’ „עליונים” שבתורה)
זאָל אַראָפּקומען כמו שהיא אין השגה,
ובפרט אין השגה פון נפש הבהמית
(בחי’ „תחתונים”).
[און דערפאַר איז דער שליו געגעבן געוואָרן ש„לא בפנים מאירות” - די פנימיות שלמעלה האָט ניט מאיר געווען אין בשר השליו].
עפ”ז קומט אויס,
אַז דער ענין השליו
(אַראָפּטראָגן בחי’ „שמן” שבתורה אין „בשר” - השגה)
איז דעמאָלט געווען פאַרבונדן מיט אַן ענין של ירידה.
משא”כ נאָך מתן תורה,
ובפרט נאָכן גילוי האריז”ל ואמירתו אַז „מצוה לגלות זאת החכמה” 59 ,
ובפרטי פרטיות נאָך גילוי
(תורת החסידות,
ובמיוחד)
תורת חסידות חב”ד - זיינען רזי דרזין דאורייתא געגעבן געוואָרן אין אַן אופן אַז יעדערער זאָל זיי קענען פאַרשטיין מיט חב”ד שבנפשו 60 .
יג.
דער ביאור - אַז „הי’ אפשר להם בלא בשר” איז מצד דערויף וואָס זיי זיינען דאַן געווען פאַר מ”ת - איז נאָר לויט דער דיעה 61
(ואת”ל)
אַז דער שליו וועגן וועלכן עס רעדט זיך אין אונזער סדרה,
איז געווען פאַר זייער אַ קורצן זמן
(בלויז פאַר מ”ת).
פון דעם אָבער וואָס רש”י דערמאָנט ניט דעם חילוק צווישן מן ושליו
(אַז דער שליו בערב איז געווען ווען לחם בבוקר נאָר דריי וואָכן ,
אע”פ אַז דער לחם האָט אָנגעהאַלטן במשך ארבעים שנה ),
איז משמע,
אַז רש”י
(בפירושו על התורה 62 )
נעמט אָן,
אַז דער חילוק צווישן זיי איז נאָר בנוגע זמן הנתינה
(בערב אָדער בבקר)
- אָבער אויך דער שליו איז געווען די גאַנצע צייט וואָס דער מן האָט יורד געווען
(און אַזוי איז אויך לרוב הדיעות 63 )
- איז דער ביאור אין „הי’ אפשר להם בלא בשר” לויט די דיעות
(כולל פרש”י)
:
כשם ווי משה איז דרגתו - ראי’ 64
אין אלקות,
און ער האָט געפרעגט מיט אַ תמי’ „מאין לי בשר” 65
(ווייל ער איז העכער פון בחי’ בשר 66 )
- אַזוי אויך ביים דור המדבר,
דור דעה 67 ,
דורו של משה 68
: ביי זיי איז געווען ראי’ 69
אין אלקות,
זיי זיינען געווען אַרומגערינגלט פון די ענני הכבוד,
זיינען געווען דור המדבר
(בחי’ מחשבה 70 )
וכו’; איז ביי זיי ,
דער ענין פון בשר
(כולל בשר השליו)
- הבנה והשגה אין אלקות - אַן ענין של ירידה 71 .
[און דאָס איז אויך וואָס מ’זאָגט אַז דער שליו איז געגעבן געוואָרן „בשעת טורח” - לגבי ראי’ אין אלקות,
איז השגה אַן ענין פון „טירחא”].
משא”כ אין שפּעטערדיקע דורות,
ובפרט בדורותינו אלה,
דעקבתא דמשיחא,
איז די „שאלת בשר” כהוגן וכהוגן,
ואדרבה - דוקא דורך יפוצו מעינותיך חוצה,
די מעינות שבתורה,
איז אתי מר 72
דא מלכא משיחא,
ובלשון הרעיא מהימנא 73
: בהאי חבורא דילך ..
ספר הזהר יפקון בי’ מן גלותא ברחמי.
(משיחות ש”פ בשלח תשל”ד,
תשכ”ו)