א.
אינעם פירוש פון פסוק 1
"והבור רק אין בו מים" געפינט מען אין גמרא 2
(אין דער סוגיא פון חנוכה)
: "ואמר רב כהנא דרש רב נתן בר מניומי משמי׳ דרבי תנחום מאי דכתיב והבור רק אין בו מים,
ממשמע שנאמר והבור רק איני יודע שאין בו מים אלא מה ת״ל אין בו מים,
מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו".
בפשטות איז דאס וואס די גמרא ברענגט די דרשה
(אויף "והבור רק גו׳")
אין דער סוגיא פון חנוכה,
דערפאר ווייל די דרשה איז געזאגט געווארן פון זעלבן מ״ד וואס האט געזאגט די פריערדיקע דרשה
("אמר רב כהנא דרש רב נתן בר מניומי משמי׳ דרבי תנחום נר של חנוכה כו׳") 3
; אבער ווי גערעדט שוין פיל מאל,
איז יעדער ענין אין תורה בתכלית הדיוק,
ולכן - ווען די גמרא ברענגט א דרשה אין א געוויסער סוגיא,
איז עס ניט
(נאר)
צוליב א זייטיקן ענין
(דער זעלבער בעל־המימרא),
נאר דערפאר ווייל די דרשה האט א תוכנ׳דיקע שייכות צו דער סוגיא אין וועלכער זי ווערט געבראכט.
דערפון איז אויך פארשטאנדיק בענינינו,
אז עס איז דא א שייכות אין תוכן צווישן דער מימרא הנ״ל מיטן ענין פון חנוכה; ובפרט לויט דעם וואס דער של״ה שרייבט אין אנהויב פון אונזער פרשה,
אז די פרשיות וישב מקץ און ויגש האבן א שייכות צו חנוכה - און דער פסוק "והבור רק אין בו מים" שטייט דאך אין פרשה וישב.
ב.
חז״ל 4
זאגן: " אין מים אלא תורה".
דערפון איז מובן,
אז אין תורה ווען עס שטייט "מים",
איז עס
(אויך)
מרמז אויף "תורה"; ובפרט אינעם פסוק "והבור רק אין בו מים ״,
איז מפורש במדרש 5
אז דא רעדט זיך וועגן תורה: "בור רק נתרוקן בורו של יעקב,
אין בו מים אין בו דברי תורה שנמשלו למים וכו׳".
און דאס איז אויך דער פירוש הפנימי אין דעם מאמר חז״ל "מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו"
[ובפרט אז דער מדרש 5
בריינגט ביידע פירושים -
(א)
"מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו" און
(ב)
"אין בו מים אין בו דברי תורה" - בהמשך זה לזה]
:
בשעת מ׳איז אין א מצב פון "אין בו דברי תורה"
("אין בו מים"),
ווערט במילא ״נחשים ועקרבים יש בו״ - און עס איז ניטא קיין ממוצע צווישן; ד.
ה.
אז דער חסרון פון "אין בו דברי תורה" איז ניט נאר דאס וואס ער איז פוסט פון תורה
(און ער קען בלייבן "פול" מיט עניני הרשות ),
נאר אין זיין "בור" ווערן בדרך ממילא "נחשים ועקרבים",
זאכן וואס זיינען היפך ומנגד צו קדושה* 5 .
ע״ד פירוש הבעש״ט 6
אויפן פסוק 7
"וסרתם ועבדתם": "כאשר האדם מפריד א״ע מהשי״ת מיד הוא עובד עבודה זרה,
ולא יש דבר ממוצע".
דערמיט איז מבואר פארוואס תורה זאגט ניט בפירוש אז "נחשים ועקרבים יש בו״,
נאר מען לערנט עס אפ
(- א תוצאה)
פון "אין בו מים",
ווייל דאס איז א זאך וואס מ׳דארף ניט מפרט זיין - "נחשים ועקרבים יש בו" איז בדרך ממילא א תוצאה פון "מים אין בו".
און דערפאר בריינגט דער מדרש די צוויי פירושים אין איין המשך: איין פירוש איז תלוי ומוסבר פון צווייטן פירוש: דאס וואס "נחשים ועקרבים יש בו",
האט זיך גענומען בדרך ממילא פון ״אין בו מים - אין בו דברי תורה",
און מהאי טעמא האט דאס דערפירט צו אן ענין פון היפך התורה,
צו מכירת יוסף.
ג.
לכאורה קען מען פרעגן: בשלמא דער פירוש הבעש״ט הנ״ל אויף "וסרתם ועבדתם",
וואס רעדט וועגן דעם עצם פארבונד און דביקות פון אידן מיטן אויבערשטן,
איז מובן אז ווי נאר
(״וסרתם״)
מ׳קערט זיך אפ פון
(דער דביקות מיטן)
אויבערשטן,
איז עס שוין אן ענין פון היפך - ״ועבדתם״ - "מיד הוא עובד עבודה זרה"
(עכ״פ עבודה זרה בדקות 8 )
;
אבער בנדו״ד,
וואס עס רעדט זיך וועגן דעם חסרון פון תורה
(״מים״)
-איז פארוואס דער הכרח אז וויבאלד ס׳איז ניטא קיין תורה,
מוז בדרך ממילא ווערן א מציאות פון "נחשים ועקרבים" א מנגד צו תורה?
אויך דארף מען פארשטיין: ס׳איז ידוע אז די אחי יוסף האבן געהאלטן אז ע״פ דין איז יוסף מחוייב מיתה
(אננעמענדיק אז יוסף איז א "נוכל ומתנקש בנפשם להמיתם",
ובמילא האט ער א דין פון א רודף 9
; אדער מצד אנדערע טעמים - ווי ס׳איז מבואר אין מפרשי התורה 10 )
-
היינט פארוואס זאגט דער מדרש אז דורכדעם וואס זיי האבן געוואלט הרג׳נען יוסף׳ן איז "נתרוקן בורו של יעקב ..
אין בו דברי תורה"
(וואס דערפון איז משמע,
אז די שבטים האבן זיך,
ח״ו,
ניט גערעכנט מיט "דברי תורה" - בעת לדעתם איז עס געווען ע״פ דין תורה)?
ד.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים דעם טעם וואס חז״ל פארגלייכן תורה צו "מים":
תורה איז צוגעגליכן "לכמה דברים ללחם ויין ושמן" וכו׳,
וואס יעדער פון זיי איז מתאר אן אנדער גדר ותכונה אין תורה 11 .
וועגן דעם ענין פון "מים" אין תורה זאגן חז״ל 12
: ״למה נמשלו דברי תורה למים ..
לומר לך מה מים מניחין מקום גבוה והולכין למקום נמוך אף דברי תורה אין מתקיימין אלא במי שדעתו שפלה".
ד.
ה.
אז "מים" איז ניט א דוגמא אויף עצם ענין התורה 13 ,
נאר אויף דעם ביטול ושפלות האדם וואס פאדערט זיך ביים לערנען תורה 14 .
און לויט דעם איז פארענטפערט דאס וואס דער מדרש הנ״ל זאגט: "נתרוקן בורו של יעקב ..
אין בו דברי תורה״ -ווארום ביי זיי איז געווען תורה ודיני התורה,
(174,
168,
182,
0.
1)
">
(173,
107,
105,
0.
3)
">
(119,
192,
130,
0.
3)
">עס האט נאר געפעלט דער ענין ה״מים" שבתורה
("והבור רק אין בו מים ",
וכדלקמן ם״ח),
דער ביטול בערך גודל מעלתם - וכמובן פון די כריעות
(וביטול בהדגשה)
אין תפלת העמידה אז דער סדר איז כורע בברוך וזוקף בשם אבער ״המלך כיון שכרע שוב אינו זוקף״ 15 .
אבער עפי״ז ווערט נאך שטארקער די אויבענדערמאנטע שאלה: ווי קומט
(174,
168,
182,
0.
1)
">
(173,
107,
105,
0.
3)
">
(119,
192,
130,
0.
3)
">עם,
אז אויב נאר "אין בו מים" איז בדרך ממילא ״נחשים ועקרבים יש בו״ - צוליב דעם אליין וואס ביים לימוד פעלט בלויז דער ביטול ושפלות,
זאל ביי אים ווערן די מציאות פון "נחשים ועקרבים",
א מנגד צו ענין התורה?
ה.
דער ביאור אין דעם: דער עיקר פון תורה איז אז דורך דעם
(לימוד)
פארבינדט מען זיך מיטן נותן התורה.
און דעריבער איז דער ענין פון ביטול ושפלות א תנאי עקרי: כל זמן דער מענטש איז א מציאות פאר זיך,
איז ער נאך מוגדר אין די הגבלות פון א נברא און דערפאר איז ער ניט מסוגל צו פארבינדן זיך מיטן נותן התורה וואס איז בלי גבול ; דוקא דורכדעם וואס דער לומד שטייט אין א תנועה פון ביטול בתכלית,
וואס דערמיט גייט ער ארויס פון זיינע גדרים און הגבלות - קען ער זיך פארבינדן מיטן בלי גבול פון דעם נותן התורה.
דערמיט ווערט אויך פארשטאנדיג דער המשך אין דער בקשה 16
: "ונפשי כעפר לכל תהי׳ פתח לבי בתורתך"
- לכאורה: לימוד התורה
("פתח לבי בתורתך"),
מוז דאך זיין מיט א קאך ובהבנה והשגה
(וואס איז שייך ווען זיין שכל ובכלל זיינע כחות שטייען אין א מציאות)
- און "ונפשי כעפר לכל תהי׳" איז שולל און מבטל זיין מציאות - א סתירה צו קאכן זיך והבנה וכו׳ בתורה?
-
ווייל ווען קען זיין "פתח לבי בתורתך ",
תורה שלך,
ווען קען ער זיין א כלי צו תורתו של הקב״ה וואס איז בלתי מוגבלת,
דוקא דאן ווען ביי אים איז פריער דא דער ביטול מכל וכל -
(ניט סתם ביטול,
נאר)
" כעפר לכל ",
וואס " הכל דשין עליו״ 17
- דורך דעם ביטול ווערט ער מוכשר צו "מקבל" זיין תורתו של הקב״ה 18 ,
און דערנאך
(קומט יגעת -דורך דער יגיעת האדם בכח שכלו)
נעמט ער תורתו של הקב״ה דורך זיינע כחות הפנימיים - "פתח לבי בתורתך".
ו.
דערמיט וועט מען אויך פארשטיין א דבר תמוה וואס מ׳געפינט ביי לימוד התורה,
והיינו,
אז אין דיבור פון תורה איז דא א מעלה לגבי הבנת התורה 19
:
דער דין 20
איז,
אז "המהרהר בד״ת א״צ לברך"
(ברכות התורה),
ווייל "הרהור לא כדיבור הוא",
און "כל מה שלומד בהרהור לבד ואפשר לו להוציא בשפתיו ואינו מוציא אינו יוצא בלימוד זה י״ח מצות ולמדתם אותם" 21
; נאכמער: די הבנה פון תורה איז פארבונדן מיטן דיבור פון תורה,
ווי חז״ל 22
זאגן אויפן פסוק 23
״חיים הם למצאיהם" -"אל תקרי למצאיהם אלא למוציאיהם בפה",
און "אם ערוכה
(ניט נאר ב״פה",
נאר)
ברמ״ח אברים שלך משתמרת ואם לאו אינה משתמרת" 24 .
ולכאורה: בשעת איינער רעדט דברי תורה
(פון תושבע״פ)
און פארשטייט ניט וואס ער זאגט,
איז דער פס״ד אין שו״ע 25
אז "אינו נחשב לימוד כלל ",
ד.
ה.
אז דער ענין הלימוד
(ביי תושבע״פ באשטייט אין פארשטיין דאס וואס מ׳לערנט - היינט פארוואס איז דערביי אזוי נוגע דער דיבור אין תורה,
און עד כדי כך,
אז אויב דאס פעלט,
איז
(לא די וואס ״א״צ לברך" און מ׳איז ניט יוצא "י״ח מצות ולמדתם אותם״,
נאר אויך)
״אינה משתמרת״ -אפילו די הבנת התורה ווערט ביי אים ניט געהיט?
ז.
איז די הסברה אין דעם,
כנ״ל: דער עיקר פון תורה איז דער פארבונד וואס מ׳האט דורך תורה מיטן נותן התורה; און דערפאר מוז אויך דער לימוד התורה זיין אין אן אופן אז די הבנה והשגה פונעם ענין איז
(ניט ווי עס איז מצד גדר השכל פון א נברא,
נאר)
ווי דאס איז מצד הקב״ה
("תורתו",
של הקב״ה).
דערפון איז מובן,
אז ס׳איז ניט מספיק די תנועה פון ביטול
(בלויז)
אלס א הקדמה צו לימוד התורה,
נאר דער לערנען אליין מוז זיין אין אן אופן פון ביטול 26
; און דעריבער מוז דער לימוד זיין אין אן אופן "למוציאיהם בפה ",
ביז - "ערוכה ברמ״ח אברים":
בשעת א איד לערנט תורה נאר מיט זיין כח השכל,
די העכסטע מעלה פון דעם מענטשן,
בלייבט ער נאך אין זיין "מציאות"
(אלס מענטש)
און קען ניט קולט זיין תורתו של הקב״ה - ובמכ״ש וק״ו פון "פילא דעייל בקופא דמחטא" 27
: מה־דאך א "פיל" וואס כאטש ער איז א מוגבל,
פונדעסטוועגן,
היות א "קופא דמחטא״ איז קלענער פון אים,
איז אינגאנצן אפגעפרעגט ער זאל קענען אריינגיין אין דעם "קופא דמחטא"
(ביז אז מ׳באווייזט עס ניט אפילו בחלום )
; עאכו״כ אז תורה וואס איז פארבונדן מיט הקב״ה
(שעשועי המלך בעצמותו),
דער בל״ג האמיתי,
קען זי דאך אוודאי ניט אריין ונתפס ווערן אין דעם שכל פון אן אדם מדוד ומוגבל -
און דעריבער איז "אינה משתמרת",
זי קען ניט האבן קיין קיום ביי אים
(ווי ער שטייט אין זיינע הגבלות),
און ווי די גמרא דערציילט דארט 22 ,
אז ״תלמיד אחד ..
שהי׳ שונה בלחש ..
שכח תלמודו";
משא״כ ווען מ׳פארבינדט דעם לימוד מיט ״פה״ און
(נאך נידעריקער -)
מיט "רמ״ח אברים",
וואס זיי זיינען נידעריקער פון שכל,
מעלת האדם; ד.
ה.
דער לימוד איז אין אן אופן אז ער איז "יורד" ממעלתו און נעמט דורך זיינע אלע רמ״ח אברים,
איז מבטל זיין מציאות 28 ,
דוקא דעמולט קען "תורתו של הקב״ה" הבלתי מוגבלת ביי אים נקלט ווערן אין א פנימיות - תורתו "משתמרת".
ח.
עפי״ז איז גוט פארשטאנדיק דער מאמר חז״ל "מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו"
(וכנ״ל דער פירוש אין דעם,
אז אויב נאר "מים אין בו" איז בדרך ממילא "נחשים ועקרבים יש בו")
:
וויבאלד אז דער עיקר פון תורה איז דער פארבונד מיטן נותן התורה,
וואס קומט דורכן ביטול פון דעם לומד,
דעריבער איז אין דעם ניטא קיין ארט אויף א "דבר ממוצע": אדער ביי אים איז דא דער ביטול צום נותן התורה,
און דעמולט איז ער מכוין אין זיין לימוד לאמיתתה של תורה
(ווי ס׳איז דער רצון פון דעם נותן התורה)
; אדער אויב עס איז ח״ו ניטא דער "מים"
(דער ביטול)
שבתורה,
דעמולט פעלט ביי אים די שייכות צום נותן התורה
(במכ״ש וק״ו פון "פילא דעייל בקופא דמחטא" כנ״ל),
ובמילא איז
(ע״ד "וסרתם
(ומיד)
ועבדתם")
"נחשים ועקרבים יש בו": ניט נאר וואס ער האט ניט קיין שייכות צו תורה
(כמחז״ל 29
"לא תמצא בגסי רוח כו׳"),
נאר ער איז דערמיט אויך א מנגד צו קדושה,
וכמאמר חז״ל 30
"אין אני והוא יכולין לדור בעולם",
און נאכמער - ״כאילו עובד עבודת כוכבים ..
כפר בעיקר״ 31
("ועבדתם").
און דאס איז אויך וואס דער מדרש פארטייטשט בנוגע די אחי יוסף,
כנ״ל,
אז ״נתרוקן בורו של יעקב ..
אין בו דברי תורה": ביי זיי האט ניט געפעלט,
ח״ו
(דער עצם לימוד ה)
תורה
(און זיי האבן געהאלטן אז ע״פ דין קומט יוסף׳ן מיתה),
ס׳האט אבער ביי זיי געפעלט,
בערך גודל מעלתם,
דער ענין פון " מים " שבתורה - דער ביטול,
און דעריבער איז זייער פס״ד בנוגע צום עונש יוסף -ניט געווען מכוון.
ט.
די סיפורים פון אונזער פרשה וועגן די מאורעות פון יוסף מיט זיינע ברידער זיינען א הקדמה צו גלות ויציאת מצרים
(ווארום מכירת יוסף האט געפירט צו דער ירידה פון יעקב ובניו למצרים),
וואס זייער תכלית איז דער ענין פון מתן תורה 32 .
און אזוי איז אויך בהנוגע צום ענין פון "מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו",
וואס די תורה לערנט אונז אין דער פרשה,
אז דאס איז נוגע צום כללות הענין פון מ״ת; ווארום דער ענין פון ״מים״ שבתורה - דער ביטול וואס פאדערט זיך ביים לומד בכדי צו פארבינדן זיך מיטן נותן התורה - האט זיך בעיקר 33
אויפגעטאן ביי מתן תורה:
דער חילוק צווישן דעם לימוד התורה פון די אבות פאר מ״ת און דעם לימוד התורה פון די בנים נאך מ״ת,
איז: פאר מ״ת איז דער לימוד געווען "בכח עצמו״ - מ׳האט משיג געווען אין תורה אזויפיל,
וויפל א נברא איז בכח צו באנעמען און פארשטיין; דער אויפטו פון מ״ת איז - " ונתן לנו את תורתו": די תורה,
ווי זי איז "תורת ו "
(של הקב״ה,
שעשועי המלך בעצמותו)
איז געגעבן געווארן דורך הקב״ה צו יעדן אידן
(ווי פארשטאנדיק אויך פון פסק דין אז יעדער איד - און יעדן טאג - איז מחוייב זאגן ברכות התורה).
דאס איז אויך א ביאור אין דעם מאמר חז״ל 34
: "בתחלה הי׳ משה לומד תורה ומשכחה עד שניתנה לו במתנה כו׳" -וואס לכאורה איז תמוה: אויך פאר מ״ת האט מען געלערנט תורה,
ווי חז״ל 35
זאגן "מימיהן של אבותינו לא פרשה ישיבה מהם",
און ס׳איז דאך פשוט אז זיי האבן ניט פארגעסן וואס זיי האבן געלערנט
(ובפרט אז אנדערש איז ניט שייך דער לימוד אין אן אופן פון ״ישיבה״)
-היינט ווי קומט עס אז דוקא נאך מ״ת ״הי׳ משה לומד ..
ומשכחה "?
!
נאר דער ביאור אין דעם: דער לימוד פאר מ״ת איז געווען אין דער בחי׳ פון תורה ווי זי איז בערך הבריאה,
און דעריבער האט זי געקענט נקלט ווערן אין א פנימיות; משא״כ ביי מ״ת האט דער אויבערשטער משה׳ן געגעבן "תורתו",
ווי זי איז אינגאנצן העכער פון דער בריאה,
וואס א נברא קען איר בכח עצמו ניט קולט זיין,
דעריבער "הי׳ לומד תורה ומשכחה "
(ע״ד ווי גערעדט פריער
(ס״ז)
אין דעם ענין פון "אינה משתמרת״)
-
"עד שניתנה לו במתנה": דער אויבערשטער,
וואס ער איז כל יכול און קען מחבר זיין בל״ג און גבול,
האט זיין תורה הבלתי מוגבלת ״ניתנה לו״ - וכל הנותן בעין יפה נותן* 35
- אפגעגעבן בדרך מתנה
(וואס קומט - ניט ווייל ער באצאלט שווי׳)
צו א מוגבל׳דיקן נברא.
און אזוי איז עס אויך בנוגע צו יעדן אידן,
אז תורתו של הקב״ה ווערט ביי אים נקלט אין א פנימיות
("משתמרת")
ווייל ״ נתן לנו את תורתו״ - ווייל דער אויבערשטער האט עס
(174,
168,
182,
0.
1)
">
(173,
107,
105,
0.
3)
">
(119,
192,
130,
0.
3)
">עם געגעבן בדרך מתנה.
[ולאידך,
הגם די אידן "נעמען" די תורה מצד דעם כח פונעם " נותן
(התורה)
",
מוז אבער דערביי זיין דער ביטול האדם בכדי די תורה זאל ביי אים זיין "משתמרת"
(כנ״ל בארוכה).
ווארום וויבאלד די כוונה איז,
אז אלע ענינים נעלים זאלן אידן באקומען דוקא דורך עבודה
(און ניט אין אן אופן פון "נהמא דכסופא") 36 ,
דעריבער מוז דער אדם טאן עפעס מצדו וואס זאל אים מאכן ראוי
(אין א געוויסער מאס)
צו קולט זיין תורתו של הקב״ה* 36
- און דאס איז דורך דעם ענין הביטול,
וואס דורכדעם גייט ער ״ארויס״ פון זיין מציאות און הגבלות,
כנ״ל 37 ].
יוד.
ע״פ כהנ״ל איז אויך מובן דער קשר צווישן דעם מאמר חז״ל "מים אין בו וכו׳" מיטן ענין פון חנוכה
(וואס
(אויך)
דערפאר ברענגט עס די גמרא אין דער סוגיא פון חנוכה)
:
ס׳איז ידוע 38
דער הסבר פונעם דיוק הלשון
(אין דעם נוסח פון "ועל הנסים")
"כשעמדה מלכות יון הרשעה כו׳ להשכיחם תורת ך וכו׳״ - אז די יוונים האבן געוואלט מאכן פארגעסן ביי אידן
( ניט די עצם חכמה ושכל פון תורה,
אפרייסן זיי פון לימוד התורה בכלל,
נאר)
דאס וואס תורה איז - "תורת ך ",
תורת ה׳;
און דערפאר האבן זיי מטמא געווען ״כל השמנים שבהיכל״ 39
(און ניט מאבד געווען די שמנים) 40 ,
וואס "שמן" איז די בחי׳ פון חכמה 41 .
די יוונים האבן מסכים געווען אז ביי אידן זאל בלייבן דער ״שמן״ - חכמה ולימוד התורה,
נאר זיי האבן געוואלט אז דאס זאל זיין שמן טמא ח״ו,
דאס זאל ניט זיין פארבונדן מיט קדושת התורה,
מיט נותן התורה
(- "תורת ך").
און דאס איז איינער פון די טעמים פארוואס דער אויבערשטער האט געמאכט דעם נס מ׳זאל געפינען א פך פון שמן טהור - הגם אז מצד דעם וואס טומאה הותרה בצבור 42
האט מען געמעגט מדליק זיין די מנורה מיט שמן טמא - ווייל דער נצחון פון חנוכה באשטייט אין דעם אז עס זאל זיין ״תורת ך ״ - שמן טהור.
און ע״ד ווי גערעדט פריער
(בענין "מים אין בו וכו׳"),
אז דוקא דורך דעם ענין ה״מים״ שבתורה - דער ביטול צום נותן התורה - איז מען באווארנט פון "נחשים ועקרבים יש בו",
עד״ז איז עס אין דעם ענין פון חנוכה,
אז דוקא דורך דער הדלקה פון נרות חנוכה
( שמן טהור )
ווערט ״כליא ריגלא דתרמודאי״ 43
- ״תרמוד 44
אותיות מורדת" 45
: כל זמן עס פעלט אין דעם ענין פון שמן טהור
("תורת ך ")
איז נאך אלץ דא א מקום פאר מרידה
(" מורדת ")
אין דעם אויבערשטן
("וסרתם - ועבדתם")
;
און דורך הדלקת הנרות דחנוכה "על פתח ביתו מבחוץ ",
ביז דאס באלייכט דעם "חוץ",
ווערט אויפגעטאן דער ״ כליא ריגלא דתרמודאי״ אויך ״מן השוק״,
בתכלית השלימות,
אז מ׳איז אינגאנצן מכלה דעם ענין פון "מורדת"
(און אפילו די " ריגלא דתרמודאי",
בחי׳ היותר תחתונה),
ביז מ׳איז מאיר די חשכת הגלות און מ׳ברענגט אראפ די גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש.
(משיחות ש״פ וישב תשל״ו,
יום ב׳ דחגה״ש תשל״ב)