א.
אויפן פסוק 1
„ומקצה אחיו לקח חמש אנשים ויציגם לפני פרעה”,
איז רש”י מפרש: „מן הפחותים שבהם לגבורה שאין נראים גבורים שאם יראה אותם גבורים יעשה אותם אנשי מלחמתו”,
און ברענגט צוויי דיעות ווער זיינען עס געווען די חלשים שבשבטים: „ראובן שמעון לוי יששכר ובנימין אותם שלא כפל משה שמותם כשברכם אבל שמות הגבורים כפל
(און ער רעכנט זיי אויס בפרטיות 2 )
זהו לשון ב”ר 3
שהיא אגדת א”י,
אבל בגמרא 4
בבלית 5
שלנו מצינו שאותן שכפל משה שמותם הם החלשים 6
ואותן הביא לפני פרעה 7
וכו’
(און פירט אויס)
ובברייתא דספרי שנינו בה בוזאת* 7
הברכה 8
כמו בגמרא 4
שלנו”.
איז ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
דאָס וואָס רש”י דאַרף בריינגען פון רז”ל ווער פון די שבטים זיינען געווען די חלשים און ווער די גבורים,
איז מובן,
וואָרום פון פשש”מ דאָ קען מען דאָס ניט וויסן - וואָס איז אָבער בפשוטו של מקרא דאָ נוגע דער ווייטערדיקער ביאור,
די אריכות ופרטים אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט „לא כפל שמותם כשברכם” אָדער „כפל וכו’”?
ובפרט אַז רש”י צייכענט אָן,
סיי ווי סיי,
דריי ספרים אַלס מקור איז -הרוצה יבוא ויראה.
ב)
פון דעם וואָס רש”י בריינגט צוויי דיעות
(הפכיות)
פון רז”ל איז מוכח,
אַז אין פשש”מ דאָ איז ניטאָ קיין הכרעה צווישן די דיעות
(ס’איז נאָר וואָס אין ערשטן פירוש איז דאָ אַ געוויסער יתרון לגבי דעם צווייטן און דעריבער בריינגט ער אים פריער)
- איז דאָ אויף דעם אַ צווייענדיקע תמי’:
(א)
אין וזאת הברכה 9
זאָגט רש”י מפורש אַז „חמשה שבטים שבירך באחרונה זבולון גד דן נפתלי ואשר כפל שמותיהם לחזקם ולהגבירם לפי שהיו חלשים שבכל השבטים הם הם שהוליך יוסף לפני פרעה שנאמר ומקצה אחיו לקח חמשה אנשים”,
ד.
ה.
אַז אין פשש”מ
(וויבאַלד ער זאָגט עס בסתם,
אָן דער באַוואָרעניש דורך זאָגן „רבותינו דרשו” וכיו”ב)
איז ער דאָרט מכריע
(און ווי די צווייטע דיעה)?
(ב)
אין פ’ מטות 10
ודברים 11
זאָגט רש”י ובפשטות - אַז שבט גד איז געווען צווישן די וואָס „גבורים היו” -פאַרקערט ווי ער זאָגט אין וזאת הברכה אַז
(עפ”י פשש”מ )
גד איז געווען פון די חלשים 12 ?
מ’קען אויף דעם ניט ענטפערן,
אַז אין יעדן פאַל באַזונדער איז רש”י מפרש לויט ווי עס איז מוכרח אין פשש”מ על אתר
[און אין פ’ מטות ודברים איז על פי פשש”מ מוכרח אַז שבט גד איז געווען פון די גבורים,
און אין וזאת הברכה מוז מען זאָגן אַז שבט גד איז געווען צווישן די פינף שבטים חלשים,
און אין פשש”מ דפרשתנו איז ניטאָ קיין הוכחה המכריעה],
וואָרום ווי גערעט כמה פעמים
(און ס’איז אַ דבר המובן מאליו,
אַז עס)
קען ניט זיין אַז דער פירוש ע”פ פשש”מ אין איין אָרט זאָל זיין בסתירה צום פי’ ע”פ פשש”מ אין אַ צווייטן אָרט 13 .
ב.
דער ביאור בנוגע דעם שינוי הנ”ל פון פרש”י דאָ און זיין פי’ אין פ’ מטות ודברים:
דאָס וואָס מען געפינט אַז אין איין אָרט בריינגט רש”י צוויי פירושים און אין אַ צווייטן פסוק איז ער מפרש נאָר לויט איין פירוש,
קען עס זיין צוליב צוויי סיבות: א)
ברובא דרובא - לויטן געבראַכטן פירוש איז פאַראַן אַ שוועריקייט אין
(צווייטן)
פסוק באַוואָרנט עס רש”י בפירושו,
משא”כ לויטן צווייטן
(ניט געבראַכטן)
פירוש איז דער פסוק מובן בפשטות און עס פאָדערט זיך ניט קיין באַוואָרעניש.
ב)
סיבה הפכית -ווייל במקום זה איז פון פשש”מ משמע לויט ווי דער
(געבראַכטער)
פירוש
(אָבער עס איז ניט מוכרח ,
ווייל מ’קען דאָ איינלערנען אויך לויטן אַנדערן פירוש).
ועד”ז
(סיבה הב’)
בנדו”ד: בפרשתנו איז טאַקע ניט מוכרח ווער עס זיינען געווען די חלשים און ווער די גבורים,
אָבער אין פ’ מטות און דברים איז משמע אַז בני גד 14
זיינען געווען גבורים
(וואָרום אויב ניט וואָלטן זיי ניט מציע געווען „ואנחנו נחלץ חושים לפני בני ישראל” און משה רבינו וואָלט ניט אָנגענומען זייער הצעה און נאָך דערצו אָנזאָגן זיי בלשון ציווי „חלוצים תעברו לפני אחיכם בני ישראל”).
[און במילא קען מען ניט זאָגן אַז דאָס וואָס רש”י איז מפרש בפ’ מטות ודברים אַז בני גד זיינען געווען גבורים איז עס צוליב דעם וואָס שפּעטער „כפל משה שמותם” אין זיין ברכה 15
- ובפרט אַז די ראי’ פון רש”י אַז „גבורים היו” איז ניט נאָר פון פסוק „והחלוץ עובר לפניהם” 16
וואָס שטייט אין יהושע,
אינעם זמן וואָס איז נאָך ברכת משה,
נאָר פון די פסוקים אין פ’ מטות און דברים גופא - פאַר ברכת משה].
און עס איז ניט קיין סתירה צום צווייטן פירוש אין רש”י בפרשתנו
(אַז גד איז געווען פון די „חלשים”) 17 ,
וואָרום לויט דעם פירוש קען מען זאָגן 18
בפשטות 19
אַז גד בן יעקב איז טאַקע געווען פון די חלשים,
אָבער יוצאי חלציו,
אנשי שבט גד 250 יאָר שפּעטער - דור שנכנסו לארץ,
זיינען געווען גבורים 20
; ובפרט אַז די שבטים האָבן זיך מתחתן געווען איינער מיט די אַנדערע האָט דאָך געקאָנט זיין,
אַז בני גד האָבן זיך מתחתן געווען מיט די בנות השבטים הגבורים,
און זייערע קינדער האָבן גע’ירש’נט די גבורה פון משפחת האם 21 .
עס בלייבט אָבער ניט מובן: וואָס איז די משמעות אין וזאת הברכה אַז די וואָס „כפל שמותם” זיינען געווען חלשים -ווי דער צווייטער פירוש אין רש”י בפרשתנו?
און אויב דאָס איז משמע בפשש”מ
(בוזאת הברכה),
פאַרוואָס בריינגט עס רש”י ניט בפרשתנו אַלס פירוש הראשון ועיקרי?
ג.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין פאַרוואָס רש”י בפרשתנו איז: 1)
מאריך אין זיין פירוש,
2)
בלשון בלתי רגיל כלל בפרש”י:
א)
ער איז מוסיף „
(זהו לשון ב”ר)
שהיא אגדת א”י”?
ב)
דער לשון „בגמרא בבלית
(שלנו 22 )
”?
ג)
„ובברייתא דספרי שנינו בוזאת הברכה כמו בגמרא שלנו” -
(א)
למאי נפק”מ אַז אַזוי שטייט אויך אין ברייתא דספרי,
(ב)
וואָס איז דער דיוק „ בברייתא
(דספרי)
”.
(ג)
למאי נפק”מ צי די ברייתא און דער ספרי איז אין „וזאת הברכה” אָדער אין אַן אַנדער פרשה?
ד.
דער ביאור בכל זה:
בשעת מען לערנט דעם פסוק „ומקצה אחיו לקח חמשה אנשים”,
און מען איז ניט מפרש ווער זיי זיינען,
איז מסתבר צו זאָגן אַז ערגעץ וואו בתורה ווערן די פינף שבטים אויסגעטיילט פון די אַנדערע.
דעריבער בריינגט רש”י די אריכות פון חז”ל אַז דאָס איז פאַרשטאַנדיג פון ברכת משה,
וואָס ביי אַ חלק פון די שבטים כפל שמותם,
און ביי אַ חלק לא כפל שמותם.
דאָס איז דער
(איינציקער)
אָרט וואו מ’געפינט אַז תורה טיילט אויס פינף שבטים באַזונדער
(לויט די צוויי אופנים פון די צוויי פירושים).
לאידך גיסא,
הגם אַז דאָ טייטשט די תורה ניט אויס ווער עס זיינען געווען די חמשה חלשים,
פון דעם אָבער וואָס מען האָט געלערנט ביז אַהער קען מען יע וויסן
(בפשש”מ)
וועגן די גבורה
(און חלישות) 23
פון אייניקע שבטים:
לערנענדיק די פרשה פון שכם 24
לייגט זיך בפשטות אַז שמעון און לוי זיינען געווען גבורים - זיי ביידע אַליין האָבן אויסגעהרגעט אַלע מענער פון דער שטאָט וכו’ - ווערט דעריבער שווער דער ערשטער פירוש אַז „אותם שלא כפל ..
שמותם” זיינען די חלשים,
וואָס זיי זיינען כולל אויך שמעון ולוי.
דעריבער בריינגט רש”י דעם פירוש,
„שאותם שכפל משה שמותם” זיינען זיי די חלשים,
ובמילא קומט אויס אַז שמעון ולוי זיינען צווישן די גבורים.
דערביי מוז רש”י אָבער
(באַוואָרענען און)
מוסיף זיין „ויהודא שהוכפל שמו לא הוכפל משום חלשות אלא טעם יש בדבר”,
וואָרום - דאָס איז ברור פון די מאורעות פון בני יעקב
(וואָס מ’האָט געלערנט פריער)
אַז יהודא איז געווען צווישן די גבורים; און נאָך מער: דער גבור שבשבטים - דער מלך שבשבטים 25
; ער האָט זיך איינגעשטעלט פאַר בנימין’ען,
ער האָט זיך קעגנגעשטעלט יוסף’ן דעם משנה למלך פון מצרים וכו’ 26 .
עס איז אָבער אויך שווער לויטן צווייטן פירוש,
אַז בנימין איז געווען צווישן די גבורים,
בעת אַז בפשטות איז משמע אַז ער איז געווען צווישן די חלשים: ער איז געווען דער אינגסטער,
ווערט אָנגערופן 27
ילד זקונים קטן,
יעקב אבינו האָט ביי אים במיוחד מורא געהאַט „פן יקראנו אסון” 28
און אַזוי איז אויך משמע
(קצת עכ”פ)
פון יהודה’ס רייד צו יוסף’ן 29 .
פונדעסטוועגן איז דער ערשטער פירוש דער פירוש העיקרי - וואָרום לויט’ן צווייטן פירוש,
איז הן אמת אַז דאָס וואָס יהודה איז אין כלל פון די וואָס „כפל משה שמותם”,
איז עס צוליב אַ צווייטן טעם ניט „משום חלשות”,
ובמילא בלייבט אַ צאָל פון חמשה שבטים
(און בפרט לויט דער הדגשה פון רש”י אין וזאת הברכה: „חמשה שבטים שבירך באחרונה ”)
וואָס „כפל ..
שמותם” מטעם „לחזקם ולהגבירם” -זיינען אָבער פאָרט די חמשה שבטים ניט אויסגעטיילט אין אַן אופן ברור,
היות אַז סוף־סוף איז אויך יהודה’ס נאָמען הוכפל געוואָרן; און דערפאַר איז דער ערשטער פירוש מער מסתבר,
היות אַז די וואָס „לא כפל שמותם” זיינען אויסגעטיילט במספר חמשה בדיוק 30 .
און די אויבענדערמאָנטע שוועריקייט 31 ,
וואָס לפי פי’ הראשון זיינען שמעון ולוי צווישן די חלשים קען מען פאַרענטפערן,
אַז אין הכי נמי זיי זיינען געווען חלשים,
און דאָס וואָס ויהרגו כל זכר ואת חמור ואת שכם גו’ 32
איז דאָס ניט געווען מחמת זייער גבורה,
נאָר עס האָט דאָ געווירקט דאָס וואָס זיי האָבן געפילט אויף זיך אַלס די עלטסטע - די אחריות פון נקמה נעמען פאַר „הכזונה יעשה את אחותנו”* 32
- וויבאַלד אַז ראובן האָט עס ניט געטאָן 33 ,
ובפרט אַז די אנשי שכם זיינען דעמאָלט געווען „כואבים” 34 .
אויך האָט באַ זיי מוסיף געווען גבורה „אפם כי עז”* 34 .
ו.
אין וזאת הברכה אָבער,
איז פון פשטות הכתובים משמע אַז די וואָס „כפל ..
שמותם” זיינען עס די חלשים,
און ניט פאַרקערט - ובהקדים לבאר טעמי החילוק צווישן די צוויי פירושים,
צי „כפל ..
שמותם” איז מצד זייער חלישות,
אָדער מצד זייער גבורה:
אויב מען זאָגט אַז די חלשים זיינען די וואָס „כפל ..
שמותם”,
איז דער טעם הכפל צוליב תוס’ ברכה - ווי רש”י זאָגט דאָרט: „לחזקם ולהגבירם” -צוליב זייער חלישות האָבן זיי געדאַרפט אָנקומען צו דעם.
ווען מען לערנט אַז מיטן כפל השמות ווערן געמיינט די גבורים ,
איז דער פירוש אין דעם: זייענדיק גבורים האָט עס זיי געגעבן אַ באַזונדער חשיבות 35
וואָס האָט זיך אויסגעדריקט
(אויך)
אין כפל השם - זייערע נעמען האָבן זיך אָנגעהערט מער ווי די נעמען פון די אַנדערע שבטים
(וע”ד „ואגדלה שמך” 36 ),
ע”ד פרש”י : אברהם אברהם - לשון חיבה הוא שכופל את שמו 37 ,
וואָס רש”י בריינגט ניט קיינע הסברות ע”ז,
מצד פשיטות הדבר.
דער חילוק צווישן זיי בשייכות צו ברכת משה גופא: לויטן פירוש אַז דער כפל שמות החלשים איז צוליב אַ תוס’ ברכה,
איז מובן אַז דאָס וואָס משה רבינו האָט כופל געווען זייערע שמות איז אַ חלק
(והמשך)
פון דער ברכה; אָבער לויטן פירוש אַז די גבורים זיינען געווען די וואָס „כפל ..
שמותם”,
איז דער כפל השם ניט קיין חלק פון ברכת משה - די נעמען פון די גבורים ווערן ניט איבער־גע’חזר’ט דורך משה רבינו לשם תוס’ ברכה 38 ,
נאָר דערמאָנענדיק זייערע נעמען אין דער תורה 39
איז ער זיי כופל ומדגיש מער צוליב זייער פרסום - „שמו הולך לפניו”.
ועפ”ז איז מובן,
אַז לערנענדיק בפשטות די פסוקים אין וזאת הברכה,
און בפרט די פסוקים וואָס ריידן ממש אין ברכת משה,
איז מער מסתבר אַז יעדער וואָרט וואָס שטייט ביי די ברכות פון די שבטים איז אַ חלק פון ברכת משה;
און דעריבער לערנט דאָרט רש”י אַז דאָס זיינען געווען די חלשים און „כפל שמותיהם לחזקם ולהגבירם”,
ווייל לפ”ז איז אויך דער כפל השם אַן ענין פון ברכה 40 .
ז.
לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס רש”י איז מוסיף בפרשתנו „שהיא אגדת א”י” - „אבל בגמרא בבלית שלנו”,
וואָרום דאָס גיט פאַרשטיין דעם תוכן פון יעדן פירוש און דער טעם החילוק צווישן די פירושים.
דער אונטערשייד צווישן דעם לימוד אין א”י
(תלמוד ירושלמי)
און דער לימוד תלמוד בבלי: דער סדר הלימוד אין א”י איז בתוכן וסגנון קצר,
ניט מיט קיין אריכות השקו”ט אין תוכן הענין און ניט מיט קיין אריכות הלשון
(און ווי די גמרא 41
זאָגט „האי תנא ירושלמי הוא דתני לישנא קלילא ”).
משא”כ דער סדר הלימוד אין בבלי - אין „גמרא בבלית”,
איז מיט אַן אריכות סיי אין דער שקו”ט בתוכן הענינים און סיי אין דעם סגנון ולשון.
און דערמיט איז מובן וואָס ב”ר „שהיא אגדת א”י” נעמט אָן די שיטה,
אַז בשעת עס איז דאָ אַ ברירה צו לערנען
(כפל שמות החלשים)
אַז משה רבינו האָט מאריך געווען בלשונו דערמיט וואָס „כפל שמותם” צוליב אַ ברכה
(וואָרום אַ ברכה ותפלה קען מען זאָגן
(און מען געפינט אויך)
בקיצור לשון 42 ),
אָדער לערנען
(כפל שמות הגבורים)
אַז משה רבינו האָט מקצר געווען בלשונו - וואָרום די הכפלת השמות איז ניט קיין אריכות הלשון פון ברכתו של משה ,
נאָר אַ באַזונדער ענין וואָס איז מודגש אין תורה אַז מצד זייער גבורה איז שמם הולך לפניהם - דאַרף מען אָננעמען אַז משה רבינו האָט געזאָגט די ברכה בלשון קצרה און די חלשים זיינען אותם שלא כפל משה שמותם כשברכם,
אבל שמות הגבורים כפל.
„אבל בגמרא בבלית שלנו” - לויט דעם דרך הלימוד פון בבל,
אַז צוליב תוספת הסברה אין תוכן הענין דאַרף זיין דער סדר פון אריכות בסגנון ובלשון,
דאַרף מען אָננעמען אַז „כפל משה שמותם” איז געווען לשם תוס’ ברכה צו די שבטים חלשים ,
אַז משה רבינו האָט מאריך געווען בלשון ברכתם בכדי לחזקם ולהגבירם; און הגם אַז מען קען אויפטאָן אויך דורך אַ ברכה ותפלה קצרה,
וויבאַלד אָבער אַז דורך כפל ואריכות הלשון קומט צו אין דעם אַ תוס’ חיזוק והדגשה,
דאַרף מען אָננעמען אַז אַזוי האָט משה געטאָן.
ח.
עפ”ז איז אויך מובן וואָס רש”י איז מוסיף „ובברייתא דספרי שנינו בה בוזאת הברכה כמו בגמרא שלנו”:
פון כל הנ”ל קומט אויס אַז אין יעדן פון די צוויי פירושים איז דאָ אַ צווייענדיקער יתרון לגבי דעם צווייטן פירוש: א)
מצד פשטות הכתובים דאָ,
ב)
מצד דעם ענין פון כפל שמותם:
די מעלה כפולה אינעם ערשטן פירוש: א)
וואָס לפי המובן פון פשש”מ דאָ איז בנימין געווען פון די חלשים און יהודה פון די גבורים; ב)
בשעת די תורה טיילט אויס „
(ומקצה אחיו לקח)
חמשה אנשים” און טייטשט ניט אויס ווער זיי זיינען,
איז מסתבר אַז דערמיט ווערן געמיינט די פינף שבטים חלשים,
היות אַז דערמיט וואָס „לא כפל משה שמותם” איז דאָ אַ גענויער מספר פון די „חמשה”
(אנשים,
שבטים),
כנ”ל.
דער יתרון כפול אין צווייטן פירוש: א)
ווי עס איז מובן אין פשש”מ זיינען שמעון ולוי געווען פון די גבורים און ניט פון די חלשים; ב)
ס’איז מער מסתבר,
אַז הכפלת השם אין אַ ברכה איז אַ ענין וואָס האָט אַ קשר צו דער עצם הברכה - בשביל לחזקם כו’,
ווי צו זאָגן אַז דערמיט איז תורה מרמז אַ צווייטן ענין אַז זיי זיינען די גבורים 43
(וואָס איז ניט נוגע דוקא ביי געבן זיי אַ ברכה,
ואדרבה,
דאָס איז מער מתאים אין אַן אָרט וואו ס’רעדט זיך וועגן זייערע אייגענע מעלות).
און אָט דעם צווייטן יתרון איז רש”י מדגיש מיט דעם וואָס ער בריינגט דעם ספרי,
און אַז אין ספרי „שנינו בה בוזאת הברכה כמו בגמרא שלנו” - היות אַז דאָס שטייט אין „ וזאת הברכה ” איז מסתבר אַז אויך דער כפל השמות איז אַן ענין פון ברכה.
און כשם ווי אין די ערשטע צוויי פירושים איז רש”י מטעים דעם חילוק צווישן זייערע שיטות דורך מוסיף זיין „שהיא אגדת א”י” - „בגמרא בבלית שלנו”,
וואָס דערמיט איז ער מרמז דעם דרך לימודם - אַזוי אויך דאָ איז רש”י מוסיף „ בברייתא דספרי”:
אַלע ענינים וואָס שטייען אין די ברייתא נעמען זיך פון די משנות,
אָבער מיט דעם חילוק,
אַז אין דער משנה איז דאָס בקיצור וברמז,
„דבר קצר וכולל ענינים רבים” 44 ,
און אין דער ברייתא איז דאָס מפורש באריכות ובפרטיות.
און דערמיט איז רש”י מרמז,
אַז דער דרך הסידור אין ברייתא
(באריכות)
איז מסביר ומטעים וואָס די „ברייתא דספרי” לערנט ווי די „גמרא בבלית”,
„שאותם שכפל משה שמותם הם החלשים”,
וכנ”ל אַז משה רבינו האָט מאריך וכופל געווען שמות החלשים בכדי „לחזקם ולהגבירם”.
אעפ”כ איז דאָס בפרשתנו אַ צווייטער פירוש: וואָרום אָט דער יתרון פון צווייטן פירוש איז בעיקר שייך דאָרט וואו ס’רעדט זיך וועגן ברכה - אין וזאת הברכה - משא”כ לפשש”מ בפרשתנו האָט מער אָרט דער יתרון אין דעם ערשטן פירוש כנ”ל.
(משיחת ש”פ מטו”מ תשכ”ט)