B"H
🏡

Ikar

ויחי ה

א.

אין פסוק 1

"אבי השביעני לאמר גו׳ בקברי אשר כריתי לי בארץ כנען שמה תקברני",

שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "אשר כריתי לי" און בריינגט אראפ דריי פירושים:

(א)

כפשוטו וכו׳

(געגראבן) 2 .

(ב)

ומדרשו 3

עוד מתיישב על הלשון * 3

כמו אשר קניתי וכו׳.

(ג)

ועוד מדרשו 4

ל׳ כרי דגור שנטל יעקב כל כסף וזהב כו׳ ועשה אותו כרי ואמר לעשו טול זה כו׳ * 4 .

דער טעם וואס רש״י שטעלט אויס די דריי פירושים לויט דעם סדר - איז מובן בפשטות: פריער בריינגט ער דעם פירוש ״ כפשוטו ״; דערנאך - א מדרש וואס איז אבער עכ״פ "מתיישב על הלשון"

["אשר כריתי לי״ - וואס איך האב געקויפט פאר זיך]

; און נאכדעם - א מדרש וואס איז ניט "מתיישב על הלשון" 5 ,

ווייל לויטן דרך הפשט לייגט זיך ניט * 5

אז "אשר כריתי לי" איז לשון כרי 6 .

[ובפרט מובן הסדר אויב מ׳וועט לערנען 7

אז דער פירוש "ועוד מדרשו לשון כרי כו׳" איז ניט קיין באזונדער פירוש,

נאר א ״ועוד״ - א תוספת טעם והסברה אויפן "מדרשו כו׳ המתיישב" - אויפ׳ן צווייטן פירוש

("אשר כריתי" ״כמו אשר קניתי״) 8

- אז דאס וואס תורה זאגט דא דעם לשון "כריתי"

(און ניט כרגיל - "קניתי" אדער "לקחתי"),

איז ווייל דא איז נוגע "לשון כרי ": דאס איז מרמז אז דער קנין איז געווען אין אן אופן וואס

("כריתי")

"נטל יעקב כל כסף וזהב כו׳ " ].

מ׳דארף אבער פארשטיין:

(א)

פארוואס באנוגנט זיך ניט רש״י מיטן פירוש " כפשוטו " און בריינגט א צווייטן פירוש לויט "מדרשו"?

און

(אויב "ועוד מדרשו" איז א דריטער פירוש קומט אויס אז)

ער איז זיך ניט מסתפק אויך מיט "מדרשו" וואס איז עכ״פ "מתיישב על הלשון",

נאר ער בריינגט א

(דריטן)

פירוש לפי מדרשו וואס איז נאך ווייטער פון דרך הפשט,

היות אז ער איז ניט "מתיישב על הלשון"?

(ב)

פארוואס איז דער צווייטער פירוש

(אז "אשר כריתי" איז "כמו אשר קניתי")

״מדרשו״ - מ׳געפינט דאך פסוקים וואו דער ווארט משורש "כירה" ווערט אפגעטייטשט בפשטות ווי א לשון קני׳: אין פ׳ דברים 9

- ״מים תכרו מאתם בכסף גו׳",

וואס רש״י איז דאס מפרש "תכרו,

לשון מקח כו׳"; און אזוי אויך אין הושע 10

"ואכרה לי בחמשה עשר כסף",

וואס רש״י פארטייטשט,

אז דאס איז "לשון סחורה כו׳".

נאכמער תמי׳: אין די ביידע ערטער הנ״ל וואו רש״י איז עם מפרש אין פשטות

(וויבאלד ער זאגט ניט אז דאס איז לויט "מדרשו"),

בריינגט ער א ראי׳ דווקא פון אונדזער פסוק

[אשר כריתי לי],

וואו ער זאגט אז דאס איז מדרשו 11

!

(ג)

אפילו אויב ם׳וואלט ניט געווען קיין ראי׳ פון די פסוקים הנ״ל אז "כריתי" איז לשון מקח וסחורה,

וויבאלד אבער ער בריינגט אויף דעם א הוכחה פון ״אר״ע ..

כירה",

איז דאך דאס ניט קיין דרש,

נאר פשש״מ - ווי מען געפינט עם פריער: אויפן פסוק 12

"במאה קשיטה" זאגט רש״י "קשיטה מעה אר״ע כשהלכתי לכרכי הים היו קורין למעה קשיטה",

און ער זאגט ניט אז דער פירוש איז לויט "מדרשו"; און אזוי אויך ווייטער

(אין פ׳ בא 13

ופ׳ ואתחנן 14

),

איז רש״י מפרש אויפן ווארט ״טוטפות״ -"טט בכתפי שתים פת באפריקי שתים",

און זאגט ניט אז דאס איז "מדרשו".

זעט מען דערפון,

אז וויבאלד ס׳איז דא א הוכחה אויף אן אפטייטש פון א ווארט אין תורה פון א לשון אין "כרכי הים״

(אדער אין ״כתפי״ וכו׳)

15

איז עם

(לויט פרש״י)

אויסגעהאלטן אין דרך הפשט - היינט פארוואס רופט עם רש״י דא אן "מדרשו"?

ב.

אויך דארף מען פארשטיין כמה דיוקים אין לשון רש״י גופא:

א)

פארוואס איז ער מעתיק אין דעם דבור־המתחיל אויך די ווערטער "אשר ..

לי״ - ער איז דאך לכאורה מפרש נאר דעם ווארט "כריתי" 16 .

ב)

אויפן ערשטן פירוש ברענגט רש״י א ראי׳ "כמו כי יכרה איש" 17

.

איז ניט מובן:

(א)

פארוואס בריינגט ער ניט די ראי׳ פון א פריערדיקן פסוק 18

"ויכרו שם עבדי יצחק באר"?

(ב)

פארוואס איז רש״י מעתיק אויך דעם ווארט "

(כי יכרה)

איש " * 18 ,

וואס גיט ניט צו אין הסברת הראי׳

[ממ״נ: אויב צו אנדייטן וועלכן פסוק ער מיינט,

איז ניט נויטיק דער ווארט ״איש״

(ווייל דאס איז דער איינציקער ארט וואו עם שטייט דער לשון "כי יכרה")

; און אויב לשם הסברה אז כרי׳ דארט מיינט חפירה,

איז ניט מספיק דער ווארט "איש" און ער וואלט געדארפט אויך אראפברענגען דעם ווארט "בור" שלאח״ז]

ג)

ביים צווייטן פירוש זאגט רש״י ״כמו אשר קניתי״ - לכאורה איז ממנ״פ: אויב ער מיינט אפטייטשן נאר דעם ווארט "כריתי" האט ער נאר געדארפט זאגן "כמו קניתי"

(אן דעם ווארט "אשר")

; און אויב ער זאגט עס בהתאם צום גאנצן המשך הלשון - "אשר כריתי לי״ - האט ער אויך געדארפט מוסיף זיין דעם ווארט "לי"

("כמו אשר קניתי לי ") 19 ?

ד)

פארוואס בריינגט רש״י א ראי׳ אז "כריתי" איז "כמו אשר קניתי" פון דעם וואס ״אר״ע כשהלכתי כו׳״ - און ניט פון בפירוש׳ע פסוקים

(כנ״ל סעיף א׳ קושיא ב׳)

ווי אין דעם ערשטן פירוש 20 ?

ה)

אפילו ווען מ׳זאל געפינען א טעם אז פון די פסוקים איז ניט קיין ראי׳ און דעריבער מוז רש״י אנקומען צו דער ראי׳ פון דברי חז״ל - איז אבער שווער צו פארשטיין פארוואס ער בריינגט אויך די פרטי הראי׳

(כשהלכתי לכרכי הים היו קורין למכירה כירה)

און ער זאגט ניט בקיצור "כמו אשר קניתי דמכירה נקרא כירה כדאיתא בראש השנה" וכיו״ב?

ג.

דער ביאור בכל זה:

רש״י איז אויסן ניט נאר צו מפרש זיין דעם ווארט "כריתי",

נאר אויך צו פארענטפערן פארוואס עס דארף בכלל שטיין די ווערטער "אשר כריתי לי".

לכאורה,

וואלט געווען גענוג ווען דער פסוק זאגט " בקברי אשר בארץ כנען שמה תקברני"

(ווארום אינעם לשון "בקברי"

( אין מיין קבר)

איז שוין דא דער טעם פארוואס יעקב וויל אז "שמה תקברני").

מוז מען זאגן,

אז מיטן צוגעבן "אשר כריתי לי" האט ער געמיינט אן ענין מיוחד אין דער שייכות פון דעם קבר צו יעקב,

וואס צוליב דעם האט עס ביי אים א גרויסע חשיבות,

און דעריבער איז זיין אנזאג "שמה תקברני".

ד.

ה.

וויבאלד אז יעקב און יוסף האבן געוואוסט אז פרעה וויל אז יעקב זאל נקבר ווערן אין מצרים 21

[וואס דעריבער האט זיך יעקב ניט פארלאזט אויף דברי יוסף 22

"אנכי אעשה כדבריך״,

און האט געמוזט משביע זיין יוסף׳! 23

- ווי מפרשים זיינען מסביר 24 ,

כדי ער זאל דערמיט גופא קענען פועל׳ן אויף פרעה],

און דערפאר האט יוסף געזאגט צו פרעה "אבי השביעני לאמר",

ארויסבריינגענדיק דערמיט אויף וויפל דאס איז געווען נוגע יעקב׳ן - איז מובן וואס ער האט דערביי געזאגט אויך דעם טעם

(וואס זאל נתקבל ווערן אויך ביי פרעה) 25

פארוואס ס׳איז אים אזוי נוגע אז ער זאל נקבר ווערן אין ארץ כנען 26 .

און אויף דעם ברענגט רש״י דעם ערשטן פירוש - "כפשוטו",

אז "כריתי" מיינט געגראבן.

און וויבאלד דאס איז א קבר וואס ער אליין האט זיך מטריח געווען אים אויסגראבן,

איז פארשטאנדיק אז עס האט ביי אים געהאט א חשיבות מיוחדת 27 .

דערמיט איז מובן פארוואס רש״י ברענגט די ראי׳ דוקא פון פסוק "כי יכרה

(און איז אויך מעתיק דעם ווארט)

איש" 28

: פון דעם וואס דער פסוק איז דארט מוסיף דעם ווארט "איש" און זאגט ניט סתם "או כי יכרה בור" 29 ,

איז משמע 30 ,

אז "כי יכרה" איז א זאך וואס א מענטש לייגט דערין אריין ספעציעלע טירחא והשתדלות פון א איש 31 ,

ערוואקסענעם מענטשן 32

- איז דערפון מובן אויך בנדו״ד,

אז היות דער "כריתי" איז געווען פארבונדן מיט דער טרחא מיוחדת 33

פון יעקב 34

רופט עס במילא ארויס א געפיל פון גרויס חשיבות 35 .

ד.

אבער אין דעם פירוש זיינען פאראן שוועריקייטן,

ומהם:

(א)

אין תוכן הענין 36

: מערת המכפלה איז אין ארץ ישראל,

און יעקב איז די לעצטע זיבעצן יאר פון זיין לעבן געווען אין מצרים וואס לפ״ז האט יעקב דעם קבר געגראבן מיט איבער זיבעצן יאר פריער פאר זיין פטירה - א זאך וואס לייגט זיך ניט 37

אויפן שכל 38 .

(ב)

פארוואס ״כריתי״ - יעקב אליין - און ניט דורך זיינע עבדים וכו׳ 39 ?

חאטש בדוחק קען מען זאגן אז "כריתי" - מיינט

(אויך)

דורך עבדיו *39 .

(ג)

אין לשון הכתוב: לויט דעם פירוש איז דער ווארט "לי" לכאורה איבעריק - עם האט געקענט שטיין "אשר כריתי" און מ׳וואלט אליין פארשטאנען אז עם איז געווען ״לי״ - "בשבילי"?

דעריבער בריינגט רש״י א צווייטן פירוש: ״ומדרשו ..

אשר קניתי אר״ע כו׳".

וואס דער פירוש

(כאטש עם איז "מדרשו" און ניט "פשוטו",

כדלקמן)

איז

(עם אבער)

״מתיישב על הלשון״ - הן דער טייטש פון ווארט "כריתי",

הן די נויטיקייט פון ווארט "לי"

[און דאס וואס רש״י רופט עם אן "מדרשו" איז ניט מצד דעם "לשון

(הכתוב)

",

נאר מצד תוכנו,

כדלקמן]

- ועוד ועיקר - עם איז מדגיש די חשיבות הקבר בא יעקב׳ן - אז קניתי ,

ניט "ירשתי"

(בדרך ממילא),

אדער ״לקחתי״ בתור ירושה פון ״אבותי״ - נאר באצאלט דערפאר 40 ,

און ווי דערקלערט פריער - בא קניית אברהם במערת המכפלה * 40

(ועד״ז בקנית יעקב 41 )

איז עם - בכסף מלא

(חורפן).

ה.

וועט מען דאס פארשטיין דורך מבאר זיין די ראי׳ וואס רש״י בריינגט אויפן פירוש "אשר כריתי" "כמו אשר קניתי״ - פון "אר״ע כשהלכתי כו׳ היו קורין למכירה כירה".

דלכאורה איז עם א ראי׳ לסתור : רש״י וויל דאך דא טייטשן ״כריתי״ - " קניתי "

( קויפן ),

און ר״ע זאגט גאר אז "כירה" מיינט "מכירה"

( פארקויפן )?

דער ביאור אין דעם: פון דעם מאמר ר״ע אז היו קורין למכירה כירה" מיינט רש״י צו ברענגען א הוכחה אז "כריתי" מיינט ניט ״לקחתי״ - נעמען סתם,

נאר א חילוף און שינוי רשות פון די געלט פון לוקח און די קרקע הקבר פון מוכר 42

אדער להיפך * 42

- און דערפאר קען ״כריתי״ מיינען סיי קניתי און סיי מכרתי 43 .

און דערמיט איז פארשטאנדיק פארוואס דער פסוק דארף מדגיש זיין "כריתי לי ״ - ווייל היות דער ווארט "כריתי" אליין מיינט ניט דווקא ״קניתי״,

נאר חילוף ושינוי רשות,

דארף דער פסוק מוסיף זיין אז דער כריתי

(דעם קבר)

איז געווען ״לי״,

ד.

ה.

״קניתי״ ןמשא״כ אין פרש״י,

וואס ער באנוצט זיך מיטן לשון "קניתי" איז איבעריק צו צולייגן דעם ווארט "לי"]

44 .

און דערפאר קען רש״י ניט בריינגען די ראי׳ פון די פסוקים אין פ׳ דברים און פון הושע - ווייל פון דארטן וואלט מען געקענט טייטשן א ראי׳ לסתור : וויבאלד אז דער פסוק איז מוסיף

(תכרו מאתם)

בכסף ,

(ואכרה לי)

בחמשה עשר כסף איז משמע אז כרי׳ אליין מיינט נעמען אליין

(אן געבן דערפאר).

ו.

לפי״ז בלייבט אבער שווער:

(א)

די קשיא הנ״ל

(דלעיל ם״ג)

: למאי נפקא מינא דערציילען אז דאס איז דער קבר ״אשר כריתי לי״ - ״אשר קניתי״ -

(דורך קויפן אים)?

וואס פאר א חשיבות מיוחדת ליגט אין דעם וואס "קניתי",

אז דאס זאל איבערצייגן פרעה׳ן די וויכטיקייט פון "שמה תקברני"?

פארלאזן זיך אז וויבאלד מ׳געפינט בא צוויי קניות פון די אבות אז זיי זיינען געווען פאר גאר גרויסע סכומים וועט פרעה זיכער וויסען דערפון און פארשטייען אז אויך די קני׳ איז געווען באופן כזה - איז א דוחק גדול.

(ב)

פארוואס ווערט געזאגט דער לשון "כירה",

וואס מיינט בלויז חילוף ושינוי רשות און דערפאר דארף מען מוסיף זיין דעם ווארט ״

(כריתי)

לי ״ - עם האט לכתחלה געקענט שטיין א לשון ברור "קניתי",

וכיו״ב

(און מ׳וואלט ניט געדארפט מוסיף זיין "לי") 45 ?

דעריבער בריינגט רש״י ניט נאר דעם כללות הפירוש,

אז מכירה ווערט אנגערופן כירה,

נאר אויך אז " בכרכי הים היו קורין למכירה כירה": כרכים זיינען גרויסע מסחר שטעט,

וואו דער מו״מ און די קנינים ווערן דורכגעפירט אויף א גרוים שטאטיקען גרויסן אופן.

און דאס מיינט "אשר כריתי לי"

(ניט סתם ״אשר קניתי" וכיו״ב)

: דערמיט האט יוסף געוואלט ארויסבריינגען דעם גודל החשיבות פון דעם קבר ביי יעקב׳ן,

אז ער האט זיך משתדל געווען אז דער קנין זאל זיין אין אן אופן פון ״כריתי״ - א שטארקער קנין,

ווי אין "כרכי הים" 46 .

[און מצד דעם רופט רש״י אן דעם פירוש ״מדרשו״ - ווייל דער ענין

(אז דער קנין פון " כרכי הים " ווערט אנגערופן "כירה" און באווייזט אויף א קנין חשוב - און דערמיט האט יוסף געוואלט איבערצייגן פרעה׳ן דעם הכרח הענין אז "שמה תקברני")

איז ניט מוכרח ע״פ פשוטו של מקרא 47 ].

ז.

דער פירוש איז אבער שווער מצד דעם תוכן הדיבור פון "אשר כריתי לי",

ווייל סוף־סוף ווערט דערמיט - וואס יעקב האט געמאכט א קנין פון ״כירה״ -נאך ניט אויסגעדריקט די גרויסי השתדלות פון יעקב צו באקומען דעם קבר און במילא אויך ניט קיין גרויסע חשיבות אין דעם,

ווארום יעדער זאך וואס האט נאר עפעם א חשיבות *47

,

קויפט מען עם מיט א קנין חשוב.

דעריבער איז רש״י מוסיף "ועוד מדרשו לשון כרי כו׳ שנטל יעקב כל כסף וזהב שהביא מבית לבן כו׳״ - אז דאס וואס דער פסוק רופט אן דעם קנין מיט׳ן נאמען "כריתי",

איז ניט

(נאר)

צו אנדייטן אויף א שטארקן קנין,

כנ״ל,

נאר דערמיט איז די תורה מרמז,

אז יעקב האט פאר דעם קבר אוועקגעגעבן זיין גאנצע ״כסף וזהב שהביא כו׳",

וואס דאס באווייזט אויף וויפל דאס איז חביב ויקר ביי יעקב׳ן,

וועט אפילו פרעה צוליב דעם מסכים זיין 48

אז "שמה תקברני" 49 .

דער פירוש איז אבער בלויז אן ענין פון ״מדרשו״,

און נאכמער - ס׳איז אפילו ניט "מתיישב על הלשון"

(אזוי ווי דער פירוש "כמו אשר קניתי"),

ווייל צו זאגן אז "כריתי" איז "לשון כרי" איז אינגאנצן אן ענין פון דרש 50 .

און וויבאלד אז די פירושים "כמו אשר קניתי..

לשון כרי" איז "מדרשו" - דעריבער,

איז דער פירוש הראשון והעיקרי "כמו כי יכרה איש".

וואס דער פירוש איז ״פשוטו״ - סיי אין לשון הכתוב

(דאס איז דער פירוש הפשוט פון ״כריתי״)

; סיי אין תוכן הכתוב - ווייל דאס באווייזט אויפן גודל היוקר והחביבות פון דעם קבר ביי יעקב׳ן,

ער האט זיך אזוי פיל משתדל געווען בזה,

ביז אז ער האט עס אליין אויסגעגראבן 51

- לי ,

צוליב דעם צוועק.

(משיחת ש״פ ויחי תשל״ב)

Reader controls and commentary are loading.