B"H
🏡

Ikar

מקץ ב

א.

„וימהר יוסף כי נכמרו רחמיו אל אחיו" 1

- שטעלט זיך רש"י

(אין צווייטן דבור)

אויפן וואָרט „נכמרו" 2

און איז מפרש: „נתחממו ובלשון משנה 3

על הכומר של זתים ובלשון ארמי משום מכמר בישרא 4

ובמקרא 5

עורנו כתנור נכמרו נתחממו ונקמטו קמטים קמטים מפני זלעפות רעב,

כן דרך כל עור כשמחממין אותו נקמט ונתכווץ".

דאָס וואָס רש"י דאַרף בכלל בריינגען אַ ראי' צו זיין אָפּטייטש,

אַז „נכמרו" מיינט „נתחממו",

איז פאַרשטאַנדיק: היות דער „בן חמש למקרא" באַגעגנט דאָ צום ערשטן מאָל אין דער תורה* 5

דעם וואָרט „נכמרו",

פאָדערט זיך אַז מ'זאָל דעם אָפּטייטש פון וואָרט מסביר זיין מיט אַ ראי' והוכחה -

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין:

א)

פאַרוואָס נויטיקט זיך רש"י אין דריי ראיות?

וואָרום,

ווי פאַרשטאַנדיק בפשטות

(ווי פיל מאָל גערעדט)

- מערערע ראיות ווערן געבראַכט אויב יעדערע פון זיי פאַר זיך איז ניט גענוגענד און די אַנדערע ערגענצט דאָס -

מיט וואָס איז יעדער ראי' באַזונדער ניט מספיק בנדון דידן ?

ב)

דער סדר פון די דריי ראיות אין פרש"י - פריער „בלשון משנה",

דערנאָך „בלשון ארמי" און ערשט דערנאָך „ובמקרא" - איז אין גאַנצן ניט מובן: לכאורה האָט די ערשטע ראי' געדאַרפט זיין פון מקרא

(ובפרט אַז די ראי' פון „מקרא" האָט נאָך אַ יתרון,

וואָס דאָרט איז גענוי דער זעלבער לשון ווי אין אונזער פסוק -„נכמרו")

דערנאָך

(אויב נויטיק)

די ראי' פון „לשון משנה" און ערשט דערנאָך -

(פון גמרא)

„לשון ארמי".

ג)

פאַרוואָס בריינגט רש"י די ראי' „בלשון משנה" פון „כומר של זתים" - אין בבא מציעא - און ניט פון „כומר של ענבים" 6

וואָס ווערט דערמאָנט אין אַ פריערדיקן אָרט 7

אין ש"ס - אין מס' יבמות 8 ?

ד)

אַזוי אויך „בלשון ארמי" גופא -האָט רש"י,

אַנשטאָט דעם לשון „מכמר בשרא" פון מס' פסחים,

געדאַרפט לכאורה בריינגען דעם לשון „בושלי כמרא" וואָס געפינט זיך פריער,

אין מס' ברכות 9 .

ה)

נאָכמער איז ניט מובן בנוגע דעם לשון „מקרא",

וואָס רש"י בריינגט אַ פסוק אין „איכה" בעת מען געפינט שוין דעם לשון „נכמרו" אין „מלכים" 10

און אין „הושע" 11

- וואָס ניט נאָר זיינען זיי פריער אין סדר המקרא

(ות)

פון תנ"ך 12 ,

נאָר זיי זיינען אויך מער מתאים אַלס ראיות,

מצד תוכן ענינם פון די לשונות,

וואָס גלייכט זיך מיט'ן תוכן פונעם לשון אין אונזער פסוק: סיי דער ל' „נכמרו רחמי'" אין מלכים און סיי „נכמרו נחומי" אין הושע קומען אין שייכות צו הרגש הלב,

פּונקט ווי „נכמרו רחמיו" אין אונזער פרשה; אַנדערש איז אָבער ביים לשון „ עורנו כתנור נכמרו" אין איכה,

וואו ס'רעדט זיך וועגן עור,

אַן אַנדער זאַך לגמרי.

ו)

בריינגענדיק די ראי' פון „עורנו כתנור נכמרו" איז רש"י מעתיק דעם ווייטערדיקן המשך פון פסוק: „מפני זלעפות רעב" - וואָס לכאורה איז דאָס ניט נוגע און

(במילא)

איבריק פאַר דער הסברה פון דער ראי' 13

; און ווי מיר זעען טאַקע ביי די אַנדערע ראיות

(פון לשון „משנה" און „ארמי"),

אַז רש"י בריינגט ניט 14

דעם ווייטערדיקן המשך המדובר והענין.

ז)

נאָך שווערער איז צו פאַרשטיין דעם ביאור פון רש"י ביים אויספיר פון פירוש: „כן דרך כל עור כשמחממין אותו נקמט ונתכווץ" -וואָס איז דאָס נוגע דאָ לעניננו 15 ?

ח)

בכל אופן,

האָט דאָס

(כן ..

ונתכווץ)

געדאַרפט שטייען גלייך נאָך „קמטים",

און ניט מפסיק זיין אין מיטן ביאור וענין פון פירש"י דורך'ן המשך הכתוב „מפני זלעפות רעב".

ב.

וועט עס אַלעס ווערן פאַרשטאַנדיג דורך מבאר זיין דעם פרש"י אינעם פריערדיקן דבור,

אויף די ווערטער „כי נכמרו רחמיו": „שאלו יש לך אח מאם א"ל אח הי' לי ואיני יודע היכן הוא יש לך בנים א"ל יש לי עשרה א"ל ומה שמם א"ל בלע ובכר וגו' א"ל מה טיבן של שמות הללו א"ל כולם ע"ש אחי והצרות אשר מצאוהו.

בלע שנבלע בין האומות בכר שהי' בכור לאמי

(און רש"י איז ממשיך אויסצוטייטשן דעם מיין פון אַלע צען נעמען צוגעבנדיק צום סוף דעם מקור פון זיין פירוש: „כדאיתא במס' סוטה" 16

און פירט אויס)

מיד נכמרו רחמיו".

ווערט דאָ גלייך שווער צו פאַרשטיין: פאַרוואָס איז רש"י מקדים

(אין ערשטן דבור)

אויפצוקלערן

(ובאריכות)

די סיבה וואָס האָט געבראַכט צו „נכמרו",

איידער ער טייטשט אויס

(אין צווייטן דבור)

דעם עצם באַדייט פון „נכמרו"?

דער סדר בפשטות דאַרף דאָך זיין פאַרקערט: צום ערשטן איז נויטיק צו וויסן

( וואָס איז דאָ געשען -)

וואָס מיינט דער וואָרט „נכמרו",

און ערשט דערנאָך איז מתאים צו ריידן וועגן דער סיבה פון דער געשעעניש.

אויך איז קשה: א)

וואָס איז דאָ שווער אין פירוש הכתוב ע"פ פשוטו של מקרא,

וואָס צוליב דעם בריינגט רש"י דאָ די אריכות פון דברי חז"ל?

לכאורה איז דאָ אַלץ פשוט: בשעת יוסף האָט נאָך אַ הפסק פון אַ סך יאָרן דערזען בנימין'ען,

זיין איינציקן ברודער „מאמו"

(און וואָס האָט ניט געהאַט קיין שייכות מיט זיין מכירה וכו'),

האָט עס ביי אים אַרויסגערופן די תנועה פון „נכמרו רחמיו".

ב)

אפילו מ'זאָל אָננעמען,

אַז רש"י האָט אַ געוויסן הכרח אַז צוזאַמען דערמיט איז אויך פאָרגעקומען אַ משא ומתן פון רייד צווישן יוסף און בנימין,

ווי חז"ל דערציילן - וואָלט געווען גענוג אַראָפּצובריינגען בלויז די התחלה פון סיפור

(„שאלו יש לך אח וכו'")

און אויספירן 17

דעם מקור 18

(„כדאיתא במס' סוטה") 19

- וואו מ'זאָל זען די אַלע פרטים 20 .

- וואָס גיט צו די גאַנצע אריכות

(בפרט -דער אויסטייטש פון אַלע נעמען כו')

אין הבנת הפשט פון פסוק 21 ?

אין אַנדערע ווערטער: וואו שטייט דאָס אַלעס אין „פשוטו של מקרא",

וואָס נאָר דאָס איז רש"י מפרש?

ג)

ועיקר: ווי קומען אַהער בכלל די בני בנימין?

וועגן וועמען עס ווערט דערציילט אין פ' ויגש!

ד)

וואָס איז רש"י מוסיף ומדייק „ מיד

(נכמרו רחמיו)

",

און וואו איז דער מקור אויף דעם

(וויבאַלד רש"י איז ניט מעתיק פון פסוק דעם וואָרט „וימהר")?

ג.

דער ביאור אין דעם:

מ'קען ניט זאָגן,

ווי ס'זעט אויס בהשקפה שטחית,

אַז די סיבה פון „נכמרו רחמיו ..

ויבקש לבכות" איז געווען דאָס וואָס יוסף האָט דערזען בנימין'ען,

וויילע אויב אַזוי האָט דאָס אַלעס געדאַרפט פּאַסירן באַלד ובהמשך צו „וירא יוסף אתם את בנימין"

(בתחלת הפרשה) 22 ,

ובפרט נאָך

אַז ער זאָגט אַז דאָס איז געווען אין אַן אופן פון „ וימהר יוסף",

אָדער עכ"פ - בסמיכות ובהמשך צו „וישא עיניו וירא את בנימין אחיו בן אמו" 23

(ביים סוף פרשה בעת די שבטים זיינען צוזאַמענגעקומען מיט יוסף'ן אין זיין הויז)

;

וויבאַלד אָבער די תורה דערציילט אַז אפילו נאָכן צווייטן „וירא" האָט ער פריער אויסגערופן „הזה אחיכם" און דערנאָך געזאָגט „אלקים יחנך בני",

און ערשט דערנאָך - „נכמרו רחמיו" איז עס אַ באַווייז,

אַז ניט דער „וירא" האָט אַרויסגערופן דעם „נכמרו" ביז צו „ויבקש לבכות".

און דער טעם דערפון איז מובן און מוכרח אין פשטות : יוסף,

זייענדיק אַ משנה־למלך אַזוי פיל צייט און אין אַן אופן אַז „ובלעדיך לא ירים איש את ידו ואת רגלו" „רק הכסא אגדל ממך" 24 ,

האָט זיך זיכער געפירט מיט אַ הנהגה פון תקיפות און שטאָלץ

(ובפרט כלפי די ברידער האָט ער דאָך בכוונה אַרויסגעוויזן די תנועה פון תוקף און שטרענגקייט).

דעריבער הגם אַז ביים דערזען בנימין'ען „אחיו בן אמו" האָט זיך ביי אים געוויס דערוועקט אַ שטאַרקע התרגשות,

איז אָבער אויך זיכער,

אַז איידער ער האָט זיך אַנטפּלעקט צו די ברידער ובפרט - אין דער אַנוועזנהייט פון אַרומיקע מענטשן האָט יוסף

(אַלס משנהלמלך)

באַהערשט די התרגשות וכו' און זי ניט אַרויסגעוויזן כלפי חוץ,

און ווי מ'זעט אויך אַז אפילו דערנאָך -איז ווען „ויבקש לבכות" - איז „ויבוא החדרה ויבך שמה".

[און דערפאַר געפינט מען טאַקע ניט אין דער גאַנצער סדרה,

אַז יוסף זאָל אויסדריקן אָפען אַ תנועה פון התרגשות וכו' ובפרט לבכות וכד' 25

- הגם אַז במשך פון זיינע באַגעגענישן און רייד מיט די ברידער האָט ער דאָך געזען און געהערט כמה ענינים,

וואָס האָבן זיכער אַרויסגערופן התרגשות וכו' 26

; דער צער פון זיין פאָטער וכו' - נאָר מצד די הנהגה בתקיפות 27 ].

ד.

און וויבאַלד אַזוי מוז מען זאָגן - פון המשך ומשמעות הכתובים -אַז נאָכן „וירא

(יוסף)

את בנימין גו' ויאמר אלקים גו'" איז פאָרגעקומען אַן ענין וואָס זיין ווירקונג איז געווען נאָך שטאַרקער פון דער פעולה פון „וירא את בנימין".

וויבאַלד אַז דער פסוק איז ניט מפרש וואָס דאָס איז געווען - מוז מען זאָגן אַז דאָס קומט בהמשך צו „אלקים יחנך בני" - ברכות וואָס בנימין האָט פון דעם אויבערשטן און וואָס האָבן אַ שייכות צו

(ובמילא אויך אַ ווירקונג אויף)

יוסף'ן ובפרט אויף זיין שייכות צו בנימין'ען אַלס „אחיו"

(וויבאַלד עס האָט געפּועלט אַז „נכמרו רחמיו אל אחיו "),

דערפאַר מוז רש"י בריינגען די גאַנצע אריכות אָנהייבענדיק „יש לך אח מאם "

(ווי ער זאָגט בהקדמה „אחיו בן אמו" דוקא)

עס דאַרף אָבער אויך האָבן אויך אַ שייכות צו די קינדער פון בנימין'ען וויבאַלד עס קומט בהמשך צו „אלקים יחנך בני" וואָס דאָס איז כפרש"י בדוגמא פון חנן אלקים את עבדך -יעקב - וואָס דאָס גייט אויף „הילדים" 28

אָבער ניט די קינדער פאַר זיך,

נאָר ווי דאָס רופט אַרויס די התרגשות פון אחוה צווישן יוסף און בנימין וואָס דערפאַר האָט עס געבראַכט דוקא „נכמרו רחמיו אל אחיו",

דערפאַר זאָגט רש"י אַז צווישן יוסף און בנימין איז פאָרגעקומען רייד,

וואָס האָבן אָנגערירט די אחוהגעפילן 29

אויף אַן אומגעוויינלעכן אופן,

ביז דאָס האָט געמוזט פועל זיין ביי יוסף'ן

(טראָץ די תקיפות־הנהגה)

דעם ענין פון „ויבקש לבכות".

און דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק כנ"ל פאַרוואָס רש"י דאַרף אַראָפּבריינגען די גאַנצע אריכות הדברים פון „שאלו וכו' א"ל וכו'" 30

און דעם אויסטייטש פון יעדן נאָמען באַזונדער,

ווייל „יחנך" סתם,

אינגאַנצען -מיט אַלע זיינע פרטים - קומט אַלס סיבה פון „נכמרו רחמיו",

יעדער פרט איז נוגע אין דעם אַרויסברענגען די אומגעוויינלעכע אחוה און געפיל פון בנימין צו יוסף 31

- אַז הגם בנימין איז בעת מכירת יוסף בלויז אַלט געווען בערך נייען

(צען)

יאָר 32 ,

האָט ער דאָך במשך די אַלע יאָרן ניט אויפגעהערט צו טראַכטן פון אחיו בן אמו יוסף'ן און זיינע צרות,

ביז צום אויסדריקן זיין צער אין אַזאַ ענין -ווי דער נאָמען פון זיינע קינדער; און נאָכמער,

אין די נעמען פון אַלע צען קינדער און ביי יעדן נאָמען מיט אַ באַזונדער תוכן פון געגועים,

צער 33

וכדומה - ע"ש אחי והצרות אשר מצאוהו,

אַזוי אַז בשעת ער וועט דערמאָנען וועלכן קינד עס זאָל ניט זיין - וועט עס דערמאָנען אחיו בן אמו 34 .

און דוקא נאָך דעם אַלעם קען מען פאַרשטיין,

פאַרוואָס האָט יוסף ניט מער געקענט איינהאַלטן זיין תקיפות,

און ווי רש"י פירט אויס און מדייק: „ מיד נכמרו רחמיו".

ה .

דערמיט איז אויך מבואר פאַרוואָס רש"י איז מפרש פריער

(ובאריכות)

די סיבה פון „נכמרו" איידער ער פאַרטייטשט דעם וואָרט „נכמרו" גופא - וואָרום דוקא דער פירוש

(וואָס איז מוכרח פון פשש"מ)

איז מסביר און מכריע דעם טייטש פון וואָרט „נכמרו" 35

: וויבאַלד ס'האָט דאָ געמוזט פאָרקומען אַן אומגעוויינליכע התרגשות ביי יוסף'ן,

אַ סאַך שטאַרקער ווי דער הרגש וואָס דערוועקט זיך פון „וירא

(יוסף)

את בנימין אחיו",

כנ"ל,

איז במילא מובן,

אַז דער טייטש פון „נכמרו" איז „נתחממו",

הייסע און שטאַרקע התרגשות - און ניט ווי דער ת"א פאַרטייטשט „נכמרו: אתגוללו" 36

(אַ געוויינליכע התעוררות) 37 .

ו.

רש"י באַנוגנט זיך אָבער ניט דערמיט,

וואָרום הגם אַז פון משמעות הכתובים איז מובן אַז „נכמרו רחמיו" מיינט אַ שטאַרקערע התעוררות ווי „אתגוללו" - איז נאָך דערפון אַלץ קיין ראי' ניט,

אַז „נכמרו" טראָגט אין זיך בדוקא דעם טייטש פון „נתחממו"

(און ניט אַן אַנדערן ענליכן טייטש).

דעריבער בריינגט רש"י אַ ראי' אויפן טייטש פונעם וואָרט.

לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק בפשטות פאַרוואָס רש"י בריינגט ניט קיין ראי' פון „נכמרו רחמי'" אין מלכים,

און פון „נכמרו נחומי" אין הושע: דוקא ווייל אויך דאָרטן רעדט זיך וועגן רגש הלב אַזוי ווי אין אונזער פסוק,

איז פון דאָרט ניטאָ קיין ראי' מוכחת,

קיין קלאָרער באַווייז,

אַז דער „נכמרו" דאָ מיינט „נתחממו" 38

-

(אפילו ווען מ'זאָל זאָגן אַז דאָרט איז אויך דאָ אַ הכרח פון כללות הענין אַז עס רעדט זיך וועגן אַ גרויסע התעוררות) 39 ,

וואָרום מיט וואָס איז דער טייטש דאָרט - מער מוכרח ווי בנדו"ד?

[והראי': דער תרגום 40

טייטשט אויך דאָרט פּונקט ווי דאָ: „אתגוללו"] 41 .

דערפאַר מוז רש"י בריינגען אַ ראי' פון זעלבן לשון וועלכער שטייט בשייכות צו אַן אַנדער ענין - וואָס זיין תוכן ווייזט אויפן טייטש „נתחממו" דוקא.

די ערשטע ראי' בריינגט ער פון „לשון משנה

(וואָס איז לשון הקודש,

על דרך ווי לשון הכתובים)

על הכומר של זתים",

וואָס „כומר" רופט זיך די כלי אין וועלכע מ' וואַרעמט די זיתים,

און דערפון פאַרשטייט מען אַז „כומר" - „נכמרו" האָט דעם טייטש פון חמימות.

ז.

אָבער די ראי' פון „כומר" אַליין איז ניט קיין פולע ראי',

מ'קען נאָך אַלץ פרעגן: אויב מ'געפינט ניט ערגעץ קלאָר ,

אַז „כומר" איז אַ לשון פון חמימות,

איז מי יאמר אַז די כלי ווערט גערופן „כומר" צוליב דער פעולה פון חמימות?

- אפשר איז דאָס סתם אַ שם־כלי

(אָן דעם באַדייט פון פעולת החמימות)?

דערפאַר בריינגט רש"י נאָך אַ ראי' פון „לשון ארמי" - „מכמר בשרא" וואָס דאָרט זעט מען קלאָר אַז „מכמר" ווערט געמיינט די פעולה 42

פון חמימות 43

- און „לשון ארמי" איז מוכיח אויפן „לשון המשנה"

(ע"ד ווי גמרא בכלל איז מבאר די משנה),

וואָס איז על דרך לשון המקרא,

אַז אויך „כומר" איז פון זעלבן שורש פון חמימות 44 ,

וויבאַלד דאָס איז דאָך דער תכלית פון דער כלי.

ח.

לויט דעם איז אויך מובן וואָס רש"י בריינגט ניט די ראי' פון לשון „כומר" וואָס שטייט אין פריערדיקע ערטער אין ש"ס 45

:

דער לשון „כומר של ענבים"

(אין מס' יבמות)

קומט בהמשך צו דעם וואָס די גמרא זאָגט דאָרט: „דובב שפתי ישנים ככומר של ענבים מה כומר של ענבים כיון שמניח אדם אצבעו עליו מיד דובב אף ת"ח וכו'" - און דעריבער

(אפילו בסיוע פון „מכמר בשרא")

איז ניט קיין שטאַרקע ראי' פון „כומר של ענבים" אַז דאָס מיינט לשון חמימות,

וואָרום דער תוכן הענין גיט אַן אָרט צו זאָגן אַז די „כלי" רופט זיך „כומר"

(ניט צוליב פעולת החמימות,

נאָר)

צוליב דעם וואָס אין דער כלי זיינען די ענבים געפּרעסט און במילא איז דער וויין תוסס און רירט זיך פון די ענבים 46

(וואָלט מען געקענט אָננעמען,

אַז דאָס איז די משמעות פון „כומר") 47 .

אויך פונעם לשון ארמי „בושלי כמרא" אין מס' ברכות איז קיין ראי' ניט אַז דער לשון ווערט גענוצט בשייכות צו דער פעולה פון חימום דוקא,

אויך איז דאָרטן מיינט עס דאָך אַ תואר פון תמרים 48

און ס'איז קיין ראי' ניט אַז דער לשון „כמרא"

(אפילו אויב ס'איז אַ שם תואר פון חמימות 49 )

לאָזט זיך נוצן אין פועל און נפעל 50 .

ט.

וויבאַלד אַז דער וואָרט דאָ איז „נכמרו",

וויל רש"י אויך האָבן אַ ראי' פון גענוי דעם זעלבן לשון אין פסוק - און דערפאַר בריינגט ער אויך די ראי' פון „ובמקרא עורנו כתנור נכמרו",

וואָס דאָס מיינט אויך

(לפי דעת רש"י)

„נתחממו".

היות אָבער אַז דער וואָרט „נכמרו" דאָרט קען מען טייטשן מל' „נשחרו"

(און אַזוי טייטשן טאַקע אַנדערע מפרשים 51 )

ברענגט רש"י אַלס הוכחה צו זיין טייטש פון דעם המשך הכתוב „מפני זלעפות רעב":

אמת טאַקע אַז רעב קען פועל זיין אַז דער „עור" זאָל „נשחר" ווערן,

וויבאַלד אָבער דער פסוק פאַרבינט עס נאָכאַמאָל בסיומו

(נוסף צום פריערדיקן פאַרגלייך - „כתנור")

מיט „זלעפות",

מיט פייער און הייסקייט 52 ,

איז די סברא מחייב אַז „נכמרו" מיינט דאָ „נתחממו".

יוד.

אויב אָבער „עורנו כתנור נכמרו" מיינט „נתחממו" אַז דער „עור" ווערט בלויז אָנגעוואַרעמט

(צוליבן רעב),

ווערט אַ שאלה: אין וואָס דריקן זיך דאָ אויס די גרויסע יסורים וואָס דער נביא קלאָגט דערויף?

איז רש"י מבאר,

אַז „נכמרו" דאָ טראָגט אין זיך און מיינט ניט בלויז „נתחממו",

נאָר אויך דער מיין פון „נקמטו קמטים קמטים" 53

וואָרום „כן דרך כל עור כשמחממין אותו נקמט ונתכווץ".

ובמילא בשעת דער פסוק זאָגט אַז דער עור איז נתחמם געוואָרן דאַרף ער ניט אויסטייטשן די גוואַלדיקע יסורים דערפון,

ווייל ס'איז אַזוי דער „דרך כל עור כשמחממין אותו נקמט ונתכווץ",

און מ'פאַרשטייט שוין אַליין ווי גרויס ס'איז דער עינוי אין דעם.

לויט דעם איז מובן פאַרוואָס רש"י בריינגט אָט די ראי' ערשט צום סוף,

הגם דאָס איז „לשון מקרא" און איז אויך דער זעלבער לשון „נכמרו" ווי בפרשתנו: היות אַז דער טייטש פון דעם לשון „נכמרו" איז אויך „נקמטו כו'"; ואדרבה,

דאָס איז גאָר דער עיקר מכוון אין פסוק 54

איז במילא קיין ראי' ניט דערפון אַז „נכמרו" האָט דעם אויסדריקלעכן טייטש

(און מיין)

פון „נתחממו".

יא.

פון יינה של תורה וואָס אין פרש"י:

ס'איז מבואר אין חסידות 55

אויפן פסוק „וימהר יוסף כי נכמרו רחמיו אל אחיו",

אַז אידן ווערן אָנגערופן בשם יוסף,

ווי עס שטייט 56

„נוהג כצאן יוסף"; דאַרפן אידן

(„יוסף")

מעורר זיין רחמים רבים אויף דער בחינה פון בנימין,

בן אוני,

אַריינטראַכטן זיך ווי גרויס עס איז די ירידה פון דער נשמה,

וואָס האָט אַראָפּגענידערט למטה מטה,

און דערוועקן רחמים אויף דעם ניצוץ אלקי שבנפשו.

און דאָס איז מרומז אין די פרטי הדברים פון פרש"י אויף „כי נכמרו רחמיו",

און ס'איז אויך מדוייק דער סדר,

וואָס דער פירוש קומט פריער פאַרן אָפּטייטש פון „נכמרו -נתחממו": צום ערשטן באַדאַרף זיין די התבוננות אין „אחי והצרות אשר מצאוהו",

פריער זיך מתבונן זיין אין מעלת הנשמה מצ"ע,

וואָס זי איז בחי' „אחי",

זי איז שטענדיק פאַרבונדן מיט אלקות; און דערנאָך „הצרות אשר מצאוהו",

די התבוננות אין איר ירידה,

ביז אַז „נבלע בין האומות וכו'" -אין גוף ונפה"ב און נאָך נידעריקער.

און בשעת אַז די התבוננות איז אין אַזאַ אופן

(אין אַלע צען בחינות -וואָס זיי זיינען מרומז אין די צען נעמען לעניניהם)

דעמאָלט קומט מען צו צו „נכמרו - נתחממו",

ס'ווערט דער יחם לבו בחמימות פון רשפי אש מיט אַן אמת'ער מרירות אויף זיין מעמד ומצב 57 ,

און דאָס איז מעורר אויך למעלה דעם ענין הרחמים,

וואָס איר מעלה אויף מדת החסד איז דער ענין פון חמימות.

און ווי דאָס איז למטה,

אַז מדת החסד מצ"ע איז משפיע טוב וחסד וואָרום מטבע הטוב להטיב,

ווערט ער אָבער אָנגערופן מים,

די השפעה איז בקרירות.

דאַקעגן גבורה איז דער ענין פון חמימות און רשפי אש דערפאַר קומט פון דעם,

כעס און רוגז כו'.

מדת הרחמנות אָבער כאָטש אַז איר ענין איז טוב וחסד,

קומען אין איר צו די חמימות פון מדת גבורה.

וואָרום זעענדיק צער זולתו איז „יחם לבבו בחמימות רשפי אש" און איז מתעורר ברחמנות אויפ'ן צווייטן,

וואָס דאָס איז גורם השפעת החסד מיט אַ חמימות,

מיט אַ שטאַרקערע תשוקה ווי חסד אַליין

(און דערפאַר איז רחמים אַ ממוצע צווישן חסד וגבורה,

ווייל ער איז כולל ביידע) 58 .

יב.

און די התעוררות רחמים און די פעולה וואָס טוט זיך אויף דורך דעם,

איז מרומז אין „כומר של זתים",

וואָס דאָס מיינט

(ווי גערעדט פריער)

אַז די זתים ווערן דערוואַרעמט און עס קומט פון זיי אַרויס דער שמן.

וואָס אין עבודה איז דאָס 59

: זתים זיינען מרים 60 ,

וואָס דאָס איז די מרירות נפשו,

וואָס קומט פון די התבוננות אין זיין מעמד ומצב כנ"ל; און בשעת אַז דאָס איז אין אַן אופן פון „כומר של זתים" ד.

ה.

אַז די מרירות איז מיט אַ חמימות וואָס ער איז מרגיש היטב ווי ס'איז רע ומר לו און ער איז מעורר רחמים על נפשו

(וואָס דאָס איז אויך דער ענין פון כתישת הזית),

ווערט דעמאָלט נתגלה אויך מלמעלה בחי' שמן הטוב

(חכמה עילאה)

די רחמים עליונים 61

;

און דאָס פּועל'ט גילוי אלקות בנפשו ד.

ה.

עס ווערט דער גילוי אהבה רבה ביים מענטשן אין די מדות שבלב 62 ,

וואָס דאָס איז נרמז אין „מכמר בשרא" 63

;

דערנאָך קומט עס אַראָפּ ביז אין „עור" וואָס איז אַ לבוש 64 ,

ד.

ה.

ביז אין די כחות און ענינים וואָס זיינען ווייט פון עצם האדם,

אַז אויך דאָרט ווערט „נתחממו",

פון דער גילוי אור 65 ,

און וויבאַלד אַז עס נעמט זיך פון רחמים,

וואָס איז בקו האמצעי פּועל'ט דאָס אויך און איז מהפך אַז אַנשטאָט דער נתחממו פון „רעב" הנ"ל זאָל דאָס זיין אין קדושה,

ובלשון הנביא 66

: לא רעב ללחם ולא צמא למים כ"א לשמוע את דבר הוי'.

(משיחת ש"פ מקץ תשל"ה)

Reader controls and commentary are loading.