B"H
🏡

Ikar

שמות ג

א.

פון פסוק 1

„ויהי בימים ההם ויגדל משה ויצא גו' ויך את המצרי גו'" איז רש"י מעתיק די ווערטער „ויגדל משה" און איז מפרש „והלא כבר כתיב ויגדל הילד אמר רבי יהודה ברבי אלעאי 2

הראשון לקומה והשני לגדולה,

שמינהו פרעה על ביתו".

לערנענדיק בפשטות איז ביי רש"י קשה – די זעלבע קשיא ווי אין מדרש 3

– עס שטייט שוין פריער אין פסוק

(ביי משה'ן)

„ויגדל הילד" – פאַרוואָס זאָגט דאָ דער פסוק „ויגדל משה" אַ צווייטן מאָל?

אויף דעם ענטפערט רש"י „אמר רבי יהודה כו' הראשון לקומה והשני לגדולה כו'".

דער פירוש איז אָבער,

לכאורה,

אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק:

דער פריערדיקער פסוק „ויגדל הילד וגו'" שטייט באַלד

(ובהמשך)

נאָך די ווערטער „ותקח האשה הילד ותניקהו",

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק,

בפשטות,

אַז דאָ רעדט זיך וועגן „ויגדל" בערך דעם זמן פון „ותניקהו"

(ביז כ"ד חודש 4 ),

אַז דערנאָך איז „ויגדל הילד 5

(און דאַרף מער ניט אָנקומען צו יניקה און דערפאַר –)

ותביאהו לבת פרעה".

אָבער „ויגדל משה" אין דעם פסוק רעדט וועגן אַ גידול וואָס בריינגט צו אַ מעגליכקייט פון „ויך את המצרי" – אַ פיל שפּעטערדיקן זמן 6

אפילו נאָכדעם ווי ער האָט זיך שוין געפונען אַ לענגערע צייט באַ בת פרעה – היינט וואָס איז דאָ שווער דער כפל פון „ויגדל"?

ב.

אין דעם פירוש רש"י גופא דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

דער דרך פון רש"י בפירושו איז

(ווי גערעדט פיל מאָל)

ניט צו אויסטייטשן פריער די שוועריקייט אין פסוק און דערנאָך פאַרענטפערן,

נאָר ער איז באַלד מבאר דעם פסוק און בדרך ממילא ווערט פאַרענטפערט די שאלה אין פסוק – טאָ פאַרוואָס דאָ הויבט רש"י אָן מיט דער שאלה „והלא כבר כתיב ויגדל הילד"?

ב)

ווי פּאַסט דאָ דער לשון „

(הראשון)

לקומה "?

פון דעם זמן ווען אַ קינד ווערט נגמל פון יניקה קומט אים צו אין דער התפתחות פון זיינע חיצוניות'דיקע אברים,

עס קומט צו וואָג און מאָס,

עס אַנטוויקלט זיך זיין חוש הדיבור,

השכל וכיו"ב – וואָס איז דאָ די הדגשה – פון די אַלע זאַכן אַרויסבריינגען גידול „בקומה" 7 ?

ג)

פון וואַנעט איז דער הכרח,

אין פשוטו של מקרא

(פון דעם פסוק 8 )

אַז די גדלות וחשיבות פון משה איז באַשטאַנען אין דעם וואָס „מינהו פרעה על ביתו "?

ובפרט אַז פון המשך הפסוק „ויצא אל אחיו" איז משמע אַז ס'איז געווען אַ גדלות בשייכות צו „אחיו",

צו די אידן

(און ווי דער מדרש 9

זאָגט)?

ד)

וויבאַלד די תמי' פון רש"י'ן איז מצד דעם כפל פון „ויגדל" 10

– פאַרוואָס איז ער מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „

(ויגדל)

משה" 11 ?

ה)

כמדובר כמה פעמים,

ברענגט רש"י דעם נאָמען פון בעל המאמר כדי דערמיט פאַרענטפערן

(אָדער מאַכן גלאַטער)

אַ קשיא וואָס ווערט נתעורר בא אַ תלמיד ממולח – דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס ווערט דאָ פאַרענטפערט דורך דער ידיעה אַז דאָס האָט געזאָגט „רבי יהודה ברבי אלעאי"?

ג.

לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן,

אַז רש"י וויל דאָ באַוואָרענען,

אַז דער „ויגדל" אין אונזער פסוק מיינט ניט דעם זעלבן סוג פון גידול – אין זמן,

אַז עס איז עם צוגעקומען נאָך

(אַ סך)

יאָרן – ווייל עס איז שווער צו זאָגן אַז דער פסוק זאָל זאָגן „ויגדל" סתם און דערמיט מיינען אַ הוספה פון אַ געוויסן זמן

(ניט אויסטייטשנדיק דערביי 12

וויפל זמן דאָס איז 13 )

– נאָר אַ גדלות אין חשיבות ,

„לגדולה כו'".

אָבער דאָס איז ניט מספיק,

ווייל:

א)

פאַרוואָס זאָגט רש"י „והלא כבר כתיב ויגדל הילד" – בשעת ער קומט מפרש זיין

( ניט דעם כפל פון „ויגדל" נאָר)

דעם פשט פון „ויגדל

(משה)

" אין אונזער פסוק?

ב)

דער ביאור אויפן ערשטן „ויגדל

(הילד)

" – אַז דאָס מיינט „לקומה" – איז איבעריק; ער האָט נאָר געדאַרפט מבאר זיין דעם אויפטו אין צווייטן „ויגדל

(משה)

" פון דעם פסוק,

אַז דאָס מיינט „לגדולה,

שמינהו פרעה על ביתו"?

ג)

אַז דער צווייטער „ויגדל" איז בנוגע חשיבות וגדלות

(„לגדולה")

וואָלט מען געקענט פאַרשטיין אויך אָן פירוש רש"י,

ע"ד ווי די צוויי מאָל „ויגדל" וואָס שטייען פריער באַ יצחק'ן – „ויגדל הילד ויגמל" 14 ,

„ויגדל האיש וילך הלוך וגדל עד כי גדל מאד" 15

– וואָס דער ערשטער „ויגדל" איז אין זמן – ביז אַז „ויגמל" און דער צווייטער „ויגדל" איז אין מובן פון גדלות בנכסים

(וכיו"ב),

ווי דער המשך הכתוב „ויהי לו מקנה צאן ומקנה בקר ועבודה רבה" 16

– „שהיו אומרים זבל פרדותיו של יצחק ולא כספו וזהבו של אבימלך" 17 .

און אַזוי איז דאָך אויך בעניננו,

באַ משה'ן,

כנ"ל.

ד.

דער ביאור בכל זה:

דער פסוק זאָגט „ויהי בימים ההם 18

ויגדל משה",

וואָס וויבאַלד דאָס שטייט באַלד נאָכן פסוק „ויגדל הילד גו'",

מיינט עס אַז דער „ויגדל משה" איז געווען „בימים ההם" פון פריער 19

– נאָענט צום זמן פון „ויגדל הילד ותביאהו לבת פרעה ויהי לה לבן".

קען מען דעריבער 20

לכאורה ניט לערנען אַז דער פירוש פון „ויגדל משה" איז גדולה בחשיבות,

ווייל ס'האָט קיין אָרט ניט צו זאָגן אַז אין די „ימים ההם" פון „ויגדל הילד"

(נאָך די טעג פון סיום זמן היניקה )

איז „ויגדל משה" – לגדולה 21

!

דעריבער איז רש"י מפרש „הראשון לקומה והשני לגדולה",

דער

(עיקר)

חידוש אין דעם איז ניט בנוגע דעם „ויגדל" פון אונזער פסוק

(„והשני לגדולה"),

נאָר אַז דער „ויגדל" פון פריערדיקן פסוק מיינט „ לקומה ": „ויגדל הילד" מיינט ניט דעם גידול וואָס נאָכן זמן היניקה,

ווי עס זעט אויס בהשקפה ראשונה,

נאָר „לקומה" – ווען אַ קינד וואַקסט אויס און ווערט אַ גדול „בקומה" כפשוטו,

וואָס דאָס איז מיט אַ משך יאָרן נאָך דעם זמן פון „ויגמל".

[און דאָס וואָס ער ווערט נאָך אַלץ אָנגערופן „ילד" איז קיין תמי' ניט,

ווייל מ'געפינט שוין פריער אַז ראובן האָט זאָגט „ הילד איננו" 22 ,

„אל תחטאו בילד " 23

מיינענדיק יוסף'ן וואָס איז דאַן אַלט געווען זיבעצן יאָר 24 ].

און וויבאַלד אַז „הראשון לקומה ",

איז שוין פאַרשטאַנדיק וואָס בסמיכות צו דעם זמן

(ווען ער איז שוין אויסגעוואַקסן „בקומה") 25

קען אויך זיין „ויגדל משה" אין גדולה בחשיבות

(„והשני לגדולה").

דערמיט איז אויך מובן וואָס רש"י איז מפרט די שאלה „והלא כבר כתיב ויגדל הילד" – וואָרום דער עיקר חידוש בפירושו איז,

אַז מצד דעם וואָס דאָ שטייט נאָכאַמאָל „ויגדל משה" 26 ,

בייט זיך דער טייטש פון „ויגדל הילד" אין פריערדיקן פסוק 27 .

ה.

לכאורה קען מען פרעגן: וויבאַלד אַז בת פרעה האָט דעם ילד געגעבן נאָר צוליב „הניקהו לי",

איז ווי קומט עס וואָס זי האָט דערלאָזט מען זאָל אים צוריקברענגען ערשט נאָכדעם ווי ער איז אויסגעוואַקסן בקומה

(וואָס איז,

כנ"ל,

אַ משך יאָרן נאָך דעם זמן היניקה)?

איז די הסברה גאָר בפשטות:

וויבאַלד די מוטער,

יוכבד,

האָט שוין באַקומען איר ילד,

משה,

האָט זי אים ניט צוריקגעגעבן צו בת פרעה תיכף נאָך דעם זמן היניקה,

נאָר זי האָט זיך זיכער משתדל געווען צו האַלטן אים ביי זיך וואָס לענגער

(נאָך דעם זמן היניקה)

דורך פאַרשידענע הסברות ונימוקים המתקבלים על הלב

(היות דער ילד איז צו איר צוגעוואוינט און צוגעבונדן איז ניט גוט מ'זאָל אים אָפּרייסן 28

און אַוועקנעמען פון איר וכיו"ב)

;

אָבער ווען ער איז שוין געוואָרן גרויס בקומה ,

האָט זי ניט געהאַט קיין ברירה און אים געמוזט אָפּגעבן צו בת פרעה.

ו.

מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:

וויבאַלד אַז בת פרעה האָט געוואָלט האָבן משה'ן באַ זיך,

איז מובן,

אַז יוכבד האָט אים געקענט פאַרהאַלטן נאָר ביז וואַנען עס קען זיין גילטיק דער טעם ואמתלא הנ"ל

(אַז פאַרן ילד איז וויכטיק צו בלייבן ביי דער מינקת וכו' זייענדיק שטאַרק צוגעבונדן און כרוך צו איר)

וכיו"ב,

וואָס דאָס איז ביזן גיל פון אַ בן־חמש ושש ולכל היותר

(בהשתדלות יתירה)

ביז צום גיל פון י"א וי"ב שנה 29

– און אויב אַזוי,

ווי איז שייך צו זאָגן אַז באַלד נאָכדעם זאָל משה אין אַזאַ יונגן עלטער 30

צוקומען צו גדולה בחשיבות

(„והשני לגדולה")?

דערפאַר איז רש"י ממשיך,

אַז די גדולה באַשטייט אין דעם וואָס „מינהו פרעה על ביתו": ס'איז ניט אַ חשיבות וגדולה כללית אין עניני פרעה – מלוכה,

נאָר אַ מינוי פרטי אויף די עניני־בית פון פרעה,

וואָס אַזאַ „גדולה"

(ומינוי)

קען זיין אויך באַ אַזאַ וואָס איז נאָך זייער יונג

(אויב עס איז דאָ אַ סיבה מיוחדת אויף דעם),

ווי מען געפינט ביי יוסף'ן,

אַז צו זיבעצן־אַכצן יאָר איז ער שוין געווען אַ ממונה על בית פוטיפר 31 .

ז.

וואָס איז טאַקע דער טעם וואָס פרעה האָט ממנה געווען משה'ן „על ביתו" אין אַזאַ יונגן גיל?

– איז דאָס רש"י מרמז דורך מעתיק זיין פון פסוק דעם וואָרט „

(ויגדל)

משה ",

און דערמיט באַוואָרנט רש"י נאָך אַ שאלה בנוגע דעם וואָרט:

לכאורה איז דער וואָרט „משה" דאָ אין פסוק 32

איבעריק.

ווען ס'וואָלט געשטאַנען נאָר „ויגדל" וואָלט מען פון פריערדיקן פסוק געוואוסט אַז דאָ רעדט זיך וועגן משה'ן.

דאַרף מען דעריבער זאָגן,

אַז דער טעם וואָס דער פסוק איז דאָ מפרט דעם נאָמען „משה" איז ווייל די הדגשה והוספה פון אַ נאָמען

(ווען דאָס איז ניט מוכרח)

ווייזט בכלל אויף אַן ענין פון חביבות וחשיבות* 32

ובפרט דער נאָמען „משה" וואָס דערמאָנט אַז בת פרעה „מן המים משיתיהו" און „נשתרבבה אמתה אמות הרבה" 33

א.

ז.

וו.

און דאָס מיינט „ויגדל משה" – דאָס איז אַ „גדלות" וואָס איז געקומען מצד חביבות : צוליב משה'ס חביבות ונשיאת חן ביי בת פרעה

(ביז אַז „ויהי לה לבן")

האָט זי גע'פּועל'ט ביי פרעה'ן „שמינהו כו' על ביתו" 34 .

און ע"ד ווי מען געפינט ביי יוסף'ן,

אַז ווייל ער האָט נושא חן געווען ביי פוטיפר'ן האָט ער יוסף'ן ממנה געווען על ביתו,

ניט קוקנדיק וואָס ער איז געווען אַ „נער עברי" און אַן „עבד" 35 .

ח.

און כדי עס זאָל זיך אָפּלייגן נאָך בעסער דער ענין,

אַז צוליב נשיאות חן גיט מען אַ מינוי צו איינעם וואָס איז לכאורה ניט ראוי דערצו 36

[ובפרט אַז די דוגמא הנ"ל פון יוסף'ן איז ניט דומה לנדו"ד: יוסף איז עכ"פ אַלט געווען זיבעצן־אַכצן יאָר,

משא"כ משה וואָס איז בפשטות געווען ניט מער ווי אַ בן י"א או י"ב,

כנ"ל]

– איז רש"י מעתיק אַז דער בעל המאמר איז „רבי יהודה ברבי אלעאי" 37

:

וועגן רבי יהודה 38

ווערט דערציילט אין גמרא 39 ,

אַז ער איז געווען אַ גרויסער עני,

ביז אַז ער און זיין פרוי האָבן געהאַט נאָר איין בגד

(און בשעת ר' שמעון בן גמליאל האָט גוזר תענית געווען האָט רבי יהודה מהאי טעמא ניט געקענט קומען – ניט האָבענדיק קיין בגד אָנצוטאָן אויף זיך).

פונדעסטוועגן געפינט מען 40 ,

אַז דער קיסר האָט אים דערהויבן צו זיין דער „ראש המדברים בכל מקום",

ביז אַז „מוריינא דבי נשיאה הוה" 41

– „מינהו קיסר ראש על בית נשיא" 42 .

וואָרום הגם אַז רבי יהודה איז,

מצד זיין אויסערליכן 43

חיצוניות'דיקן מצב ותנאי חייו,

געווען אין אַ ציור וואָס איז ניט מתאים פאַר אַ מינוי פון אַ ראש אין די אויגן פון מלכות,

וכנ"ל אַז ער איז געווען אַ גרויסער אָרימאַן אפילו אין פאַרגלייך מיט אַנדערע עניים – אָבער מצד דער מעלה ונשיאת חן בעיני המלכות* 43

האָט דוקא אים דער קיסר געמאַכט אַלס ראש המדברים און „ מינהו קיסר ראש על בית נשיא".

עד"ז איז מובן בעניננו: אע"פ אַז משה איז נאָך געווען יונג

(אַ „נער" 44 ),

איז אָבער מצד זיין מעלה,

זייענדיק אַזוי חביב באַ בת פרעה,

וואָס האָט אים אַרויסגענומען מן המים און „ויהי לה לבן",

האָט ער זיך קונה געווען חשיבות בבית פרעה,

ביז אַז „ מינהו פרעה על ביתו".

ט.

פון יינה של תורה אין דעם פרש"י:

אַלע ענינים וואָס מען געפינט

(ביי משה רבינו)

בגשמיות קומען און ווערן נשתלשל פון די זעלבע ענינים ווי זיי זיינען ברוחניות,

ובמיוחד ביי משה רבינו,

וואָס איז געווען למטה פּונקט ווי ער איז געווען למעלה 45

– אַ נשמה דאצילות.

וואָס אַזוי איז אויך מובן בעניננו,

אַז אין די צוויי עניני גדולה,

„הראשון לקומה והשני לגדולה שמינהו פרעה על ביתו",

זאָגן זיך אַרויס די צוויי ענינים אין מדריגת משה ברוחניות.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס אויפן פסוק 46

(בנוגע לידת משה)

„ותהר האשה ותלד בן ותרא אותו כי טוב הוא" ווערט געבראַכט אין זהר 47

אַ מחלוקת צווישן רבי חייא און רבי יוסי.

רבי חייא זאָגט „דאתייליד מהול" 48 ,

און „רבי יוסי אומר נהירו דשכינתא דנהיר בי' חמאת דבשעתא דאתיליד אתמליא כל ביתא נהורא 49

כו' ועל דא כי טוב הוא כתיב וכלא הוה".

איז מבואר אין אור החמה,

אַז די מחלוקת פון רבי חייא און רבי יוסי איז ניט אין מציאות – ביידע האַלטן אַז ביי משה'ן זיינען געווען ביידע ענינים,

נולד מהול און נהירו דשכינתא; די מחלוקת איז נאָר – וואָס האָט יוכבד געזען

(מדגיש געווען).

פאַרוואָס האַלט רבי חייא אַז „דאתייליד מהול",

און רבי יוסי אַז „נהירו דשכינתא דנהיר בי' חמאת"?

– איז דער טאַטע מבאר אין זיינע הערות אויף זהר 50 ,

אַז יעדער איינער איז דורש לפי מדריגתו:

רבי חייא,

וואָס ער איז בחי' יסוד,

„דורש שנולד מהול שקאי על רזא דברית יסוד",

און רבי יוסי,

בחי' מלכות,

„דורש שנהירו דשכינתא נהיר בי'" שכינתא – בחי' מלכות.

[און דער סיום הענין אין זהר – „ועל דא כי טוב הוא כתיב וכלא הוה" – איז ניט פון דברי רבי יוסי 51 ,

נאָר דער סתמא פון זהר פירט אויס אַז ס'זיינען געווען ביי אים ביידע ענינים

(כנ"ל),

וכדלקמן].

יו"ד.

די הסברה אין אותיות פשוטות איז: בנוגע די מעלות ומדריגות פון משה געפינט מען צוויי ענינים: זיין מעלה ושלימות בנוגע לעצמו,

ער איז געווען דער „נבחר מכל מין האדם" 52 ,

העכער אינגאַנצן פאַר וועלט,

און כל כולו דבוק ומיוחד מיט אלקות 53 .

ב)

זיין שלימות אַלס „רועה",

וואָס ער האָט ממשיך און משפיע געווען אַלע ענינים גשמיים ורוחניים צו אידן,

און דורך זיי לכל העולם כולו.

[וואָס דאָס איז פאַרבונדן,

בכלל,

מיט אַ תנועה פון ירידה פון זיין מעמד ומצב נעלה וואָס איז העכער פון וועלט].

און די ביידע סוגי מעלות זיינען ביי אים געווען בגילוי תיכף משנולד

(און ווי דער מדרש 54

זאָגט אויפן פסוק „ומשה הי' רועה" – „הי' מתוקן לכך"),

וואָס דאָס זיינען די צוויי ענינים הנ"ל:

נולד מהול ווייזט אויף זיין אייגענער מעלה ושלימות,

ובאופן פון העכער פון וועלט 55 ,

וואָס דאָס איז דער ענין פון נולד מהול

(ניט כסדר טבע העולם),

אַז ביי אים לייכט בגלוי דער נפש האלקית 56

ווי ער איז אָן דער ערלה און דעם העלם פון יצר הרע 57

; און דאָס וואָס „נהירו דשכינתא דנהיר בי',

כו' אתמליא כל ביתא ",

איז די מעלה ושלימות פון זיין השפעה והארה צו אידן

(און וועלט).

און דעריבער: מצד בחי' יסוד וואָס איז באצילות 58 ,

העכער פאַר נבראים,

איז עס אויך למטה בעבודת ה' אין אַן אופן אַז דער עיקר המעלה איז דביקות והתקשרות באלקות

(שלימות עצמו),

דאָס וואָס מ'איז אויסגעטאָן און העכער פון וועלט – דעריבער זאָגט רבי חייא,

בחי' יסוד,

אַז די מעלה פון משה'ן וואָס די תורה ברענגט אַרויס,

איז דאָס וואָס „דאתייליד מהול" – משה'ס מעלה ושלימות לעצמו.

מצד בחי' מלכות אָבער 59 ,

וואָס איז מהוה נבראים ומשפיע אין עולמות בי"ע,

קומט אַזוי אויך בעבודת ה',

אַז דער עיקר מעלה ושלימות איז אין השפעה וירידה צו אַ זולת;

און דעריבער זאָגט רבי יוסי,

בחי' מלכות,

אַז די מעלה פון משה'ן האָט זיך אָנגעזען אין דעם וואָס „נהירו דשכינתא דנהיר בי' כו' אתמליא כל ביתא " „נתמלא הבית כולו אור" 60 .

ואדרבה: כשם ווי דער ענין איז למעלה,

אַז דער כח האין סוף,

שמציאותו מעצמותו,

זאָגט זיך אַרויס דוקא אין ספירת המלכות – אין דער התהוות פון יש ודבר נפרד,

פון עולמות בי"ע און ניט אין די ספירות שלמעלה ממנה 61

– עד"ז איז אויך למטה,

אַז די אמת'ע מעלה ופשיטות זאָגט זיך אויס דוקא אין דער השפעה און המשכה צו אַ זולת 62 ,

וואָס בגילוי איז דאָס פאַרבונדן מיט אַ ירידה והשפלה אין זיין מדריגה.

יא.

און דאָס איז רש"י מרמז „אמר רבי יהודה ברבי אלעאי הראשון לקומה והשני לגדולה שמינהו פרעה על ביתו" – מצד מדריגת רבי יהודה ברבי אלעאי דערהערט זיך די מעלה אין ביידע ענינים; סיי אין דעם גילוי פון שלימות עצמו – „לקומה" 63 ,

סיי אין דעם ענין ההשפעה על הזולת – „לגדולה שמינהו פרעה על ביתו " 64 .

דער ביאור אין דעם בפנימיות הענינים:

דער חילוק צווישן רבי יהודה

(ברבי אילעאי)

און רבי יוסי 65

איז – ביידע איז ענינם ומדריגתם ספירת המלכות:

(רבי)

יוסי איז בגימטריא אלקים 66 ,

וואָס שם אלקים גייט אויף מלכות,

און

(רבי)

יהודה איז מלשון הודאה וביטול וואָס דאָס איז ענינה פון ספירת המלכות 67 .

איז אָבער דאָ אַ חילוק צווישן זיי: רבי יוסי איז ווי ספירת המלכות איז יורדת אין בי"ע,

און רבי יהודה איז ווי ספירת המלכות איז נאָך אין אצילות.

[וואָס דער חילוק איז אויך מרומז אין זייערע נעמען: רבי יוסי איז בגימטריא אלקים,

דאָס הייסט:

(א)

ס'איז נאָר שם אלקים,

און ניט שם הוי'.

(ב)

און אין דעם גופא – ניט ווי „אלקים" שטייט בגילוי,

נאָר ווי עס שטייט אין אַ „גימטריא"

(בהעלם והסתר) 68 .

משא"כ יהודה,

וואָס אין דעם וואָרט שטייען די אותיות פון שם הוי' און בגילוי 69 ].

און דערפון קומט אויך דער חילוק בעניננו: מצד רבי יוסי – ווי מלכות קומט אַראָפּ אין בי"ע – הערט זיך אָן די מעלה אין השפעה ומלוכה על עם ;

משא"כ רבי יהודה ברבי אלעאי – שם הוי' בגלוי ,

ווי מלכות שטייט אין אצילות – מצד די דרגא הערן זיך אָן ביידע ענינים ומעלות: פון איין זייט איז מלכות פאַרבונדן און מיוחד מיט די ספירות שלמעלה ממנה 70 ,

לאידך איז זי אַ שרש ומקור אויף התהוות העולמות,

אַראָפּקומען אויך אין נבראים נפרדים.

[בסגנון אחר: ס'איז דאָ דער ביטול אין ספירת המלכות,

ועד"ז במלך למטה וואָס ער דאַרף זיין בתכלית הביטול,

„כיון שכרע שוב אינו זוקף" 71 ,

און לאידך – די התנשאות פון מלך אויפן עם].

און דעריבער בריינגט אַרויס רבי יהודה ברבי אלעאי ביידע מעלות: סיי די שלימות עצמו,

דער יחוד און דביקות מיט אלקות,

העכער פון האָבן צו טאָן מיט'ן זולת,

„הראשון לקומה"; און אויך די שלימות אין השפעה והתנשאות אויף אַ זולת,

„השני לגדולה שמינהו פרעה על ביתו".

(משיחת ש"פ שמות תשל"ז)

Reader controls and commentary are loading.