B"H
🏡

Ikar

ויגש א

א.

מ’האָט שוין גערעדט פיל מאָל,

אַז רש”י בפירושו על התורה באַוואָרנט יעדע שאלה וקשיא וואָס מ’קען פרעגן אין לימוד פשוטו של מקרא 1

; און אין די ערטער וואו מ’געפינט ניט אַז רש”י זאָל מבאר זיין אַן ענין המוקשה אין פסוק,

איז עס אַ באַווייז אַז ער האָט דאָס שוין באַוואָרנט אין אַ פריערדיקן פירוש

(אָדער,

אַז דאָס איז מלכתחילה קיין קשיא ניט אין לימוד ע”ד הפשט ).

לפ”ז דאַרף מען פאַרשטיין בפרשתנו,

אין דעם סיפור 2

ווי יוסף האָט זיך געלאָזט דערקענען צו זיינע ברידער,

ווען דער פסוק דערציילט אַז יוסף האָט צו זיי געזאָגט „אני יוסף העוד אבי חי” 3

-שטעלט זיך גלייך די תמי’

(ווי כמה מפרשי התורה פרעגן טאַקע)

:

דער תוכן הפרשה ביז אַהער,

איז דאָך וועגן די רייד פון יהודה צו יוסף’ן ווי יעקב האָט ניט געוואָלט שיקן בנימין’ען קיין מצרים

(מצד החשש פון „ועזב את אביו ומת” 4 ),

און - ווי יהודה האָט מורא אַז אויב יוסף וועט פאַרהאַלטן בנימין’ען וועט עס יעקב ניט אויסהאַלטן,

„והי’ כראותו כי אין הנער ומת” 5 ,

און די אַלע רייד האָט יוסף דערהערט ,

זיי האָבן דערנומען יוסף’ן ביז „ולא יכול יוסף להתאפק וגו’” 2

- היינט ווי קומט עס,

אַז נאָך דעם אַלעמען זאָל ער ערשט פרעגן „העוד אבי חי”?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: מ’געפינט ניט אַז יוסף זאָל וואַרטן אויף אַן ענטפער 6

פון זיינע ברידער אויף דער שאלה „העוד אבי חי”,

באַלד ווי ער האָט געזען אַז „ולא יכלו אחיו לענות אותו כי נבהלו מפניו” 3 ,

האָט ער ווייטער גערעדט צו זיי - „ויאמר 7

גו’ גשו נא אלי ..

ויאמר אני יוסף וגו’”,

און זיי דערציילט ווי אַזוי ער איז געוואָרן דער מושל בכל ארץ מצרים,

און מסיים געווען „מהרו ועלו אל אבי גו’” און ברענגען אים קיין מצרים 8 .

מוז מען זאָגן אַז יוסף האָט זיכער געוואוסט אַז זיין פאָטער לעבט און אין די ווערטער „העוד אבי חי” ליגט אַן אַנדער מיינונג.

ב.

דער אברבנאל 9

לערנט,

אַז יוסף האָט דאָס געפרעגט

(ניט צו מאַכן זיכער אַז יעקב לעבט נאָך,

נאָר)

„כדי להכנס עמהם בדברים”: וויסנדיק אַז די ברידער וועלן ווערן פאַרשעמט ווען ער זאָגט זיי „אני יוסף”,

האָט ער געזוכט אַ וועג צו רעדען אויך וועגן אַנדערע זאַכן.

און די ערשטע זאַך איז געווען וועגן דעם פאָטער

(האָבנדיק בדיעה צו פרעגן אויך וועגן די אַנדערע בני המשפחה א.

א.

וו.,

נאָר עס איז ניט געקומען דערצו ווייל „ולא יכלו אחיו לענות אותו כי נבהלו מפניו” 3 ).

ועפ”ז וואָלט מען געקענט זאָגן,

אַז אויך רש”י לערנט אַזוי דעם פשט אין פסוק,

און ער דאַרף עס ניט שרייבן בפירוש,

ווייל ער האָט שוין עד”ז מפרש געווען פריער - אויפן פסוק 10

„ויאמר לו איכה” - „איכה,

יודע הי’ היכן הוא אלא ליכנס עמו בדברים שלא יהא נבהל להשיב כו’”.

ועד”ז אויפן פסוק 11

„אי הבל אחיך” - „להכנס עמו בדברי נחת כו’”.

און רש”י פאַרלאָזט זיך דאָ אויף זיין פירוש אין יענע פסוקים.

אָבער דער פירוש איז ניט אינגאַנצן גלאַטיק בנדו”ד ,

ווייל לאחרי אריכות הדיבור פון יהודה’ן וועגן דער ווירקונג פון בנימין’ס פאַרהאַלטונג אין מצרים אויף יעקב’ן,

איז כדי להכנס בדברים האָט יוסף ניט געדאַרפט פרעגן „העוד אבי חי”,

נאָר גלייך אָנהייבען מיט נאָכפרעגן וועגן זייערע משפחות וכו’.

ג.

לכאורה קען מען פאַרענטפערן,

אַז דער לשון „ ה עוד אבי חי”

(מיט אַ ה”א)

איז ניט קיין שאלה

( צי „אבי חי”),

נאָר ס’איז אַ לשון תמי’ - ווי רש”י האָט שוין מפרש געווען כמה פעמים,

באַ „ ה שומר אחי אנכי" 11

- „לשון תימה הוא” ועוד 12

; און אַזוי אויך בעניננו,

איז ביי יוסף’ן געווען אַ תמי’ ופליאה וואָס „עוד אבי חי”.

(דער חילוק איז נאָר,

אַז ביי דער דוגמא הנ”ל

(און ברוב המקומות)

איז די תמי’ מבטל די זאַך וקס”ד - קין האָט געהאַלטן אַז ער איז ניט „שומר אחי”; משא”כ בנדו”ד איז דאָס אַ תמי’ קיימת: יוסף ווייס אַז יעקב לעבט נאָך,

נאָר דאָס רופט ביי אים אַרויס אַ תמי’ - און ווי רש”י האָט שוין פריער מפרש געווען

(אויפן פסוק 13

„הלבן מאה שנה יולד”)

„יש תמיהות שהן קיימות”).

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין 14

:

(א)

יעקב איז דאַן אַלט געווען „שלשים ומאת שנה” 15

(אַ סך ווינציקער ווי שני אברהם ויצחק 16 )

- היינט וואָס איז דער פלא „העוד אבי חי”?

(ב)

ועיקר: וואָס האָט עס פאַר אַ שייכות צו התחלת דיבורו „אני יוסף”?

(ג)

צוליב וואָס,

בכלל,

האָט יוסף דערציילט זיין תמי’ צו די ברידער,

און נאָך טאָן דאָס באַלד אין זעלבן מאָמענט ווען ער האָט זיך צו זיי געלאָזט דערקענען - „אני יוסף העוד אבי חי”?

(בשלמא אויב דאָס איז אַ שאלה,

קען מען זאָגן,

אַז אדרבא בעיקר איז אים געווען נוגע צו וויסן וועגן זיין פאָטער,

און דערפאַר האָט ער ביי זיי גלייך געפרעגט „העוד אבי חי”; אויב אָבער אַז דאָס אַז יעקב לעבט האָט ער געוואוסט,

און „העוד אבי חי” איז נאָר אַן אויסדרוק פון תמי’ כנ”ל - וואָס איז דאָס געווען נויטיק צו אַרויסווייזן גלייך דאַן ווען ער האָט זיי דערציילט אני יוסף).

ד.

איז דער ביאור אין דעם בפשטות:

רש”י האָט שוין מפרש געווען פריער - אויפן פסוק 17

„וימאן להתנחם” - אַז „אין אדם מקבל תנחומין על החי וסבור שמת,

שעל המת נגזרה גזירה שישתכח מן הלב ולא על החי”,

און דערפאַר -„ויתאבל 18

(יעקב)

על בנו ימים רבים ”.

און דאָס האָט יוסף געזאָגט צו זיינע ברידער - „אני יוסף

(ובמילא ווערט די תמי’)

העוד אבי חי?

!” 19

: וויבאַלד אַז „אני יוסף” - יוסף לעבט - קומט דאָך אויס,

אַז צוויי און צוואנציק יאָר נאָכאַנאַנד האָט יעקב געטרויערט אויף אים - און דערצו נאָך „ויתאבל” וואָס קומט נאָך אַן אהבה מער „מכל בניו” 20

- אַ צער מבהיל,

שאינו רגיל כלל וכלל; איז אַ פלא הכי גדול ווי יעקב טראָגט איבער אַזאַ גרויסן צער 21

במשך שנים רבות און איז נאָך אַלץ ביים לעבן.

און דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק וואָס יוסף האָט געמוזט אַרויסזאָגן די תמי’ צו זיינע ברידער - ווייל דאָס איז אַ הקדמה צו זיין ווייטערדיקן מדגיש זיין דעם ענין המהירות 22

פון ברענגען יעקב’ן אין מצרים:

די מהירות איז ניט נאָר „ מהרו ועלו אל אבי גו’” 23

אין דעם לאָזן וויסן יעקב’ן וואָס פריער די בשורה טובה אַז יוסף לעבט נאָך

(ובמילא וועט ער אויפהערן טרויערן אויף אים),

נאָר אויך „רדה אלי אל תעמוד" 23 ,

„ ומהרתם 24

והורדתם את אבי הנה” - וויבאַלד אַז עס איז אַן ענין פון סכנת נפשות : נאָך אַזאַ צער - איז אפילו נאָך „ותחי רוח יעקב” 25

דורך דער בשורה „עוד יוסף בני חי” - דאַרף אויך דער „אלכה ואראנו” זיין במהירות.

ה.

עפ”ז וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק די אריכות הלשון פון יוסף’ן,

וואָס איידער זיין זאָגן צו די שבטים „מהרו ועלו אל אבי גו’”,

האָט ער דריי מאָל איבערגע’חזר’ט „למחי’ שלחני אלקים לפניכם”,

„ וישלחני אלקים לפניכם גו’”,

„לא אתם שלחתם אותי הנה כי האלקים גו’” 26

:

וויבאַלד אַז יעדער רגע וואָס יעקב באַגעגנט און זעט ניט יוסף’ן איז פאַראַן אַ חשש פון סכנת נפשות,

שטעלט זיך די שאלה: ווי האָט יוסף זיך באנוגנט מיט זאָגן צו די שבטים „מהרו ועלו אל אבי גו’”,

אַז זיי זאָלן גיין קיין א”י און ברענגען יעקב’ן פון דאָרט קיין מצרים - ער האָט געדאַרפט גלייךאַליין גיין במהירות קיין ארץ ישראל און זען יעקב’ן,

וואָרום

[נוסף צו דעם וואָס מצד כיבוד אב האָט ער געדאַרפט גיין צו יעקב’ן

(מתחילה)

ובפרט אַז עס דאַרף זיין במהירות גדולה און יעקב איז שוין געווען אַ זקן 27 ,

איז]

דורך דעם וואָלט עס געווען אַ משך זמן רב פריער;

און דאָס האָט יוסף באַוואָרנט דורך מקדים זיין ובהדגשה - כמה פעמים -אַז דאָס וואָס ער איז אין מצרים איז עס

(ניט בבחירתו וברצונו,

נאָר)

שלחני אלקים - ב שליחותו של הקב”ה צו זיין דער „משביר

(בר)

לכל עם הארץ” 28 ,

ובמילא האָט ער ניט קיין רשות צו אַוועקגיין.

ו.

נאָך אַן ענין אין דער נויטווענדיקייט פון „ מהרו ועלו אל אבי גו’”:

רש”י האָט שוין פריער 29

מפרש געווען,

אַז יעקב’ס אבילות על בנו יוסף,

איז כנגד די כ”ב שנה וואָס יעקב האָט ניט מקיים געווען כבוד אב ואם.

און דערפאַר,

וויסנדיק אַז די כ”ב שנה פון יעקב’ס עונש האָבן זיך געענדיקט,

האָט יוסף געפאָדערט פון די שבטים „ מהרו ועלו אל אבי גו’”: וויבאַלד אַז דער זמן העונש האָט זיך געענדיקט - דאַרף און מוז זיין „לא עכבם אפילו כהרף עין” 30 .

[עפ”ז יומתק ביותר וואָס יוסף האָט געזאָגט „מהרו ועלו אל אבי ” - ניט „אבינו” - ווייל

(נוסף לזה וואָס דער צער פון יעקב איז געווען פאַרבונדן מיט יוסף’ן,

איז)

דערמיט האָט ער זיי מרמז געווען אַז די מהירות איז פאַרבונדן מיט זיין,

יוסף’ס קענען מקיים זיין מצות כבוד אב

(„אבי”),

וויבאַלד עס זיינען שוין אַריבער די כ”ב שנה של עונש אויף דעם וואָס יעקב האָט ניט מקיים געווען כיבוד אב שלו].

דערפון האָט מען אויך די הוראה אין עבודת ה’:

ס’איז דאָ אַמאָל וואָס מען דאַרף זיך באַנוצן מיט אַ תנועה פון „שמאל דוחה” 31

- גבורה און עונש; דאַרף מען אָבער וויסן,

אַז עס פאָדערט זיך דערביי אַ זהירות יתירה אַז מ’זאָל זיך ניט באַנוצן מיט דער מדה יתר מכפי הצורך.

ווי נאָר עס קומט די רגע וואָס איז ניט מוכרח דחי’ וגבורה,

דאַרף מען אין אַן אופן פון מהירות ,

טאָן אין דעם קו פון חסד וקירוב - „ימין מקרבת”.

(משיחת ש”פ ויגש תשל”ד)

Reader controls and commentary are loading.