B"H
🏡

Ikar

כ"ד טבת

א.

עס זיינען דאָ צוויי עניני תורה

(וועלכע זיינען צו אונז דערגאַנגען)

וואָס מען ווייס אַז דער אַלטער רבי האָט זיי געשריבן קרוב לזמן הסתלקותו:

(א)

די אגרת וואָס הויבט זיך אָן „איהו וחיוהי חד” 1 ,

(ב)

די רשימה „נפש השפלה” 2 .

וז”ל 3

:

נפש השפלה באמת לאמתו בשרשה עבודתה היא תורה גשמי’ בין לה ובין

(להבין)

לאחרים ובין גמ”ח גשמיים ע”י קירוב הדעת ועצות מרחוק בכל עניני ב”ב אף כי רובם ככולם הם דברי שקר א”א בענין 4

אחר שיעשו חסד של אמת כי אין אמת אלא תורה 5

ואמת 6

אמר אל יברא

(שכולו מלא שקרים)

כו’ וחסד אמר יברא שכולו מלא חסדים 7

ותשלך אמת ארצה ועולם בחסד שאינו של אמת יבנה,

ובדורות הראשונים שעיקר העבודה הי’ התורה 8

הי’ רוב החסד נכלל באמת דהיינו בגדול המעשה דכופין וממשכנין כו’ ע”פ תוקף תורת אמת האמוראים.

משא”כ בעקבות משיחא שנפלה סוכת דוד הנופלת עד עפר בבחי’ עשי’ והעבודה העקרית בבחי’ עקביים לבד 8

בלי תורת אמת משניות וברייתות שהן גדפין וירכין אזי רוב החסד ככולו הוא שלא ע”פ תורת אמת בגדול המעשה כ”א בהתקרב הדעת העושה ורצונו הטוב הרחוק באמת באשר הוא סוף מעשה במח’ תחלה.

(ונעוץ תחלתן בסופן)

וגם אם אין רק דרך אחת והיא שפלה אזי לנחמו 9

לקבל באהבה או לעורר ולפשפש במעשיו ולשוב עד הוי’ בצר לו וירווח לו.

דער תוכן פון די ביידע תורות איז -די מעלה פון עשי’

( גשמיות

(:

אין דער אגרת „איהו וחיוהי חד” רעדט זיך וועגן דעם „גודל מעלת המצות מעשיות אשר הן תכלית ירידת הנשמות לעוה”ז הגשמי” 10 ,

ווייל „נעוץ תחלתן בסופן”: דוקא אין דעם „סופן” - עשי’,

עוה”ז הגשמי,

איז דאָ „תחלתן” - דער כח הא”ס פון „מהותו ועצמותו של המאציל ב”ה”

[ועד”ז איז אין עוה”ז גופא

(כההמשך באגה”ק שם)

- דוקא אין יסוד הכי תחתון - העפר איז דאָ דער כח הצמיחה „מעין בחי’ א”ס”]

;

און דער תוכן פון דער רשימה „נפש השפלה” איז,

ווי עס דאַרף זיין „גמ”ח גשמיים ”,

און די עבודה דוקא איז דער „סוף מעשה

(וואָס איז עלה)

במחשבה תחלה” 11 .

וויבאַלד דער אַלטער רבי האָט געשריבן די צוויי תורות סמוך להסתלקותו,

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז זייער תוכן דריקט אויס תורתו ועבודתו פון אַלטן רבי’ן 12

אין יענעם זמן

(בעת הכנה להסתלקותו מעלמא דין).

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות פון מעלת העשי’ צום ענין ההסתלקות?

דלכאורה,

אדרבה: הסתלקות איז דאָך דער סילוק ועלי’ פון עניני עולם הזה הגשמי 13

!

ב.

נאָך מער איז דורש ביאור: אין דעם תוכן פון דער רשימה „נפש השפלה”,

כאמור,

איז דער אַלטער רבי מסביר ווי עס דאַרף זיין „גמ”ח גשמיים” וואָס „רובם ככולם הם דברי שקר ”.

איז תמוה: חיי הצדיק בכלל זיינען דאָך ניט קיין „חיים בשרים כ”א חיים רוחניים” 14 .

דער אינהאַלט פון עניני גשמיות ביי אַ צדיק איז נאָר דאָס וואָס דורך זיי פירט ער דורך עניני הנשמה; אַזוי איז עס במשך זיין גאַנצן לעבן בעלמא דין,

און על אחת כמה וכמה איז עס אַזוי קרוב צום זמן ההסתלקות אַז גשמיות מצ”ע פאַרנעמט ביי אַ צדיק לגמרי קיין אָרט ניט 15 .

און דאָ מאָנט דער אַלטער רבי דוקא בסמיכות לזמן הסתלקותו,

אַז מ’זאָל טאָן אין „גמ”ח גשמיים” אין אַן אופן פון צוטראָגן זיך צו „עניני ב”ב”

(ניט ווי זיי ווערן געטאָן נאָר אַלס מטרה צום אויספירן אַן ענין פון „תורת אמת ”,

נאָר)

כפשוטם ,

אַן עצה גשמית צוליב דעם ענין הגשמי אַליין

(וואָס דערפאַר זעען זיי זיך אָן אַלס „דברי שקר”) 16 ?

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ תוספת ביאור אין דעם ענין הנ”ל אַז „חיי הצדיק אינם חיים בשרים כ”א חיים רוחניים שהם אמונה ויראה ואהבה” - איז ניט פאַרשטאַנדיק: די עבודה פון מעשה המצות קען דאָך געטאָן ווערן נאָר מיטן גוף און מיט די דברים גשמיים,

ואדרבה - „ לא המדרש עיקר אלא המעשה “ 17

; היינט ווי זאָגט מען אַז חיי הצדיק זיינען „חיים רוחניים שהם אמונה ויראה ואהבה”?

איז דער ביאור אין דעם: ביי אַ צדיק איז די עבודה פון מעשה המצות ניט אַן אַנדער זאַך פון זיין עבודה רוחנית -„אמונה ויראה ואהבה”.

זיין מקיים זיין מצות עשה איז אַ תוצאה וסיום פון זיין אהבת ה’ 18 ,

זיין קיום מצות לא תעשה -אַ תוצאה וסיום פון יראת ה’ 18 ,

און דאָס אַלץ איז מיוסד אויף אמונת ה’ 19 .

און דאָס וואָס המעשה הוא העיקר - דאָס בריינגט אַרויס בגלוי זיין עבודה רוחנית:

היות אַז ער איז „אוהב את שם ה’ וחפץ לדבקה בו באמת ואי אפשר לדבקה בו באמת כי אם בקיום רמ”ח פקודין שהם רמ”ח אברין דמלכא” 20

-און ווי דער אַלטער רבי איז מבאר 21 ,

אַז די דביקות בה’ דורך קיום התורה והמצות

(וואָס זיי זיינען רצונו ית’ )

איז אַן ענין פון „השראת השכינה”,

וואָס איז באין ערוך העכער פון דער דביקות מצד דעם הרגש האהבה פון אַ מענטש

(אַ נברא )

- דעריבער פאָדערט זיין אהבה אַז ער זאָל טאָן אין קיום התורה והמצוות;

און דערפאַר,

איז אויך זיין עבודה אין „מצות מעשיות הנעשות ע”י הגוף ממש” 21

- צו אויספירן די כוונה עליונה פון „נתאוה הקב”ה להיות לו דירה בתחתונים” 22

- אין אַן אופן,

אַז ער איז ממשיך „אור והארת השכינה גם על גופו” 21 ,

ער מאַכט זיין גוף אַ כלי צו

(רוחניות)

„אור והארת השכינה”.

ביז אַז די כלי

(וועלכע מען מוז האָבן)

ווערט אויס מציאות פאַר זיך 23 .

ד.

צו דעם קומט צו אין אגרת „איהו וחיוהי חד”,

אַז אין מצות מעשיות איז דאָ נאָך אַ העכערער ענין,

אַז „גודל מעלת המצות מעשיות” איז מצד דעם וואָס דער כח הא”ס איז דאָ דוקא אין גשמיות 24

:

דער ענין איז ניט מצד דעם וואָס דער דבר גשמי מיט וועלכן מ’טוט אַ מצוה

(און אַזוי אויך דער גוף האדם)

ווערט אַ כלי צו רוחניות און „השראת השכינה”,

נאָר אדרבה: דער ביאור אין דער אגרת איז,

אַז דוקא אין דעם יש הנברא,

וואו דער הרגש פון זיין אייגענער מציאות איז בתכלית ביז ער פילט ווי ס’איז ח”ו ניט פאַראַן קיין „שום עילה וסיבה אחרת קודמת” צו אים - דוקא אין דעם שטייט „מהותו ועצמותו של המאציל ב”ה שמציאותו מעצמותו ואינו עלול מאיזה עילה שקדמה לו ח”ו”.

דאָס הייסט,

אַז אמיתית העילוי פון מצות מעשיות איז מצד דעם גשם גופא; און דערפון קומט אַרויס אין עבודת האדם,

אַז אפילו ווען אַ איד איז אין אַ מצב ווען ער פילט ניט קיין הרגש רוחני באַם קיום המצות,

ער פילט ניט ווי ער ווערט דורך דעם קיום המצוה דבוק לה’,

ביז אַז זיין קיום המצוה איז דורכאויס אַן עשי’ גשמית - אויך דאַן איז מיט דער פשוט’ער עשי’ דוקא פאַרבינדט ער זיך מיט „מהותו ועצמותו של המאציל”.

ה.

דאָס גיט אויך אַ הסברה אין דעם תוכן פון דער רשימה „נפש השפלה”,

וואו עס רעדט זיך ווי עס דאַרף זיין „גמ”ח גשמיים ..

אף כי רובם ככולם הם דברי שקר”,

און ווי ער איז מסביר,

אַז „עולם בחסד שאינו של אמת יבנה”,

ד„אמת אמר אל יברא שכולו מלא שקרים”:

וי”ל אַז ס’איז ניט דער פשט,

ווי עס זעט אויס בהשקפה ראשונה,

אַז „חסד אמר

(אַז)

יברא” אַ זאַך וואָס איז שקר -דאדרבה: „כל הנמצאים

(ד.

ה.

נבראים ווי זיינען נמצא למטה )..

לא נמצאו אלא מאמתת המצאו “ 25

;

נאָר דער ביאור איז: דאָס וואָס „אמת אמר אל יברא” איז דאָס נאָר מצד מדת האמת,

דער אמת פון אלקות דסדר השתלשלות,

וואָס איז מיט אַ מדה,

אַ מדידה והגבלה.

דער אמת דערגרייכט נאָר דאָרט וואו מען דערקענט זיין

(הוי’)

אמת; און וויבאַלד אַז עוה”ז איז אַן עלמא דשיקרא,

וואו ס’איז ניט ניכר דער „אמת ה’”,

איז „אמת אמר אל יברא”.

אָבער דער אמת פון עצמותו ית’ האָט ניט קיין הגבלה.

דער אמת איז ניט באַגרענעצט אַז מען מוז דערקענען אמיתתו ית’.

ווייל אויך אין אַן אָרט פון העלם והסתר,

ביז אַזאַ הסתר וואָס זעט אויס ווי אַ שקר

(און מצד סדר השתלשלות האָט זיין מציאות אַן אָרט נאָר מצד מדת החסד )

- איז באמיתית ובפנימיות,

איז זיין גאַנצע פאַראַנענקייט - „

( לא נמצאו אלא מ)

אמתת

המצאו “ 26 ,

דער אמת פון עצמות 27 .

און דערפאַר,

איז אפילו „עניני ב”ב” פון אַ אידן,

וואָס ער איז אין זיי אויסן זייער „גשמיות”

(וואָס דערפאַר זען זיי אויס ווי „דברי שקר” וואָס האָבן קיין שייכות ניט צו „אמת ה’”)

- אויך די גשמיות איז פאַרבונדן מיט „אמתת המצאו”; און דאָס דריקט זיך אויס אין דעם,

אַז כאָטש דער איד פילט נאָר די גשמיות פון זיינע עניני עוה”ז,

נוצט ער זיי בפועל פאַר עניני טוב וקדושה 28 .

און דערפון קומט אַרויס דעם אַלטן רבינ’ס הוראה בנוגע לפועל,

אַז מען דאַרף טאָן אין „גמ”ח גשמיים” און געבן „עצות מרחוק בכל עניני ב”ב” - ניט אַריינלאָזנדיק זיך אין די „כוונות” פון דעם צווייטן אידן - ווייל אויך די גשמיות וואָס זעען אויס ווי „דברי שקר” זיינען פאַרבונדן מיט „אמתת המצאו”.

ו.

דער ענין - אַז אויך שקר פון עוה”ז נעמט זיך פון „אמתת המצאו” -ווערט אַרויסגעבראַכט

(בעיקר)

אין עבודת התשובה:

דער עיקר „שקר” פון עוה”ז איז אין די זאַכן פון ג’ קליפות הטמאות,

וואָס זייער חיות אלקי - דער „אמת” וואָס אין זיי - איז בתכלית ההעלם והסתר,

וואָס דערפאַר קען מען זיי ניט מברר זיין 29 .

דורך תשובה אָבער ווערט אויפגעטאָן אַז זדונות נעשות לו כזכיות 30

-מ’איז מגלה די ניצוצות קדושה וואָס זיינען דאָ אין אַזעלכע זאַכן וואָס זיינען היפך רצון העליון לגמרי

(תכלית השקר),

וואָס דורך דעם ווערן זיי „זכיות”; און דאָס ווערט אויפגעטאָן ע”י התשובה וואָס דערלאַנגט אין עצמות,

און מצד עצמותו ית’ ווערט דערהערט די אמיתת המציאות פון יעדער נמצא

(אויך פון זדונות),

וואָס דערפאַר ווערן אויך די ניצוצות שבזדונות נתעלה אין קדושה 31 .

[ועד”ז אין דעם בעל תשובה עצמו: אע”פ אַז בגלוי איז ער געווען אָפּגעריסן פון אלקות

(דורך זיינע חטאים),

איז אָבער אויך בשעת החטא פאַרבליבן זיין עצמית’דיקער פאַרבונד מיט אלקות,

וואָס קומט צום אויסדרוק בגלוי אין זיין אומקערן זיך צו דעם אויבערשטן נאָך דעם ווי ער איז געווען אָפּגעריסן].

ומהאי טעמא,

איז אויך דער עילוי הנ”ל אין דעם יש הנברא,

פון גשמיות עוה”ז

(וואָס דער אַלטער רבי איז מבאר אין אגרת איהו וחיוהי חד)

ווערט דערהערט

(בעיקר)

ביי אַ בעל תשובה 32 .

ז.

ועפ”ז וועט ווערן פאַרשטאַנדיק די שייכות פון דער אגרת איהו וחיוהי חד מיט דער רשימה „נפש השפלה” צום זמן ההסתלקות פון אַלטן רבי’ן:

דער עילוי וואָס ווערט אַרויסגעבראַכט אין עבודת התשובה

(על זדונות)

איז

(בעיקר)

ניטאָ ביי אַ צדיק מצד עצמו 33

; אָבער דורך דעם וואָס ער ברענגט אַ צווייטן צו תשובה,

באַקומט ער אויך דעם עילוי 34

(וויבאַלד אַז ער האָט געבראַכט דעם צווייטן 35

צו טאָן תשובה).

נאָר דער עיקר הגילוי פון מעלת התשובה איז דוקא סמוך להסתלקותו 36

ווען עס קומען זיך צוזאַמען „ כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו” 37 .

ובפרט,

אַז וויבאַלד ער שטייט דאַן אין דער תנועה פון תשובה -והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה -ביתר שאת ויתר עז,

ווערט ביי אַ צדיק,

(ובפרט באַ אַזאַ)

וואָס האָט עוסק געווען אין מאַכן בעלי תשובה,

נתגלה אין זיין תנועת התשובה,

אויך דער עילוי וואָס אין דער עבודת התשובה שעל זדונות.

ועד”ז בעניננו: ס’איז ידוע 38

וואָס דער אַלטער רבי האָט געזאָגט דעם מיטל’ן רבי’ן,

אַז זיין,

דעם אַלטן רבינ’ס אויפטו

(לגבי המגיד)

באַשטייט אין דעם וואָס ער איז געלעגן אין מאַכן בעלי תשובה

(און ווי כ”ק מו”ח אדמו”ר איז מאריך וועגן דעם אין זיין שיחה 39 ).

און דעריבער,

דוקא סמוך להסתלקותו,

ווען ביי אים איז צוגעקומען דער גילוי פון כל מעשיו כו’ ובאופן פון תשובה,

איז תורתו גילוי המעלה פון גשמיות,

און ווי עס דאַרף זיין „גמ”ח גשמיים” - ווייל דוקא מיט דעם נעמט מען „מהותו ועצמותו של המאציל”.

ח.

כ”ד טבת איז אַלעמאָל חל אין דער וואָך פון שבת 40

מברכים החודש שבט אָדער גלייך במוצאי ש”ק זה - ווי בקביעות שנה זו.

וואָס אין דעם חודש,

ביום העשירי בו,

איז דער יום ההילולא פון כ”ק מו”ח אדמו”ר.

זעט מען,

אַז אויך אין די דברי תורה וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן ליום הסתלקותו - דער מאמר ד”ה באתי לגני -איז מודגש דער תוכן הנ”ל:

ער הויבט אָן דעם מאמר דערמיט וואָס די וועלט איז „גני” של הקב”ה 41

(ווייל „עיקר שכינה בתחתונים היתה” 41

( - וואָס „גן” איז אַן אָרט

(ניט נאָר פון „דירה” פאַר ענינים המוכרחים ,

נאָר ס’איז אַן אָרט)

פון תענוג ;

און די סיבה לזה איז,

ווייל „נתאוה הקב”ה להיות לו ית’ דירה בתחתונים”: דער „נתאווה” און תענוג פון עצמות,

איז דוקא אין תחתונים,

אין דער עבודה אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה ממנו און דאָרט גופא - איז המעשה הוא העיקר; אַז מ’זאָל זיך אַראָפּלאָזן אין עולם,

און דאָרט אין שטות דלעו”ז,

אויפטאָן

(דורך דער עבודה פון שטות דקדושה,

למעלה מטעם ודעת)

אַז פון שקר העולם זאָלן אויפגעשטעלט ווערן קרשים למשכן

(פון „שקר” זאָל מען מאַכן „קרש” 42 ),

אַ משכן ודירה לו ית’.

(משיחות ש”פ שמות תשל”ג,

תשל”ו)

Reader controls and commentary are loading.