א.
בהמשך צו דער טענה פון משה רבינו צום אויבערשטן „הן אני ערל שפתים ואיך ישמע אלי פרעה” 1 ,
שטייט אין פסוק 2
: „ויאמר ה’ אל משה ראה נתתיך אלקים לפרעה ואהרן אחיך יהי’ נביאך.
אתה תדבר את כל אשר אצוך ואהרן אחיך ידבר אל פרעה גו’”.
איז רש”י מעתיק די התחלה,
די ווערטער 3
„אתה תדבר” און איז מפרש: „פעם אחת כל שליחות ושליחות כפי 4
ששמעת מפי ואהרן אחיך ימליצנו ויטעימנו באזני פרעה”.
ד.
ה.
רש”י לערנט אַז „אתה תדבר גו’ ואהרן אחיך ידבר אל פרעה גו’” מיינט ניט אַז משה זאָל ריידן
(בלויז)
צו אהרן און נאָר אהרן זאָל ריידן מיט פרעה
- ע”ד ווי מ’האָט פריער געלערנט אין פ’ שמות,
אַז נאָכדעם וואָס משה האָט גע’טענה’ט צום אויבערשטן „כבד פה וכבד לשון אנכי” 5 ,
„שלח נא ביד תשלח” 6 ,
האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט „ודברת אליו
(צו אהרן)..
ודבר הוא לך אל העם גו’” 7
-
נאָר אַז
(אויך)
משה זאָל ריידן צו פרעה ; און דער חילוק צווישן משה’ס דיבור און אהרן’ס איז נאָר אין דעם,
וואָס משה האָט געדאַרפט ריידן בלויז „פעם אחת ”,
און אהרן האָט עס געדאַרפט „ממליץ” זיין און „מטעים” זיין „באזני פרעה”,
ביז צו ווירקן אויף אים אַז - „ושלח את בני ישראל מארצו”.
[דערפאַר איז רש”י מוסיף דעם וואָרט „
(ויטעימנו)
באזני
(פרעה)
” - הגם אַז אין פסוק שטייט סתם „אל פרעה” -וואָס דאָס מיינט ווי רש”י טייטשט אין אָנהויב פ’ ויגש: „דבר באזני אדוני - יכנסו דברי באזנך”].
דער הכרח צו לערנען אַז „אתה תדבר”
(פון משה)
מיינט צו פרעה און ניט צו אהרן
(אַנדערש ווי דער סדר אין פ’ שמות כנ”ל,
און ווי כמה פשטנים 8
לערנען איין אַזוי אויך דאָ) 9
: א)
עס שטייט דאָך שוין אין פריערדיקן פסוק אַז „ואהרן אחיך יהי’ נביאך” - איז וואָס דאַרף עס דער פסוק דאָ איבערחזרן נאָכאַמאָל
(„אתה תדבר גו’ ואהרן אחיך ידבר גו’”)?
ב)
עס שטייט בפירוש אין פסוק
(פריער 10 )
„ הם המדברים אל פרעה גו’” - אַז אויך משה האָט גערעדט צו פרעה;
דעריבער לערנט רש”י,
אַז דער פסוק „אתה תדבר גו’” קומט זאָגן,
אַז אויך משה זאָל ריידן צו פרעה,
אָבער ער זאָל עס טאָן נאָר „פעם אחת ..
ואהרן אחיך ימליצנו ויטעימנו וכו’”.
ב.
מ’דאַרף אָבער פאַרשטיין:
א)
פריער,
אין פ’ שמות 11
ווערט דערציילט אַז נאָכדעם וואָס משה ואהרן האָבן צונויפגעקליבן די זקני ישראל וכו’,
„באו משה ואהרן ויאמרו אל פרעה גו’ ויאמרו אלקי העברים גו’”.
און פון דעם וואָס
(אויך)
דאָרט שטייט אַ לשון רבים איז מוכח,
אַז אויך דעמאָלט האָבן ביידע גערעדט צו פרעה 12
(ובפרט אַז דער פסוק איז משנה פון פריער: בנוגע צו „כל זקני בני ישראל” שטייט 13
„וידבר אהרן גו’ אשר דבר ה’ אל משה ”,
און ביי פרעה שטייט „ ויאמרו ”)
- און בפשטות איז מסתבר,
אַז היות משה איז געווען אַ „כבד פה וכבד לשון” - וואָס מהאי טעמא האָט דער אויבערשטער מסכים געווען אַז אהרן „יהי’ לך לפה” 14
- האָט ער ניט גערעדט באריכות ובפרטיות וכמה פעמים,
נאָר ער האָט געזאָגט דעם עיקר והמוכרח און האָט זיך סומך געווען אויף אהרן’ען אַז ער וועט „מטעים” זיין זיינע רייד -ד.
ה.
ווי אָנגעזאָגט בפרשתנו
וויבאַלד אַזוי,
שטעלט זיך די שאלה: אויב ס’איז נויטיק צו באַוואָרענען דעם סדר פון „אתה תדבר גו’ ואהרן אחיך ידבר גו’”,
אַז משה רעדט „פעם אחת ..
ואהרן כו’ ימליצנו ויטעימנו כו’” -האָט עס דער פסוק געדאַרפט זאָגן דאָרט וואו זיי האָבן צום ערשטן מאָל גערעדט צו פרעה
(אין פ’ שמות) 15
; און אויב ס’איז אַ דבר המובן מעצמו
(אַז ווען ביידע האָבן גערעדט,
האָט משה גערעדט בקיצור,
זייענדיק אַ „כבד פה גו’”,
און אהרן האָט מטעים געווען זיינע רייד)
- פאַרוואָס דאַרף עס דער פסוק מפרט זיין דאָ?
עס וואָלט געווען גענוג צו זאָגן בקיצור אַז משה זאָל מצרף זיין צו זיך אהרן’ען
(ע”ד ווי
(דער פסוק און)
רש”י זאָגט פריער 16
אויף „וידבר ה’ אל משה ואל אהרן” - „לפי שאמר משה ואני ערל שפתים צירף לו הקב”ה את אהרן כו’”)?
ב)
אַ גרעסערע תמי’ 17
: וואָס איז בכלל געווען די טענה פון משה רבינו דאָ „הן אני ערל שפתים” - ער האָט דאָך שוין פריער געטענה’ט „כבד פה וכבד לשון אנכי” און דערויף האָט דער אויבערשטער אים געענטפערט „הוא יהי’ לך לפה” - היינט פאַרוואָס איז ער איצט ווידער אַמאָל געקומען מיט
(לכאורה)
דער זעלבער טענה „הן אני ערל שפתים”?
ולאידך,
אויב עס איז דאָ צוגעקומען אַ חידוש אין דער צווייטער טענה,
וואָס דעריבער איז ניט מספיק די עצה אַז אהרן „יהי’ לך לפה” - איז ווי ווערט זי פאַרענטפערט דערמיט וואָס „אהרן אחיך יהי’ נביאך”,
וואָס איז לכאורה דער זעלבער ענטפער ווי אין פ’ שמות?
ג.
מפרשים 18
ענטפערן
(אויף דער צווייטער שאלה)
אַז פריער רעדט זיך נאָר וועגן דעם דיבור „אל העם”
(ווי דער פסוק איז דאָרט מדגיש „ודבר הוא לך אל העם”),
און דאָ איז נתחדש געוואָרן די שליחות הדיבור אויך צו פרעה; און דערפאַר האָט משה דאָ ווידער געטענה’ט „אני ערל שפתים”,
און דער אויבערשטער האָט געענטפערט אַז אויך ביי דער שליחות צו פרעה - „ואהרן אחיך יהי’ נביאך”.
אָבער עס איז שווער אַזוי צו זאָגן -ווייל:
א)
באַלד אין המשך פון די ערשטע רייד וואו דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַז משה זאָל ווערן דער שליח ה’,
ווערן שוין דערמאָנט ביידע שליחות’ן: „לך ואספת את זקני ישראל גו’” 19 ,
און אויך „ואשלחך אל פרעה גו’” 20
- איז דערפון מובן,
אַז די תשובה פון אויבערשטן „הוא יהי’ לך לפה” באַציט זיך אויף ביידע שליחות’ן 21 .
ב)
ועיקר: מיט עטלעכע פסוקים ווייטער - נאָכן דערציילן אַז דער אויבערשטער האָט מסכים געווען „הוא יהי’ לך לפה” - דערציילט דער פסוק 22
אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה בפירוש „
(בלכתך לשוב מצרימה ראה כל המופתים גו’ ועשיתם לפני פרעה גו’)
ואמרת אל פרעה גו’”,
און מ’געפינט ניט אַז משה זאָל אויף דעם טענה’ן צום אויבערשטן „כבד פה גו’” וכיו”ב 23
;
מוז מען זאָגן,
אַז ער האָט אָנגענומען,
אַז
(כאָטש דאָ וועט
(אויך)
ער מוזן ריידן צו פרעה
(„ ואמרת ”) 24
- ניט ווי ביים דיבור צו די בנ”י וואו אהרן אַליין האָט צו זיי גערעדט -פונדעסטוועגן)
קען ער מיטנעמען אהרן 25
„לפה” 26 .
ד.
נוסף על הנ”ל זיינען דאָ כמה דיוקים אין לשון רש”י,
ומהם:
א)
ס’איז מובן אַז משה האָט גערעדט בצמצום ובקיצור
(און אהרן האָט אין דעם מאריך ומטעים געווען),
אָבער וואָס איז דער הכרח צו זאָגן אַז משה האָט גערעדט דוקא „פעם אחת ” און ניט מער?
ב)
וואָס איז דער דיוק הלשון „
(פעם אחת)
כל שליחות ושליחות כו’” -לכאורה וואָלט דאָ מער מתאים געווען דער לשון „כל ציווי וציווי ” - בהתאם צו לשון הכתוב „את כל אשר אצוך”?
ג)
„
(כל שליחות ושליחות)
כפי ששמעת מפי”,
וואָס איז לכאורה אַ יתור לשון - צי דען וועט משה זאָגן פרעה’ן ניט ווי ער האָט עס געהערט פון אויבערשטן?
!
ד)
וואָס איז דער כפל הלשון „ימליצנו ויטעימנו”?
ה.
דער ביאור אין דעם וועט זיין פאַרשטאַנדיק בהקדים להסביר וואָס משה האָט אין זיין טענה דאָ משנה געווען פון זיין פריערדיקער טענה: אין פ’ שמות 5
האָט ער געזאָגט „כבד פה וכבד לשון אנכי”,
און דאָ 27
- „אני ערל שפתים”,
ובפרט אַז לויט פרש”י איז עס אַ שינוי ניט נאָר אין לשון,
נאָר אויך אין תוכן הענין 28
:
„כבד פה וכבד לשון אנכי” איז רש”י מפרש: „בכבידות אני מדבר”,
ד.
ה.
אַז ער קען ריידן,
נאָר דאָס קומט אים אָן „בכבידות”; משא”כ „ערל שפתים” טייטשט רש”י 29
„ אטום שפתים”: זיינע ליפּן זיינען „פאַרשטאָפּט” - ס’איז אַ שטערונג צום ריידן.
און דאָס איז דער חידוש אין זיין צווייטער טענה: פריער האָט ער געמיינט אַז ער איז
(בלויז)
„ כבד פה וכבד לשון” - ער קען ריידן עכ”פ „בכבידות”,
און דעריבער האָט דערצו מספיק געווען מיטצונעמען אהרן’ען,
וואָס וועט מאריך ו„מטעים” זיין דאָס וואָס משה וועט זאָגן בקיצור צו פרעה;
אָבער איצט איז ער געקומען צו דער הכרה אַז „אני ערל שפתים”: זיין ריידן איז ניט נאָר ניט „בקלות” נאָר אינגאַנצן ניט מעגלעך,
כאילו ער וואָלט
געווען „אטום” - ובמילא האָט דאָך ניט קיין אָרט זיין שליחות צו פרעה
[ואדרבה: זיין קומען צו פרעה באופן אַז ער וועט דאָרט שווייגן וועט ניט בלויז ניט ברענגען קיין תועלת,
נאָר פאַרקערט,
גורם זיין אַ קלקול 30
: פרעה קען דאָך אָננעמען זיין שתיקה אַלס הסכמה אַז עס דאַרף זיין „תכבד העבודה” 31
וכיו”ב].
אויף דעם האָט אים דער אויבערשטער געענטפערט „אתה תדבר גו’”: דאָס איז ניט נאָר אַ ציווי
(דו זאָלסט ריידן),
נאָר
(צוזאַמען דערמיט)
אַ הבטחה - דו וועסט ריידן; אַז כאָטש ער איז אַן „ערל שפתים” וועט דער אויבערשטער אים געבן די יכולת צו ריידן 32 .
און דעריבער איז רש”י מדייק „כל שליחות ושליחות וכו’”,
צו מדגיש זיין אַז דאָס וואָס משה האָט געקענט ריידן איז טאַקע געווען ניט מכח עצמו,
נאָר דערפאַר וואָס ער איז געגאַנגען בשליחותו של הקב”ה,
און דאָס האָט אים געגעבן כח ויכולת צו ריידן; און דאָס קומט בהמשך צו דעם וואָס רש”י איז מפרש מיט עטלעכע פסוקים פריער 33
: „אני ה’,
כדאי אני לשלחך ולקיים דברי שליחותי” - אַז ס’איז גענוג דאָס וואָס „אני” איז דער משלח בכדי צו קענען מקיים זיין „דברי שליחותי ”.
- עד”ז בנוגע צום עצם איבערגעבן
(זאָגן)
דברי השליחות.
ו.
עפ”ז איז אויך פאַרשטאַנדיק די אריכות אין לשון רש”י - „ פעם אחת כל שליחות ושליחות כפי ששמעת מפי ”: די כוונה פון משה’ס גיין ריידן צו פרעה איז ניט געווען צו איינריידן פרעה מיט הסברות וטעמים,
נאָר צו איבערגעבן די שליחות פון אויבערשטן; משה איז געווען דער שליח ה’ וואָס האָט גערעדט צו פרעה במקום
(ובכח)
המשלח - הקב”ה.
ובמילא האָט משה געדאַרפט איבערגעבן דעם גענויען לשון פון דעם משלח 34
(אָן הכפלה והסברה)
: ער האָט עס געדאַרפט זאָגן בלויז „פעם אחת ”
(פּונקט ווי דער אויבערשטער האָט עס געזאָגט „פעם אחת ”),
און „כפי ששמעת מפי” - מיט דעם זעלבן לשון בדיוק ווי ער האָט עס געהערט פון אויבערשטן 35 .
דערביי שטעלט זיך אָבער די שאלה: דער דיבור פון אויבערשטן צו משה’ן איז דאָך געווען בלשון הקודש 36 ,
ובמילא איז אויך דיבורו של משה צו פרעה געווען בלשון הקודש 37
(„כפי ששמעת מפי ”)
- איז ניט מובן: רש”י האָט שוין פריער מפרש געווען אין פ’ ויחי 38
אַז פרעה האָט ניט „מכיר” געווען בלשון הקודש 39 ,
היינט ווי אַזוי האָט ער געקענט פאַרשטיין וואָס משה האָט געזאָגט בלה”ק?
דעריבער איז רש”י ממשיך: „ואהרן אחיך ימליצנו ויטעימנו וכו’”,
וואָס „ימליצנו” האָט אין זיך
(אויך 40 )
דעם טייטש פון איבערזעצן פון איין שפּראַך אויף אַ צווייטער,
ווי רש”י האָט שוין פריער מפרש געווען
(אין פ’ מקץ 41 )
אויפן פסוק „כי המליץ בינותם”: „כשהיו מדברים עמו הי’ המליץ ביניהם היודע לשון עברי ולשון מצרי והי’ מליץ דבריהם”.
ד.
ה.
אהרן וועט האָבן אַ צווייענדיקן תפקיד: א)
„ימליצנו” - איבערזעצן פון דער שפּראַך פון דברי משה,
ב)
„ויטעימנו כו’” - מסביר ומטעים זיין דעם תוכן פון זיינע רייד,
באופן אַז זיי זאָלן נתקבל ווערן „ באזני פרעה”.
ז.
לכאורה איז נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: וויבאַלד אַז פרעה האָט סיי ווי ניט פאַרשטאַנען וואָס משה האָט מיט אים גערעדט,
טאָ וואָס איז געווען די תועלת פון משה’ס דיבור?
ועד כדי כך,
אַז אויף דעם איז געווען אַ ספּעציעלע נתינת יכולת,
כנ”ל.
איז דער ביאור: דאָס קומט בהמשך צו פרש”י אין פריערדיקן פסוק: „נתתיך אלקים לפרעה - שופט ורודה לרדותו במכות ויסורין”.
ד.
ה.
משה’ס ענין אין זיינע רייד צו פרעה,
איז ניט געווען אים אויפצוקלערן מיט דברי טעם וכו’
(דאָס איז געווען אהרן’ס תפקיד - „ואהרן אחיך יהי’ נביאך”,
כנ”ל),
נאָר אים צו „שופט” זיין - אין אַן אופן ווי „ורודה” וואָס דאָס איז „לרדותו במכות ויסורין”.
און עד”ז בעניננו: משה רבינו האָט געדאַרפט זאָגן צו פרעה „שלח את עמי” מיט אַ שטרענגקייט און בייזערן זיך אויף אים,
אַז פונעם אופן הדיבור
(און פונעם אויסדרוק פון משה’ס פנים בשעת מעשה וכו’ 42 )
זאָל פרעה פאַרשטיין אַז דאָס איז „קשות” -בדוגמא פון מכות ויסורין.
ח.
פון יינה של תורה אין דעם פרש”י:
אין דעם ענין פון „ראה נתתיך אלקים לפרעה”
(„שופט ורודה לרדותו במכות ויסורין”),
איז חסידות 43
מבאר: בשעת קליפות זיינען בעוצם תקפן
(וואָס דאָס איז דאָך מחמת יניקתן וכו’),
האָט אפילו 44
אַ צדיק קיין כח ניט זיי אַראָפּצואוואַרפן און צעברעכן
(ע”ד מחז”ל 45
: „אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו”)
; דאָס איז נאָר ב„יכלתו ית’ שהוא כל יכול”,
אַז אפילו אַ רשע וואָס איז „כל גאה”,
זאָל זיין - „והשפילהו ..
הכניעהו והדך רשעים תחתם” 46 .
און דאָס מיינט „ראה
(ל’ חידוש ופליאה)
נתתיך אלקים לפרעה”: הגם אַז פרעה איז נאָך געווען בתקפו,
ביז אפילו „לא הי’ עבד יכול לברוח ממצרים” 47 ,
האָט דער אויבערשטער געגעבן משה’ן „ממשלה זרוע כא־ל 48
ממש על פרעה” 49 ,
ביז צו רודה זיין אים „במכות ויסורין” 50 .
און דער כח איז געגעבן געוואָרן דוקא צו משה’ן 51
: וואָרום זייענדיק דער נשיא הדור,
דער „אנכי עומד בין ה’ וביניכם גו’ להגיד לכם את דבר ה’” 52
- אַ ממוצע דורך וועמען עס ווערט נמשך „דבר ה’ ממש” 53
- דעריבער ווערט דורך אים נתגלה כוחו ויכלתו ית’ „לרדותו במכות ויסורין”.
[און דערמיט איז מובן פאַרוואָס ר’ שמעון בן יוחי האַלט אַז „מותר להתגרות ברשעים” 54
(אויך ווען „השעה משחקת להם” 55 )
- ווייל רשב”י איז אַ ניצוץ פון משה רבינו,
כידוע 56 ,
וואָס האָט דעם כח צו „מכניע” זיין די רשעים - אויך ווען זיי זיינען בתקפם 57 ].
און דאָס איז דער טעם פנימי פאַרוואָס משה רבינו האָט געמוזט ריידן צו פרעה’ן
(א)
און ס’איז ניט געווען גענוג דיבורו של אהרן -
(ב)
כאָטש אַז דער דיבור איז געווען אין אַ שפּראַך וואָס פרעה האָט ניט פאַרשטאַנען -
ווייל דאָ האָט זיך געמוזט אויפטאָן די שבירה פון פרעה’ן ווען ער איז נאָך בתקפו,
און דעריבער
(א)
איז עס נאָר בכחו של משה;
(ב)
עס איז ניט אַן ענין פון בירור,
נאָר שבירה 58
( לרדותו כו’),
און ס’איז דערפאַר ניט נוגע אַז פרעה זאָל פאַרשטיין דעם דיבור.
ט.
עפ”י הנ”ל איז אויך מובן דאָס וואָס רש”י זאָגט אַז משה האָט געמוזט איבערגעבן דברי הקב”ה „כפי ששמעת מפי” דוקא: אָט דעם כח,
צו קענען צעברעכן קליפות ווען זיי זיינען נאָך בתקפן,
האָט משה רבינו געהאַט מצד דעם וואָס ער איז געווען דער שליח ה’ ,
דורך וועמען עס איז נתגלה געוואָרן כחו ית’
(„זרוע כא־ל”)
; און דעריבער איז דער דיבור געווען אין אַן אופן פון „אתה תדבר ..
כפי ששמעת מפי”: ע”ד „ שכינה מדברת מתוך גרונו של משה” 59 .
דערמיט קען מען אויך מבאר זיין וואָס דער סדר פון „אתה תדבר,
פעם אחת כל שליחות ושליחות כפי ששמעת מפי כו’” האָט זיך אָנגעהויבן ערשט נאָך דעם ווי משה האָט געטענה’ט „אני ערל שפתים”:
ס’איז מבואר אין חסידות 60 ,
אַז דאָס וואָס משה איז געווען „כבד פה וכבד לשון” האָט זיך עס גענומען מצד זיין ביטול צו אלקות - אַז צוליב זיין גודל הביטול האָט ער ניט געקענט משפיע זיין,
ע”ד ווי „איידי דטריד למבלע לא פליט” 61 .
דערפון איז מובן,
אַז אויך דער ענין פון „ערל שפתים” ווייזט אויפן גודל הביטול פון משה רבינו; און נאָך אויף אַ גרעסערן ביטול ווי „כבד פה וכבד לשון” - וואָרום „כבד פה וכבד לשון” מיינט אַז עס איז נאָך געבליבן דיבור
(השפעה),
נאָר ס’איז „בכבידות”,
נאָך ניט ביטול לגמרי ; „ערל שפתים” אָבער ווייזט אויף ביטול בתכלית ,
וואָס דערפאַר קען ער אינגאַנצן ניט ריידן.
און דעריבער איז דוקא אָט דער ביטול פון „ערל שפתים” געווען די אתדל”ת,
הכנה והקדמה צו „ראה נתתיך אלקים לפרעה גו’” - דורכן ביטול אין אַן אופן פון „בלי שום הרגש כלל” 62
קען דערנאָך זיין
(ע”ד פון „שכינה מדברת מתוך גרונו של משה”)
- „דבר ה’ ממש” 63
- וואָס פאָדערט זיך צו דער שבירה פון פרעה’ן.
יו”ד.
לכאורה קען מען נאָך אַלץ פרעגן: ווי קומט עס,
וואָס דוקא פרעה האָט געהערט די שליחות ה’
(אויך)
פון משה’ן אַליין,
און בנ”י האָבן עס געהערט בלויז פון אהרן’ען
(„ודבר הוא לך אל העם”)?
אמת טאַקע,
אַז בנ”י האָבן ניט געדאַרפט אָנקומען צו דעם,
משא”כ די שבירה פון פרעה
(קליפה בתקפה)
האָט געמוזט זיין נאָר דורך כחו של משה 64
[און עד”ז איז עס אויך אין פשטות הענין: אידן זיינען מאמינים בני מאמינים 65 ,
דעריבער איז פאַר זיי גענוג אַז אהרן גיט זיי איבער,
אַלס שלוחו של משה,
וואָס משה האָט געהערט פון אויבערשטן - איז „ ויאמן העם גו’” 66
; ביי פרעה אָבער וואָלט דאָס ניט מספיק געווען און דעריבער האָט משה אַליין געמוזט ריידן]
;
פונדעסטוועגן איז עס ניט גאָר גלאַטיק: פאַרוואָס זאָל ביי אידן פעלן אָט דער ענין נעלה פון דיבורו של משה?
דער ביאור אין דעם: ווען אהרן גיט איבער דברי משה צו די אידן איז עס דאַן ביי אים נאָר בדרך „מעבר” 67 ,
די אידן נעמען דעם דיבור של משה אָן קיין שינוי וירידה
(במעלתו)
מצד דעם ממוצע; ע”ד ווי „משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים וכו’” 68 ,
וואָס הגם אַז עס איז דורכגעגאַנגען כו”כ ממוצעים,
פונדעסטוועגן איז עס אַלץ די „תורה מסיני ”,
כמחז”ל 69
כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש ניתן למשה מסיני.
דאַקעגן ביי פרעה,
אויב דיבורו של משה וואָלט צו אים געקומען
(נאָר)
דורך אהרן’ען,
וואָלט עס געמוזט זיין אין אַן אופן פון התלבשות
(ושינויים)
וכו’,
ובמילא וואָלט אינעם דיבור געפעלט פון כחו של משה וואָס פאָדערט זיך לשבירת פרעה כנ”ל.
דערמיט איז אויך מובן דער שינוי הלשון אין די פסוקים - ביי בנ”י שטייט אַז אהרן „יהי’ לך לפה ”,
און ביי פרעה - „ואהרן אחיך יהי’ נביאך ”: ביי אידן איז אהרן געווען פיו של משה
(„לך לפה”) 70 ,
אהרן’ס דיבור איז געווען אין דער זעלבער דרגא ווי ווען ער קומט פון פה של משה - בדרך מעבר; משא”כ ביי פרעה איז אהרן בלויז געווען „נביאך”,
וואָס דאָס מיינט
(כפרש”י)
„ מתורגמנך ” - און ווען אַ דבר השפעה ווערט איבערגעגעבן דורך אַ מתורגמן קומט זי אַראָפּ בדרך ירידה ושינוי לפ”ע המקבלים,
כמבואר בכ”מ 71 .
יא.
די הוראה פון דעם אין עבודה פרטית פון כאו”א:
ס’איז דאָ אַמאָל אַז די נפש האלקית געפינט זיך אין גלות אין נפש הבהמית,
ביז אין אַן אופן וואָס „השעה משחקת לה” - די קליפה איז אין אַ מצב פון „גסות ..
שמגבי’ עצמה על אור קדושת נפש האלקית כו’” 72 .
איז די עצה אויף דעם - „נתתיך אלקים לפרעה ..
לרדותו במכות ויסורין”: עס דאַרף זיין דער „ ירגיז אדם יצ”ט על יצה”ר כו’” 73 ,
„ירעים עלי’ בקול רעש ורוגז להשפילה ..
לומר לו אתה רע וכו’” 74 ,
און דאָס גופא ברעכט די גסות הקליפה פון נפש הבהמית,
כמבואר בארוכה אין תניא 75 .
וי”ל בדא”פ עכ”פ,
אַז דעם כח אויף דעם האָט מען פון משה רבינו,
וואָס אים האָט דער אויבערשטער געזאָגט „ראה נתתיך אלקים לפרעה,
שופט ורודה לרדותו במכות ויסורין”; און דעריבער איז אָט דער כח פאַראַן ביי יעדן אידן,
וואָרום „כל נפש ונפש מבית ישראל יש בה מבחי’ משרע”ה” 76 .
און על אחת כמה וכמה אַז אַזוי איז עס ביי אידן אַלס כלל און באַם נשיא הכלל,
וואָס הנשיא הוא הכל 77
: כשם ווי משה רבינו אין זיין צייט האָט געהאַט דעם כח צו רודה זיין פרעה „במכות ויסורין” אפילו ווען „השעה משחקת לו”,
אַזוי איז עס בכל דור ודור,
אַז דער נשיא הדור,
דער „אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא” 78 ,
האָט דעם כח דורכצוברעכן אַלע העלמות והסתרים וואָס זיינען דאָ אויף קדושה,
אויך ווען זיי זיינען בתקפם.
יב.
דאָס איז אויך דער ענטפער צו די וואָס טענה’ן: וויבאַלד אַז מ’געפינט זיך אין דעם חושך כפול ומכופל פון דרא דעקבתא דמשיחא מיט אַזויפיל גרויסע העלמות והסתרים וכו’ וכו’ -היינט ווי קען מען דורכפירן די תביעה פון רבותינו נשיאינו צו מפיץ זיין דעם לימוד תורת החסידות און די הליכה בדרכי החסידות בכל מקום ומקום,
ובפרט אין די ערטער וואָס זייער מצב איז אַזוי נידעריק,
אַז זיי זיינען גאָר מונע ומעכב וכו’?
דאַרף מען וויסן,
אַז אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא,
אויך אין דרא דעקבתא דמשיחא
- ואדרבה: וויבאַלד די נשמות פון היינטיקן דור,
דרא דעקבתא דמשיחא,
זיינען בבחי’ „גלגול” פון די נשמות פונעם דור המדבר כידוע 79 ,
איז זיכער,
אַז די זעלבע ענינים וואָס זיינען געווען ביים דור המדבר זיינען פאַראַן אויך איצט -
און דורכדעם וואָס מ’פאַרבינד זיך מיטן נשיא הדור,
כ”ק מו”ח אדמו”ר,
האָט מען ניט וואָס צו נתפעל ווערן פון די העלמות והסתרים,
וואָרום מ’האָט דעם כח פון משה רבינו זיי צו צעברעכן - „לרדותו במכות ויסורין”.
- אַוודאי דאַרף מען גיין בדרכי נועם ובדרכי שלום,
אַזוי איז דער רצון פון כ”ק מו”ח אדמו”ר,
און ווי ער האָט געבעטן ביי זיין פאָטער כ”ק אדמו”ר מוהרש”ב נ”ע אַז זיין נשיאות זאָל זיין בחסד וברחמים 80
;
אָבער וויסן דאַרף מען,
אַז בשעת מען איז צוגעבונדן צום נשיא הדור - וואָס די התקשרות איז דורך לימוד תורתו,
היטן זיינע תקנות 81
והליכה באורחותיו נס”ו 82
- דעמאָלט האָט מען ניט וואָס צו נתפעל ווערן פון קיינע העלמות והסתרים,
און אַזוי ווי דעמאָלט האָט משה רבינו צעבראָכן קליפת פרעה און אַרויסגעפירט אַלע אידן פון גלות מצרים „ביד רמה” 83 ,
אַזוי וועט זיין אויך איצטער,
אַז ניט קוקנדיק אויף קושי הגלות,
וועט דער משה שבדור 84
אַרויסנעמען אונז אַלעמען פונעם גלות צו דער גאולה האמיתית והשלימה „ביד רמה” ובקרוב ממש.
(משיחות ש”פ וארא תשכ”ט,
תשט”ו)