B"H
🏡

Ikar

חנוכה ב

א.

בסיום הל' חנוכה זאָגט דער רמב"ם: הי' לפניו נר ביתו ונר חנוכה 1

או נר ביתו וקדוש היום נר ביתו קודם משום שלום ביתו שהרי השם נמחק לעשות שלום בין איש לאשתו.

גדול 2

השלום שכל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם שנאמר דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום.

דער מקור פון דער הלכה איז אין מס' שבת 3 ,

אָבער דאָרטן שטייט נאָר „נר ביתו עדיף משום שלום ביתו".

דאַרף מען פאַרשטיין:

וואָס איז מכריח דעם רמב"ם צו מוסיף זיין אַ ראי' „שהרי השם נמחק לעשות שלום כו'" 4 ?

ובמיוחד פאָדערט זיך ביאור,

וואָס נאָך דער ראי' „שהרי השם וכו'" איז ער נאָך מוסיף אַ נייעם ענין 5

„גדול השלום שכל התורה ניתנה כו'" 6 ?

[ודוחק גדול לומר אַז דער טעם וואָס דער רמב"ם איז מוסיף לבסוף „גדול השלום כו'" איז כדי לסיים בדבר טוב 7

- וואָרום אויך דער ענין פון „לעשות שלום בין איש לאשתו" איז אַ דבר טוב; און אפילו את"ל אַז מצד דעם ענין פון „השם נמחק" הייסט עס ניט קיין דבר טוב,

האָט ער געקענט משנה־סדר זיין און זאָגן „שלום ביתו קודם שהרי השם נמחק לעשות שלום כו' וע"כ נר ביתו קודם",

וכיו"ב].

ב.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

די עצם ראי': ווי מ'לערנט אין פשטות מיינט דער רמב"ם אַרויסברענגען מיט „שהרי השם נמחק לעשות שלום כו'" דעם גודל מעלת השלום,

אַז עס איז דוחה אפילו אַ ענין הכי חמור אין

(תורה ו)

מצות

(מחיקת השם)

איז מכש"כ אַז נר ביתו איז דוחה נר חנוכה.

אָבער לכאורה איז אין הנדון דומה לראי': לעשות שלום בין איש לאשתו

(בנוגע אַ סוטה)

רעדט זיך וועגן מתיר זיין אשה לבעלה - אַ „שלום" וואָס איז נוגע דעם קיום פון חיי המשפחה און שכינה שרוי' ביניהם* 7 ,

שולל זיין מזבח מוריד דמעות 8

וכו' - איז מכל האי טעמא וועגט עס איבער די האַרבקייט פון מחיקת השם - משא"כ דער שלום באַ נר ביתו

(וואָס קומט נאָר צו פאַרהיטן „שלא יכשל בעץ או באבן"* 8

אָדער ווייל „בני ביתו מצטערין לישב בחושך" 9 )

איז - מאי ראי' אַז דער שלום זאָל דוחה זיין אַן אַנדער מצוה,

(ובפרט פרסומא ניסא פון)

נר חנוכה?

ב)

אין דעם עצם דין איז דער רמב"ם מקצר ומשנה פון לשון הגמרא:

(א)

אין גמרא איז דאָס אין צוויי פאַלן „נר ביתו ונר חנוכה נר ביתו עדיף משום שלום ביתו,

נר ביתו וקדוש היום נר ביתו עדיף משום שלום ביתו" 10 ,

און דער רמב"ם איז זיי ביידע כולל אין איין בבא 11

;

(ב)

דער לשון הגמרא איז „נר ביתו עדיף ",

און דער רמב"ם איז משנה און שרייבט „נר ביתו קודם " 12 .

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים: ס'איז ידוע אַז אויך דער אָרט וואו דער רמב"ם שטעלט אַריין הלכות איז בדיוק.

שטעלט זיך די שאלה,

פאַרוואָס האָט ער געשטעלט דעם דין,

אַז נר ביתו איז קודם לנר חנוכה,

אין הל' חנוכה און ניט אין הל' שבת 13 ?

כאָטש אַז דאָס איז ניט קיין דין וואָס איז נוגע יעדן שבת,

נאָר בשבת חנוכה - איז דאָס אָבער אַ דין וואו די הדגשה און הכרעה איז -

(נר)

שבת,

אַז די מעלה פון נר

(ביתו)

שבת איז קודם לנר חנוכה - האָט ער עס לכאורה געדאַרפט שרייבן בהל' שבת 14 .

די תמי' ווערט נאָך שטאַרקער מצד דעם צווייטן דין „נר ביתו וקידוש היום",

וואָס האָט אינגאַנצן קיין שייכות ניט צו הל' חנוכה,

נאָר בלויז צו הל' שבת -און ער ברענגט אים דאָ נאָר „אגב" דעם ערשטן דין

(„נר ביתו ונר חנוכה")

-איז דאָך לכאורה נאָך מער מסתבר אַז ער האָט ביידע דינים געדאַרפט אַריינשטעלן בהל' שבת און ניט אין הל' חנוכה.

נאָכמער: אין טור ושו"ע 15

געפינט מען טאַקע דעם דין,

אַז נר שבת איז קודם לנר חנוכה,

אין ביידע ערטער סיי אין הל' שבת 16

און סיי אין הל' חנוכה 17 .

אפילו את"ל אַז דאָס איז ניט דרכו של הרמב"ם צו שטעלן דעם זעלבן דין אין צוויי ערטער -

ע"ד ווי מען געפינט בכללי הרמב"ם 18 ,

אַז זיין דרך איז „לפרש דבריו במקום אחד ובמקום אחד סותם דבריו",

ווייל ער איז „סומך ..

על מ"ש כבר במקום אחר הקודם לזה"; משא"כ אין טור ושו"ע געפינט מען ניט אָט דעם כלל,

ואדרבא כנ"ל בנדו"ד אַז עס שטייט צוויי מאָל -

(וי"ל בטעם החילוק: שולחן ערוך איז כשמו כן הוא - „צוגעגרייטע" דינים אויף צו וויסן בשעת עס קומט די מעשה ווי מען זאָל טאָן - ומהאי טעמא קען זיין אַז געוויסע דינים זאָלן שטיין צוויי מאָל; אַזוי ווי דאָס איז בנדו"ד,

וואָרום דער דין אַז אם אין ידו משגת לקנות נר שבת ונר חנוכה איז נוגע למעשה בפועל סיי צו

(הל')

שבת און סיי צו

(הל')

חנוכה;

משא"כ דער ספר היד פון רמב"ם,

איז דאָך

(ווי ער שרייבט בהקדמתו)

„חיבור זה מקבץ לתורה שבע"פ כולה ..

שאדם קורא בתורה שבכתב תחלה ואחר כך קורא בזה ויודע ממנו תורה שבע"פ כולה ואינו צריך לקרות ספר אחר ביניהם ..

",

אַז די כוונה אין זיין ספר איז צו וויסן

(דיני ה)

תורה,

איז אַז ער ווייס שוין - האָט קיין אָרט ניט איבערחזרן נאָכאַמאָל),

קען מען דאָך אָבער אַזוי ניט זאָגן בנדו"ד,

אַז „מפרש דבריו במקום אחד" וסומך אויף דעם,

ווייל דער „מקום אחד" האָט געדאַרפט זיין בהלכות שבת וואָס קומען פריער און ניט בהל' חנוכה.

ובפרט אַז דאָס וואָס נר שבת איז דוחה נר חנוכה איז מדגיש וכו' שבת,

כנ"ל.

ד.

ויש לומר הביאור בזה: בנוגע דעם חיוב וגדר פון נר שבת זאָגט דער רמב"ם אין הל' שבת,

אַז דאָס איז „בכלל עונג שבת" 19

און „לכבוד שבת" 20 .

ער שרייבט אָבער ניט אין הלכות שבת אַז דאָס איז צוליב שלום בית 21

(„שלא יכשל בעץ או באבן" אָדער דערפאַר וואָס „בני ביתו מצטערין לישב בחושך").

ולכאורה איז דאָס תמוה ביותר: וויבאַלד דער רמב"ם האַלט

(בהל' חנוכה)

אַז נר שבת איז ענינו „שלום ביתו",

האָט ער דאָס לכל לראש געדאַרפט זאָגן על אתר אין הל' שבת ?

איז דערפון מובן,

אַז לויטן רמב"ם איז דער עצם החיוב פון נר שבת

( ניט צוליב שלום בית 22 ,

נאָר)

צוליב כבוד ועונג 23 .

און אע"פ אַז דורך נר שבת ווערט אויפגעטאָן בפועל דער ענין פון שלום בית,

איז אָבער ניט דאָס דער גדר וטעם המצוה 24 .

לפ"ז ווערט דאָך אָבער שווער דער דין „נר ביתו עדיף משום שלום ביתו" - „שלום ביתו" איז דאָך ניט דער גדר החיוב והמצוה?

באַוואָרנט דאָס דער רמב"ם דורך אַריינשטעלן דעם דין

( ניט אין הל' שבת ,

נאָר)

אין הל' חנוכה ,

און איז מוסיף די ראי' „שהרי השם נמחק כו'": דערמיט איז ער מחדש,

אַז דאָס וואָס „נר ביתו קודם משום שלום ביתו" איז עס

[ניט אַ גדר אין

( נר )

שבת,

אַז אין דעם באַשטייט די עדיפות פון נר שבת און ער איז דערמיט דוחה נר חנוכה -וואָרום,

ווי געזאָגט פריער,

איז שלום ביתו ניט דער גדר החיוב פון מצות נר שבת 25

- נאָר]

מצד גודל מעלת השלום בכלל ; און דאָס וואָס אַ מצוה ווערט אָפּגעשטופּט צוליב ענין השלום,

איז עס ניט דער גדר פון דחית המצוה,

נאָר מ'איז מקיים דערביי מעין מצוה זו 26

(וואָס ווערט בפועל אָפּגעלייגט צוליב שלום

(כדלקמן סעיף ה))

;

ובעניננו: דאָס וואָס „נר ביתו קודם משום שלום ביתו" איז אויך מצד דעם גדר ותוכן פון חנוכה

(וואָס איז אַ טייל פון „כל התורה

(ש)

ניתנה לעשות שלום")

; ומהאי טעמא האָט דער רמב"ם געשטעלט דעם דין אין הל' חנוכה,

צו שולל זיין אַז דאָס איז אַ דחי' פון חנוכה,

נאָר אַזוי איז אויך מחייב דער ענין פון חנוכה.

און אויף דעם ברענגט ער אַ ראי' פון דעם וואָס „השם נמחק לעשות שלום בין איש לאשתו": שלום איז ניט נאָר אַזוי גרויס אַז צוליב דעם איז מען דוחה דעם האַרבן איסור פון מחיקת השם,

נאָר מ'שרייבט לכתחילה דעם שם כדי צו מוחק זיין עם - בכדי לעשות שלום בין איש לאשתו.

מצות כתיבת השם בקדושתו ותוקפו - איז פועל ונתגלה דורך דעם וואָס ער ווערט „נמחק",

וויבאַלד אַז דאָס ברענגט שלום בין איש לאשתו.

ועפ"ז יומתק וואָס דער רמב"ם איז מדייק צו שרייבן „נר ביתו קודם " בשינוי פון לשון הגמרא „נר ביתו עדיף ": „עדיף" קען געטייטשט ווערן,

אַז די מצוה

(נר שבת)

האָט אַן עדיפות לגבי דער צווייטער

(נר חנוכה)

און איז דערפאַר דוחה די צווייטע מצוה 27

;

איז דער רמב"ם מדייק אַז „עדיף" דאָ מיינט בלויז - „קודם": די גמרא מיינט מיט דעם בלויז זאָגן דעם דין,

אַז אין הדלקה בפועל

(ווען ער האָט נאָר אויף איינע פון זיי)

איז נר ביתו קודם 28 .

ה.

בכדי צו מסביר זיין דעם ענין -אַז ווען עס רעדט זיך וועגן שלום,

איז עס ניט באופן אַז איין מצוה

(ואיסור)

ווערט נדחה דורך דער עדיפות פון אַ צווייטער מצוה

(ואיסור)

נאָר דאָס איז מתאים אויך מיטן תוכן פון דער צווייטער מצוה - איז דער רמב"ם ממשיך ומסביר „גדול השלום שכל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם":

וויבאַלד אַז כל התורה

(יעדע מצוה)

איז ענינה לעשות שלום בעולם,

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז בשעת עס קומט צו אַ מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט שלום כפשוטו ,

קען מען ניט זאָגן אַז די מצוה וואָס פּועלט שלום איז דוחה די צווייטע מצוה

(פון די מצות התורה אָדער דרבנן),

ווייל דורכן קיום פון דער מצוה וואָס ברענגט שלום בפועל ווערט אויסגעפירט אויך די כוונת הנתינה והציווי פון דער צווייטער מצוה

(לעשות שלום).

דערמיט איז אויך מובן וואָס דער רמב"ם האָט די צוויי ענינים - אַז נר ביתו האָט אַ דין קדימה לגבי נר חנוכה און לגבי קידוש היום - כולל געווען צוזאַמען און ניט אין באַזונדערע פאַלן ווי אין גמרא,

להדגיש אַז זיי זיינען ניט קיין צוויי באַזונדערע פרטים און ציווים

(אַז נר ביתו איז א)

דוחה נר חנוכה,

און ב)

דוחה קידוש היום),

נאָר דאָס איז איין און דער זעלבער דין: וויבאַלד אַז שלום איז כללות כוונת נתינת התורה וכל מצותי'

(„כל התורה"),

כולל אויך נר חנוכה וקידוש היום - איז דער צד השווה שבהן מחייב די קדימה פון נר ביתו 29 .

ו.

ויש להמתיק די שייכות פון מעלת השלום פון „ כל התורה" צו הל' חנוכה - ווייל חנוכה איז ניט נאָר אַ פרט אין „כל התורה" וואָס „ניתנה לעשות שלום בעולם",

נאָר חנוכה איז שייך צו „ כל התורה",

ווי דער רמב"ם איז מאריך אין אָנהויב פון הל' חנוכה וועגן דער סיבה פון קביעות ימי חנוכה: בבית שני כשמלכו יון גזרו גזרות על ישראל ובטלו דתם ולא הניחו אותם לעסוק בתורה ובמצות כו' עד שריחם עליהם אלקי אבותינו והושיעם כו' ומפני זה התקינו חכמים שבאותו הדור שיהיו שמונת ימים האלו ..

ימי שמחה והלל -

ד.

ה.

אַז תוכן ענינה פון חנוכה באַשטייט ניט נאָר אין דעם וואָס זי קומט דורך אַ מאורע מסוים און האָט מצות פרטיות ווי שאר היו"ט והמצוות

(שמדרבנן אָדער מן התורה),

נאָר נאָכמער - בחנוכה האָט זיך אויפגעטאָן די ישועה פון גזרות כלליות ,

פון גאַנצן „דת" ישראל און כללות עסק התורה והמצות.

ז.

ע"פ הנ"ל איז די שייכות פון דעם דין „נר ביתו קודם" צו הל' חנוכה נאָר מצד דער שייכות פון מעלת השלום צו „כל התורה" - ס'איז נאָר וואָס חנוכה איז אַ טייל פון „כל התורה",

כנ"ל;

וויבאַלד אָבער אַז דער רמב"ם איז מאריך וועגן ענין השלום אין הל' חנוכה דוקא 30 ,

איז מסתבר לומר אַז ענין השלום האָט אַ שייכות מיוחדת צום תוכן וענין פון חנוכה 31 .

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם וואָס מען געפינט,

אַז די עבודה און אויפטו פון תורה ומצות דריקט זיך אויס אין צוויי גדרים כלליים: א)

אנכי ה' אלקיך גו',

עשה,

אַ פעולה פון חיוב.

ב)

לא יהי' לך אלקים אחרים,

לא תעשה,

אַ פעולה פון שלילה.

בכללות איז דאָס דער חילוק צווישן מצות עשה און מצות לא תעשה.

ז' מצות דרבנן אָבער - וואָס זיינען כולן בקום ועשה דוקא 32

- איז סיבתן וכוונתן דחיית ושלילת הרע,

ווי ערקלערט בארוכה במ"א 33 .

ח.

און דאָס איז בכללות דער חילוק צווישן גדר ענין השבת און גדר ענין חנוכה 34

:

שבת איז עיקרה אין אַן אופן פון חיוב,

ווי דער רמב"ם זאָגט גלייך אין אָנהויב פון הל' שבת: „שביתה בשביעי ממלאכה מצות עשה שנאמר וביום השביעי תשבות",

אע"פ אַז רוב הלכות שבת זיינען אינעם סוג פון מצות ל"ת,

ל"ט אבות מלאכות האסורות בשבת וכו',

אעפ"כ

(הויבט אָן דער רמב"ם מיט דער מ"ע,

ווייל דאָס)

איז תוכנה ועיקרה,

דער ענין החיוב - שביתה ומנוחה; וואָרום דער ענין המנוחה בשבת איז ניט אַן ענין פון העדר,

נאָר אַן ענין חיובי 35 ,

און ווי דאָס איז בתחלת הבריאה כמרז"ל 36

אַז עס איז געווען העולם חסר באת שבת באת מנוחה.

לאידך,

איז דער תוכן פון חנוכה -ווי דער רמב"ם איז מאריך בהתחלת הל' חנוכה

(כנ"ל)

: „גזרו גזירות כו' ובטלו דתם ולא הניחו אותם לעסוק בתורה ובמצות כו' ולחצום כו' וגברו בני חשמונאי כו' ואבדום " - אַן ענין שלילי - מבטל געווען די גזירות וכו' דעם מנגד אויף תורה ומצות.

דערנאָך איז דערפון געקומען „שמחה והלל ומדליקין בהן הנרות וכו'" - אַ פעולה חיובית,

אָבער סיבתו ועיקרו איז - האיבוד דהמנגד,

כנ"ל 37 .

ט.

עפ"ז איז מובן אויך בנוגע צו נר ביתו ונר חנוכה: דער גדר פון נר שבת איז ווי כללות ענין השבת - חיוב,

עונג וכו'; וואָס דעריבער זאָגט דער רמב"ם אין הל' שבת אַז נר שבת איז עונג וכבוד,

מוסיף זיין אין עונג און כבוד.

בפועל ובמציאות אָבער,

וויבאַלד נר שבת איז אַן אור המאיר,

ווערט דורך דעם אויפגעטאָן אויך

(שלום בית)

שלילת ודחיית המנגד 38

- עס איז שולל ומונע אַז בני ביתו זאָלן ניט זיין „מצטערין לישב בחושך" און „שלא יכשל בעץ או באבן"

(משא"כ נר חנוכה וואָס אסור להשתמש לאורה 39 ).

נר חנוכה,

כאָטש מצותו ופעולתו איז דאָך „להראות ולגלות הנס" 40 ,

פרסומא ניסא אין וועלט - חיוב,

און מהאי טעמא „צריך אדם להזהר בה כדי להודיע הנס ולהוסיף בשבח הא־ל והודי' לו על הנסים שעשה לנו" 41 ,

אָבער מאידך 42 ,

די סיבה און תוכן המאורעות וואָס האָבן געבראַכט דערצו,

איז געווען ענינו העדר ושלילה - עס זיינען נתבטל געוואָרן די מנגדים וואָס „גזרו גזירות כו' ולא הניחו אותם לעסוק בתורה ובמצות" און „הושיעם מידם והצילם וגברו בני חשמונאי",

מ'האָט אַראָפּגענומען דעם ניגוד אויף תורה און מצות,

וואָס בכלל איז דאָס דער ענין השלום.

[און אויך די נקודה ווערט נתגלה דורך די נרות 43 ,

כנ"ל בלשון הרמב"ם,

און ווי מ'זאָגט ביי הדלקת נר חנוכה,

אַז „הנרות הללו אנו מדליקין על התשועות ועל הנסים ועל הנפלאות " 44 ].

און דעריבער,

ווען עס קומט די שאלה פון „נר ביתו ונר חנוכה,

או נר ביתו וקדוש היום" זאָגט „הל' חנוכה " אַז „נר ביתו קודם": היות אַז נר ביתו איז פעולתו וואָס ער איז מאיר און פּועלט דעם ענין פון שלום ביתו בגשמיות,

איז פון דעם מובן אַז עס ווערט דורך אים אויפגעטאָן דער תוכן וענין פון שלום מער ווי דורך נר חנוכה,

קומט במילא אויס אַז מצד דער הלכה

(תוכנה הנ"ל)

פון חנוכה גופא איז „נר ביתו קודם -משום שלום ביתו".

יו"ד.

אויף דעם ברענגט דער רמב"ם אַ הוכחה וראי' אַז דאָס וואָס ענין השלום

(שלילת המנגד)

איז מכריע דעם חיוב

(תוס' אור וקדושה)

איז ניט נאָר אַן ענין פרטי אין חנוכה נאָר אַן ענין כללי און דער תכלית פון כל התורה: „שהרי השם נמחק לעשות שלום בין איש לאשתו": די מדריגה הכי נעלית בשמו של הקב"ה,

שם הוי' וואָס איז שם העצם 45

שם המפורש 46

ושם המיוחד 47 ,

און ווען שמו הקדוש ווערט אָנגעשריבן בדיו על הקלף גשמי איז דאָס דער העכסטער אופן אין המשכת והוספת הקדושה בעולם ,

און אעפ"כ זעט מען אַז מ'שרייבט לכתחילה דעם שם קדוש מיט דער כוונה אים צו מוחק זיין און ברענגען שלום בין איש לאשתו,

אַז דער גאַנצער תכלית פון דער פעולה חיובית הוספת קדושה בעולם,

איז צוליב ענין השלום - שלילה,

עס זאָל ניט זיין דער פירוד בין איש לאשתו.

און דער רמב"ם איז ממשיך ומוסיף הסברה בזה,

אַז דאָס וואָס „גדול השלום" איז ווייל „כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם ",

דאָס וואָס „תורה ניתנה ",

איז געגעבן געוואָרן למטה אין עולם הזה,

איז ניט

(נאָר)

בכדי להוסיף אור וקדושה אויך בעולם

(התחתון),

נאָר „לעשות שלום בעולם",

וואָס שלום איז נויטיק נאָר דאָרט וואו ס'איז דאָ פירוד ומחלוקת און מ'דאַרף עס מבטל זיין;

ד.

ה.

„כל התורה" גאַנץ תורה,

אַלע מצות,

כולל אויך די וואָס ענינם בגלוי איז דער ענין החיוב צו מוסיף זיין און מגלה זיין אור וקדושה,

איז אויך ביי זיי דער עיקר כוונה ומטרה - „לעשות שלום בעולם ",

צו מבטל זיין דעם ענין אין עולם וואָס איז מנגד צו קדושה 48 .

יא.

דער ביאור בזה בעומק יותר:

די אמיתית און שלימות פון שלום איז ניט נאָר דאָס וואָס עס ווערט בטל די התנגדות פון צווייטן און ס'ווערט שלום,

נאָר אַז עס ווערט אַ מצב ווען עס איז איבערהויפּט ניטאָ

(און ניט שייך)

קיין מציאות פון אַ מנגד ; ד.

ה.

אַז עס ווערט נתגלה אַז דעם צווייטנס מציאות איז ניט מנגד

(ובשלימות יותר)

- ניט אַנדערש פון זיין מציאות.

און דאָס איז דער פנימיות'דיקער פירוש אין דעם וואָס „התורה ניתנה לעשות שלום בעולם" 49 ,

אַז די אמת'ע מציאות פון וועלט איז - תורה,

אלקות; ניט נאָר דערפאַר וואָס אלקות איז כל סיבת התהוותו וקיומו,

ווי דער אַלטער רבי איז מבאר באריכות 50

אַז דער אויבערשטער באַשאַפט די וועלט שטענדיק בכל רגע מאין ליש,

נאָר ווייל דער עצם מציאות פון „יש הנברא" איז דער „יש האמיתי" 51 .

עולם

(מלשון העלם 52 )

מצד עצמו איז מעלים אויפן אור אלקי,

ער זעט זיך ניט בגילוי אין וועלט,

ואדרבה,

וועלט זעט זיך אָן ווי אַ מציאות פאַר זיך 53 ,

באופן אַז מ'קען מיינען ניט נאָר אַז איר מציאות איז ניט אלקות,

נאָר אַז זי דאַרף אויך ניט אָנקומען ח"ו צום דבר ה' להחיותה ולקיימה,

אַז וועלט איז ח"ו אָפּגעריסן,

פון אלקות - „בירה זו בלא מנהיג" 54

ח"ו; און צוליב דעם איז געווען נתינת התורה - „לעשות שלום בעולם",

מאַכן שלום צווישן דעם עולם מיט,

כביכול,

דעם אויבערשטן,

עס זאָל זיין ניכר ונרגש

(ניט נאָר אַז די מציאות פון וועלט איז ניט קיין מנגד און סתירה ח"ו צו אלקות און יתרה מזה - דאַרף שטענדיק אָנקומען צום אויבערשטן,

נאָר)

אַז כל מציאותו פון עולם גופא איז „יש האמיתי" כנ"ל.

און לפ"ז איז מובן אַז כאָטש אין תורה און מצות זיינען דאָ ביידע קוים און עבודות - חיוב

(תוס' המשכת אור)

און שלילה

(הסרת המנגד)

- איז אָבער כוונתה ומטרתה פון כל התורה

(פון ביידע קוים)

לעשות שלום בעולם -מגלה זיין אַז די אמת'ע מציאות פון וועלט איז אלקות.

וואָס דאָס קומט דורך מבטל זיין דעם ניט־אמת פון וועלט,

וואָס וועלט איז מעלים אויף אלקות,

ווערט ממילא נתגלה די אמת'ע מציאות פון וועלט - אלקות.

יב.

און דאָס איז פאַרבונדן מיט כללות תוכן

(הל')

חנוכה: דער נצחון פון אידן און דער ביטול המצב פון „גזרו גזירות על ישראל ובטלו דתם ולא הניחו אותם לעסוק בתורה ובמצות" איז געקומען דורך דעם וואָס די חשמונאים האָבן בימים ההם זיך מוסר נפש געווען על קדוש השם 55 ,

וואָס דער ענין המסירת נפש נעמט זיך פון יחידה שבנפש,

און דאָס איז די דרגא פון וועלכער עס קומט אמיתית ענין השלום,

אַז עס איז ניטאָ מלכתחילה קיין אָרט פאַר אַ מנגד

(ווי דער מיטעלער רבי איז מבאר בארוכה 56 ).

ובמילא איז דאָס אַזוי אַראָפּגעקומען אויך בפועל כפשוטו אַז „גברו ישראל על אויביהם ואבדום " 57

און „חזרה מלכות לישראל" 58

- דער שלום ושלוה ביי אידן כפשוטו.

***

יג.

פון כל הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק אַז אויב בכל השנה כולה דאַרף זיין אַ גרויסע השתדלות אין דער מצוה פון הדלקת נרות שבת קודש,

אַז יעדע אידישע טאָכטער

(אויך פאַר דער חתונה גלייך משהגיעה לחינוך)

זאָל אָנצינדן נש"ק,

כמדובר כמ"פ בארוכה* 58 ,

איז בימי חנוכה נוגע ביותר,

אַז מען זאָל אויסנוצן די ימי חנוכה במיוחד,

מיט דער מעגלעכסטער השתדלות,

ניט נאָר אויף מבצע נרות חנוכה,

נאָר אויך צו פאַרשטאַרקן „מבצע נש"ק",

וואָס דאָס דאַרף געבן אויך אַ תוס' חיזוק אין דער השתדלות והתחזקות וואָס מען „נעמט מיט" פון די ימי החנוכה אין די טעג וואָס קומען נאָך חנוכה,

און בשעת עס וועלן זיך צוזאַמענקלייבן די אַלע נרות של מצוה

(נר שבת ונר חנוכה)

ווערט דאָס אַן אבוקה גדולה,

וואָס באַלייכט דעם חושך הגלות און עס קומט די גאולה ע"י משיח צדקנו,

ווען עס וועט זיין „שלום בעולם" בפועל,

„באותו הזמן לא יהי' שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות" 59 ,

וואָרום משיח צדקנו וועט מתקן זיין „את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד שנאמר כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' ולעבדו שכם אחד" 60 ,

און עס וועט מקויים ווערן „מראה לכם נרות של ציון" 61 ,

די הדלקת הנרות אין בית המקדש השלישי.

(משיחות י"ט כסלו,

ש"פ וישב ומקץ תשל"ו)

Reader controls and commentary are loading.