B"H
🏡

Ikar

טבת

א.

ראש חודש טבת איז אַלעמאָל פון די ימי חנוכה.

וע"פ הידוע 1

אַז ראש חודש איז כולל אַלע טעג פון חודש

(וואָס דערפאַר ווערט ער אָנגערופן „ראש" - ווי „ראש" כפשוטו,

וואָס איז כולל אַלע איברי הגוף),

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז אַלע טעג פון חודש טבת

(וואָס זיינען כלול אין ר"ח טבת)

האָבן אַ שייכות צו ימי חנוכה.

אויך - עס זיינען דאָ אין חודש טבת צוויי ימים מיוחדים: דער צום פון עשרה בטבת און דער יום ההילולא פון דעם אַלטן רבי'ן

(כ"ד טבת)

; און וויבאַלד אַז דאָס זיינען ימים קבועים אין דעם חודש איז מסתבר לומר אַז עס איז דאָ אַ שייכות צווישן די טעג און דעם תוכן כללי פון דעם חודש

(כמדובר כמ"פ 2 ).

ב.

וועגן חודש טבת זאָגן חז"ל 3

-אויפן פסוק* 3

„ותלקח אסתר אל המלך אחשורוש ..

בחודש העשירי הוא חודש טבת" - אַז דאָס איז „ירח 4

שהגוף נהנה 5

מן הגוף".

דערפאַר וואָס אין דעם חודש זיינען גרויסע קעלטן - בלשון רש"י 6

: מפני הצינה - איז דאָ די הנאת הגוף „מן הגוף".

יעדער ענין אין גשמיות ווערט נשתלשל פון רוחניות,

איז בעניננו: די קרירות פון חודש טבת בגשמיות,

נעמט זיך דערפון וואָס אין דעם זמן איז דער „שמש הוי'" - „כי שמש ומגן ה' אלקים" 7

- ניט מאיר אַזוי בגילוי אין וועלט,

אלקות איז מכוסה מער אין דעם העלם והסתר פון לבושי הטבע

- וכידוע 8 ,

אַז דער תוקף זריחת השמש אין חדשי הקיץ איז

(אויך)

אַ סימן אויף דעם תוקף אור ו„חום" דקדושה פון „שמש הוי'" 9

וואָס ווערט דעמאָלט נמשך בעולם,

און דערפאַר איז אין די חדשים גרינגער צוצוקומען צו עבודת ה' ווי אין די ווינטערדיקע חדשים -

און דוקא מהאי טעמא איז דאָ אַן עילוי אין דער עבודה פון חודש טבת לגבי דער עבודה פון אַנדערע חדשים 10

; און דאָס זיינען חז"ל מרמז אין דעם מאמר „ירח שהגוף נהנה מן הגוף",

וואָס איש ואשה זיינען אַ משל אויף הקב"ה און כנסת ישראל 11

- אַז די עבודה פון אידן אין דעם חודש ווען עס איז דאָ „צינה" בעולם איז גורם הנאה למעלה 12 .

ג.

יעדער ענין אין תורה איז בדיוק.

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז אויך דער דיוק הלשון „ שהגוף נהנה מן הגוף ",

איז מתאים צום פירוש הפנימי הנ"ל,

אַז דאָס מיינט הנאת הקב"ה פון דער עבודה פון אידן - ווייל דאָס וואָס למעלה איז דאָ הנאה פון דער עבודה אין חודש טבת איז דאָס בעיקר פון דעם גוף פון אַ אידן,

און די הנאה איז אין דער דרגא פון אלקות וואָס ווערט,

כביכול,

אָנגערופן „גוף".

די הסברה אין דעם: יעדער ענין וואָס טוט זיך אָפּ אין „עולם גדול" איז עס פאַרבונדן מיט עבודת האדם - דער „עולם קטן" 13 .

די חדשי הקיץ,

ווען דער „שמש ה'" איז מאיר בגילוי אין וועלט,

איז דער זמן

(בעיקר)

פון עבודת הנשמה ; אין דעם זמן איז דער גוף ניט אַזויפיל מעלים ומסתיר אויפן אור הנשמה,

און דערפאַר קען

(ובמילא - דאַרף )

אַ איד זיך מתעסק זיין אין עניני הנשמה באופן אַז ער זאָל דערהערן גילוי אור הנשמה;

[און כאָטש אַז צוליב דער עבודה מוז מען באַוואָרענען אַז דער גוף זאָל ניט זיין אין אַן אופן פון חומריות וגסות -וואָרום די נשמה איז דאָך אָנגעטאָן אין גוף,

ווערט זי נתגלה אין און דורך דעם גוף,

ובמילא מוז דער גוף זיין אַ כלי וואָס איז מתאים צום אור הנשמה -

איז דאָס נאָר אַ הכנה צו דעם איד'נס

(עיקר)

עבודה,

ער נעמט אַראָפּ דעם צודעק וואָס איז מעלים ומסתיר אויף אור הנשמה,

כדי ער זאָל קענען דערנאָך זיין אַן „עובד ה' בנשמתו " 14 ].

משא"כ בחדשי החורף,

ווען דער „שמש ה'" לייכט ניט אַזויפיל און ס'איז אַ זמן פון קרירות,

דעמאָלט איז

(עיקר)

עבודת האדם - עבודת הגוף 14 ,

צו האָרעווען אין דער עבודה פון בירור וזיכוך הגוף.

און אין די חדשי החורף גופא איז דאָ אַ חילוק צווישן חודש טבת און די אַנדערע חדשים: אין די אַנדערע חדשים איז נאָך פאַראַן אַ געוויסער „חום" בעולם און דאָס מיינט,

אַז דער זיכוך פון

(„קרירות" ה)

גוף קומט

(אויך)

מצד דעם גילוי אור

(„חום")

הנשמה;

משא"כ אין חודש טבת,

וואָס דאַן איז תכלית הקור בעולם 15

- ווייזט דאָס אויף אַזאַ מצב פון העלם והסתר הגוף וואָס גיט ניט קיין אָרט צום גילוי אור הנשמה,

און דאַן באַשטייט די עבודה פון בירור וזיכוך הגוף

(ניט דורך גילוי אור הנשמה,

נאָר)

מן הגוף,

מצד דעם גוף אַליין 16 .

ד.

כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט

(בשם הצ"צ)

אַ סיפור פון בעש"ט 17

: דער בעש"ט האָט זייער ליב געהאַט ליכטיקייט.

איינמאָל

(אין אַ ווינטערדיקער נאַכט),

האָבן די תלמידי הבעש"ט ניט געהאַט גענוג ליכט אויף צו באַלייכטן די שוהל.

האָט דער בעש"ט געזאָגט אַז מען זאָל נעמען פון דאַך די אייז־„ליכטלעך" און זיי אָנצינדן.

האָבן די תלמידים אַזוי געטאָן און זיי האָבן געברענט.

האָט דער צ"צ אויף דעם געזאָגט: באַ חסידי ותלמידי מורנו הבעש"ט האָבן אייז־„ליכטלעך"

געברענט און געלויכטן.

דער בעש"ט האָט באַוויזן ווי די אייז„ליכטלעך" אַליין - וואָס זיי זיינען דער סאַמע היפך פון אור וחמימות -ווערן נהפך צו אור וחום; דאָס הייסט אַז זייער ברענען איז ניט געווען באופן אַז זיי זיינען געוואָרן אויס מציאות פון אייז,

נאָר דער אייז גופא

(פאַרבלייבנדיק במציאותו וציורו)

איז געוואָרן אַ דבר המאיר.

און עד"ז בעניננו: מען דאַרף די קרירות וחושך הגוף מהפך זיין לקדושה - ניט

(נאָר)

אַז ער ווערט נזדכך פון זיין חומריות דורך אור הנשמה,

נאָר מצד דעם גוף עצמו.

ה.

ווי קען מען מהפך זיין דעם גוף - אַז ער זאָל אַרויסגיין פון זיין גסות וחומריות און ווערן אַ גוף קדוש בגילוי,

און ניט מצד אור הנשמה,

נאָר מצד דער „גופניות" וואָס אין אים?

איז דער ביאור אין דעם,

אַז אדרבה - דוקא דער גוף האָט אַ שייכות צו עצמות* 17 .

די נשמה איז במהותה שייך בעיקר צו בחי' אור וגילוי,

און דערפאַר איז אויך איר התקשרות באלקות דורך „גילוי אור"; משא"כ אין גוף הגשמי פון אַ אידן איז דאָ בחירת העצמות ,

און דערפאַר איז דער פאַרבונד פון גשמיות הגוף מיט אלקות טיפער ווי דער פאַרבונד וואָס ווערט דורך אור הנשמה,

ווייל דוקא אין גשם הגוף איז דאָ כביכול דער כח העצמות וואָס איז העכער פון נשמה 18

;

נאָר דער כח העצמות שבגוף ווערט נתגלה דוקא אין אַ זמן פון העלם והסתר,

ווען ס'איז ניט מאיר 19

דער גילוי אור הנשמה - דאָס רופט אַרויס דעם כח העצמות וואָס איז ניט מוגדר ח"ו אין גדר הגילוי.

און דאָס איז דער פירוש הפנימי אין „גוף נהנה מן הגוף"* 19

: „גוף" איז תוכנו כתוכן לשון „עצמות"

(ווי דער לשון „גופי הלכות",

„גופא דמלכא" וכיו"ב)

- די „הנאה" פון עצמות אלקות איז

[בעיקר ניט פון

(אַראָפּנעמען דעם העלם הגוף כדי עס זאָל זיין)

גילוי אור הנשמה,

נאָר]

- „ מן הגוף " 20 ,

אַז דער גוף עצמו

(און מצד עצמו)

ווערט נהפך לקדושה.

און דאָס ווערט אויפגעטאָן דוקא „מפני הצינה" - אין אַ זמן פון העלם והסתר,

כנ"ל.

ו.

און דאָס איז אויך די שייכות פון חודש טבת צו ימי החנוכה:

די נרות חנוכה איז ענינם צו אויפטאָן אַז „והוי' יגי' חשכי" 21

- צו באַלייכטן דעם חושך,

ביז אויך דעם חושך וואָס איז דאָ אין רשות הרבים מבחוץ,

ביז אַז „ יגי' חשכי " - דער חושך אַליין איז „מגי'" ומאיר; און דער כח אויף דעם איז פון „ ו הוי'"

(בתוספת וא"ו),

וואָס ווייזט אויף בחי' אלקות שלמעלה מהשתלשלות

(הוי' דלעילא).

און דאָס איז בדוגמא צום ענין פון „גוף נהנה מן הגוף",

אַז מצד עצמות

(„גוף")

פון אלקות ווערט אויך דער חושך הגוף עצמו נהפך לקדושה.

ז.

בכללות איז דאָס דער חילוק פון דער עבודה בזמן הבית און די עבודה אין זמן הגלות: בזמן הבית איז געווען גילוי אלקות אין וועלט,

עשרה נסים נעשו לאבותינו בבית המקדש 22

וכו'; משא"כ אין זמן הגלות איז „אותותינו לא ראינו וגו'" 23 ,

אלקות איז בהעלם והסתר,

ביז אַז „החושך יכסה ארץ" 24

- און דאַן איז די עבודה פון „והוי' יגי' חשכי".

[וי"ל אַז דאָס איז אויך דעם טעם פנימי וואָס נרות חנוכה „אינן בטלין לעולם" און „נוהגת אף לאחר חורבן בגלותינו" 25 ,

ניט ווי נרות המקדש וואָס „כשאין ביהמ"ק קיים ..

אף הנרות

(מקדש)

בטלות" 25

- כאָטש אַז נרות חנוכה זיינען דאָך אַ זכר צום נס וואָס איז געשען מיט נרות מקדש -

ווייל נרות 26

מקדש זיינען המשכת האור

(השייך אל - און)

אין סדר השתלשלות,

אור בכלי.

און דעריבער,

בשעת אַז וועלט איז אין אַ מצב פון גלות והעלם והסתר,

דאַן איז „הנרות

(דמקדש)

בטלות"; משא"כ נרות חנוכה,

וואָס זיי ברענגען דעם אור עצמי שלמעלה מהשתלשלות,

דעריבער איז אין דעם ניט שייך קיין שינויים.

זיי זיינען „מאיר" אויך אין אַ מצב פון תכלית ההעלם וההסתר,

און זיי זיינען מהפך דעם חושך גופא לאור].

דערמיט איז מובן די שייכות פון טבת צו דעם צום העשירי - עשרה בטבת - וואָרום דאָס איז דער צום אויף התחלת

(ושרש 27 )

כל ענין הגלות 28

[בדוגמא ווי די קרירות פון חודש טבת],

ווי בפשטות,

אַז דער מצור אויף ירושלים

(וואָס האָט זיך אָנגעהויבן בעשרה בטבת)

האָט דערפירט צו אַלע שפּעטערדיקע עניני חורבן; און דער ענין הצום איז,

די עבודת התשובה 29

אויפן חורבן וגלות ביז אַז דאָס איז מהפך דעם צום עצמו „לששון ולשמחה ולמועד טוב" 30 .

ח.

דער ענין הקרירות איז אויך דאָ אין כחות הנפש.

און דאָס איז דער שכל אנושי,

כפתגם הידוע 31

: „עס איז ניטאָ אַזאַ קאַלטע זאך ווי שכל הטבעי און שכל אנושי".

דער אויפטו פון גילוי תורת חסידות חב"ד דורך דעם אַלטן רבי'ן,

מייסד חסידות חב"ד 32 ,

איז,

וואָס ער האָט אַראָפּגעטראָגן עניני אמונה און שכל אלקי אין לבושי ההשגה,

ביז אַז אויך שכל אנושי קען האָבן אַ פאַרשטאַנד אין אלקות - „און 31

ווען דער שכל הטבעי פאַרשטעהט אַ השגה אלקית ..

איז דאָס דער אמת'ער תחית המתים".

און דאָס איז די שייכות פון דעם יום ההילולא פון אַלטן רבי'ן - ווען „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו" 33

שטייען בתכלית השלימות - צו חודש טבת 34

: דורך „מעשיו ותורתו ועבודתו" פון אַלטן רבי'ן האָט זיך אויפגעטאָן,

אַז „מפני הצינה" - פון דעם מוח הקר הבלתי מתרגש גופא -זאָל אַרויסקומען דעם „גוף נהנה" 35 ,

די הנאה וחמימות דקדושה.

(משיחת ש"פ וישב תשל"ה)

Reader controls and commentary are loading.