א.
בנוגע די מכות וואָס דער אויבערשטער האָט געבראַכט אויף די מצרים,
איז דאָ אַ פלוגתא 1
צווישן רבי אליעזר און רבי עקיבא 2
: רבי אליעזר אומר ..
כל מכה ..
היתה של ארבע מכות כו' רבי עקיבא אומר ..
של חמש מכות כו'.
וואָס איז דער תוכן פון די צוויי דיעות „של ארבע" און „של חמש"?
-
איז מבואר אין כלבו 3
בשם „בעל המלמד",
אַז די פלוגתא איז:
רבי אליעזר האַלט,
אַז די מכות האָבן דורכגענומען אַלע ד' יסודות פון יעדער זאַך* 3
אין וועלכער ס'זיינען געווען די מכות.
דאָס הייסט,
די מכה איז געווען ניט נאָר אין דער זאַך ווי זי איז שוין אַ מורכב פון אַלע פיר יסודות,
נאָר זי האָט דערגרייכט נאָך טיפער,
אויך אין דעם עצם פון יעדן יסוד,
וואָס איז אין דער זאַך - און דעריבער איז יעדער מכה „של ארבע ".
ולדוגמא: מיט דער מכת דם איז געשלאָגן געוואָרן ניט נאָר די וואַסער ווי דאָס זעט זיך אַלס מציאות פון מים,
נאָר אויך דער אש רוח ועפר שבמים.
רבי עקיבא טוט אויף נאָכמער,
אַז די מכה איז אויך געווען אין דעם „חומר היולי" 4
פון דער זאַך,
וואָס איז פשוט
(אויסגעטאָן)
פון
(דעם ציור פון)
די ד' יסודות - קומט אויס,
אַז יעדער מכה איז געווען „של חמש ": אין די ד' יסודות און אין „חומר היולי".
ב.
דער מכוון אין די מכות איז געווען,
כשמן,
צו שלאָגן און צעברעכן מצרים.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דער ענין הנ"ל,
דאָס וואָס די מכות האָבן דורגעדרונגען די דברים המוכים,
איז
-
(א)
לויט ביידע דיעות איז דאָס געווען ניט נאָר אין דעם „גילוי"
(אין דער זאַך ווי זי זעט זיך אָן),
נאָר אויך אין דעם „העלם" און עצם הדבר;
(ב)
די צוויי דיעות הנ"ל,
צי דאָס איז געווען
(אויך)
אין דעם חומר היולי,
אָדער נאָר אין דעם חומר ווי ער האָט שוין אַ ציור
(פון די ד' יסודות)
-
אין דאָס תלוי - אויף וויפל טומאת מצרים האָט עס דורכגענומען 5 ,
וואָס בהתאם לשיעור זה זיינען געקומען די מכות צו מבטל זיין די טומאה.
ג.
דער ענין הנ"ל - אַז טומאת מצרים האָט דערגרייכט דעם עצם פון מציאות הדברים און די אויבנגעבראַכטע פלוגתא אין דעם - שפּיגלט זיך אָפּ,
ווי אַלע עניני אגדה
(און פנימיות התורה),
אויך אין נגלה דתורה,
ביז אין הלכה - אין דעם תוכן ואופן האיסור חמץ
(וואָס איז אַ מסובב פון טומאת מצרים)
:
דער איסור חמץ איז ניט נאָר באכילה ובהנאה,
נאָר אויך בבל יראה ובבל ימצא
(און בריינגט אויך דעם חיוב ומצוה פון ביעור חמץ).
דער חילוק צווישן די דריי ענינים הנ"ל
(איסור אכילה,
איסור הנאה און בל יראה ובל ימצא
(וביעור))
איז:
די שייכות פון אכילה
(ואיסורה)
מיטן דבר הנאכל איז מיט זיין „צורה",
ווי ער
(דער דבר הנאכל)
שטייט אין אַ ציור גמור
(ביז צו זיין ראוי לאכילה),
און ניט מיט זיין „חומר" ווי ער איז בפ"ע,
מיטן עצם המציאות פון דבר מאכל; די הנאה
(ואיסורה)
פון אַ זאַך איז פאַרבונדן
(אויך)
מיט דעם עצם פון דער זאַך.
[וואָס דאָס איז איינער פון די ביאורים 6
ווי קען זיין אַז אַ זאַך זאָל זיין אסור באכילה און מותר בהנאה - דלכאורה: אויב די זאַך האָט אין זיך רע און איסור,
ווי אַזוי מעג מען הנאה האָבן פון דער אסור'דיקע זאַך?
נאָר דער ביאור אין דעם איז,
כנ"ל: איסור אכילה מיינט אַז דער רע איז נאָר אין צורת וחיצוניות הדבר
(דאָס וואָס מאַכט עם ראוי לאכילה),
און דעריבער איז עס מותר בהנאה,
ווייל אין דעם חומר ועצם הדבר
(וואָס איז שייך צו הנאה)
איז ניטאָ קיין רע].
אָבער אויך הנאה
(ואיסורה),
וויבאַלד דער פאַרבונד איז דורך באַנוצן זיך מיט דער זאַך,
וואָס דאָס איז דוקא ווען עס איז חומר בצורה מסוימת,
איז דאָס גופא אַ באַווייז,
אַז דאָס איז ווי די זאַך האָט שוין אַ ציור.
ביי חמץ אָבער קומט צו דער איסור,
אַז ער טאָר זיך ניט געפינען אין רשות פון אַ אידן,
אפילו אָן וועלכען ס'איז שימוש מיטן חמץ - ד.
ה.
אַז דער איסור האָט דורכגענומען דעם חומר ועצם הדבר ווי ער איז אויסגעטאָן פון איזה צורה שתהי',
וואָס דערפאַר,
איז דער „ימצא",
די עצם פאַראַנענקייט פון דעם חמץ אין זיין רשות אסור 7 .
ד.
אין דער מצוה פון ביעור חמץ איז דאָ אַ פלוגתא 8
צווישן רבי יהודה און די חכמים: רבי יהודה אומר אין ביעור חמץ אלא שריפה,
וחכמים אומרים אף מפרר וזורה לרוח או מטיל לים.
איז דער ראָגאַטשאָווער 9
מסביר דעם טעם הפלוגתא: לויט רבי יהודה דאַרף מען משבית זיין דעם עצם מציאות פונעם חמץ,
ובמילא דאַרף מען אים פאַרברענען,
ווייל ווען מ׳איז נאָר „מפרר וזורה לרוח
(101,
181,
104,
0.
6)
">בו׳",
בלייבט איבער דער עצם מציאות פונעם חמץ; משא״כ די חכמים האַלטן,
אַז ס׳איז גענוג ווען מ׳איז מבטל ומשבית דעם „תואר" פון דעם חמץ — מ׳נעמט צו די אפשריות אַז אַ מענטש זאָל קענען עסן אָדער הנאה האָבן פון דעם חמץ — און דאָס ווערט אויפגעטאָן אויך ווען מ׳איז „מפרר וזורה לרוח כו׳".
ומובן,
אַז דאָס גופא,
דער „שיעור" פון השבתה,
איז תלוי אויף וויפל דער איסור חמץ נעמט דורך דעם דבר איסור: אויב דער איסור דערגרייכט אויך די עצם מציאות,
דאַרף די השבתה זיין עד כדי כך אַז די עצם מציאות פונעם חמץ זאָל בטל ווערן; און אויב דער איסור רירט אָן נאָר דעם תואר וצורה — איז גענוג צו משבית זיין
(די צורה — )
די אפשריות אויף אכילה והנאה,
און ניט דעם עצם,
ווייל אין אים איז ניטאָ קיין איסור 10 .
ויש לומר,
אַז די צוויי דיעות זיינען בהתאם מיט די צוויי שיטות פון רבי אליעזר ורבי עקיבא בענין המכות:
רבי אליעזר וואָס זאָגט אַז „כל מכה כו׳ של ארבע מכות״ — אַז די מכות זיינען נאָר געווען אין דער זאַך ווי עס האָט שוין דעם ציור פון ד׳ יסודות — איז כשיטת חכמים „אף מפרר וזורה לרוח כו׳",
אַז מען דאַרף נאָר מבער זיין די מציאות פונעם חמץ ווי עס איז פאַרבונדן מיטן תואר
(וצורה)
פון חמץ
(די אפשריות אויף אכילה והנאה)
;
און דעת רבי עקיבא וועלכער זאָגט אַז „כל מכה כו׳ של חמש מכות״ — די מכות זיינען אויך געווען אין חומר ההיולי — איז דאָס ווייל ער האַלט 11
(כשיטת רבי יהודה)
„אין ביעור חמץ אלא שריפה".
ה.
בדוגמא צו די צוויי אופנים אין ביעור חמץ בנוגע דעם עצם
(מציאות)
פון חמץ - צי תורה האָט גע'אסר'ט די עצם מציאות
(ווי ס'איז אויסגעטאָן פון וועלכער־עס־איז צורה),
אָדער נאָר די מציאות ווי עס איז פאַרבונדן מיטן „תואר"
(דאָס וואָס די זאַך איז ראוי להנאה כו')
- זיינען אויך דאָ צוויי אופנים אין דעם איסור הנאה גופא
(וואָס ווייזט אויך,
כנ"ל,
צי דער רע איז „טיפער" ווי אין דעם תואר הדבר)
:
א)
אַ הנאה וואָס איז „מביא לידי שום אכילה" 12 ,
ווייל „סתם הנאות לידי אכילה הם באות שלוקח בדמים דבר מאכל" 12
- וואָס אין אַ ברייטערן זין איז דאָס כולל יעדע הנאה וואָס דער מענטש האָט דערביי אַ פאַרדינסט 13
(ובמילא איז עס „מביא לידי שום אכילה ..
שלוקח בדמים דבר מאכל" 12 ).
ב)
אַ השתמשות וואָס דער מענטש האָט ניט דערפון קיין שום פאַרדינסט - לדוגמא: מאכיל זיין דעם דבר איסור לכלבי הפקר - וואָס אין דעם איז ניט שייך צו זאָגן אַז די הנאה ברענגט לידי אכילה.
אין ירושלמי 14
איז דאָ אַ פלוגתא וועגן מאכיל זיין חמץ לכלבי הפקר: איין מ"ד האַלט ס'איז מותר 15 ,
און אַ צווייטער מ"ד האַלט אַז דער פסוק 16
„ולא יאכל חמץ" איז מרבה,
אסר'ט אויך
(די השתמשות פון)
מאכיל זיין דעם חמץ לכלבי הפקר.
קען מען זאָגן,
אַז אויך די פלוגתא איז פאַרבונדן מיט דער שאלה
(אויף וויפל איז דער איסור חמץ 17
פאַרבונדן מיט חומר ועצם הדבר) 18
:
אויב דער איסור איז שורה אויף דעם עצם זאַך נאָר אויף וויפל עס האָט אַ שייכות צום תואר וציור - דאַן איז דער איסור הנאה
(וואָס איז פאַרבונדן מיטן עצם הדבר כנ"ל)
מוגבל בלויז צו די הנאות וואָס האָבן אַ שייכות צו איסור אכילה
(„מביא לידי שום אכילה") 19
;
אָבער אויב דער איסור איז שורה אויף עצם הדבר
(ווי ער האָט קיין שייכות ניט צום תואר וציור)
- דעמאָלט איז דער איסור הנאה אַן איסור מצד עצמו וואָס איז כולל יעדער אופן פון השתמשות,
אויך אַזאַ וואָס איז ניט „מביא לידי שום אכילה".
[ועפ"ז יש לומר,
אַז דאָס וואָס רבי יוסי הגלילי זאָגט
(וואָס זיין דיעה ווערט געבראַכט אין מכילתא 20
גלייך פאַר די צוויי דיעות הנ"ל פון רבי אליעזר און רבי עקיבא)
: „מנין ..
שלקו המצרים במצרים
(נאָר 21 )
עשר מכות ועל הים לקו חמשים מכות וכו'",
איז ווייל לשיטתו 22
איז חמץ מותר בהנאה 23 ,
דאָס באַווייזט,
כנ"ל,
אַז דער איסור חמץ איז נאָר אין תואר הדבר 24
- ובנוגע צו טומאת מצרים ווייזט עס אַז עס האָט אָנגערירט נאָר דעם תואר וחיצוניות הדברים - ובמילא איז יעדע מכה געווען נאָר אין דער מציאות הדברים ווי זיי זיינען שוין מורכב פון ד' יסודות].
ו.
ע"פ האמור לעיל
(סעיף ב'),
אַז די פלוגתא פון רבי אליעזר און רבי עקיבא איז תלוי אויף וויפל טומאת מצרים האָט דורכגענומען ארץ מצרים ואת אשר בה,
קען מען מסביר זיין דעם טעם פון די מדרשות חלוקות בנוגע די ד' גליות:
ברוב המקומות 25
ווערט גלות מצרים ניט גערעכנט צווישן די ד' מלכיות וגליות,
און ווי עס שטייט דערויף דער טעם 26 ,
ווייל זי איז „שקול ככולם ויותר מהם ..
ולכן לא הוזכר בכללם כי הוא בחינה גדולה מכולם"; לאידך אָבער זיינען דאָ ערטער 27
וואו מצרים ווערט יע גערעכנט צווישן
(און אַלס די ערשטע פון)
די ד' מלכיות וגליות.
ויש לומר,
אַז אויך די צוויי שיטות זיינען פאַרבונדן מיט דעם חילוק הנ"ל - אויף וויפל האָט טומאת מצרים דורכגענומען ארץ מצרים.
דער ביאור בזה:
דער טעם וואָס מצרים ווערט
(ברוב המקומות)
ניט דערמאָנט צווישן די ד' מלכיות וגליות,
איז ווייל די ד' מלכיות וגליות זיינען „נגד ד' אותיות הוי'" און גלות מצרים איז „נגד קוצו של יו"ד 26
; וע"פ הידוע אַז די ד' יסודות „הם ד' אותיות הוי'" 28
און „קוצו של יו"ד"
(כתר)
איז „דוגמאת החומר הקדום הנקרא היולי" 29
- קומט אויס,
אַז די ד' גליות זיינען נגד די ד' יסודות 30 ,
און גלות מצרים האָט אָנגערירט אויך דעם חומר היולי;
און די מרז"ל וואו מצרים ווערט דערמאָנט צווישן די
(ד')
מלכיות,
איז דאָס למ"ד אַז מצרים איז נגד בחי' חכמה 31
; און אע"פ אַז אויך לויט דער דיעה,
איז מצרים דער שורש פון אַלע גליות 32
- איז עס אָבער אַ שורש וואָס איז כולל די אַלע גליות 33
; און לויט דער דיעה,
האָט קליפת מצרים אָנגערירט נאָר אין דעם חומר וואָס האָט שוין דעם ציור פון ד' יסודות.
ז.
דער ענין פון גלות ויציאת מצרים איז אויך דאָ אין עבודה רוחנית: מצרים איז פון לשון מיצרים וגבולים; גלות מצרים מיינט,
אַז די עבודה פון אַ אידן איז מיט אַ גבול - מדידה והגבלה,
און יציאת מצרים איז וואָס ער גייט אַרויס בעבודתו פון אַלע מדידות והגבלות
(אויך פון די הגבלות פון נפש האלקית).
און אין דעם איז די פלוגתא צווישן רבי אליעזר ורבי עקיבא צי די מכות זיינען געווען נאָר אין די ד' יסודות אָדער אויך אין חומר היולי - וואָס אין רוחניות מיינט עס: צי עס פאָדערט זיך די עבודה פון יציאת מצרים נאָר אין די עשר כחות הנפש,
וואָס טיילן זיך אין פיר סוגים
(כנגד ד' אותיות שם הוי'* 33 )
-
(א)
עבודה בפועל במחשבה דיבור ומעשה
(מלכות),
(ב)
במדות
(ז"א),
(ג)
בשכל
(בינה),
און
(ד)
מסירת נפש
(חכמה)
-
אָדער אויך אין יחידה שבנפש
(וואָס איז בדוגמא צו חומר היולי 29 )
:
רבי אליעזר האַלט אַז „כל מכה כו' של ארבע מכות" - עס דאַרף זיין די עבודה פון יציאת מצרים אין אַלע פיר סוגים פון כחות הנפש,
אַרויסגיין פון די הגבלות פון יעדער פון זיי:
דער נידעריקסטער אופן איז,
די מדידה והגבלה אין זיין מלחמת היצר -וואָס ברענגט אים צו עובר זיין ר"ל במעשה
(ובדיבור ובמחשבה 34 )
בפועל; עכ"פ אויף איסורים וואָס פאַרלאַנגען אַ מלחמה גדולה ועצומה וכו' 35 .
אַ מער דקות'דיקער אופן אין „מצרים" איז,
אַז כאָטש ער איז נזהר בתכלית פון עובר זיין אַ דבר איסור
(אפילו אַ דקדוק קל של ד"ס),
איז אָבער זיין הנהגה
(אין עניני היתר)
אין אַן אופן וואָס איז צוגעפּאַסט צו „הנחות העולם" - אַז ביי יעדער זאַך וואָס ער טוט פאַרנעמט ביי אים אַן אָרט „מה יאמרו הבריות"; וואָס אַזאַ הנהגה נעמט זיך דערפון וואָס ער איז מדוד ומוגבל לויט זיין הרגש פון דער וועלט אַרום עם,
אין זיינע „מדות"
(וואָס פילן און רעכענען זיך מיט דעם „אַרום" 36 ).
אפילו ווען ער גייט שוין אַרויס פון די מדידות והגבלות פון דער וועלט אַרום זיך - קען ער אָבער נאָך אַלץ בלייבן צוגעבונדן צו די הגבלות פון זיין אייגענער מציאות; זיין עבודה איז נאָר ע"פ טעם ודעת,
מיט דער קרירות פון זיין שכל.
די העכסטע דרגא וואו מען דאַרף באַוואָרענען די עבודה פון יציאת מצרים,
לדעת רבי אליעזר,
איז - אין דער עבודה פון מסירת נפש
(חכמה שבנפש)
: ער איז טאַקע עובד ה' למעלה מטעם ודעת,
אָבער נאָך אַלץ מיט אַ מדידה והגבלה,
ע"ד ווי דער רבי האָט דערציילט וועגן איינעם וואָס האָט ביים לייענען ק"ש מאריך געווען אין „אחד",
זיך מתבונן געווען אין „אחד" און האָט שפּעטער געזאָגט אַז די התבוננות האָט זיך געצויגן „באַלד איינע מינוטע": ער האָט זיך פאַרטיפט אין דער התבוננות פון „אחד",
וואָס ענינה איז מסירת נפש,
און בה בשעה האָט ער געקענט קוקן אויף אַ זייגער און אויסרעכענען די צייט וואָס ער איז געשטאַנען אין דער תנועה פון מסירת נפש.
אָדער בדקות יותר: ביי אים איז נאָך דאָ דער הרגש אַז ער פּראַוועט מסירת נפש,
וואָס דאָס באַווייזט אַז ער איז נאָך ניט לגמרי אַרויס פון די מדידות והגבלות פון זיין מציאות 37 .
ח.
אויף דעם טוט אויף רבי עקיבא,
אַז „כל מכה כו' של חמש מכות":
(רבי)
אליעזר איז על שם „אלקי אבי בעזרי" 38 ,
ער איז געווען בן הורקנוס 39
און בן אברהם יצחק ויעקב 40
וואָס האָט געהאַט דעם עזר פון „אלקי אבי",
וואָס דערפאַר האָט זיך ביי אים ניט אָפּגעלייגט אַז עפּעס קען אָנרירן דעם עצם פון אַ אידן,
וואָרום אפילו בשעת החטא היתה באמנה אתו 41 .
רבי עקיבא אָבער האָט געשטאַמט פון גרים 42 ,
האָט ער גערעט און באַוואָרנט די וועלכע מ'דאַרף ערשט בריינגען תחת כנפי השכינה,
בדקות יותר - די עבודה פון מכפירים יחידתי 43 ,
די עבודה צו מתקן זיין דעם עצם הנפש 44 .
אָבער מצד דעם גופא קומט אַרויס אַן עילוי אין צווייטן קצה -אַז דוקא דורך דעם ווערט די יציאת מצרים אויך פון דער דרגא,
מען גייט אַרויס פון די מדידות והגבלות וואָס קענען זיין אויך אויף עצם הנפש - דורך דערלאַנגען אין דעם עצם פון נפש האלקית 45
וואָס האָט ניט קיינע הגבלות 46 ,
און דאָס ברענגט צו יציאת מצרים אין אַלע דרגות,
ולגמרה - צו יציאת „מצרים" פון מצרים דגלות זה האחרון בגשמיות,
כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות 47 .
(משיחת ליל דפסח תשי"ד אחש"פ תשח"י)