א.
אויף "ראובן בכורי אתה גו׳ יתר שאת ויתר עז פחז כמים אל תותר גו׳" 1 ,
איז רש״י מפרש די ווערטער: "יתר שאת - ראוי היית להיות יתר על אחיך בכהונה לשון נשיאות כפים"; "ויתר עז - במלכות ..
ומי גרם לך להפסיד כל אלה״; ״פחז כמים - הפחז והבהלה אשר מהרת להראות כעסך וכו׳ לכך"; "אל תותר - אל תרבה ליטול כל היתרות הללו שהיו ראויות לך וכו׳".
דער תרגום 2
פארטייטשט דעם פסוק: "הוה חזי למיסב תלתא חולקין בכירותא כהונתא ומלכותא״ - אז ראובן איז געווען ראוי צו באקומען דריי חלקים: בכורה כהונה ומלכות - און זיי זיינען אים ניט געגעבן געווארן
(און אזוי שטייט אויך אין תנחומא 3
און בראשית רבה 4 ).
דארך מען פארשטיין: וויבאלד דער פסוק דערמאנט אויך די מעלה פון בכורה,
פארוואס־זשע לערנט רש״י אז "אל תותר" באציט זיך בלויז צו "יתר שאת ויתר עז״ - כהונה ומלכות 5 ,
און ניט צום ענין פון "ראובן בכורי אתה גו׳",
וואס שטייט בהתחלת הכתוב 6 ?
ואדרבה - "בכורי אתה" איז דער טעם פון ראוי לכהונה ולמלכות.
מ׳קען ניט זאגן אז רש״י האלט אז עפ״י פשוטו של מקרא איז די בכורה פון ראובן׳ען ניט צוגענומען געווארן -ווארום ס׳איז א בפירוש׳ער פסוק אין דברי הימים 7
: "ובני ראובן בכור ישראל גו׳ ובחללו יצועי אביו נתנה בכורתו לבני יוסף וגו׳".
נאכמער: מיט עטלעכע פסוקים פריער 8 ,
איז רש״י אליין מפרש
(לויט איין פירוש),
אז "שכם אחד,
הוא הבכורה ,
שיטלו בניו
(פון יוסף׳ן )
שני חלקים"; און נאך פריער,
אין פ׳ וישלח 9 ,
איז רש״י מפרש: "בכור יעקב,
בכור לנחלה בכור לעבודה בכור למנין ולא נתנה בכורה ליוסף אלא לענין השבטים שנעשה לשני שבטים",
ד.
ה.
אז ס׳איז צוגענומען געווארן די בכורה
("לענין השבטים")
פון ראובן
(צוליב "וישכב גו׳" 10 )
און זי איז געגעבן געווארן צו יוסף׳ן.
ב.
לכאורה וואלט מען געקענט זאגן: פון דיוק לשון הכתוב "אל תותר "
(וואס דער פסוק באנוצט אין שייכות צו "כל אלה" וואס ראובן האט "מפסיד" געווען)
איז מוכח,
אז דער פסוק איז אויסן צו ממעט זיין נאר די מעלות ביי וועלכע עס שטייט דער לשון פון ״ יתרות
(הללו)
" - " יתר שאת ויתר עז״,
כהונה און מלכות; משא״כ מעלת בכורה,
וואו עס ווערט ניט דערמאנט דער לשון ״יתר״ 11 ,
איז זי ניט נכלל אין דעם מיעוט פון "אל תותר " 12 .
אבער דאס איז נאר א ראי׳
(מצד לשון הכתוב)
בפירוש הכתוב,
אז דא רעדט זיך ניט וועגן דעם הפסד פון בכורה.
(113,
182,
146,
0.
8)
">
(181,
168,
128,
0.
4)
">
(128,
150,
108,
0.
5)
">
(128,
187,
130,
0.
5)
">
(182,
100,
170,
0.
3)
">עס בלייבט אבער ניט פארשטאנדיק דער טעם פון עצם הענין: פארוואס איז בכורה אנדערש פון כהונה ומלכות -דער פסוק רעדט נאר וועגן ראובן׳ם הפסד פון כהונה און מלכות און ניט וועגן זיין פארלירן דעם ענין הבכורה 13
("לענין השבטים")?
ג.
ווייטער אויפן פסוק 14
״גור ארי׳ יהודה מטרף בני עלית וגו׳",
טייטשט רש״י: "מטרף,
ממה שחשדתיך בטרוף טורף יוסף חי׳ רעה אכלתהו 15
וזהו יהודה שנמשל לארי׳״; ״בני עלית,
סלקת את עצמך ואמרת מה בצע וגו׳ 16 .
וכן בהריגת תמר שהודה צדקה ממני 17
וכו׳".
דארף מען פארשטיין: פון דעם וואס רש״י איז מוסיף "וכן בהריגת תמר וכו׳" אין זיין פירוש אויף "בני עלית" און ניט בפירושו אויפן ווארט "מטרף" איז מוכח
(לכאורה),
אז "וכן בהריגת תמר וכו׳" באציט זיך ניט צום ווארט "מטרף"
(- מהריגת תמר,
ווי דאס טייטשט דער מדרש 18
: "מטרף,
מטרפה של תמר")
נאר צו די ווערטער "בני עלית ",
אז "עלית" מיינט אויך א צווייטע ״עלי׳״ און סילוק - פון הריגת תמר.
איז ניט מובן: וויבאלד די ווערטער "בני עלית" קומען בהמשך צום ווארט "מטרף",
איז ווי קען מען זיי פאנאנדערטיילן און טייטשן אז "בני עלית" איז כולל צוויי זאכן בעת אז "מטרף" מיינט בלויז איין זאך?
אויך איז ניט מובן: וואס איז בכלל דער הכרח אין פשוטו של מקרא צו זאגן אז מיט "עלית" האט יעקב געמיינט
(ניט נאר דעם חשד פון "טרוף טורף יוסף",
נאר)
אויך פון הריגת תמר 19
(ווארום רש״י זאגט ניט
(ווי אין מדרש 20
)
אז דאס זיינען צוויי פירושים,
נאר ער איז מוסיף אלס א המשך: " וכן בהריגת תמר")?
ד.
אויף דער ערשטער שאלה וואלט מען געקענט ענטפערן: רש״י מיינט טאקע צו זאגן אז "מטרף" באציט זיך צו ביידע
(יוסף און תמר)
; און דאס וואס ער שרייבט "וכן בהריגת תמר וכו׳" ערשט נאכן פירוש אויף "בני עלית",
איז כדי צו באווארענען ווי אזוי "מטרף" קען מיינען הריגת תמר - ובהקדים:
(113,
182,
146,
0.
8)
">
(181,
168,
128,
0.
4)
">
(128,
150,
108,
0.
5)
">
(128,
187,
130,
0.
5)
">
(182,
100,
170,
0.
3)
">עס זיינען פאראן צוויי אופנים ווי צו טייטשן דעם פשט פון "מטרף בני עלית": א)
"בני" קומט בהמשך צום ווארט ״מטרף״: ״מטרף בני
(יוסף)
-עלית"
(יהודה)
21 .
ב)
"בני" באציט זיך צו ״עלית״ 22
: ״מטרף״ - פון ענין ה״טרף" 23
- "בני עלית"
(האסטו,
מיין זון
( יהודה )
עולה געווען).
איז אויב מ׳נעמט אן דעם ערשטן פשט,
אז "בני" איז מחובר צו "מטרף",
קען מען ניט לערנען אז "מטרף בני " איז כולל
(אויך)
תמר 24 .
און דעריבער,
איידער רש״י איז מוסיף "וכן בהריגת תמר וכו׳",
מוז ער זיך פריער אפשטעלן אויף "בני עלית" און באווארענען אז זיי געהערן צוזאמען -וואס דערפאר איז רש״י מעתיק פון פסוק אויך דעם ווארט "בני"
(כאטש אז צו זיין פירוש "סלקת את עצמך" איז נאר נוגע דער ווארט ״עלית״)
- וואס דווקא לפי״ז קען דער ווארט "מטרף" אין זיך כולל זיין
(צוויי ענינים -)
אויך הריגת תמר.
[און רש״י׳ס הכרח אויף דעם פירוש אז "בני" איז בהמשך צו "עלית" 25
: יעקב אבינו איז דאך דא געווען אויסן צו משבח זיין יהודה׳ן; און וויבאלד אז אויך אן דער הוספה פון "בני" פארשטייט מען אז ״מטרף״ גייט אויף יוסף׳ן
(וויבאלד מ׳געפינט ביי אים דעם לשון "טרף"),
ובמילא איז די הדגשה אז "מטרף
(איז דאס פון)
בני " ניט קיין תוספת שבח,
נאר אדרבה: דאס גיט א נתינת מקום צו זאגן,
אז נאר דערפאר ווייל דאס איז "טרף" פון יעקב׳ס זון
(און זיין ברודער)
האט זיך יהודה מסלק געווען.
און דעריבער איז פשוטו של מקרא ווי דער צווייטער אופן: ״מטרף - בני
(יהודה)
עלית"].
עס בלייבט אבער ניט פארשטאנדיק
(כנ״ל)
: אמת טאקע אז "מטרף" קען מיינען
(אויך)
מהריגת תמר,
פון וואנען איז אבער רש״י׳ס הכרח אז "מטרף" מיינט ביידע זאכן?
ובפרט אז ביי תמר שטייט ניט דער לשון "טרף".
ה.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים א תמי׳ כללית אין דעם ענין: דער יתרון המלכות,
וואס איז צוגענומען געווארן פון ראובן,
איז אפגעגעבן געווארן צו יהודה׳ן
(ווי עס שטייט אין דברי הימים 26
"כי יהודה גבר באחיו ולנגיד ממנו")
; וואס דאס האט יעקב געמיינט מיט די ווערטער "גור ארי׳ יהודה וגו׳",
און ווי רש״י איז מפרש 27
אז דאס איז דער ענין המלכות וואס איז אים געגעבן געווארן
(דוד 28 ,
שלמה וכו׳).
און דער טעם פארוואס מ׳האט עס אפגעגעבן צו יהודה׳ן,
שטייט אין דער ברכה גופא - "מטרף בני עלית" 29 ,
און ווי רש״י איז מסיים זיין פירוש אויף "מטרף בני עלית": "
(וכן בהריגת תמר וכו׳)
לפיכך .
כרע וגו׳".
איז ניט מובן: די מעלה פון יהודה,
וואס ער האט זיך מסלק געווען פון דעם וואס "חשדתיך בטרוף טורף יוסף חי׳ רעה אכלתהו" דורך זאגן "מה בצע וגו׳",
איז דאך אויך געווען ביי ראובן,
ווי דערציילט אין פ׳ וישב 30
אז ראובן האט געזאגט "לא נכנו נפש"; און אויך די מעלה פון יהודה,
וואס ער האט מודה געווען
(ביי מעשה תמר)
"צדקה ממני",
געפינט מען אויך ביי ראובן׳ען,
אז ער האט תשובה געטאן אויף דעם וואס "חללת יצועי עלה",
ווי רש״י איז מפרש אין פ׳ וישב 31
: ״במכירתו לא הי׳ ..
עסוק הי׳ בשקו ובתעניתו על שבלבל יצועי אביו".
ואדרבה,
אין די ביידע פרטים איז ראובן׳ס מעלה לכאורה א גרעסערע ווי יהודה׳ס:
א)
דאס וואס יהודה האט מציל געווען יוסף׳ן פון געהרג׳ט ווערן איז דאך נישט געווען מיט דער כוונה אים אומצוקערן לאביו,
נאר בכדי אים צו פארקויפן צו די ישמעאלים 32 .
ובפרט:
(א)
אז ער האט געהאט בכח אים צוריק צוברענגען צו יעקב׳ן,
ווי רש״י ברענגט אראפ 33 ,
אז די שבטים האבן אים געזאגט "אילו אמרת להשיבו היינו שומעים לך";
(ב)
אז זיין זאגן "מה בצע גו׳" מיינט
(כפרש״י)
"מה ממון כו׳",
ד.
ה.
אז דאס וואס ער האט ניט דערלאזן מ׳זאל אים הרג׳נען איז צוליבן טעם וואס מ׳וואלט דערפון גאר ניט פארדינט און דעריבער האט ער געזאגט "לכו ונמכרנו לישמעאלים"
(און פארדינען "ממון") 34 .
משא״כ ראובן האט דאך אים געוואלט אומקערן צו יעקב,
ווי דער פסוק זאגט 35
במפורש: "למען הציל אותו מידם להשיבו אל אביו ".
ב)
ביי דער הודאה פון יהודה
(אויף מעשה תמר)
-
(א)
געפינט מען נאר זיין איין־מאליקן זאגן "צדקה ממני".
(ב)
ועיקר: אויב ער וואלט ניט מודה געווען וואלט ער דאך גורם געווען צו הריגת תמר
(און די עוברים שבמעי׳) 36 ,
איז מובן אז יהודה האט געמוזט מודה זיין.
דאקעגן ביי ראובן
(א)
איז די תשובה געווען אין אן אופן אז כו״כ יארן נאכדעם האט ער אלס ממשיך געווען תשובה טאן
(ווארום מכירת יוסף איז געשען מיט ארום ניין יאר 37
נאך "בלבל יצועי אביו")
;
(ב)
תשובתו איז געווען אין אן אופן פון ״עסוק ..
בשקו ובתעניתו"
(ג)
די פעולה פון "בלבל יצועי אביו" איז געווען
(כפרש״י 38 )
ווייל "תבע עלבון אמו״ - ער האט דאס געטאן צוליב כיבוד אם - ביז אז דאס ווערט ניט פאררעכנט אלס חטא,
ווי רש״י ברענגט אראפ 38
"ללמדנו שכולן שוין וכולן צדיקים שלא חטא ראובן",
און דעריבער "אפילו בשעת הקלקלה קראו בכור" 39
- און פונדעסטוועגן האט ראובן מרבה געווען בתשובה.
ועפ״ז איז תמוה ביותר: ווי קען "מטרף בני עלית" זיין א טעם אז יהודה איז ראוי צו מלכות מער ווי ראובן 40 ?
ו.
וועט מען דאס פארשטיין דורך ביאור דברי יעקב צו ראובן׳ען: " פחז כמים אל תותר גו׳״ - וואס רש״י איז
(113,
182,
146,
0.
8)
">
(181,
168,
128,
0.
4)
">עס מפרש: ״
(ומי גרם לך להפסיד כל אלה).
פחז כמים,
הפחז והבהלה אשר מהרת להראות כעסך וכו׳ לכך.
אל תותר,
אל תרבה ליטול כל היתרות הללו וכו׳ ומהו הפחז אשר פחזת"
(און רש״י איז ממשיך זיין פירוש אויף "כי עלית משכבי אביך אז חללת").
פון המשך לשון רש״י איז מובן,
אז די סיבה פארוואס ראובן האט ניט באקומען "כל היתרות הללו",
איז ניט די עצם פעולה פון "עלית משכבי אביך וגו׳",
נאר דער " פחז כמים,
הפחז והבהלה אשר מהרת להראות כעסך ״
(ס׳איז נאר וואס דער ״פחז״ האט זיך אויסגעדריקט -״ ומהו הפחז כו׳״ - אין דעם ענין פון "עלית גו׳") 41 .
ד.
ה.
פון דעם וואס יעקב איז מקדים און מדגיש באזונדער דעם חסרון פון "פחז כמים",
לערנט רש״י ארויס אז אינעם ענין פון "בלבל יצועי אביו" זיינען דא צוויי פרטים: א)
דער עצם בלבול; ב)
וואס דאס איז געווען אין אן אופן פון ״פחז כמים״ -
און אז פאר יעדן פון די צוויי פרטים איז געווען א באזונדער עונש: א)
פאר דעם וואס ער האט מבלבל געווען יצועי אביו איז פון אים צוגענומען געווארן די בכורה
(עכ״פ "לענין השבטים"),
ווי
(113,
182,
146,
0.
8)
">
(181,
168,
128,
0.
4)
">עס שטייט אין דברי הימים "ובחללו יצועי אביו נתנה בכורתו גו׳" 42
(און ווי רש״י ברענגט אראפ גלייך אין פ׳ וישלח 43
אז ״נתנה בכורה ליוסף״)
; און ב)
דערפאר וואס ״פחז כמים ..
מהרת להראות כעסך״ איז - "אל תותר ,
אל תרבה ליטול כל היתרות הללו״ - כהונה און מלכות
(כנ״ל ם״ב).
ז.
דער ביאור אין דעם:
דער חילוק צווישן כהונה ומלכות און בכורה: די מעלות פון כהונה און מלכות דריקן זיך אויס בעיקר
(ובפרט - בעניננו)
אין שייכות צו אנדערע,
אין זייער פארנעמען זיך מיט אנדערע: ענינו פון א מלך איז אשר יצא לפניהם גו׳ 44 ,
צו באזארגן די ענינים וצרכים פון דער מדינה א.
א.
וו.
און ווי רש״י טייטשט דא אויף ״גור״ - "המוציא והמביא את ישראל״ און אויף ״כרע רבץ״ - " איש תחת גפנו וגו׳"; אזוי אויך כהונה,
וואס פון אירע ענינים עיקריים איז
(ווי רש״י טייטשט דא אויף "יתר שאת")
נשיאות כפים - בענטשן אידן 45
[אויך לערנען מיט אידן די הלכות ודיני התורה,
ווי
(113,
182,
146,
0.
8)
">
(181,
168,
128,
0.
4)
">עס שטייט 46
"ובאת אל הכהנים גו׳ והגידו לך את דבר המשפט ..
על פי התורה אשר יורוך גו׳"].
משא״כ בכורה איז א מעלה וואס איז בנוגע דעם בכור אליין
(צוליב דער מעלה און חשיבות פון בכורה באקומט ער פי שנים בנחלה וכו׳),
ניט בשייכות מיט א צווייטן 47 .
און דאס איז די הסברה אין די צוויי פרטים הנ״ל: דער ענין פון "פחז כמים ..
מהרת להראות כעסך "
[אז ווי נאר ס׳איז ביי אים אויסגעקומען אז משכבי אביו דארפן זיין באהל לאה,
איז בא
(113,
182,
146,
0.
8)
">
(181,
168,
128,
0.
4)
">עס געווארן כעס - אף א צווייטן - און ער האט דאס געטאן תיכף ומיד
("מהרת להראות כעסך")
און מבלבל געווען יצועי אביו
(ביי א צווייטן )]
איז א הנהגה וואס איז בניגוד צום זארגן פאר טובת זולתו,
דעריבער איז אויך דער עונש פאר דעם געווען מדה כנגד מדה אז מען האט ביי אים צוגענומען כהונה 48
ומלכות 49 .
משא״כ דעם עצם "קלקול" פון מבלבל זיין יצועי אביו,
וואס ווייזט אז ער האט א טעות געהאט אין זיין טראכטן,
אז מצד כיבוד אמו
("שפחת אחות אמי תהא צרה לאמי" 50 )
דארפן יצועי אביו זיין באהל לאה - און וויבאלד אז דער טעות איז א "קלקול" אין זיך אליין,
דעריבער האט ער,
בדוגמא לזה,
פארלארן די מעלה וחשיבות וואס האט צו טאן מיט אים אליין - די בכורה.
[עפ״ז איז אויך מובן דער חילוק עיקרי,
אז לויט פרש״י ופשוטו של מקרא,
איז כללות ענין הבכורה ניט צוגענומען געווארן פון ראובן׳ען - ער איז געבליבן ״בכור לנחלה 51
וכו׳״ - מ׳האט נאר צוגענומען די בכורה "לענין השבטים",
אבער כהונה ומלכות וואס ער האט אינגאנצן פארלארן -
ווארום היות אז דער עצם "בלבל יצועי אביו" איז ניט אזוי חמור
(ווייל ראובן׳ס כוונה איז געווען צו תובע זיין "עלבון אמו"),
ביז אז,
ווי רש״י איז מפרש
(כנ״ל ס״ה),
" לא חטא ראובן" 52 ,
"אפילו בשעת הקלקלה קראו בכור",
און זיין תשובה איז געווען אין אן אופן פון "עסוק הי׳ בשקו ובתעניתו" כו״כ שנים,
דעריבער האט מען בלויז צוגענומען די בכורה "לענין השבטים"].
ח.
דאס איז אויך די הסברה וואס דער "יתר" פון מלכות איז אפגעגעבן געווארן צו יהודה צוליב דעם וואס "מטרף בני עלית"
(הגם אז ביי ראובן איז געווען א גרעסערע מעלה ווי ביי יהודה׳ן,
כנ״ל)
:
דער חילוק צווישן "מטרף בני עלית" פון יהודה און ראובן: דורך "מטרף בני עלית" פון יהודה איז לפועל ארויסגעקומען א הצלה פאר א צווייטן :
יהודה׳ם זאגן "מה בצע גו׳" האט מציל געווען יוסף׳ן פון "נהרגנו",
און ס׳האט
(113,
182,
146,
0.
8)
">
(181,
168,
128,
0.
4)
">עס ארויסגענומען פון דעם בור
( וואס "נחשים ועקרבים יש בו" 53 )
; און צוליב זיין זאגן "צדקה ממני" איז תמר געראטעוועט געווארן פון שריפה.
בא ראובן,
הגם אז זיין תשובה וכוונה זיינען געווען גרעסערע ווי יהודה׳ם,
איז דאס אבער א מעלה אין אים כשלעצמו,
ניט בשייכות צו טובת והצלת הזולת: דאס וואס ער האט געזאגט "לא נכנו נפש ..
השליכו אותו אל הבור הזה ..
למען הציל אותו מידם להשיבו אל אביו״,
ווייזט אויף כוונתו - אבער לפועל איז יוסף דורכדעם ניט ארויס פון סכנת מיתת רעב
(נאר - יד אל תשלחו בו)
[ובפרט אז דער בור איז - "נחשים ועקרבים יש בו"
אע״פ אז בפשוטו של מקרא קען מען זאגן אז ראובן האט דערפון ניט געוואוסט 54
און איז דעריבער ניט שולדיק אין דעם,
אבער לפועל איז יוסף געווען אין א סכנה].
און אזוי אויך בנוגע מעלת תשובת ראובן,
וואס ״עסוק הי׳ בשקו ובתעניתו על שבלבל יצועי אביו",
איז דאס געווען אן ענין וואס האט ניט געהאט קיין שייכות צו א צווייטן 55
; נאכמער: ווען ראובן וואלט ניט געווען ״עסוק..
בשקו ובתעניתו" בעת מכירת יוסף,
וואלט ער אפשר געפונען אן עצה ווי צו ראטעווען יוסף׳ן 56
(כשם ווי ער האט פריער געווירקט אויף זיינע ברידער אז "לא נכנו נפש״)
און סוף־סוף אים אומקערן ״אל אביו"; דוקא צוליב דעם וואס ער איז געווען פארנומען מיט זיך
(טאקע מיט ענינים נעלים "בשקו ובתעניתו",
אבער דאך - מיט אייגענע זאכן)
איז געקומען צו מכירת יוסף.
און דעריבער איז דוקא דער "מטרף בני עלית״ פון יהודה - זיין איינשטעלן זיך לפועל פאר א צווייטן און זיין מודה זיין וכו׳ אין שייכות מיט דער הצלה פון א צווייטן - א באווייז אז ער איז ראוי למלכות
(משא״כ ראובן,
וואס דער גודל העילוי פון זיין תשובה וכו׳ איז א מעלה פאר זיך,
ראוי לבכורה בכלל אבער ניט צו זיין ראוי למלוכה 57 ) 58 .
[ועפ״י הנ״ל איז מובן בפשטות פארוואס רש״י איז מפרש "מטרף בני עלית" ביידע זאכן
(מכירת יוסף ומעשה תמר)
: יעקב האט געוואלט ארויסברענגען די מעלה פון יהודה לגבי ראובן
(וואס דערפאר איז ״גור ארי׳ גו׳״ - דער ענין המלוכה - איבערגעגעבן געווארן פון ראובן צו יהודה)
; און היות ביי ראובן געפינט מען צוויי ענינים - זיין וועלן ראטעווען יוסף און זיין תשובה אויף דעם וואס ״בלבל יצועי אביו״ -איז מסתבר אז ער האט מדגיש געווען יהודה׳ם מעלה אין די ביידע ענינים].
ט.
די הוראה פון דעם - מובנת בפשטות:
א איד טאר זיך ניט באנוגענען מיט זיין אינגאנצן פארנומען נאר מיט שלימות עצמו,
ער מוז אויך האבן די התעסקות אין אהבת ישראל,
אין טאן א טובה א צווייטן אידן; און נאכמער: וויבאלד אהבת ישראל "זהו כל התורה כולה" 59 ,
איז אפילו ווען ער אליין איז ניט אין אזא הויכער מדריגה ווי א צווייטער,
וואס איז אינגאנצן אריינגעטאן אין טאן לעלי׳ ולשלימות עצמו,
וויבאלד אבער ער פארנעמט זיך מיט טובת זולתו,
איז ער פארבונדן מיט " כל התורה כולה ".
נאך מער איז דאס בולט אין די תוצאות פון די צוויי הנהגות פון ראובן און יהודה:
דורכדעם וואס ראובן "עסוק הי׳ בשקו ובתעניתו״ - איז געווארן אפשר מכירת יוסף,
ולאחר זה גלות מצרים,
דער ראש
(ושורש)
לכל הגליות 60
;
און דורך יהודה׳ס זאגן "צדקה ממני",
הגם אז דאס קומט ניט צו מעלת התשובה פון ראובן,
פונדעסטוועגן איז דוקא דערפון אפהענגיק די גאולה פון גלות: דורכדעם איז געבארן געווארן פרץ,
וואס פון אים שטאמט מלכות בית דוד 61 ,
ביז מלך המשיח - "עלה הפורץ לפניהם גו׳״ 62
- דער גואל אחרון,
וואס וועט פורץ זיין די גדרי הגלות,
און ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ ויחי תש״ל)