א.
"ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה ויהי ימי יעקב גו׳״ - פרעגט מען 1
: פארוואס דארף די תורה שרייבען בפירוש די צאל יארן וואס יעקב האט געלעבט אין מצרים?
ווי באלד ס׳שטייט שוין אין דער פריערדיקער סדרה 2
אז קומענדיק אין מצרים איז געווען "ימי שני מגורי שלשים ומאת שנה",
און אין דעם פסוק גופא זאגט די תורה "ויהי ימי יעקב שני חייו שבע שנים וארבעים ומאת שנה״ - איז דאך דערפון פארשטענדליך אז אין מצרים האט ער געלעבט שבע עשרה שנה.
למאי נפק״מ אויסטיילען באזונדער יעקב׳ם יארן אין מצרים?
ולאידך,
אויב מאיזה טעם שיהי׳ וויל די תורה אויסטיילען די יארן וואס ער האט געלעבט אין מצרים,
קומט עס דאך בהמשך צו דער פריערדיקער סדרה אז ער איז אלט געווען ק״ל שנה - איז דאך איבעריק לכאורה צו געבן דעם סך־הכל פון זיינע יארן?
דער חשבון איז קלאר פון זיך אליין.
פארענטפערן מפרשים 3
,
אז דערפאר טיילט די תורה אויס די צאל יארן וואס יעקב האט געוואוינט אין מצרים און זאגט דערויף "ויחי",
ווייל די ק״ל שנה ביז דעמאלט זיינען ביי יעקב׳ן ניט געווען גערעכנט ווי יארן פון לעבן .
און דער טעם איז ווייל "רעים היו ימי שני חיי",
פול מיט עמל ואנחה 4
: פריער זיין אנטלויפן פון עשו׳ן,
זיין געפינען זיך ביי לבן׳ען וואס ביום אכלני חורב וקרח בלילה ותדד שנתי מעיני 5
א.
א.
וו.
ביז צו מכירת יוסף.
קומענדיק אבער אין מצרים האט ער קיין צרות ניט געליטן; פארקערט,
ער האט דארט געלעבט א לעבן פון שלום ומנוחה זיצנדיק אין מיטב הארץ,
זעענדיק אז אלע זיינע קינדער זיינען גאנץ,
און יוסף אלס משנה למלך - דערפאר איז ערשט דעמאלט געווען " ויחי יעקב".
און די תורה איז כולל אלע זיינע יארן צוזאמען אינעם סך הכל פון די קמ״ז שנה,
בכדי אנצודייטן דערמיט אז די לעצטע זיבעצן גוטע יאר,
די "ויחי״־יארן 6 ,
האבן געמאכט פארגעסן דעם צער און עגמ״נ פון די אלע פריערדיקע יארן זיינע,
ביז זיי האבן אלע אויסגעזען ווי גוטע יארן: "כולן שוין לטובה".
עס איז אבער נאך אלץ ניט גלאטיק: אמת טאקע,
אז וויבאלד די לעצטע יארן זיינען געווען "בטובה" האבן זיי יעקב׳ן אזוי פארגיטיקט ביז צו מאכן עס פארגעסן די יסורים פון אלע פריערדיקע יארן; ווי קען מען אבער מוסיף זיין א סך הכל,
וואס איז באוואוסט - מער ניט כדי צו מדגיש זיין אז ״ כולן שוין ",
און נאכמער ״ כולן שוין לטובה ״ 7 ,
בשעת 130 יאר זיינען געווען "מעט ורעים"
( היפך הטוב),
און די 17 יאר זיינען געווען ויחי
(תכלית החיים והטוב)?
ב.
וועט מען דאס פארשטיין דורך מבאר זיין דברי המדרש 8
און פרש״י אין אנהויב פון אונזער סדרה.
דער מדרש זאגט: למה פרשה זו סתומה מכל הפרשיות של תורה אלא כיון שנפטר אבינו יעקב התחילה שעבוד מצרים על ישראל,
ד״א למה הוא סתומה מפני שבקש יעקב אבינו לגלות את הקץ ונסתם ממנו,
ד״א למה היא סתומה מפני שסתם ממנו כל צרות שבעולם.
די קשיא "למה פרשה זו סתומה" מיינט בפשטות - בפשוטו של מקרא -דאס וואס ס׳איז ניטא קיין ריוח פאר די ווערטער "ויחי יעקב" 9 ,
וויבאלד אז ס׳הויבט זיך אן א נייע סדרה - איז פארשטאנדיק אז דא,
ווי בא אלע אנדערע סדרות פון דער תורה 10 ,
דארף זיין א הפסק פאר דער התחלת הפרשה פון "ויחי יעקב".
ע״פ הנ״ל איז אין דעם ניט פארשטאנדיק:
די סתימה פאר די ווערטער " ויחי יעקב" האט לכאורה צום אלע ערשטן געדארפט אנדייטן אויף א סתימה למעליותא וואס "ויחי יעקב" האט גורם געווען,
דהיינו דאס וואס דעמאלט איז " סתם ממנו כל צרות שבעולם"?
נאך שטארקער איז די שאלה: אויך פאר דער סתימה,
דער סיום פון פ׳ ויגש דערציילט וועגן דעם גוטן מצב החיים פון בנ״י אין ארץ גושן,
עס איז געווען אין אן אופן פון "ויפרו וירבו במאד",
איז בשעת אז גלייך נאכדעם
(אן שום הפסק)
דערציילט דער פסוק "ויחי יעקב בארץ מצרים גו׳",
איז דאך די סברא מחייב אז מיט דער סתימה מיינט די תורה צו מדגיש זיין אז "ויחי יעקב גו׳" קומט בסמיכות אן קיין הפסק אין זיין תוכן
(הטוב)
מיטן סיום פון דער פריערדיקער פרשה 11
- איז פארוואס קומט דער טעם פון ,
סתם ממנו כל צרות שבעולם" אין מדרש אלס לעצטער פון די טעמים,
און די ערשטע
(ד.
ה.
-עיקר׳דיקע)
טעמים אויף סתימת הפרשה זיינען גאר ענינים וואס זיינען להיפך פון ,
ויפרו גו׳ ויחי יעקב בארץ מצרים"?
נאכמער איז שווער אין פרש״י על התורה: וויבאלד אז דרכו לפרש פשש״מ,
האט ער דאך לכאו׳ געדארפט אננעמען אלס עיקר דעם טעם הסתימה ביי ,
ויחי יעקב" וואס דריקט אויס אן ענין טוב אין שייכות צו ויפרו גו׳ און צו חיי יעקב
(כנ״ל - און ניט צו אן ענין פון היפך הטוב,
וואס איז פאראורזאכט געווארן דורך זיין פטירה - היפך ,
ויחי יעקב״)
-
איז ניט מובן: א)
דוקא אט דעם דריטן טעם אין מדרש ,
שסתם ממנו כל צרות וכו׳״
(אמנענטסטן צו פשטות המקרא)
בריינגט ניט רש״י,
ב)
אויך די צוויי טעמים פון מדרש,
וואס רש״י ברענגט יע,
האט ער זיי לכאורה געדארפט שטעלן אין א פארקערטן סדר 12
- לויטן צווייטן טעם איז די סתימה פארבונדן מיט חיי יעקב
(הגם אז די סיבה צו יעקב׳ם רצון צו מגלה זיין דעם קץ איז געווען דאס וואס ס׳איז געווען סמוך לפטירתו 13
,
איז עס אבער פארגעקומען בחייו),
בעת דער ערשטער טעם רעדט וועגן א זמן וואס איז נאך דער פטירה פון יעקב
(ובפרט,
אז אויך דער ענין לא־טוב איז דא נאך מער הארב ווי לויטן צווייטן טעם) 14 .
ג.
וועט מען דאס פארשטיין לויט דעם וואס מפרשים 15
פארענטפערן די קשיא אויף די צוויי טעמים: אויב דער טעם פון סתימת הפרשה איז ,
לפי שכיון שנפטר יעקב אבינו נסתמו כו׳״ אדער ווייל ,
שבקש לגלות את הקץ לבניו ונסתם כו׳״ - האט דאך די סתימה געדארפט זיין שפעטער אין די פסוקים וואו ס׳רעדט זיך וועגן סתימת הקץ אדער וועגן פטירת יעקב?
און מ׳פארענטפערט,
אז א סתימה אין מיטן סדרה איז ניט קענטיק ,
דאקעגן אין אנהויבס סדרה 16 .
בשעת די סתימה איז אין אנהויבס סדרה - וואס מיט א נייער סדרה הויבט זיך אן 17
א באזונדער ענין 18
- דארף דאך זיין א הפסק ריוח מער ווי ע״ד הרגיל - איז בשעת ס׳איז לגמרי ניטא קיין ריוח - ס׳איז סתום - און די ענינים שטייען דאך אין צוויי באזונדערע סדרות איז מסתבר לומר אז די סתימה ווייזט ניט אויף סתימת פון פרטיות׳דיקע פסוקים און ווערטער וואו די סתימה געפינט זיך,
נאר זי איז פארבונדן מיט כללות תוכן הסדרה
(און דערפאר ווערט זי נרמז בתור הקדמה צו דעם תוכן ה סדרה וכדלהלן).
און היות אז דער עיקר תוכן פון דער סדרה "ויחי" איז וועגן מאורעות וואס זיינען ניט בשייכות צום אופן החיים פון יעקב אבינו אין ארץ מצרים
[דאס ווערט דערציילט אין פ׳ ויגש,
אז יעקב ובניו זיינען געווען אין מיטב הארץ ביז צום סיום "ויפרו וירבו מאד" -]
נאר וועגן מאורעות וואס זיינען בקשר צו זיין פטירה ביז צו זיין פטירה בפועל
(פון "ויקרבו ימי ישראל למות" אין אנפאנג פרשה,
און דער המשך הענינים וועגן יעקב אבינו׳ס ברכות צו יוסף ובניו און דערנאך די ברכה לבניו - ענינים וואס זיינען שייך צום זמן שקודם הפטירה)
; ובפרט אז באלד בתחילת הסדרה ממש 19 ,
אין דעם ערשטן פסוק,
ווערט געבראכט דער סך-הכל פון כל שני חיי יעקב,
איז דערפון פארשטאנדיק אז מיט דער "פרשה סתומה" מיינט די תורה אנדייטן אויף א סתימה בקשר צו דעם תוכן כללי פון דער פרשה - פטירת יעקב.
ד.
דערמיט ווערן פארענטפערט ביידע אויבנדערמאנטע קשיות
(וואס רש״י איז משמיט דעם דריטן טעם,
און דער סדר פון די צוויי געבראכטע טעמים)
:
וויבאלד די סתימה איז פארבונדן מיט פטירת יעקב און מיט די פאסירונגען אין שייכות מיט דער פטירה,
האט במילא אין פשוטו של מקרא קיין ארט ניט אז די סתימה פון דער סדרה וואס רעדט וועגן פטירת יעקב זאל רומז זיין אויף ״שסתם ממנו כל צרות״: סיי אין זמן -"שסתם ממנו" איז געווען באלד באם קומען אין מצרים זיבעצן יאר פאר זיין פטירה; סיי אין תוכן - דער ענין פון "שסתם ממנו כל צרות שבעולם",
וואס איז תכלית החיות,
איז אין קעגנזאץ צום ענין הפטירה של יעקב.
דערפאר איז רש״י אינגאנצן משמיט דעם דריטן טעם 20 .
מטעם זה איז אויך קיין קשיא ניט וואס "שביקש לגלות" שטעלט רש״י אלס צווייטן טעם,
ווייל אין שייכות צו פטירת יעקב איז דער טעם "שנפטר כו׳" נענטער צו פשוטו של מקרא
(וויבאלד די פטירה גופא איז געווען די סיבה צו דער סתימה,
משא״כ "ביקש לגלות כו׳") 21 .
ה.
עס בלייבט אבער נאך ניט פארשטאנדיק
(בפנימיות הענין)
: פארוואס הויבט זיך טאקע אן די סדרה מיט ,
ויחי יעקב",
וויבאלד די גאנצע סדרה רעדט זיך וועגן דער פטירה פון יעקב און די פאסירונגען אין שייכות מיט איר?
הן אמת,
אז דער סך־הכל פון שני חיי יעקב קומט אין פארבינדונג מיט זיין פטירה,
ווי געזאגט פריער,
דערמיט ווערט אבער בלויז רעכט די שייכות פון צווייטן האלבן פסוק - ,
ויהי ימי יעקב גו׳״.
אבער דער ערשטער האלבער פסוק ,
ויחי יעקב בארמ״צ שבע עשרה שנה",
וואו עס ווערט דערציילט וועגן יעקב׳ם בעסטע יארן,
וואס פאר א קישור האט עס מיט פטירת יעקב?
לפי זה האט גאר די חלוקת הסדרות געדארפט זיין: ,
ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה" דאס האט געדארפט זיין דער סיום פון פ׳ ויגש,
וואו עס ווערט דערציילט ,
ותחי רוח יעקב אביהם" 22
און ,
וישב ישראל גו׳ ויפרו וירבו מאד" און ,
ויהי ימי יעקב גו׳״ - די התחלה פון פ׳ ,
ויחי".
נאך דארף מען פארשטיין: ווי גערעדט שוין אייניגע מאל 23
,
האט דער נאמען פון א סדרה א פארבונד מיטן תוכן פון דער גאנצער סדרה - היינט ווי אזוי ווערט די סדרה אנגערופן מיטן נאמען ,
ויחי" אין דער צייט וואס דער אינהאלט פון דער סדרה איז פטירת יעקב - היפך פון דעם ענין פון ,
ויחי" 24 ?
ו.
דער ביאור אין דעם: אמיתיות ענין החיים איז אזא חיים וואס איז אלעמאל חי - האט א קיום נצחי אן שינויים 25
; וואס דערפאר איז די אמת׳ע מציאות פון חיים פאראן נאר ביים אויבערשטן -דער מקור החיים.
ווי עס שטייט 26
,
והוי׳ אלקים אמת הוא אלקים חיים",
וואס ,
אמת״ איז א זאך וואס ווערט ניט נפסק
(נשתנה),
אויב אבער אין דעם איז דא א הפסק ווערט עס אנגערופן ,
כזב״
[ וואס דערפאר געפינט מען אז טייכן וואס ווערן אויסגעטריקנט איינמאל אין זיבן יאר ווערן זיי אנגערופן ,
נהרות המכזבין ״,
און זיי זיינען פסול לקידוש מי חטאת,
ווייל זיי זיינען ניט קיין ,
מים חיים " 27 ].
און דערפאר זאגן חז״ל 28
אז "חותמו של הקב״ה אמת",
ווארום "אמת" איז צונויפגעשטעלט פון דריי אותיות: אל״ף - דער ערשטער אות פון א״ב,
מ״ם - דער מיטלסטער אות,
תי״ו -דער לעצטער אות; וואס באווייזט אז ער איז אן קיינע שינויים,
כמ״ש 29
אני ראשון ואני אחרון ומבלעדי אין אלקים.
און דאס מיינט דער פסוק: "וה׳ אלקים אמת",
וויבאלד מהותו ית׳ איז "אמת",
וואס ווערט קיינמאל נישט נפסק און נשתנה ח״ו,
איז "הוא אלקים חיים",
איז ער ית׳ די אמת׳ע מציאות פון חיים .
משא״כ נבראים,
וויבאלד זיי זיינען ניט קיין אמת׳ע מציאות מצ״ע - זיי זיינען דאך נתהווה געווארן און זיינען בעצם הווים ונפסדים - איז במילא ביי זיי מצ״ע אויך ניט שייך קיין אמיתיות החיים,
סיידן דאן ווען דער נברא איז דבוק און פארבונדן מיט אלקות.
ומהאי טעמא ווערן אידן אנגערופן ״חיים״ 30
- צוליב זייער דביקות אין אלקות,
ווי עס שטייט 31
"ואתם הדבקים בהוי׳ אלקיכם חיים כולכם היום",
אז אויך זיי זיינען חי וקיים לעד בקיום עצמי 32 .
אבער בכדי אז אט דער אמת׳ער ״חיים״ - די דביקות באלקות - פון א אידן זאל זיך אנזעען אין עולם הזה הגשמי,
וואס פארשטעלט אויפ׳ן אמת פון עניני אלקות,
איז עס דוקא דורכדעם וואס ער גייט דורך די נסיונות און בלבולים און שטערונגען אין זיין דביקות און דאך בלייבט ער גאנץ און אומגעענדערט אין קיום התומ״צ - דעמאלט ווערט נתגלה מיט דער פולער קלארקייט זיין
(אמת׳ער)
חיות ווייל זיין דביקות באלקות קען ניט געענדערט ווערן.
ז.
לויט דעם איז פארשטאנדיק די שייכות פון "ויחי יעקב" צו דער כללות הסדרה
(וואס עיקר ענינה איז פטירת יעקב)
און אויך דער טעם וואס די גאנצע סדרה רופט זיך "ויחי":
במשך די אלע פריערדיקע יארן האט מען ניט געזען זיכער צי זיי זיינען יארן פון
(אמת׳ן)
"ויחי",
פון "ואתם הדבקים בה״א חיים וגו׳" 33
,
ובפרט אזא דביקות און חיים וואס איז בהתאם צו דרגת "האבות הן הן המרכבה״ 34
- ווארום דער כלל פון "אל תאמין בעצמך עד יום מותך" 35
איז דאך געזאגט געווארן אויך בשייכות צו צדיקים 36
(און בפרט אז יעקב אבינו האט בפירוש חושש געווען "שמא יגרום החטא" 37
)
; און דערפאר איז זיין דרגא פון דביקות במשך פון אלע יארן אויך אין א״י,
און דאס דורכגיין אזוי פיל צרות און יסורין,
נאך אלץ ניט געווען קיין גענוגנדיקער באווייז אויך זיין אמת׳ן "ויחי"; און אפילו אויך ניט דאס וואס ער האט געזען אז אויך זיינע קינדער ובני בניו זיינען צדיקים,
וויבאלד זיי האבן זיך געפונען אין א״י און מ׳קען ניט וויסן ווי זייער מצב קען זיין אין א פארגרעבטער לאנד -
בשעת אבער יעקב האט דערגרייכט דעם זמן פון סמוך לפטירתו ,
ובפרט אז אינצווישן איז געווען דער קומען אין מצרים און איבערצייגן זיך אז אויך וואוינענדיק אין ערות הארץ איז ער בשלימות הכי נעלה אין קיום התורה ומצות ביז דער לעצטער רגע פון זיין לעבן; און בפרט נאך ביים זעען דארט אז "מטתו שלימה",
אז אלע זיינע קינדער זיינען גאנץ אין זייער צדקות
[און אויך יוסף,
ניט קוקנדיק וואס "מלך הוא" און "נשבה בין הגוים",
איז "עומד בצדקו" 38
,
ביז אז אויך מנשה ואפרים,
וואס זיינען געבארן געווארן אין מצרים ערות הארץ,
זיינען ראוי לברכה,
און אויך אזוי פיל אז אידן בכל הדורות וועלן זיך בענטשן מיט זיי: "ישימך אלקים כאפרים וכמנשה" 39 ],
דאס ערשט האט מגלה געווען יעקב׳ם אמת׳ן חיות 40 ,
אז אויך אלע זיינע פריערדיקע יארן,
הגם בחיצוניות פול מיט יסורים און עגמ״נ,
זיינען בפנימיות געווען - "ויחי יעקב"; און דערפאר זיינען די לעצטע זיבעצן יאר אין מצרים א קלארער באווייז אז " כולן שוין לטובה".
ח.
דערמיט איז מובן וואס די סדרה ווערט אנגערופן "ויחי" הגם אז אין איר רעדט זיך ניט נאר וועגן די מאורעות פון יעקב סמוך לפטירתו נאר אויך פטירת יעקב און וועגן דעם זמן וואס נאכדעם:
די גמרא 41
זאגט אז "יעקב אבינו לא מת מה זרעו בחיים אך הוא בחיים",
און דערפאר שטייט ניט ביי יעקב׳ן דער ל׳ מיתה 42
,
וואס דער פירוש דערפון איז 43
: דער אמת׳ער חיים פון יעקב באשטייט אין דעם וואס ״זרעו בחיים״ -
ד.
ה.
להיות אז דער אמת׳ער ענין פון חיים איז דאס וואס דאס איז נצחיות׳דיק און קיים לעד 25
נע״ד ווי דאס איז,
כביכול,
בא דעם אויבערשטן דער מקור החיים,
צו וועמען אידן זיינען דבוק]
44
,
דעריבער זעט זיך אן דער אמת׳ער חיים פון יעקב דוקא ווען מען זעט די נצחיות׳דיקייט דערפון,
אויך נאך דעם ווי די נשמה גייט אוועק פון גוף; דאס מיינט אז ניט נאר דער חיות ודביקות בלייבט נצחיות׳דיק אין חיי הנשמה,
נאר אויך למטה אין עוה״ז 45
בלייבט דער אמת׳ער חיות פון יעקב׳ן - אין זיינע קינדער,
אז זיי לעבן דעם אמת׳ן חיים פון יעקב אבינו.
לויט דעם איז נאך געשמאקער דעם טעם וואס די סדרה ווערט אנגערופן ,
ויחי": דערמיט איז ניט בלויז מודגש אז אויך לאחרי פטירת יעקב איז נאך אלץ שייך צו זאגן ,
ויחי יעקב",
נאר נאכמער: דוקא דעמאלט,
לאחרי פטירתו,
איז ערשט קענטיק דער אמת׳ער נצחיות׳דיקער ,
ויחי יעקב".
ט.
מ׳האט פריער גערעדט אז מצד דעם וואס די סתימת הפרשה איז פארבונדן
(ניט מיט די ווערטער ,
ויחי יעקב",
נאר)
מיט דער
(התחלת ה)
סדרה - וואס איר תוכן איז פטירת יעקב און די ענינים וואס זיינען בשייכות דערמיט - איז רש״י משמיט דעם דריטן טעם פון מדרש ,
שסתם ממנו כל צרות שבעולם" און ברענגט בלויז די צוויי טעמים ,
שנפטר יעקב כו׳" און ,
שביקש לגלות את הקץ לבניו ונסתם ממנו",
וועלכע האבן א שייכות מיט פטירת יעקב.
ע״פ הנ״ל איז דאס אויך מתאים,
בפנימיות הענין,
מיט דעם וואס דוקא די סדרה פון פטירת יעקב ווערט אנגערופן ,
ויחי״ - ווארום דוקא דורך די צוויי פירושים ווערט ארויסגעבראכט און אונטערשטראכן,
אז דער אמיתית החיים איז נמשך געווארן אויך בבניו,
אז זייער אמת׳ער לעבן בגלוי איז געווען דער ענין פון קיום התומ״צ - דביקות אין אלקות;
דאס וואס אידן לערנען תורה און זיינען מקיים מצות אין א צייט ווען ס׳איז ניטא קיין שעבוד וגלות - איז עס ניט קיין גרויסער חידוש; נאכמער,
אפילו ווען אידן היטן אפ תומ״צ זייענדיק אין גלות,
אבער דער מצב פון גלות איז אזא אז מ׳פילט בגילוי דעם ,
קץ",
די גאולה - מ׳וויים בהשגה דעם קץ און ,
אויס גלות״,
דעם אויסגעלייזט ווערן און ארויס פון גלות - אויך אין דעם זאגט זיך נאך ניט ארויס דער שלימות׳דיגער ,
ויחי" פון אידן.
בשעת אבער דער שעבוד און צרת הגלות איז אזוי גרוים אז בשכל אנושי זעט מען גארניט ווי אזוי מ׳קען פון אים אויסגעלייזט ווערן - ,
נסתם הקץ״ -און דאך גלויבט מען באמונה שלימה אז די גאולה וועט קומען,
ביז "אחכה 46
לו בכל יום שיבוא",
און אין דעם מיצר און יסורי הגלות לערנט מען תורה און מ׳איז מקיים המצות - דא ווערט אפענערהייט אנטפלעקט אז תומ״צ איז דער אמת׳ער חיות פון אידן 47 .
ובמילא - איז פארשטאנדיק אז דוקא דורך דעם דריקט זיך אויס דער אמת׳ער חיות פון יעקב׳ן
(וכנ״ל ,
הוא בחיים" - דורך דעם וואס ,
זרעו בחיים״)
-,
ויחי יעקב".
דערמיט ווערט נאך בעסער פארשטאנדיק וואס רש״י ברענגט בלויז די ערשטע צוויי טעמים און ניט דעם טעם פון ,
שסתם ממנו כל צרות שבעולם",
ווייל פונעם קיום התומ״צ אין זמן פון ״שסתם ..
כל צרות" איז נאך קיין ראי׳ ניט אז דאס איז א חיות בלי שינוי; דער אמת׳ער "ויחי" ווערט נתגלה אין דער עבודה אין דעם זמן פון צרת השעבוד און סתימת הקץ.
און דעמאלט - ווען דער "ויחי" פון תורה ומצות טוט זיך אויף אויך אין זמן פון גלות ושעבוד,
ווערט נתגלה די כוונה פנימית און דער תכלית פון דעם גלות און צרת השעבוד,
אז דוקא דורך דעם קומט מען צו צו די גילויים פון דער גאולה בתכלית השלימות.
יו״ד.
דערמיט ווערט אויך פארשטאנדיק דער פנימיות׳דיקער טעם פארוואס ס׳איז נסתם ממנו הקץ 48
; וואלט דער קץ נתגלה געווארן,
וואלט דעמאלט געפעלט אין דעם ענין פון תוקף הגלות,
ובמילא - אויך אין דער שלימות הגאולה וואס קומט דורכן גלות.
עפ״ז קען מען אויך מבאר זיין וואס רש״י זאגט ,
שביקש לגלות את הקץ לבניו ונסתם ממנו".
דלכאורה,
רש״י קומט דאך מבאר זיין דעם טעם פון דעם וואס ,
פרשה זו סתומה ",
וואלט דאך געווען גענוג ער זאל זאגן ,
שנסתם ממנו הקץ".
וואס איז דא נוגע צו דערציילן אז ,
ביקש לגלות את הקץ"?
נאר אין דעם איז מרומז,
אז אדרבה,
דוקא דורכן ,
נסתם ממנו" האט זיך אויסגעפירט זיין בקשה ,
לגלות את הקץ לבניו": די סתימת הקץ איז ניט קיין העלם צוליב העלם ח״ו,
נאר איר תכלית איז בכדי אז דורך איר זאל שפעטער ארויסקומען דער גילוי הקץ,
כנ״ל.
און דאס מיינט ,
ביקש לגלות את הקץ לבניו ונסתם ממנו": בשעת יעקב האט געוואלט ממשיך זיין און מגלה זיין לבניו די גאולה,
איז בכדי אז בניו זאלן דאס האבן בשלימות,
איז געווען סתימת הקץ,
און דאס איז געווען די הכנה,
אז דערנאך זאלן זיי מקבל זיין דאס וואס ביקש יעקב לגלות - די גילויים פון דער גאולה העתידה 49 .
(משיחת ש״פ ויחי תשכ״ה)