א.
אויפן פסוק 1
„ויקח שש מאות רכב בחור וגו‘“ זאָגן חז“ל אין מכילתא 2
אַז די „בהמות“ וואָס פרעה האָט גענוצט פאַר די „שש מאות רכב“ זיינען געווען פון די „מקנה שהניס הירא את דבר ה‘“ - און „מכאן הי‘ ר‘ שמעון אומר טוב שבגוים הרוג טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“.
ס‘איז ידוע די קשיא וואָס מ‘פרעגט אויף דעם מאמר: היתכן צו זאָגן,
אַז די תורה זאָל פסק‘נען מ‘זאָל הרג‘נען אפי‘ אַ „טוב שבגוים“ - ס‘איז דאָך היפך הצדק והיושר 3 ?
אויף דער קשיא זיינען געזאָגט געוואָרן כמה וכמה תירוצים 4
(וואָס אייניקע פון זיי וועלן דאָ ווייטער דערמאָנט ווערן)
- ובפרט אין די וויכוחים וואָס גדולי ישראל האָבן געפירט מיט שונאי ישראל במשך הדורות
(די וויכוחים וואָס ס‘האָט געפירט ר‘ יחיאל מפריז - פון די גדולי בעלי התוספות - ביז דורותינו האחרונים).
ב.
אויך רש“י בפירושו עה“ת שטעלט זיך אויף דעם פסוק,
איז מעתיק די ווערטער „וכל רכב מצרים“ 5
און איז מפרש 6
(ווי אין מכילתא)
: „ומהיכן היו הבהמות הללו,
א“ת משל מצרים הרי נאמר 7
וימת כל מקנה מצרים וא“ת משל ישראל והלא נאמר 8
וגם מקננו ילך עמנו,
משל מי היו מהירא את דבר ה‘ 9 .
מכאן הי‘ ר‘ שמעון אומר כשר 10
שבמצרים 11
הרוג טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“.
איז לכאורה אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק: חאָטש פרש“י איז געמיינט און עס דאַרף צו עם אָנקומען אפילו אַ גדול בישראל,
וואָס דערפאַר איז דער פסק דין בנוגע שנים מקרא ואחד תרגום אַז „ירא שמים יקרא תרגום וגם פירש“י“ 12 ,
איז,
ווי גערעדט פיל מאָל,
פירוש רש“י אויף חומש צוגעפּאַסט און פאַרשטאַנדיק אויך פאַר אַ בן חמש
(למקרא),
און אין אַן אופן אַז צו פאַרשטיין פשוטו של מקרא 13
לאמתתו -דאַרף ער ניט אָנקומען צו נאָך מפרשים א.
ז.
וו.
- רש“י גיט עם אַלס בפשטות פירושו,
לא חסר דבר
(ולא יתור)
- על אתר,
אָדער אין די פירושי רש“י וואָס ער האָט געלערנט פריער,
עפ“ז,
וויבאַלד די אויבנדערמאָנטע תמי‘ איז אַ אויבנאויפיקע אַז זי דערוועקט זיך אויך ביי אַ בן חמש - טאָ ווי ברענגט רש“י אַראָפּ דעם מאמר פון ר‘ שמעון „כשר שבמצרים הרוג“ ניט צוגעבנדיק דערביי קיין שום ביאור ותירוץ אויף דער תמי‘?
נאָך שווערער איז: דער בן חמש האָט שוין פריער געלערנט 14 ,
אַז ווען אברהם אבינו איז געווען אין מצרים,
האָט פרעה מטיב געווען צו אברהם‘ען און אים אַוועקגעשיקט פון דאָרט מיט דער כוונה צו פאַרהיטן אים און שרה פון שלעכטס;
נאָך מער דערפון האָט ער געלערנט: בשעת יעקב ובניו זיינען געקומען זיך צו באַזעצן אין מצרים,
האָט פרעה אַליין מיט זיין אייגענעם ווילן,
פאָרגעלייגט צו באַזעצן זיי אין „מיטב הארץ“ 15 ,
ביז אַז דער באַזעצן זיך איז געווען אין אַן אופן
(ווי דער פסוק 16
דערציילט)
פון „ויאחזו בה ויפרו וירבו מאד“ 17
-
היינט ווי איז שייך צו זאָגן אַז „כשר שבמצרים הרוג“,
בשעת מ‘געפינט אַז עס זיינען געווען אַזעלכע מצרים וואָס האָבן זיך באַצויגן צו אידן ווי עס דאַרף צו זיין,
מיט זיי געלעבט בשלום ושלוה,
ואדרבא - מטיב געווען וכו‘?
ביים בן חמש וועט די סתירה זיין נאָך שאַרפער ווען ער וועט לערנען פ‘ תצא 18 ,
וואו עס קומט אַ ציווי מפורש: „לא תתעב מצרי גו‘“ - אַז ס‘איז אַן איסור צו נאָר אפילו „מתעב“ זיין אַ מצרי,
און אַוודאי ניט צו הרג‘נען אים!
ועוד: אויב „כשר שבמצרים הרוג“,
ווי קען מען מקיים זיין
(דעם המשך הכתוב,
דאָרט 19 )
„דור שלישי יבוא להם בקהל ה‘“?
- אמת אַז דאָס וואָס ער קומט זיך מגייר זיין,
איז אַ סימן אַז ער איז אַ „כשר שבמצרים“ - זאָגט דאָך אָבער ר‘ שמעון אַז אפילו „כשר שבמצרים הרוג“!
און וויבאַלד אַזוי,
האָט עס רש“י עכ“פ געדאַרפט באַוואָרענען אין פ‘ תצא.
ג.
איינער פון די תירוצים וואָס מ‘געפינט אין אַ סך ספרים 20
איז: אין מס‘ סופרים 21
איז די גירסא „הטוב שבעכו“ם בשעת מלחמה הרוג“,
אַז דאָס וואָס מען מעג
(אָדער מ‘דאַרף)
הרג‘נען אפילו אַ „טוב שבעכו“ם“,
איז דאָס געזאָגט געוואָרן נאָר בשעת מלחמה מיט אידן,
אָבער ניט אין אַן אַנדער מצב - פון ניט־מלחמה,
ומכל שכן בשעת שלום.
עד“ז וואָלט מען לכאורה געקענט איינלערנען אויך אין פירוש רש“י 22
: ער מיינט נאָר בשעת מצרים קומען מלחמה האַלטן מיט אידן - וואָרום דאָס וואָס דער „ירא את דבר ה‘“ איז דעמאָלט נענש געוואָרן,
איז עס פאָרגעקומען ווען די מצרים האָבן נאָכגעיאָגט די אידן מלחמה צו האַלטן מיט זיי ביים ים סוף.
מען קען אָבער אַזוי ניט לערנען אין פירוש רש“י
(דרך הפשט)
- ווייל „מכאן הי‘ ר“ש אומר כשר שבמצרים הרוג“ מיינט: א)
אַז פון דאַנעט לערנט אָפּ אויף אַנדערש וואו,
ב)
מכאן - פון דעם „ויקח גו‘ רכב מצרים“ - פון דער פּאַסירונג פון דעם נעמען,
וויבאַלד אַז דער „ירא את דבר ה‘“ פון די מצרים האָט געגעבן זיינע בהמות צו פרעה,
איז צוליב דעם איז ער ווערט געווען דעם עונש וואָס דער אויבערשטער האָט אויף אים געבראַכט בשעת קרי“ס -„הרוג“ 23
; ד.
ה.
אַז עונש מיתה האָט אים געקומט ניט מצד זיין מלחמה בפועל מיט אידן,
נאָר צוליב דעם אַליין וואָס ער האָט געגעבן די בהמות צו פרעה מיט דער שלעכטער כוונה - נאָך פאַר דער „שעת מלחמה“,
נאָך איידער פרעה און די מצרים זיינען אַריין אין מלחמה בפועל מיט אידן.
ד.
אפילו מ‘זאָל זאָגען אַז אויך דאָס
(ויקח - צוליב שפּעטער מלחמה האָבן)
ווערט געמיינט מיט „בשעת מלחמה“ -קען מען אָבער מצד אן עיקר‘דיקן טעם ניט זאָגן אַז רש“י מיינט „בשעת מלחמה הרוג“: ווי געזאָגט,
האָט רש“י געשריבן זיין פירוש אויך פאַר אַ בן חמש - און דעריבער איז,
כנ“ל,
אַלץ וואָס ס‘איז נויטיק אין פשש“מ האָט רש“י געשריבן פשוט און קלאָר - ובמילא,
אויב רש“י וואָלט געמיינט „בשעת מלחמה הרוג“,
וואָלט ער אָט די ווערטער געבראַכט בפירוש אין זיין פירוש
(און וואָלט זיך ניט פאַרלאָזט,
אַז דער בן חמש וועט זוכען ביז ער וועט אויסגעפינען זיין -רש“י‘ס - כוונה ..
אין מס‘ סופרים).
ובפרט אַז לויט דעם תירוץ איז דאָך „שעת מלחמה“ - אַ תנאי עיקרי!
און מהאי טעמא,
איז אויך שווער איינצולערנען די אַנדערע תירוצים וואָס ווערן געבראַכט אין ספרים -
[לדוגמא: א)
אַז דער פירוש פון ר‘ שמעון‘ס כלל מיינט
(ניט אַז דער „כשר שבמצרים“ איז ווערט דעם עונש פון „הרוג“,
נאָר)
: אפילו אַ „כשר שבמצרים“
[איז אַזאַ - וואָס זאָגט]
„הרוג“ -בשעת ס‘האַנדלט זיך וועגן משפט‘ן אַ חוטא וואָס איז פאַרדעכטיקט אין רציחה,
איז אויך דער „כשר שבמצרים“ גרייט אים צו פאַר‘משפט‘ן צום טויט
(„הרוג“)
אויפן סמך פון בלויז אַן אומדנא,
אָן געהעריקער חקירה און אָן צו זוכן זכותים 24
; משא“כ באַ אידן איז דער סדר „ושפטו העדה גו‘ והצילו העדה“ 25 ,
אַז עס פאָדערן זיך עדים און התראה וכו‘ און מ‘דאַרף זוכן זכותים אויפן גע‘משפט‘ן.
ב)
אַז דאָס איז געזאָגט געוואָרן בלויז בדרך גוזמא,
און ס‘איז על דרך ווי דער פירוש אין דעם המשך פון ר‘ שמעון‘ס מאמר
(ווי ער איז אין מס‘ סופרים 26 )
: „הכשירה שבנשים בעלת כשפים“ -וואָס,
ח“ו צו זאָגן אויף אַ בת שרה רבקה רחל ולאה,
און נאָך „הכשירה שבהן“,
אַז זי איז אַ „בעלת כשפים“! - נאָר ס‘איז געזאָגט געוואָרן בדרך גוזמא צו מדגיש זיין אויף וויפל מ‘דאַרף אין דעם זיין געוואָרנט אפילו בשייכות צו „כשירה שבנשים“ 27
; און עד“ז ביי „כשר שבמצרים הרוג“,
אַז דאָס מיינט ניט כפשוטו,
נאָר מיט אַ גוזמא‘דיקער שטאַרקער הדגשה ווי ווייט מ‘קען זיך אויף זיי ניט פאַרלאָזן.
ג)
אין דער צייט פון ר‘ שמעון האָבן אידן געליטן אַ סך צרות וגזירות פון שונאי ישראל - און זיי האָט ר‘ שמעון געמיינט מיט זיין מאמר „כשר שבמצרים הרוג“,
ווייל זיי האָבן אַרויסגעוויזן אַן אָפענע שנאה צו אידן
(בדוגמא ווי אַ „נחש“ - וואָס ווערט דערמאָנט גלייך נאָכדעם - וואָס איז פול מיט גיפט)
; אָבער ער מיינט ניט גוים בכלל,
און אפילו ניט די מצריים.
והא ראי‘,
מען געפינט דאָך כמה מאמרי רז“ל וואָס זיינען מדגיש ווי דער אויבערשטער האָט רחמנות געהאַט אויף די מצריים,
און נאָכמער איז דאָס בולט אין דעם
(טעם אויפן)
ציווי „לא תתעב מצרי כי גר היית בארצו“ 28 ]
-
אָט די פירושים וכל כיוצא בהם איז שווער איינצוטייטשן אין פירוש רש“י,
ווייל וויבאַלד זיי ליגן ניט אין פשטות המשמעות פון די ווערטער וואָס רש“י בריינגט „כשר שבמצרים הרוג“,
האָט רש“י געדאַרפט צולייגן ווערטער צו מבאר זיין דעם מיין פון „כשר שבמצרים הרוג“;
היות אַז רש“י טוט עס ניט,
נאָר איז מעתיק נאָר די געציילטע ווערטער פון ר‘ שמעון ווי זיי שטייען אין מכילתא,
מוז מען אָננעמען,
אַז דער ביאור פון דעם ליגט אין ר‘ שמעון‘ס ווערטער גופא,
אַזוי אַז רש“י דאַרף גאָרניט צוגעבן אויף צו פאַרענטפערן די קשיא,
אפילו ניט צוליב אַ בן חמש.
ה.
פון דעם אַלעם קומט מען צו דער גרעסטער תמי‘ אין דעם ענין: נניח אַז מ‘וועט פאַרענטפערן רש“י מכל צד ופינה; מ‘וועט מבאר זיין פאַרוואָס ביים בן חמש איז מלכתחילה לגמרי פאַרשטאַנדיק און גלאַט דער מאמר „כשר שבמצרים הרוג“ - ווערט קשה לאידך גיסא: ווי קומט עס,
אַז במשך דורות האָבן גדולי ישראל זיך געמאַטערט צו פאַרענטפערן די קשיא און האָבן זיך ניט באַגנוגנט מיט אָט דער אויפקלערונג וואָס רש“י האָט פאַר אַ בן חמש?
וואָרום עס איז זיכער,
אַז דאָ ווערט ניט געמיינט צו פאַרענטפערן די שאלה פון אַ בן חמש מיט אַ הסבר לפי השגתו,
וואָס איז אָבער ניט דער אמת‘ער טעם וביאור
(וועלכען ער וועט ערשט געפינען בספרים הנ“ל ווען ער וועט גרעסער ווערן)
- ח“ו צו זאָגן אַז רש“י לערנט מיט אַ בן חמש שלא אליבא דאמת - נאָר געוויס איז דאָ רש“י אויסן דעם טעם וביאור האמיתי,
וועלכער איז אַזויפיל פשוט אַז רש“י דאַרף גאָרניט מוסיף זיין אויפן לשון המכילתא - אפילו צוליב דעם בן חמש; און לאידך,
האָט מען זיך ניט באַנוצט מיט אָט דעם ביאור אין די אַלע וויכוחים!
ו.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין:
א)
פירוש רש“י איז ניט קיין ספר צו פסק‘נען הלכות,
נאָר צו מפרש זיין דעם פשט פון די כתובים - טאָ וואָס איז בכלל נוגע אין פירוש הכתובים צו אַראָפּברענגען „מכאן הי‘ ר“ש אומר כו‘“?
- אויף צו פאַרענטפערן די קשיא „מהיכן היו הבהמות הללו“ איז דאָך גענוג צו זאָגן אַז זיי זיינען געווען „מהירא את דבר ה‘“ - און ניט מער.
ב)
אויב אפילו רש“י דאַרף דאָס באַוואָרענען אַז אויך דער „ירא את דבר ה‘“ האָט ניט געטויגט - כדי צו פאַרענטפערן די שאלה: ווי קומט אַ „ירא את דבר ה‘“ געבן זיינע בהמות צו פירן אַ מלחמה מיט אידן - איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: וואָס איז נוגע דער אויספיר אַז ער איז ווערט דעם עונש פון „הרוג“?
ג)
דער המשך וסיום „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“ האָט,
לכאורה,
לגמרי קיין שייכות ניט צום פירוש פון אונזער פסוק 29 ?
ד)
וואָס דאַרף‘ן אָפּלערנען „מכאן“ אַז „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“ 30
-ס‘איז דאָך מקרא מלא דיבר הכתוב 31
: „ואיבה אשית בינך גו‘ הוא ישופך ראש“ 32 ?
ז.
אויך זיינען דאָ נאָך דיוקים אין דעם פירוש רש“י:
א)
צוליב וועלכן טעם ברענגט דאָ רש“י אויך דעם נאָמען פון בעל המימרא - ר‘ שמעון 33 ?
- וואָרום
(ווי גערעדט כמה פעמים)
דערמאָנט עס רש“י נאָר דאַן ווען דאָס איז מוסיף ביאור אין זיין פירוש.
ב)
ביי „כשר שבמצרים“ זאָגט ער דעם לשון „הרוג“ און ביי „טוב שבנחשים“ - „רצוץ את מוחו“ 34 ?
ג)
באַם לשון „רצוץ“,
וואָלט רש“י לכאורה געדאַרפט זאָגן „רצוץ את ראשו“ 35 ,
בהתאם צום לשון הכתוב: „הוא ישופך ראש“,
„רצצת ראשי לויתן“* 35 ?
ד)
וואָס איז דער דיוק „מכאן הי‘ ר‘ שמעון אומר כו‘“,
וואָס קומט שולל צו זיין אַז מ‘קען עס ניט אָפּלערנען ממקום אחר,
נאָר דוקא „מכאן“?
ח.
בכדי צו מבאר זיין דעם ענין דאַרף מען מקדים זיין נאָך אַ כלליות‘דיקע שאלה וואָס מ‘קען פרעגן אין דעם פירוש רש“י:
לכאורה,
איז דאָך די גירסא ווי זי שטייט אין מס‘ סופרים - „הטוב שבעכו“ם בשעת מלחמה הרוג“ -אויסגעהאַלטן אויך אין פשש“מ: היות די מצרים זיינען געקומען מלחמה האַלטן מיט אידן
[און אויך דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט מעניש געווען די מצרים איז געווען אין אַן אופן פון „מלחמה“,
ווי דער פסוק זאָגט 36
: „ה‘ ילחם לכם גו‘“,
„ה‘ נלחם להם גו‘“]
פאַרשטייט אויך אַ בן חמש אַז ווען מ‘פירט א ַמלחמה מיט אַ שונא קען מען ניט אויסטיילן די „כשרים“ פון דעם צד שכנגד
(בשעת דער מלחמה גופא)
-
און אויב אַזוי - איז זי,
אדרבא,
גלאַטער פון דער גירסא וואָס רש“י בריינגט - פון דער מכילתא,
וואו עס שטייט סתם - „כשר שבמצרים הרוג“
[וואָס: א)
דאָס מיינט צו יעדער צייט און ביי אַלע אומשטענדן - וואָס דאָס איז לגמרי היפך הצדק והיושר; ב)
דאָס איז מדגיש אַז דעם „ירא את דבר ה‘“ האָט געקומט מיתה בלויז דערפאַר וואָס ער האָט געגעבן זיינע בהמות צו פרעה
(כנ“ל ס“ג)]?
נאָר אין דער אמת‘ן איז דאָס קיין קושיא ניט: אין דרך הפשט איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דער נס פון קרי“ס און פאַרטיליקונג פון די נאָכיאָגנדיקע מצרים,
איז ניט געקומען בלויז מחמת דעם וואָס די מצרים האָבן נאָכגעיאָגט די אידן און מיט זיי מלחמה געהאַט -וואָרום עס שטייט פריער אין פסוק 37
אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה‘ן: „וחזקתי את לב פרעה ורדף גו‘“,
און אַזוי אויך אין פסוק שפּעטער 38
„ויחזק ה‘ את לב פרעה גו‘ וירדף גו‘“,
און וויבאַלד דאָס נאָכיאָגן איז געקומען דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט געשטאַרקט פרעה‘ס האַרץ,
קומט דאָך ניט קיין עונש דערפאַר! 39
- נאָר ס‘איז געווען אַ המשך פון די אַלע פריערדיקע מכות וואָס דער אויבערשטער האָט געבראַכט אויף די מצרים צוליב דעם וואָס זיי האָבן די אידן געפּייניקט און משעבד געווען במשך אַזויפיל יאָרן 40
; און אַלס אָפּשלוס 41
פון די אַלע מכות האָט דער אויבערשטער געבראַכט דעם גרעסטן עונש - דעם נס פון קרי“ס וואָס דורך דעם „לא נשאר בהם עד אחד“.
און דערפאַר קען רש“י ניט ברענגען די גירסא פון מס‘ סופרים אַז
(נאָר)
„בשעת מלחמה“ דאַרף מען הרג‘נען אפי‘ אַ „טוב שבעכו“ם“ - היות דער פסוק מיינט ניט צו זאָגן אַז די רדיפה ומלחמה פון די מצרים איז געווען די סיבה פון זייער אומקום בים סוף.
ט.
לויט דעם איז מובן פאַרוואָס רש“י מוז אַראָפּברענגען „מכאן הי‘ ר“ש אומר כו‘“
(הגם פרש“י איז ניט קיין ספר הלכות)
: פון דעם וואָס רש“י זאָגט אַז די וואָס זיינען געווען „ירא את דבר ה‘“ האָבן געגעבן זייערע בהמות צו פרעה,
איז מובן אַז אויך זיי זיינען געווען ביי קרי“ס 42
און במילא,
אַז אויך זיי זיינען באַשטראָפט געוואָרן צוזאַמען מיט די אַנדערע מצרים - פאָדערט זיך אַ הסברה 43
: ווי קומט עס וואָס אויך דער „ירא את דבר ה‘“ איז אומגעקומען ביי קרי“ס צוגלייך 44
מיט די וואָס זיינען ניט געווען „ירא גו‘“
(ווי דער פסוק זאָגט 45
: „לא נשאר בהם עד אחד“)
בלויז צוליב דעם וואָס זיי האָבן געגעבן זייערע בהמות?
(אויב מ‘וואָלט געזאָגט אַז זייער אומקומען איז געווען צוליב זייער רדיפה לשם מלחמה וואָלט געווען רעכט פאַרוואָס עס קומט זיי אָט דער עונש
(און רש“י דאַרף עס גאָרניט באַוואָרענען 46 )
; וויבאַלד אָבער אַז ניט דער נאָכיאָגן איז געווען די סיבה,
איז שווער צו פאַרשטיין,
פאַרוואָס דער עונש איז געווען אויך אויף די וואָס זיינען געווען „ירא את דבר ה‘“)
ובפרט,
אַז דער בן חמש האָט שוין געלערנט אין דער פרשה פון סדום ועמורה 47 ,
אַז אויב דאָרטן וואָלטן זיך געפונען בלויז
(ניין)
צען צדיקים,
וואָלטן זיי ניט נאָר אַליין געראַטעוועט געוואָרן,
נאָר זייער זכות וואָלט מגין געווען אויף אַלע איינוואוינער פון זייער שטאָט; און דאָ איז געווען פּונקט דער היפך: ניט נאָר האָבן זיי
(פונעם סוג פון „ירא את דבר ה‘“)
ניט מגין געווען צו ראַטעווען די אַנדערע מצרים פון כלי‘,
נאָר אויך זיי אַליין זיינען ניט ניצל געוואָרן.
דערפאַר ברענגט רש“י דעם מאמר פון ר“ש „מכאן כו‘ כשר שבמצרים הרוג טוב שבנחשים כו‘“,
בכדי צו מסביר זיין,
אַז דער עונש פון דעם „ירא“ איז ניט געווען צוליב דעם אַליין וואָס ער האָט געגעבן זיינע בהמות צו פרעה‘ן; נאָר דער האַרבער עונש פונעם „ירא“ איז אַ הוכחה,
אַז זיין געבן די בהמות איז אַ תוצאה פון זיין שנאה צו אידן,
אין וועלכער ער איז גלייך מיט די אַנדערע מצרים 48
- אָט די גיפטיקע שנאה
(בדוגמא פון אַ נחש)
וואָס האָט באַוואויגן אַלע מצרים צו פּייניקן די אידן אַזוי שטאַרק און אַזויפיל יאָרן,
און וואָס דערפאַר איז אויף זיי אַלע נגזר געוואָרן
(אויך אויף דעם „ירא“),
דער עונש פון „הרוג“ - „לא נשאר בהם עד אחד“.
י.
דערמיט איז אויך מובן די הדגשה „מכאן כו‘ כשר שבמצרים הרוג“ - ווייל ביז דעם עונש פון קרי“ס איז נאָך ניטאָ קיין קלאָרער באַווייז אַז אויך ביים „ירא את דבר ה‘“ איז געווען די שנאה און רשעות צו אידן אין אַזאַ גרויסער מאָס אַז אים זאָל קומען דערפאַר דער עונש „הרוג“ צוגלייך מיט אַלע מצרים:
דאָס וואָס ביי די מכות
(אויסער דבר 49
און ברד 50 )
געפינען מיר ניט אַז דער „ירא“ זאָל זיין אויסגעטיילט פון די אַנדערע מצרים,
איז נאָך קיין ראי‘ ניט אַז ער איז פון זיי ניט אָפּגעשטאַנען אין זיין שנאה און רשעות צו אידן,
ווייל וויבאַלד יענע מכות זיינען ניט געווען דער גרעסטער,
פולער עונש,
פון מיתה 51 ,
פאָדערט זיך ניט די גרעסטע פולע מאָס רשעות פון די מצרים,
ער קען קומען אַלס עונש אויף אַ קלענערע מאָס שנאה און רשעות וואָס דאָס האָט אויך געהאַט דער „ירא את דבר ה‘“,
און דערפאַר איז ער אויך ווערט געווען דעם עונש פון די מכות 52
;
און אפילו מכת בכורות,
וואָס איז שוין געווען אן עונש מיתה
(„הרוג“)
- האָט דאָך שוין רש“י פריער 53
מפרש געווען אַז „למה לקו בני השפחות שאף הם היו משעבדים בהם ושמחים בצרתם“,
ד.
ה.
אַז אויך אָט דער עונש מיתה,
זייענדיק אָבער ניט אויף דער גאַנצער משפחה -נאָר אויף אַ קליינע טייל פון דער משפחה - אויף די בכורות,
איז ניט דוקא פאַר דער פולסטער רשעות פון די מצרים,
און דערפאַר זיינען אויך די „בני השפחות“ געווען בכלל די מכה;
דוקא „מכאן“ - וואו די פאַרניכטונג פון די מצרים
(ביי קרי“ס)
איז געווען אין אַן אופן פון „לא נשאר בהם עד אחד“ 54
- איז אַ ראי‘ אַז אויך דער „ירא את דבר ה‘“
(„כשר שבמצרים“)
פון יענעם דור,
איז געווען בשווה ממש מיט אַלע אַנדערע מצרים אין זיין פולסטע שנאה ורשעות צו אידן,
און דערפאַר אויך אין דעם עונש פון „הרוג“.
יא.
לויט דעם איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס „כשר שבמצרים הרוג“ - רש“י ברענגט עס בכדי צו פאַרענטפערן די שוועריקייט אין דעם פסוק,
פאַרשטייט מען בפשטות אַז „כשר שבמצרים כו‘“ מיינט די מצרים
(פון יענעם דור)
וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין פסוק - אַז יענע מצרים
(אפי‘ דער „כשר“ פון זיי)
קומט דער עונש פון „הרוג“ - ומטעם הנ“ל;
וועגן די מצרים פון אַנדערע דורות,
סיי כשרים סיי רשעים,
רעדט רש“י בכלל ניט.
פרעגט אָבער דער בן חמש: פונעם לשון „מכאן הי‘ ר“ש אומר כו‘“,
איז דאָך משמע אַז דער ענין איז אויך נוגע פאַר אַנדערש וואו,
פאַר די שפּעטערדיקע דורות - למאי נפקא מינה פאַר די אַנדערע דורות דאָס וואָס דער „כשר שבמצרים
(אין יענעם דור איז)
הרוג“?
דערפאַר ברענגט רש“י דעם המשך פון ר“ש‘ס מאמר „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“,
וואָס דערמיט דייטעט ער אָן אַז די נפק“מ לדורות איז ניט דער ענין פון „כשר שבמצרים הרוג“ גופא,
נאָר אויף וויפל אָט דער ענין לערנט אונז בנוגע דעם כלל „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“.
ועוד להוסיף: דערפון
(„מכאן“)
ווייס מען אויך אַז אויב עס וועט זיין איינער וואָס זיין באַציאונג לרעה צו אידן וועט זיין אַזאַ וואָס מ‘וועט עס קענען אָנרופן „נחש“,
ער איז מוחזק אין דעם - ע“ד ווי מען געפינט למעליותא אַז שמשון ווערט אָנגערופן נחש 55
- גייט אויף דעם דער כלל: טוב שבנחשים כו‘ 56 .
ולהעיר אַז אין רש“י‘ס
(און זיינע תלמידים‘ס)
צייטען - איז געווען אַסך וואָס זיינען געווען צו אידן בדוגמת „נחש“ - ווי מ‘זעט עס אויך אין די קינות געשריבן פון רש“י ותלמידיו.
יב.
דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק דער אויפטו אין „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“
(כאָטש ס‘איז אַ מקרא מפורש „הוא ישופך ראש“)
: פונעם פסוק „הוא ישופך ראש ואתה תשופנו עקב“ ווייס מען נאָר אַז „ישופך ראש“ איז פאַרבונדן און איז אַ באַוואָרעניש צו „אתה תשופנו עקב“ - צעשמעטערן דעם „ראש“ פון נחש דאַן ווען ער איז במצב פון „ואתה תשופנו עקב“ 57
;
אויף דעם איז ר‘ שמעון מחדש: פּונקט ווי מ‘געפינט אַז אפילו די כשרים שבמצרים איז הרוג צוליב זייער גיפטיקער שנאה צו אידן
[און ניט צוליב זייער מלחמה־אָנפאַל אויף אידן,
כנ“ל]
- אָט אַזוי אויך ביי אַ נחש,
וואָס דער אויבערשטער האָט גוזר געווען „ואיבה אשית בינך ובין גו‘“,
דאַרף מען ניט וואַרטן ביז דער נחש פאַלט אָן אויפן מענטשן
(און דאַמאָלס „ישופך ראש“),
נאָר גלייך ווי מ‘דערזעט אַ נחש -„רצוץ את מוחו“ - ווייל אויך אַ „טוב שבנחשים“ איז אַזוי ווי אַ כשר שבמצרים פון דער פרשה
(פון יענעם דור)
- דיין סכנות‘דיקער שונא
(„ואיבה אשית גו‘“) 58 .
און בא ללמד ונמצא למד 59
: דורך דעם וואָס רש“י ברענגט אויך דעם סיום פון דברי ר“ש „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“,
ווערט קלערער אויך דער אָנהויב פון מאמר „כשר שבמצרים הרוג“ - אַז דאָס מיינט נאָר דעם דור פון מצרים וואָס מיט זייער שנאה צו אידן זיינען זיי געווען אין דער דוגמא צו דער שנאה פון אַ נחש צום מענטשן
(„ואיבה אשית וגו‘“).
יג.
וואָס איז טאַקע די סיבה וואָס פּונקט דעמאָלט איז געווען אַזאַ אויסנאַם־דור?
- אויף דעם איז רש“י מדייק אַראָפּצוברענגען דעם לשון
(פון מכילתא)
„טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“
(ע“ד ווי געזאָגט פריער,
אַז בא ללמד ונמצא למד)
:
כשם ווי ביים נחש,
איז די סיבה צו דער גזירה „ואיבה אשית גו‘“ איז געווען דאָס וואָס „והנחש הי‘ ערום גו‘“ 60
-„מוחו“ - וואָס אַלס תוצאה דערפון איז געקומען דער חטא עה“ד וכו‘ - אַזוי האָט אויך די שנאה פון די מצרים געהאַט איר באַזונדערע סיבה
(און דערפאַר אַזאַ אומפאַרגלייכבאַרע שנאה)
אין דעם וואָס פרעה האָט געזאָגט „הבה נתחכמה לו גו‘“ 61
- אַלע מצרים זאָלן זיין נתחכמה - ערום - וואָס דאָס האָט געפירט צום קושי השעבוד ועינוי פון בני ישראל.
און דאָס איז רש“י מרמז אינעם וואָרט „מוחו“
(און ניט „ראשו“)
: דעם נחש דאַרף מען אומברענגען צוליב זיין „מוח“
(„והנחש הי‘ ערום“)
וואָס האָט דערפירט צו „ואיבה אשית גו‘“; און אַזוי איז אויך דער „כשר שבמצרים הרוג“ געקומען צוליב זייער התחכמות,
דער „הבה נתחכמה לו“,
וואָס האָט דערפירט צום קושי השעבוד ועינוי מצרים.
יד.
עס שטעלט זיך אָבער אַ שאלה אויפן כללות הביאור: פון וואַנעט איז די ראי‘ אַז דאָס וואָס מ‘האָט געהרג‘ט אויך דעם „כשר שבמצרים“ איז געווען צוליב זייער יעדערענס שנאה און רשעות,
אפשר איז דאָס געווען ווי אַ גזירה* 61
פון אויבערשטן אָן אַ טעם גלוי?
דערפאַר ברענגט רש“י אַראָפּ דעם נאָמען פון בעל המימרא - ר‘ שמעון - ווייל ר‘ שמעון איז דער וואָס איז „דריש טעמא דקרא“ 62 ,
און ער גייט אויך דאָ לשיטתו.
טו.
לויט דעם איז מובן פאַרוואָס אין די אַלע וויכוחים בשייכות דעם מאמר פון ר“ש
(ווי דערמאָנט)
האָט מען זיך ניט געקענט באַנוצן מיט דער הסברה: דער ביאור האמור איז פשוט בהחלט,
ער איז אָבער מתאים נאָר אין פירוש רש“י,
ווייל - א)
רש“י איז אויסן צו מפרש זיין נאָר „פשוטו של מקרא“,
נאָר דעם פסוק אויף וועלכן ער שטעלט זיך,
און דערפאַר איז
(אין פרש“י)
דער טייטש פון „כשר שבמצרים“ - די מצרים וועגן וועלכן עס רעדט זיך אין דעם פסוק; ב)
אין פרש“י קומט „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“ אַלס המשך צו „כשר שבמצרים הרוג“
(וואָס דערפאַר ווערט אויך „טוב שבנחשים כו‘“ אָפּגעלערנט „מכאן“),
ובמילא איז דאָס אויך אַ הוכחה און גילוי דעת אַז „כשר שבמצרים הרוג“ מיינט בלויז די מצרים פון יענעם דור,
כנ“ל.
אָבער ווען ס‘רעדט זיך וועגן ר‘ שמעון‘ס מאמר ווי ער ווערט געבראַכט אין מס‘ סופרים 63
וכיו“ב,
וואו דער נוסח איז אין אַ סגנון סתמי: „תני רשב“י הטוב שבעכו“ם כו‘ הרוג הטוב שבנחשים רצוץ את מוחו הכשירה שבנשים בעלת כשפים“ - קען מען אַזוי ניט מבאר זיין,
ווייל עס רעדט זיך דאָ ניט וועגן אַ געוויסן דור אָדער סוג 64
פון „גוים“
(אָדער מצרים 65 )
;
אויך - וויבאַלד אַז דאָ
(במס‘ סופרים וכו‘)
קומט צו אַ דריטער פאַל „הכשירה שבנשים בעלת כשפים“,
וואָס האָט קיין שייכות ניט צו „הטוב שבעכו“ם כו‘“ 66
- דאַרף מען זאָגן,
אַז יעדע איינע פון די דריי בבות איז אַ באַזונדער ענין פאר זיך: „הכשירה שבנשים כו‘“ - אַ הוראה אין שייכות מיט דעם טבע פון נשים; „הטוב שבנחשים כו‘“ -וועגן דעם טבע פון נחשים,
- און ביידע - ניט פאַרבונדן מיט אַ באַשטימטען דור -
אַזוי איז אויך „הטוב שבעכו“ם כו‘“ -אַ הוראה
(פאַר אַלע צייטן)
אין שייכות מיט דעם טבע פון אַ גוי.
טז.
ווי גערעדט כמה פעמים,
קען מען פון רש“י על התורה אַרויסלערנען בכו“כ מקומות אויך ענינים וואָס זיינען נוגע דעם חלק ההלכה שבתורה:
וועגן אַ „זאב וכו‘ והנחש“ זאָגט ר‘ אליעזר אין סנהדרין 67
: „כל הקודם להורגן זכה“,
און מ‘דאַרף ניט קיין ב“ד של כ“ג
(כדעת הת“ק)
; און אין דעם איז דאָ אַ פלוגתא 68
צווישן ר‘ יוחנן און ריש לקיש: ר“ל האַלט אַז דאָס איז געזאָגט געוואָרן נאָר ווען דער נחש האָט געטויט אַ מענטשן - וואָס דעמאָלט קומט אים מיתה - דאַרף מען ניט אויף דעם קיין ב“ד
(ווי עס פאָדערט זיך ביי א ַשור וכו‘)
; אויב אָבער דער נחש האָט קיין מענטשן ניט ממית געווען,
טאָר מען דעם נחש ניט הרג‘נען; אָבער ר‘ יוחנן האַלט,
אַז „אע“פ שלא המיתו“ זאָגט מען אויך „כל הקודם להורגן זכה“,
ווייל „אין להם תרבות“.
לויט ווי רש“י טייטשט
(אין פשש“מ),
אַז „טוב שבנחשים כו‘“ ווערט אַרויסגעלערנט פון „כשר שבמצרים הרוג“
(און דברי רש“י על התורה דאַרפן דאָך געטייטשט ווערן לכל לראש -כפשוטם),
דאַרף אויסקומען:
א)
אַז מ‘דאַרף ניט האָבן קיין משפט בב“ד אויף צו הרג‘נען דעם נחש,
פּונקט ווי מ‘האָט ניט גע‘משפט יעדער מצרי באַזונדער
[וואָס דעמאָלט איז דאָך דער סדר „ושפטו העדה גו‘ והצילו העדה“* 68
- מ‘דאַרף זוכן אַ זכות - און דאָ זיינען געהרג‘ט געוואָרן אויך די וואָס „ירא את דבר ה‘“ ביז - „עד אחד“ 69 ],
נאָר די גזירת כלי‘ האָט אַרומגענומען אַלע מצרים ובבת
(ובגדר ובמדה)
אחת.
ב)
אַז מ‘דאַרף הרג‘נען אַ נחש אפי‘ „כשלא המיתו“ - וואָרום אפי‘ אַ „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“
[ע“ד ווי ביי „כשר שבמצרים הרוג“,
וואָס איז געווען
(ניט צוליב זייער מלחמה מיט אידן,
נאָר)
מצד דעם עצם שנאה זייערע צו אידן].
ג)
אַז דאָס אַלץ איז נאָר בשייכות צו א ַנחש 70 ,
וואָס אויף אים איז דאָ די גזירה „ואיבה אשית בינך ובין גו‘“,
משא“כ ביי אַנדערע בע“ח קען מען זאָגן אַז „יש להם תרבות“ 71 .
יז.
די הוראה פון דעם פאַר יעדערן אין זיין עבודה הפרטית:
חז“ל 72
זאָגן אַז נחש „דא יצה“ר“.
און אַמאָל איז דאָ אַ „פרומער“ יצה“ר - אַ „טוב שבנחשים“: ער טענה‘ט,
אַז ער וויל מאכן „שלום“ מיטן יצר טוב,
נאָר מ‘זאָל מאַכן אַ פשרה - ער וועט לאָזן דעם אידן לערנען תורה וכו‘ בזמן תורה וכו‘,
און דער יצ“ט זאָל אים לאָזן זיך נאָכגעבן „אַביסל“ אין זיינע תאוות וכו‘ בזמן האכילה וכו‘.
זאָגט דערויף ר“ש „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“: מ‘טאָר ניט מאַכן קיין „שלום“ מיטן יצה“ר,
ווייל ער איז אַ „נחש“ און האָט דיר פיינט ווי ער זאָל זיך ניט פאָרשטעלן 73
; און דאָס וואָס ער איז גרייט דיר נאָכצוגעבן אין אייניקע זאַכן,
איז דאָס מתחבולות היצר,
וואָס „היום אומר לו עשה כך ולמחר אומר לו כו‘ עבוד ע“ז כו‘“ 74
- און דערפאַר איז די עצה דערצו: „רצוץ את מוחו“ -מ‘דאַרף צעשמעטערן זיין „מוח“,
די ערמומיות ותחבולות פון דעם יצה“ר.
נאָך אַן ענין אין דעם: ס‘איז ידוע 75
דער דיוק אין דעם וואָס ס‘שטייט 76
„יגיע כפך כי תאכל“ - אַז די יגיעה פון אַ אידן אין עסקי הפרנסה דאַרף זיין בלויז מיט „כפך“,
מיטן כח המעשה שלו,
אָבער זיין קאָפּ
(„ראשך“ - שכל שבמוח)
דאַרף אַלעמאָל זיין פול מיט תורה וכו‘.
און דאָס מיינט „רצוץ את מוחו“: מ‘דאַרף צעברעכן דעם מוח פונעם יצה“ר,
כדי דער מוח זאָל זיין אינגאַנצן איבערגעגעבן צו תורה וקדושה.
און דורך דעם וואָס אידן זיינען מקיים הוראת רז“ל „טוב שבנחשים רצוץ את מוחו“ אין משך זמן הגלות,
איז מען זוכה צו דעם קיום היעוד פון „גם אויביו ישלים אתו“ 77 ,
און ווי חז“ל 78
טייטשן „זה הנחש“ - אַז אויך דער „נחש“ וועט נתהפך ווערן,
ביז אַז „ישלים אתו“.
(משיחות ש“פ בשלח,
פורים,
וש“פ תשא תשכ“ט)