א.
אין דעם נוסח פון „הנרות הללו” זאָגט מען דריי לשונות - „
(הנרות הללו אנו מדליקין)
על התשועות ועל הנסים ועל הנפלאות “ 1
; דערנאָך ביים סיום פון „הנרות הללו” זאָגט מען ווידער די זעלבע דריי לשונות - נאָר מיט אַן אַנדער סדר 2
: להודות ולהלל לשמך הגדול על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועותיך .
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דער טעם פון דעם שינוי אינעם סדר פון די דריי לשונות?
ב.
פון דעם וואָס אין „הנרות הללו” ווערן דערמאָנט
(ניט נאָר „נסיך”,
נאָר)
אויך „נפלאותיך” און „ישועותיך” - איז מוכח,
אַז די מצוה פון הדלקת נר חנוכה איז אַ זכר ניט נאָר 3
צום נס פון פך השמן
[וואָרום דער נס פון פך השמן איז ניט אין גדר פון „ישועות”]
-
נאָר אויך צו די אַלערליי סוגי ישועה וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן בימים ההם בזמן הזה 4 ,
און וועלכע ווערן,
בכללות,
איינגעטיילט אין די דריי לשונות
(כדלקמן)
:
און אין דעם גופא - בלשון רבים : „תשועות ..
נסים ..
נפלאות” - ווייל די מאורעות פון ימי חנוכה זיינען כולל כו”כ עניני ישועה פון אַלערליי סוגים.
דערמיט ווערט פאַרענטפערט נאָך אַ קשיא
(חזקה)
בנוגע דעם זכרון פון נס חנוכה:
ביי נס פורים איז דאָך דאָ אַ חיוב צו דערמאָנען די הצלה וישועה פון המן הרשע כו’ סיי ביום און סיי בלילה 5
; משא”כ דער נצחון פון חנוכה איבער די יוונים - וואָס איז אויך געווען אַ נס
(און נאָכמער - אַ נס גלוי: „מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים וכו’” 6 ,
בעת דער נס פורים איז געווען באהאַלטן אין סדרי הטבע)
- דערמאָנט מען עס בלילה נאָר אין „ועל הנסים” וואָס מ’זאָגט אין מעריב און אין ברכת המזון;
און וויבאַלד אַז א)
תפילת ערבית רשות 7 ,
און ב)
ס’איז ניטאָ קיין חיוב צו עסן פת ב
(ליל)
חנוכה 8
- קומט אויס,
אַז ס’איז ניטאָ קיין חיוב הכרחי 9
צו דערמאָנען דעם נס פון נצחון המלחמה ב ליל חנוכה.
עפ”י הנ”ל איז עס פאַרענטפערט בפשטות: הדלקת נרות חנוכה איז אַ זכרון
(ניט נאָר אויף דעם נס פון פך השמן,
נאָר אויך)
אויף אַלע נסים פון ימי חנוכה;
און ווי מען געפינט 10 ,
אַז איינער פון די וועגן צו אויסדריקן זכרון והלל צום אויבערשטן איז דורך אָנצינדן נרות 11 .
ג.
דאָס איז אויך דער טעם אויפן שינוי הסדר פון די דריי לשונות אין „הנרות הללו”:
אין אָנהויב רעדט זיך וועגן די דריי סוגי הצלה וישועה וכו’ „ שעשית לאבותינו בימים ההם ” - און דעריבער שטייען זיי אין דעם סדר: „על התשועות ועל הנסים ועל הנפלאות”,
ווייל אַזוי איז געווען דער סדר המאורעות - פריער „תשועות”,
דערנאָך „נסים” און נאָכדעם „נפלאות”;
משא”כ ביים סיום פון „הנרות הללו” רעדט זיך וועגן די דריי סוגים ווי זיי רופן אַרויס ביי אונז דעם הרגש „להודות ולהלל לשמך הגדול” - און אין דעם איז זייער סדר אנדערש: דער סוג „נסים” איז דער ערשטער צו אַרויסרופן ביים מענטשן דעם ענין ההודי’ והילול צום אויבערשטן,
דערנאָך -דער סוג פון „נפלאות” און ערשט נאָכדעם דער סוג פון „תשועות”.
ד.
והביאור: דער חילוק אין תוכן צווישן תשועות,
נסים און נפלאות:
ווען איינער פירט אַ מלחמה קעגן אַ צווייטן,
וועמענס כחות זיינען בערך
(לויטן סך הכל פון כמות און איכות צוזאַמען 12 )
צו זיינע,
דאַרף ער
(אויך)
אָנקומען צו ישועת ה’ אַז ער זאָל מנצח זיין,
וואָרום ע”פ טבע איז אַמאָל איין צד גובר און אַמאָל דער צווייטער - אָבער דער נצחון ותשועה איז אין אַן אופן וואָס זעט אויס ווי אַן ענין טבעי,
און ניט קיין נס וואָס איז העכער פון טבע,
ווייל ע”פ טבע קען ער מנצח זיין אַזוי ווי דער צווייטער.
נס איז אַ ישועה והצלה וואָס איז העכער 13
פון טבע,
היפך פון גדרי העולם; ולדוגמא:אַ נצחון המלחמה אין אַן אופן,
ווען ס’איז מנצח דער צד וואָס איז אַ סך,
אָדער שלא בערך שוואַכער פון צווייטן,
אַזוי אַז אין דרך הטבע קען ער די מלחמה ניט געווינען - אַזאַ נצחון איז אַ נס,
למעלה מהטבע.
נפלאות זיינען אַזעלכע ענינים וואָס רופן אַרויס אַ „וואונדער” ביי דעם וואָס זעט זיי.
זיי זיינען ניט קיין קלאָרע נסים וואָרעם מען קען זיי ערקלערן אַלס פּאַסירונגען בדרך הטבע,
אָבער דאָך איז אַזאַ פּאַסירונג אָפּגעטיילט און אויסגעטיילט 14
פון דער הנהגה הרגילה און דעריבער רופט ער אַרויס אַ „וואונדער” - ס’איז אַן ענין נפלא.
[און ווי מען געפינט ביי דער גאולה פון אַלטן רבי’ן בי”ט כסלו,
אַז ער האָט געשריבן 15
אויף דעם „ הפליא כו’ לעשות בארץ”: די גאולה פון י”ט כסלו איז געקומען דורך די שרים און געווען פאַרבונדן מיט כו”כ השתדלות וכו’ -אָבער צוזאַמען דערמיט איז עס געווען כלל וכלל ניט קיין הנהגות רגילות,
נאָר אַ פלא’דיקע זאַך,
„הפליא”] 16 .
ה.
די דריי סוגי הצלה וישועת ה’ זיינען געווען „בימים ההם” בימי חנוכה - און על הסדר: פריער תשועות,
דערנאָך נסים,
און דערנאָך - נפלאות.
דער אָנהויב פון דעם נצחון החשמונאים איז געווען גלייך אין זייער שטאָט מודיעין
(וואו מתתיהו ובניו האָבן זיך געפונען)
; די יוונים האָבן דאָרט געוואָלט מקריב זיין אַ ד”א און די חשמונאים האָבן זיך געשטעלט אָנגעגן זיי און זיי באַזיגט 17
-
אין דעם 18
איז געווען אַ ישועה,
אָבער ניט קיין נס גלוי און ניט קיין פלא גלוי.
וואָרום אין מודיעין איז ניט געווען קיין גרויסער מספר פון יוונים.
דערנאָך האָבן די אידן מלחמה געהאַלטן קעגן אַ גאָר גרויסן צבא פון יוונים,
וואָס אנטיוכס האָט אַריינגעשיקט 19
- גאָר אַ סך מער ווי דער מספר פון די אידישע אנשי חיל,
און ס’איז געשען אַ נס גלוי,
שלמעלה מן הטבע: מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים - די אידן האָבן מנצח געווען.
נאָכן נצחון המלחמה זיינען די חשמונאים אַריין אין בית המקדש און האָבן געזען אַז ס’איז ניטאָ קיין שמן טהור פאַר הדלקת המנורה,
ווייל די יוונים האָבן מטמא געווען „כל השמנים שבהיכל”,
ביז זיי האָבן געפונען „פך אחד של שמן שהי’ מונח בחותמו של כהן גדול” 20 .
און דאָס
(וואָס מ’האָט געפונען דעם פך שמן)
איז טאַקע ניט קיין נס גלוי
[און אַז מען וויל זיך איינשפּאַרן קען מען זאָגן אַז ס’איז געווען אַן ענין טבעי,
אַז דעם פך שמן האָבן די יוונים ניט באַמערקט 21
צו מטמא זיין; ובפרט לדעת התוספות 22
אַז מ’מוז זאָגן „שהי’ מונח בחותם בקרקע ”,
אַ דבר בלתי רגיל כלל ובפרט אַז עס איז געווען אַ לשכת השמנים 23 ,
האָבן די יוונים ניט געטראַכט צו זוכן דאָרט 24 .
(ועפ”ז יומתק די ודאות אַז דער שמן איז טהור און די יוונים האָבן עס ניט מטמא געווען דורך „היסט”)],
אָבער דאָך איז עס אַ דבר פלא 25
(נפלאות 26 )
: אַלע שמנים האָבן די יוונים מטמא געווען,
און דער איין פך איז
(געווען באהאַלטן בקרקע !)
און געבליבן גאַנץ,
ניט אָנגערירט!
[דערנאָך איז געווען נאָך אַ נס 27
-שהדליקו בו ח’ ימים,
ווי אויך נאָך ישועות ונפלאות].
ו.
דער סדר - תשועות נסים און נפלאות - איז ווען מ’רעדט וועגן זיי בשייכות צו דעם סדר בזמן פון די מאורעות „בימים ההם”; בשעת עס רעדט זיך אָבער וועגן „להודות ולהלל לשמך הגדול” לאחר זה - איז דער סדר:
צום אַלעם ערשטן איז מען מודה ומהלל דעם אויבערשטן אויף „נסים”,
וואָס אין דעם דערקענען אַלע אַז דאָס קומט פון אויבערשטן;
דערנאָך איז מען זיך מתבונן ביז מען דערקענט דעם אמת’ן גדר פון כו”כ פּאַסירונגען אַז זיי זיינען „נפלאותיך”
כאָטש אַז הרוצה לטעות יטעה - אַז זיי זיינען פּאַסירונגען בדרכי הטבע
און מען דאַנקט און לויבט דעם אויבערשטן פאַר זיי.
און דערנאָך קומט מען צו דער הכרה,
אַז אפילו על ישועותיך - וועלכע זיינען ניט קיין נס און אפילו ניט קיין נפלאות,
נאָר אין גדרי הטבע - דאַרף מען אויך דאַנקען און לויבן דעם אויבערשטן.
וואָרום - „ לה’ הישועה”,
טבע אַליין איז למעלה מן הטבע,
ובמילא דאַרף אויך אַ ישועה אַרויסרופן אַ הודאה והילול 28 .
ז.
אַ טיפערער ענין אין דעם:
ביי אידן איז די השפעת החיות לכתחילה פון בחי’ אלקות וואָס איז למעלה מהטבע,
מער ניט וואָס די השפעה טוט זיך אָן אין אַ לבוש פון טבע; דאָס הייסט,
אַז נוסף אויף דעם וואָס הנהגת הטבע בכלל איז אויך אַ הנהגה אלקית,
ובמילא איז,
באמתתה,
איז זי למעלה מן הטבע
(ווי וועלט טייטשט טבע)
- איז אויך דאָס
(טבע)
ביי אידן נאָר אַ חיצוניות’דיקער לבוש אויף דער הנהגה נסית 29 ,
מיט וועלכער דער אויבערשטער פירט אָן מיט אידן.
ובמילא,
דער וואָס האָט „ליכטיקע” אויגן,
דערזעט ער דעם אמת,
אַז דאָס איז מלכתחילה אַן ענין נסי,
אַזוי,
אַז דער „לבוש” פון טבע האָט גאָר קיין תפיסת מקום ניט ביי אים 30 .
און ווי גערעדט פיל מאָל 31
וועגן דעם פירוש פון מאמר חז”ל 32
„מאמין בחי העולמים וזורע”: די חוקי הטבע
(וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט - „זרע וקציר גו’ לא ישבותו “ 33 )
זיינען ביי אידן ניט די סיבה אמתית אף זייער זריעה; די אמת’ע סיבה צו דער צמיחה,
און דערפאַר איז ער זורע,
איז ווייל ער איז „מאמין בחי העולמים”.
ח.
עס רעדט זיך אין חסידות 34 ,
אַז דוקא אין דעם מטה מטה ביותר זאָגט זיך אַרויס דער גבוה גבוה ביותר.
און עד”ז אויך אין ענין הנסים: די נסים וואָס זיינען מלובש אין טבע האָבן אַ העכערן שורש ווי די נסים גלויים 35 ,
און טבע אַליין האָט נאָך אַ העכערן שורש 36 .
נסים גלויים נעמען זיך פון גילויים,
וואָס זיינען מוגבל אין דעם קו פון „גילוי” - דער נס מוז זיך זען בגילוי; נסים המלובשים בטבע נעמען זיך פון אַן אור וואָס איז העכער פון גילוי,
און דעריבער זיינען די נסים אָנגעטאָן אין לבוש פון טבע.
אָבער פונדעסטוועגן,
וויבאַלד דער „לבוש” איז אין אַן אופן וואָס רופט אַרויס אַ „וואונדער”
(„נפלאות”)
ביי דעם וואָס זעט עס,
ביז אַז „נראה בחוש” ווי דאָס איז „רק למעלה מהטבע” 37
-איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דאָס איז פון אַן אור וואָס איז עכ”פ בגדר גילוי.
דוקא דער ענין פון „תשועות”,
וועלכע זיינען אָנגעטאָן אין טבע גופא,
נעמט זיך פון עצמות וואָס איז ניט בגדר גילוי כלל,
ובמילא טוט זיך אויף די ישועה
(שלמעלה מהטבע,
וואָס קומט פון דעם אויבערשטן אַליין)
אין אַן אופן ווי עס וואָלט זיך געפירט בדרך הטבע ממש 38 .
און דאָס איז אויך דער סדר פון די דריי ענינים - „
(להודות ולהלל לשמך הגדול)
על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועותיך”:
פריער קומט דער הודאה והילול 39
בשייכות צו גילויים - וואָס פון זיי ווערן נמשך „נסיך”; דערנאָך -בשייכות צום אור שלמעלה מגילוי -„ועל נפלאותיך”; און דערנאָך קומט מען צו צום הודאה והילול „לשמך הגדול “ 40 ,
בעיקר דורך „ישועותיך”.
(משיחת ש”פ מקץ,
שבת חנוכה,
תשכ”ד)