א.
פון פסוק 1
„ויט אהרן את ידו גו’ ותעל הצפרדע ותכס את ארץ מצרים” איז רש”י מעתיק די ווערטער „ותעל הצפרדע”,
און איז מפרש: „צפרדע אחת היתה והיו מכין אותה והיא מתזת נחילים נחילים וכו’”.
אין פשטות איז דאָ רש”י אויסן צו באַוואָרענען,
פאַרוואָס עס שטייט דאָ „ותעל הצפרדע” - לשון יחיד,
בשעת ס’איז געווען אַ ריבוי צפרדעים - דערפאַר איז רש”י מפרש,
אַז לכתחילה איז טאַקע געווען בלויז איין צפרדע,
נאָר דורכדעם וואָס „היו מכין אותה” האָט זי פון זיך אַרויסגעגעבן „נחילים נחילים”.
אויך די גמרא 2
(און שמו”ר 3 )
שטעלט זיך אויף דעם וואָס שטייט „ותעל הצפרדע” בלשון יחיד,
און ברענגט דערויף צוויי דיעות: „ר’ עקיבא אומר צפרדע אחת היתה
(והיא השריצה)
ומלאה כל ארץ מצרים.
א”ל ראב”ע כו’ צפרדע אחת היתה שרקה להם והם באו”.
דאַרף מען פאַרשטיין: פירוש רש”י איז דאָך,
כידוע,
מיוסד לפי פשוטו של מקרא,
און וויבאַלד אַז קוב”ה לא עביד ניסא למגנא 4
איז אַ כלל וואָס איז מסתבר אויך אין דרך הפשט
(ווי גערעדט אַמאָל בארוכה 5 ),
איז במילא דער שכל מחייב,
אַז אויך ביי אַ נס וואָס האָט פּאַסירט,
איז אויף וויפל מ’קען זאָגן און מפרש זיין אַז דער נס האָט אַן אָנהאַלט אין דרכי הטבע,
דאַרף מען ניט אָננעמען אַז ס’איז אין אַן אופן וואָס דער נס ברעכט לגמרי די חוקי הטבע,
ווייל די הוספה איז דאָך „למגנא” 6
-
היינט פאַרוואָס ברענגט רש”י דעם פירוש
(פון מדרש 7 )
אַז „היו מכין אותה והיא מתזת נחילים נחילים”,
וואָס אַזאַ נס
(אַז דורך הכאה זאָלן פון איר אַרויסקומען ניי־באַשאַפענע „נחילים נחילים”)
האָט לגמרי ניט קיין אָנהאַלט אין דרכי הטבע,
בעת ער האָט געקענט מפרש זיין לויט
(גמ’ און שמו”ר ווי)
דעת ראב”ע אַז די צפרדע „שרקה להם והם באו”
(ווי רש”י טייטשט עס אָפּ דאָרט אַז „שמעו קולה כל הצפרדעים שבעולם והם באו”),
וואָס דערין איז ניט געווען דער נס מופלא פון אַ בריאה חדשה 8
; אָדער עכ”פ ווי דעת ר”ע אַז „השריצה 9
ומלאה כל ארץ מצרים” - וואָס הגם אויך דאָס האָט געמוזט זיין אַ בריאה באופן נסי - איז עס אָבער פאָרט געווען געבונדן מיט אַ גדר פון טבע ההולדה - „השריצה” 10
(ווי רש”י טייטשט 11
: „ממעי’ ויצאו ולדות”)?
ב.
דערנאָך איז רש”י ממשיך „זהו מדרשו.
ופשוטו יש לומר שרוץ הצפרדעים קורא ל’ יחידות.
וכן ותהי הכנם 12
הרחישה
(און כדי דער בן חמש למקרא זאָל עס קלערער פאַרשטיין,
פאַרטייטשט עס רש”י אויך בלע”ז 13 )
גדוליר”א 14
בלע”ז ואף ותעל הצפרדע גרינוליר”א בלע”ז”.
דאַרף מען פאַרשטיין: לכל לראש איז דאָך רש”י אויסן צו מפרש זיין פשוטו של מקרא,
און נאָר דאַן ווען דער פשט הכתוב איז ניט גלאַטיק ברענגט רש”י אַן „אגדה המיישבת דברי המקרא” 15
- איז ווי קומט עס וואָס דאָ איז רש”י מקדים דעם פירוש וואָס
(ער אַליין שרייבט אַז עס)
איז „ מדרשו “ פאַר דעם פירוש וואָס איז
(ווי רש”י שרייבט)
„ פשוטו “?
אויך איז ניט מובן:
בשלמא דאָס וואָס רש”י דאַרף אָנקומען צו אַ ראי’ אַז „הצפרדע” מיינט „שרוץ הצפרדעים”
(און דערפאַר שטייט עס „בל’ יחידות”),
איז מובן בפשטות: ס’איז שווער צו זאָגן אַז דער נאָמען „צפרדע” זאָל מיינען די זאַך פון שרוץ
(הצפרדעים)
- וואָס שטייט ניט אין פסוק און ער איז אַ באַגריף וואָס לייגט זיך אויף אַלערליי שרצים און ניט דוקא אויפן מין צפרדע; דערפאַר ברענגט רש”י אַ ראי’ פון „ותהי הכנם”,
וואָס דער טייטש פון „כנם” איז „רחישה” -כאָטש אויך „רחישה” האָט ניט קיין שייכות דוקא צום מין פון „כנים”,
אין אַנדערע ווערטער: וואָלט שירוץ הצפרדעים געווען אַנדערש ווי באַ אַנדערע שרצים וכו’,
איז דאַמאָלס גלאַטיקער צו זאָגן אַז „צפרדע”
(פּונקט ווי עס מיינט דעם שרץ - אויסגעטיילט פון אַלע אַנדערע שרצים: אין אויסזען,
אויפפירונג א.
ז.
וו.,
אַזוי)
מיינט עס אויך זיין אויסגעטיילקייט - זיין ספּעציעלן שירוץ,
חאָטש אינגאַנצן גלאַטיק איז עס ניט,
ווייל עס האָט געדאַרפט זיין אַ שינוי אין וואָרט
(אַנדערש מנוקד וכיו”ב),
ע”ד ווי באַ כינים - שטייט כנם - כדלקמן.
וויבאַלד אָבער אַז דער פסוק זאָגט דעמזעלבן לשון שירוץ סיי באַ צפרדעים סיי ביי אַלע „שרץ נפש חי’”* 15
- איז לכאורה שווער צו זאָגן אַז צפרדע מיינט אַזאַך וואָס איז דאָס זעלבע באַ אַלע שרץ נפש חי’ - דערפאַר איז די ראי’ - „ותהי הכנם”,
כנ”ל.
ס’איז אָבער ניט מובן,
פאַרוואָס איז באַ רש”י פשוט אַז „ותהי הכנם” מיינט „הרחישה”
(וואָס דערפאַר באַנוגנט זיך דאָרט רש”י מיטן טייטש פון „רחישה” און ברענגט ניט קיין ראי’ אויף דעם,
און ברענגט ניט קיין צווייטן פירוש)
- און ביי „ותעל הצפרדע” זאָגט ער
(און נאָר אַלס צווייטן פירוש)
אַז „ יש לומר שרוץ הצפרדעים קורא ל’ יחידות”?
ג.
מפרשים 16
זיינען מסביר,
אַז רש”י’ס הכרח צו טייטשן „ותהי הכנם -הרחישה”,
איז פון דעם וואָס דער לשון איז „כנם”
(נו”ן קמוצה),
וואָס איז ניט ל’ רבים
(„כנים”)
און ניט ל’ יחיד
(- „כנה”).
און דעריבער מוז מען זאָגן אַז דאָ מיינט עס ניט דעם שם פון כנים,
נאָר - דער באַדייט פון „רחישת” הכנים.
און לויט דעם איז מובן,
אַז דערפאַר איז דאָס אויך ניט קיין פולע ראי’ אַז אויך „צפרדע” מיינט „שרוץ הצפרדעים”,
וויבאַלד אַז פון דעם לשון „
(ותעל ה)
צפרדע” איז ניטאָ קיין הוכחה אַז דאָס מיינט עפּעס אַנדערש ווי דער נאָמען פון צפרדע בלשון יחיד 17
;
און דאָס איז אויך דער דיוק אין רש”י: וכן ותהי הכנם כו’ ואף ותעל הצפרדע - און אויף וואָס ער איז מוסיף „גרינולירא בלע”ז” - חאָטש ער בריינגט ניט קיין בלע”ז אויף „צפרדעים” וואָס שטייט פריער וכמה פעמים - איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז פי’ צפרדעים איז באַוואוסט,
איז נאָך דעם ווי רש”י זאָגט „שירוץ הצפרדעים”
(און פי’ שירוץ ווייס מען פון פריער - ושרץ היאור צפרדעים)
- איז וואָס טוט אויף דער בלע”ז?
נאָר די באַוואָרעניש אין דעם: „צפרדע” בלע”ז איז „גרינולי”
וואָס דאָס ווייס דאָך דער בן חמש,
ווייל דאָס איז דאָך זיין לע”ז
(פראַנצוזיש - אויך בימינו)
און „שירוץ הצפרדעים” בלע”ז -ווערט אַ שינוי „גרינולירא” - וע”ד ווי דער שינוי „כנם” אַנשטאָט „כנים”
(ועד”ז אין זיין בלע”ז)
- פונדעסטוועגן „ ואף ותעל הצפרדע ” - חאָטש עס איז ניטאָ קיין שינוי,
איז דער פי’ „גרינולי רא בלע”ז”
(ניט גרינולי).
אָבער וויבאַלד אַז די תורה רופט פאָרט אָן די רחישת הכנים מיטן נאָמען „כנם” - ניט קוקנדיק וואָס רחישה האָט צו טאָן ניט בלויז מיטן מין פון כנים
(וואָס דאָס איז דער עיקר שוועריקייט אינעם אָפּטייטש פון „כנם”
(און פון „צפרדע”)
אַלס „רחישה”
(און „שרוץ”))
- איז דערפאַר „ יש לומר ” אַז אויך „צפרדע” ביי אונז מיינט „שרוץ הצפרדעים”.
- לויט דעם וואָלט מען לכאו’ אויך געקענט מסביר זיין 17 ,
פאַרוואָס רש”י איז מקדים דעם פירוש המדרש פאַר דעם פירוש ע”פ „פשוטו” - ווייל דער „פשוטו” בנדו”ד איז ניט אַזוי גלאַטיק און מוכרח,
כנ”ל.
ד.
אָבער אין אמת’ן קען מען ניט זאָגן,
אַז
(נאָר)
צוליב דעם איז רש”י מקדים דעם פירוש המדרש פאַר דעם פירוש „שרוץ הצפרדעים” - ובהקדים:
אויף צו מדגיש זיין אַז אַ פירוש איז אויסגעהאַלטן לויטן דרך הפשט
(און ניט ע”פ דרש)
באַנוצט זיך רש”י מיט די ביטויים: א)
ווי אין אונזער פאַל -„ופשוטו”; ב)
„ופשוטו של מקרא “ 18 .
דער חילוק צווישן זיי איז מובן אין פשטות: דער אויסדרוק „ופשוטו של מקרא ” מיינט,
אַז דער פירוש איז לויטן פשט פון דעם „מקרא” - פון דעם כלליות’דיקן תוכן הכתוב; דאַקעגן דער לשון „ופשוט ו ”
(אָן דעם סיום „של מקרא”)
מיינט,
אַז דאָס איז דער פירוש הפשוט
(בלויז)
פון דעם וואָרט
(אָדער ענין)
אויף וועלכן רש”י שטעלט זיך
(הגם עס קען זיין אַז ס’איז ניט מתאים צו פשטות פון כלליות’דיקן אינהאַלט).
דאַרף לפי זה אויסקומען בנדו”ד: אויב מ’זאָל אָננעמען,
אַז דאָס וואָס רש”י איז מקדים דעם פירוש המדרש פאַרן פירוש ע”פ „פשוטו” איז עס דערפאַר ווייל דער טייטש „שרוץ הצפרדעים” ליגט ניט אין וואָרט „צפרדע”
(משא”כ לויטן פי’ המדרש,
וואָס דער טייטש פון „צפרדע” איז כפשוטו - איין צפרדע)
- האָט דאָך רש”י געדאַרפט זאָגן ניט „ ופשוטו
(סתם - פון וואָרט)..
שרוץ הצפרדעים כו’”,
נאָר „ופשוטו של מקרא כו’”; ד.
ה.
וויבאַלד ס’איז ניטאָ קיין רמז,
לכאורה,
אין המשך הפסוק אויפן נס ש„היו מכין אותה והיא מתזת נחילים נחילים”,
דערפאַר איז אָט דער
(ערשטער)
פירוש לויט „מדרשו”
(אַ נס וואָס ווערט אַרויסגעלערנט לויטן דרך הדרש שבתורה),
און לפי פשוטו של מקרא דאַרף אויסקומען אַז דער פשט פון „ותעל הצפרדע” איז „שרוץ הצפרדעים”.
ה.
נאָך אַ תמי’ אין פירש”י: רש”י אַליין טייטשט אין אָנהויב פ’ וישלח,
אַז „דרך ארץ לומר על שוורים הרבה שור” - אַז מ’קען רופן אַ סך פון איין מין בל’ יחיד,
ע”ש המין; האָט דאָך רש”י אויך דאָ געקענט טייטשן בפשטות ,
אַז „ותעל הצפרדע” מיינט הרבה צפרדעים,
און דאָס וואָס עס שטייט בל’ יחיד איז דאָס ע”ש המין 19 ?
זיינען מפרשים 20
מסביר,
אַז ביי רש”י איז דאָ שווער דער שינוי הלשון אין פסוק: אין המשך פון דער פרשה ווערט די מכה דערמאָנט גאַנצע צען מאָל בלשון רבים - „צפרדעים” - טאָ פאַרוואָס איז דער פסוק פּונקט דאָ משנה און שרייבט בל’ יחיד: „ותעל הצפרדע”?
איז דערפון געדרונגען,
אַז
(דאָס מיינט ניט ע”ש המין,
נאָר)
דער פסוק מיינט דאָ מדגיש זיין דעם ל’ יחיד בכדי דערמיט מרמז זיין אויף אַ זאַך וואָס האָט נאָר דאָ 21
פּאַסירט - און דערפאַר טייטשט רש”י „צפרדע אחת היתה וכו’”.
לויט דעם איז מובן,
אַז דער פירוש המדרש - כאָטש ס’איז אַ דרש - האָט עס אָבער אַ יתרון אויפן פי’ „שרוץ הצפרדעים” מצד דעם תוכן הכתובים
(„פשוטו של מקרא ”)
: דוקא לויטן פי’ המדרש איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דאָ שטייט „ותעל הצפרדע” בל’ יחיד; משא”כ לויטן פי’ „שרוץ הצפרדעים” -הגם אַז אויך לויט דעם פירוש ווערט פאַרענטפערט פאַרוואָס עס שטייט ניט אומעטום אין פרשה בל’ יחיד 22
(וואָרום דער ל’ יחיד פּאַסט נאָר דאַן ווען עס רעדט זיך וועגן „ שרוץ הצפרדעים” 23 )
- איז אָבער די שווערקייט פאַרקערט: עס האָט אומעטום
(אויך דאָ)
געדאַרפט זיין בל’ רבים,
דער ל’ יחיד דאָ איז ניט גלאַטיק 24 ,
וויבאַלד עס שטייט גלייך נאָכדעם „ויעשו כן החרטומים ...
ויעלו את הצפרדעים “?
און דערפאַר ברענגט עס רש”י אַלס צווייטן פשט,
און דער פירוש המדרש איז דער ערשטער און עיקר פירוש לפי פשוטו של מקרא.
ס’איז אָבער נאָך אַלץ ניט פאַרענטפערט: מיט וואָס איז דער צווייטער פירוש מער „פשוטו”,
אין טייטש פון די ווערטער „ותעל הצפרדע”,
ווי דער פירוש המדרש?
ו.
איז דער ביאור אין דעם: דאָס וואָס רש”י איז אויסן צו באַוואָרענען איז ניט בלויז די שוועריקייט מצד דעם שינוי לשון,
נאָר נאָכמער - דער לשון „ותעל הצפרדע”
(בל’ יחיד)
איז אויך אין סתירה צום אָנזאָג פון דעם אויבערשטן צו אהרן
(אין פריערדיקן פסוק)
„נטה את ידך במטך גו’ והעל את הצפרדעים גו’”.
וואָרום פון דעם הדגשה „ והעל את הצפרדעים גו’”
(ניט ווי ביי מכת ארבה וואו עס שטייט 25
„נטה ידך על ארץ מצרים ב
(שביל מכת ה)
ארבה ויעל גו’”,
און עד”ז ביי די אַנדערע מכות 26 )
איז מובן,
אַז דער ציווי צו אהרן איז ניט באַגרענעצט בלויז צו דער הכנה און התחלה פון „נטה את ידך במטך גו’”,
נאָר ער דאַרף עס אויספירן ביז צום אויפברענגען די צפרדעים בפו”מ און אין אַ ריבוי - „ והעל את הצפרדעים “ - טאָ ווי האָט ער עס מקיים געווען בעת לפועל איז עס געווען אין אַן אופן פון „ותעל הצפרדע ”
(איין צפרדע)?
דערפאַר איז רש”י מפרש „והיו מכין אותה והיא מתזת נחילים נחילים”: הגם אַז לכתחילה האָט ער אויפגעבראַכט
(דורך „ויט אהרן את ידו גו’”)
בלויז איין צפרדע,
עס איז אָבער געווען אַזאַ צפרדע וואָס מתזת נחילים נחילים - זי שפריצט - ע”ד ווי אַז מ’קלאַפּט „על מימי מצרים” שפּריצט וואַסער
(ניט עס ווערט באַשאפן נאָך וואַסער מאין ליש),
אַזוי איז געווען מיט דער צפרדע וואָס איז געקומען פון די „מימי מצרים” -און עס איז קיין נפק”מ ניט ווער עס קלאַפּט - דערפאַר איז רש”י משמיט 27
דעם וואָרט
(היו)
מצרים .
עפ”ז איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש”י קען דאָ ניט איינטייטשן,
ווי אין גמ’ און שמו”ר,
אַז „שרקה להם והם באו” אָדער „השריצה ומלאה כל ארמ”צ”,
ווייל לויט דעם וועט אויסקומען אַז אהרן האָט בפועל אויפגעבראַכט ניט מער ווי איין צפרדע - און דער ריבוי הצפרדעים האָט זיך אויפגעטאָן דורך „שרקה” אָדער „השריצה” - ובמילא האָט ער מיט דעם ניט מקיים געווען דעם ציווי „ והעל את הצפרדעים ”.
דערפאַר מוז רש”י ברענגען דעם פירוש אַז מתזת נחילים.
ז.
וויבאַלד דער פסוק זאָגט בפירוש אַז דער ציווי צו אהרן איז געווען „והעל את הצפרדעים ”
(ל’ רבים),
מוז אין פסוק אויך זיין
(נרמז עכ”פ)
ווי אַזוי ער האָט דעם ציווי מקיים געווען.
איז דער ביאור אין דעם: „ותעל הצפרדע” קען געטייטשט ווערן אויף צוויי אופנים: א)
די צפרדע איז אויפגעגאַנגען; ב)
אַלס מפעיל - די צפרדע האָט געמאַכט אויפגיין
(אַנדערע צפרדעים) 28 .
און די צוויי פרטים אין פי’ המדרש -
(א)
אַז אהרן האָט אויפגעבראַכט איין צפרדע,
(ב)
אַז די צפרדע האָט מעלה געווען אַנדערע - ווערן אָנגעדייטעט אין די צוויי טייטשן: א)
„ותעל הצפרדע” „צפרדע אחת היתה”; ב)
„ותעל
(הצפרדע)
” „מתזת נחילים נחילים”.
דערמיט ווערט אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש”י ברענגט דעם „דרש” -„והיא מתזת נחילים נחילים” אויף די ווערטער „ותעל הצפרדע” און ניט אויף „ותכס את ארץ מצרים”.
ח.
הגם דער פירוש האָט אַן אָנהאַלט אין ל’ הפסוק כנ”ל,
דאָך זאָגט רש”י אויף דעם אַז „זהו מדרשו” -ווייל לויט דעם פירוש מוז מען זאָגען אַז די צוויי פאַרשידענע טייטשן -אופנים פון „ותעל הצפרדע” האָבן ביידע פּאַסירט,
וואָס דאָס איז ניט אויסגעהאַלטן לויט דרך הפשט פון לערנען מקרא,
ס’איז דער דרך פון „מדרשו” 29
; לויט „פשוטו” דאַרף עס געטייטשט ווערן אויף איין אופן: „ותעל” ווי דער המשך „ותכס”,
מוז מען לערנען אַז מיט „צפרדע”
(בל’ יחיד)
ווערט געמיינט „ שרוץ הצפרדעים”.
פונדעסטוועגן ברענגט עס רש”י אַלס צווייטן פירוש
(און דער פירוש העיקרי איז „מדרשו”)
- ווייל: א)
מצד תוכן הכתובים איז דער פירוש המדרש מער מתאים צו פשוטו של מקרא
(כנ”ל ס”ה)
; ב)
אויך דער עצם אָפּטייטש פון וואָרט „צפרדע” איז מער גלאַטיק לויטן פי’ פון מדרש ווי לויטן פי’ אַז דאָס מיינט „שרוץ הצפרדעים” 30
(כנ”ל ס”ג).
ט.
פון „יינה של תורה” אין פרש”י:
עס איז פאַראַן אַ כלל 31
אַז המתחיל במצוה אומרים לו גמור,
און ווי חז”ל 32
וואָרענען וועגן די שטרענגע עונשים ר”ל וואָס קומען צוליב דעם וואָס מען קען גומר זיין און מ’איז ניט גומר אַ מצוה.
ויתרה מזו ובפרט באַ לערנען תורה מיט אַ צווייטן דאַרף זיין תשים לפניהם כשולחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם 33 .
אָבער לאידך,
אויב אַ איד ווייס,
אַז צוליב געוויסע אומפאַרמיידלעכע סיבות,
וועט ער די אָנגעהויבענע מצוה ניט קענען גומר זיין,
טאָר ער זיך אָבער ניט אָפּהאַלטן ח”ו פון צו זיין אַ מתחיל במצוה און צו מקיים זיין דעם טייל פון דער מצוה וואָס איז פאַר אים מעגלעך - און ווי מיר געפינען ביי משה רבינו,
אַז ער האָט מבדיל געווען די ג’ ערי מקלט אין עבר הירדן 34 ,
כאָטש אַז „אינן קולטות עד שיבדלו אותן שבארץ כנען” 35 ,
ווייל „מצוה שאפשר לקיימה אקיימנה” 36 .
ומובן אַז אַ ספק אין דעם - וואָס איז גמר ושלימות המצוה - איז במצות ע”ד פון צדקה - איז כל המרבה ה”ז משובח,
אָבער במצות ע”ד פון מלקות איז לא יוסיף פן יוסיף 37
ביז וואַנעט לדעת כמה איז בצרי רבנן חדא 38
-מצד דעם חשש פן יוסיף 39 .
עד”ז איז דער אונטערשייד צווישן די צוויי פירושים אין רש”י:
לויטן ערשטן פירוש קומט אויס,
אַז אהרן האָט אויפגעטאָן דעם „העל את הצפרדעים”,
אָבער „ ותכס את ארץ מצרים” איז געקומען שפּעטער דורך די וואָס „היו מכין”;
אָבער לויטן צווייטן פירוש קומט אויס,
אַז אהרן האָט אויפגעטאָן דעם גאַנצן שרוץ הצפרדעים,
וואָס האָט מכסה געווען ארמ”צ.
- וואָרעם די צפרדעים זיינען געווען: א)
בפשטות - מכה ונגוף למצרים,
דערפאַר בפשוטו - האָט אהרן אָפּגעטאַן אַלעס.
ב)
אַ פעולה כדי פרעה זאָל דערפון דרשנ’ן און לערנען אַז עס דאַרף זיין דערנאָך „ואשלחה את העם” האָט אהרן אויך געטאָן - לויט מדרשו - באופן אַז עס איז געווען דערנאָך „מכין אותה” כו’.
אין אַנדערע ווערטער: לויט’ן מפרש זיין תורה בדרך
(המדרש)
הדרש,
איז דאָס אַזוי אויך בנוגע דעם פירוש פון דעם ציווי „והעל את הצפרדעים” -לאו דוקא הצפרדעים כפשוטו
(רבים),
ס’קען אויך מיינען צפרדע אחת כו’,
און וויבאַלד אַז דאָס איז אַן ענין
(ע”ד)
פון מלקות,
איז „בצרי”,
און אָנגענומען אַז דער ציווי האָט געמיינט „אחת כו’” -איז ניטאָ דער חשש „פן יוסיף”.
יו”ד.
די הוראה פון די ביידע פירושים איז:
פון דעם ערשטן פירוש
(אַז אהרן האָט אויפגעבראַכט נאָר „צפרדע אחת”)
לערנט מען אָפּ,
אַז אויב במדת פורעניות
(מכה למצרים)
כך במדה טובה על אחת כו”כ 40 ,
אַז מען מוז באַוואָרענען דעם חשש „פן יגרע”.
און פון צווייטן פירוש
(פון וועלכן עס קומט אויס,
אַז אהרן האָט „גומר” געווען די מצוה)
האָט מען די הוראה,
אַז מ’דאַרף זיך משתדל זיין צו טאָן אַ מצוה בשלימותה,
מתחילתה ועד סופה וגמרה; און ווען ס’האַנדלט זיך,
לדוגמא אין דער מצוה צו מקרב זיין אַ צווייטן אידן צו תומ”צ ות”ת כנגד כולם - דאַרף מען זיך ניט באַנוגענען מיט התחלת הקירוב,
נאָר מ’דאַרף גומר זיין ביזן סוף: טאָן מיט אים ביז עס זאָל זיין כשולחן הערוך,
תכלית העילוי;
אויב אָבער ער איז אין אַ מצב וואָס ער קען נאָר אָנהויבן די מצוה,
ער וועט נאָר קענען מאַכן די „התחלה” אין דעם קירוב הזולת צו תומ”צ - קען ער דאָך זיך טראַכטן: וואָס איז די פעולה אַז ער וועט אָנהויבן צו „טאָן” מיט יענעם,
בעת ער ווייס ניט צי ער וועט דערמיט אויפטאָן - און ווער ווייס מיט וואָס עס וועט זיך ענדיקן שפּעטער?
אויף דעם קומט די הוראה האמורה,
אַז „מצוה שאפשר לקיימה אקיימנה”.
ובכלל: מ’דאַרף זיך ניט אַריינלאָזן אין חשבונות - „בהדי כבשא דרחמנא למה לך” 41
; דאָס איז ניט זיין „עסק”.
ער דאַרף אָנהויבן און טאָן,
וויפל נאָר ער קען,
אויף צו מקרב זיין אַ צווייטן אידן;
און נאָכמער - בשעת ער טוט כל התלוי בו,
איז „מחשבה טובה הקב”ה מצרפה למעשה” 42
- דער אויבערשטער איז מצרף און ברענגט אַראָפּ זיין מחשבה טובה לידי מעשה 43
;
און בשעת דער אויבערשטער איז „גומר” די „מצוה”,
ווערט דאָס אָפּגעטאָן אָן קיינע מדידות והגבלות,
ביז אין תכלית העילוי והשלימות.
(משיחת ש”פ וארא תשכ”ז)