א.
דער תוכן פון אַ יאָרצייט פון יום הסתלקות פון אַ צדיק,
ווען עס זיינען עולה „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו" 1 ,
איז
(פאַר אונז)
בעיקר אויף צו מתבונן זיין זיך אין „מעשיו ותורתו ועבודתו" פון בעל ההילולא,
כדי אַרויסצונעמען פון דעם די הוראה אין חיי יום יום פאַר יעדערן פון ההולכים בעקבותיו אין מעשיו תורתו ועבודתו של האדם 2 .
וויבאַלד אַז באַ יעדער אידן איז מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו אַ ריבוי ענינים,
ועאכו"כ באַ אַ נשיא ישראל,
איז דעריבער ניט אַלעמאָל ברור וגלוי וואָס עס איז די נקודה עיקרית פון עבודתו וואָס פון דעם דאַרף מען אַרויסנעמען די עיקר הוראה.
בנדו"ד אָבער - דער יאָרצייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - האָט מען דאָך די קלאָרע הוראה - די תורה
(אויך פון לשון הוראה 3 )
פון בעל ההילולא,
דער מאמר ד"ה באתי לגני וואָס דער רבי בעל ההילולא אַליין האָט אַרויסגעגעבן צו זיין יום ההסתלקות,
וואָס פון דער תורה ווייס מען אין וואָס עס דאַרף זיין דער עיקר התבוננות ביום ההילולא שלו,
און וואָס מ'דאַרף דערפון מיטנעמען בעבודת האדם בפועל.
ב.
בסיום המאמר רעדט דער רבי וועגן גודל ונחיצות ענין הזריזות אין עבודת ה' בקיום התורה והמצות,
וואָרום „מי הוא היודע עתו וזמנו",
ווי ער זאָגט אין מדרש 4
„אין אדם שליט לומר המתינו לי עד שאעשה חשבונותי ועד שאצוה לביתי",
וואָס מיט דעם ווערט אַרויסגעבראַכט 5 ,
אַז דער ענין הזריזות בעבודת ה' איז ניט נאָר אַ פרט אין דער עבודה,
וכפשטות מחז"ל 6
„אין מחמיצין את המצות",
נאָר דאָס איז נוגע צו כללות העבודה,
ער קען פאַרלירן די גאַנצע זאַך.
און די הוראה „אין אדם שליט לומר כו'" איז בכל יום ורגע פון כל משך ימי חייו עלי אדמות,
מאה ועשרים שנה.
און נאָך מער שטייט ברמז אין מאמר רז"ל הנ"ל „אין מחמיצין את המצות ..
אם באת מצוה לידך עשה אותה מיד"; בשעת מ'לייגט אָפּ די מצוה,
איז אַנשטאָט „ושמרתם את המצות " - „את המצוות" - ווערט דאָס „חמץ",
היפך המצוה 7 .
און אין תחילת המאמר רעדט ער אין וואָס עס דאַרף זיין די עבודה,
אין וועלכן ענין דאַרף זיין די זריזות,
אין דעם וואָס „נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים" 8
- מאַכן אַ דירה בתחתונים.
ג.
אע"פ אַז דורך יעדער פעולה פון אַ אידן בקיום התורה והמצות,
און עד"ז אין „כל מעשיך יהיו לשם שמים" 9
ו„בכל דרכיך דעהו" 10 ,
ווערט אויפגעטאָן אַ דירה לו ית' בתחתונים און עס פירט זיך דורך דער „נתאווה" פון אויבערשטן 11
-
איז אָבער פאַרשטאַנדיק,
אַז די הוראה אין דעם ענין פון „נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים" וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמען פון יום ההילולא,
איז
(ניט נאָר אַ זירוז כללי אויף כללות העבודה פון תורה ומצותי',
נאָר)
אַ הוראה מיוחדת 12
- אין וועלכן ענין עס דאַרף זיין דער עיקר עבודת האדם בימינו אלה,
מתאים צו „מעשיו ותורתו ועבודתו" פון דעם בעל ההילולא.
ויובן בהקדם הביאור אין דיוק הלשון וואָס דער רבי ברענגט אין מאמר „נתאווה הקב"ה להיות לו ית' 13
דירה בתחתונים",
וואָס אין דעם נתאווה זיינען דאָ דריי פרטים: א)
לו ית',
ב)
דירה,
ג)
בתחתונים.
א)
„ לו ית' " - די דירה איז לעצמותו 14
ית',
ניט
(נאָר)
צו מדריגות פון אורות וגילוים,
ב)
„ דירה " - דער אופן ווי עצמותו ית' געפינט זיך למטה איז ניט באופן עראי,
נאָר באופן של „דירה" -בקביעות 15 .
ג)
„ בתחתונים " - די דירה לעצמותו איז דוקא „ בתחתונים ",
ניט בעולמות עליונים 16 .
די דריי ענינים זיינען תלוי זה בזה: מצד בחי' הגילויים אפילו גילויים הכי נעלים,
וויבאַלד אַז מציאותם איז ניט מעצמותם,
ובפרט אַז זייער גילוי איז ברצון,
איז ניט שייך ביי זיי דער ענין פון „דירה" - קביעות,
היות מציאותם איז ניט קיין מציאות אמיתית מצד עצמם 17 .
און וויבאַלד אַז ס'איז דאָ אַ געוויסע הגדרה למציאותו 18
איז מובן אַז זייער גילוי איז בלויז דאָרט וואו עס איז שייך דער ענין פון אַ כלי צו גילוי אלקות.
משא"כ אין תחתונים,
וואָס זיינען ניט קיין כלי צו אלקות,
קען דאָרט,
כביכול,
ניט נתגלה ווערן אלקות.
משא"כ מצד עצמות,
וואָס ער איז ניט בגדר העלם וגילוי,
און איז למעלה פון גדר השינויים,
היות אַז מציאותו מעצמותו 19 ,
איז המשכתו
(אין דעם אופן וואָס עס איז שייך צו זאָגן המשכה אין עצמות 20 ),
באופן של „דירה",
קביעות 21 ,
און בתחתונים דוקא,
וואָרום עולמות עליונים - גילויים,
וויבאַלד אַז זיי זיינען ירידה מאור פניו ית'* 21 ,
זיינען זיי ניט קיין „כלי" צו עצמותו ית'; דוקא אין תחתונים,
וואו ס'איז ניטאָ דער ענין פון גילויים,
דאָ ווערט אַ דירה לעצמותו ית' 22 .
ד.
לפ"ז איז אויך מובן בנוגע עבודת האדם,
אַז די עבודה צו מאַכן „לו ית' דירה בתחתונים",
דאַרף געטאָן ווערן באופן כזה וואָס זאָל מתאים זיין צו דער דירה לעצמותו ית' וואָס ווערט געמאַכט בתחתונים.
א)
„לו ית'" - די עבודה דאַרף געטאָן ווערן בלויז „לו ית'",
אַז עס זאָל זיך אויספירן זיין רצון,
דער נתאווה פון עצמותו ית',
ניט על מנת לקבל פרס 23 ,
אפילו ניט צוליב ווערן דבוק מיט אלקות,
אָדער אפילו אַז דער אדם העובד זאָל דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס כוונה 24 ,
נאָר עס זאָל זיך אויספירן דעם אויבערשטנ'ס „נתאווה" 25 .
ב)
„דירה" - די עבודה דאַרף זיין באופן של קביעות.
ד.
ה.
ניט אַז דער אדם העובד שטייט בעבודתו אין שינויים,
ער איז ניט אין דעם זעלבן תוקף בתמידיות כל הזמן,
וואָס דאָס באַווייזט אַז זיין עבודה איז ניט באופן של דירה - קביעות,
נאָר באופן „עראי".
ג)
„בתחתונים" - די עבודה דאַרף זיין
(בעיקר)
אין ענינים תחתונים,
סיי בנוגע צו תורה,
סיי בנוגע צו מצות,
ועד"ז בנוגע אידן
(כדלקמן).
און אויך די דריי ענינים בעבודת האדם זיינען אָפּהענגיק איינער אין דעם צווייטן:
ווען עבודתו של האדם איז צוליב זיין אייגענער מציאות,
אפילו - צו וועלן ווערן דבוק צו אלקות
(אָדער אפילו אין אַ העכערע דרגא: ער וויל מקיים זיין רצון הבורא,
אָבער אין זיין עבודה איז אַריינגעמישט דער הרגש אַז ער פירט דורך דעם רצון השם)
- דעמאָלט קענען זיין שינויים בעבודתו,
מתאים צו זיין הרגש האהבה והדביקות באותה שעה,
ס'איז ניט קיין קביעות - דירה.
און ס'איז אויך דאָ אַ חילוק אין וואָס די עבודה איז,
צי אין ענינים נעלים אָדער אין ענינים תחתונים,
וואו ער פילט ניט
(אין דער עבודה)
אַזאַ חיות ותענוג.
דוקא ווען עבודתו איז „ לו ית' ",
עס זאָל זיך אויספירן דעם אויבערשטנ'ס כוונה,
דאַן זיינען אַלע ענינים וואָס פירן צו דער השלמה פון דער כוונה באַ אים גלייך,
ובמילא איז זיין עבודה באופן של קביעות בתמידות - „דירה",
און וויבאַלד אַז דער נתאווה פון אויבערשטן איז „להיות לו ית' דירה בתחתונים ",
איז זיין עבודה
(בעיקר)
אין ענינים תחתונים.
ה.
די הנהגה הנ"ל,
אין די אַלע דריי פרטים,
האָט מען געזען בגלוי באַ דעם בעל ההילולא אַליין:
כידוע - און ווי שוין פיל מאָל גערעדט 26
- איז די עבודה פון בעל ההילולא בהרבצת התורה וחיזוק היהדות געווען איין המשך פון מסירת נפש,
וכלשון פון דעם בעל ההילולא אין סיום המאמר הנ"ל 27
- „למעלה מטעם ודעת".
וואָס די עבודה פון מסנ"פ באַווייזט דאָך אַז ער טוט דאָס ניט צוליב שכר רוחני וכיו"ב,
צוליב שלימות מציאותו,
אפילו ניט כדי לדבקה בו ית',
נאָר בלויז „לו ית'",
און זיין אייגענע מציאות איז אין דעם כלל ניטאָ 28 .
ובפרט - מעין פון דעם אופן ווי עס איז געווען באַ דעם בעל ההילולא,
„שהשליך חייו מנגד" 29 ,
כפשוטו,
אויף הרבצת התורה וחיזוק היהדות 30 .
און דער תוקף ואופן המסנ"פ איז באַ אים געווען שטענדיק כל משך זמן נשיאותו,
וואָס האָט זיך אויסגעדריקט בכל האופנים פון מסנ"פ.
ווי גערעדט בארוכה 26 ,
דער חילוק פון די דריי תקופות פון „עשר שנים" במשך זיינע נשיאות־יאָרן בעלמא דין,
אַז אין די אַלע גאָר פאַרשידענע אופני עבודה איז באַ אים געווען דער זעלבער תוקף המסנ"פ.
וואָס נוסף אויף דעם וואָס די עצם עבודה פון מסירת נפש איז דאָך ניט קיין עבודה באופן של עראי,
נאָר קביעות בלי שינויים,
היות אַז די עבודה איז מצד עצם הנשמה,
וואָס איז העכער פון שינויים - האָט זיך דאָס אויסגעדריקט אויך אין דעם אופן גלוי פון מסנ"פ,
אַז אין די אַלע פאַרשידענע סאָרטן עבודות איז באַ אים געווען דער זעלבער תוקף פון מסירת נפש.
ואע"פ אַז די הרבצת התורה וחיזוק היהדות אַרבעט ביז צו הפצת המעינות איז באַ אים געווען אויף אַלע געביטן,
האָט מען אָבער געזען באַ אים אַ השתדלות יתירה אין א)
מסדר זיין כיתות ושיעורים וכדומה אויף צו לערנען הלכה למעשה אויף רבנות,
בכדי צו אויפשטעלן מורי הוראה בפועל,
שיקן רבנים אין פאַרשידענע קהילות און מושבים אאַ"וו.
ב)
אין דער הפצה פון קיום מצות מעשיות צווישן יעדער סוג אידן,
דורך מעשה בפועל
(שיקן שלוחים צו בויען מקוואות,
שיקן מוהלים וכיו"ב),
ג)
אין דעם ענין פון חינוך על טהרת הקודש פון תינוקות של בית רבן,
מייסד זיין חדרים,
שיקן מלמדים כו'.
וואָס די אַלע ענינים איז בחי' „תחתונים" אין תומ"צ גופא,
כדלקמן.
ו.
די הסברה אין דעם: אין לימוד התורה זיינען דאָ כמה אופנים,
אָנהויבנדיק פון לימוד התורה ווי דאָס איז למעלה אין מתיבתא דקוב"ה ומתיבתא דרקיע 31 ,
ביז ווי זי ווערט געלערנט למטה,
וואָס אויך למטה זיינען דאָ כו"כ דרגות ובהן - דער לימוד פון דרוש וקבל שכר,
יגדיל תורה ויאדיר 32 ,
און דער לימוד „לאסוקי שמעתא אליבא דהילכתא" 33 .
וואָס בכללות איז דאָס דער חילוק צווישן „עליונים" אין לימוד התורה און „תחתונים" אין תורה: ווען ער קאָכט זיך אין דעם אופן הלימוד פון „יגדיל תורה ויאדיר"
(ועכ"פ ניט צוליב הלכה למעשה),
איז ער בעיקר פאַרקאָכט אין דער שקו"ט פון תורה,
און זיין תענוג וחיות איז אין השגת התורה; משא"כ ווען ער לערנט „אסוקי שמעתא אליבא דהילכתא",
ליגט ער בעיקר
(ניט אין דער שקו"ט און שכל התורה,
נאָר)
צו וויסן די הוראה דערפון במעשה בפועל.
עד"ז איז אויך בנוגע צום קיום מצות מעשיות : נוסף לזה וואָס דאָס איז בחי' תחתונים לגבי לימוד התורה בכלל 34 ,
איז דאָ ווי ענין המצות איז דאָ „מצד" תורה,
וע"ד כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב עולה כו' 35 ,
ס'דאָ כמ"פ וואָס במקום וואו מ'קען ניט מקיים זיין די מצוה במעשה בפועל,
איז מען עוסק בתורה פון דער מצוה - אעפ"כ זאָגט מען נאָר אַז דאָס איז כאילו הקריב;
עס איז דאָ כוונת המצות א.
ז.
וו.
משא"כ
(בזמן שבית המקדש קיים)
אַ איד וואָס האָט ניט קיין ידיעה אין הלכות קרבנות נאָר ער פאַרלאָזט זיך אויפן כהן המקריב את הקרבן
(ולוי בדוכנו וישראל במעמדו) 36 ,
איז ער מקיים די מצוה און דעם חיוב הקרבת הקרבנות שעליו.
ובפרטיות יותר: דער ענין פון קיום המצוות במעשה איז בחי' „תחתונים" לגבי דעם דיבור המצוה,
און נאָך מער,
לגבי כוונת המצוה במחשבה ולב.
עד"ז איז אויך מובן בנוגע צו אידן,
מיט וועמען מ'לערנט תורה: דער לימוד פון תינוקות של בית רבן,
ובפרט בהתחלת הלימוד - דער לימוד פון אל"ף בי"ת כו' - איז דער ענין פון „תחתונים" בסוגי התלמידים מיט וועלכע מ'לערנט.
ז.
ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק ווי די התעסקות אין די ג' בחי' תחתונים האמורות קומט דוקא ווען זיין עבודה איז באופן כזה אַז ער זוכט ניט קיין תועלת ושלימות פאַר זיך,
נאָר בלויז „לו ית'".
בשעת מ'איז עפּעס אַ מציאות לעצמו,
דעמאָלט איז דער עיקר קאָך און חיות אין בחי' עליונים פון תורה,
אין דעם שכל,
און נאָכמער אין דעם אור אלקי וואָס לייכט אין תורה.
און במילא איז ער גרייט צו לערנען אויך מיט אַזעלכע אידן וואָס זיינען כלים ראויים צו אַזאַ סאָרט לימוד הן בנגלה שבתורה ועאכו"כ בפנימיות וסודות התורה.
וואָס דעמאָלט זעט זיך ווי אלקות ווערט נתפשט און נתגלה אין וועלט.
אָבער אין דעם לימוד לאסוקי שמעתא אליבא דהילכתא,
ועד"ז אין דעם לימוד פון אל"ף בי"ת מיט תינוקות של בית רבן - אין דעם האָט ער ניט קיין קאָך,
ער זעט אין דעם ניט די „רייכקייט" וגילוי שמו ית'.
ועד"ז בנוגע לקיום המצות,
איז דער עיקר חיות זיינער אין כוונת המצוה,
ביז לדבקה בו ית',
ניט אַזוי אין דעם מעשה המצוה,
אין דעם קיום רצון העליון.
דוקא ווען זיין עבודה איז „לו ית'",
עס זאָל זיך אויספירן די כוונה פון דעם אויבערשטן,
ווען דער עובד אַליין איז ניט קיין מציאות לעצמו,
דעמאָלט איז זיין עבודה בעיקר אין די בחי' תחתונים,
וואָרום דוקא עי"ז פירט זיך דורך דער „נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים ".
ח.
היינט דאַרף מען יעדער ענין „אָפּטייטשן" אין פשוט'ע ווערטער: פון די פילע הוראות הנ"ל זיינען דאָ צוויי ענינים וואָס בתקופתנו זו איז געוואָרן אין זיי אַ חלישות:
דער ערשטער ענין איז - לימוד הלכה למעשה .
מ'זעט אַז בעזרת השי"ת איז דער לימוד התורה
(בכלל)
הולך ומתרבה,
סיי בכמות און סיי באיכות.
אָבער דער לימוד אין אַן אופן פון לאסוקי שמעתא אליבא דהילכתא - אַז פון דעם לימוד זאָלן אַרויסקומען רבנים וואָס קענען פסק'נען אַ שאלה אין אַלע פיר חלקי השו"ע
(ובפרט אין אורח חיים)
- איז מדור לדור ומשנה לשנה ומחודש לחודש,
איז דאָס הולך ופוחת ר"ל.
דאָס וואָס מ'קען ניט די דינים פון חו"מ,
איז מצד מצב והנהגת המדינה דאַרף מען האָפן אַז דערפון וועלן ניט אַרויסקומען קיין גרויסע קלקולים; אָבער בנוגע צו אבן העזר,
יורה דעה,
ועאכו"כ בנוגע צו אורח חיים
[די הלכות וואָס זיינען נוגע בפועל ממש,
ניט נאָר אין זמנים קבועים,
נאָר אין טאָג טעגלעכן לעבן,
כשמו - „אורח חיים"],
האָט מען כמעט ניט ביי וועמען צו פרעגן.
בשעת מ'קומט צו איינעם,
וואָס גיט אָפּ זיין גאַנצע צייט אויף לימוד התורה,
און מ'פרעגט ביי אים אַ הלכה,
ענטפערט ער: איך בין פאַרנומען מיט לימוד התורה אין אַן אופן פון „יגדיל תורה ויאדיר",
און הולך ומוסיף ואור; אָבער פסק'נען אַ דין אין הל' ברכות הנהנין,
אין הל' תפלה,
אָדער הל' ק"ש - די הלכות האָט ער ניט געלערנט!
בנוגע צו אורח חיים איז דאָ אַ צווייענדיקער חסרון: נוסף לזה וואָס עס פעלן אויס רבנים וואָס זאָלן קענען פסק'נען אין די דינים,
קומט צו די סכנה אַז יעדער איינער זאָל ווערן אַ „פוסק" פאַר זיך:
אַ בעה"ב אַ סוחר,
ניט קיין רב
(אויב נאָר ער איז אַ ירא שמים),
וועט זיך ניט איינריידן אַז ער קען אַליין פסק'נען אַ שאלה אין הל' גיטין,
און אפילו ניט אַ שאלה אין יורה דעה.
ווען עס מאַכט זיך באַ אים אַ שאלה וועט ער אויפזוכן אַ רב ומורה הוראה בפועל.
משא"כ אין אורח חיים קען ער זיך איינריידן אַז ער קען אַליין ווערן אַ „פוסק" - ער וועט אַ קוק טאָן אין קיצור שולחן ערוך
[אויף לשון קודש,
און אויב ער פאַרשטייט ניט לשון קודש - אויף ענגליש,
פראַנצויז וכיו"ב]
און טאָן ווי ביי אים קומט אויס דער פשט אין קצש"ע!
אויב בנוגע צום שו"ע פון ב"י איז געווען אַ גאַנצע שקו"ט ווי מ'קען פון דאָרט פסק'נען אַ הלכה ניט וויסנדיק די מקורות וטעמים 37
- פאַרשטייט מען שוין וואָס עס קען אַרויסקומען דערפון וואָס מ'גיט אָפּ די תורה בידו של כאו"א,
אַז ער זאָל אַליין פסק'נען פון קיצור שו"ע!
און אין דעם דאַרף זיין דער „והחי יתן אל לבו" 38
- פון דער עבודה פון בעל ההילולא,
וואָס ער האָט זיך איינגעשטעלט אפילו ווען ס'איז געווען פאַרבונדן מיט סכנת נפשות ממש,
צו מייסד זיין
(דאָס וואָס ווערט איצטער אָנגערופן)
בתי מדרש לרבנים -
נעמט מען אַרויס די הוראה,
אַז די אַלע וואָס זיינען ראויים לזה
(און אפילו אויב ס'איז דאָ אַ ספק צי זיי זיינען ראויים,
איז ווי דער מצב איז איצטער,
דאַרף מען זיכער גיין לחומרא),
זאָלן לערנען אין אַן אופן פון לאסוקי שמעתא אליבא דהילכתא.
און זכות הרבים מסייעתם,
ובפרט אַז דאָס איז נוגע ניט נאָר צו אַ רבים פון איין שטאָט,
נאָר לויט דעם מצב בהווה,
איז דאָס נוגע צו הונדערטער קהילות אין ארצות הברית און אַנדערע לענדער,
וועלכע זיינען געבליבן כפשוטו,
אָן רבנים מורי הוראה אין שו"ע.
ועד"ז הונדערטער מושבים אין ארץ הקודש -„ארץ אשר גו' עיני ה"א בה מרשית השנה ועד אחרית שנה" 39 ,
וואָס האָבן ניט קיין רבנים - אַז עס וועט זיין סייעתא דשמיא וועלכע מ'דאַרף האָבן אויף מכוון זיין להלכה 40 ,
מ'זאָל זיין „דן דין אמת לאמתו",
וואָס דורך דעם ווערט מען אַ שותף להקב"ה במעשה בראשית 41 .
ט.
די צווייטע נקודה וואָס איז נוגע בפרט אין היינטיקער תקופה - דעם אופן החינוך פון תינוקות של בית רבן:
מצד די חוקי המדינה פון מדינה זו והדומות לה,
איז געוואָרן אַ מצב מבהיל.
ס'איז איינגעשטעלט געוואָרן אַז ביי אַ קינד - ניט נאָר אַ בן חמש למקרא,
נאָר אפילו שוין אין עלטער פון בן עשר למשנה און בן י"ג למצות און בן חמש עשרה לגמרא - קען ניט דורכגיין אַ טאָג פון שנת וימי הלימודים וואָס ער זאָל ניט לערנען קיין לימודי חול.
און אויף דעם דאַרף מען אַרויסנעמען די הוראה פון דעם בעל ההילולא,
וואָס ער האָט זיך מוסר נפש געווען בפועל - און אויך געשיקט אַנדערע אידן אויף מסנ"פ - צוליב איינשטעלן חדרים פאַר אידישע קינדער,
און אַז דער לימוד אין די חדרים זאָל זיין על טהרת הקודש ,
און ניט משנה זיין ח"ו די דרכי החינוך ווי זיי זיינען געווען איינגעפירט ביי אידן במשך כל הדורות,
איז דאָך על אחת כמה וכמה בימינו אלה,
און אין דער מדינה וכיו"ב,
וואָס עס איז ניט ח"ו אַ מצב של סכנה בגוף,
דאַרף מען לייגן די גרעסטע השתדלות,
אַז דער חינוך פון אידישע קינדער זאָל זיין אינגאַנצן על טהרת הקודש,
ניט אַריינמישן אין דעם קיין לימודי חול,
נאָר ווען דער חוק לאָזט ניט קיין מעגליכקייט אויף ניט לערנען און -נאָר אין דער כמות.
יו"ד.
אפילו די וואָס קענען ניט ביישטיין דעם נסיון - איז אָבער דער אמת אַז בכמה וכמה אופנים קען מען יוצא זיין מיט אַ פרט שבפרט און אין א פאַרנעם הכי קטן.
ס'איז לגמרי קיין הכרח ניט אַז די לימודי חול זאָלן זיין אין דער כמות ואיכות ווי זיי זיינען איצטער איינגעפירט אין בתי ספר וועלכע געפינען זיך אונטער די הנהלה פון אנשים
(או נשים)
יר"ש.
מ'דאַרף זיי נאָר מעורר זיין און מעודד זיין,
אַז זייער השתדלות דאַרף זיין ניט אַזוי אויף מדייק זיין אין מקיים זיין חוקי המדינה,
נאָר מקיים זיין די מצות וחוקים פון,
להבדיל,
דעם אויבערשטן,
וואָס מ'איז „מושבע ועומד מהר סיני" 42
נאָך איידער עס זיינען געווען חוקי המדינה.
אמת טאַקע,
אַז „דינא דמלכותא דינא" 43
איז אָבער
(נוסף לזה וואָס אין ענינים פון אידישקייט „האָבן מיר אידן אויף זיך ניט קיין דער זאָגער" 44 ,
איז אפילו אַזאַ וואָס קען ניט ביישטיין דעם נסיון פון לערנען נאָר לימודי קודש,
איז)
אין דער מסגרת וואָס חוקי המדינה ערלויבן,
דאַרף זיין די השתדלות אַז מערער צייט פון די תלמידים ותלמידות,
ועאכו"כ מערער שימת לב,
זאָל זיין פאַרבונדן מיט לימודי קודש,
און בלויז דאָס וואָס איז מוכרח לכל הדעות זאָל מען אָפּגעבן אויף לימודי חול.
(דאָס איז אין צוגאָב צו דעם אַז דאָס לערנען לימודי חול זאָל ניט זיין אינדערפרי בתחילת הלימוד - „ראשית עריסותיכם" 45 ,
עס איז לגמרי ניט נגד החוק,
אַז „ראשית עריסותיכם" זאָל זיין „תרימו תרומה לה'" - מ'זאָל אויפהויבן דעם קינד צום אויבערשטן,
דורך לימוד תורתו של הקב"ה 46 ,
און ערשט דערנאָך,
בשעת דער קינד איז שוין פאַרמאַטערט,
און מ'האָט ניט קיין ברירה,
גיט מען אַ משך זמן הכי מצומצם אויף לימודי חול).
און וויבאַלד אַז „איני מבקש כו' אלא לפי כחן" 47 ,
איז אַ זיכערע זאַך,
אַז מיט א ַהשתדלות הכי קלה ובשימת לב המתאימה קען מען גלייך מקטין זיין דעם זמן וואָס אידישע קינדער לערנען לימודי חול,
און אָפּגעבן שלא בערך מערער זמן,
סיי בכמות סיי באיכות,
אויף לימודי קודש - די החלטה דאַרף נאָר זיין אין אַן אופן וואָס מ'פילט אַז דער ענין איז אַ דבר המוכרח וואָרום אַזוי איז דער פסק דין אין הל' ת"ת 48 ,
און דעמאָלט איז אַ דבר ברור אַז מ'וועט דאָס דורכפירן.
און כשם ווי מ'האָט געזען ביים בעל ההילולא,
אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס בימיו האָט זיך ניט געזען קיין אויסזיכט אין דרך הטבע אַז זיין השתדלות אין חינוך על טהרת הקודש במדינה ההיא זאָל מצליח זיין - זעט מען איצטער די פירות פון דער השתדלות בעיני בשר
- אַז מ'גייט אַרויס אין גאַס אין די גרויסע שטעט אין ארצות הברית אָדער ערגעץ אַנדערש און מ'טרעפט איינעקלעך וואָס שטאַמען פון עלטערן וואָס זיינען געווען מיט צוואַנציק אָדער פערציק יאָר צוריק במדינה ההיא,
און מ'זעט אַז דער אייניקל פירט זיך בדרך התורה והמצוה,
און מ'פרעגט: ווי האָט מען זיך געקענט האַלטן ביי אידישקייט?
!
איז בשעת מ'איז חוקר ודורש געפינט מען אויס,
אַז דער פאָטער,
זיין מדריך,
אָדער זיין זיידע וכו' האָבן געהאַט אַ קשר צי אַ מגע ומשא מיט איינעם פון די שלוחים פון דעם בעל ההילולא וועלכער האָט אים מעורר געווען אויף ענינים פון אידישקייט און האָט געלערנט מיט אים און האָט זיך באַהאַלטן מיט אים צוזאַמען אויפן בוידעם אָדער אין אַ קעלער כדי צו לערנען וכו' - און דערפאַר איז ער געבליבן ביי אידישקייט -
איז עד"ז ביי די אַלע וואָס „הולכים באורחותיו נס"ו" 49 ,
אַז דורך דער השתדלות אין דער עבודה הנ"ל פון מחזק זיין דעם חינוך על טהרת הקודש,
וועט מען זיכער מצליח זיין צו אויפשטעלן די „צבאות ה'" 50
וואָס וועלן בקרוב ממש אַרויסגיין פון גלות זה האחרון,
אין דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,
ובעגלא דידן.
(משיחת יו"ד שבט תשל"ז)