B"H
🏡

Ikar

שמות ב

א.

אויפן פסוק 1

„ותשם בסוף על שפת היאור” זאָגט דער תרגום 2

: על כיף נהרא.

פון דעם איז מוכח,

אַז יוכבד האָט די „תיבת גמא” מיט משה’ן אַוועקגעלייגט

(ניט אין דעם יאור גופא,

נאָר)

אויף דער יבשה ־ברעג 3

לעבן דעם יאור 4

;

אָבער פון המשך הסיפור אין פסוק איז משמע,

אַז די תיבה האָט זיך געפונען ניט אויפן „שפת היאור”,

נאָר אין דעם „סוף” וואָס אין דעם יאור 5

; און ווי דער פסוק 6

זאָגט ווייטער „ותקרא שמו משה גו’ כי מן המים משיתיהו”.

איז עס מסביר דער ראָגאַטשאָווער 7

: וויבאַלד אַז „הם היו עובדים לנילוס” 8

האָט יוכבד ניט געטאָרט מציל זיין משה’ן דורך אַריינלייגן די תיבה אין דעם יאור

(ווי דער דין 9 ,

אַז מ’טאָר זיך ניט באַנוצן מיט ע”ז אפילו צוליב הצלה)

- און דערפאַר „ותשם בסוף על שפת היאור”; אָבער נאָכדעם ווי „ותרד בת פרעה לרחוץ על היאור” 10 ,

וואָס מיינט „שירדה לרחוץ מגלולי אבי’” 11 ,

האָט זי דערמיט מבטל געווען די ע”ז 12 ,

„ושוב באתה התבה בתוך היאור”.

ב.

דער מדרש 13

זאָגט: „ולמה השליכו אותו ביאור כדי שיהיו חושבין האסטרולוגין שכבר הושלך למים ולא יחפשו אחריו” - די גזירה „כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו” 14

איז געקומען דורך דעם וואָס די אסטרולוגין האָבן געזען אַז „מושיען של ישראל במים הוא נדון” 15 ,

דערפאַר 16

האָט יוכבד „אַריינגעוואַרפן” משה’ן אין יאור 17 ,

ווייל „כיון שהושלך משה למים אמרו כבר מושלך מושיען במים

(„ולא יחפשו אחריו” 13 )

מיד בטלו הגזירה” 18 ,

אַז עס איז בטל געוואָרן דורכדעם די גזירה „כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו”.

אַלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוק.

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז די צוויי עניני ביטול וואָס האָבן זיך אויפגעטאָן בשייכות צום „אַריינוואַרפן” משה’ן אין יאור -

(א)

דער ביטול הע”ז פון נילוס,

(ב)

ביטול הגזירה פון „כל הבן גו’” -האָבן אַ שייכות צווישן זיך; און ביידע זיינען פאַרבונדן מיט משה - מושיען של ישראל.

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין דורך מסביר זיין דעם תוכן פנימי אין דער גזירה „כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו”: פון דעם וואָס די תורה דערציילט ניט נאָר וועגן דער כללות הגזירה פון פרעה - „אם בן הוא והמיתן אותו” 19

- נאָר אויך וועגן דעם אופן ווי די גזירה זאָל דורכגעפירט ווערן 20 ,

„ היאורה תשליכוהו ”,

איז מובן,

אַז דאָס איז

[ניט סתם אַ פרט בנוגע גזירת פרעה,

אָדער

(נאָכמער)

אַ פרט המבאר הטעם - אַז דורך דעם וואָס „ראו שמושיען של ישראל במים הוא נדון” 21 ,

האָט ער דערפאַר גוזר געווען „כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו” - וואָרום,

סו”ס,

מאי נפק”מ פון וויסן דעם פרט

(וואָס דאַמאָלס ערשט פרעגט זיך מאי טעמי)

- נאָר דאָס איז]

אַן ענין עיקרי אין גלות מצרים; ביז אַז אין דעם דריקט זיך אויס דער תוכן כללי פון גלות מצרים.

דער ביאור אין דעם: דער תכלית ומכוון פון גזירת פרעה איז באַשטאַנען אין „ היאורה תשליכוהו”,

אין נילוס 22

-די ע”ז פון מצרים.

ד.

ה.

פרעה האָט געוואָלט אַז אידן זאָלן ווערן „אַריינגעוואָרפן” און „דערטרונקען” אין דער ע”ז פון מצרים 23 .

ד.

דאָס וואָס די מצריים האָבן געדינט צום נילוס איז,

בפשטות,

געווען דערפאַר,

וואָס אָט דער טייך איז געווען

(בדרך הטבע)

דער מקור פון זייער פרנסה: כידוע 24 ,

איז מצרים אַ לאַנד וואו עס גייען ניט קיין רעגנס און די צמיחה פון תבואה וכו’ איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס דער נילוס איז „עולה” און „משקה” די פעלדער.

און דעריבער גיט עס אַן אָרט צו סו”ס 25

מיינען און איינריידן זיך,

אַז די פרנסה און חיונה פון מצרים קומט ח”ו ניט פון אויבערשטן

[וואָרום בעת מ’דאַרף אָנקומען צו גשמים,

איז „הכל תולין עיניהם כלפי מעלה” 26 ,

מ’פילט אַז דאָס איז תלוי אין דעם אויבערשטן; משא”כ ווען דער נילוס איז „עולה ומשקה”,

איז ניט ניכר די אָפּהענגיקייט פון דעם אויבערשטן]

נאָר דאָס איז תלוי אין

(טבע פון)

נילוס 27 .

און דערפאַר איז דאָס געוואָרן די ע”ז פון מצרים.

און דאָס איז געווען די גזירה פון פרעה - „היאורה תשליכוהו”,

אַז אויך אידן זאָלן זיך,

ח”ו,

אונטערוואַרפן צו דעם,

צו די גדרי הטבע והנהגתה.

ה.

כדי אַז די גזירה „היאורה תשליכוהו” זאָל קענען האָבן אַ שליטה אויף אידן,

איז דאָס דורכדעם וואָס ביי זיי איז פריער געווען די ירידה אין מצרים: כל זמן זיי זיינען געווען אין ארץ ישראל,

„ארץ אשר גו’ עיני ה’ אלקיך בה” 28

- מ’זעט בגילוי ווי דער אויבערשטער איז משגיח על כל פרט ופרט

[וואָס דאָס דריקט זיך אויס אויך אין דעם,

וואָס ארץ ישראל איז אַלעמאָל* 28

געווען אַ לאַנד וואָס „למטר השמים תשתה מים” 29 ,

ובפרט ווי חז”ל 30

זאָגן „א”י משקה אותה הקב”ה בעצמו”],

איז ניטאָ קיין אָרט פאַר אַ טעות אַז „כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה” 31

ער האָט געאַקערט און געזייט און דאָס איז גענוג - ווייל מ’זעט בנקל אַז „הוא הנותן לך כח לעשות חיל” 32

;

נאָכמער: כל זמן יעקב ובניו האָבן געלעבט,

איז אויך אין מצרים ניט שייך ביי זיי די גזירה פון פרעה 33 .

וואָרום וויבאַלד אַז זייענדיק אין א”י האָבן זיי געזען בגלוי אַז ס’איז אָפּהענגיק אין אויבערשטן,

דערפאַר איז אפילו ווען זיי זיינען געקומען אין אַן אָרט וואו עס זעט זיך אָן נאָר די הנהגת הטבע,

האָט עס באַ זיי ניט געמאַכט פאַרגעסן,

מעלים ומסתיר זיין - די פריערדיקע ראי’ אין אלקות און זי האָט ביי זיי פועל געווען,

אַז אויך אין מצרים זאָל ביי זיי זיין די ידיעה

(עכ”פ אין אַן אופן פון הבנה והשגה)

אַז טבע ווערט אָנגעפירט פון אויבערשטן 34

[ע”ד ווי דער ענין פון נס - לשון הרמה 35

- אַז נס „הויבט אויף” די

(ידיעה אין)

טבע; עס גיט אַ הכרה אַז אויך טבע ווערט געפירט פון דעם אויבערשטן].

נאָר נאָכדעם ווי „וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא” 36

- עס זיינען ניט געבליבן פון די וואָס זיינען געווען אין א”י 37 ,

ובמילא איז געוואָרן אַ פולשטענדיקע „ירידה” אין מצרים און הנהגת הטבע - האָט געקענט זיין די גזירה „היאורה תשליכוהו”.

ו.

דער ענין פון משה איז - מושיען של ישראל - ווייל ער איז דער רעיא מהימנא,

וואָס איז ממשיך אמונה אין אידן,

עס זאָל פועל זיין במעשה בפועל,

אַז אויך דאָרט וואו קיין ראי’ אין אלקות איז ניט געווען,

און אפילו ניט קיין הבנה והשגה 38

- האָט ער אויפגעטאָן אַז ביי אידן זאָל לייכטן די אמונה בה’,

און מיט דעם האָבן זיי זיך קעגנגעשטעלט די גזירה פון פרעה.

און הגם אַז דער כח האמונה איז ביי זיי געווען אויך פריער,

ווייל אידן זיינען בטבע „מאמינים בני מאמינים” 39 ,

איז אָבער סתם אמונה

(אין אַן אופן מקיף)

ניט גענוג אויף דעם 40 .

כדי די אמונה זאָל האָבן אַ ווירקונג אין לעבן און הנהגה פון מענטשן,

מוז זיין - „ ורעה אמונה” 41 ,

ממשיך זיין די אמונה אין אַ פנימיות.

און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך משה,

רעיא מהימנא 42 .

ז.

דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס דער פסוק 43

איז מדייק אַז „ומשה הי’ רועה את צאן יתרו חותנו כהן מדין ” -

דלכאורה: בשלמא דאָס וואָס די תורה דערציילט אַז ער איז געווען אַ רועה צאן איז מובן,

ווייל,

כידוע 44 ,

איז דאָס געווען די הכנה

(און דער אויספּרואוו)

פון משה רבינו אַלס רועה ישראל; אָבער וואָס איז נוגע די הדגשה אַז ער איז געווען דער רועה פון „צאן יתרו ”,

און אַלס כהן מדין דוקא?

נאָר דער ענין פנימי אין דעם: אין „צאן יתרו” זיינען געווען „חיילי’ דקדושה” און משה האָט אין זיי אויפגעטאָן „לאקרבא לקדושה” 45 .

און דאָס איז דער דיוק „צאן יתרו גו’ כהן מדין”: אפילו אָט די ניצוצות וואָס האָבן זיך געפונען ביים „כהן מדין” - אַ כומר לע”ז ,

ביז „לא הניח ע”ז שלא עבדה” 46

- אויך אין זיי 47

האָט משה אויפגעטאָן „לאקרבא לקדושה”.

און דערפאַר איז דאָס געווען די הכנה פון משה רבינו צו זיין אַ רועה פון איד ן 48

אין מצרים 49

- אַז אפילו זייענדיק אין אַ מצב וואָס ס’איז ניטאָ קיין ראי’ און אפילו ניט קיין השגה אין אלקות - עס איז נראה בגלוי נאָר די הנהגת הטבע - איז משה געווען דער רעיא מהימנא וואָס האָט אין זיי מעורר וממשיך געווען די אמונה בה’ אין אַ פנימיות.

ח.

דאָס איז דער קשר צווישן די צוויי ענינים - ביטול הע”ז פון נילוס און ביטול הגזירה „כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו” - ווייל זיי זיינען

(בפנימיות)

דער זעלבער ענין: די גזירה „ היאורה תשליכוהו” איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס דער יאור איז די ע”ז פון מצרים; און דורך דעם וואָס משה,

רעיא מהימנא,

איז נולד* 49

און נמשך געוואָרן צו די אידן אין גלות מצרים,

ביז צום עיקר הגלות והשעבוד - אינעם „יאור” - האָט ער געגעבן דעם כח צו מלחמה האָבן געגען די ע”ז פון נילוס,

און במילא איז אויך בטל געוואָרן די גזירה 50 .

ט.

דער ענין פון יציאת מצרים איז פאַראַן בכל יום ויום 51 .

דערפון איז פאַרשטאַנדיק,

אַז די אַלע ענינים כלליים הנ”ל - די ראי’ אין אלקות פאַר דער ירידה למצרים,

די ירידה און גלות מצרים און דערנאָך גאולת מצרים -זיינען אויך דאָ אין עבודת כאו”א בכל יום ויום:

דער סדר העבודה בכל יום ויום איז - בית הכנסת,

מבית הכנסת לבית המדרש 52 ,

און פון בית המדרש צו „הנהג בהם מנהג דרך ארץ” 53

: בתחלה 54

קומט עבודת התפלה,

דערנאָך 55

- לימוד התורה,

און דערנאָך די התעסקות אין צרכי פרנסה.

דורך עבודת התפלה איז אַ איד ממשיך גילוי אלקות בנפשו,

ביז אין דעם אופן פון ראי’ באלקות.

נאָך די הכנות פון פאַרן דאַוונען און די התבוננות אין פסוקי דזמרה וכו’,

קומט מען צו קריאת שמע,

וואָס שמע איז ר”ת „ ש או 56

מ רום ע יניכם

( וראו )

” 57

- גילוי אלקות בבחי’ ראי’

[בדוגמת ארץ ישראל - כנ”ל ס”ה].

און נאָכדעם תפלת העמידה ,

כעבדא קמי’ מרי’ 58 ,

ביטול גמור - ביז אַז בתחלתה וכהקדמה זאָגט ער: אד’ שפתי תפתח ופי

(איז נאָר)

יגיד

(וימשיך)

תהלתך 59 .

נאָך עבודת התפלה „גייט מען אָפּ” פון דער דרגת הראי’ באלקות והביטול הגמור הנ”ל,

און אין דעם זיינען פאַראַן צוויי „ירידות” 60

:

(א)

מבית הכנסת לבית המדרש -לימוד התורה 61 ,

וואָס דאָס איז

(ווי חכמתו ית’ ווערט גענומען)

דורך הבנת והשגת האדם 62 ,

לויט זיין פאַרשטאַנד 63 .

אָבער כאָטש די דרגא פון הבנה והשגה איז אַ ירידה לגבי דעם גילוי פון ראי’ באלקות וביטול הגמור בשעת התפלה - דאָך,

איז אין דעם פאָרט ניכר די פעולת התפלה: דער גילוי אלקות בנפשו בשעת התפלה ווירקט אַז די השגה זאָל זיין כדבעי

[ע”ד די ירידה למצרים בחיי יעקב ובניו].

(ב)

ווען אַ איד גייט דערנאָך לעסקיו,

וואָס דאַן איז מצד דעם העלם והסתר פון הנהגת הטבע קען מען גאָר פאַרגעסן ח”ו אויף אלקות; און כדי ער זאָל דעמאָלט געדענקען כסדר אַז „הוא הנותן לך כח לעשות חיל” און דער עסק זאָל זיין ע”פ שו”ע,

כפי רצונו ית’,

איז דאָס מיטן כח פון אמונה בה’ ,

וועלכע ער איז מעורר וממשיך אין אַ פנימיות.

יוד.

דאָס איז די הוראה וואָס אַ איד דאַרף אַרויסנעמען פון כהנ”ל אין עבודת ה’:

(א)

ער דאַרף וויסן,

אַז דער אַוועקגיין פון דאַוונען - פון ראי’ אין אלקות ביטול הגמור צו אלקות - איז שוין אַן ענין פון ירידה.

אמת טאַקע,

אַז די ירידה איז אַ זאַך וואָס איז ע”פ שו”ע - כנ”ל בשו”ע הנהג בהם מנהג דרך ארץ -אָבער ער דאַרף עס טאָן בלויז ווייל ער איז

(כמארז”ל בנוגע ירידה למצרים -בפשטות)

„אנוס על פי הדיבור” 64

: ער טוט עס נאָר ווייל אַזוי איז דער רצון ה’;

(ב)

לאידך,

האָט ער זיך ניט וואָס צו שרעקן פאַר דער ירידה,

ווייל כאָטש עס איז אַ ירידה גדולה ביותר - ניט ער האָט ראי’ אין אלקות,

און

(בשעת העסק)

אפילו ניט הבנה והשגה באלקות

(ער באַטראַכט בשעת עסקיו די עניני העסק)

- איז אָבער דורך דעם וואָס ער איז מעורר בחי’ משה שבנפשו 65 ,

ווערט נתגלה זיין אמונה בה’ אין אַן אופן פון „ ורעה אמונה”,

און דאָס נעמט אים אַרויס פון גלות הפרטי - ביז אַז ער זעט בכל עניניו אַז תמיד ..

עיני ה”א מראשית השנה ועד אחרית שנה -השגחה פרטית בעניני עסקיו -

ומגאולה לגאולה - צו דער גאולה הכללית ע”י משיח צדקנו 66

- שיוליכנו לארצנו הקדושה,

בקרוב ממש.

(משיחות ש”פ שמות תשכ”ב,

תשכ”ג)

Reader controls and commentary are loading.