B"H
🏡

Ikar

שמות-כ"ד טבת

א.

דער צמח־צדק שרייבט 1

וועגן דער הסתלקות פון אַלטן רבי’ן

(נאָכן באַשרייבן בקיצור 2

די טלטולים וואָס דער אַלטער רבי האָט דורכגעמאַכט -אַנטלויפנדיק פון די „צרפתים” - ביז צו זיין אָנקומען אין

(דאָרף)

פּיענאַ,

„ע”ש וישלח תקע”ג”),

אַז „במוש”ק דשמות כ”ג אור לכ”ד טבת כחצות שעה י”א נשבה ארון הקדש מאור ישראל משיח ה’ 3

וכו’”.

ס’איז ידוע 4

אַז אַלע מועדי השנה

(וי”ל שעד”ז אויך ימי צדיקים 5

-במילא אויך ימי־הולדת און ימי־הילולא פון צדיקים,

וכיו”ב)

האָבן אַ שייכות צום תוכן פון דער פרשה אין תורה וואָס מ’לייענט דעמאָלט;

ועד”ז איז אויך פאַרשטאַנדיק פון דעם תורה וואָרט פון דעם בעל ההילולא,

פון דעם אַלטן רבי’ן,

אַז „מען דאַרף לעבן מיט דער צייט” מיט דער פרשת השבוע 6 .

ובעניננו: הגם אַז די הסתלקות פון אַלטן רבי’ן איז געווען „אור לכ”ד טבת”,

וואָס איז אויסגעפאַלן אין יום א’ פון פרשת וארא 7

- דערפון אָבער וואָס דער צ”צ האָט זיך ניט באַגנוגנט מיט אָנצייכענען בלויז דעם זמן פון „אור לכ”ד טבת”

(און אפילו ניט מיט מוסיף זיין דעם טאָג פון וואָך 8

- „מוש”ק” 9 ),

נאָר ער גיט אויך צו אַז ס’איז געווען „במוש”ק דשמות ” 10

[און נאָכמער: ער איז דערצו נאָך מוסיף אַז ש”ק שמות איז געווען „ כ”ג

(טבת)

”]

- איז דערפון פאַרשטאַנדיק,

אַז די הסתלקות האָט אַ שייכות אויך

(ובעיקר 11 )

צו פ’ שמות 12 .

ובפרט,

אַז דער גענויער זמן ההסתלקות איז געווען

(ווי דער צ”צ שרייבט)

„כחצות שעה י”א”,

וואָס בנוגע כמה דינים וענינים,

האָבן דאָך,

כידוע 13 ,

די שעות פון מוצש”ק פאַר חצות הלילה אַ שייכות צו שבת - איז עס במילא אַ באַזונדער באַווייז אויף דער שייכות פון דער הסתלקות צו פ’ שמות דוקא.

ב.

דער תוכן פון פ’ שמות איז -גלות ושעבוד מצרים 14

; אין די פרשיות וואָס פאַר פ’ שמות - ויגש און ויחי -רעדט זיך וועגן דעם זמן פון פאַר שעבוד מצרים

(הגם ס’איז שוין געווען די ירידה אין מצרים 15 ),

וכמרז”ל 16

„כל זמן שהי’ אחד מהם קיים כו’ לא שעבדו המצרים בישראל”; לאידך,

אין די פרשיות וואָס נאָך שמות - פ’ וארא און בא - הגם אַז אויך אין זיי ווערט גערעדט וועגן די תקופת השעבוד פון די אידן אין מצרים,

פונדעסטוועגן זעען זיך שוין אָן אין פ’ וארא די צייכנס אויף דעם אָנהויב פון דער גאולה: די אותות און מופתים וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן און די מכות וואָס ער האָט געבראַכט אויף די מצריים; אויך דער שעבוד גופא איז דאַן געוואָרן גרינגער; און נאָכמער: חז”ל זאָגן 17 ,

אַז „בר”ה 18

בטלה עבודה מאבותינו במצרים”.

און עאכו”כ אין פ’ בא,

וואו עס ווערט שוין דערציילט וועגן דער גאולה בפועל .

דאַקעגן אין פ’ שמות,

וואו דער תוכן פון דער גאַנצער סדרה באַשטייט פון פרטים אינעם גודל וקושי השעבוד,

ביז,

צום דערציילן אין סוף פון דער סדרה,

אַז פרעה האָט גוזר געווען „לא תאספון לתת ..

תכבד העבודה על האנשים” 19 ,

און ביז אפילו משה רבינו האָט גע’טענה’ט צום אויבערשטן: „מאז באתי אל פרעה ..

הרע לעם הזה” 20 .

און דערמיט קען מען מבאר זיין בדרך אפשר די שייכות פון דער הסתלקות פון אַלטן רבי’ן צו פ’ שמות: ווי דערמאָנט פריער איז די הסתלקות פון אַלטן רבי’ן געווען בעת’ן געפינען זיך אין גלות,

וכלשון הצ”צ כש„ברחו מצרפתים והי’ מטולטל עד ביאתן לפּיענאַ כו’”,

און ווי די אַלע פרטי הטלטול והיסורים ווערן באַשריבען אין אַ בריוו פון מיטעלן רבי’ן 21 .

ג.

ס’איז ידוע וואָס דער בעל ההילולא שרייבט וועגן דעם ענין פון הילולא והסתלקות,

אַז דעמאָלט זיינען עולה למעלה „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו” 22 ,

און דאָס ווערט „מתגלה ומאיר בבחי’ גילוי מלמעלה למטה בעת פטירתו” 23 .

וויבאַלד אַז יעדער געשעעניש איז דאָך בהשגחה פרטית,

און עאכו”כ אַ זאַך וואָס פּאַסירט מיט אַ צדיק ונשיא הדור - איז דערפון פאַרשטאַנדיק,

אַז דאָס וואָס דעם אַלטן רבי’נס הסתלקות איז געווען אין גלות,

איז דאָס אַ באַווייז אויף דעם קשר און פנימיות’דיקער שייכות צווישן „מעשיו ותורתו ועבודתו” פונעם בעל ההילולא

(וועלכע זיינען „עולה” און „מתגלה ומאיר” בעת די הסתלקות)

מיט דער מעלה פון דער עבודה אין זמן הגלות דוקא

(און דערפון איז אויך „נשתלשל” געוואָרן אין גשמיות - אַז זיין הסתלקות איז געווען אין גלות כפשוטו).

וי”ל אַז דאָס איז אויך דער טעם וואָס דער לעצטער חג הגאולה פון י”ט כסלו,

וואָס דער אַלטער רבי האָט געפּראַוועט בחיים חיותו בעלמא דין,

איז געווען אין דעם גלות־אָרט פון זיין הסתלקות

(וואָרום,

ווי דערמאָנט פריער

(דברי הצ”צ),

איז „ביאתן לפּיענאַ” געווען „ ע”ש וישלח ”,

וואָס דאָס איז געווען פאַר י”ט כסלו 24 ).

וואָרום וויבאַלד י”ט כסלו,

דער „ר”ה לחסידות” 25 ,

איז די נקודה התיכונה פון „מעשיו ותורתו ועבודתו” פונעם בעל ההילולא 26

- וואָס דאָס האָט אַ פאַרבונד מיט מעלת העבודה אין זמן הגלות,

כנ”ל - דערפאַר איז אויך זיין לעצטער י”ט כסלו

(וואָס דאָס מיינט במילא דער העכסטער עילוי פון דעם יום נעלה בתקופת חייו בעלמא דין,

וויבאַלד אַז „בכל שנה ושנה יורד ומאיר ..

אור חדש ומחודש שלא הי’ מאיר עדיין מעולם” 27 )

געווען אין גלות; און נאָכמער - אין דעם זעלבן גלות־אָרט וואו ס’איז געווען זיין הסתלקות - ווייל דעמאָלט שטייען אַלע זיינע „מעשיו ותורתו ועבודתו” בתכלית השלימות,

כנ”ל.

ד.

וועט מען עס פאַרשטיין לאחר מ’וועט מבאר זיין דעם ענין הנ”ל,

אַז דער תוכן פון פ’ שמות איז - גלות ושעבוד מצרים:

שוין גערעדט פיל מאָל 28 ,

אַז דער נאָמען פון אַ סדרה דריקט אויס מיט זיך דעם אינהאַלט פון דער גאַנצער סדרה.

איז עס ניט פאַרשטאַנדיק אין אונזער ענין: דאָס וואָס דער וואָרט „שמות” אַנטהאַלט אין זיך איז,

לכאורה,

היפך פון דעם ענין פון גלות מצרים - ווייל:

א)

חז”ל זאָגן

(ווי פריער דערמאָנט)

אַז „כל זמן שהי’ אחד מהם קיים מאותן שירדו למצרים לא שעבדו המצרים בישראל” - קומט דאָך אויס,

אַז דער ענין פון „שמות בנ”י הבאים מצרימה” האָט גאָר ניט דערלאָזן דעם שעבוד פון מצרים.

ב)

אויך די באַזונדערע הדגשה פונעם וואָרט שמות גופא

(דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט זיי נאָכאַמאָל געציילט „ בשמותן ”)

איז דאָך געווען - ווי רש”י זאָגט - „להודיע חבתן”,

וואָס איז דער היפך פון גלות וקושי השעבוד פון די אידן

(וועגן וועלכן ס’דערציילט זיך אין דער פרשה).

ג)

די שמות זיינען גאָר,

כמחז”ל 29

„ע”ש גאולת ישראל נזכרו כאן ”!

ה.

וביאור הענין: ס’איז ידוע 30

אַז דער עילוי אין דער עבודה פון זמן הגלות באַשטייט דערין,

וואָס דוקא דעמאָלט ווערט אַנטפּלעקט דער כח המסירת נפש פון אַ אידן,

וואָס נעמט זיך פון בחי’ יחידה שבנפש,

עצם הנשמה.

וואָרום דער כח פון יחידה שבנפש,

עצם הנשמה,

דריקט זיך אויס

(בעיקר)

דאָרט

(און אין דעם מצב)

וואו עס פעלט דער באַנעם און הרגש אין אלקות מצד די כחות הגלויים פון דער נשמה,

און די התקשרות באלקות איז דעמאָלט ניט אַזוי דורך די כחות הגלויים,

נאָר מצד דעם עצם פון אַ אידן.

און דערפאַר,

אינעם זמן ווען דער ביהמ”ק איז קיים און אלקות איז מאיר בגילוי,

איז אויך די

(עיקר)

עבודה פון אידן געווען מצד די כחות הגלויים -זיי האָבן דערהערט אלקותו ית’ אין די כחות פנימיים וגלויים פון שכל ומדות,

און וויבאַלד דאָס איז אַן עבודה שע”פ טעם ודעת והרגש,

איז דעריבער ניט נרגש אין דער עבודה דער כח פון יחידה 31

;

דוקא אין זמן הגלות,

ווען דער אור אלקי איז בהעלם והסתר,

ד„אותותינו לא ראינו גו’ ולא אתנו יודע עד מה” 32 ,

און עס זיינען דאָ העלמות והסתרים ונסיונות אויף דער עבודה פון תומ”צ -דוקא דאַן,

ווען

(און ווייל)

ס’פעלט די ווירקונג פון די גילוי’דיקע כוחות הנשמה,

ווערט נתעורר דער כח פון יחידה שבנפש,

צו שטאַרקן זיך אויף די שוועריקייטן און נסיונות אויף קיום התומ”צ מצד דעם עצם ההתקשרות פון אידן צום אויבערשטן 33 .

און דאָס איז געווען דער ענין פון גלות מצרים

(און גלות בכלל),

וואָס דוקא דורכדעם איז געקומען צום אויסדרוק די עצמיות’דיקע התקשרות פון אידן צום אויבערשטן; און דאָס איז געווען די הכנה צו מתן תורה 34 ,

וואָס אויך דער תכלית פון מ”ת איז צו ממשיך זיין אלקות אין דברים גשמיים וועלכע זיינען „תחתונים”,

און דורך תומ”צ זאָלן אויך זיי ווערן אַ דירה לו ית’ - ווייל דוקא אין דעם דריקט זיך אויס דער עצם פון תורה 35 .

ו.

דער אויבנגעזאָגטער ביאור אין דער מעלה פון עבודה אין זמן הגלות - אַז הגם ס’לייכט ניט דער אור אלקי בגילוי,

און דאָך ווערט דוקא דעמאָלט נתגלה דער עצם הנשמה - איז מרומז אין דעם ענין פון „שמות”:

אין דער שייכות פון אַ נאָמען צום מענטשן,

וואָס טראָגט דעם נאָמען,

געפינט מען צוויי קצוות 36

: פון איין זייט זעט מען,

אַז דער בעל־השם צוליב זיך אַליין - נויטיקט זיך אינגאַנצן ניט אינעם נאָמען; מ’נוצט עס נאָר ווי אַ מיטל אַז דער צווייטער זאָל אים קענען רופן.

ד.

ה.

אַז דער נאָמען איז,

לכאורה,

בלויז אַן אויסערלעכע זאַך בערך פונעם מענטשן.

און דערפאַר קען מען פון אַ נאָמען ניט האָבן קיין באַגריף אינעם מהות פון דעם מענטשן וואָס רופט זיך מיט דעם נאָמען - והא ראי’: עס זיינען פאַראַן מערערע מענטשן מיטן זעלבן נאָמען בעת אין זייער מהות קענען זיי זיין הפכיות’דיק מן הקצה אל הקצה

(ווייל דער שם שפּיגלט ניט אָפּ דעם מהות פון בעל־השם,

ניט ווי דאָס איז אינעם ענין פון אור וואָס שפּיגלט אָפּ דעם מאור און פון מציאות האור קען מען האָבן אַ השגה אינעם מאור).

פון דער צווייטער זייט אָבער,

איז ידוע,

אַז דער נאָמען פון אַ מענטשן האָט אַ שייכות צום עצם האדם,

ווי ער איז העכער פון די כחות הגלויים שלו - און די הוכחה דערויף: בשעת מ’רופט אַ מענטשן ביי זיין נאָמען גיט ער זיך אַ ווענד און אַ קער „בכל עצמותו”; און נאָכמער: ווען אַ מענטש חלש’ט ר”ל - וואָס דאָס מיינט אַז דער חיות הנפש איז אין אַ מצב פון התעלמות און איז אָפּגעטראָגן פון גילוי בגוף -ווערט דער מענטש דערמינטערט דורך דעם וואָס מען רופט אים ביי זיין נאָמען; וואָס דאָס איז אַ באַווייז,

אַז דער שם האָט אַ קשר און רירט אָן אין עצם חיות הנפש,

און דערפאַר האָט ער בכח צו ממשיך זיין דעם חיות צוריק אין די כחות הגוף

(און דערין איז דאָ אַ מעלה אין „שם” לגבי „אור” - ווייל כאָטש פון אור קען מען וויסן דעם מאור,

פונדעסטוועגן איז אור ניט ממשיך דעם עצם המאור).

ד.

ה.

אַז דער עצם פון דעם אדם דריקט זיך אויס דווקא דאָרט וואו עס זעט זיך ניט קיין גילוי’דיקע שייכות צום מענטשן - בדוגמא ווי גערעדט פריער אין דער מעלת העבודה פון זמן הגלות,

אַז דער עצם פון אַ אידן ווערט נתגלה דוקא אין דעם העלם והסתר פון זמן הגלות.

ז.

עפ”י כהנ”ל איז מובן דער קשר צווישן „מעשיו ותורתו ועבודתו” פון בעל ההילולא מיט דער פ’ שמות 37

-דער ענין פון גלות:

ס’איז ידוע 38 ,

אַז כשם ווי ס’איז דאָ די בחי’ „יחידה” אין נפש האדם,

אַזוי איז אויך פאַראַן בחי’ „יחידה” אין תורה -תורת החסידות; און דער עיקר גילוי פון בחי’ „יחידה” פון תורה איז אין חסידות חב”ד - ווי דער בעל ההילולא האָט מגלה געווען און אַראָפּגעטראָגן תורת החסידות אין הבנה והשגה בכדי דורכדעם צו קענען פועל זיין אויך אויפן נפה”ב און חלקו בעולם,

ביז צו מהפך זיין זייער מציאות מן הקצה אל הקצה - ווייל דוקא אין דעם דריקט זיך אויס דעם עצם פון פנימיות התורה 39 .

ד.

ה.

כשם ווי ס’האָט זיך פריער גערעדט ביים מענטשן,

אַז די התגלות פון יחידה,

עצם הנשמה,

איז דוקא ווען די כחות הגלויים זיינען אין אַ מצב פון העלם והסתר; אַזוי איז בנוגע בחי’ יחידה אין תורה ,

אַז זי ווערט נתגלה דוקא דאַן ווען זי דאַרף אויפטאָן אין די מדריגות תחתונות פון נפה”ב וחלקו בעולם; און ווי דער פתגם פון בעל ההילולא 40

: „כל ענין החסידות לשנות טבעי’ מדותיו”.

און דאָס איז די נקודה משותפת פון „מעשיו ותורתו ועבודתו” פון בעל ההילולא און מעלת העבודה אין זמן הגלות: אין ביידע טוט זיך אויף די התגלות פון בחי’ יחידה דוקא אינעם אָרט וואָס איז מושלל פון גילוי אור 41 .

ח.

ס’איז ידוע 42

אַז די דרגא און עבודה פון בעל ההילולא איז מרומז אין זיין נאָמען - שניאור זלמן 43

: שניאו”ר איז מל’ „שני אור”,

און זלמ”ן איז אותיות „לזמן”; און ביידע נעמען צוזאַמען דריקן אויס דעם חיבור פון „שני־אור” מיט „זמן”.

דער ביאור אין דעם: „שני־אור” מיינט

(ווי דער בעש”ט האָט געזאָגט 44

וועגן דעם אַלטן רבי’ן,

אַז ער וועט באַלייכטן די וועלט מיט)

די צוויי ליכטיקייטן -די ליכט פון תורת הנגלה און ליכט פון תורת הנסתר.

און דער אויפטו פון „שני־אור”

(אין איין וואָרט)

איז,

אַז ביים אַלטן רבי’ן איז געווען דער שלימות’דיקער חיבור פון נגלה און נסתר ביז זיי זיינען געוואָרן לאחדים ממש.

וואָס דער כח אויף דעם איז געקומען דערפאַר וואָס ער האָט ממשיך און מגלה געווען דעם עצם מהות התורה,

יחידה שבתורה,

וואָס איז העכער פון אַלע גדרים פון העלם וגילוי,

און דערפאַר האָט זי בכח צו מחבר זיין די ביידע אורות פון נגלה ונסתר דתורה 45 .

און דאָס האָט ער ממשיך געווען „לזמן”,

וואָס איז פאַרבונדן מיט „עולם” 46

אויך - ל’ העלם 47 ,

ד.

ה.

אויך אין דער נידעריקער וועלט זאָל לייכטן „שני־אור” - דער חיבור פון ביידע אורות 48

- און דעמאָלט דוקא קומט דער גילוי פון בחי’ יחידה שבתורה

(ווי גערעדט פריער,

אַז דער גילוי בחי’ יחידה איז דוקא במדריגה הכי תחתונה,

אין אַן אָרט וואָס איז ניט קיין כלי צו „גילויים” 49 ).

ט.

ווי גערעדט פיל מאָל 50 ,

איז דער תכלית הכוונה,

אַז אויך די ענינים שלמעלה מהשתלשלות און פון כחות האדם,

זאָלן קומען בגלוי און אין אַ פנימיות אויך אין כחות פון מענטשן,

ניט נאָר אין אַ העלם’דיקן אופן ווי אין זמן הגלות.

וואָרום כאָטש ס’איז דאָ אַ מעלה אין דער עבודה אין זמן הגלות,

וואָס דעמאָלט ווערט נתעורר און נתגלה בחי’ יחידה שבנפש

(כנ”ל),

איז דאָך אָבער דער תכלית פון גלות - די גאולה וואָס קומט נאכדעם 51

(און דורכדעם 52 )

; ד.

ה.

אַז דער גילוי בחי’ יחידה פון זמן הגלות זאָל מאיר זיין אויך אין די כחות פנימיים פון מענטשן,

אַז אויך זיי זאָלן זיין דורכגעדרונגען פון עצם הנפש.

וי”ל בדרך אפשר,

אַז דאָס איז דער אויפטו פון בעל ההילולא אין תורת חסידות חב”ד,

אַז עצם פנימיות התורה,

וואָס איז העכער פון השתל’ און טעם ודעת און וואָס קען לכאורה גענומען ווערן בלויז בקבלה ואמונה,

זאָל אויך דאָס אַראָפּקומען בנגלה ובהשגה אין חב”ד שבנפש האדם,

און דורך דעם פועל זיין אויך אויף זיינע מדות,

ער זאָל נתעורר ווערן מיט אהבה ויראה.

און דאָס איז מרומז אין דעם וואָס די הסתלקות איז געווען מוש”ק אור ליום א’ דפ’ וארא 53

(אָבער „וארא” שטייט ניט בגילוי),

וואָס דעמאָלט האָט זיך שוין אָנגעהויבן רעדן וועגן דעם גילוי פון „אני הוי’ ” - בחי’ עצמות א”ס 54 ,

וואָס איז ביז דעמאָלט ניט געקומען לידי גילוי

(„לא נכרתי להם במדת אמיתית שלי” 55 )

; און „וארא” אַליין איז דאָך פון ל’ ראי’ 56

וגילוי,

ד.

ה.

אַז די בחי’ ומדרי’ וואָס איז העכער פון השתל’ איז אַראָפּגעקומען לידי ראי’ וגילוי באופן פנימי.

(משיחת ומאמר ש”פ שמות תשכ”ו)

Reader controls and commentary are loading.