B"H
🏡

Ikar

וארא א

א.

שוין גערעדט פיל מאָל אַז כאָטש רש”י איז

(לכל לראש)

מפרש פשוטו של מקרא,

אַנטהאַלט זיין פירוש אויך „ענינים מופלאים” 1

אין שאר חלקי התורה און אויך „יינה של תורה” 2

; נאָר בכדי אַרויסצונעמען די ענינים

(בשאר חלקי התורה)

דאַרף מען פריער אָפּלערנען פרש”י ע”ד הפשט.

נאָכדעם ווי רש”י איז מפרש דעם פירוש הפשוט פון די פסוקים אין אָנפאַנג פון דער סדרה - „וארא אל אברהם גו’ וגם הקימותי גו’”,

איז רש”י ממשיך 3

: „ורבותינו דרשוהו 4

(דער תוכן פון די פסוקים)

לענין של מעלה שאמר משה למה הרעותה 5

אמר לו הקב”ה חבל על דאבדין ולא משתכחין יש לי להתאונן על מיתת האבות הרבה פעמים נגליתי עליהם בא־ל ש־ד־י ולא אמרו לי מה שמך ואתה אמרת 6

מה שמו מה אומר אליהם,

וגם הקימותי וגו’ וכשבקש אברהם לקבור את שרה לא מצא קרקע עד שקנה בדמים מרובים וכן ביצחק ערערו עליו על הבארות אשר חפר וכן ביעקב כו’ ולא הרהרו אחר מדותי ואתה אמרת למה הרעותה”

(און איז מסיים „אין המדרש מתיישב אחר המקרא כו’”)

;

אין ס”פ שמות 7

אויפן פסוק „עתה תראה וגו’”

(וואָס איז דער ענטפער פון הקב”ה - בכתוב - אויף „למה הרעותה”)

זאָגט רש”י „הרהרת על מדותי לא כאברהם שאמרתי לו 8

כי ביצחק יקרא לך זרע ואח”כ אמרתי לו 9

העלהו לעולה ולא הרהר אחר מדותי כו’” 10 .

דאַרף מען פאַרשטיין: א)

פאַרוואָס אין פרשת וארא אינעם פירוש פון „ורבותינו דרשוהו” הנ”ל ברענגט רש”י

(פון רבותינו)

אַ ראי’ אַז אַלע אבות „לא הרהרו אחר מדותי” און אין ס”פ שמות ברענגט ער אַ ראי’ נאָר פון אברהם?

ב)

אויך בנוגע אברהם גופא איז רש”י בפרשתנו מפרש דעם ענין פון „לא הרהרו אחר מדותי” מיט אַן אַנדער מאורע

(כשבקש אברהם לקבור את שרה כו’)

- ווי אין ס”פ שמות

(„שאמרתי לו כי ביצחק יקרא לך זרע”) 11 .

ג)

ועיקר: בס”פ שמות בריינגט רש”י דעם פי’ לא הרהר סתם ד.

ה.

אַלס זיין פירוש - פשוטו של מקרא,

משא”כ בפרשתנו - מיט דער התחלה „ורבותינו דרשוהו” - אַ דרש,

ויתרה מזה,

אַזאַ דרש וועלכער איז זיך ניט „מתיישב אחר המקרא” - היפך הכלל ברש”י אַז ווען ער בריינגט אַן אגדה איז עס „המיישבת דברי המקרא”* 11 .

ב.

וי”ל אַז דער לעצטער דיוק פאַרענטפערט כהנ”ל: אין ס”פ שמות איז רש”י מפרש פשוטו של מקרא על אתר 12 ,

וכפשוטו איז דער פסוק „ויאמר ה’ אל משה עתה תראה גו’”אַן ענטפער

(כנ”ל)

אויף טענת משה אין די פסוקים לפנ”ז „למה הרעותה לעם הזה גו’ ומאז באתי אל פרעה לדבר בשמך הרע לעם הזה”:

ניט נאָר האָט די שליחות פון אויבערשטן ניט גע’פועל’ט די הצלה פון די אידן

(„הצל לא הצלת את עמך”),

נאָר אדרבה „ הרע לעם הזה”,

און דערפאַר „עתה תראה,

העשוי לפרעה תראה ולא העשוי למלכי שבעה אומות”,

וויבאַלד אַז ער האָט מהרהר געווען „אחר מדותי”,

ניט ווי די הנהגה

(דאַרף זיין און)

איז געווען בנידון דומה ביי אברהם,

וואָס „לא הרהר אחר מדותי”,

הגם אַז פריער „אמרתי לו כי ביצחק יקרא לך זרע ואח”כ אמרתי לו העלהו לעולה”,

וואָס די הבטחה האָט גורם געווען

(ווי אין אונזער פאַל)

אַ צער נוסף 13

-

(ע”ד ווי „מאז באתי לדבר בשמך הרע גו’”) 14 ,

ווי מ’זעט במוחש,

אַז דער צער פון ניט האָבן קיין קינדער איז ניט בדומה צו די יסורים וואָס מען האָט ווען דער אויבערשטער האָט שוין געבענטשט מיט אַ בן יחיד ולעת זקנתו און ער ווערט דערנאָך צוגענומען,

ובפרט נאָך אַז דער טאַטע אַליין דאַרף עס טאָן 15 .

ועפ”ז איז אויך מובן,

אַז עס האָט ניט קיין אָרט אַז רש”י זאָל ברענגען די ראי’ אַז אברהם „לא הרהר אחר מדותי” פון דעם וואָס „כשבקש לקבור את שרה לא מצא קרקע

(וכן ביצחק ערערו עליו כו’ וכן ביעקב ויקן את חלקת השדה כו’ 16 )

”,

וואָרום דאָרטן איז ניט געווען אין אַן אופן אַז די הבטחה גופא

(„לתת להם את ארץ”)

האָט גורם געווען ער זאָל קויפן די קרקע בדמים מרובים;

דער הרהור האָט נאָר געקענט זיין,

אַז האָבענדיק די הבטחה אויף נתינת הארץ,

האָט עס אברהם’ן ניט געדאַרפט קאָסטן קיין

(סאַך)

געלט 17

(ועד”ז ביי יצחק ויעקב)

- און במילא איז אַזאַ הרהור ניט קיין דוגמא מכוונת צו דעם וואָס משה האָט מהרהר געווען,

אַז דעם אויבערשטנ’ס שליחות גופא האָט „גורם” געווען דעם מצב פון „הרע לעם הזה”.

אָבער לויט דעם וואָס „רבותינו דרשוהו ”אַז דער גאַנצער תוכן הכתובים

(אויך „וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב” 18 )

קומט בהמשך „ לענין של מעלה” און איז אַ טייל פון דעם אויבערשטנ’ס מענה 19

בנוגע די שאלות און דיבורים והרהורים פון משה בכלל 20

(ניט מצד אַ צער נוסף דוקא),

וואָס האָבן זיך אָנגעהייבן פון „ואתה אמרת מה שמו מה אומר אליהם” 21

- איז מובן פאַרוואָס רש”י בריינגט דרשת רז”ל און פון אַלע דריי אבות אַז זיי אַלע „לא הרהרו

( בכלל 22 )

אחר מדותי”.

ג.

עוד י”ל: דאָס וואָס משה רבינו האָט געזאָגט „למה הרעותה לעם הזה גו’” איז דאָך ניט אַ ענין פרטי,

וואָס איז בנוגע צו אים אַליין,

נאָר בשייכות „לעם הזה”,

צו כלל ישראל - ובמילא קען רש”י

(אין דרך הפשט)

ניט ברענגען אַ דוגמא פון אברהם וואָס האָט ניט מהרהר געווען בנוגע דער מערת המכפלה און עד”ז פון יצחק ביי די בארות און פון יעקב „ויקן את חלקת השדה”,

וואָרום דאָס אַלעס זיינען ענינים וואָס זיינען געווען נוגע זיי אַליין אַלס אַ פרט,

און דעריבער קען מען מחלק זיין אַז דערפאַר האָבן זיי נישט מהרהר געווען ווייל זיי האָבן געטראַכט אַז ביי זיי איז די הבטחה ניט מקויים געוואָרן,

דערפאַר וואָס „גרם החטא”

(ווי רש”י האָט שוין פריער מפרש געווען ביי יעקב’ן 23 ),

משא”כ טענת משה וואָס איז געווען בנוגע רעת כלל ישראל,

קען דאָך ניט זיין אַז חטא משה זאָל גורם זיין „הרעותה לעם הזה” 24 .

און דעריבער ברענגט רש”י

(ע”פ פשוטו)

אין ס”פ שמות „לא כאברהם שאמרתי לו כי ביצחק יקרא לך זרע ואח”כ אמרתי לו העלהו לעולה”,

ווייל אויך דאָ איז עס געווען נוגע

(ניט בלויז צו אברהם’ן אַליין,

נאָר)

להמשך כל הדורות אחריו,

ובמילא איז אויך דאָ ניט שייך דער חשש שמא גרם החטא -ואעפ”כ איז „לא הרהר אחר מדותי”,

משא”כ ביי יצחק ויעקב וואָס ביי זיי געפינט מען ניט אַזאַ פּאַסירונג והנהגה.

דאָס אַלץ איז מצד פשוטו של מקרא,

אָבער לויט „רבותינו דרשוהו” ע”פ מדרש

(אגדה)

שבתורה וועלכע איז פאַרבונדן מיט נשמתא דאורייתא 25

(ד„רוב סודות התורה גנוזין בה” 26 )

-איז דאָך „האבות הן הן המרכבה” 27

אַז אויך למטה אין עוה”ז זיינען זיי אין דער דרגא פון מרכבה,

ווי למעלה 28

-

איז לפי”ז ביי זיי בכלל ניט שייך צו זאָגן דעם ענין פון „נתלכלכתי בחטא” 29 ,

און דעריבער קען מען בריינגען אַז „לא הרהרו אחר מדותי” אויך פון ענינים וואָס,

לכאורה,

זיינען זיי פרטיים,

וועלכע זיינען שייך צו זיי אַלס אַ פרט - מערת המכפלה ביי אברהם,

ביי יצחק ענין הבארות,

ביי יעקב „ויקן את חלקת השדה” - וויבאַלד אַז זיי זיינען געווען „מרכבה רק לרצון העליון כל ימיהם” 30 .

ד.

פון „יינה של תורה” אין דעם פרש”י: י”ל אַז דאָס איז מרומז אין דער שייכות צווישן די ביידע הסברות בפרש”י הנ”ל:

שוין גערעדט אַמאָל בארוכה 31

בנוגע די „מעשה אבות” פון אברהם יצחק ויעקב,

אַז אין דעם זיינען פאַראַן צוויי אופנים: א)

ווי „מעשה אבות” האָט זיך געטאָן ביי די אבות מצד גופם - און אין דעם איז שייך אַז אברהם זאָל דאגה’ן „שמא קבלתי שכר על צדקותי”,

ער זאָל בעטן אַן „ אות על ירושת הארץ” 32

ועד”ז באַ יעקב 33

[[ווי מיר געפינען עס אינעם סיפור פון מעזריטשער מגיד 34

- אַז ער האָט געזען ווי משה רבינו לערנט מיט תינוקות של בית רבן דעם פסוק 35

„ויפול אברהם על פניו ויצחק ויאמר בלבו הלבן מאה שנה יולד ואם שרה הבת תשעים שנה תלד” און איז זיי מסביר,

אַז „אין מקרא יוצא מידי פשוטו” 36

ב)

מעשה אבות ווי דאָס האָט זיך אויפגעטאָן מצד נשמתם ,

וואָס אין דעם איז כלל ניט שייך קיין „הרהרו אחרי מדותי” וכו’.

און מ’האָט מבאר געווען,

אַז די פירושים אין פרש”י ע”ד הפשט

(גוף התורה)

ריידן וועגן „מעשה אבות” ווי זיי זיינען מצד הגוף; און די פירושים ע”ד המדרש - אגדה שבתורה - ווי די „מעשה אבות” זיינען מצד הנשמה 37 .

ועד”ז בעניננו: אין פרש”י ס”פ שמות,

וואָס איז ע”ד הפשט ,

רעדט זיך וועגן „מעשה אבות” ווי זיי זיינען מצד הגוף; דעריבער קען מען ניט ברענגען אַ ראי’ צו משה’ס שאלה בנוגע „לעם הזה” -פון דעם וואָס לא הרהרו בנוגע עניניהם הפרטים,

וויבאַלד עס קען זיין אַז אברהם טראַכט שמא קבלתי שכר כו’,

ועד”ז באַ יעקב.

משא”כ לויט „רבותינו דרשוהו ” -אגדה שבתורה

(וואָס רוב סודות התורה גנוזין בה)

- איז דער ענין פון „מעשה אבות” מצד הנשמה ,

איז אַ ראי’ אויך פון דעם וואָס די אבות לא הרהרו בנוגע זייערע ענינים פרטיים.

עד”ז קען מען מסביר זיין אויך בשייכות צו משה רבינו: דאָס וואָס משה האָט גע’טענה’ט

(אין ס”פ שמות)

„למה הרעותה לעם הזה גו’ ומאז באתי אל פרעה לדבר בשמך הרע לעם הזה גו’” לויט פשוטו של מקרא,

איז דאָס געווען מצד אופן הא’,

איז שייך צו זאָגן אַז דאסָ איז אַן ענין פון „ הרהרת על מדותי”

(און „קובל אני על ששלחתני” 38 ),

אַ טענה כלפי דעם אויבערשטן כביכול,

אַז זיין שליחות האָט גורם געווען דעם מצב פון „הרע” פאַר אידן

[און דעריבער איז דער עונש - „לפיכך עתה תראה,

העשוי לפרעה תראה ולא כו’”].

משא”כ ע”פ „רבותינו דרשוהו” רעדט זיך ווי דער ענין איז מצד אופן הב’,

קען מען ניט זאָגן אַז די טענה צו משה איז געווען אויף „הרהר על מדותי” כפשוטו

(און אַז ער האָט באַקומען אַן עונש דערפאַר 29 ),

נאָר די טענה איז באַשטאַנען דערין וואָס „הרבה פעמים נגליתי עליהם בא־ל ש־ד־י ולא אמרו לי מה שמך ואתה אמרת מה שמו ”,

היינו וואָס ער האָט געוואָלט וויסן שמך הגדול והקדוש כו’ סוד שם „המפורש” 39

-צוקומען צואַ העכערע ידיעת אלקות* 39

- שם הוי’,

מדת אמתית שלי,

שם העצם 40 .

און אפילו דאָס וואָס ער האָט געזאָגט „למה הרעותה לעם הזה” איז ניט קיין ענין פון „ הרהרת על מדותי” כפשוטו,

נאָר אויך אין דעם האָט ער געוואָלט און געבעטן צו פאַרשטיין אויך בשכלו 41

אַלע פרטים און דרכים פון אויבערשטנ’ס שליחות

(און עפ”ז איז מדוייק וואָס רש”י זאָגט ניט ביי „רבותינו דרשוהו” דעם לשון „ הרהרת על מדותי” בנוגע למשה 42 ,

ווי ער זאָגט אין זיין פירוש

[ס”פ שמות]

ע”ד הפשט).

ה.

מ’קען נאָך אַלץ פרעגן: ווי איז שייך זאָגן „הרהרת על מדותי” כפשוטו,

אפילו מצד אופן הא’,

וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן משה,

וואָס גלייך ביים געבאָרן ווערן ווערט אויף אים געזאָגט „ותרא אותו כי טוב הוא” 43

- „נתמלא הבית כולו אורה” 44

; ובפרט אַז מ’זאָל נאָך דערביי מדגיש זיין אַז די אבות האָבן ניט מהרהר געווען און משה,

וואָס ער איז געווען „נבחר מכל מין האדם” 45

(אויך פון די אבות* 45 ),

האָט יע מהרהר געווען?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז אפילו „בגנות בהמה טמאה לא דיבר הכתוב” 46 ,

איז דאָך פשיטא בנוגע אַ אידן ועאכו”כ בנוגע משה רבינו,

היינט פאַרוואָס דערציילט תורה אַז משה „הרהר על מדותי”?

[וואָס פאַר אַ הוראה איז דאָ אין דעם פאַר אַן אידן בעבודתו לקונו?

לכאורה איז שווער צו זאָגן אַז דערפון דאַרף אַ איד אָפּלערנען אויף וויפל מען מוז זיין אויסגעהיט פון מהרהר זיין אחר מדותיו של הקב”ה,

און אַז מ’דאַרף זיך פירן לויט די הנהגה פון די אבות וואָס „לא הרהרו” - וואָרום וויבאַלד אַז משה רבינו איז צו דעם ניט צוגעקומען,

איז ווי מאָנט מען עס ביי יעדן אידן ובכל זמן] 47 .

ו.

וועט מען דאָס פאַרשטיין ע”י הביאור וואָס רש”י שטעלט זיך אויפן וואָרט „וארא” און איז מפרש: „אל האבות”,

איז ידוע די קושיא

(ווי מפרשי רש”י פרעגן)

: דער פסוק אַליין טייטשט דאָס אויס גלייך „

(וארא)

אל אברהם אל יצחק ואל יעקב”,

איז וואָס גיט דאָ רש”י צו?

איז די הסברה אין דעם 48

: רש”י איז דערמיט אויסן צו מסביר זיין,

אַז דער ענין ועילוי פון „ וארא אל אברהם גו’” - ראי’ אין אלקות - בודאות און מוחשית

(ווי די וודאות שע”י ראי’ גשמית 49 ),

וואָס דערפאַר איז ביי זיי ניט געווען שייך „הרהר אחר מדותי” -האָבן זיי געהאַט אַלס אבות פון די בנ”י; ד.

ה.

אַז „וארא” איז געגעבן געוואָרן צו זיי אין אַן אופן אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען בירושה

(פון די אבות)

צו די בנים נאָך זיי,

וואָרום „האב זוכה לבן בנוי וכו’ בחכמה” 50 .

און ווי ס’איז מבואר אין תו”א

(פון דער פרשה)

אינעם ענין אַז „אין קורין אבות אלא לשלשה” 51 ,

אַז „בחי’ האבות היא ירושה לבניהם אחריהם בכל דור ..

בחי’ האבות צ”ל בכל אדם ”.

און דאָס איז דער טעם אויף דער טענה וואָס דער אויבערשטער האָט געהאַט צו משה רבינו: „חבל על דאבדין ולא משתכחין”.

וויבאַלד אַז „ וארא אל אברהם גו’” איז געווען אַלס צו „ אבות ”,

איז ניטאָ קיין אָרט פאַרענטפערן אַז אברהם גו’ זיינען אַנדערש - וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך אַלס „אבות” איז „בכל אדם” אַלס „בן”,

דאַרף זיין און זיך אָנהערן די בחי’ „וארא”,

האָבענדיק דאָס בירושה.

ז.

לכאורה קען מען נאָך אַלץ מחלק זיין און זאָגן: הגם אַז דער אב גיט איבער זיינע ענינים בירושה צום בן,

פונדעסטוועגן איז מובן,

אַז נאָכדעם ווי די ענינים קומען אַראָפּ צום יורש קומען זיי ניט צו דער מעלה וואָס זיי האָבן געהאַט זייענדיק ביים אב 52 .

און וויבאַלד אַזוי,

קען מען דאָך פאַרענטפערן,

אַז די דרגת „וארא” וואָס דער בן האָט בירושה קומט ניט צו דער

(העכערער)

דרגא פון „וארא” ווי זי איז געווען ביי די אבות.

איז דער ביאור אין דעם אויך מרומז אין פרש”י: „וארא - אל האבות ” -דער גאַנצער גילוי פון וארא איז געווען צו די „ אבות ” - דהיינו,

אַז דער גילוי איז ניט מצד

(און לויט)

זייער מדרגה מיוחדת אין עבודת ה’

(אברהם אוהבי -אין קו האהבה

(פחד)

יצחק - בקו הגבורה וכו’),

נאָר אינגאַנצן פאַרבונדן מיט’ן ענין וואָס זיי זיינען אבות

(צו בנים - וואָס הבן יורש הכל).

ובמילא איז מובן אַז אין דעם „וארא” איז ניטאָ קיין חילוק צווישן אבות און בנים:

דער יתרון און מעלה וואָס איז דאָ אין דעם אב לגבי דעם בן איז שייך אין ענינים וואָס דער אב האָט זיי געהאַט מצד מעלת ועבודת עצמו; אַלס עובד ה’ וכו’; וואָס הגם אַז אויך אַזעלכע ענינים קומען אַראָפּ בירושה צו קינדער כנ”ל במשנה האב מוריש כו’,

קענען זיי אָבער זיין ביים יורש ניט אויף דער זעלבער הויכער דרגא ווי ביים מוריש.

משא”כ בנדו”ד,

וואָס דער עילוי פון „וארא”

(הקב”ה מצד עצמו)

איז צו אבות - וואָס דעם תואר און מציאות מאַכט אויף דער בן - איז מובן,

אַז דער עילוי כמו שהוא ביים אב,

קומט בירושה צו די קינדער.

און ע”פ כהנ”ל איז נאָכמער ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד אַז יעדער איד און כל שכן משה רבינו האָט דעם ענין פון וארא בירושה מהאבות,

היינט ווי קומט עס וואָס דאָס האָט ניט אָפּגעהאַלטן משה רבינו פון „הרהר אחר מדותי”?

ח.

וי”ל דער ביאור בזה: רז”ל זאָגן 53

: לא נגאלו ישראל ממצרים אלא בשכר האמונה* 53 ,

ד.

ה.

אַז ביי זיי איז נתגלה געוואָרן די נקודת היהדות,

דער פאַרבונד פון אידן מיט’ן אויבערשטן,

וואָס דאָס דריקט זיך אויס אין דער אמונה פון אידן אין דעם אויבערשטן -דאָס האָט זיי געמאַכט ראוי אַז זיי זאָלן אויסגעלייזט ווערן פון מצרים.

כאָטש אַז אויך פריער,

זייענדיק נאָך אין קושי הגלות פון מצרים,

זיינען אידן געווען „מאמינים” 54

איז דאָס אָבער פאַרבונדן מיט דעם וואָס זיי זיינען 55

„בני מאמינים” 54

- זיי האָבן עס געהאַט בירושה אין וועלכן מצב די בנים זאָלן ניט זיין בגילוי; אָבער מצד ענינם ועבודתם פון די אידן,

מצד תכונת הבנים עצמם,

איז ביי זיי נאָך ניט געווען דער „ורעה אמונה”,

שלימות הגילוי פון אמונה.

און בכדי אַז די אידן זאָלן אויסגעלייזט ווערן פון מצרים מצד זייער אייגענעם זכות 56 ,

דאָס זאָל זיין זייער שכר ,

האָט די ירושה’דיקע אמונה און התקשרות פון אידן מיט’ן אויבערשטן געדאַרפט ביי זיי ווערן זייערס אַן אייגענער ענין 57 .

ט.

און דאָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך משה רבינו.

וואָרום אין דעם באַשטייט דער חילוק צווישן דער המשכה שע”י האבות און ע”י משה: מצד בחי’ האבות,

כנ”ל,

איז די נקודת היהדות והאמונה ביי יעדן אידן אין אַן אופן של ירושה,

ער האָט עס בטבע ומצד ההולדה,

זייענדיק אַ בן אברהם יצחק ויעקב 58 .

אָבער משה רבינו ע”ה,

וואָס נוסף אויף דעם וואָס ער איז פון די „שבעה רועים הממשיכים חיות ואלקות לכללות נשמות ישראל”,

איז ער „כללות כולם ונקרא רעיא מהימנא” 59

- ער איז זן ומפרנס ומשפיע אַז די אמונה וואָס איז דאָ ביי אידן זאָל זיין „ורעה אמונה”,

ב„בחי’ פנימיות” - „שתהא אמונה שלימה וחזקה ונגעה עד פנימיות הנפש” 60 ,

וואָס דעמאָלט וועט די אמונה דורכנעמען זיין גאַנצן מהות אין כל עניניו ביז אין מעשה בפועל.

יו”ד.

ע”פ הנ”ל וועט מען פאַרשטיין דעם תוכן הענין פון שאלת משה רבינו „למה הרעותה גו’”

(וואָס די תורה דערציילט וועגן דעם,

הגם אַז „אברהם כו’ לא הרהר”)

און תשובת הקב”ה „וארא אל האבות”:

וויבאַלד אַז עס האָט שוין געהאַלטן נאָענט צו דער גאולה און משה איז געגאַנגען בשליחות הקב”ה אויסצולייזן די אידן,

האָט געדאַרפט דער פאַרבונד פון אידן מיט’ן אויבערשטן שע”י אמונה זיין ביי זיי ניט בלויז מצד האבות,

„מאמינים” מצד „בני מאמינים”,

נאָר אויך אַז די אמונה זאָל זיי דורכנעמען מצד ענינם ותוכנם.

און דאָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך שאלת והרהור משה* 60

„למה הרעותה גו’ ומאז באתי אל פרעה גו’ הרע גו’”,

וואָס אויף דעם איז געקומען דברי הקב”ה „וארא גו’”,

דהיינו,

אַז בחי’ „וארא” - דער תכלית התאמתות

(בדרך ראי’ )

און די התקשרות פון אידן מיט אלקות שע”י האמונה - איז געוואָרן אויך מצד דער מציאות פון אידן,

וואָס מצ”ע איז דאָ שייך דער ענין פון „הרהר אחר מדותי”,

האָט זיך אין איר אויפגעטאָן דער עילוי פון „וארא”,

די שלימות האמונה בה’,

ובמילא אויך די שלילה גמורה פון „הרהר אחר מדותי”

און דעריבער זאָגט רש”י בס”פ שמות „הרהרת על מדותי” - „לא כאברהם” וואָס „לא הרהר אחר מדותי”: דערמיט איז ער מדגיש אַז די בחי’ פון „לא הרהר” וואָס איז דאָ ביי משה און ביי אַלע אידן מצד אברהם

(האבות),

איז ניט מספיק

(וויבאַלד אַז

(מצ”ע)

בגלוי „ הרהרת וכו’”),

וואָרום דאָס איז אַן ענין וואָס קומט בירושה,

אָבער מצד טבעו ומציאותו פונעם בן גופא קען זיין אַז ער איז מהרהר,

און דער אויפטו פון משה איז געווען,

אַז אויך אָט דער „ הרהרת ” זאָל קיין אָרט ניט האָבן - דורך דיבור הקב”ה - גילוי פון „וארא”,

כנ”ל 61 .

יא.

לויט דעם איז נאָכמער מדוייק דער איינטיילן פון די פירושים אין רש”י - ע”ד הפשט

(בס”פ שמות)

און ע”פ „רבותינו דרשוהו”

(בפרשתנו)

: דאָס וואָס ס’איז מבואר לעיל,

אַז די פירושים ע”ד הפשט בפרש”י זיינען ווי די ענינים זיינען מצד הגוף,

איז ניט דער פשט אַז מצד גופו של משה איז שייך אַן ענין פון „הרהרת על מדותי” כפשוטו ח”ו,

וואָרום וויבאַלד אַז „טוב הוא”,

כנ”ל,

גיט עס ניט קיין אָרט אויף „הרהרת על מדותי”; נאָר דער פירוש בזה איז,

אַז דער ענין ווערט געטאָן אין אַן אופן וואָס ער קען

(אין פשטות וחיצוניות)

אויסגיטייטשט ווערן ווי „הרהר”

(חטא)

כפשוטו 62 .

און דעריבער,

ע”ד הפשט,

גוף התורה,

וואָס איז שייך צו יעדן אידן באיזה מצב שהוא,

ווערט דאָס אויסגעטייטשט אַלס „הרהרת על מדותי” כפשוטו - היות אַז מ’דאַרף אויפטאָן דעם גילוי פון „וארא”

(ענין האמונה)

באַ אַלע אידן,

אויך ביי די וואָס ביי זיי איז דער גוף

(לעת עתה נאָך)

מסתיר אויף דער נשמה,

אַזוי אַז ס’איז ניט מאיר בגלוי די אמונה מצד הנשמה,

און דער גוף מצ”ע איז שייך צו פרעגן „למה הרעותה גו’”,

און ל„הרהר אחר מדותי” כפשוטו -

און אויך ביי זיי ווערט אויפגעטאָן ע”י משה 63 ,

וואָס ער איז כולל כל ישראל 64 ,

דער גילוי פון „וארא”,

די גילוי התאמתות והתקשרות שע”י אמונה,

שלילה פון דעם הרהור והיפך ההרהור.

משא”כ ע”פ „רבותינו דרשוהו”,

„נשמתא דאורייתא”,

זעט מען ווי ביי אידן לייכט די נשמה,

וואָס מצד זה איז ניט שייך „הרהרת על מדותי” כפשוטו,

נאָר בלויז וועלן פאַרשטיין „מה שמו” און פאַרשטיין „למה הרעותה”,

אויך בשכל; און ע”י משה האָט זיך אויפגעטאָן „ורעה אמונה” אַז אויך אין שכל זאָל זיך אָנהערן די אמונה און התאמתות אין אלקות בבחי’ „וארא”,

ווי ס’איז העכער פאַר חכמה וטעם 65 .

יב.

עפהנ”ל וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון כ”ד טבת - יום ההילולא פון אַלטן רבי’ן - צו פרשת וארא

(וכדברי השל”ה הידועים 66 ),

וואָס בשנה זו

(ווי בכו”כ שנים) 67

איז עס חל אין דער וואָך פון פ’ וארא 68

:

דער חידוש פון תורת החסידות חב”ד,

וואָס איז נתגלה געוואָרן דורך דעם אַלטן רבי’ן

[וואָס ביום ההילולא זיינען עולה „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו” 69

און עס איז דאַן „מתגלה ומאיר בבחי’ גילוי מלמעלה למטה ” 70 ]

אויף תורת החסידות ווי זי איז נתגלה געוואָרן דורכן בעש”ט און מעזריטשער מגיד 71 ,

י”ל אַז

(איין ענין בזה איז,

אַז)

עס איז אין דעם,

וואָס יתפרנסון 72

מיני’ - פון פנימיות התורה און די אמונה אין אלקות ווערט נתגלה דורך תורת החסידות חב”ד באופן אַז עס זאָל דורכנעמען דעם גאַנצן מענטשן,

אָנהויבענדיק פון מוחין שבראש,

חב”ד - ביז אַז דאָס זאָל ביי אים זיין ניט בלויז אַ גילוי פון נקודת האמונה המסותרת,

נאָר אַן ענין וקומה שלימה וואָס קומט מצד עבודתו וכוחות שלו,

אע”פ וואָס לפני זה,

מצד עצמם זיינען זיי דערצו ניט שייך 73 .

און דאָס האָט דער אַלטער רבי אויפגעטאָן דורך דעם וואָס ער האָט אַראָפּגעטראָגן תורת החסידות אויך אין חב”ד שבנפש,

ביז אין „חוצה”,

וואָס איז,

לעיני בשר,

אַ מציאות בפני עצמו,

און מצד עצמו איז ער מסתיר דעם גילוי האמונה בה’.

וע”ד ווי דער גילוי האמונה וואָס האָט זיך אויפגעטאָן ע”י שאלת משה „למה הרעותה”,

איז דאָך דאָס געווען ע”י דיבור הקב”ה „ וארא אל האבות ”,

אַז אָט די ראי’

(התאמתות)

ואמונה אין אלקות וואָס אידן האָבן בירושה זאָל דאָס ווערן ביי זיי אויך מצד תכונתם וענינם הם,

כנ”ל בארוכה 74 ,

און פּונקט ווי דאָס איז געווען בגאולת מצרים,

אַז אין שכר פון דער אמונה זיינען זיי נגאל געוואָרן,

אַזוי איז אויך בגאולה האמיתית והשלימה - דורך „ יפוצו מעינותיך חוצה ”,

דורך די אמונה 75

באופן אַז יתפרנסון מיני’,

ווי זי ווערט נתגלה דורך תורת חסידות חב”ד 76 ,

און נעמט דורך ביז דער „חוצה” ממש,

וועט זיין „אתי מר” 77

- דא מלכא משיחא,

אַז אַלע אידן און יעדער איד וועלן זוכה זיין צו דער גאולה האמיתית והשלימה,

במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש”פ וארא תשל”א)

Reader controls and commentary are loading.