א.
אין דעם סיפור בפרשתנו בנוגע פרעה’ס חלום,
אַז די חרטומים האָבן דעם חלום ניט געקענט פותר זיין און די אריכות הסיפור וועגן דעם פתרון פון יוסף,
זיינען פאַראַן כמה תמיהות וועלכע מ’געפינט אין מפרשי התורה:
א)
דער פתרון פון יוסף - אַז „שבע פרות הטובות” און „שבע השבלים הטובות” ווייזן אויף שבע שני שובע,
און די „שבע הפרות הרקות והרעות” און „שבע השבלים הרקות שדופות הקדים” ווייזן אויף שבע שני רעב - איז לכאורה אַן איינפאַכער פתרון,
וואָס מ’קען אים לייכט אַרויסדרינגען און פאַרשטיין פונעם חלום גופא 1
:
„פרות יפות מראה ובריאות בשר” זיינען אַ תוצאה פון אַ גרויסער גערעטעניש אויף גראָזן און תבואה בכלל -ובמילא אַ באַווייז בפשטות אויף אַ זמן פון שובע
(זאַטקייט)
; און אַוודאי שבלים בריאות וטובות אויף אַ גוטער גערעטעניש פון תבואה - אַ זמן פון שובע.
און פאַרקערט,
פרות רעות,
ווייזן אַז ס’איז ניט גענוג שפּייז; און מכל שכל,
אַז שבלים דקות ושדופות קדים זיינען קלאָרע צייכנס פון אַ צייט פון הונגער,
און עד”ז די אַנדערע פרטי החלום;
פרעה האָט געזען בחלומו ווי די פרות זיינען עולות מן היאור וואָס דער יאור - נילוס - איז משקה ארץ מצרים 2 ,
אַז אין אים איז אָפּהענגיק די גערעטעניש פון תבואה ומזון פון ארץ מצרים 3 .
וויבאַלד אַז פריער זיינען געקומען די פרות ושבלים הטובות,
איז מובן בפשטות,
אַז פריער וועט זיין אַ זמן פון שובע אין מזון ארץ מצרים און דערנאָך די פרות ושבלים הרעות - אַ זמן פון רעב.
היות זיי
(סיי די פרות און סיי די שבלים)
זיינען געווען אין אַ מספר פון זיבן,
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דאָס ווייזט אויף אַ צאָל פון זיבן מאָל וואַקסן פון שבלים
(תבואה),
וואָס יעדער גידול וצמיחה פון תבואה איז איין מאָל אַ יאָר
(וואָס דאָס קומט 4
דורך דער חרישה וכו’ ביז צו דישה מיט די שבע פרות הטובות - זיבן מאָל אין זיבן יאָר) 5 .
ע”פ כ”ז איז אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק:
(א)
ווי קומט דאָס אַז די חרטומי מצרים האָבן ניט פאַרשטאַנען אַזאַ דבר פשוט,
און זיי האָבן דעם חלום פותר געווען מיטאַ פתרון וואָס לא הי’ קולן נכנס באזניו
(פון פרעה) 6 ?
(ב)
אין וואָס איז באַשטאַנען דער גודל החכמה אינעם פתרון יוסף,
וואָס האָט אַרויסגערופן ביי פרעה אַזאַ התפעלות ביז אַז ער האָט אים געמאַכט פאַר אַ משנה למלך 7 ?
ב)
גלייך נאָכדעם ווי יוסף האָט פאַרענדיקט זאָגן פרעה’ן דעם פתרון החלום האָט יוסף ממשיך געווען - און מיט אַ הדגשה אַז דאָס איז אַ המשך צו פריער,
דורך אָנהייבן מיט אַ וא”ו המוסיף -און געגעבן פרעה’ן אַן עצה
(און מיט אַן אריכות)
„ועתה ירא פרעה גו’ יעשה פרעה ויפקד גו’” 8
- לכאורה: ווי קומט יוסף זיך מישן אין עניני המלוכה?
פרעה האָט אים געבעטן ער זאָל אים פותר זיין דעם חלום,
אָבער ניט קיין עצות אין הנהגת המלוכה 9 .
[מפרשים 10
זאָגן אַז דאָס וואָס יוסף האָט מוסיף געווען די עצה „ועתה ירא פרעה גו’” איז ווייל דערמיט האָט ער מסביר געווען פרעה’ן דעם טעם ותכלית פון דעם וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן פרעה’ן אין חלום „אשר האלקים עושה” 11
- אַז דאָס איז ניט סתם,
בכדי אים מצער צו זיין
(וכיו”ב),
נאָר מיט דער כוונה אַז „ירא גו’ יעשה פרעה ויפקד פקידים גו’”.
אָבער דאָס איז ניט מספיק,
ווייל דעמאָלט האָט יוסף געדאַרפט זאָגן מפורש,
אַז דער טעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים דאָס באַוויזן איז צוליב „ועתה ירא גו’ יעשה פרעה גו’”] 12 .
ג)
וויבאַלד אַז „ותפעם רוחו”
(פון פרעה)
איז געווען דערפאַר וואָס ער האָט ניט געהאַט קיין פתרון אויפן חלום און צוליב דעם האָט מען געבראַכט יוסף’ן פון בור - איז נאָכדעם ווי יוסף האָט פותר געווען דעם חלום,
זאָגט דער פסוק 13
„ויטב הדבר
(כולל,
אָדער נאָר)
- די עצה פון יוסף - בעיני פרעה וגו’” - לכל לראש האָט געדאַרפט שטיין „ויטב הפתרון בעיני פרעה גו’” 14
(און דאָס ווערט אינגאַנצן ניט דערמאָנט!).
ד)
תמוה ביותר: וויבאַלד די דריי שאלות זיינען קושיות
(אויך)
בפשוטו של מקרא,
פאַרוואָס געפינט מען ניט קיין ביאור ותירוץ אויף די תמיהות אין פרש”י עה”ת,
וואָס איז דער ראש הפשטנים,
און איז מפרש יעדע שוועריקייט אין פשש”מ,
כידוע 15 ?
מוז מען זאָגן אַז דער ביאור בכהנ”ל איז מובן מעצמו ע”פ פשש”מ 16 ,
אָדער ער איז מרומז אין פירוש רש”י.
ב.
וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים דאָס וואָס רש”י איז מפרש אויף „ואין פותר אותם לפרעה” 6
- „פותרים היו אותם אבל לא לפרעה ..
שהיו אומרים שבע בנות אתה מוליד שבע בנות אתה קובר”,
וואָס לכאו’ איז ניט מובן:
א)
צוליב וואָס דאַרף רש”י אויסטייטשן וואָס ס’איז געווען דער פתרון פון די חרטומים,
און איז זיך ניט מסתפק 17
מיט מפרש זיין דאָס וואָס איז נוגע צום פשט הכתוב - „פותרים היו אותם אבל לא לפרעה שלא הי’ קולן נכנס באזניו ולא הי’ לו קורת רוח בפתרונם”?
ב)
דער מקור פון דעם פירוש „שהיו אומרים שבע בנות כו’” איז דער מדרש 18
[אין פסוק איז ניטאָ קיין רמז אויף דעם פתרון 19 ].
אָבער אין מדרש שטייט אַז דער פתרון איז געווען נאָר אויפן חלום פון די שבע פרות הטובות און שבע פרות הרעות,
און דערנאָך איז דער מדרש ממשיך: וכן אמרו שבע שבלים הטובות שבע מלכיות אתה מכבש שבע שבלים הרעות שבע אפרכיות 20
מורדות בך - פאַרוואָס איז רש”י משנה און זאָגט אַז די חרטומים האָבן געזאָגט נאָר איין פתרון 21
[ובפרט,
אַז בפשטות לייגט זיך,
אַז די צוויי חלומות פון פרעה ווייזן אויף צוויי ענינים.
- וואָס דערפאַר האָט יוסף געדאַרפט פאַרענטפערן זיין פתרון: ועל השנות החלום גו’ - ובמילא איז מסתבר אַז די חרטומים האָבן עס פותר געווען אַלס צוויי ענינים] 22 .
דער ביאור אין דעם,
אַז היא הנותנת: דאָס וואָס רש”י קלייבט אויס דוקא דעם פתרון פון די חרטומים,
איז עס ווייל דוקא ער איז מתאים צו פשש”מ,
און דערפאַר - איז ע”פ דרך הפשט -האָבן די חרטומים געזאָגט נאָר דעם איינעם פתרון - ועפ”ז איז אויך מובן דער טעות פון די חרטומים וואָס האָט גורם געווען אַז זיי זאָלן ניט פותר זיין דעם חלום בפשטות
(שבע שנים כו’ כנ”ל ס”א)
; ובמילא - אויך דער גודל החידוש פון פתרון יוסף,
כדלקמן.
ג.
לויטן דיוק אין פירוש רש”י איז אויך מובן,
אַז לפרש”י קען מען ניט זאָגן
(ווי אין מדרש)
אַז דער חידוש פון יוסף’ן איז אין
(התחלת הלשון פון)
זיין פתרון „חלום פרעה אחד הוא” 23
- און ניט ווי די חרטומים האָבן אָנגענומען - לויט פי’ המדרש -אַז דער חלום פון די פרות און דער חלום פון די שבלים זיינען צוויי פאַרשידענע חלומות מיט באַזונדערע פתרונים,
און אַז מהאי טעמא האָבן זיי ניט מפרש געווען די חלומות כפשוטן 24
;
רש”י זאָגט בפירוש „שהיו אומרים שבע בנות אתה מוליד שבע בנות אתה קובר” און איז ניט מוסיף אַ באַזונדער פתרון פאַר דעם צווייטן חלום 25
; איז מוכח,
כנ”ל,
אַז לפרש”י - פשוטו של מקרא ולא מדרשו - האָבן אויך די חרטומים פאַרשטאַנען 26
אַז דער חלום באַשטייט פון איין ענין ותוכן 27 .
ד.
דער אברבנאל 28
איז מוסיף
(על הנ”ל ס”ג)
אַז דער חילוק צווישן די חרטומים און יוסף איז געווען אין כללות ענין החלומות ופתרונם: די חרטומים האָבן געוואוסט חכמת פתרון החלום און ווי דער כח המדמה פּועלט אַז דאָס וואָס מ’זעט בחלום איז נאָר אַ משל וחיקוי אויף אַנדערע ענינים וכו’,
האָבן זיי אויך דעם חלום פותר געווען אַז די פרות ושבלים זיינען ניט כפשוטן נאָר אַ משל ורמז אויף שבע בנות
(און שבע מלכיות)
; משא”כ יוסף האָט פאַרשטאַנען ברוח הקודש
(ניט
(בלויז)
מצד חכמת הטבע פון פותרי חלומות)
דעם אמת אַז דער חלום איז ניט ווי אַנדערע חלומות
(וואָס זיינען פאַרבונדן
(אויך)
מיטן „כח המדמה”,
ובמילא זיינען זיי אַ משל וחיקוי) 29 ,
נאָר אַ הודעה מלמעלה,
ובמילא איז מובן אַז די פרות ושבלים זיינען כפשוטן 30 .
אין דרך הפשט ופשוטו של מקרא ובפרש”י עה”ת אָבער - געפינט מען ניט חילוק סוגים אין חלומות און אופנים וסוגים אין פותרי חלומות.
[ובפרט אַז מען האָט שוין געלערנט פריער אין דער תורה,
אַז חלומות ווייזן און ווערן אויסגעטייטשט בפשטות
(ניט ברמז וברמז רחוק)
:
(אָנהויבנדיק פון)
חלום יעקב 31
„ויחלום והנה סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו” - וואָס מיינט כפשוטו אַז די מלאכים וואָס האָבן אים באַגלייט אין ארץ ישראל ביז חו”ל האָבן עולה געווען לשמים אויף דעם סולם,
און מלאכי חו”ל „ירדו כו’” אויף באַגלייטן אים אין חו”ל.
עד”ז „וארא בחלום והנה העתודים העולים על הצאן עקודים נקודים וברודים” 32 .
נאָכמער
(בדומה לעניננו)
: די חלומות פון יוסף 33
„והנה אנחנו מאלמים אלומים בתוך השדה והנה קמה אלומתי וגם נצבה והנה תסובינה אלומותיכם ותשתחוין לאלומתי”.
וואָס די אחי יוסף האָבן פאַרשטאַנען בפשטות אַז דאָס מיינט אַז זיי וועלן זיך צו אים בוקן
(און בשייכות צו אלומים און תבואה 34 ),
ועד”ז אין דעם צווייטן חלום 35 ].
ופשיטא ע”ד הפשט,
אַז פותר זיין דעם חלום בנוגע צו שבע שני שובע ורעב כפשוטו
(און אַז ס’איז נוגע לכל מצרים)
איז אַ סך פשוט’ער און לייגט זיך מער בהשקפה ראשונה,
ווי צו זאָגן אַז דאָס איז
(נוגע נאָר צו פרעה,
און)
אַ חידה ורמז רחוק אויף גאָר אַ זייטיקן ענין.
ה.
דער ביאור בזה: דער עיקר שוועריקייט אין חלום
(וואָס מצד דעם האָבן די חרטומים ניט פותר געווען דעם חלום כפשוטו,
אַז פרות הטובות כו’ ווייזן אויף שובע און מזון כו’),
איז אין דעם המשך החלום - „והנה שבע פרות אחרות עולות אחריהן מן היאור רעות מראה ודקות בשר ותעמודנה אצל הפרות על שפת היאור ”: אויב די פרות רעות באַווייזן אויף אַנדערע נאָכקומענדיקע ז’ שנים,
איז ווי קענען זיי זיין צוזאַמען מיט די פרות הטובות וואָס זיינען מרמז אויף די פאַרגאַנגענע שבע שני שובע? 36
איין יאָר קומט ערשט נאָכדעם ווי דער פריערדיקער איז אוועקגעגאַנגען 37 .
און דעריבער האָבן די חרטומים בחכמתם ממציא געווען דעם פתרון „שבע בנות אתה מוליד שבע בנות אתה קובר” 38 ,
ווייל אין דעם פתרון קענען זיין ביידע ענינים בבת אחת - „שבע בנות אתה מוליד” אין דער זעלבער צייט וואָס „שבע בנות 39
אתה קובר”:
בזמנים ההם ובפרט אַ מלך,
ועאכו”כ פרעה 40
מלך מצרים - אַ מלך אין אַ לאַנד ווי מצרים וואו מען איז „שטופי זימה”* 40 ,
האָט ער געהאַט כמה נשים וכמה פלגשים.
ובמילא קען זיין „שבע בנות אתה מוליד” און בו בזמן זאָל זיין „שבע בנות אתה קובר” - אַנדערע שבע בנות,
ניט די וואָס דעמאָלט „אתה מוליד”.
[און ס’איז אויך פאַרשטאַנדיק דער פתרון פון „ותאכלנה” און „ותבלענה”,
וואָרום דער צער און עגמת נפש פון די שבע בנות אתה קובר פאַרשלינגט און נעמט צו די שמחה פון דעם
(שבע בנות)
אתה מוליד].
משא”כ „שבע מלכיות אתה מכבש ושבע אפרכיות מורדות בך”,
איז אַ מילתא דלא שכיחא כלל אַז דאָס זאָל זיין אין איין צייט,
כמובן,
אַז איין מלך גייט ניט אַרויס מלחמה האַלטן בבת אחת מיט זיבן מלכיות 41
; פריער איז מען כובש איין מדינה,
און דערנאָך גייט מען כובש זיין אַ צווייטע מדינה.
א.
א.
וו.
און דאָס איז דער טעם וואָס רש”י ברענגט דעם פתרון פון די חרטומים „שבע בנות אתה מוליד שבע בנות אתה קובר” און איז זיך ניט מסתפק מיט דעם עצם פירוש „לא הי’ קולן נכנס כו’”,
וואָרום מיט דעם איז ער מרמז ומדגיש דעם טעם פאַרוואָס זיי האָבן ניט פותר געווען דעם חלום כפשוטו ,
אַז דאָס גייט אויף שבע שני השובע און שבע שני הרעב,
ווי יוסף האָט דערנאָך פותר געווען.
ו.
לפי זה איז אויך מובן,
אַז אין דעם איז באַשטאַנען 42
דער חידוש פון יוסף’ן,
און דערפאַר האָט ער גלייך נאָך זיין פותר זיין דעם חלום צו פרעה לויט פשטות התוכן פונעם חלום
(אַז שבע פרות הטובות און שבע השבלים הטובות זיינען „שבע שני השובע” און „הרעות” זיינען „שבע שני הרעב” 43 )
געדאַרפט מסביר זיין ווי האָט פרעה געזען די פרות הרעות אין אַן אופן פון „ותעמודנה אצל הפרות על שפת היאור”
(וואָס דערפאַר האָבן די חרטומים געזאָגט אַן אַנדער פתרון,
כנ”ל) 44
;
און דעריבער האָט ער מוסיף געווען - ניט אַלס אַ ענין בפ”ע,
נאָר ווי אַ המשך און חלק עקרי פונעם פתרון -„ועתה ירא פרעה איש נבון וחכם גו’ ויפקד פקידים על הארץ וחימש את ארץ מצרים בשבע שני השבע,
ויקבצו את כל אוכל השנים הטובות הבאות ויצברו בר גו’ והי’ האוכל לפיקדון לארץ לשבע שני הרעב”,
וואָרום דערמיט איז מובן ונפתר ווי ביידע שבע שנים קענען זיין צוזאַמען:
בשעת אַז באַלד בהתחלת שבע שני השובע ווערט שוין געזאָרגט און באַוואָרנט דער זמן פון די שבע שני הרעב,
שוין דאַן ווערן אויפגעזאַמלט אוצרות תבואה פאַר די שבע שני הרעב,
הייסט עס,
אַז בשעת די שבע שני השובע
(צוזאַמען מיט זיי)
זיינען שוין דאָ - אין געדאַנק און אין רגש ובהנוגע למעשה - די שבע שני הרעב.
ועד”ז לאידך גיסא: בשעת די שבע שני הרעב זיינען
(כאילו)
פאַראַן גלייכצייטיק די „שבע שני השובע”,
וויבאַלד אַז דעמאָלט שפייזט מען זיך מיט דער תבואה פון די שבע שני השובע.
עפ”ז איז מובן ומוסבר דער לשון הכתוב „וייטב הדבר
(די עצה און ניט דער עצם הפתרון)
בעיני פרעה ובעיני כל עבדיו”,
און וואָס פרעה’ס שבח אויף יוסף’ן איז געווען „אין נבון וחכם כמוך”
(ניט באַטאָנענדיק זיין מעלה העיקרית בנדו”ד - אַלס פותר חלום),
וואָרום דער גודל החכמה פון יוסף’ן איז ניט באַשטאַנען אין דעם פתרון החלום כשלעצמו,
אַז שבע פרות הטובות ווייזן אויף שבע שנים וכו’
(אויף דעם איז ניט נויטיק קיין חכמה כנ”ל)
; דער אויפטו פון יוסף’ן איז געווען,
וואָס ער האָט מיט זיין חכמה צוזאַמענגעבונדן אינעם פתרון די שבע שני השובע מיט די שבע שני הרעב,
ווי די צוויי זמנים קענען זיין צוזאַמען,
און דוקא דערמיט האָט זיך באַשטעטיקט די אמיתיות פון זיין פתרון.
בסגנון אחר: „אין נבון וחכם כמוך” ווייל דורכדעם האָט ער באַוויזן ווי אין דעם חלום אַליין האָט מען אים אָנגעוויזן 45
(ניט נאָר וואָס דער אויבערשטער טוט נאָר)
אויך וואָס פרעה דאַרף טאָן „ועתה ירא פרעה וגו’” 46 .
ז.
דער ביאור בפנימיות הענינים: די חלומות פון פרעה און דער פתרון פון יוסף זיינען געווען די סיבה און די התחלה פון גלות
(און דערנאָך גאולת)
מצרים 47
(ווי ס’איז פאַרשטאַנדיק אויך אין פשטות,
וואָרום זיי האָבן דערפירט אַז יוסף איז געוואָרן דער שליט על הארץ און דאָס האָט גורם געווען אַז יעקב ובניו זיינען אָנגעקומען אין מצרים).
דערפון איז מובן אַז אין דעם תוכן ופתרון החלום איז מרומז און קומט צום אויסדרוק דער ענין הגלות והגאולה.
די הסברה אין דעם: ס’איז מבואר אין חסידות 48
אויפן פסוק 49
„בשוב ה’ את שיבת ציון היינו כחולמים”,
אַז גלות איז געגליכן צו אַ חלום: פּונקט ווי אין אַ חלום קען זיין דער חיבור פון צוויי הפכים,
אַזוי איז עס אויך ביי אַ אידן אין זמן הגלות,
אַז דעמאָלט קענען ביי אים זיך צוזאַמענקומען צוויי הפכים אין זיין הנהגה - אַן אהבה צו אלקות
(בעת התפלה)
און טרדות פון מו”מ בעניני העולם במשך היום;
און דעריבער איז אין דעם חלום פון פרעה - וואָס ווייזט אויף
(און איז די התחלה פון)
גלות 50
געווען בגלוי די התחברות פון די צוויי הפכים: „ותעמודנה אצל הפרות” די שבע שנות השובע צוזאַמען מיט שבע שנות הרעב כנ”ל.
ווייל נוסף אויף דעם וואָס כל ענינו פון זמן בכלל איז דוקא זה אחר זה,
איין זמן קומט נאָך דעם צווייטן -וכשמו: עבר הווה עתיד - זיינען דאָ בפרט אַזעלכע צוויי סוגי זמנים וואָס זיינען הפכים בתוכנם: שני השובע און שני הרעב ,
וואָס דערמיט איז מרומז דער חיבור פון די צוויי ענינים הפכים - אהבה לאלקות
(שנות השובע 51 )
צוזאַמען מיט טרדות 52
הפרנסה
(שנות הרעב 51 ).
ח.
ע”פ הנ”ל איז מובן וואָס דער פתרון פון יוסף איז געווען בעיקר אין דעם קישור וחיבור פון די צוויי הפכים.
עס איז מבואר אין די דרושים 53
דער טעם וואָס יוסף דוקא איז געווען אַ פותר חלומות: הגם אַז דער טעם גלוי וואָס בשעת השינה
(און חלום)
קענען נתחבר ווערן צוויי הפכים איז,
ווייל דער שכל אַרבעט דעמאָלט ניט און עס בלייבט דער כח המדמה; און עד”ז בזמן הגלות - עס זיינען דעמאָלט ניט מאיר בגילוי די מוחין עליונים בכלל,
און פון דער נשמה בפרט - איז אָבער דער טעם פנימי 54 ,
ווייל דווקא דער שרש פון זמן הגלות איז אין אַ העכערע מדרי’
(ווי ניט זמן הגלות)
: אין בחי’ עיגולים וואָס איז העכער פאַר התחלקות פון קוין פון מעלה ומטה
(פּונקט ווי אין אַן עיגול כפשוטו וואָס עס איז ניטאָ קיין ראש וסוף) 55 .
און דעריבער ווערט די מדרי’ נתלבש
(בהעלם)
אין אַ חלום - ניט בעת עס איז מאיר דער כח החכמה והשכל וואָס מצד אים איז התחלקות 56 .
און דאָס איז דער ענין וואָס יוסף איז געווען אַ פותר חלומות,
וואָרום דער שרש פון יוסף איז פון
(עולם ה)
עיגולים,
האָט ער דעריבער געהאַט דעם כח אַראָפּנעמען דעם העלם און לבוש אין וועלכן די בחי’ עיגולים איז אָנגעטאָן,
אַזוי אַז עס זאָל שטיין בגלוי דאָ למטה - ווי למעלה אין שרש.
און עפ”ז איז מובן וואָס דער עיקר הפתרון פון יוסף’ן איז געווען דער חיבור פון די צוויי הפכים,
שבע שני השובע און שבע שני הרעב,
וואָרום דוקא אין דעם האָט זיך אויסגעדריקט דער שרש החלום פון בחי’ עיגולים;
און יוסף’ס פתרון האָט געגעבן דעם נתינת כח אויף דער גאולה,
ד.
ה.
אַז עס זאָל אַראָפּגענומען ווערן דער העלם און לבוש פון
(חלום ווי דאָס איז אין)
גלות,
און עס זאָלן נתגלה ווערן די מקיפים ועיגולים ווי זיי זיינען מצ”ע.
וואָס די שלימות בזה וועט זיין לעת”ל,
וואָס ס’וועט מקויים ווערן דער יעוד פון „ולא יכנף עוד מוריך” 57
- אָן אַ לבוש,
און „ביום ההוא יהי’ ה’ אחד -כשם שאני נכתב כך אני נקרא” 58 .
(משיחות ש”פ מקץ תשל”ב,
תשל”ד)