B"H
🏡

Ikar

בא-יו"ד שבט

א.

כ״ק מו״ח אדמו״ר בעל ההילולא

(פון היינטיקן שבת) 1

האט דערציילט 2

אז ווען זיין פאטער כ״ק אדמו״ר

(מוהרש״ב)

נ״ע "האט אנגעהויבן גיין אין חדר האט נאך דער רבי "צמח צדק" געלעבט און האט אים דאן

(ביים אריינפירן אין חדר)

צוגעווארפן צוקערקעס און דערביי געזאגט,

אז מלאך מיכאל האט אים דאס געווארפן.

איז דאס ביי אים זייער נתקבל געווארן און ער האט ניט געוואלט אויפעסן די צוקערקעס,

ווייל זיי זיינען ביי אים געווען זייער טייער.

ערב פסח איז געווען דער מנהג 3

בודק צו זיין די קעשענעס פון די קליינע קינדער,

האט דער "צמח צדק" גערופן דעם טאטן און האט אים געפרעגט וואו ער האט די צוקערקעס,

האט ער זיי דעמאלט געמוזט אויפעסן".

פון אט דעם סיפור - ווי פון אלע סיפורים פון רבותינו נשיאנו,

ובפרט א סיפור וועגן דעם וואס ס׳האט פאסירט ביי זיי אליין - קען מען ארויסנעמען כמה הוראות; און ניט נאר אין ענין החינוך

(ווי ער איז דארט מסיים "אט אזא חינוך דארפן מיר האבן"),

וואס איז מודגש בפרשתינו

(בנוגע לפסח)

"והגדת לבנך גו׳" 4 ,

"והי׳ כי ישאלך בנך גו׳" 5 ,

נאר אויך כמה עניני הלכות אין איסור חמץ

(וכיו״ב)

וואס אויך וועגן דעם לערנט מען בפרשתינו 6 .

ב.

לכאורה דארף מען פארשטיין וויבאלד די ״צוקערקעס״ זיינען ביי אים

(כ״ק אדמו״ר מוהרש״ב נ״ע)

געווען אזוי טייער אז ער האט זיי ניט געוואלט אויפעסן - און זיי זיינען דאך טאקע געווען א דבר יקר,

וויבאלד זיי זיינען געגעבן געווארן פון צמח צדק - פארוואס האט דער צמח צדק געוואלט בדווקא אז ער זאל זיי אויפעסן פאר פסח,

און ער האט אים ניט געלאזט זיי אפהיטן אויף ווייטער דורך פארקויפן זיי צוזאמען מיט כל החמץ?

ובפרט,

אז מען געפינט אזא הנהגה ביי גדולי ישראל בשייכות צו שיריים וואס זיי פלעגן באקומען פון א צדיק,

אז אויב עס איז געווען א זאך וואס האט געהאט חמץ,

האבן זיי דאס פארקויפט במכירת חמץ 7 .

וויבאלד אז דער "צמח צדק" האט אים דאס ניט געהייסן טאן,

וואלט מען לכאורה געקענט מדייק זיין אז ער האט געהאלטן אז אין דעם פאל: א)

איז דאס אסור היות ער וויל דאך די זאך צוריקבאקומען לאחר הפסח און ער איז רוצה בקיומו פון דעם חמץ 8 ,

ב)

עס העלפט ניט קיין מכירה לעכו״ם ווארום מכירת חמץ איז מותר כאטש דאס איז כהערמה נאון מען האט בדיעה צוריקבאקומען דעם פארקויפטן חמץ לאחר הפסח - און מען מעג לכתחילה פארקויפן "לנכרי המכירו ומיודעו ..

אע ״

פ שהוא יודע בהנכרי שלא יגע בחמצו כלל אלא ישמרנו לו עד לאחר הפסח ואז יחזירנו לו" 9 ]

ווייל דאס איז מדרבנן 10 ,

בנדו״ד אבער איז די מכירה אן ענין פון הערמה ניכרת 11 ,

ובמילא אין אזא פאל האבן די חכמים ניט מתיר געווען ע״י מכירה 12 .

באמת אבער קען מען אזוי ניט זאגן,

ווארום א)

דער אלטער רבי דערמאנט ניט אין שו״ע 13

דעם איסור "רוצה בקיומו" ביי חמץ בפסח,

ב)

לדעת רוב הפוסקים ובפרט לדעת אדמו״ר הזקן איז מכירת חמץ א מכירה גמורה באופן אז זי פארהיט אויך פון צו עובר זיין אויף ב״י וב״י

(אויך)

דאורייתא

(ווארום דעם חמץ וואס מען פארקויפט איז ניט בכלל ביטול והפקר) 14 .

ג.

לכאורה וואלט מען אינעם דערציילטן פאל געקענט געפינען אן אנדער עצה ווי צו האלטן גאנץ דעם חמץ,

ניט אנקומענדיק צו מכירת חמץ לאינו יהודי: מפקיר זיין דעם חמץ

(קודם זמן איסורו).

און כאטש אז

(ביטול ו)

הפקר ביי חמץ העלפט נאר מה״ת אויף ניט צו עובר זיין בב״י וב״י,

ווי מען לערנט עס ארויס פון ולא יראה לך "שלך אי אתה רואה אבל אתה רואה של אחרים ושל הפקר" 15 ,

אבער די חכמים האבן גוזר געווען אז

(ביטול ו)

הפקר איז ניט מספיק און מ׳דארף דעם חמץ מבער זיין 16

בפועל ממש - איז אבער אויך אויף דעם פאראן אן עצה:

מען קען דאך מפקיר זיין דעם חמץ ניט נאר בלב

(און עס זאל פארבלייבן אין זיין רשות)

נאר ביים מפקיר זיין דעם חמץ זאל ער עס ארויסנעמען פון זיין רשות און אוועקלייגן ברה״ר במקום הפקר ממש,

אין אן ארט וואו עס גייען ניט קיין מענשטן

(און דערנאך זוכה זיין דערין נאך פסח)

-

וואס לכאורה דערמיט איז מען באווארנט לויט ביידע טעמים צוליב וועלכע די חכמים האבן מתקן געווען אז ביטול והפקר אליין זאל ניט זיין גענוג: א)

ביטול והפקר איז "תלוי במחשבתו של האדם",

איז מען חושש אז ער וועט דאס מפקיר זיין ניט "בלב שלם" 17 ,

דעריבער דארף ער דאס ארויסראמען פון זיין רשות 18

; אדער ב)

מצד דעם טעם ווייל "האדם רגיל בכל השנה בחמץ ומחמת רגילותו קרוב הוא לשכחה שישכח את איסורו ו

(אויב דאס וועט זיין "בגבולו" 19 )

יאכל ממנו".

און מ׳געפינט מפורש אז מען קען אזוי טאן לכתחילה: ארויסנעמען דעם חמץ מרשותו און אים מפקיר זיין,

און אוועקלייגן במקום הפקר לכל און לאחר הפסח זוכה זיין אין דעם 20

(וכמדומה שנמצא בספורי חיי כמה חסידים הנוהגים בקבלת שיריים

(וכיו״ב)

שנהגו כן).

דער טעם בפשטות וואס דער צ״צ האט אזוי ניט געהייסן טאן: הגם מען געפינט אז לויט כמה דיעות 20

מעג מען מפקיר זיין פאר זמן איסורו

(ובפרט במקום הפקר)

מיט דער דיעה צו זוכה זיין אין דעם לאחר הפסח,

אבער מ״שאר הפוסקים״ 21

איז משמע אז דאס העלפט ניט 22

; און אזוי פסק׳נט דער אלטער רבי 23

"אפילו הניחו במקום המופקר לכל צריך שיפקירנו לגמרי בפיו ובלבו ולא יהי׳ בדעתו בשעת ההפקר לחזור ולזכות בו לאחר הפסח או לא יקדמנו אחר שאם יש בדעתו כן אינו הפקר גמור והרי הוא כשלו ממש".

נאכמער: "אפילו חמץ שנמצא מושלך במקום הפקר שהשליכו שם ישראל קודם שעה ששית בע״פ כדי שלא יעבור עליו בב״י וב״י בפסח ..

שמותר לעשות כן לכתחילה מכל מקום לאחר הפסח אסור לכל אדם מישראל ליהנות ממנו" 24 .

ד.

ס׳איז אבער שווער צו זאגן אז דאס איז דער טעם בנדו״ד: ראשית רעדט זיך דא וועגן "צוקערקעס" וואס איז בכלל ניט ברור אויב ס׳איז פאראן אין דעם חמץ; און אפילו אויב ס׳איז דא,

איז דאס נאר תערובות חמץ פון קודם הפסח וואס ווערט דאן בטל ברוב

(אדער בס׳)

25

און ס׳איז ניטא אין דעם קיין ב״י וב״י

(מדאורייתא עכ״פ)

26 .

ועוד: דאס וואס אזא הפקר העלפט ניט איז דאך צוליב׳ן טעם וואס יעדער מענטש וועט אזוי טאן כדי צו קענען הנאה האבן פון דעם חמץ לאחר הפסח 27

; בנדו״ד אבער,

וויבאלד ער האט סיי ווי ניט בדיעה צו הנאה האבן פון די ״צוקערקעם״ באיזה אופן שהוא,

אפילו ניט דורך מכירה,

ער האט זיי נאר געוואלט האלטן גאנץ 28

- און בצירוף לזה וואס דאס איז נאר א ספק דרבנן כנ״ל,

צי דער

(תערובות)

חמץ דארף בכלל האבן הפקר וביעור 29

,

ובפרט אז ס׳איז אן ענין דלא שכיח - קען זיין אז אין דעם פאל האבן די רבנן מלכתחילה ניט גוזר געווען 30

אז אט דער הפקר זאל ניט מספיק זיין 31 .

[און מ׳קען ניט פרעגן אויף דער כללות השקו״ט הנ״ל,

אז דער גאנצער ענין פון מכירה והפקר איז ניט שייך בנדו״ד,

וויבאלד אז עם רעדט זיך דא וועגן א חפץ פון א קטן וואס קען נאר קונה זיין

(בדעת אחרת),

אבער ניט מקנה זיין 32

אדער מפקיר זיין 33

- ווארום ביי א קטן "הסומך על שלחן אביו" איז דער דין אז די

(מציאה וואס ער געפינט און)

מתנה וואס ער קריגט איז עס "של אביו" 34 ,

ובמילא ליגט אויפן פאטער דער חיוב צו פארקויפן עס צו א גוי אדער מפקיר זיין.

מהאי טעמא איז מובן אז פון דעם סיפור הנ״ל קען מען ניט מדייק זיין אז לויט דעת הצ״צ איז א קטן מוזהר אין ב״י וב״י און חייב להפרישו מזה,

און חמץ של קטן שעבר עליו הפסח איז אסור בהנאה 35 ,

ווארום

(נוסף אויף דעם וואס דא איז ניט געווען וודאי חמץ)

ע״פ דין איז דאס שייך צום טאטן - א גדול].

ובכלל צ״ע צי מען קען פון תוכן סיפור הנ״ל ארויסלערנען הלכות אינעם דין ואיסור חמץ בנוגע לכל אדם - היות אז דא רעדט זיך וועגן חמץ דרבנן,

אפשר - נאר ספק חמץ,

אן ענין מיוחד דלא שכיח,

וועגן א שטוב וואס מ׳האט מהדר געווען בתכלית וכו׳.

ה.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים אז - ע״פ השמועה מחסידים 36

- איז די הנהגה פון חסידי רבותינו נשיאנו געווען ע״ד הנ״ל: בשעת זיי האבן געהאט א דבר מאכל ומשקה וואס מ׳האט באקומען פון רבי׳ן און מ׳האט דאס ניט געקענט האלטן בפסח - האט מען דאס ניט פארקויפט אין חמץ,

נאר מ׳האט דאס אויפגעגעסן,

אדער אויסגעטרונקען פאר פסח.

און דער טעם דערפון י״ל בפשטות: ס׳איז היפך כבוד רבו צו נעמען זיינע שיריים וכיו״ב

(ובפרט וואס ער האט אים געגעבן)

און זיי אוועקגעבן אדער פארקויפן צו א אינו יהודי.

נאכמער,

אין פאל ווען דער מאכל וכד׳ ווערט פארקויפט און גייט איבער אין רשות פון אינו יהודי,

איז צ״ע: נאכדעם ווען דער איד קויפט דאס אפ צוריק,

צי עס בלייבט דאן אין דעם מאכל די פריערדיקע קדושה פון צדיק?

ו.

לכאורה יש לומר אז דער ענטפער אויף דער שאלה הנ״ל איז תלוי אין בירור מהות האיסור פון חמץ בפסח.

און בלשון פון ראגאטשאווער 37

: צי דער איסור חמץ איז א "תואר"

(ד.

ה.

דאס וואס דער מאכל

(וכיו״ב)

איז חמץ׳דיק),

אדער דער איסור איז "חל על העצם"; און ווי ער איז מבאר אז דאס איז תלוי אין דער מחלוקת פון ר״י ור״ש 38

אויב חמץ לאחר הפסח אסור בהנאה "דמאן דס״ל אסור ס״ל דהאיסור חל על העצם ומאן דס״ל מותר ס״ל דלא הוה רק תואר וכשהלך הזמן בטל התואר".

און דאס איז אויך פארבונדן מיט דער מחלוקת פון ר׳ יהודה מיט די חכמים 39

: "ר״י אומר אין ביעור חמץ אלא שריפה וחכ״א אף מפרר וזורה לרוח או מטיל לים": די חכמים האלטן אז דער איסור חמץ איז ב״תואר" פון דער זאך,

איז דעריבער גענוג "מפרר וזורה לרוח או מטיל לים",

וואס דעמאלט ווערט בטל דער "תואר" פון חמץ

(און במילא דער ענין פון אכילה והנאה),

הגם אז עס פארבלייבט דער עצם החמץ; דאקעגן ר״י האלט אז דער איסור חמץ איז "חל על העצם" און דעריבער דארף מען דעם חמץ פארברענען - עס זאל בטל ווערן זיין עצם מציאות 40 ,

ניט נאר דער "תואר" און אפשריות פון אכילה און הנאה 41 .

לפ״ז י״ל אז מיט דעם איז אויך פארבונדן די שאלה הנ״ל: אויב מען האלט אז דער איסור איז "חל על העצם" און דערפאר מוז די מכירה צום גוי כולל זיין אויך דעם עצם פון דעם חמץ,

במילא בלייבט ניט אין דעם חפץ קיין מציאות וואו די קדושה הקודמת זאל האבן אן אחיזה.

אויב מ׳לערנט אבער אז דער איסור חמץ "הרה רק תואר" וואס איז א דבר נוסף אויף עצם הדבר 42 ,

וואס דעריבער איז דא א מקום צו זאגן אז ביי מכירת חמץ

(כדי ניט עובר זיין אויף ב״י וב״י 43 )

ווערט פארקויפט נאר דער דבר נוסף על העצם,

וואס איז געבונדן מיט׳ן ״תואר״ 44

ובמילא בלייבט אין דעם די קדושה הקודמת

(די בעלות על העצם 45

- פון דעם נותן)

וואס רירט אן דעם עצם פון דער זאך.

ולפ״ז וויבאלד אז די הלכה איז ווי ר״ש* 45

אז חמץ לאחר הפסח איז מותר בהנאה,

און דער איסור איז נאר אלס קנס,

און אזוי אויך בנוגע ביעור חמץ איז דאך נאר " המנהג לשורפו" 46 ,

אבער די הלכה איז דאך ווי די חכמים 47

אז ס׳איז גענוג "מפרר וזורה לרוח או מטיל לים״ - קומט במילא אויס אז עס מאכט ניט אויס צו פארקויפן די שיריים פון א צדיק

(וכד׳)

צום אינו יהודי,

ווייל אויך נאכדעם קען פארבלייבן אין דעם די קדושת הצדיק 48 .

ז.

באמת קען מען אזוי ניט זאגן,

ווארום הגם אז די מכירה איז בכדי ניט עובר זיין אויף ב״י וב״י,

איז דאך אבער דעת רוב הפוסקים אז דאס איז א מכירה גמורה,

כנ״ל,

ד.

ה.

אז דער עצם החמץ איז קנוי צום גוי בקנין גמורה ומדאורייתא 49

(ובפרט לויט תקנת אדמו״ר הזקן אז מ׳מאכט אן ערב קבלן),

ביז אז דער נכרי קען דאס פארקויפן צו א צווייטן לאחר הפסח 50 .

ד.

ה.

אז ער האט ניט בלויז א זכות השתמשות אדער א קנין בלויז אינעם "תואר" פון דער זאך,

נאר די עצם זאך באלאנגט צו אים 51 .

ועפ״ז איז מובן וואס חסידים האבן ניט געוואלט פארקויפן א דבר מאכל וואס מ׳האט מקבל געווען פון רבי׳ן צו א אינו יהודי,

ווארום דאס איז ניט נאר אן ענין פון היפך כבוד רבו - אז מ׳זאל די שיריים

(וכיו״ב)

וואס מ׳האט באקומען פון צדיק איבערגעבן אין רשות פון אן אינו יהודי

(וואס איז מקבל חיות פון ג׳ קליפות הטמאות) 52

- דורך דעם איז מען בידים מפקיע ח״ו די בעלות הקדושה וואס איז פריער געווען אויף דעם 53 .

ח.

לפי״ז קען מען מבאר זיין פארוואס עס איז ניט געווען די הנהגה צו מפקיר זיין די שיריים וכו׳ פון א צדיק:

דער גדר פון הפקר,

זאגט דער ראגא-טשאווער 54 ,

קען מען אויסטייטשן אויף צוויי אופנים: צי דער אויפטו פון הפקר איז אז דער בעה״ב איז זיך מסלק פון דער זאך וואס ער איז מפקיר און עס געהערט ניט צו קיינעם,

אדער אז דורך דעם מפקיר זיין ״באקומען״ אלע מענשטן א

(זכות ו)

קנין אין דבר הנפקר.

און דערמיט איז דער ראגאטשאווער מבאר פלוגתת אמוראים 55

:

ווען איינער האט אנגעשעפט וואסער פון א בור של הפקר 56

אום יו״ט צוליב זיין חבר,

זאגט ר׳ נחמן אז דער תחום ווערט גערעכנט "כרגלי מי שנתמלאו לו",

ד.

ה.

אז די אלפים אמה

(פון מקום שביתה)

ווערט גערעכנט פון דעם ארט וואו עס געפינט זיך דער פאר וועמען ער האט געשעפט די וואסער.

רב ששת זאגט אז מ׳רעכנט עס "כרגלי הממלא",

אז מ׳רעכנט די אלפים אמה פון דעם ממלא; און די גמרא זאגט "במאי קא מיפלגי - מר סבר בירא דהפקרא הוא ומר סבר בירא דשותפי הוא " .

איז דער ראגאטשאווער מבאר

(אז ביידע האלטן אז דער בור איז הפקר,

נאר)

: רב נחמן האלט,

אז דער גדר פון הפקר איז אז אלע האבן אין אים א זכות וחלק -אויך דער פאר וועמען ער האט געשעפט די וואסער,

דערפאר האט ער דעם דין פון "בירא דשותפי הוא " .

רב ששת האלט: הפקר מיינט אז דאס געהערט ניט צו קיינעם,

ובמילא קען דער ממלא

(זוכה זיין פאר זיך - עיי״ש - אבער)

ניט זוכה זיין די וואסער פארן צווייטן און דערפאר קען מען ניט רעכענען די אלפים אמה פונעם צווייטן,

נאר "כרגלי הממלא" 57 .

און לויט ביידע סברות אין הפקר איז מובן בנדו״ד,

כדלקמן.

ט.

לויט דער סברא אז הפקר פועל׳ט אז דאס געהערט צו אלעמען 58

איז מובן בפשטות פארוואס מ׳האט ניט געוואלט מפקיר זיין די שיריים הנ״ל - און מצד דעם זעלבן טעם ווי ביי מכירה צו א אינו יהודי - ווארום דעמאלט וואלט דאס באלאנגט צו אלע גוים פון דער וועלט

[ובפרט אז בפשטות זיינען זיך אידן,

וואס אין רצונם בחמץ בפסח,

מסלק פון באקומען דעם זכות אין דעם הפקר 59 ]

און דאס איז היפך כבוד רבו,

כנ״ל.

און אין איין פרט איז דאס מפקיר זיין נאך ערגער ווי פארקויפן עס צו אן אינו יהודי: בשעת ער פארקויפט צו אן אינו יהודי קען ער אויפזוכן אזא גוי וועלכער איז מחסידי אומות העולם וואס דער רמב״ם פסקנ׳ט 60

וועגן אים,

אז יש להם חלק לעוה״ב 61

ובפרט נאך אז דער גוי איז מציל דעם אידן פון עובר זיין אויף איסור חמץ בפסח; משא״כ בשעת דאס ווערט ״הפקר לכל״ - געהערט דאס צו אלע גוים,

אויך ניט חסידי אומות העולם,

און דערמיט אויך נאך מער בסתירה צו כבוד רבו.

יו״ד.

אויך לויט דער סברא אז הפקר איז ניט א זאך וואס האט א שייכות צו אלעמען,

איז מובן: נעמען א דבר יקר,

א דבר שבקדושה וואס מ׳האט עס באקומען מרבו,

און דאס בלב שלם מבטל זיין און איבערלאזן דאס במקום הפקר,

איז אויך אן ענין פון היפך הכבוד,

ווייל דאס ווייזט אויף היפך החשיבות 62 .

ומהאי טעמא האט אויך דער "צמח צדק" זיך משתדל געווען אז אנשטאט דעם אז די ״צוקערקעם״ זאלן געהערן צו א אינו יהודי אדער זיין הפקר זאל זיי זיין אייניקל

(כ״ק אדמו״ר מהורש״ב)

אויפעסן און זיי זאלן ווערן דם ובשר כבשרו 63 .

יא.

פון כהנ״ל קומט ארוים נאך מער בהפלאה די הוראה אין גודל ההשתדלות ואופן החינוך:

וויבאלד אז די ״צוקערקעם״ זיינען געווען ביים רבי׳ן

(מהורש״ב)

נ״ע אזוי טייער,

אז צוליב דעם האט ער זיי געהאלטן גאנץ ביי זיך ברשותו - אפילו מוותר געווען אויף דעם עם זאל ווערן דם ובשר כבשרו - און ס׳איז דערביי ניט דא קיין איסור צו זיי מפקיר זיין אדער פארקויפן וכו׳ - האט מען דאך לכאורה בעסער געדארפט אים צוליב טאן וואלט ער זיי געהאט תמיד

(אויך נאך פסח),

דאס וואלט עם תמיד מזכיר און מעורר געווען אויף דער קדושה,

כניסה לחדר וכו׳ - איי וואס י״ל אז - בפנימיותו -נעקרה הקדושה און לפי שעה איז דאס געווען ברשות האינו יהודי וכו׳,

איז ער דאך געווען א קינד בן שלש 64

און ניט געוואוסט דערפון וכו׳.

נאר דא זעט מען גודל ההשתדלות אין ענין החינוך,

ניט נאר אין עניני דאורייתא ודרבנן,

אפילו אין א הידור מצוה,

נאר אויך אין מנהגים וענינים פון חסידים - און אז יעדער זאך זאל זיין לאמתתו.

און דאס דארף מען טאן ניט נאר דאן ווען דאס קומט אן גרינג,

נאר אויך בשעת ס׳איז פארבונדן מיט א תנועה וואס לפי״ע המחונך איז עם אן ענין פון מס״נ

(מסירת הרצון).

און ווי די כמה סיפורים וואס מ׳געפינט אויך בנוגע דעם חינוך פון כ״ק מו״ח אדמו״ר בעצמו.

וואס דעמאלט געוואוינט מען איין דעם קינד ניט נאר "לשנות מדותיו הטבעיים",

נאר אויך "טבעי׳ מדותיו" 65 .

און כאטש דאס איז א דרך אין חינוך וואס מען דערציילט בנוגע יחידי סגולה - נשיאי ישראל,

וויבאלד מ׳האט דאס מגלה געווען יעדן איינעם,

איז דאס א הוראה פאר יעדערן,

און ווי ער זאגט אין דער שיחה "אט אזא חינוך דארפן מיר האבן״ -

און דעם כח אויף דערויף האט מען פון רבותינו נשיאינו וואס בתר רישא גופא אזיל 66 ,

צו גיין באורחותיהם ובדרכיהם אשר הורונו נס״ו.

(משיחת ש״פ בלק תשל״ג)

Reader controls and commentary are loading.