א.
אין אָנפאַנג הלכות קדוש החדש זאָגט דער רמב”ם: „חדשי השנה הם חדשי הלבנה שנאמר 1
עולת חודש בחדשו ונאמר 2
החודש הזה לכם ראש חדשים ..
והשנים שאנו מחשבין הם שני החמה שנאמר 3
שמור את חודש האביב”.
דער פירוש דערפון: „חדש הלבנה” באַשטייט פון לערך ניין און צוואַנציק מיט אַ האַלב טעג 4 ,
אַזויפיל דויערט דער סיבוב פון דער לבנה; „שנת חמה” באַשטייט לערך פון דריי הונדערט מיט פינף און זעכציק און אַ פערטל טעג 5 ,
דאָס איז דער זמן פונעם סיבוב
(שנתי)
פון דער זון.
- און דער רמב”ם אין דער הלכה הנ”ל זאָגט צוויי דינים 6
:
א)
אַז די „חדשי השנה” דאַרפן גערעכנט ווערן לויטן סיבוב הלבנה; דאָס הייסט,
אַז אַ חודש איז ניט אַ צוועלפטל פון שנת החמה
[ווי עס רעכענען די רוב האומות,
וואָס צעטיילן דעם יאָר
(פון מהלך חמה)
אויף צוועלף חלקים -חדשים],
נאָר „חדשי הלבנה ”.
ב)
אעפ”כ,
וויבאַלד אַז פסח מוז זיין בזמן האביב 7 ,
און די תקופות השנה זיינען באַשטימט דורך
(מהלך ה)
חמה
(וואָס אַ שנת חמה איז מיט לערך עלף טעג לענגער ווי אַ שנת לבנה 8 )
-רעכנט מען די יאָרן לויטן מהלך החמה.
און דערפאַר,
איז יעדערע צוויי־דריי יאָר מאַכט ב”ד אַן עיבור־יאָר,
„כדי שיהי’ הפסח בזמן האביב” 9 .
און דער רמב”ם איז ממשיך אין די ווייטערדיקע פרקים,
אַז אויך דער חשבון וועלכן מיר נוצן היינט
[וואָס רבי הלל הנשיא האָט מסדר געווען 10 ]
איז אויסגעשטעלט אין אַזאַ אופן,
אַז יעדער מחזור
(19 יאָר)
גלייכן זיך אויס
(לערך)
די שנות הלבנה מיט די שנות החמה,
ביז אַז „לא ישאר ממנין ימי החמה בכל תשע עשרה שנה חוץ משעה אחת וארבע מאות ושמונים וחמשה חלקים” 11 .
פרעגט אויף דעם דער „פירוש” 12 ,
אַז „אחר שנים רבות”
(ווען עס וועט זיך צונויפקלייבן אַ גרויסע צאָל פון די יתרונות פון דער שעה מיט תפ”ה חלקים)
וועט אויסקומען תקופת ניסן
(ניט בחודש האביב,
נאָר)
אין חודש אייר?
און ענטפערט: „יבוא מורה צדק ויודיענו”.
[ולהעיר: ביז צום לעצטן יאָר פון שית אלפי שנין דהוה עלמא וועט די תקופה אויספאַלן נאָך אַלץ 13
בחודש ניסן 14 ].
וצריך להבין: דער דין פון „שמור את חודש האביב” איז
(ניט נאָר אַז ניסן דאַרף זיין בזמן האביב,
נאָר)
אַז פסח זאָל זיין בזמן האביב
[און ווי דער רמב”ם פסק’נט,
כנ”ל,
אַז בשעת ב”ד האָט אויסגערעכנט אַז תקופת ניסן וועט אויספאַלן „בששה עשר בניסן” פלעגט מען מעבר זיין דעם יאָר „כדי שיהי’ הפסח בזמן האביב”]
- איז ניט מובן:
מצד דער פילמאָליקער צונויפזאַמלונג פון שארית המחזור
(אַ שעה מיט תפ”ה חלקים)
ביז איצט
[און אפילו בזמן הרמב”ם
(און נאָך פריער)]
איז שוין תקופת ניסן פיל מאָל 15
אויסגעפאַלן אַ צאָל טעג נאָך ט”ו ניסן 16
- איז ווי שטימט עס מיטן דין פון „שמור את חודש האביב”,
אַז פסח דאַרף זיין בזמן האביב?
ב.
לכאורה האָט מען געקענט פאַרענטפערן דערמיט וואָס דער רמב”ם זאָגט ווייטער 17 ,
אַז דער איבערבלייב פון אַ שעה מיט תפ”ה חלקים נאָך יעדן מחזור איז נאָר לויטן חשבון
(וואָס ווערט אָנגערופן „תקופת שמואל”)
אַז שנת החמה איז „שס”ה יום ורביע יום”.
אָבער לויט דעם חשבון
(„תקופת רב אדא”)
אַז שנת החמה איז שס”ה יום ו„פחות מרביע יום” - איז „לא תמצא תוספת במחזור של י”ט שנה כלל ”.
ועפ”ז שטימט דער חשבון השנים וואָס מיר רעכענען איצטער מיטן דין פון „שמור את חודש האביב” - ווייל מיר נעמען אָן
(ניט דעם חשבון פון תקופת שמואל נאָר)
דעם חשבון פון תקופת רב אדא
[וואָס „חשבון זה הוא האמת יותר מן הראשון” 18 ]
ווי עס שטייט אין כמה ראשונים 19 ,
און לויט „חשבון זה” פאַלט אויס פסח אַלעמאָל בתקופת האביב.
ס’איז אָבער ניט מובן: דער טעם פאַרוואָס מ’דאַרף משווה זיין שנות הלבנה מיט שנות החמה איז צוליב „שמור את חודש האביב”,
און וויבאַלד אַז לויטן חשבון פון תקופת שמואל איז נאָך יעדער מחזור דאָ אַ איבערבלייב - טאָ ווי זאָגט דער רמב”ם 20
„ולמה סמכנו על מנין זה ..
(וויבאַלד אַז)
לא ישאר ממנין ימי החמה ..
חוץ משעה אחת וכו’”: ווי איז שייך צו סומך זיין אויף דעם „מנין”,
וויבאַלד אַז די השתוות איז ניט
(אינגאַנצן)
בהתאם מיטן דין פון „שמור את חודש האביב”?
ג.
ויש לומר הביאור בזה: פון לשון הרמב”ם „והשנים שאנו מחשבין הם שני החמה שנאמר שמור את חודש האביב”,
איז מובן,
אַז דער לימוד פון „שמור את חודש האביב” איז ניט נאָר אַז פסח דאַרף זיין בזמן האביב,
נאָר אויך אַז אַלעמאָל דאַרף אויסקומען פסח אומגעפער אין זעלבן זמן
(פון שנת החמה) 21 .
און אין דעם דין פון „שמור את חודש האביב” בשייכות צו די שנים איז גענוג „שיהי’ חודש זה
(ניסן)
בזמן האביב” 22
- אַז דער חודש ניסן זאָל אין זיך האָבן דעם זמן האביב 23 .
ובמילא איז בנוגע דעם דין גענוג אַז די תקופת האביב זאָל זיין בחודש ניסן אפילו ווען זי איז בסוף החודש.
וואָס עפ”ז קומט אויס,
אַז אויך לויטן חשבון פון תקופת שמואל,
אַז אין יעדער מחזור בלייבט אַ קליינע שארית,
איז דורכן אויסשטעלן פון שנות המחזור באַוואָרנט געוואָרן דער דין פון „שמור את חודש האביב” בנוגע צו שנה
(עכ”פ),
היות אַז אויך לויט דעם חשבון וועט די תקופה זיך קיין מאָל ניט פאַרציען נאָך חודש ניסן.
און דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס דער רמב”ם זאָגט דעם טעם פאַרוואָס „סמכנו על מנין זה”
(דער מנין פון שנות המחזור)
- ווייל לויט דעם חשבון „לא ישאר ממנין ימי החמה חוץ משעה אחת כו’”: „סמכנו על מנין זה”
(פון שנות המחזור)
ווייל דורך „מנין זה” ווערט באַוואָרנט דער דין אַז די שנים דאַרפן זיין „שני החמה” 24
; און אין דעם איז אויך דער חשבון אַז „לא ישאר כו’ חוץ משעה אחת כו’” אַ טעם מספיק אויף „סמכנו על מנין זה”,
כנ”ל.
ד.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז צוליב דעם דין פון „שמור את חודש האביב” בנוגע פסח מוז מען פאָרט אָנקומען צום אמת’ן חשבון
(פון תקופת 25
רב אדא) 26 ,
וואָס דווקא דאַן איז „לא תמצא תוספת במחזור ..
כלל” - טאָ צוליב וואָס דאַרף דער רמב”ם זאָגן אַז בנוגע דעם ענין פון „שנה” איז דאָס אויסגעהאַלטן אויך לויטן חשבון פון תקופת שמואל - וואָס איז ניט כפי האמת?
איז נקודת הביאור אין דעם:
פון דעם גופא,
וואָס דער רמב”ם ברענגט אויך תקופת שמואל אין הלכות קדוש החודש,
איז מוכח אַז אויך די תקופה איז
(ניט נאָר אַ דיעה אין תורת אמת,
נאָר אויך אַז זי איז)
אויסגעהאַלטן אין פסק ההלכה
(וואָס הלכה איז אַן ענין פון „אמת לאמיתו” 27 ).
[און ווי דער רמב”ם איז מרמז מיטן לשון 28
„שחשבון זה הוא האמת יותר מן הראשון”: אויך דער חשבון „הראשון”
(תקופת שמואל)
- איז אמת; אָבער „חשבון זה”
(תקופת רב אדא)
איז „אמת יותר”] 29 .
אַ ראי’ אויף דעם
(אַז אויך דער חשבון פון תקופת שמואל איז אָנגענומען לפסק הלכה)
: אין כמה הלכות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תקופת החמה רעכנט מען זיך נאָר מיט תקופת שמואל; אַזוי ווי ברכת החמה,
לדוגמא - די ברכה וואָס מען מאַכט ווען מ’זעט די חמה אין טאָג פון תקופת ניסן ביים אָנהויב פון יעדן מחזור גדול
(28 יאָר)
ווען די תקופה איז „בתחילת ליל רביעי” 30
-וואָס דאַן איז די תקופה לויטן חשבון פון שמואל און ניט לויטן חשבון פון תקופת רב אדא 31 .
[און דאָס זעלבע איז אויך בנוגע צו שאלת גשמים 32 ,
און זהירות אין שתיית מים בשעת התקופה 33 ,
וואָס אין די הלכות רעכנט מען זיך נאָר מיט תקופת שמואל 34 ].
ה.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַן ענין וואָס איז,
לכאורה,
ניט מובן אין קדוש החודש: „ב”ד 35
שקדשו את החודש,
בין שוגגין בין מוטעין בין אנוסים
[לויט אַ צווייטער גירסא 36
: מזידין]
הרי זה מקודש וחייבין הכל לתקן המועדות על היום שקדשו בו”.
ולכאורה: דער תוכן וענין פון ראש חודש
(מלשון חידוש)
איז פאַרבונדן מיט חידוש
(מולד)
הלבנה - טאָ ווי איז שייך אַז דער טאָג אין וועלכן ס’איז ניט געווען דער מולד זאָל ווערן ר”ח מצד דעם וואָס ב”ד האָבן אים מקדש געווען?
דער רמב”ם 37
איז מסביר דעם טעם פון דעם פסק הלכה,
אַז „חייבין הכל לתקן המועדות על היום כשקדשו בו”,
ווייל „מי שצוה לשמור המועדות הוא צוה לסמוך עליהם”.
אָבער דאָס איז לכאורה נאָר אַ טעם מספיק פאַרוואָס מ’איז מחויב צו פאַרלאָזן זיך אויפן קידוש החודש פון ב”ד,
ס’בלייבט אָבער ניט מובן דער עצם הענין: ווי אַזוי ווערט דער טאָג „ ראש חודש”,
אויב דער מולד איז אין אַן אַנדער טאָג?
ו.
דער ביאור אין דעם
(בדרך אפשר)
:
חמה ולבנה און עניניהם דאָ למטה
(אַזוי ווי אַלץ וואָס איז דאָ למטה)
ווערן נשתלשל פון בחי’ חמה ולבנה ועניניהם למעלה.
ובמילא,
דאָס וואָס דער טאָג פון מולד הלבנה ווערט באַשטימט אַלס ר”ח,
נעמט זיך עס בעיקר מצד דעם מולד הלבנה שלמעלה.
אָבער וויבאַלד אַז אונזער דערוויסן זיך און אונזער השגה אין די ענינים שלמעלה איז דורך די ענינים ווי זיי ווערן נמשך דאָ למטה - דערפאַר האָט אונז די תורה אָנגעזאָגט אַז מיר זאָלן קובע זיין ר”ח לויטן מולד הלבנה שלמטה
(ע”פ הראי’,
אָדער ע”פ חשבון)
וויילע פון דעם ווייסן מיר אַז דעמאָלט איז דער מולד הלבנה שלמעלה.
אין פאַל אָבער ווען ב”ד האָט באַשטימט ר”ח אין אַן אַנדער טאָג און די תורה הייסט אונז „לסמוך עליהם”,
איז דאָס גופא אַ הוכחה,
אַז דוקא אין דעם טאָג,
וועלכן תורת אמת איז קובע אַלס „ראש חודש”,
איז דער מולד הלבנה
(העיקרי -)
שלמעלה.
[און דאָס וואָס למטה איז דעמאָלט דער מולד אין אַן אַנדער טאָג,
איז עס דערפאַר וואָס דער עולם הזה התחתון איז
(צוליב סיבות שונות)
דעמאָלט 38
ניט ראוי 39 ,
אַז די המשכה פון בחי’ לבנה שלמעלה זאָל אַראָפּקומען אין דער לבנה שלמטה אין זעלבן זמן].
ועד”ז איז אויך בנוגע צו די אויבנדערמאָנטע דינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט תקופת החמה
[ברכת החמה וכו’]
: די דינים פון תורת אמת זיינען
(בעיקרם)
פאַרבונדן מיט תקופת החמה שלמעלה .
דעריבער איז קיין קשיא ניט וואָס ביי די דינים ווערט אָנגענומען דער חשבון פון תקופת שמואל -כאָטש אַז דער חשבון האמיתי פון דער תקופה למטה איז לויט תקופת רב אדא - וואָרום וויבאַלד תורת אמת זאָגט,
אַז נאָך יעדע 28 יאָר איז די הלכה כך וכך און זי איז פאַרבונדן מיט דער תקופה,
איז דערפון גופא מוכח,
אַז אין דעם זמן איז די תקופה שלמעלה.
ס’איז נאָר וואָס צוליב געוויסע סיבות קומט אַראָפּ די תקופה דאָ למטה אין אַן אַנדער זמן
(תקופת רב אדא) 40 .
ז.
לאחרי כהנ”ל פאָדערט זיך נאָך ביאור:
אַלע ענינים וואָס שטייען אין תורה,
ובפרט אַזעלכע וואָס זיינען להלכה במעשה בפועל - איז אין מקרא
(דהפס”ד)
יוצא מידי פשוטו,
און מ’דאַרף מקיים זיין די הלכה כפשוטה.
כאָטש אַז יעדער ענין
(אין עולם ובפרט אין תורה)
איז זיין שורש למעלה ורוחני.
[און דאָס איז ניט נאָר בנוגע לקיום המצות,
אַז דוקא דורך זייער קיום כפשוטן „נעמט מען” אויך די ענינים הרוחניים פון מצות
[אַזוי ווי מצות תפילין,
לדוגמא,
וואָס דוקא דורך קיום מצות תפילין כפשוטה איז מען ממשיך דעם ענין פון ד’ מוחין וכו’],
נאָר אויך בנוגע אַלע זאַכן און ענינים וואָס ווערן געבראַכט און אָנגעזאָגט אין תורה,
איז,
כנ”ל,
אין מקרא יוצא מידי פשוטו 41 ].
ועפ”ז איז שווער צו פאַרשטיין: דער ענין פון „הרואה חמה בתקופתה” מיינט דאָך די תקופת החמה בגשמיות - איז ווי איז שייך אַז מען זאָל מאַכן אַ ברכה „עושה מעשה בראשית” 42
אויף דער תקופה שלמעלה,
בשעת אַז דאָ למטה איז
(אין דעם זמן)
ניטאָ קיין תקופה
(בגשמיות) 43 ?
ח.
ואע”פ אַז אויך ביי קידוש החודש איז דאָ אַ הכרח אַזוי צו זאָגן
(כנ”ל סעיף ו)
- אַז דער קידוש וקביעות פון ר”ח איז ניט אָפּהענגיק אין זמן פון מולד הלבנה שלמטה - איז אָבער דאָ אַ חילוק צווישן דעם ענין פון ר”ח און תקופת החמה:
כאָטש ר”ח איז פאַרבונדן מיט מולד הלבנה - איז ער אָבער בעצם מהותו
(ניט קיין מציאות פון וועלט,
נאָר)
אַ תורה’דיקע מציאות 44 .
דאָס וואָס עס איז אַ יום קדוש,
קרבנות ר”ח וכו’,
וואָס ב”ד האָט מקדש געווען 45
אָדער„קדשוהו שמים” 46 .
דעריבער איז לייכטער צו פאַרשטיין,
ווי די מציאות פון ר”ח איז פאַרבונדן מיט מולד שלמעלה,
אויך ווען דער מולד שלמטה איז אין אַן אַנדער זמן;
משא”כ „חמה בתקופתה”,
וואָס איר מציאות שאַפט זיך
(ניט פון די דיני התורה וואָס זיינען פאַרבונדן דערמיט,
נאָר)
פון דעם מהלך החמה - דאָס וואָס די זון געפינט זיך אין דעם זעלבן זמן אויפן זעלבן אָרט ווי זי איז געווען בעת זי איז באַשאַפן געוואָרן.
איז דאָך ניט מובן: וויבאַלד אַז אין דין תורה גופא איז נוגע די מציאות ווי זי איז דאָ למטה
(כנ”ל ס”ז)
- טאָ ווי איז שייך צו מאַכן ברכת החמה אויף דער „חמה בתקופתה” שלמעלה?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער: דער דין פון ברכת החמה איז ווען מ’איז „ רואה חמה בתקופתה”,
און בשעת מען זעט ניט די חמה בגשמיות טאָר מען קיין ברכה ניט מאַכן 47
:
די ברכה איז פאַרבונדן מיט זען די גשמיות’דיקע זון,
כאָטש זי איז ניט
(ווי)
תקופתה
(און מען מאַכט די ברכה צוליב דעם וואָס די חמה רוחנית איז בתקופתה) 48 ?
ט.
וי”ל בזה.
ובהקדים,
וואָס דער חשבון התקופות
(סיי לויט תקופת שמואל,
סיי לויט תקופת רב אדא)
הייבט זיך אָן ניט פון דער ערשטער תקופה פון נאָך בריאת העולם,
נאָר פון דער תקופה אין „שנת תוהו”,
איידער די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן 49 .
און די הסברה אין דעם איז:
וועגן דער פלוגתא 50
צווישן ר”א און ר”י,
צי בתשרי נברא העולם אָדער בניסן נברא העולם,
איז מבואר 51
בכ”מ
[וי”ג 52
אַזוי אין תוספות 53 ],
אַז ביידע דיעות זיינען אמת: בניסן איז עלה במחשבה לברוא את העולם און די בריאה בפועל איז געווען בתשרי.
און וויבאַלד אַז לתקופות קיי”ל ווי ר’ יהושע,
אַז בניסן נברא העולם,
וואָס דעריבער רעכנט מען תקופת ניסן ד„שנת תוהו”
(שלפני תשרי)
ווען עלה במחשבה לברוא,
דעריבער איז בנוגע צו ברכת החמה,
רעכנט מען זיך מיט דער תקופה שלמעלה
(אע”פ אַז די תקופה איז אין אַן אַנדער זמן).
ועד”ז איז מובן בנוגע די אַנדערע דינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דער תקופה,
וואָס איז נאָר לויט תקופת שמואל,
די תקופה שלמעלה,
וויבאַלד אַז דער אָנהייב און יסוד פון גאַנצן חשבון התקופות איז אַן ענין פון תקופת תוהו 54 ,
פון עלה במחשבה 55
לברוא,
און דעריבער איז דאָ ניט נוגע אַז אויך די תקופה שבמעשה זאָל זיין אין דעם זעלבן זמן.
אָבער פונדעסטוועגן איז מובן,
אַז די תקופה שלמעלה פועל’ט אויך
(ברוחניות ובפנימיות)
אויף דער חמה למטה
(וואָס דערפאַר איז ברכת החמה פאַרבונדן מיט ראיית החמה הגשמית).
יו”ד.
עפ”ז דאַרף מען פאַרשטיין,
לאידך גיסא: וויבאַלד אַז דער ענין התקופה שלמעלה איז דוקא לויט דעם חשבון פון תקופת שמואל - און ניט פון תקופת רב אדא,
וואָס זיין חשבון איז נאָר בשייכות צו דער תקופה שלמטה,
איז ווי איז שייך צו זאָגן,
אַז דער ציווי פון תורה אַז פסח מוז זיין דוקא בזמן האביב
[וואָס דאָס קען געמאָלט זיין נאָר לויט תקופת רב אדא און ניט לויט תקופת שמואל
(כנ”ל ס”ד)]
איז פאַרבונדן נאָר מיט דער תקופה שלמטה?
איז דער ביאור אין דעם:
דער טעם הדבר,
וואָס די תקופה שלמטה איז אין אַן אַנדער זמן פון דער תקופה שלמעלה,
איז ווייל עולם איז
(כנ”ל)
דאַמאָלס ניט ראוי צו אויפנעמען די תקופה שלמעלה
(וואָס איז העכער פון וועלט און איר סדר הזמנים).
במה דברים אמורים,
ווען דאָס איז אַ מציאות פון וועלט,
אָבער דער ענין פון פסח
(„שיהי’ הפסח בזמן האביב”)
-וויבאַלד אַז פסח איז אַ תורה’דיקע מציאות,
ווערט נמשך די תקופה למטה אין זעלבן זמן ווי זי איז למעלה,
ד.
ה.
אַז דאָס וואָס פסח איז בזמן האביב אַלעמאָל,
איז עס
(אויך)
לויט דער תקופה שלמעלה.
משא”כ בנוגע עניני העולם,
איז די המשכת בחי’ תקופה שלמעלה אין אַן אַנדער זמן,
לויטן חשבון פון תקופת שמואל.
יא.
עפ”ז וועט מען פאַרשטיין וואָס דער רמב”ם זאָגט אַז דאָס וואָס „סמכנו על מנין זה”
(בנוגע צום דין פון שנה,
אַז די שנה דאַרף זיין אַזאַ יאָר וואָס איר חודש איז בזמן האביב)
איז אויסגעהאַלטן אויך לויטן חשבון פון תקופת שמואל - אע”פ אַז בנוגע צום דין פון פסח
(אַז פסח דאַרף זיין בזמן האביב)
מוז מען
(סיי־ווי)
אָנקומען צום חשבון פון תקופת רב אדא:
היות אַז בנוגע עניני העולם איז די המשכת התקופה שלמעלה לויטן חשבון פון תקופת שמואל
(כנ”ל),
דעריבער איז דער דין בנוגע „שנה”
(וואָס איז אַ מציאות פון עולם),
אַז עס דאַרף זיין אויסגעהאַלטן
(אויך)
לויט תקופת שמואל.
(משיחת אחש”פ תשי”ג)