א.
אויף די ווערטער „ויאחזו בה”
(אין לעצטן פסוק פון אונזער פרשה -„וישב ישראל בארץ מצרים בארץ גושן ויאחזו בה ויפרו וירבו מאד”)
- זיינען פאַראַן צוויי פירושים:
א)
דער פירוש פון „ויאחזו” לויטן פשט פון פסוק,
ווי רש”י 1
טייטשט: לשון אחוזה 2
;
ב)
דער פירוש פון מדרש 3
: הארץ היתה אוחזת בהם ותופסת אותם ..
כאדם שבעל כרחו
(אחז)
אחוז בה
(ד.
ה.
אַז „ויאחזו” איז פון לשון אחיזה האַלטן).
[דער הכרח אין פשט צו דער שלילה פון פירוש „ל’ אחיזה”: פון המשך הפסוק „וישב גו’ ויאחזו בה ויפרו גו’” איז משמע אַז מיט די ווערטער „ויאחזו בה” מיינט די תורה צו אונטערשטרייכן דעם אופן פון זייער באַזעצן זיך אין ארץ גושן אַז ער איז געווען אַזאַ וואָס האָט געבראַכט צו „ויפרו וירבו מאד” - קען מען ניט ע”ד הפשט לערנען כפירוש המדרש,
אַז זייער התיישבות איז געווען אין אַן אופן פון „בעל כרחו”
(וואָס פירט ניט צו „ויפרו גו’”)
; מען קען אויך ניט טייטשן „ויאחזו בה” מל’ אחיזה - אַז אידן האָבן איר געהאַלטן
(דורך איר באַזעצען)
- ווייל דאַן האָט געדאַרפט שטיין „ויאחזו דער אלף מיט אַ חולם בה”,
און ניט „ויאָחזו בה” -אלף - מיט אַ קמץ - אַז זיי זיינען דורך איר געהאַלטן געוואָרן].
שוין פיל מאָל גערעדט 4 ,
אַז אויב ס’זיינען דאָ מערערע פירושים פון רז”ל אויף דעם זעלבן וואָרט
(אָדער ענין),
מיינט עס ניט אַז זיי זיינען אינגאַנצן מחולק צווישן זיך,
נאָר אדרבא,
וויבאַלד זיי זיינען פירושים אין זעלבן וואָרט,
מוז מען זאָגן אַז זיי האָבן צווישן זיך אַ געוויסע שייכות.
אָבער - די צוויי אויבנדערמאָנטע פירושים זיינען לכאורה
(ניט בלויז ניט שייך צווישן זיך,
נאָר נאָכמער)
היפך’דיק
(אין תוכן)
איינער פון צווייטן: לויטן פשט פון פסוק,
זיינען די ווערטער „ויאחזו בה” מדגיש אַז די התיישבות פון בני ישראל אין ארץ גושן איז געווען אין אַן אופן וואָס זי איז געוואָרן זייער לאַנד,
זייערע אַן אחוזה; און לויטן פירוש המדרש קומט אויס,
אַז די הדגשה איז דאָ פאַרקערט - די בנ”י זיינען „נאחז” געוואָרן פון ארץ מצרים „בעל כרחם”?
ב.
וועט עס ווערן מובן נאָכן מבאר זיין דעם
(פריערדיקן דיבור פון)
פירוש רש”י אויף’ן התחלת הכתוב וואָס איז אַ הקדמה צו „ויאחזו בה” וואו ער שטעלט זיך אויף די ווערטער „וישב ישראל בארץ מצרים” און איז מפרש: „והיכן,
בארץ גושן 5
שהיא מארץ מצרים”.
מפרשים 6
זאָגן,
אַז רש”י קומט באַוואָרענען די שאלה: פון לשון „בארץ מצרים בארץ גושן” איז משמע אַז זיי זיינען צוויי באַזונדערע ארצות - דעריבער זאָגט רש”י „והיכן בארץ גושן”: ס’איז כאילו ווי אין פסוק שטייט „בארץ מצרים והיכן בארץ גושן”.
ס’איז אָבער ניט מובן:
א)
פאַרוואָס דאַרף רש”י מוסיף זיין „שהיא מארץ מצרים” - דאָס פאַרשטייט מען דאָך פון דעם המשך „וישב ישראל בארץ מצרים - והיכן בארץ גושן”?
ב)
עד”ז קען מען פרעגן אין פסוק גופא: צו וואָס דאַרף דער פסוק זאָגן „בארץ מצרים ” און דערנאָך אויסטייטשן „בארץ גושן ” - עס איז גענוג „בארץ גושן”,
און מ’ווייס שוין אַז דאָס איז אין ארץ מצרים,
וויבאַלד עס שטייט פריער אין דער פרשה 7
בפירוש אַז ארץ גושן איז אַ טייל פון ארץ מצרים?
ג)
אויב רש”י וויל בלויז מבאר זיין די אריכות הלשון בכתוב „בארץ מצרים בארץ גושן” - פאַרוואָס איז ער מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער „וישב ישראל”?
ג.
דער ביאור אין דעם: רש”י איז דאָ אויסן צו באַוואָרענען די סתירה אויפן תוכן הפסוק פון אַ פריערדיקע פרשה: ביים ברית בין הבתרים 8
האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו אברהם’ען „כי גר יהי’ זרעך בארץ לא להם גו’ ואחרי כן יצאו גו’”,
ד.
ה.
אַז איידער די בני ישראל וועלן גיין קיין ארץ ישראל וועלן זיי מוזן פריער אָפּקומען גלות דורך זיין אַ „ גר גו’ בארץ לא להם” - אָבער ווי איז שייך צו זאָגן אַז בנ”י זיינען דעם גלות אָפּגעקומען מיט זייער געפינען זיך אין מצרים,
בעת מיר זעען דאָ אין פסוק אַז זיי האָבן זיך דאָרט באַזעצט
(„וישב” - פון לשון „תושב” - היפך פון „גר” 9 )
און דערצו נאָך - אין ארץ גושן
(וואָס איז געווען ווי עס שטייט פריער אין פסוק 7
„מיטב הארץ”),
און אין אַן אופן
(ווי דער פסוק איז דאָ מסיים)
פון „ ויאחזו בה - לשון אחוזה ”: ס’איז געוואָרן זייערע אַן אחוזה 10 ?
[און דעריבער איז רש”י מעתיק אויך די ווערטער „וישב ישראל” - ווייל די שוועריקייט אין פסוק איז,
ווי געזאָגט,
אין דעם אופן פון ישראל’ס „וישב” 11
אין ארץ גושן].
די קשיא באַוואָרענט
(דער פסוק,
וואָס איז מבואר אין פירוש)
רש”י דורך מוסיף זיין די ווערטער
(„בארץ מצרים” -)
„ שהיא מארץ מצרים “: סוף־סוף איז אויך ארץ גושן אַ חלק פון ארץ מצרים 12
און ניט ארץ כנען; און דערפאַר ווערט זייער באַזעצן זיך אין ארץ גושן פאַררעכנט אַלס גלות,
ווייל מיט דעם גופא וואָס זיי געפינען זיך ניט אין ארץ כנען
( זייער „ ארץ “ 13 )
זיינען זיי אַ „ גר גו’ בארץ לא להם “ 14 .
ד.
עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק
(עכ”פ בפנימיות הענינים 15 )
: ס’איז ידוע 16
אַז די כוונה פון גלות מצרים איז געווען אַז אידן זאָלן דאָרט אויסגעלייטערט ווערן אין זיין ראוי צו קבלת התורה און אַריינקומען דערנאָך אין ארץ ישראל - היינט ווי האָט זיך פאָרט אויסגעפירט אָט די כוונה
(די לייטערונג)
פון גלות און שעבוד מצרים דורך דעם ענין פון: וישב ישראל גו’?
די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער לויט ווי דער ענין פון „ויאחזו בה” ווערט מבואר אין חלק הדרש שבתורה -ובהקדים:
פון דעם וואָס שטייט אין פסוק „ויאחזו בה - לשון אחוזה ” דאַרף אויסקומען אַז ארץ גושן איז געווען
(און במילא געבליבן)
אַן אחוזה וירושה ביי אידן,
וואָס לכאורה איז דאָס אינגאַנצן ניט מובן: ווי איז שייך צו זאָגן אויף אַ חלק פון ארץ מצרים אַז דאָס איז אַן אחוזה וירושה לבני ישראל?
ארץ כנען איז אַ ירושה פאַר אידן,
ווי עס שטייט 17
„לתת לך את הארץ הזאת לרשתה” - אָבער ניט ארץ מצרים 18
!
[אין דרך הפשט איז עס טאַקע קיין קשיא ניט,
וואָרום וויבאַלד דאָס באַזעצן זיך אין ארץ גושן האָט זיך געצויגן
(די גאַנצע צייט פון גלות מצרים 19 )
רד”ו 20
שנה - איז מתאים אין פשטות אויף דעם דער לשון „אחוזה”; אָבער לויטן דרך הדרש פון תורה,
וואָס איז מדגיש דעם דרוש און תוכן פנימי,
איז פאָרט ניט גלאַטיק].
דער רד”ק אין ספר יהושע 21
ברענגט בשם ה„דרש”,
אַז דאָס וואָס עס שטייט דאָרט 22
אַז יהושע האָט איינגענומען „את כל ארץ הגושן”,
מיינט עס טאַקע „גושן של ארץ מצרים והיא נבלעת בתוך ערי ישראל”
(און דערפאַר רעכנט עס דער פסוק דאָרט 23
צווישן די שטעט פון נחלת בני יהודה).
לויט דעם וואָלט מען לכאורה
(עכ”פ ע”ד הדרש)
געקענט מסביר זיין דעם לשון „ויאחזו בה”,
אַז דאָס וואָס ארץ גושן איז געוואָרן אַ ירושה ביי אידן,
איז דאָס דערפאַר וואָס זי איז „נבלע” געוואָרן בתוך ערי ישראל אין זמן פון יהושע.
ס’איז אָבער שווער אַזוי צו איינלערנען,
ווייל וואָס פאַר אַן אָרט האָט צו זאָגן,
אַז אין דער צייט פון דעם פסוק וישב ישראל וגו’ זאָל שוין אָט די התיישבות אין ארץ גושן אָנגערופן ווערן מיטן נאָמען „אחוזה” דערפאַר,
וואָס מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער וועט ארץ גושן נבלע ווערן
(דורך כיבוש יהושע)
צווישן די ערי ישראל?
איז דער ביאור אין דעם: עס שטייט אין מדרש 24
אַז פרעה האָט שרה’ן געגעבן „ארץ גושן לאחוזה” און „לפיכך ישבו ישראל בארץ גושן שהיא של שרה אמנו”.
קומט דאָך אויס,
אַז אידן האָבן באַקומען ארץ גושן בירושה
(פון שרה) 25 .
דערמיט ווערט אָבער נאָך שטאַרקער די קשיא: ווי זיינען עס די בנ”י אָפּגעקומען דעם גלות מצרים דורך זייער געפינען זיך אין ארץ גושן,
בשעת גושן האָט געהערט צו זיי אַלס ירושה און זיי זיינען במילא ניט געווען „גר גו’ בארץ לא להם”?
ה.
וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם וואָס עס איז מבואר אין תורה אור 26 ,
אַז די אַלע פרטי העבודה פון גלות מצרים - „בעבודה קשה בחומר ובלבנים גו’” 27
- זיינען פאַראַן אויך אין רוחניות’דיקן זין,
אין עסק התורה,
ווי עס שטייט אין זוהר 28
: „בעבודה קשה זו קושיא בחומר דא קל וחומר ובלבנים דא לבון הלכה וכו’” 29 .
און בשעת אַ איד טוט און האָרעוועט אין דער עבודה קשה פון תורה,
קומט ער אָפּ דערמיט די „עבודה קשה וגו’” פון גלות מצרים,
און ער דאַרף דאָס ניט טאָן בגשמיות.
[ווי די משנה 30
זאָגט: „כל המקבל עליו עול תורה” - וואָס דער דיוק אין דעם איז „ עול תורה”: ער איז אויף זיך מקבל דעם יאָך
(די עבודה קשה כו’ הנ”ל בזוהר)
פון תורה - איז „מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ”].
עד”ז קען מען מסביר זיין בעניננו: אויך זייענדיק אין ארץ גושן זיינען די בנ”י אָפּגעקומען
(און אויפגעטאָן אין די ענינים פון)
דעם גלות ושעבוד מצרים מיט זייער יגיעת התורה אין דעם „בית־התלמוד” וואָס יעקב ובניו האָבן אויפגעשטעלט 31 .
און דאָס איז אויך דער רמז
(ע”ד יינה של תורה)
בביאור פון פרש”י „ויאחזו בה - לשון אחוזה”: דער גלות מצרים אין זיין ערשטער תקופה ווען די אידן האָבן זיך דאָרט באַזעצט
(„וישב ישראל”),
איז ניט געווען פאַרבונדן מיט עבודה קשה וכו’ בגשמיות; אדרבה,
דעמאָלט איז עס געווען אין אַן אופן וואָס ס’האָט זיך אָנגעהערט אַז דאָס איז „מיטב הארץ”,
און אַז זיי זיינען דאָרט אין זייער אחוזה: אַלע האָבן געוואוסט און אַנערקענט אַז אידן געפינען זיך אין זייער אַן אייגן לאַנד,
וואו זיי פירן זיך ווי זיי ווילן
(ניט זייענדיק אונטערוואָרפן דעם שעבוד מצרים)
; און דער שעבוד הגלות האָט זיך אויסגעדריקט בלויז אין דער עבודה קשה פון תורה.
ו.
עס פאָדערט זיך אָבער נאָך ביאור: וויבאַלד סוף־סוף האָבן אידן גע’ירשנט
(לויטן פירוש המדרש)
ארץ גושן פון שרה - היינט ווי קען עס פאָרט פאַררעכנט ווערן אַלס גלות „בארץ לא להם “?
איז דער ביאור אין דעם: כאָטש ארץ גושן האָט געהערט צו אידן מצד דער ירושה פון שרה’ן,
דאָך האָט זי ניט פאַרמאָגט אין זיך די דרגת הקדושה 32
וואָס ארץ ישראל האָט אין זיך 33
- „ארץ אשר גו’ עיני ה’ אלקיך בה וגו’” 34
;
און אין דעם איז באַשטאַנען דער גלות „בארץ לא להם” בעת זייער התיישבות אין ארץ גושן
(אויך אין דער ערשטער תקופה)
: אידן האָבן זיך מצטער געווען אויף דעם וואָס זיי געפינען זיך אין אַן אָרט וואָס איז ניט קיין „ארץ אשר גו’ עיני ה”א בה גו’”,
און דערמיט גופא איז זי „ארץ לא להם” - ניט די חשיבות און קדושה וואָס איז ראוי „להם”; און מיט דעם צער גופא זיינען זיי אָפּגעקומען אַ טייל פון דעם שעבוד און מיצר פון גלות מצרים.
ז.
אָבער הגם אַז דער אָנהויב פון זייער גלות אין מצרים איז געווען אין אַן אופן פון „ויאחזו בה” כנ”ל,
איז אָבער דאָס אַליין שוין געווען אַ ירידה 35
לגבי זייער מצב און מדריגה 36
בעת זיי זיינען געווען אין ארץ כנען; און דאָס האָט געגעבן אַן אָרט אַז זיי זאָלן שפּעטער דאַרפן דורכגיין דעם גלות ושעבוד מצרים כפשוטו.
ד.
ה.
אַז נאָך דעם סיום פון אָט דער ערשטער תקופה,
אינעם זמן ווען „וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא” 37
- וואָס צוליב דעם האָט אָנגעהויבן פעלן די יגיעה בתורה אינעם „בית־תלמוד” של יעקב ובניו
(און עס האָט זיך אָנגעהויבן פאַרגעסן דער צער פון דעם זיין „בארץ לא להם” 38 ),
האָט זיך דאַן אָנגעפאַנגן 39
דער שעבוד מצרים 40
כפשוטו,
ביז עס האָט זיך אויסגעזען „כאילו אותו יום נכנסו למצרים” 41
: מ’האָט גענומען פאַרגעסן אַז דאָס לאַנד געהערט צו אידן,
און מ’האָט אָנגעהויבן פילן די ביטערקייט פון מיצר און גלות.
און דאָס איז רש”י אויסן צו מדגיש זיין בפירושו: „וישב ישראל בארץ מצרים - והיכן בארץ גושן שהיא מארץ מצרים ”: אין אָנהויב איז דער גלות מצרים טאַקע געווען
(„והיכן”)
אין אַן אופן פון „ארץ גושן” - מיטב הארץ כו’; אָבער לאידך דאַרף מען וויסן „שהיא מארץ מצרים ”: דאָס גופא וואָס אידן האָבן זיך געדאַרפט באַזעצן אין ארץ גושן מיינט שוין אַ ירידה אין ארץ מצרים; און נאָכמער,
„ארץ גושן” אַליין איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם ערגסטן גלות מצרים
(„שהיא מארץ מצרים”)
: בשעת מ’האָט ניט אויסגעניצט דעם מיטב הארץ פון ארץ גושן אין עבודת ה’,
ואדרבה,
דער „וישמן” האָט געפירט צום „ויבעט” 42
- איז אין ארץ גושן גופא
(וואו די אידן האָבן געלעבט בכל משך זמן הגלות,
כנ”ל)
געוואָרן דער שעבוד מצרים כפשוטו.
ח.
דער אויבנדערמאָנטער
(ס”ד)
פירוש אין „ויאחזו”
(ל’ אחוזה),
אַז אידן האָבן גע’ירשנט ארץ גושן,
איז אויך מתאים מיטן אויפטו פון גלות מצרים בפנימיות הענינים;
און פון דעם איז אויך פאַרשטאַנדיק,
אַז כאָטש לויטן דרך הפשט מוז ניט דער ל’ אחוזה אַנטהאַלטן דעם תוכן פון ירושה
(אַז אידן האָבן גע’ירשנט ארץ גושן)
- איז אָבער רש”י מרמז
(מיט די ווערטער „ל’ אחוזה”)
אויפן תוכן פון ירושה - אין „ יינה של תורה” וואָס איז פאַרבאַהאַלטן אין פי’ רש”י.
דער ביאור אין דעם: די כוונה פון גלות 43
מצרים איז געווען אַז אידן זאָלן מברר זיין און מיטנעמען מיט זיך די ניצוצות הקדושה וואָס געפינען זיך אין מצרים; און דאָס איז דער תוכן פנימי פון „וינצלו את מצרים” 44
-וואָס די חז”ל 45
טייטשן „עשאוה כמצודה שאין בה דגן כו’ כמצולה שאין בה דגים” - אַז די אידן האָבן מברר און מעלה געווען די ניצוצי הקדושה פון עולם התהו וואָס האָבן זיך געפונען אין ארץ מצרים 46 .
און דאָס איז רש”י מרמז מיט „ויאחזו בה - לשון אחוזה” 47
: די כוונה און תכלית פון „וישב ישראל בארץ מצרים”
(גלות מצרים)
איז געווען,
אַז אידן זאָלן דאָרטן
(דורכדעם)
יורש זיין די
(ניצוצות פון)
אורות דתהו.
וכידוע מאמר כ”ק מו”ח אדמו”ר 48 ,
אַז סדרי הירושה ביי אוה”ע איז ע”ד דכתיב 49
„ובן אין לו גו’ ונתתם את נחלתו לאחיו” 50 ,
און וויבאַלד אַז „הלא אח עשו ליעקב” 51
-זיינען אידן יורש די אורות דתהו.
ט.
עפ”י כהנ”ל איז מובן דער קשר צווישן די ב’ פירושים אין „ויאחזו בה”:
לויטן פשט הכתוב איז „ויאחזו” פון לשון אחוזה - וואָרום אין פשטות
(וחיצוניות הענינים)
האָט זיך נאָך דאַן אין זמן פון פ’ ויגש,
ניט אָנגעהויבן דער שעבוד פון גלות מצרים; ואדרבה,
דעמאָלט האָט זיך נאָך אָנגעזען אַז ארץ גושן איז אַן אחוזה ביי די בנ”י,
כנ”ל;
אָבער לויטן מדרש,
וואָס טייטשט אויס דעם דרש ופנימיות פון יעדער ענין 52 ,
איז „ויאחזו” פון ל’ אחיזה ,
אַז „הארץ היתה אוחזת בהם ותופסת אותם ..
שבעל כרחו
(אחז)
אחוז בה”: וויבאַלד אַז אין תוך איז די התיישבות אין ארץ גושן געווען אַן ענין פון ירידה למצרים
(„שהיא מארץ מצרים”),
און
(נאָכמער)
אַ נתינת מקום צו שעבוד מצרים כפשוטו,
כנ”ל -איז שוין במילא די ירידה לארץ גושן געווען בהעלם ובפנימיות אין אַן אופן פון „הארץ היתה אוחזת בהם ותופסת אותם ..
שבעל כרחו
(אחז)
בה”.
און די פנימיות’דיקע כוונה און טעם פאַרוואָס עס מוז זיין דער ענין פון „ויאחזו בה”,
לויטן פירוש פון מדרש
(אַז „הארץ היתה אוחזת כו’ אותם”)
איז מרומז אין „יינה של תורה” וואָס אין פרש”י 53
: דער מכוון פון זייער מוזן זיין בגלות מצרים
(כפירוש המדרש)
איז אָנגעדייט אין „לשון אחוזה”: בכדי זיי זאָלן יורש זיין „כל הטוב בניצוצות דתהו שנפלו בשבירה” 54
אין מצרים - „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול” 55 .
(משיחת ש”פ ויגש תשכ”ה)