א.
אין היינטיקער סדרה 1
ווערט דערציילט ווי יוסף האט אוועקגעשטעלט זיינע צוויי זין,
אפרים ומנשה,
פאר יעקב׳ן,
אז ער זאל זיי בענטשן.
האט יעקב ארויפגעלייגט זיין רעכטע האנט אויך אפרים׳ען,
און זיין לינקע האנט אויך מנשה׳ן.
ווען יוסף האט דאס דערזען,
איז ״וירע בעיניו גו׳ ויאמר יוסף אל אביו לא כן אבי כי זה
(מנשה)
הבכור שים ימינך על ראשו".
האט יעקב געענטפערט "ידעתי בני ידעתי גם הוא גו׳ ואולם אחיו הקטן יגדל ממנו גו׳ וישם את אפרים לפני מנשה".
דארך מען פארשטיין: דאס וואס א בכור באקומט א גרעסערע ברכה ווי אלע אנדערע קינדער,
איז
(102,
133,
117,
0.
8)
">
(107,
192,
128,
0.
3)
">עם דערפאר וואס א בכור האט אין זיך א מעלה וחשיבות לגבי די אנדערע קינדער 2 .
היינט וויבאלד אז אפרים איז גרעסער במעלה ווי מנשה 3
("אחיו הקטן יגדל ממנו"),
פארוואם־זשע איז מלמעלה אויסגעשטעלט געווארן אז מנשה זאל זיין דער בכור לגבי אפרים?
איז דערפון געדרונגען,
אז טראץ דעם וואס "אחיו הקטן יגדל ממנו גו׳",
איז אבער דא א מעלה אין מנשה לגבי אפרים,
און מצד אט דער מעלה איז ער דער בכור יוסך;
נאר בשייכות צו ברכת יעקב איז וויכטיק דער ענין אין וועלכן אפרים איז העכער פון מנשה,
און דעריבער - "וישם את אפרים לפני מנשה".
ב.
נאך אן ענין אין דעם:
ווי גערעדט מערערע מאל,
איז ביי צדיקים - ובפרט ביי די אבות ושבטים -ניט שייך קיין טעות ח״ו; ובפרט זייערע ענינים וועלכע שטייען אין תורת אמת ,
זיינען זיי אוודאי ענינים אמיתיים 4
ונצחיים 5 ,
און ווייל תורה איז
(מלשון)
הוראה * 5
- איז
(102,
133,
117,
0.
8)
">
(107,
192,
128,
0.
3)
">עם אויך א הוראה נצחית פאר יעדן אידן בכל הדורות.
דערפון איז מובן,
אז יוסף׳ם טענה "כי זה הבכור שים ימינך על ראשו"
(פון מנשה)
איז ניט געווען ווייל ער האט געהאט א טעות ח״ו און האט ניט געוואוסט אז "אחיו הקטן יגדל ממנו",
נאר ווייל ער האט געהאלטן אז די מעלה פון מנשה
[וואס מצד איר איז "זה הבכור"
(כנ״ל סעיך א׳)]
וועגט איבער די מעלה פון אפרים׳ען.
דאס הייסט,
אז ביידע ענינים - סיי דאס וואס יוסף האט געהאלטן אז די מעלה פון מנשה׳ן איז העכער,
און סיי יעקב׳ם שיטה אז אפרים איז העכער -זיינען אמת: מצד ענינו
(ועבודתו)
של יוסף איז מנשה העכער 6 ,
און מצד ענינו
(ועבודתו)
של יעקב איז אפרים העכער.
און דערפאר זעט מען,
אז בנוגע צו "וליוסף יולד שני בנים" איז "הבכור מנשה",
וואס אין א בכור שטייט דער כח האב מער ווי אין די אנדערע קינדער 7
; משא״כ אין זייער יחס צו יעקב׳ן - "שני בניך גו׳ לי הם
(ובסדר:)
אפרים ומנשה כראובן ושמעון יהיו לי ״ 8
- אפרים 9
פאר מנשה׳ן,
ער איז "כראובן" בכור יעקב 10 .
ג.
דעם חילוק צווישן מנשה און אפרים - און אויך ווי דער עילוי פון מנשה איז שייך צו יוסף׳ן און פון אפרים - צו
(ברכת)
יעקב - וועט מען פארשטיין פון דעם אונטערשייד אין זייערע נעמען:
ביידע נעמען - "מנשה" על שם "כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי״ 11
און "אפרים" על שם "כי הפרני אלקים בארץ עניי״ 12
- דריקן אויס די געפילן וואס די ירידה אין מצרים האט ארויסגערופן ביי יוסף׳ן,
נאר יעדער נאמען אין א פארקערטן קצה:
דער נאמען ״מנשה״ דערמאנט יוסף׳ן אז "נשני גו׳ בית אבי"
(אז ער געפינט זיך אין אן ארט וואס מאכט אוועקשפרי-נגען פון 13
(פארגעסן)
"בית אבי"),
דריקט אויס זיין תשוקה 14
(ניט צו פארגעסן,
נאר)
צו זיין פארבונדן מיט "בית אבי"; דאקעגן ״אפרים״ - "הפרני אלקים בארץ עניי" איז א שבח והודאה אויף דעם עילוי ויתרון
("הפרני")
וואס איז ביי אים געווארן אין מצרים.
די צוויי ענינים זיינען פארבונדן מיט די צוויי אופנים 15
אין דער עבודה פון א אידן "בארץ עניי",
אין גלות:
איין אופן איז: ער הארעוועט אויף ניט צו באווירקט ווערן פון דער סביבה,
דורך בלייבן צוגעבונדן מיט "בית אבי"
(דער מצב ווי ער איז געווען פאר דער ירידה אין גלות)
; ער דערמאנט זיך כסדר אז ער געפינט זיך אין א מצב וואס מאכט פארגעסן ״בית אבי״ - און דאס פועל׳ט אז ער זאל ניט פארגעסן.
א צווייטער אופן איז: ער איז
(און זיין עבודה איז)
אין "ארץ עניי",
אין דעם חושך הגלות - ביז אין אן אופן,
אז ביי אים איז ניטא
(אויף אזויפיל)
דער זכרון פון ״בית אבי״ - און דארטן הארעוועט ער
(צו באלייכטן דעם חושך הגלות מיטן אור הקדושה; און דורכדעם ווערט אויפ-געטאן אן עילוי ויתרון אויך אין דעם אדם העובד)
ביז אז - " הפרני אלקים
(דוקא)
בארץ עניי".
ד.
דאס איז דער טעם פארוואס אפרים איז - "יגדל ממנו"
(פון מנשה׳ן),
ווייל דער תכלית העילוי פון דער ירידה אין מצרים
(און גלות בכלל)
איז ירידה צורך עלי׳,
העכער ווי קודם הירידה,
(ניט נאר דער ניט-פארגעסן "בית אבי",
נאר
(בעיקר)
צו אויפטאן אין גלות),
אז עס זאל צוקומען א יתרון דורך דער ירידה - "הפרני אלקים בארץ עניי".
לאידך איז מנשה דער בכור.
ווייל אין "לידה" 16
(והתגלות),
דאס הייסט אין עבודה בגלוי ו בפועל - קומט מנשה פריער ווי אפרים: איידער מען קען אויפטאן אין "ארץ עניי"
(אז
(102,
133,
117,
0.
8)
">
(107,
192,
128,
0.
3)
">עם זאל זיין ״הפרני אלקים״)
- עשה טוב 17 ,
מוז מען זיך פריער באווארענען אז מען זאל ניט באווירקט ווערן פון דעם חושך הגלות - סור מרע 17
- דורך שטענדיק געדענקען
(און זיין פארבונדן מיט)
"בית אבי".
וויבאלד אבער אז די כוונה איז די עלי׳ - אפרים,
דעריבער איז אין ברכת יעקב 18
- די ברכה ונתינת כח מלמעלה 19
אויך דער עבודה דגלות -איז אפרים חשוב׳ר,
"וישם את אפרים לפני מנשה".
ה.
א טיפערע הסברה אין דעם:
אין דעם עילוי ויתרון וואס טוט זיך אויך אין א אידן דורך דער עבודה אין
(חושך ה)
גלות,
זיינען פאראן כמה ענינים:
א)
די ירידה רופט ארויס דעם תוקף הנשמה ניט צו באווירקט ווערן פון דעם חושך הגלות.
בדוגמא ווי א מנגד דוקא רופט ארויס מדת הנצחון 20 .
וע״ד מש״נ: צמאה לך נפשי גו׳
(ווייל ער איז)
בארץ צי׳ גו׳
(והלואי זאל זיין)
כן בקודש חזיתיך 21 .
ב)
טיפער דערפון: דורך א ירידה גדולה ברענגט זיך ארויס דער טיפערער תוקף פון נשמה,
וואס האט ניט קיינע הגבלות,
וואס מצד דעם האט ער בכח
[ניט נאר צו בלייבן גאנץ אז דער גלות פועל׳ט ניט קיין ירידה אין אים,
נאר אדרבה]
צו ווירקן אויף זיין ארום און אים אויפהויבן צו זיין דרגא,
ביז צו מהפך זיין דעם חושך הגלות לאור.
אבער די צוויי ענינים זיינען נאר אן עילוי ויתרון וואס קומט אין דער נשמה מצד עצמה ,
ס׳איז בלויז וואס אט דער עילוי
(וואס איז דא אין נשמה)
ווערט אנטפלעקט דוקא דורך דער עבודה אין גלות.
(102,
133,
117,
0.
8)
">
(107,
192,
128,
0.
3)
">עם קומט אבער צו אין דער נשמה
(מצד איר עבודה אין גלות)
נאך א הע-כערער ענין:
ג)
דורך דעם וואס מען מאכט איבער דעם חושך הגלות לאור ווערט אויפגע-טאן אין דער נשמה א יתרון וואס איז ניטא אין איר מצד עצמה - בדוגמת הבעל תשובה וועלכער האט אויך זכיות וועלכע זיינען געווארן מזדונות,
משא״כ בא א צדיק 22 .
ו.
דערמיט וועט מען פארשטיין דעם חילוק צווישן מנשה און אפרים:
ביידע זיינען קינדער פון יוסף,
זיי ברענגען ארויס זיין ענין - "יוסף" על שם "יוסף ה׳ לי בן אחר" 23 ,
דאס מיינט די הוספה וואס ווערט אויפגעטאן דורך דער עבודה אין גלות
(מאכן פון "אחר" - סט״א - א "בן" 24 )
; נאר אין דעם גופא זיינען פאראן די צוויי דרגות 25
:
״מנשה״ - דער תוקף הזכרון פון "בית אבי״
(כנ״ל)
- דער תוקף הנשמה וואס איז נתגלה געווארן ביי יוסף׳ן דורך זיין עבודה אין מצרים; "אפרים" ווייזט אבער אויפן יתרון האור וואס איז נמשך געווארן ״מן החושך״ עצמו - "הפרני אלקים
(דוקא)
בארץ עניי".
און היות אז דער העכסטער עילוי איז דער יתרון,
וואס ווערט נמשך מן החושך עצמו - דעריבער איז אפרים העכער פון מנשה.
ז.
לויט דעם ווערט אבער שווערער צו פארשטיין די שייכות פון מנשה צו יוסף און אפרים צו יעקב.
דלכאורה,
ע״פ הנ״ל האט געדארפט זיין פארקערט:
"מנשה",
וואס קומט דערמאנען אויף ״ בית אבי ״
(כנ״ל)
- דארף האבן מער שייכות צו יעקב׳ן,
און אפרים - "הפרני אלקים בארץ עניי״ - דארף זיין שייך צו יוסף׳ן,
צו דער הוספה וואס קומט צו דורך דער עבודה פון "יוסף ה׳ לי בן אחר" * 25 ?
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם הביאור אין פסוק 8
"ועתה שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים עד בואי אליך מצרימה לי הם אפרים ומנשה כראובן ושמעון יהיו לי״ - וואס דא איז ניט פארשטאנדיק 26
:
לכאורה וואלט געווען גענוג צו זאגן בקיצור "ועתה שני בניך אפרים ומנשה לי הם כראובן ושמעון יהיו לי".
וואס איז די אריכות אין פסוק "הנולדים לך בארץ מצרים עד בואי אליך מצרימה"?
וי״ל,
אז דאס איז ניט בלויז א סימן וועלכע פון די בני יוסף גייען אריין במנין השבטים - נאר דאס איז
(אויך)
א טעם והסברה ,
פארוואס זיי זיינען שייך צו יעקב׳ן
("לי הם")
: מצד דעם וואס זיי זיינען געבארן געווארן צו יוסף׳ן ״בארץ מצרים״,
און דערצו נאך - " עד בואי אליך מצרימה״,
איז דערפאר -"לי הם".
בפשטות: דורך דעם וואס חאטש זיי זיינען געבארן געווארן אין מצרים און זיך אויפגעהאדעוועט אין א סביבה וואו יעקב האט זיך ניט געפונען,
און פונדעסטוועגן האבן זיי זיך געפירט ווי יעקב׳ס איינעקלעך איז לי הם - אין דעם דריקט זיך אויס די אמת׳ע שלימות פון יעקב 27 .
ח.
עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין פארוואס אין דעם ענין האט יעקב מקדים געווען אפרים׳ען פאר מנשה׳ן
(כנ״ל סעיף ב׳)
:
וויבאלד אז מנשה ווייזט ווי ס׳ווערט ניט נפסק דער זכרון און די שייכות צו "בית אבי"
(כנ״ל בארוכה),
קומט אויס,
אז מצד דעם אופן העבודה איז ניטא דער אמת׳ער מצב פון " עד בואי אליך מצרימה״ - ווייל ס׳איז כסדר פאראן
(דער זכרון פון)
"בית אבי";
דער אמיתית המצב פון " עד בואי אליך מצרימה" איז אין אופן העבודה פון אפרים,
וואס באווייזט אז מ׳געפינט זיך "בארץ עניי",
עס זעט זיך ניט אן
(בחיצוניות)
זיין פארבונד מיט יעקב
("בית אבי")
- און פונדעסטוועגן איז ער עובד עבודתו באופן אז עס איז אין אים ניכר אז ער איז יעקב׳ס אן אייניקל.
ט.
עס איז מבואר אין חסידות 28 ,
אז יעקב איז מדת האמת וואס איז מבריח מן הקצה אל הקצה 29 ,
פון דעם קצה הכי עליון ביז דעם קצה הכי תחתון; און בפועל פירט זיך דאס אויס דורך יוסך׳ן - ווייל יעקב
(מצד עצמו)
איז מדריגתו אין אצילות,
העכער פון עולמות בי״ע,
און יוסף טראגט אראפ מדריגת יעקב
(אצילות)
אין עולמות בי״ע,
ביז אין עוה״ז התחתון
(קצה הכי תחתון ),
[וואס דאס איז דער טעם פנימי וואס דורך יוסף׳ן איז געווען די ירידה פון יעקב׳ן אין מצרים - מצרים וגבולים
(עולמות בי״ע)].
און אזוי אויך בנוגע דעם קצה העליון : דוקא דורך אתהפכא חשוכא
(פון עולמות בי״ע)
לנהורא - "יוסף ה׳ לי בן אחר " - ווערט דער יתרון האור מן החשך,
העכער פון אצילות
(מדריגת יעקב מצד עצמו) 30 .
דערמיט איז מען אויך מבאר 31
פאר-וואס די זיבעצן יאר וואס יעקב איז געווען אין מצרים זיינען געווען זיינע בעסטע יארן - " ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה" 32 .
ווייל דוקא דורך דער ירידה אין מצרים איז ער צוגעקו-מען צו זיין שלימות,
מבריח מן הקצה
(הכי עליון)
אל הקצה
(הכי תחתון).
יוד.
וויבאלד אז אפרים ומנשה פאר-נעמען מקום יוסף אין מנין השבטים -איז פארשטאנדיק,
אז זיי זיינען א "מעין" פון "
(תולדות יעקב)
יוסף" 33 ,
אויף צו אראפטראגן עניני יעקב אין ארמ״צ -און אין דעם איז דא אין זיי אן אויפטו לגבי יוסף:
ביי יוסף׳ן,
אויך ווי ער קומט אראפ אין מצרים
(עולמות בי״ע),
איז מאיר מדריגת יעקב - אצילות - בגילוי.
און וויבאלד אז אין זיין עבודה לייכט בגילוי די השפעה פון יעקב,
וואס איז העכער פון מצרים
(בי״ע) 34 ,
כנ״ל - איז מלכתחילה ניטא קיין ארט אויפן העלם והסתר פון מצרים,
אדרבה - ער איז שולט אויף מצרים;
קומט אויס,
אז מצד עבודת יוסף איז נאך ניט געווען די אמת׳ע ירידה
(און די עבודה)
אין דעם חושך פון מצרים ממש
[קצה הכי תחתון]
- ווי דער חושך איז א מנגד צום אור הקדושה,
[ע״ד ווי
(102,
133,
117,
0.
8)
">
(107,
192,
128,
0.
3)
">עם איז געווען אין פשטות,
אז כל זמן יוסף האט געלעבט האט ניט געקענט זיין קיין גזירות אויף אידן,
ס׳איז כאילו ווי מ׳איז נאך ניט אראפ אין מצרים; ערשט ווען ״מת יוסף״ איז "כאילו אותו היום נכנסו למצרים" *34 ]
;
דוקא דורך "שני בניך הנולדים לך בארמ״צ עד בואי אליך מצרימה״ - די עבודה אין אן ארט וואו
(102,
133,
117,
0.
8)
">
(107,
192,
128,
0.
3)
">עם זעט זיך ניט אן
(מדריגת)
יעקב,
אין דעם חושך פון מצרים וואס איז מעלים ומסתיר ומנגד צו קדושה - טוט זיך אויף די שלימות פון יעקב,
שמבריח מן הקצה
(הכי עליון)
אל הקצה
(הכי תחתון)
35 .
יא.
די דריי אופנים הנ״ל -
(א)
יעקב,
וואס מצד עצמו איז ער העכער פון מצרים,
(ב)
יוסף,
וואס באלייכט מצרים מיט דער השפעה פון יעקב;
(ג)
בני יוסף,
וואס דערלאנגען אין דעם חושך פון מצרים ווי ער איז מצד עצמו - זיינען מתאים,
בכללות,
צו די דריי ענינים הנ״ל
(סעיף ה׳)
אין דעם יתרון וואס ווערט אויפגעטאן דורך דער ירידה אין גלות:
אין דעם ערשטן ענין - אז מצד דעם תוקף הנשמה שלמעלה קען דער גלות ניט פועל׳ן קיין ירידה אין דער נשמה
(אבער
(102,
133,
117,
0.
8)
">
(107,
192,
128,
0.
3)
">עם ווערט ניט איבערגעמאכט דער חושך הגלות גופא)
- קומט אויס ,
אז ס׳איז כאילו ווי מען בלייבט בהבדלה,
העכער פון גלות
[בדוגמא צו יעקב׳ן 36
,
וואס מצ״ע איז ער העכער פון יורד זיין אין מצרים 37 ]
;
דער צווייטער ענין - אז לגבי דעם תוקף הנשמה איז ניט שייך קיין מנגד ובמילא ווערט אויך דער חושך הגלות נהפך לאור - איז בדוגמא צו עבודת יוסף 38
,
וואס טראגט אראפ מדריגת יעקב אין מצרים,
און די אתהפכא חשוכא לנ-הורא ווערט מצד דעם גילוי פון אצילות
( יעקב ) 39
אין בי״ע
(מצרים).
און דער יתרון האור וואס ווערט נמשך פון דעם חושך גופא - ווערט אויפגעטאן
(בעיקר 40
)
דורך דער עבודה אין דעם חושך פון מצרים וואו
(102,
133,
117,
0.
8)
">
(107,
192,
128,
0.
3)
">עם זעט זיך ניט אן די השפעה פון יעקב 35
-״בניך הנולדים לך בארמ״צ עד בואי אליך גו׳".
יב.
ע״פ כהנ״ל וועט מען פארשטיין די שייכות פון מנשה צו יוסף
(וואס דערפאר איז ער בכור יוסף),
און אפרים צו יעקב * 40
:
וויבאלד אז ענינו של מנשה איז צו מגלה זיין דעם זכרון פון "בית אבי"
(און דורך דעם איז ער מהפך דעם חושך פון מצרים)
- איז דאס בדוגמת 41
עבודת יוסף וואס טראגט אראפ
(בגילוי)
עניני יעקב אין בי״ע און דורכדעם ווערט די אתהפכא.
די שלימות פון יעקב איז אבער דוקא אין דעם יתרון האור מן החושך עצמו וואס ווערט אויפגעטאן דורך אפרים * 41
- "הפרני אלקים בארץ עניי".
יג.
אידן ווערן אנגערופן על שם יוסף - נוהג כצאן יוסף 42 .
איז דערפון מובן,
אז ביי יעדער אידן דארפן זיין ביידע עבודות,
סיי פון מנשה סיי פון אפרים 43
:
צום אלעם ערשטן דארף זיך א איד ווינטשן און גלוסטן צו זיין אין "בית אבי״ - צו זיין אין א מצב וואס איז העכער פון גלות; זיין אראפנידערן אין העלם העולם
(בכדי צו מברר זיין דעם גלות)
דארף זיין ווייל "אנוס על פי הדבור" 44
; ובמילא,
ווי נאר ער ענדיקט זיין שליחות אין דעם גלות־ארט וואו די השגחה עליונה האט אים געשיקט -"אנטלויפט" ער גלייך אין אן ארט וואו ער קען זיך אפגעבן אינגאנצן נאר מיט עניני קדושה,
תורה ועבודה 45 .
לאידך דארף מען אבער וויסן,
אז כל זמן ער איז אין זיין שליחות אין גלות,
טאר ער זיך ניט באנוגענען מיט דער עבודה פון מנשה - צו באווארענען
(נאר)
זיך אז ער זאל ניט פארגעסן "בית אבי" און ניט באווירקט ווערן פון דער סביבה -
די עבודה איז א הכנה צום תכלית המכוון,
אז עס זאל זיין "הפרני אלקים בארץ עניי״ 46
- באלייכטן דעם חושך הגלות מיט נר מצוה ותורה אור,
ביז צו מהפך זיין דעם חושך הגלות לאור,
ולילה כיום יאיר 47 .
(משיחת ש״פ ויחי תש״ל)