א.
אין פסוק 1
„ויאמר אליהם מלך מצרים למה משה ואהרן תפריעו את העם ממעשיו לכו לסבלותיכם" זיינען חז"ל 2
מדייק: וויבאַלד ער איז מוסיף „לכו לסבלותיכם" און עס שטייט „לסבלותי כם " 3
- צו אייער
(משה ואהרן'ס)
אייגענער אַרבעט,
ניט צו „מעשיו" און ניט „סבלותם"
(פון פסוק גלייך נאָכדעם)
ניט צו דער עבודת פרך פון אַלע אידן - איז מוכח אַז זיי זיינען געווען פריי פון דעם,
אַז „שבטו של לוי פנוי הי' מעבודת פרך".
דער רמב"ן 4
איז מבאר,
אַז ס'איז „מנהג בכל עם להיות להם חכמים מורי תורתם",
און דערפאַר האָט פרעה אויסגעטיילט דעם שבט לוי און זיי באַפרייט פון דעם שעבוד,
ווייל זיי זיינען די „חכמיהם וזקניהם" פון אידן 5
; און דאָס האָט פרעה געמיינט מיט „לכו לסבלותיכם - לישראל" 6 ,
צו דער אַרבעט פון לערנען 7
און זיין „מורי תורתם" צו אידן 8 .
דאָס הייסט,
אַז פרעה האָט גע'טענה'ט צו משה ואהרן: ס'איז גענוג וואָס איר זייט פריי פון שעבוד מצרים און איר קענט אַליין לערנען תורה און לערנען תורה אויך מיט אידן - וואָס דאַרפט איר זיך
(אויך)
אַריינמישן אין
(כללות'דיקן)
סדר החיים און מעשים פון די אַנדערע אידן,
אַז זיי זאָלן זיך ניט פירן לויטן ציווי וסדר המדינה,
ס'איז גענוג אייך וואָס איר לערנט מיט זיי פון צייט צו צייט תורה!
ב.
עס שטייט אין זהר 9
אַז חכמת מצרים איז געווען „יותר מכל העולם",
און דערצו - איז פרעה אַליין געווען אַ חכם גדול 10 .
די טענה פון פרעה איז געווען אַ טענה וואָס האָט אַן אָרט אין שכל העולם:
ע"פ טבע האָבן אידן זיך ניט געקענט באַפרייען פון גלות מצרים,
כמאמר רז"ל 11 ,
אַז „לא הי' עבד יכול לברוח ממצרים"; נאָכמער,
דאָס איז געווען מתאים מיט דעם סדר ההנהגה מלמעלה,
ווייל דעם אויבערשטנ'ס גזירה פון גלות מצרים איז געווען אויף „ארבע מאות שנה" 12 .
און דאָס האָט פרעה גע'טענה'ט: וואָס גייט איר משנה זיין טבע און דעם אויבערשטנ'ס דרכים 13 ?
„לכו לסבלותיכם" - גייט לערנען
(די שיעורי)
תורה,
און לאָזט אידן פירן זיך ווי עס פאָדערט זיך מצד דעם סדר הנהגת העולם.
זאָגט מען אויף דעם,
אַז הגם עס איז לכאורה אַ טענה צודקת - איז דאָס אָבער טענת פרעה .
און אויב מען וואָלט אָננעמען זיין טענה,
וואָלט מען ח"ו פאַרשפּילט דעם גאַנצן ענין הגאולה.
וכידוע 14
אַז די גאולה האָט געמוזט זיין „בחפזון",
ווייל אויב די אידן וואָלטן זיך פאַרהאַלטן אין גלות מצרים אפילו נאָר אויף נאָך אַ „הרף עין" 15 ,
וואָלט ניט געקענט זיין די גאולה.
דוקא דורך דעם וואָס מ'האָט זיך ניט צוגעהערט צו פרעה'ס רייד איז געקומען די גאולה.
אמת טאַקע,
אַז ע"פ חכמה ושכל האָט זיין טענה אַן אָרט; אידן זיינען אָבער ניט געבונדן דורך די הגבלות פון שכל וסדר העולמות.
און דעריבער,
ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס גזירת הגלות איז געווען אויף „ארבע מאות שנה",
איז די גאולה געווען אַ סך פריער,
אין אַן אופן פון „ דילג על הקץ" 16 .
ג.
די הוראה דערפון איז,
אַז אַ איד זאָל ניט טראַכטן: איך לערן דאָך תורה,
איז „אני את נפשי הצלתי",
ובפרט אַז איך גיב נאָך פון צייט צו צייט אַ שיעור בתורה צו אַנדערע,
וואָס איז מיר אויף אַזוי פיל נוגע ווי עס פירט זיך אַ צווייטער איד - צי ער איז מקיים מצות,
אָדער ח"ו ניט.
צי ער גיט אָפּ זיינע כוחות צום אויבערשטן,
אָדער להבדיל צו „פרעה מלך מצרים" - אויף ענינים גשמיים?
[גשמיות מצד עצמה,
אָן דעם חיות אלקי וואָס אין איר,
איז עס ווי בויען פיתום ורעמסס „ערי פרעה" - ווי חז"ל 17
זיינען דאָס מפרש: רעמסס,
שראשון ראשון מתרוסס ...
פיתום,
שראשון ראשון פי תהום בולעו - עס האָט קיין קיום ניט].
דאַרף מען וויסן זיין,
אַז דאָס איז
(געווען)
די השקפה פון פרעה מלך מצרים,
וואָס האָט געזאָגט „לכו לסבלותיכם",
פאַר דיר איז גענוג וואָס דו לערנסט תורה; וואָס איז דיר אַזויפיל נוגע די אויפפירונג פון אַ צווייטן אידן?
דאָס איז אָבער ניט קיין סדר ההנהגה פון אַ אידן,
וואָס דערפאַר האָבן משה ואהרן ניט אָנגענומען פרעה'ס טענה.
כשם ווי,
בעת מען זעט אַז עס ברענט אַ פייער ר"ל אין אַ אידישער הויז,
וועט דאָך קיינער ניט אַוועקזעצן זיך מיישב זיין,
צי ער זאָל עפּעס טאָן אויף צו ראַטעווען דעם צווייטן פון פייער; אָדער מאַכן אַ חשבון: ווי קען איך און וואָס דאַרף איך זיך מישן אין דעם צווייטנס ענינים?
יעדער מענטש האָט דאָך זיין סדר החיים וואָס איז אויסגעשטעלט פון דער השגחה עליונה - איז וואָס זאָל איך זיך אַריינמישן אין דעם אויבערשטנ'ס דרכים?
ס'איז פשוט,
אַז יעדער איינער וואָס זעט אַזאַ פּאַסירונג וועט זיך ניט אַריינלאָזן אין אַ שקלא וטריא,
צי דאָס איז אויסגעהאַלטן לויט דער שיטה,
אָדער אַ צווייטער שיטה,
נאָר ער וועט באַלד לויפן ראַטעווען דעם צווייטן.
אויב דאָס איז אַזוי בעת עס האַנדלט זיך נאָר וועגן חיי עולם הזה,
איז כלשכן וק"ו ווען עס רעדט זיך וועגן חיי עוה"ב און חיי עוה"ז צוזאַמען 18 ,
אַז עס האָט קיין אָרט ניט צו מאַכן חשבונות -נאָר טאָן אַלץ וואָס מ'קען צו ראַטעווען יענעם מבאר שחת.
ד.
כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט בשם הבעש"ט 19 ,
אַז דער חיוב פון אהבת ישראל באַציט זיך ניט נאָר צו אַ אידן וואָס ער איז מיט אים באַקאַנט,
נאָר די אהבה דאַרף זיין אויך צו אַ אידן וואָס געפינט זיך ערגעץ בקצוי תבל; און די אהבה דאַרף זיין
(ניט סתם „ואהבת",
מיט אַ הגבלה,
נאָר)
„כמוך": אַזוי ווי מען האָט האָלט זיך אָן הגבלות,
אָט אַזוי דאַרף זיין די אהבה צו אַ צווייטן אידן 20 .
- דער רבי האָט דערציילט 21
אַז דער מעזריטשער מגיד האָט זיך געוואונטשן אַז הלואי וואָלט ער געקושט די ס"ת מיט דער זעלבער אהבה וחיבה וואָס דער רבי
(דער בעש"ט)
האָט געהאַט צו אַ אידן; און דער רבי האָט מוסיף געווען
(בשם הה"מ) 22
: אויב דער בעש"ט וואָלט זייענדיק בעלמא דין געוואוסט וויפל ער טוט אויף מיט זיין קירוב צו אידן,
אַזוי ווי ער ווייס דאָס איצטער,
וואָלט עס געווען גאָר באופן אחר לגמרי -
און דער „ואהבת לרעך כמוך" דאַרף זיך אויסדריקן אין דעם,
אַז כשם ווי באַ אים אַליין - „כמוך" - איז דאָ דער „לכו לסבלותיכם",
אַז ער געפינט זיך באהלה של תורה ובאהלה של תפלה ומצות,
אַזוי דאַרף ער עס פּועל'ן אויך באַ אַ צווייטן אידן.
און וויבאַלד אַז אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו 23 ,
איז זיכער אַז מען האָט געגעבן אַלעס נויטיגע אויף דאָס אויסצופירן - מען דאַרף נאָר וויסן אַז מען טאָר ניט אָפּלייגן די אַרבעט אויף נאָך אַ וואָך,
אַ טאָג,
אָדער אפילו אויף אַ „הרף עין".
ווייל עס איז רעכט,
אַז דער הרף עין איז מכריע צי מען זאָל בלייבן אין גלות ח"ו אָדער מען זאָל אויסגעלייזט ווערן און ביז -בגאולה שלימה.
ה.
און דאָס איז די הוראה וואָס איז נוגע צו די אַלע וואָס זיינען באהלה של תורה,
כולל תלמידי הישיבות,
און אויך צו אַלע אידן וואָס זיינען בקרן אורה: בשעת מ'זעט אַז ביי אַ צווייטן אידן איז דער מצב הרוחני ניט כדבעי,
ניט גענוג ליכטיג זאָל מען זיך ניט איינריידן אַז „אני את נפשי הצלתי",
ובפרט אַז מצד דעם וואָס אַלע אידן זיינען אַ קומה אחת שלימה 24 ,
איז בשעת אַז עס פעלט שלימות אין תומ"צ באַ אַ צווייטן אידן - פעלט עס באַ אים און באַ אַלע אידן.
תורה זאָגט וועגן אידן: „אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם ראשיכם שבטיכם גו' מחוטב עציך עד שואב מימיך" 25 .
ווען מען שטעלט אויס סאָלדאַטן אין אַ פּאַראַד פאַר דעם מלך,
איז דער סדר,
אַז אויב איינער פון די פשוט'ע סאָלדאַטן האָט ניט ווי געהעריק אויסגעפּוצט די קנעפּ פון זיין מונדיר מאָנט מען ניט
(נאָר)
באַ דעם סאָלדאַט,
נאָר מען מאָנט בעיקר באַ דעם מפקד ראשי,
פאַרוואָס האָט ער ניט אויסגעלערנט זיינע סאָלדאַטן,
זיי זאָלן וויסן צוצוגרייטן זיך ווי צו שטיין פאַר א ַמלך.
מען דאַרף וויסן,
אַז ווען „אתם נצבים היום כולכם לפני ה"א",
מאָנט מען ניט
(נאָר)
באַ דעם חוטב עציך ושואב מימיך,
נאָר אדרבא דער עיקר מאָנט מען באַ „ראשיכם שבטיכם" 26
; און זיי וועלן ניט קענען זיך פאַרענטפערן דערמיט וואָס זיי זיינען געווען פאַרנומען מיט זיך.
און בשעת אַז אידן וועלן זיך פירן ווי אַ קומה אחת שלימה,
אַלע אידן צוזאַמען,
פון ראשיכם שבטיכם ביז חוטב עציך ושואב מימיך,
ס'איז דאָ דער „ויעשו כולם אגודה אחת" 27 ,
וועט מען דעמאָלט אַלע זוכה זיין צו דער „לעשות רצונך בלבב שלם" 27 ,
און עס וועט זיין „ה' אחד ושמו אחד" 28 .
(משיחת שמחת ביה"ש תשי"ז)