א.
אין פסוק 1
„ויאמר לו
(ישראל צו יוסף)
לך נא ראה את שלום אחיך גו' וישלחהו גו' ויבא שכמה",
שטעלט זיך רש"י אויף „ויבא שכמה",
און איז מפרש: מקום מוכן לפורעניות כו'
(כדלקמן סעיף ג').
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דאָ שווער אין פשוטו של מקרא וואָס צוליב דעם דאַרף רש"י מפרש זיין אַז שכם איז אַ „מקום מוכן לפורעניות כו'" 2 ?
מפרשים 3
לערנען,
אַז וויבאַלד עס שטייט שוין פריער 4
„הלא אחיך רועים בשכם ",
איז ניט נויטיק אַז דער פסוק זאָל נאָכאַמאָל אויסטייטשן „
(ויבא)
שכמה ",
עס האָט נאָר געדאַרפט שטיין „ויבא שמה" 5
(און מ'וואָלט געוואוסט אַז עס מיינט שכם)
; פון דעם וואָס דער פסוק איז מדגיש „ויבא שכמה " איז משמע,
אַז דערמיט ווערט געמיינט „שכם 6
הידוע,
המוכן לפורעניות".
ע"פ פשוטו איז אָבער שווער צו זאָגן אַז דאָס איז רש"י אויסן צו באַוואָרענען,
ווייל:
(א)
מ'געפינט 7
בכמה מקומות אַז דער פסוק חזר'ט איבער דעם נאָמען פון אַן אָרט און איז זיך ניט מסתפק מיטן וואָרט „שם",
ולדוגמא אין אונזער פרשה 8
: „ויתנהו אל בית הסהר ..
ויהי שם 9
בבית הסהר ..
את כל האסירים אשר בבית הסהר גו'".
ד.
ה.
אַז אין דרך הפשט איז עס קיין תמי' ניט וואָס דער פסוק זאָגט באופן ברור און חזר'ט איבער נאָכאַמאָל דעם שם המקום.
(ב)
אויב ביי רש"י איז קשה כנ"ל,
האָט ער דאָס געדאַרפט באַוואָרענען אין דעם פריערדיקן פסוק 10
– „ויאמר ישראל ..
הלוא אחיך רועים בשכם גו'" – וואָס שוין דאָרטן איז לכאורה ניט נויטיק אויסצוטייטשן אַז „רועים בשכם ",
ווייל עס שטייט שוין פריער 11
„וילכו אחיו לרעות את צאן אביהם בשכם" 12
(און אויך דאָ וואָלט געווען גענוג ווען ער זאָגט 13
נאָר „לכה ואשלחך אל אחיך",
וכיו"ב).
(ג)
לפ"ז האָט רש"י געדאַרפט מעתיק זיין אין דעם דבור המתחיל נאָר דעם וואָרט „שכמה" – ניט
(אויך)
„ויבא".
ב.
אַנדערע מפרשים 14
לערנען,
אַז רש"י איז דאָ אויסן צו מסביר זיין פאַרוואָס עס דאַרפן בכלל שטיין די ווערטער „ויבא שכמה" – למאי נפקא מינה וואו ס'איז געווען דער „וימצאהו איש גו'"?
– איז רש"י מפרש אַז דאָס איז צוליב דעם וואָס שכם איז אַ „מקום מוכן לפורעניות כו'".
אָבער אויך דער פירוש איז בפשטות ניט מובן: וויבאַלד דער פסוק דערציילט אַז אחי יוסף זיינען געווען אין שכם און אַז צו זיי האָט יעקב געשיקט יוסף'ן – איז פשוט אַז ס'איז דרך הכתוב צו דערציילן אַז יוסף איז געגאַנגען דאָרט וואו מ'האָט אים געשיקט 15
– אין שכם.
נאָכמער: אין די ווייטערדיקע פסוקים 16
ווערט דערציילט ווי יוסף איז געווען „תועה בשדה" און האָט געזאָגט צום „איש" אַז „אחי אנכי מבקש" און „ויאמר האיש נסעו מזה גו'" – איז פשוט אַז צוליבן המשך הסיפור מוז פריער דערמאָנט ווערן אין פסוק אַז יוסף איז אָנגעקומען אין שכם
(אַנדערש פּאַסט ניט דער המשך – „תועה בשדה ..
אחי אנכי מבקש" און „נסעו מזה ").
ג.
ווייטער איז רש"י ממשיך: שם קלקלו השבטים שם ענו את דינה שם נחלקה מלכות בית דוד שנאמר 17
וילך רחבעם שכמה.
דאַרף מען פאַרשטיין:
(א)
דעם סדר ה„פורעניות" אין פרש"י: דער מאורע פון „ענו את דינה" איז געווען פריער ווי דאָס וואָס „קלקלו השבטים" – האָט דאָך רש"י זיי געדאַרפט שטעלן לויטן סדר הזמנים ווי זיי האָבן געטראָפן 18 .
(ב)
נאָכמער: דער מקור פון דעם פירוש רש"י איז אין גמרא 19
און אין תנחומא 20 ,
און דאָרטן שטייען זיי טאַקע לויטן סדר ווי זיי האָבן געטראָפן
(„ענו את דינה" קומט צום ערשטן)
– פאַרוואָס איז רש"י משנה און מהפך דעם סדר!
(ג)
אין גמרא און אין תנחומא איז דער לשון „בשכם מכרו
(אחיו)
את יוסף" – וואָס איז דער טעם וואָס רש"י איז משנה און שרייבט „שם קלקלו השבטים"?
ולכאורה,
אדרבה: דער לשון „קלקול" איז מתאים אויך ביי ניט קיין האַרבן ענין
[ע"ד ווי רש"י זאָגט פריער 21
וועגן ראובן אַז „אפילו בשעת הקלקלה קראו בכור"]
; און וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן מכירת יוסף ,
וואָס איז געווען אַן ענין חמור 22 ,
פאַרוואָס זאָגט רש"י אַז „שם
(איז מערניט וואָס)
קלקלו השבטים"?
(ד)
מ'געפינט אין נביאים
( פאַר דעם סיפור פון „וילך רחבעם שכמה")
נאָך אַן ענין פון פורעניות וואָס האָט געטראָפן אין שכם: וילך אבימלך בן ירובעל שכמה ..
ויהרוג את אחיו גו' 23
– פאַרוואָס ברענגט ניט רש"י די פורעניות 24 ?
[מ'קען ניט זאָגן אַז דאָס איז דערפאַר וואָס דאָס איז ניט געווען קיין פורעניות פאַר כלל ישראל – ווייל אויך „ענו את דינה" איז געווען נוגע נאָר צו אַ פרט].
(ה)
לאידך – מען געפינט,
אַז אין שכם זיינען פאָרגעקומען אויך גוטע זאַכן,
ווי רש"י האָט שוין פריער 25
אַראָפּגעבראַכט,
אַז אין שכם „קבלו ישראל שבועת התורה"
[און ווי דערציילט אין נביאים 26
ווי יהושע האָט אין שכם געמאַכט אַ כריתות ברית מיט אידן אויף קיום התומ"צ]
; דאָרט האָט אברהם געהערט פון אויבערשטן וועגן „בשורת הזרע" און „בשורת א"י" 27
– היינט וואָס איז דער הכרח אין פשוטו של מקרא אַז שכם איז אַ מקום מוכן לפורעניות דוקא?
ד.
דאָס וואָס רש"י זאָגט „שם קלקלו השבטים" און ניט „מכרו
(אחיו)
את יוסף" – קען מען מסביר זיין,
אַז רש"י גייט בזה לשיטתו בפירושו על התורה:
אויף „נלכה דותינה" 28
טייטשט רש"י: לבקש לך נכלי דתות שימיתוך בהם,
ולפי פשוטו שם מקום הוא ואין מקרא יוצא מידי פשוטו".
דאָס וואָס רש"י איז מוסיף נאָך ביידע פירושים „ואין מקרא יוצא מידי פשוטו" – וואָס מ'געפינט ניט
(בכלל)
אין אַנדערע ערטער וואו ער ברענגט צוויי פירושים
(לויט „אגדה" און לויט „פשוטו")
– איז כוונתו צו מסביר זיין 29 ,
אַז אויך לויטן ערשטן פירוש איז „אין מקרא יוצא מידי פשוטו" און דותן איז „שם מקום"; ד.
ה.
(ווי מפרשים 30
זיינען מסביר)
אַז אין „נלכה דותינה" זיינען דאָ ביידע ענינים:
(א)
שם מקום הוא – אַז אחי יוסף זיינען פון שכם אַוועק אין דעם אָרט דותן,
און
(ב)
אַז זייער גיין איז געווען „לבקש לך נכלי דתות כו'".
קומט אויס,
אַז לשיטת רש"י בפירושו עה"ת – פשוטו של מקרא – איז מכירת יוסף
(לויט ביידע פירושים)
ניט געווען אין שכם 31
נאָר אין דותן.
ובמילא קען רש"י ניט זאָגן דעם זעלבן לשון ווי אין גמרא און תנחומא – „בשכם מכרו
(אחיו)
את יוסף".
[אין זיין פירוש על הש"ס 32 ,
באַוואָרנט רש"י די קשיא און איז מפרש: ודותן דכתיב בקרא היינו כפר הסמוך לשכם ונקראת על שם שכם 33 .
א"נ כמדרשו שהיו דנין עליו להרגו
(און ווי ער איז מפרש במק"א 34
אַז
(לויט דעם מדרש)
– „דותן אינה מקום")
– אָבער לויט פשוטו של מקרא,
איז דותן „שם מקום הוא" 35
; און עס איז ניט מסתבר אַז שכם זאָל זיין „מוכן לפורעניות" מצד די פורעניות וואָס זיינען פאָרגעקומען אין אַ כפר סמוך לשכם
(אויך: וויבאַלד דער פסוק איז מדגיש אַז דאָס איז אַ צווייטער אָרט – „ נסעו מזה גו' נלכה דותינה" – איז שווער צו זאָגן אין פשש"מ אַז דאָס איז געווען
(אַ „כפר הסמוך לשכם" וואָס איז)
„ נקראת על שם שכם " 36 )]
און דעריבער איז רש"י מפרש אַז „שם
(אין שכם)
קלקלו השבטים" – ניט די מכירה,
נאָר אַן ענין
(קל מזה)
פון קלקול.
מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד מכירת יוסף איז געווען
(ניט שם ,
נאָר)
אין דותן,
וואָס מיינט רש"י מיט „שם קלקלו השבטים"?
ה.
איז דער ביאור בכל זה:
אין פשטות לערנט מען דעם פשט אינעם מרז"ל „מקום מוכן לפורעניות",
אַז יוסף איז געקומען אין אַן אָרט וואָס איז געווען „מוכן לפורעניות" 37
בכלל
(ווי דער המשך המאמר וואו מ'רעכנט אויס די פורעניות וואָס האָבן דאָרטן פּאַסירט),
און דעריבער האָט אויך מיט אים דאָרט פּאַסירט אַ זאַך פון פורעניות – זיין מכירה.
כדי צו באַוואָרענען,
אַז ניט דאָס איז זיין כוונה אין פשט פון „מקום מוכן לפורעניות",
איז רש"י משנה דעם סדר פון די פורעניות און שטעלט צום אָנהויב „שם קלקלו השבטים",
וואָס דאָס איז טאַקע די מאורע של „פורעניות" וועגן וועלכער עס רעדט זיך דאָ אין די פסוקים,
בנוגע צו יוסף'ן –
וואָס דערמיט מאַכט רש"י קלאָר,
אַז מיט „מקום מוכן לפורעניות" מיינט ער בנוגע לפרט – נאָר בשייכות צו יוסף אין צוזאַמנהאַנג מיט זיין מכירה.
ד.
ה.
אַז קומענדיק אין שכם האָט דאָרט זיך אָנגעהויבן
(די הכנה צו)
זיין פורעניות,
ווייל „שם קלקלו השבטים"
(כדלקמן סעיף ו').
[און דערפון מובן – אַז אויך די אַנדערע צוויי פורעניות וואָס רש"י ברענגט
(שם ענו את דינה שם נחלקה מלכות בית דוד כו')
האָבן אַ פאַרבונד מיט דעם וואָס שכם איז אַ מקום לפורעניות פאַר יוסף'ן ,
כדלקמן סעיף ז'].
ו.
דער הכרח אויף דעם פירוש – איז די קשיא וואָס שטעלט זיך אין די ווערטער – וועלכע רש"י איז מעתיק – „ויבא שכמה":
פון דעם וואָס דער פסוק
(„ויאמר לו לך גו' וישלחהו גו'")
ווערט נסתיים מיט די ווערטער „ויבא שכמה" און ערשט אינעם פסוק נאָכדעם הויבן זיך אָן די פרטי הסיפור וואָס האָבן דאָרטן פּאַסירט – „וימצאהו איש וגו'" – איז משמע,
אַז יוסף'ס קומען אין שכם איז פאַר זיך אַן ענין עיקרי אין דעם סיפור
(פון מכירת יוסף).
ד.
ה.
אַז זיין קומען דאָרט איז ניט אַן ענין דרך אגב,
נאָר עס איז נוגע צו וויסן אַז ער איז דאָרט אָנגעקומען .
איז ניט מובן: אחי יוסף זיינען שוין דאַן ניט געווען אין שכם,
נאָר אין דותן
(כנ"ל ס"ג),
ובמילא איז יוסף'ס קומען אין שכם געווען נאָר בדרך מעבר,
גייענדיק
(פון דאָרט ווייטער אויפן וועג)
צו זיינע ברידער אין דותן; איז נניח אַז צוליב'ן המשך הסיפור דאַרף דערציילט ווערן
(כנ"ל ס"ב)
אַז יוסף איז אָנגעקומען אין שכם – פאַרוואָס אָבער איז נויטיק צו אויסטיילן זיין אָנקומען אַהין ווי אַן ענין פאַר זיך 38 ?
עס האָט געקאָנט שטיין „וימצאהו איש בשכם והנה גו'"
(די הדגשה „ ויבא שכמה" איז לכאורה איבעריק).
אויף דעם זאָגט רש"י „ויבא שכמה,
מקום מוכן לפורעניות שם קלקלו השבטים כו'": יוסף'ס אָנקומען אין שכם איז ניט אַ דרך אגב'דיקער פרט אינעם סיפור פון מכירת יוסף,
נאָר ס'איז אַן ענין עיקרי פאַר זיך – דאָס איז דער אָרט וואו עס האָבן זיך אָנגעהויבן זיינע פורעניות,
ווייל „ שם קלקלו השבטים": אמת טאַקע אַז מכירת יוסף איז געווען ערשט אין דותן,
אָבער דער „קלקול" פון די שבטים איז שוין געווען
(ווען זיי זיינען געווען)
אין שכם: דאָרטן האָבן זיי שוין אָנגעהויבן צו טראַכטן און צוגרייטן פאַר אים די פורעניות 39
– „ לבקש לך נכלי דתות שימיתוך בהם".
ז.
די שייכות פון די ווייטערדיקע צוויי פורעניות
(שם ענו את דינה שם נחלקה מלכות בית דוד כו')
מיט דעם וואָס שכם איז אַ „מקום מוכן לפורעניות" פאַר יוסף'ן:
רש"י האָט פריער 40
מפרש געווען,
אַז יוסף „הי' מגיד לאביו שהיו אוכלין אבר מן החי ומזלזלין בבני השפחות לקרותן עבדים וחשודים על העריות ובשלשתן לקה על אבר מן החי וישחטו ..
ועל דבה ..
לעבד נמכר ..
ועל העריות ..
ותשא וגו'".
וויבאַלד אַז דער עונש פון יוסף'ן איז פאַרבונדן מיט דריי ענינים –
(א)
אבר מן החי,
(ב)
מזלזלין בבני השפחות לקרותן עבדים,
(ג)
חשודים על העריות – דאַרף מען זאָגן,
אַז שכם,
וואו ס'איז געווען די הכנה והתחלה פון זיינע פורעניות ועונשים,
איז „מוכן לפורעניות" – צו דריי מיני פורעניות בדומה צו די דריי ענינים אין יוסף'ס רייד קעגן זיינע ברידער:
מצד דעם קלקול השבטים „לבקש לך נכלי דתות שימיתוך בהם" – אַן ענין פון שפיכת דמים – איז עס אַ „הכנה" צו די פורעניות פאַר דעם וואָס ער האָט געזאָגט אַז זיי זיינען ניט נזהר אין אבר מן החי 41
– וישחטו גו'; מצד דעם וואָס „שם ענו את דינה" 42
איז עס מוכן צו די פורעניות פאַר דעם וואָס ער האָט געזאָגט אַז זיי זיינען „חשודים על העריות" – ותשא גו'; און מצד „שם נחלקה מלכות בית דוד"
(וואָס ווייזט אויף אַ זלזול און פחיתות אין מלכות בית דוד – און דורך ירבעם משבט אפרים בן יוסף)
– איז עס מוכן צו די פורעניות פאַרן זלזול פון „בני השפחות לקרותן עבדים" – לעבד נמכר גו'.
עפ"ז פאַלן אָפּ בדרך ממילא די קושיות
(דלעיל סעיף ג')
– אַז מ'געפינט אַז עס האָבן פּאַסירט אין שכם נאָך פורעניות,
און אויך ענינים טובים – ווייל לויט פשוטו של מקרא איז שכם מוכן לפורעניות נאָר בשייכות צו יוסף 43 ,
משא"כ פאַר אַלע אידן – ובפרט אַז דאָרט איז געווען אַ כריתות ברית פון יהושע'ן מיט אַלע אידן אויף קיום התורה והמצוות.
(משיחת ש"פ וישב תשל"ז)